פארומס › לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

400 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9749
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יולי 01, 2018 3:32 pm#407678
אברהם אבינו האט געהאט א שטריימל
מאנטאג יולי 02, 2018 12:48 pm#407741
און איך האב געמיינט אז בלעם האט ערפינדען סמארטפאון'ס
מאנטאג יולי 02, 2018 1:21 pm#407743
די באשעפר האט געמאכט יעדע זאך
מאנטאג יולי 02, 2018 1:44 pm#407744
אז הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם איז מל' 'בקנאו את קנאתי' בתוכם און נישט דזשעלעסי ווי אונזערע מלמדים האבן געטייטשט.
מאנטאג יולי 02, 2018 10:49 pm#407814
איך טייטש שוין פונלאנג אזוי בדרך צחות, אבער כ'האב נישט געוואוסט אז דאס איז טאקע די ריכטיגע טייטש.
דינסטאג יולי 03, 2018 12:24 am#407822
טאמבל סאס האט געשריבן:אז הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם איז מל' 'בקנאו את קנאתי' בתוכם און נישט דזשעלעסי ווי אונזערע מלמדים האבן געטייטשט.

פון וואו נעמסטו דאס?
דינסטאג יולי 03, 2018 12:34 am#407824
א שופר איז א שופר: יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער היימישער עולם ברענגט צוריק סוף זומער די געניצטע עירקאנדישאנערס צו וואל מארט. ווייל וואל מארט איז א טמא'נע סטאר, וואס בלעם האט אויפגעמאכט. און מ'טאר זיך נישט באניצן מיט זייערע עירקאנדישאנערס...!

בלעם האט אויכעט אויפגעמאכט סמארטפאונס, רח"ל. אויך האט ער אויפגעמאכט די פינקע (ניאן) טי-שוירטס וואס די סאטמאר/מאנסי מיידל סקול האט געגעבן...דערפאר האט מען עס טאקע צוריקגערופן. און גע'אסר'ט...!
דינסטאג יולי 03, 2018 7:20 am#407845
יש לי שאלה למה הרג פנחס את כזבי הלא כתיב קנאים פוגעים בו
דינסטאג יולי 03, 2018 8:53 am#407850
אדונינו האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אז הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם איז מל' 'בקנאו את קנאתי' בתוכם און נישט דזשעלעסי ווי אונזערע מלמדים האבן געטייטשט.

פון וואו נעמסטו דאס?

דזשעלעסי אין די תורה איז חמדה
דינסטאג יולי 03, 2018 10:15 am#407865
חמדה מלשון לא תחמוד בית, גליסטען.קנאה דבר אחר ותקנא רחל באחותה
דינסטאג יולי 03, 2018 10:20 am#407866
טוביה האט געשריבן:יש לי שאלה למה הרג פנחס את כזבי הלא כתיב קנאים פוגעים בו

כמדומני שזה כמו וגם הבהמה תהרוגו
דינסטאג יולי 03, 2018 11:29 am#407879
לכבוד ATUB @טוביה ATUB ו ATUB @איש חזון ATUB

ראה רמב"ם הלכות איסורי ביאה פרק י"ב הלכה י:
אבל ישראל הבא על הכותית בין קטנה בת שלש שנים ויום אחד בין גדולה בין פנויה בין אשת איש ואפילו היה קטן בן ט' שנים ויום אחד כיון שבא על הכותית בזדון הרי זו נהרגת מפני שבא לישראל תקלה על ידיה כבהמה, ודבר זה מפורש בתורה שנאמר הן הנה היו לבני ישראל בדבר בלעם וכל אשה יודעת איש למשכב זכר הרוגו.

וכבר הקשה באור החיים הק' סוף פר' בלק למה הרג פינחס את כזבי, ומתרץ כנ"ל משום תקלה.

וראה גם ביאור ארוך ונחמד בספר מהרי"ל דיסקין על התורה בפרשת פינחס למה הרג פינחס את כזבי
דינסטאג יולי 03, 2018 12:37 pm#407888
ראיתי בשם הגאון שרידי אש שתמה על הרמבם איך אפשר להוציא דין מפסוק אם לא נזכר בב, תלמודים
דינסטאג יולי 03, 2018 12:40 pm#407889
טוביה האט געשריבן:ראיתי בשם הגאון שרידי אש שתמה על הרמבם איך אפשר להוציא דין מפסוק אם לא נזכר בב, תלמודים


