Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שנונות ומשונות - לבית בריסק

שנונות ומשונות - לבית בריסק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
198 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 263 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9840
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:00 pm#310322
שנונות ומשונות - לבית בריסק
א גוטן טייערע ידידים לבית הקפה.

ווי באקאנט זענען דא פארשידענע עדות, און מהלכים, אין [חרדי'שן] אידישקייט. ס'זענען דא חסידים, ליטאים, ספרדים, תימנים, ליובאוויטשע, חזון-איש'ניקעס, און 'בריסקע'...

נארט אייך נישט. 'בריסק', איז א בריה בפני עצמה. טאקע נענטער צום ליטווישן וועלט, אבער פארט אן אייגנארטיגער מהלך המחשבה, מהלך הלימוד, מהלך הפסק, און מהלך החיים.

דא אינעם 'שמייכל' אפטיילונג גיי איך מיך נישט אריינלאזן אדורכצואקערן די פילאזאפיע פון 'בריסק'. אבער דער וואס פארשטייט די יסודות פון זייער שפראך [און אפילו ווער נישט], וועט זיכער געפונען אינטערעסע אין דיזן אשכול.

שוין א לענגערע וויילע וואס איך בין מלקט ווערטלעך וואס האבן א שייכות מיט 'בריסק'. דאס נעמט אריין ווערטלעך וואס די בריסקע גדולים האבן געזאגט במשך הדורות, צו גאר ווערטלעך אויף זייער חשבון. ווערטלעך וואס ברענגען ארויס לשבח די בריסקע געדאנקנסגאנג, און ווערטלעך וואס מאכן ליצנות פונעם בריסקן קו. ווערטלעך וואס זענען באשטעטיגט אלס ריכטיגע בדיחות וואס זענען געזאגט געווארן, און ווערטלעך וואס זענען 'עממי' אן קיין מקור, אבער פאסן אריין אינעם בריסקן שניט. פשוט אז די נאמען 'שנונות ומשונות' איז אממערסטנס צוגעפאסט פארן בריסקן מהלך, והמבין יבין.

על כן אמרתי, אל תמנע טוב מאנ"ש, און וואו דען זאל מען דערציילן אזעלכע געהויבענע ענינים ווי דא אין קאווע שטיבל. אי"ה וועל איך ארויפלייגן כסדר פרישע ווערטלעך - בתנאי אז דער עולם וועט צייגן אינטערעסע, און ווילאנג דער עולם וועט הנאה האבן וועל איך אי"ה אנגיין. יעדע ווערטל וועט אי"ה באקומען א נומער פאר זיך.

אזוי אויך, ווער עס האט א גוטס פון 'בריסקע ווערטלעך', זאל עס אויך ארויפלייגן - מיטן פרישן נומער אינעם רייע.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:14 pm#310325
הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג האט אמאל געהערט איינע פין די בריסקע זיך מוטשענען ביי קריא"ש ששממעע ישרא-- שש-- ששמעע-ע-ע ישראל וגו' גייט ער צי צי איהם און זאגט די משנה אין ברכות קלערט צי קרא (קריאת שמע) ולא דקדק באותיותיה יצא אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז דקדק ולא קרא איז לכו"ע לא יצא
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:16 pm#310327
2.

ווי באקאנט, איז דער גרי"ז געווען א היבשער מתנגד [אנדערש ווי רבי חיים און די בית הלוי]. פארשידענע וויצן זענען געזאגט געווארן איבער דעם.

איינמאל איז איינער אריין צו אים פרעגן, פארוואס ביי די חסידים ארבעט עס אז די גדלות פון די אדמורי"ם מעסט זיך לויט די צאל חסידים זיי האבן. האט אים דער 'רב' געענטפערט: דו זעסט דא אויפן טיש אז לעבן מיר ליגט א בעכער, און אויף די אנדערע זייט טיש ליגן די לייכטער? זאגט אים יענער: יא, אודאי.

