זונטאג יולי 24, 2016 6:35 pm#343338
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
דאס איז שוין נישט וויכטיג, וויכטיג איז צו וויסן אז מ'מוז נישט אייביג זאגן אין אלץ א דעה.איש חזוןשאלות ותשובות אגרוה באהלך חלק ג' לר' יעקב יצחק ניימן אב"ד פאפא בעלזא מאנטריאל, סימן כ"ג.
ר' גבריאל ציננער פרעגט אים דארט אהן איבער א קינד וואס ווערט געוואויר אז ער איז אדאפטעט און ס'ווערט נתעורר א ספק אויב ער איז בכלל א יוד וכו', בקיצור א פארצווייגטע שאלה. שרייבט אים רי"י בתוך הדברים "ואספר מעשה שהיה פה בעירנו שבא אלי אברך אחד שכבר הי' לו כמה בנים ובנות ואז נודע לו שאשתו מאומצת, והי' כמה שאלות וספקות בדבר, והצעתי הענין לפני הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, כי איני מרשה עצמי להורות בכזה, ואם כב' יקבל עצתי גם הוא ימשוך ידו מכל הענין, ויש ע"ז רבנים אחרים".
berlbalaguleh
מ'האט געשמועסט אז דאס איז געווען ווייל צוליעב זיינע קענטענישן אין מילי דעלמא (ר'איז געווען א קאלעדזש גראדואנט, ווען ר'איז געקומען צום ויגד יעקב, לערנען אין ישיבה.) איז ער געווען א שותף/יועץ אין א קעמיקל מענופעקטשורינג פלענט.
מפוזריר׳ בערל, וואו קום איך אריין?
א אידאיזה רבנים?
איך אויךיע דער קיטשי פאפא רב זצ''ל איז געווען א גאון אין לערנען ווי אין פשטות. ואגב ,זיין ספר הזכרונות איז א זעלטענהייט פון א דרייסטקייט צו שרייבן אפען ללא כחל וסרק (כאטשיק למעשה זה נדפס רק אחרי פטירתו) ספעציעל די פרקים ווי ער לייגט אראפ די טעראר מאינשי דלא מעלי אזש ביז א סכנה פאר זיין לעבן כפשוטו.
איש חזוןאיך אויךיע דער קיטשי פאפא רב זצ''ל איז געווען א גאון אין לערנען ווי אין פשטות. ואגב ,זיין ספר הזכרונות איז א זעלטענהייט פון א דרייסטקייט צו שרייבן אפען ללא כחל וסרק (כאטשיק למעשה זה נדפס רק אחרי פטירתו) ספעציעל די פרקים ווי ער לייגט אראפ די טעראר מאינשי דלא מעלי אזש ביז א סכנה פאר זיין לעבן כפשוטו.
געוויסע ניקס דא וואלטן הנאה געהאט צו ליינען וואס ער שרייבט איבער די בעלזער יושבים. למשל אז א געוויסע יושב האט בשום אופן נישט מסכים געווען אריינצוטרעטן אין ישיבת חכמי לובלין, ווייל ס'איז דאך דא דארט סענטרעל היטינג...
אגב, מה ענין צואת השור?
(בנוגע די טעראר וכו' וואס דו דערמאנסט, איך האב פונקט דעי וואך שבת געהערט אז ער האט בשעתו געזאגט אז פארוואס זאגט די משנה תלמידיו של אברהם אבינו וכו' און נישט אברהם ובלעם, נאר לעולם איז נישט געווען צו דערקענען א חילוק צווישן אברהם מיט בלעם, נאר ביי זייערע תלמידים האט זיך דערקענט די חילוק, און ס'איז געווארן א טומל אין שטאט...)
יזהר לומר מי כּמוך נאדר בקודש בכ"ף דגושה שאם לא כן נמצא מחרף כאומר ה' מיכה ומיכה הוא האיש שגנב השם ועשה העגל
אז נבחר רבינו זי"ע לקראלי וכו' והאנשים האלו היו שלימים עם רבינו זי"ע והי' לו שם קצת מנוחה, ודאג שמה לכל עניני העיר.