השרידי אש מתמה על דברי רמב"ם הללו לענין כנענית? או בדרך כלל?
דינסטאג יולי 03, 2018 12:58 pm#407895
הללו כי לא נמצא דבר כזה בבית תלמודים
דינסטאג יולי 03, 2018 1:07 pm#407901
התמיה חזק מאד איך אפשר ללמוד דבר כזה להרוג בלי שום מקור האם אפשר ללמוד מעצמנו הלכות הלא מי ודע הטעם העליון שהיה בזה
דינסטאג יולי 03, 2018 4:48 pm#407935
לכאורה איז דער ענין גאנץ פשוט ווייל מכוח סברא איז זי באמת נישט בעסער פון א בהמה, וידועים דברי הפני יהושע ושאר פוסקים אז א סברא איז א דין דאורייתא, אזוי ווי חכז"ל זאגן אין כמה מקומות "למה לי קרא סברא הוא" און ממילא איז א מילתא דפשיטא אזוי צו זאגען אז מ'דארף אויך הארגענען די נבעלת. ובפרט ווען די תורה זאגט בפירוש הן הנה היו לבנ"י וגו' בתורת נתינת טעם פארוואס מ'דארף זיי הארגענען, פארדעם האט דאס דער רמב"ם אנגענומען פאר א פשטות אז אזוי איז דער דין
דינסטאג יולי 03, 2018 5:19 pm#407941
לכאורה אצל בנות מדין הם הגיעו לפתות אבל זה לא ראיה לאחר
פרייטאג יולי 06, 2018 12:08 pm#408239
אסאך פרעגן די קשיא וויאזוי קען זיין אז גאנץ שבט לוי מיט די קינדער פון א חודש אלט זענען געווען ווייניגער ווי א דריטל פון די קלענסטע שבט, זה אומר בכה וזה אומר בכה אבער די קשיא בלייבט נאכאלץ שווער. אויך פרעגן די חוקרים אז לויט די ציילונג קומט אויס אז ס'געווען לפחות דריי מילליאן אידן, און אין יענע צייטן איז די גאנצע וועלט זענען נישט געווען אזויפיל מענטשן.

האב איך געטראכט א 'הפלא'דיגע תירוץ, וואס אפילו ס'איז נישט אמת איז עס נאכאלץ גוט. די אידן האט מען נישט געציילט יעדעם איינעם באזונדער, נאר יעדער האט געגעבן א מטבע און דאס האט מען געציילט. משא"כ די לויים האט מען געציילט יעדעם באזונדער, האט מען נישט געקענט זיך ארומשפילן. והבן.
פרייטאג יולי 06, 2018 4:09 pm#408267
רביה"ק זי"ע: ס'איז א זיס ווערטל. אבער לפי האמת זענען יא געווען מער ווי 3 מיליאן מענטשן אויף די וועלט. איי, לויט דעם חשבון וואלט דאך געדארפט צו זיין היינט לכה"פ פופציג ביליאן מענטשן אויף די גאנצע וועלט. נאר דער תירוץ איז אז אין משך פון די יארן זענען אויסגעשטארבן מיליאנען מענטשן (מערסטנס ביי די גויים. אין מיטלאלטער) פון פארשידענע מחלות און מגיפות און מלחמות...! און די אידן זענען טאקע געווען פראצענטואל (לפי ערך) זייער א סאך ביי יציאת מצרים. אזוי ווי ס'שטייט טאקע אין פסוק...וישרצו וירבו במאד מאד ותמלא הארץ אותם...!
דינסטאג יולי 10, 2018 10:47 am#408418
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז בלעם האט ערפינדען סמארטפאון'ס


איינער זאגט מיר אז ביידע זענען א טעות, בלעם האט ערפינדען די עירוב אין וויליאמסבורג, און א וודאי עטרת בלעם האלל
דינסטאג יולי 10, 2018 12:03 pm#408425
א שופר איז א שופר: אבער די גרופס וועלכע האלטן אז בלעם האט ערפינדן דעם עירוב, האלטן יא פון עטרת בלעם האלל. ווייל ס'איז זייער קוה. און ס'ברענגט אריין געלט אין זייער קעשענע. כאטש די אלע פירצות און עוולות וועלכע גייען דארט אן מיום הווסדו...!
מאנטאג יולי 16, 2018 9:57 pm#408993
דאס געהערט אפשר נישט דא, אבער נישט טרעפענדיג קיין בעסערן אשכול האב איך עס דא געלייגט, וה' הטוב יכפר.

אפאר טעג צוריק בין איך געגאנגען שפאצירן אין עפעס א שטעטל, אינמיטן וועג האב איך אנגעטראפן אזא כמו הייל. אזוי זייענדיג אינעווייניג קומט אריין א גרופע אפריקאנער, אויף די ערשטע סעקונדע האב איך מיך דערשראקן, אבער זעענדיג אז איינער פון זיי טראגט א קייטל מיט א קרייץ, זעט אויס אז ער איז א שטיקל מאמין וועט ער מיר נישט טשעפען סתם אזוי, האב איך מיך בארואיגט.
שפעטער האב איך מיך געכאפט ווי זאכן האבן זיך געטוישט מקצה אל הקצה, שטעל זיך פאר ווען מיינע אור-עלטערן זאלן אנטרעפן א גוי מיט א קרייץ, הערשט דאן וואלטן זיי זיך גענומען ציטערן.

נישט קיין גרויסע חידושים, אבער ווען מ'טראכטאריין אביסל איז עס שוין איינמאל א חידוש.
מאנטאג יולי 16, 2018 10:40 pm#409002
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפאר טעג צוריק בין איך געגאנגען שפאצירן אין עפעס א שטעטל, אינמיטן וועג האב איך אנגעטראפן אזא כמו הייל. אזוי זייענדיג אינעווייניג קומט אריין א גרופע אפריקאנער, אויף די ערשטע סעקונדע האב איך מיך דערשראקן, אבער זעענדיג אז איינער פון זיי טראגט א קייטל מיט א קרייץ, זעט אויס אז ער איז א שטיקל מאמין וועט ער מיר נישט טשעפען סתם אזוי, האב איך מיך בארואיגט.
שפעטער האב איך מיך געכאפט ווי זאכן האבן זיך געטוישט מקצה אל הקצה, שטעל זיך פאר ווען מיינע אור-עלטערן זאלן אנטרעפן א גוי מיט א קרייץ, הערשט דאן וואלטן זיי זיך גענומען ציטערן.