פרעגט אים דער רב: אויב ס'וועלן אריינקומען צען מענטשן און זאגן אז די בעכער ליגט לעבן די לייכטער, וועסטו זיי גלייבן? זאגט אים יענער: אודאי נישט! פרעגט דער רב ווייטער: און אויב 100 מענטשן וועלן דיר זאגן אז זיי ליגן איינס לעבן די אנדערע, וועסטו זיי גלייבן? ענטפערט אים יענער: ניין, אבער כ'וועל מיך וואונדערן וויאזוי ס'קען זיין אזויפיל מענטשן זאלן מאכן א טעות.

פרעגט אים דער רב: און אויב טויזנט, צו צען טויזנט מענטשן וועלן דיר אזוי זאגן, וואס וועסטו דעמאלס זאגן? זאגט אים יענער: כ'וועל חושש זיין אז אפשר האב איך אן אילוזיע און כ'זע נישט גוט. ווייל ס'נישט מסתבר אז טויזנט מענטשן מאכן א טעות.

זאגט אים דער רב: אט אזוי ארבעט עס. דו קענסט זען די פאקטן קלאר, אבער אז אפאר טויזנט מענטשן זאגן א שקר אין פנים אריין, וועסטו גלייבן די שקר ענדערש ווי דער אמת וואס דו זעסט מיט דיינע אייגענע אויגן...
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:21 pm#310329
3.

דער גרי"ז איז אמאל געגאנגען אין גאס אליינס, און לעבן אים איז אדורך אן אדמו"ר באגלייט מיט א גאנצע פמליא. פונקט איז אדורך א איד, האט ער א פרעג געטאן דער רב: פארוואס דער אדמו"ר דארף האבן א גאנצע סטאדע וואס באגלייט אים, און דער רב גייט אליינס אין גאס?

האט אים דער גרי"ז געענטפערט: דער זון וואס איז גרויס, איז אליינס. די לבנה, וויבאלד מ'האט איר קליין געמאכט, דארף זי האבן אסאך שטערנס אלס באגלייטער'ס...
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:26 pm#310331
4
ונבנתה העיר האט געשריבן:אינעם היינטיגן דף האט מען געלערנט אז מען דארף מאריך זיין אינעם ד' פון אחד.

איז דאך עס פון די עבודות קשות שבמקדש מאריך צו זיין אין א ד', איז געווען א בריסקער וואס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן האט ער מרוב כעסו אויסגעשריגן אחדדדדדדד עז אין דעוויד....
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:31 pm#310332
5
ונבנתה העיר האט געשריבן:מען האט געפרעגט חיים דעם רב'ס פארוואס די סאלאווייציקס זענען נישט מחמיר זיך פודה צו זיין מספק אפשר זענען זיי נישט קיין לויים, האט ער גענטפערט: אויף יענעם צד זענען מיר אויך נישט קיין סאלאווייציקס...