מפוזריר׳ בערל, וואו קום איך אריין?
געוואלדיגאין ספר נועם מגדים עם פירוש תדרש נועם, האט ער אין סוף א חיבור אויפן סאטמאר רבי'ן אוטן ער שרייבט דארט מיט א פשטותאז נבחר רבינו זי"ע לקראלי וכו' והאנשים האלו היו שלימים עם רבינו זי"ע והי' לו שם קצת מנוחה, ודאג שמה לכל עניני העיר.
א מחלוקת? געווען ווער עס האט נישט געוואלט? ווער איז בכלל ר' אביש'ל קראלער???!!
מודיעיןדי מחלוקת איז געווארן ערשט נאכדעם וואס די סאטמאר רב איז אוועק געגאנגען פון דארט, און געווארן רב אין סאטמאר.
געוואלדיגב"י או"ח סי' נ"איזהר לומר מי כּמוך נאדר בקודש בכ"ף דגושה שאם לא כן נמצא מחרף כאומר ה' מיכה ומיכה הוא האיש שגנב השם ועשה העגל
געוואלדיגב"י או"ח סי' נ"איזהר לומר מי כּמוך נאדר בקודש בכ"ף דגושה שאם לא כן נמצא מחרף כאומר ה' מיכה ומיכה הוא האיש שגנב השם ועשה העגל
אינטערסאנטערגעוואלדיג, במחכ"ת ווייסט די נישט די היסטאריע פון די מחלוקה אין קראלי. בשעת סאטמאר רב איז געווען רב אין קראלי איז נישט געווען דארט קיין שום מחלוקת, די גאנצע מחלוקת האט זיך אנגעפאנגען ווען ער איז אוועקגעגאנגען און סאטמאר רב האט געשטיצט רבי שמואל גראס צו ווערן רב, און רבי אביש הורוויץ איז געווען די צווייטע קאנדידאט צו ווערן רב, און איבער דעים האט אויסגעבראכן די מחלוקה
berlbalagulehאינטערסאנטערגעוואלדיג, במחכ"ת ווייסט די נישט די היסטאריע פון די מחלוקה אין קראלי. בשעת סאטמאר רב איז געווען רב אין קראלי איז נישט געווען דארט קיין שום מחלוקת, די גאנצע מחלוקת האט זיך אנגעפאנגען ווען ער איז אוועקגעגאנגען און סאטמאר רב האט געשטיצט רבי שמואל גראס צו ווערן רב, און רבי אביש הורוויץ איז געווען די צווייטע קאנדידאט צו ווערן רב, און איבער דעים האט אויסגעבראכן די מחלוקה
און ווען האט מען פארשפארט ר' אביש'ל אין מקוה און פארקלאפט די טיר מיט טשוועקעס...און ווען האט מען אויסגעהאקט די באלבס פון לעמפעלעך וואס ר' אביש'ל'ס תלמידים וחסידים האבן אויפגעהאנגען לכבוד די שבת שבע ברכות פון זיין טאכטער'ס חתונה....?! ומעשה שהיה כך היה. אליין געהערט פון א ספינקער חסיד פון דערהעים. ר' אביש'ס חסידים האבן אויסגעצויגן א פאר לעמפעלעך לכבוד די שבת שבע ברכות. זענען געגאנגען א פאר וואוילע אידן פונ'ם צד שכנגד. און זיי האבן געדינגען א גוי אז ער זאלל קומען נאכ'ן זמן פון כניסת שבת קודש און ער זאל אויסהאקן אלע לעמפלעך (די באלבס). כדי מ'זאלל עס נישט קענען פאררעכטן... 🙄 ס'איז דא נאך א סאך וואס צו פארציילן. אבער מיר וועלן עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט...!
וואלוויווי די טראנסילוואניע אידישער צייטונג (ספינקא געשטומט) שרייבט ערגעץ אז "די טייטלבוים'ישע האבן עם אזוי אן געמאקעלט אז זיי האבן ארלעדיגט אז יענער זאל קיין קינדער שוין מער נישט קענען האבן..."