ביי חסידים איז ידוע אז דער בעש"ט הק' זי"ע האט נישט געוואלט פארן מיט א גוי'ישע בעל עגלה נאך וואס ער האט געזען אז דער גוי ציילעמט זיך נישט כמנהג העכו"ם ביי אלע שתי וערב'ס וואס מ'פאהרט אדורעך אויפן וועג, ואמר הטעם ווייל א גוי וואס גלייבט אין גארנישט איז דאס ארגסטע און איז אסאך מער עלול אויף שפיכות דמים ווי א גוי א מאמין.

געדענק נישט יעצט פונקטליכע מקור, כך שמעתי און אויך געזען אמאל אין א קובץ, אם אמצא אודיע אי"ה.
דינסטאג יולי 17, 2018 7:47 am#409032
גראדע, היינט אין אמעריקע איז געווארן אביסל פארקערט די מצב. די אינישעל מורא וואס וואלט אנגעכאפט ביים זען איינעם מיט א צלם וואלט געווען מטעם די אמאליגע גלויבליכע אנטי-סעמיטיזם פון נקמה פאר הריגת אותו האיש אד"ג וואס אויף דעם האט געשיצט זיין גלויבינג ווייל ער האט זיך דאך געפירט מיט א רעליגיעז לעבן , משא"כ היינט איז אן אומגלויביגע גוי מער אן עקסעפטינג מענטש אדער יומעניסט ווי די גלויביגע וואס ווערען גיפירט מיט פאנדעמענטליסטישע און עקסטרים התנהגות און מ'קען נישט וויסען וועלעכע רוח ס'גייט זיי כאפן. גיי כאפ א שפאציר און די south וועסטו עס תיכף שפירן. אדער, ס'גענוג צו לייענען די נייעס פון די לעצטע פאר יאר.

אזוי ווי ס'יודישט זיך אזוי גוי'ישט זיך...
דינסטאג יולי 17, 2018 9:02 am#409047
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס געהערט אפשר נישט דא, אבער נישט טרעפענדיג קיין בעסערן אשכול האב איך עס דא געלייגט, וה' הטוב יכפר.

אפאר טעג צוריק בין איך געגאנגען שפאצירן אין עפעס א שטעטל, אינמיטן וועג האב איך אנגעטראפן אזא כמו הייל. אזוי זייענדיג אינעווייניג קומט אריין א גרופע אפריקאנער, אויף די ערשטע סעקונדע האב איך מיך דערשראקן, אבער זעענדיג אז איינער פון זיי טראגט א קייטל מיט א קרייץ, זעט אויס אז ער איז א שטיקל מאמין וועט ער מיר נישט טשעפען סתם אזוי, האב איך מיך בארואיגט.
שפעטער האב איך מיך געכאפט ווי זאכן האבן זיך געטוישט מקצה אל הקצה, שטעל זיך פאר ווען מיינע אור-עלטערן זאלן אנטרעפן א גוי מיט א קרייץ, הערשט דאן וואלטן זיי זיך גענומען ציטערן.

נישט קיין גרויסע חידושים, אבער ווען מ'טראכטאריין אביסל איז עס שוין איינמאל א חידוש.

אפריקאנער זענען געווענטליך נישט קיין אנטיסעמיטן.
דינסטאג יולי 17, 2018 10:28 am#409064
וואלווי האט געשריבן:גראדע, היינט אין אמעריקע איז געווארן אביסל פארקערט די מצב. די אינישעל מורא וואס וואלט אנגעכאפט ביים זען איינעם מיט א צלם וואלט געווען מטעם די אמאליגע גלויבליכע אנטי-סעמיטיזם פון נקמה פאר הריגת אותו האיש אד"ג וואס אויף דעם האט געשיצט זיין גלויבינג ווייל ער האט זיך דאך געפירט מיט א רעליגיעז לעבן , משא"כ היינט איז אן אומגלויביגע גוי מער אן עקסעפטינג מענטש אדער יומעניסט ווי די גלויביגע וואס ווערען גיפירט מיט פאנדעמענטליסטישע און עקסטרים התנהגות און מ'קען נישט וויסען וועלעכע רוח ס'גייט זיי כאפן. גיי כאפ א שפאציר און די south וועסטו עס תיכף שפירן. אדער, ס'גענוג צו לייענען די נייעס פון די לעצטע פאר יאר.

אזוי ווי ס'יודישט זיך אזוי גוי'ישט זיך...


גראדע רוב פון די אלט רייט חברה זענען כופרים, און ביי די "אפריקאנער" וואס זייערע פארברעכנ'ס האבן געווענליך גארנישט מיט אידעאלאגיע איז רעליגיע יא געווענליך א זאך וואס מאכט זיי בעסער.
דינסטאג יולי 17, 2018 10:48 am#409069
אונטער חכם האט געשריבן:
גראדע רוב פון די אלט רייט חברה זענען כופרים, און ביי די "אפריקאנער" וואס זייערע פארברעכנ'ס האבן געווענליך גארנישט מיט אידעאלאגיע איז רעליגיע יא געווענליך א זאך וואס מאכט זיי בעסער.