----------

אלס קינד האט ער זיך אמאל געשלאגן מיט א ברודער, ווען דער טאטע איז געקומען זאגט ער איהם אז יענער האט קודם אנגעפאנגען, פרעגט איהם דער טאטע: פארוואס האט ער זיך נישט אנגעפאנגען מיט מיר? זאגט חיים: אלא מאי האב איך אנגעפאנגען? פארוואס האב 'איך' זיך נישט אנגעפאנגען מיט דיר?...
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:19 pm#310348
6.
אויף חיים פארציילט מען אויך אז אמאל נאך א געשלעג איז ער געקומען וויינען צום טאטן: טאטע! מאיר'קע האט מיר געוואלט שלאגן. פון וואנעט ווייסטו -פרעגט אים דער רב- אז ער האט דיר געוואלט שלאגן. א ראי' האסטו -טענה'ט חיים'קע- ווייל ער האט מיר געשלאגן... -איז זאג'זשע אז ער האט דיר געשלאגן. אוי טאטע -ענטפערט חיים'קע- אויף דעם האב איך ניט קיין ראי' !!
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:29 pm#310350
מ'האט אמאל געטראפן חיים ארומלויפן מיט א קינדער וויגאלע (קערידזש), און אינדערווייניג איז געווען א "קצות". ווען מ'האט עם געפרעגט וואס דאס מיינט האט ער געזאגט "וואס הייסט, ער רעדט דאך ווי א קינד"...
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:35 pm#310352
חיים האט מען אמאל געזען ארייננעמען מיט זיך א "רמב"ם" אין בית הכסא. נא...! די הייליגע רמב"ם...? האט מען עם פארגעהאלטן. אבער חיים האט געטענה'ט: וואס מיינט איר, דער רמב"ם אליין איז נישט געגיינגען אין בית הכסא....?
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:51 pm#310355
די מיינסט מסתמא לתפארת מליצה.
איך וועל דיר אבער דערציילן אן אמת'ער מעשה, געווען אן עלטערער בחור אין וויליאמסבורג דערשקוביץ איינער, ער איז געווען א אינטערעסאנטע בריה און א ת"ח עצום, איז ער אריין אמאל מיטן ספר חזון איש אין ביה"כ, אויפן פראגע מיט וואונדער מאי האי, האט ער געענטפערט: "איך בין נאך געווען מיטן מחבר הספר 'אלעינס' אין בית הכסא"...
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:30 pm#310359
9
איינער פון די בריסקער סלאווייטשיק'ס רופט זיך אמאל אן צו זיין חבר: "עס קומט מיר א מזל טוב, איך האב געבוירן א קינד".
נו, זאגט אים דער חבר, האסטו שוין כהנים גרייט.
אבער מיר זענען ניט קיין כהנים מיר זענען לויים אייסערט זיך דער סלאווייטשיק.
אבער איר זענט נישט חושש אז איר זענט נישט קיין לויים, איר זענט דאך א בריסקער, ניין?
על צד אז איך בין ניט קיין לוי דאן בין איך קיין בריסקער אויך ניט.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:48 pm#310362
10
מען פארציילט אויף בריסקער רב'ס טאכטער ליפשא, זי פלעגט יעדער וואך ביים ליינען אריינשרייען פון די אנדערע זייט מחיצה צום בעל קורא מיט אירע דיוקים, דער בעל קורא האט געפילט אין א מצב פון 'עד כאן'! ביי פרשת וישב האט ער געליינט "שכבה עמו" זי גיט א קוויטשע: שכבה עמי!!!

פון דאן און ווייטער האט מען פון איר שוין נישט געהערט...
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:03 am#310367
דא קען מען נאשן א סך. די מעשה פון שש איז אות פב בשינוי קצת.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:35 am#310376
11
מ'דערציילט אז א בריסקער האט זיך אראפגעווארפן פון אלע סטעפס פון זיין הויז. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט דאס געטון. האט ער געענטפערט (מיט זיינע לעצטע כוחות) ווייל ער איז חושש אפשר שטאמט ער פון המן'ס טאכטער, וואס זי איז דאך געווען מזרע עמלק...!
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:46 am#310377
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איינער פון די בריסקער סלאווייטשיק'ס רופט זיך אמאל אן צו זיין חבר: "עס קומט מיר א מזל טוב, איך האב געבוירן א קינד".
נו, זאגט אים דער חבר, האסטו שוין כהנים גרייט.
אבער מיר זענען ניט קיין כהנים מיר זענען לויים אייסערט זיך דער סלאווייטשיק.
אבער איר זענט נישט חושש אז איר זענט נישט קיין לויים, איר זענט דאך א בריסקער, ניין?
על צד אז איך בין ניט קיין לוי דאן בין איך קיין בריסקער אויך ניט.

ונבנתה העיר האט עס שוין געברענגט אויבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:מען האט געפרעגט חיים דעם רב'ס פארוואס די סאלאווייציקס זענען נישט מחמיר זיך פודה צו זיין מספק אפשר זענען זיי נישט קיין לויים, האט ער גענטפערט: אויף יענעם צד זענען מיר אויך נישט קיין סאלאווייציקס...



דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מען פארציילט אויף בריסקער רב'ס טאכטער ליפשא, זי פלעגט יעדער וואך ביים ליינען אריינשרייען פון די אנדערע זייט מחיצה צום בעל קורא מיט אירע דיוקים, דער בעל קורא האט געפילט אין א מצב פון 'עד כאן'! ביי פרשת וישב האט ער געליינט "שכבה עמו" זי גיט א קוויטשע: שכבה עמי!!!

פון דאן און ווייטער האט מען פון איר שוין נישט געהערט...

