מאנטאג פרשת חיי שרה, כ' חשון. (ח"ב)
נאכן דאווענען זענען אונז אריין צו לינקס פונעם כותל, ווי דער כותל איז ממשיך אונטער אלט שטאט. די שטיינער, וואס טייל זענען גאר אלט, איז הערליך שיין. מיר האבן מברר געווען אינפארמאציע איבער ווי מ'קען באזוכן אינעם רובע היהודי און זיך גענומען קריכן די פילע שטיגן אריין אין שטאט.
פרישטאג האבן מיר געגעסן אויפן דאך פון חב"ד, וואס איז הויעך אנקעגן די מקום המקדש. בעת וואס מיט די רעכטע אויער האבן מיר נאך מיטגעהאלטן די בר מצות פון אונטן, האט די לינקע אויער מיטגעהאלטן, ווי א טור גייד פארקויפט פאר זיין אמעריקאנע גרופע פאנטאסטישע מעשיות איבער ישו. ער האט אנגעוויזן מיט א געמאכטע זעלבסטזיכערקייט, אז פון יענעם טורעם דארט.. (נא, איר זעהט נישט יענע.. וועלכע פרעגן זיי, ס'דא צוואנציג?) איז יאשקע ארויף אין הימל.
איינער פון די קריסטליכע תלמידי חכמים ציהט ארויס א בייבל און פרעגט קשיות ווי א בריסקער למדן, אבער די טור גייד האלט שוין ביים נביא מוחאמד. "מ'וועט שפעטער אין באס רעדן לומדות" שאקלט זיך אפ דער ישראלי טור גייד.
אונז זענען ממשיך אביסל ווייטער, און א מאן פַּאפּט ארויס פון א בנין, און דערקלערט, וועלקאם צו "אש התורה". אש התורה איז די וועלט בארימטע תשובה ארגאנעזאציע, וואס פארמאגט אן א שיעור פראגראמען און ישיבות איבער די וועלט. איך וואונדער מיך, וואס איז די גרויסע שמחה ער האט געטראפן אין מיר, ער זעהט איך דארף תשובה טוען? ניין, ער וויל אונז ארויפשיקן אויפן דאך, פון ווי מ'קען זעהן די גאנצע ארום, "פיל העכער פון סיי וועלכע אנדערע פונקט" דערקלערט ער. איך לאז מיך איבערעדן, באצאהל צעהן שקל לגלגלת און מ'פארט ארויף מיט'ן עלעוועטער.
אויפן דאך האט זיך אנטפלעקט אן ערהאבן בילד פונעם גאנצן ארום. די דאך איז העכער ווי דער הר הבית, ממילא קען מען פון דארט אראפקוקן אויפן הר הבית. א וואונדערליכע אויסקוק. ווען אויף רעכטס און לינקס זעהט מען אראבישע שטעט, זעהט מען אינדערמיט די הר הזיתים און די הר הבית פון דערנאנט. דער "ירושלים הרים סביב לה" איז באצירט מיט בנינים און ביימער פון אלע קאלירן. א לידל פון "יפצחו לפניכם רנה" זינגט זיך אונטער, בשעת ס'פילט זיך אין הארץ אזוי אנגענעם און פרידליך. אבער דער מח איז נישט פארנארט אז ס'איז ירושלים בדיוטה התחתונה. פארכאפט צווישן גלות, מלחמה און טעראר.
מיר זענען ווייטער ממשיך אריין אין שטאט, דורך בא'חנ'טע געדרייטע געסעלעך מיט שטיגן ארויף און אראפ. ס'ווערט פרייליך ווען מיר לאזן זיך אראפ אויף א קליינע ארט געשעפט. די מעלער, אנגעטון אין ווייס, באצירט מיט א געל ווייסע בארד, באגריסט אונז אין ענגליש, ווי עס פאסט אויפצונעמען אמעריקאנע געסט מיט דאלארן אין טאש. ער לייגט ארויף זיינע צוויי הענט אויף מיין קאפ, און שרייט מיט א ברען, יברכך ה' וכו', בעת ארום שטייען צענדליגע טוריסטן און בליצן בילדער פונעם מחזה הוד. נישט געפערליך, ס'וועט בלייבן א זכר עולם פון מיר אין פילע פאטא אלבומס ארום די וועלט. מיר בלאזן, אדער בעסער געזאגט, שפייען אריין אין זיין מעטער לאנגע שופר, און מ'לאזט אפאר דאלארן פאר פדיון.