רוב פון די אלט רייט וכו' אבער נישט רוב רוצחים זענען אלט רייט כופרים. א גרויסע חלק רוצחים זענען רעליגיעז אדער הרגנ'ן בשם רעליגיע.

ווידער אפריקאנער וואס הרגנ'ן, אזוי ווי די זאגסט, הרג'נען אלס קריים רילעיטעד מיט נידיריגע קוואליטי אוו לייף סטאנדארדס.
ממילא האט עס נישט א שייכות אהער.
מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:16 pm#412048
איינער פון די טיטלן וואס מען טיילט פאר מענטשען בחנם איז אז ער איז "ירא אלוקים מרבים".
געמיינט האב איך אלס אז דאס מיינט עפעס אזוי ווי אז דער איז כאילו מרבה אין יראת שמים, ער פארמאגט א גרויסן דאזע דערפון.

לערנענדיג נ"ך האב איך אויפגעפאסט אז די מקור פון דעם איז א פסוק אין נחמיה (ז, ב) וָאֲצַוֶּ֞ה אֶת־חֲנָ֣נִי אָחִ֗י וְאֶת־חֲנַנְיָ֛ה שַׂ֥ר הַבִּירָ֖ה עַל־יְרוּשָׁלָ֑‍ִם כִּי־הוּא֙ כְּאִ֣ישׁ אֱמֶ֔ת וְיָרֵ֥א אֶת־הָאֱלֹקים מֵרַבִּֽים׃
רש"י טייטש אז דאס מיינט: מימים רבים.
איך האב געקלערט אז פשט קען זיין, אז ער האט מורא געהאט פון באשעפער מער פון א "רבים". דהיינו אז זיין מורא פון באשעפער איז געווען סך מער ווי די מורא פון טוהן עפעס אן עבירה צו וואס אין פארנט פון אסאך מענשטען. מער א פשט'ל ווי פשט.
למעשה זעה איך אז ממש דאס טייטשט די מלבי"ם, וז"ל:
וירא את האלהים יותר מרבים, וכמו שאמרו הלואי יהי מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם, ורוב האנשים יראה את הרבים מעשות דבר נגד רצונם אף שהוא כדבר אלקים, ופה היה צריך פקיד שלא יירא משום אדם, כי באשר היו שרים רבים עם טוביה כנ"ל, לכן בחר את חנני שלא יירא מהם:
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 4:02 pm#413331
שטייט אין רש"י אויפ'ן פסוק ויהי האדם לנפש חיה אזוי: "אף בהמה וחיה נקראו נפש חיה אך זו של אדם חיה שבכולן שנתוסף בו דעה ודבור".

קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט? צו זענען טאקע מענטשן די איינציגסטע ברואים וואס קענען רעדן? איך הער אגאנצן טאג ווי הינט רעדן, און ווי ווייט איך ווייס קענען אפילו ביימער רעדן, אזוי שטייט אין מסכת סוכה דף כח, מסכת סופרים פט"ז ה"ט, פרק שירה, שבחי בעל שם, ועוד ועוד.

איז אויף די אלע מעשיות קען מען ענטפערן אז רש"י האט טאקע נישט געגלייבט, אזויווי ער זאגט טאקע דארט אין מסכת סוכה אויפ'ן פלאץ "לא ידענא מאי היא", אין אנדערע ווערטער "איך ווייס ניט וואס די גמרא מיינט צוזאגן אבער ביימער קענען ניט רעדן". אבער פון די מציאות איז זייער א שטארקע קשיא, איז דען מעגליך אז רש"י האט קיינמאל נישט געהערט דאס בילן פון א הונט, אדער דאס הירזען פון א פערד?! ומצוה ליישב.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 9:07 pm#413615
די יו"ט איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א ת"ח וועגן די גמרא וואס זאגט אז א רפואה וואס העלפט פאר גויים העלפט נישט אלעמאל פאר אידן. איז דא וואס זאגן פשט, אז א איד האט אן אנדערן סארט קערפער ווי א גוי. אנדערע זאגן אז וויבאלד אידן האבן אסאך מצוות, זענען זיי מער אנגעצויגן צו וואס, ממילא זענען זיי נישט אזוי געזונט ווי סתם מענטשן. האב איך געפרעגט אז ס'דאך דא גויים וואס היטן מצוות, פאסטן ראמאדאן איז נאך אזוי שווער ווי זיצן אין סוכה. זאגט ער מיר, "זייערע זאכן זענען נישט קיין מצוות, ס'איז סתם נערוון!". עפ"ל.

האב איך געטראכט, אז לויט דעם שטימט זייער גוט פארוואס מ'רופט אן עבודה זרה 'עצבים', מלשון נערוון, אזויווי מ'זאגט אין הלל "עצביהם כסף וזהב"...
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 1:13 pm#414954
אוילים (חוטאים) מדרך פשעם.