דאס האב איך שוין געזען אין אן אלט ביכל, דערציילט אויף אדל, די טאכטער פונעם בעש"ט [די ביכל איז זיכער עלטער ווי ליפשא].
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:54 am#310378
שש משזר: הגם איך וועיס נישט (סקווערע רעבע שליט"ע) אוואו ליפשא/ליפשע (כ'בין שוין אויך געווארן א שטיקל בריסקער) האט געוואוינט. אין ארץ ישראל אדער אין די ליטא. קלינגט/קלונגט דער וויץ/דזשאוק דאך בעסער ווען מ'פארציילט עס אויף א"י. ווייל אז זי האט ארויסגעשריגן פון ווייבער שול די ווערטער אין עברית, איז די דזשאוק א סאך שטערקער...והמכין יכין... :lol: :roll:
ניין. דו דארפסט נישט קיין נייע בריללן...!
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:35 am#310382
ריכטיג האט געשריבן:דא קען מען נאשן א סך. די מעשה פון שש איז אות פב בשינוי קצת.

כ'בין אדורך יענע קונטרס'ל. כ'ווייס נישט ווער דער מחבר איז, אבער ס'שמעקט פון אזא קנאי [ועוד...] ווי רבי אליקים שלעזינגער. במחילה מכבודו של הגרי"ז, אבער נאכן ליינען דעם קונטרס'ל באווייזט זיך נישט אזא ליבליכע גאון ווי מ'וויל אים פארקויפן אין די אפיציעלע מעשה ביכלעך אויף אים.

--------------
לעצם הענין, איז כמעט אלעס דברי השקפה וכדומה, חוץ פון די צוויי גוטע פאלגענדע מעשיות:

10.

דער גרי"ז האט געזאגט, אז דער גרעסטער תלמיד חכם צווישן די אדמורי"ם, איז געווען דער אבני נזר פון סאכאטשאוו, און טאקע דערפאר האט ער קוים געהאט חסידים... איי דער שפת אמת פון גור האט געהאט א ריזן ציבור, כאטש ער איז געווען א ריזן תלמיד חכם, איז דער סיבה - ווייל זיינע חסידים האבן נישט געוואוסט אז ער קען לערנען...

[הערת שש משזר: ער איז טאקע געווען א פארביסענער, אבער קיין היסטאריקער אין חסידות איז ער נישט געווען. דער צאנזער רב, און אפילו דער שפ"א'ס פאטער - דער חידושי הרי"ם, זענען געווען ריזיגע ת"ח לכו"ע. חוץ מזה האבן נישט געפעלט אנדערע רבי'ס ת"ח. איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:40 am#310383
11.

דער גרי"ז האט געוואוינט אין ווארשע אלס יונגערמאן, און ער האט געדאווענט אין א גערע שטיבל וואו אסאך חשוב'ע גערע חסידים האבן געדאווענט, און זיי פלעגן אים שטענדיג מוטשענען מסביר צו זיין וואס איז פשט פון די גרויסע התנגדות פון די ליטווישע גדולים צו חסידות, און דער גרי"ז פלעגט זיך ארויסדרייען פון ענטפערן.

איינמאל האבן אים די חשוב'ע חסידים ארומגערינגלט און געפרעגט דערוועגן, און ער האט זיך נישט געקענט ארויסדרייען. האט ער זיי געזאגט: זאגטס מיר וואס זענען די יסודות החסידות, און איך וועל ענק זאגן פשט אין די התנגדות...