מיר הייבן אן מיט די "מקדש אינסטעטוציע". די "מקדש אינסטעטוציע" איז א מכון וואס גיבט זיך אפ מיט'ן צוגרייטן די כלים פאר די מקדש השלישי. זעהט אויס זיי האבן שוין געשריבן קאנטראקט מיט משיח בן יוסף און די מלאכי השרת. דאס איז זעכער, אז זייער מוזעאם מיט פילע פון די כלים פארענדיגט, איז זייער אינטערעסאנט. מיר גייען דורך יעדע פון די פיר צימערן וואס רעפרעזענטן אנדערע חלקים פון די מקדש, און עס טוליעט אין הארץ צו זעהן די כלים מיט זייער הלכה'דיגע מאס.
דער בית השרוף מוזעאם איז גלייך דערנעבן, אבער היות די שורות זענען געווען אויסטערליש לאנג, האט מען זיך געוואנדן צום ככר חורבת רבי יהודה החסיד. אין ככר חורבת רבי יהודה החסיד שטייען ארויס בעיקר דריי אינטערעסאנטע פלעצער:
1. בית המדרש הרמב"ן. די בית המדרש הרמב"ן איז פרעזעווירט פון אינעווייניג. געבויעט 800 יאר צוריק, איז זי לכאורה די עלטסטע עקסעזטירענע שוהל אין ארץ ישראל. ס'איז א הערליך בילד צו זעהן ווי אידן לערנען דארט בחברותא, כאילו זיי זענען א המשכה פון א רייכע תקופה אין כלל ישראל. זיי ווענדן צו אונז שארפע בליקן ווען אונז כאפן בילדער, אבער זיי זענען מקיים די ווערטער פון מייסד הביהמ"ד אין אגרת הרמב"ן: "תִּתְהנַהֵג תָּמִיד לְדַבֵּר כֹּל דְּבָרֶיךָ בְּנַחַת, לְכֹל אָדַם וּבְכֹל עֵת" און בעטן אונז שיינערהייט צו גיין ווייטער.
2. בית הכנסת רבי יהודה החסיד. א טבלא אינעם חצר לויטעט אז "די ביהכ"נ פון רבי יהודה החסיד איז חרוב געווארן דרייצן הונדרעט יאר צוריק, דורך רייכע אראבער, וואס זענען נישט געווארן באצאלט פאר די מארגעזש". די בנין איז נתחדש געווארן אפאר יאר צוריק דורך אפאר פילאנטראפן, און איז יעצט א ישיבה מיט דריי הונדרעט בחורים און יונגעלייט. וואס זאל איך אייך זאגן, דער בית המדרש איז א זעלטענע יופי. פון די פענסטער צו די בענק, פון די בימה צו די צוויי שטאקיגע ארון קודש, וואס האט נישט זיינס גלייכן אין די וועלט. איר קאליר איז גאלד און ענדעלט צו די ש"ס ווילנא שער בלאט. אירע פרטים זענען א ארטיסטישע קונצליכע וואונדער.
3. גאר נאנט צום ככר איז די באקאנטע שוק פון די צייטן פון די רוימער, באקאנט אלץ "די קורדא". גאר א ברייטע גאס, מיט רוימעשע עפאכע זיילן ביי ביידע זייטן. דא איז געווען די צענטער פון שטאט פאר צוויי טויזענט יאר צוריק. מיר טרעפן אויך היילן, וואס שיינט צו זיין סטארעזש פלעצער פון אונטער די שוק, ווי מ'פלעגט האלטן סחורות און עסנווארג.