אויל - Evil.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 5:02 pm#414978
וואלווי האט געשריבן:די אינישעל מורא וואס וואלט אנגעכאפט ביים זען איינעם מיט א צלם וואלט געווען מטעם די אמאליגע גלויבליכע אנטי-סעמיטיזם פון נקמה פאר הריגת אותו האיש

געהערט האב איך פון עפעס א מזרחי'ניק א געזונטן לץ, אז ער איז אמאהל געפאהרן קיין רוים מיט זיין משפחה,
אינמיטן ארום שפאצירן צווישן די אור אלטע מיוזיאן'ס און אנדערע פארצייטישע ארטיגע מקומות המקודשים...
האט עם באגעגנט עפעס א קריסט וואס האט מסתמא קיין יוד פאר זיינע אויגן קיינמאהל בעפאר ניט באגעגנט
זיי האבן געכאפט א קורצע שמועס על דא ועל הא, אזוי ארום האט דע גוי עם געפרעגט פון וואו קומט ער און צו וועלכע רעליגיע געהערט ער
האט ער עם געזאגט אז ער איז א יוד און ער וואוינט אין ארץ ישראל.
דער גוי האט געעפנט אזוינע שארפע אויגן און מיט כעס געשטאטערט:
"אהא, דו ביסט פון די וואס האבן געקרייצט יוזל?..."
האט דער לץ עם געענטפערט:
"קען זיין אז אנדערע פון מיין פאלק האבן דאס געטוהן, אבער איך האב אן אליבי, יעך בין יענטסמאהל בעצופעליג געוועהן גראדע אין תל-אביב..."
און אוועק-שפאצירט פון דארט...
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 5:10 pm#414979
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שטייט אין רש"י אויפ'ן פסוק ויהי האדם לנפש חיה אזוי: "אף בהמה וחיה נקראו נפש חיה אך זו של אדם חיה שבכולן שנתוסף בו דעה ודבור".

קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט? צו זענען טאקע מענטשן די איינציגסטע ברואים וואס קענען רעדן? איך הער אגאנצן טאג ווי הינט רעדן, און ווי ווייט איך ווייס קענען אפילו ביימער רעדן, אזוי שטייט אין מסכת סוכה דף כח, מסכת סופרים פט"ז ה"ט, פרק שירה, שבחי בעל שם, ועוד ועוד.

איז אויף די אלע מעשיות קען מען ענטפערן אז רש"י האט טאקע נישט געגלייבט, אזויווי ער זאגט טאקע דארט אין מסכת סוכה אויפ'ן פלאץ "לא ידענא מאי היא", אין אנדערע ווערטער "איך ווייס ניט וואס די גמרא מיינט צוזאגן אבער ביימער קענען ניט רעדן". אבער פון די מציאות איז זייער א שטארקע קשיא, איז דען מעגליך אז רש"י האט קיינמאל נישט געהערט דאס בילן פון א הונט, אדער דאס הירזען פון א פערד?! ומצוה ליישב.

אין לשון הקודש איז פארהאן א חילוק צווישן "דבור" און "שיחה"
אויף שלמה המלך עליו השלום שטייט אז ער האט געקענט "שיחת חיות ועופות"
קיין ערגערטס וועט איהר טרעפן אז מ'רופט אן בלשון "דיבור"

און אזוי ארום אין די 'בראשית' סדרות, קען דאס אויך זיין פשט אינעם מאמר חז"ל:
"יפה שיחתן של עבדי אבות מתורתן של בנים"
אז אפי' זייערע 'שיחה' - נידעריגערע דרגה ווי 'דיבור' איז שענער און לענגער ווי תורות הרמוזות בקוצו של יו"ד.

אפשר ATUB @ונבנתה העיר ATUB וועט אונז קענען ערקלערן פון ליובאוויטש די חילוקים פון א 'מאמר' צו א 'שיחה'
(וואס די לצים האבן געזאגט אויף עפעס א שיכור וואס האט זיך אנגעטרונקען פון גאר קליינע דאוסעס אלקאהאל אז 'שיחה כשתיה' און פון דעם האט ער אסאך געשאשקעט...)

אין בראצלעוו רופט מען גראדע מיט'ן נאמען 'דיבורים' אויף מימרות פונעם רבי'ן אדער פון א.ג. משפיעים
ואולי גם כאן יש מקום להתגדר, עכ"פ די בהערה זו.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 5:20 pm#414981
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די יו"ט איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א ת"ח וועגן די גמרא וואס זאגט אז א רפואה וואס העלפט פאר גויים העלפט נישט אלעמאל פאר אידן. איז דא וואס זאגן פשט, אז א איד האט אן אנדערן סארט קערפער ווי א גוי. אנדערע זאגן אז וויבאלד אידן האבן אסאך מצוות, זענען זיי מער אנגעצויגן צו וואס, ממילא זענען זיי נישט אזוי געזונט ווי סתם מענטשן. האב איך געפרעגט אז ס'דאך דא גויים וואס היטן מצוות, פאסטן ראמאדאן איז נאך אזוי שווער ווי זיצן אין סוכה. זאגט ער מיר, "זייערע זאכן זענען נישט קיין מצוות, ס'איז סתם נערוון!". עפ"ל.