האבן די חסידים זיך אפגעפעקלט פון דארטן אנעם זאגן א ווארט...
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:26 am#310401
האסט א גוטן חוש, דאס איז טאקע ר' אליקים. א צענזורירטע ווערסיע דערפון - צוזאמען מיט זכרונות פונעם חזון איש - האט ער אפיציעל געדרוקט אין א ספר'ל "הדור והתקופה".
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:56 am#310403
שש משזר האט געשריבן:
[הערת שש משזר: ער איז טאקע געווען א פארביסענער, אבער קיין היסטאריקער אין חסידות איז ער נישט געווען. דער צאנזער רב, און אפילו דער שפ"א'ס פאטער - דער חידושי הרי"ם, [שש, עס פאסט נישט פאר דיר] זענען געווען ריזיגע ת"ח לכו"ע. חוץ מזה האבן נישט געפעלט אנדערע רבי'ס ת"ח. איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].
[quote="שש משזר"]
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:18 pm#310406
12
כידוע האבן זיך די בריסקע אייביג געדרייט מיט שירעמעס ווי אלע בילדער פונעם גרי"ז אין שווייץ וכו'
האט איינער אמאל גיזעהן חיים שפאצירן מיט א שירעם אין די האנט אין א שיינעם טאג
פרעגט אים יענע חיים פארוואס גייט איר מיט א שירעם?
זאגט ער ווייל אין בריסק רעגנט
פרעגט ער אים אויב אזוי פארוואס מאכט איר עס נישט אויף?
זאגט אים חיים ווייל איך ווער ניט נאס!
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:37 pm#310411
דער סבה פאר'ן אויסלאזען דער חידושי הרי"ם איז בדייקא. זיי האלטען איהם פאר א קרומע. מ'האט געזאגט פאר דער גרי"ז אז אלע שטיקלעך ר' חיים שטייט שוין אין חידושי הרי"ם. האט ער גע'ענטפערט "יא, אבער דארט שטייען אנדערע זאכען אויך!"
וועגען דער דברי חיים האב איך געהערט אז זיי זאגען ער איז גארנישט חסידיש געווען. אזא מעשה האב איך געהערט. ווען מ'האט זיך געשלאגען מיט רוזין, האבען די סאדגערער חסידים געזאגט אז דער דברי חיים ווייסט נישט פון חסידות בכלל, "ווי האט ער געלערנט? ביי וועמען?"
די צאנזער קינדער האבען גע'ענטפערט אז בעיקר האט ער געלערנט פון די ספר וואס מ'האט מייחס געווען צו ר' מענדעלע וויטעבסקער.
למעשה איז דער ספר פון ר' מענדעלע שקלאווער מתלמידי הגר"א. דעריבער איז ער גארנישט חסידי'ש געווען.
עכ"פ כך שמעתי ברחוב הבריסקאי
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:50 pm#310413
ליטוואק איך האב זייער הנאה אז האסט געלייגט דער תגובה אין די שמייכל אפטיילונג :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:53 pm#310415
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
איך האב זיך פאררופען אלס בריסקער? יא, איך האב געלערנט דארט און מיין ברידער לערנען נאך דארט, אבער שטותים בלייבט שטותים.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:56 pm#310416
צו וועמען רעדסטו?
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:34 pm#310478
איבער פרשת בריסק-קאטלער, איז אויך דא אסאך גוטע ווערטלעך. ליידער געווען א מיאוס'ע פרשה וואס האט צוריסן די גדולי ישראל בשעתו.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:36 pm#310479
צוריק צום שמייכל ביטע :D :D :D :lol: :lol: :lol:

ATUB @berlbalaguleh ATUB וואו ביסטו ווען מען דארף דיר?
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:41 pm#310480
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
אין בריסק האלטען זיי אז דאס איז א קרומע. וואס ווילסטו פון מיר? איך האב נאכגעברענגט קוריאזען פון בריסק, האסטו טענות אז ס'איז קוריאז? !
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:46 pm#310482
16.

פאר די פאלגענדע ווערטל דארף מען פארשטיין די חילוק פון די ישיבות:

געווען אמאל א חברונ'ער, א פאנאוויזשער, און א בריסקער, בחור, וואס זענען געוואויר געווארן בעצם יום השבת אז זייער מאמע איז א גוי'טע, און לויט דעם זענען זיי גוים וואס טארן נישט היטן שבת ווייל 'גוי ששבת חייב מיתה'.

דער חברון'ער בחור איז גלייך געפארן צום ביטש, דער פאנאוויזשער בחור האט אנגעצינדען א צוגארעטל און פאררייכערט איבער א שווערע רמב"ם, און דער בריסקער בחור איז גלייך אהיימגעלאפן עפענען א פלאש סאדע...
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:52 pm#310483
17.