אפילו די מחלוקת צייטונגען האבן אמאל געהאט א חן
שלום על ישראלנישט מיטגעהאלטן די שמועס פון אנפאנג, אבער כ'האב הנאה ווי דער עולם האט ארויס די סאטמארע חזר'יי, אויפגעפאסענדיג עס ביים לערנען...
לא אמרה ר״ע להאי הלכה כאותו תלמיד אלא לחדד התלמידים שישימו ליבם לתורה ויאמרו פלפול מלבם
געוואלדיגדאס איז שוין א חידוש נפלא זאגן אז די הלכה איז ווי איינעם כדי צו אויסלויבן זיין סברא כאטש די הלכה איז נישט אזוילא אמרה ר״ע להאי הלכה כאותו תלמיד אלא לחדד התלמידים שישימו ליבם לתורה ויאמרו פלפול מלבם
אין יוהכ״פ ולא החטאת ולא האשם הכפרים אלא על השבים המאמינים בכפרתן וכו׳ אבל המבעט ביוהכ״פ אין יוהכ״פ מכפר לו.
עכו״ם ששבת חייב מיתה, פירש״י ששבת ממלאכתו יום שלם, שנאמר יום ולילה לא ישבותו, אמר רבינא אפילו שני בשבת.
berlbalagulehגעוואלדיג: און וויאזוי איז דער דין וועגן א ישראל ששבת, יום שלם ואינו עושה מלאכה, בשני בשבת, ואפילו בשלישי וברביעי בשבת...?!
געוואלדיג
ער טאר נישט רוהען קיין טאג לאו דווקא שבת
בן אדםגעוואלדיג
ער טאר נישט רוהען קיין טאג לאו דווקא שבת
ווען א גוי רוהט, איז עס נישט א גוטע סימן, ווייל ווער ווייסט וואסארא פלענער ער גרייט זיך אן דעמאלטס... און פארדעם איז ער חייב מיתה, שלא יוכל להוציא אל הפועל זממו הרע אשר חישב לעשות.
שהיה ירא שלא ינצלו מצרים מעשר מכות בעבורו אם יקבר במצרים, שהרי נקרא ישראל שה פזורה ומצרים נקראים חמורים שנאמר אשר בשר חמורים בשרם, וכתיב ופטר חמור תפדה בשה
גד גדוד יגודנו. וא''ת כיון שיהיו לו חיילות במה יפרנסם שהרי צריך עושר גדול, על כן כתיב אחריו מאשר שמנה לחמו,
שיהיה עשיר יותר מאשר ויוכל להספיק מזון לכל חילותיו.
יעקב מענטשקל וחומראין צוואת הריב"ש שטייט וז"ל: התפלה הוא זיווג עם השכינה וכמו שבתחילת הזיווג ניענוע כן צריך לנענע עצמו בתפילה בתחילה. ואחר כך יכול לעמוד כך בלי ניענוע ויהיה דבוק להשכינה בדבקות גדול.
זאל א היינטיגע רבי זיך ווייגן צו זאגן אזאנס ביים טיש...
דער ריב"ש האט עס דאך אויך נאר געזאגט אין זיין צוואה (בפשטות סמוך למיתתו) ווייל אם לא עכשיו אימתי... איז דאך געדרינגן אז ס'באלאנגט נישט ביים טיש!
געוואלדיג האט געשריבן:אונז ווייסן מיר אלע די גמ׳ אז חנינא בני די לו בקב חרובין מע״ש לע״ש, פשוט פשט ער באגענוגט זיך מיט דעם.
אבער די גמ׳ )חולין פו.( זאגט אונז אז פשט איז פונקט קאפויער.
״כי מהניא זכותייהו אעלמא, אדידהו לא, כדרב יהודה אמר רב כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני ןחנינא בני די לו וכו׳״
ממש פארקערט זיינע זכותים קלעקן פאר די גטנצע וועלט אויזער איהם...