האב איך געטראכט, אז לויט דעם שטימט זייער גוט פארוואס מ'רופט אן עבודה זרה 'עצבים', מלשון נערוון, אזויווי מ'זאגט אין הלל "עצביהם כסף וזהב"...

גראדע די גמרא אין שבת פח-צ פאר און נאך די סוגיא פון קבלת התורה
רעדט וועגן ישראל שגופם 'חביל במצוות' און מ'קען נישט זיך לערנען פון טבע הגוי ליהודי.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 7:58 pm#414986
נקודת אמת: איך גיי שוין פארשטענדיגן די גרויסע מעדיצין פאבריקאנטן אז זיי זאללן שוין אויפהערן אריינצושיקן קיין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און קרית יואל די אלע מעדיצינען וואס זיי פאבריצירן פאר די גויים. ווייל פאר אידן העלפט עס סייווי נישט. זיי זאללן אנהייבן פאבריצין אלע אנטיביאטיקס מיט'ן הכשר פון התאחדות הרבנים אדער די עדה החרדית.מ'וועט צאללן 4 מאל אזויפיהל פאר א פלעשל הוסן סירופ מיט די השגחות. איז אבער נולד געווארן א פראבלעם. מ'וועט מוזן אין וואשינגטאן אויך מאכן א אידישן מעידקעיד פאנד. ווייל די גוי'אישע מעדיקעיד צאלט נישט. אויך. די התאחדות הרבנים האבן געלאזט וויסן אז די פאבריקאנטן וואס האבן סמארטפאונס. און זייערע ווייבער גייען מיט רויטע טורבאנס און לאנגע פאנדיאלאוס, וועללן נישט באקומען קיין השגחה...!
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:03 pm#418592
ס'איז באוואוסט, אז אמאליגע צייטן ווען מ'האט נישט געדענקט די מקור פון א מדרש, פלעגט מען עס נאכזאגן בשם ירושלמי אדער מדרש ירושלמי. יעצט זעה איך, אז לאו דוקא מדרשים פון תנאים, נאר יעדע אינטערעסאנטע ענין וואס מ'האט נישט געדענקט די מקור פלעגט מען נאכזאגן בשם ירושלמי.

יזהר כל היוצא לדרך מעיר אחת, שיעשה סדר לויה ככתוב בסידור בקבוץ חברים. וכשיפרד מהם יאמר הלכה זו יחיד ורבים הלכה כרבים, ויכוין ראשי תבות שם יוה"כ המסוגל לשמירת הדרך,שרמוז זה בסופי תבות כי מלאכיו יצוה לך (בן איש חי שנה א' פרשת עקב י"ח)

קוק ווי ער ברענגט אינגאנצן נישט קיין מקור אויף דעם, ס'זעט אויס ווי ס'איז זיינעם א חידוש.

ועיין באגרא דפרקא כא, וז"ל:
אמרו רז"ל, אל יפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה, ואמרו בירושלמי, מהו דבר הלכה יחיד ורבים הלכה כרבים, והוא תמוה. אמר ע"ז הרב הקדוש המפורסם כה"ר משה מפשעוורסק זצוק"ל, שהכוונה לומר דבר הלכה המרומז בה שם המסוגל לשמירה בדרך, שהוא שם יוה"ך הנרמז בס"ת כ"י מלאכי"ו יצו"ה ל"ך לשמרך בכל דרכיך,כנודע. וזה שהקשו בירושלמי, מהו דבר הלכה - איזה דבר הלכה יש שמרומז בה זה השם. והשיבו - י'חיד ו'רבים ה'לכה כ'רבים ר"ת זה השם. ונ"ל דזה השם הוא י"ה הוי"ה‏ כי בי"ה הוי"ה צור עולמים, ע"כ הוא מסוגל לשמירה. והמ"י צור משמעות שמירה, וג"כ הוא בגי' אֵ"ם ההולכת לפני בנ"י לשומרם ולהצילם:
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:09 am#418624
די מצרים האבען געזאגט (בראשית מז, יט) ונהיה אנחנו ואדמתינו עבדים לפרעה, אז זיי זאלען זיין קנעכט פאר פרעה. אבער יוסף הצדיק האט נאר גענומען דיד פעחדער ׳ויקן יוסף את כל אדמת מצרים לפרעה׳, ווייל יוסף האט געהאסט די קאנצעפט פון קנעכטשאפט, אז איינער זאל הערשן אויף א צווייטן.
(משך חכמה, שם)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:19 pm#420690
אין פרשת ויחי שטייט... וַיַּ֥רְא יִשְׂרָאֵ֖ל אֶת־בְּנֵ֣י יוֹסֵ֑ף וַיֹּ֖אמֶר מִי־אֵֽלֶּה...
זאגט רש"י הק'... ויאמר מי אלה: מהיכן יצאו אלו שאינן ראוין לברכה.

און א פסוק שפעטער שטייט... וַיֹּאמַ֕ר קָֽחֶם־נָ֥א אֵלַ֖י וַֽאֲבָֽרֲכֵֽם...

איין מינוט זיידי, מעיק אפ יור מיינד... קאן מען זיי בענטשען אדער נישט?

איך האב געזוכט איבעראל און נישט געטראפען אן ענטפער, ביז איך האב געזעהן א מוראדיגע ספורנו...