א בריסקער איז געזעצן פאר'דביקות'ט אין ביהמ"ד, ווען עפעס א ברסלבער נ-נח האט מחליט געווען דארט צו מאכן התבודדות.
דער ברסלבער הייבט אן מיטן נ-נח סלאגאן: רבינו נַ!
דער בריסקער מאכט: ששששששש!
דער ברסלבער: נַח!
דער בריסקער: שששששששששש!
דער בסלבער: נַחמַ!
דער בריסקער: שששששששששששששש!
דער ברסלבער: נַחמַן מאומן!
דער בריסקער: ששששששששששששששמע ישראל...


[יענער האט געמיינט אז ער שישקעט. ער האט פשוט אנגעהויבן ליינע ק"ש...].
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:10 pm#310486
ליטוואק, די לייק איז פאר די גאנצע תגובה חוץ פון די לעצטע שורה, היות ביז אהין בין איך מסכים מיט כמעט יעדער ווארט. אבער איך בין מוחה נמרצות.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:16 pm#310488
נהורא נפישא האט געשריבן:https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%9D_%D7%9E%D7%A0%D7%93%D7%9C_%D7%9E%D7%A9%D7%A7%D7%9C%D7%95%D7%91

ייש"כ.
דארט זעט מען אז ער האט געלערנט אין א געוויסע ספר פון רבי מענדל שקלאווער וואס ער האט געמיינט אז ס'איז פון רבי מענדעלע וויטעפסקער.
פון דארט ביז צו זאגן אז 'פון יענע ספר האט ער זיך געלערנט חסידות', איז אזויווי צו זאגן אז סאטמארער רב האט מקבל געווען זיין דרך פון ליקוטי מוהר"ן, ווייל ער האט זיך אפיציעל אמאל אויסגעדריקט אז ער רעדט צום היינטיגן דור...
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:29 pm#310491
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
שש משזר האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:דא קען מען נאשן א סך. די מעשה פון שש איז אות פב בשינוי קצת.

כ'בין אדורך יענע קונטרס'ל. כ'ווייס נישט ווער דער מחבר איז, אבער ס'שמעקט פון אזא קנאי [ועוד...] ווי רבי אליקים שלעזינגער. במחילה מכבודו של הגרי"ז, אבער נאכן ליינען דעם קונטרס'ל באווייזט זיך נישט אזא ליבליכע גאון ווי מ'וויל אים פארקויפן אין די אפיציעלע מעשה ביכלעך אויף אים.

--------------
לעצם הענין, איז כמעט אלעס דברי השקפה וכדומה, חוץ פון די צוויי גוטע פאלגענדע מעשיות:

10.

דער גרי"ז האט געזאגט, אז דער גרעסטער תלמיד חכם צווישן די אדמורי"ם, איז געווען דער אבני נזר פון סאכאטשאוו, און טאקע דערפאר האט ער קוים געהאט חסידים... איי דער שפת אמת פון גור האט געהאט א ריזן ציבור, כאטש ער איז געווען א ריזן תלמיד חכם, איז דער סיבה - ווייל זיינע חסידים האבן נישט געוואוסט אז ער קען לערנען...

[הערת שש משזר: ער איז טאקע געווען א פארביסענער, אבער קיין היסטאריקער אין חסידות איז ער נישט געווען. דער צאנזער רב, און אפילו דער שפ"א'ס פאטער - דער חידושי הרי"ם, זענען געווען ריזיגע ת"ח לכו"ע. חוץ מזה האבן נישט געפעלט אנדערע רבי'ס ת"ח. איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].

ואפשר ליישב אז די אנדערע רביים האבן ניט ׳געקענט לערנען׳ במושגים של בריסק ווארום זייער דרך הלימוד איז געווען די דרך הפולפול, משא״כ די אבני נזר מיטן שפת אמת וואס זייער דרך הלי׳ איז מער קאנצעטרירט אויף הבנה.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:35 pm#310492
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
גראדע אינטערסאנט אז דער אבני נזר איז יא אנגענומען אין ליטא ווייל ער איז אויך היבש דרך פלפל הגם נישט אזוי ווי דער חידושי הרים אבער פארט
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:43 pm#310495
נישט אלע ליטוואקעס האבן געהאט א פראבלעם מיט פילפול. ס'געווען גאר אזעלכע וואס האבן דוקא עוסק געווען אין דעם, ווי למשל הגר"א קוטלר וואס האט אלס טאקע געלערנט חידושי הרי"ם.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:49 pm#310496
ייש"כ נהורא נפישא. איך האב געוואוסט אז ס'איז ברייט באקאנט אז ס'איז געשען דארט א גרייז מיט די ספרים.
אינטרעסאנט, איך האב א חסידיש'ע חבר אין לעיקוואוד וואס האט מיר אמאל געדארשנ'ט פארקערט פון וואס יענער דארט אין בחדרי חרדים וויל אויפטוהן. פון דאס אז מ'קען זיך אויסמישען איז א ראיה אז די גאנצע התנגדות איז געבויט אויף אומוויסענשאפט.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:51 pm#310497
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין בריסק האלטען זיי אז דאס איז א קרומע. וואס ווילסטו פון מיר? איך האב נאכגעברענגט קוריאזען פון בריסק, האסטו טענות אז ס'איז קוריאז? !