(איך אליין וואלט נישט געהאט די חוצפה דאס צו זאגען)

המלאך הגואל אותי מכל. רע יברך. צוה שהמלאך הגואל אותי יברך את הנערים אם אינם ראוים לברכתך בלתי אמצעי...

קומט אויס אז לויט די ספורנו, אז אליינס האט יעקב אבינו זיי טאקע נישט געבענטשט ווייל זיי זענען נישט ווערט געווען, נאר ער האט געבעטען א מלאך זאהל זיי בענטשען... המלאך הגואל אותי... יברך את הנערים.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:37 pm#420695
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:אין פרשת ויחי שטייט... וַיַּ֥רְא יִשְׂרָאֵ֖ל אֶת־בְּנֵ֣י יוֹסֵ֑ף וַיֹּ֖אמֶר מִי־אֵֽלֶּה...
זאגט רש"י הק'... ויאמר מי אלה: מהיכן יצאו אלו שאינן ראוין לברכה.

און א פסוק שפעטער שטייט... וַיֹּאמַ֕ר קָֽחֶם־נָ֥א אֵלַ֖י וַֽאֲבָֽרֲכֵֽם...

איין מינוט זיידי, מעיק אפ יור מיינד... קאן מען זיי בענטשען אדער נישט?

איך האב געזוכט איבעראל און נישט געטראפען אן ענטפער, ביז איך האב געזעהן א מוראדיגע ספורנו...

(איך אליין וואלט נישט געהאט די חוצפה דאס צו זאגען)

המלאך הגואל אותי מכל. רע יברך. צוה שהמלאך הגואל אותי יברך את הנערים אם אינם ראוים לברכתך בלתי אמצעי...

קומט אויס אז לויט די ספורנו, אז אליינס האט יעקב אבינו זיי טאקע נישט געבענטשט ווייל זיי זענען נישט ווערט געווען, נאר ער האט געבעטען א מלאך זאהל זיי בענטשען... המלאך הגואל אותי... יברך את הנערים.


וועלעכע שערל האסטו גענוצט אויס צו שניידן א פסוק אין די תורה?

יוסף האט גענפערט, בני אשר נתן לי אלקים בזה, און דער נאך האט יעקב געזאגט קחם נא אלי ואברכם.

קוק אין רש"י ד"ה בזה, הראה לו שטר אירוסין וכו' ונחה עליו רוח הקודש, עיי"ש.

מילתא דעבודא לגלויי לא משקרי אינשי
דינסטאג יאנואר 01, 2019 12:35 am#420722
נאך א מזל אז רב האט איינגעפירט אז אום ראש השנה זאל מען נאר בלאזן שופר אינמיטן דאווענען, פארדעם האט עס אויסגעקוקט פונקט ווי די פייערווערק און ניו יירס דעי, איך מיין אז די מנהג נישט צו שלאפן ראש השנה קומט פון דעם... איך מיין אז מ'דארף עס איינפירן ביי די גוים אויך, זאלן זיי זיך מאכן מאה פייערווערק ביי זיך אין קירכע און צורוהלאזן דעם עולם.
דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:15 am#420738
וואלווי האט געשריבן:
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:אין פרשת ויחי שטייט... וַיַּ֥רְא יִשְׂרָאֵ֖ל אֶת־בְּנֵ֣י יוֹסֵ֑ף וַיֹּ֖אמֶר מִי־אֵֽלֶּה...
זאגט רש"י הק'... ויאמר מי אלה: מהיכן יצאו אלו שאינן ראוין לברכה.

און א פסוק שפעטער שטייט... וַיֹּאמַ֕ר קָֽחֶם־נָ֥א אֵלַ֖י וַֽאֲבָֽרֲכֵֽם...

איין מינוט זיידי, מעיק אפ יור מיינד... קאן מען זיי בענטשען אדער נישט?

איך האב געזוכט איבעראל און נישט געטראפען אן ענטפער, ביז איך האב געזעהן א מוראדיגע ספורנו...

(איך אליין וואלט נישט געהאט די חוצפה דאס צו זאגען)

המלאך הגואל אותי מכל. רע יברך. צוה שהמלאך הגואל אותי יברך את הנערים אם אינם ראוים לברכתך בלתי אמצעי...

קומט אויס אז לויט די ספורנו, אז אליינס האט יעקב אבינו זיי טאקע נישט געבענטשט ווייל זיי זענען נישט ווערט געווען, נאר ער האט געבעטען א מלאך זאהל זיי בענטשען... המלאך הגואל אותי... יברך את הנערים.


וועלעכע שערל האסטו גענוצט אויס צו שניידן א פסוק אין די תורה?

יוסף האט גענפערט, בני אשר נתן לי אלקים בזה, און דער נאך האט יעקב געזאגט קחם נא אלי ואברכם.

קוק אין רש"י ד"ה בזה, הראה לו שטר אירוסין וכו' ונחה עליו רוח הקודש, עיי"ש.

מילתא דעבודא לגלויי לא משקרי אינשי


קוק אריין אין ספורנו... מיט זיין שערל...

המלאך הגואל אותי מכל. רע יברך. צוה שהמלאך הגואל אותי יברך את הנערים אם אינם ראוים לברכתך בלתי אמצעי:
דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:22 am#420740
קענסט ברענגען 7000 ספורנו'ס, האסט נאך אלטס אויסגעשניטען א מקרא מפורש.

לייג נישט אן דיין איגנארענט קשיא אויפ'ן ספורנו'ס פשט אין א צווייטע פסוק.

שרייבסט אז האסט געזיכט איבעראל און נישט געטראפען א תירוץ. נעקסט טייס קוק אריין אינ'ם פסוק אליינס פון ווי די פרעגסט און זאג הויעך און קלאר א יעדעס ווארט.
דינסטאג יאנואר 01, 2019 10:44 am#420744
וואלווי האט געשריבן:קענסט ברענגען 7000 ספורנו'ס, האסט נאך אלטס אויסגעשניטען א מקרא מפורש

נישט קיין מקרא מפורש, נאר א רש"י מפורש
דינסטאג יאנואר 01, 2019 10:54 am#420745
איש חזון האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:קענסט ברענגען 7000 ספורנו'ס, האסט נאך אלטס אויסגעשניטען א מקרא מפורש

נישט קיין מקרא מפורש, נאר א רש"י מפורש


אינן ראוין לברכה איז אויך נאר א רש"י...
אין פסוק שטייט גארנישט.


מקרא מפורש אז יעקב האט געפרעגט מי אלה, ולשי' רש"י, איז די כונה אין ראוין לברכה,

דערנאך מקרא מפורש אז יוסף האט גענפערט, און ווידער לשי' רש"י (ליטעמך...) זיי זענען ערליכע קינדער, און אז בקש רחמים ונחה רוה"ק, פי', דער פראבלעם איז מסודר

און ווידער מקרא מפורש, קחם נא אלי ואברכם.

עכ"פ, ס'דא א קלארע סדר דא 1,2,3. פאר מ'נעמט זיך שניידן פסוקים און פרעגען סתורות...

ס'איז קלאר אין די פסוק בצירוף פי' רש"י, סיי די קשיא, און סיי דער תירוץ.
דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:15 pm#420784
איך פארשטיי נישט, פארוואס איז רש"י נישט שווער געווארן ווען עשו האט געפרעגט יעקב אפאר וואכן צוריק, מי אלה לך?
זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:25 pm#438079
וְזֹאת לְפָנִים בְּיִשְׂרָאֵל עַל הַגְּאוּלָּה וְעַל הַתְּמוּרָה לְקַיֵּם כָּל דָּבָר שָׁלַף אִישׁ נַעֲלוֹ וְנָתַן לְרֵעֵהוּ וְזֹאת הַתְּעוּדָה בְּיִשְׂרָאֵל.

Hebrews and Assyrians pledged a sandal as symbol of good faith when making a deal. Tossing a shoe onto a piece of land meant that you claimed it.

m http://factsanddetails.com/world/cat56/ ... m1522.html m
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:21 am#438437
ליינענדיג קריאת שמע היינט אינדערפרי איז מיר בייגעפאלן אזוי, אז גאט באפעהלט אינז די מצות עשה פון אהבת ד' שטייט אז מ'ברויך ליעב האבן גאט אין אלע אומשטענדן, בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך, און ביי די פרשה פון והיה אם שמוע דארט וואו גאט רעדט צו אינז הלכה למעשה און נעמט זיך אויס מיט אינז א תנאי אין אהבת ד' אז מיר וועלן עם ליעב האבן וועט ער אינז געבן רעגן, עסן, פרנסה, דארט ווערט בכלל נישט דערמאנט "ובכל מאודך"??

האב איך געטראכט אז מ'זעהט ביי די פרשה פון יתרו, דארט וואו יתרו האט מייעץ געווען זיין איידעם משה צו נעמען אנשי חיל יראי אלוקים, אנשי אמת שונאי בצע, ווערט אבער נישט דערמאנט אז משה זאל האבן געטראפן אידן וואס האבן פיינט געלט, די וועלט זאגט אז משה האט נישט געקענט געפונען ווייל דאס איז באמת קעגן די נאטור.

נאר אזוי ווי חז"ל זאגן שוין אז אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, איז דא אויכעט, אז דעס וואס גאט האט אינז באפוילן איהם ליעב צו האבן, ברויך מען פרובירן יעדער אויף זיין מדרגה וויפיל מ'קען אבער ווען ס'קומט למעשה צו געבן גוטס אין אויסטויש פאר אהבת השם איז עס טאקע נישט געוואנדן אין א זאך וואס איז נישט מעגליך.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:33 pm#438449
אויב איך געדענק ריכטיג, זאגט דער נפש החיים בערך אזוי. איך מיין עס איז אין א הגהה אין זיין ספר, קען זיין אין שער ב'. ער זאגט אז הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה להם, נאר יחידים קענען לעבן א לעבן פון תורתו אומנתו, אלע אנדערע מוזען זיך פיהרען ווי ר' ישמעאל. זאגט ער אז צום יחיד קען מען זאגען ובכל מאדך, אבער צום ציבור קען מען דאס נישט זאגען.
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 10:40 am#438745
לערנענדיג אין מיין קינד'ס ביכל פונעם מבול האב איך זיך אנגעשטויסן אין די פאלגנדע:
P_20191117_122720.jpg

והאיך יתקיימו שניהן?