טעיתי כשה אובד. איך האב געמיינט אז דו ברענגסט דאס נאך כלומר אז דו האלסט גענוי ווי זייער אגדה. נישט געכאפט אז דו ברענגסט דאס נאך אין דעם אשכול צו ווייזן אביסל די 'מאדנע' זייט פון בריסק.

האב איך אומזיסט געשריגן אויף דיר, אבקש מחילת כבודך בפני כל קהל עם ועדה! :oops:
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:57 pm#310500
שש משזר האט געשריבן:
17.

א בריסקער איז געזעצן פאר'דביקות'ט אין ביהמ"ד, ווען עפעס א ברסלבער נ-נח האט מחליט געווען דארט צו מאכן התבודדות.
דער ברסלבער הייבט אן מיטן נ-נח סלאגאן: רבינו נַ!
דער בריסקער מאכט: ששששששש!
דער ברסלבער: נַח!
דער בריסקער: שששששששששש!
דער בסלבער: נַחמַ!
דער בריסקער: שששששששששששששש!
דער ברסלבער: נַחמַן מאומן!
דער בריסקער: ששששששששששששששמע ישראל...


[יענער האט געמיינט אז ער שישקעט. ער האט פשוט אנגעהויבן ליינע ק"ש...].

און איך האב געמיינט אז די דזשאוק וועט זיין אהן די ק"ש חלק, נאר וויפיהל מ'דארף שושקען...
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:09 pm#310522
18
א בריסקער האט זיך אמאל געטראפן אין א מצב ווי ער ברויך א ביה"כ, די נענסטע פלאץ איז געווען היכל שלמה, נאכן ענדיגן זיינע צרכים פרעגט אים א חבר היתכן? דער רב האט דאך גע'אסר'ט דאס אריינגיין אין היכל שלמה?

יא, "אריינגעין" האט ער גע'אסר'ט אבער "ארויסגעין" דאס האט ער ניט גע'אסר'ט.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:59 pm#310525
געהערט בשם ר' אברהם יהושע, אז מ'האט געהאלטן פון שפת אמת ווייל ער פרעגט גוט (כאטש אז אין דער תירוץ 'קריכט ער אן א זייט')
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:36 am#310533
/
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:42 am#310534
חידושי ר' חיים בן הגרי"ז,
m https://drive.google.com/file/d/0B0POTl ... sp=sharing m
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:56 am#310536
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועגען דער דברי חיים האב איך געהערט אז זיי זאגען ער איז גארנישט חסידיש געווען. אזא מעשה האב איך געהערט. ווען מ'האט זיך געשלאגען מיט רוזין, האבען די סאדגערער חסידים געזאגט אז דער דברי חיים ווייסט נישט פון חסידות בכלל, "ווי האט ער געלערנט? ביי וועמען?"
די צאנזער קינדער האבען גע'ענטפערט אז בעיקר האט ער געלערנט פון די ספר וואס מ'האט מייחס געווען צו ר' מענדעלע וויטעבסקער.
למעשה איז דער ספר פון ר' מענדעלע שקלאווער מתלמידי הגר"א. דעריבער איז ער גארנישט חסידי'ש געווען.
עכ"פ כך שמעתי ברחוב הבריסקאי


זייענדיג א דולה ומשקה מפי הרב מוואדריזש שליט"א בין איך סורפרייזט אז די ברענגסט עס נישט בשמו. איך האב עטליכע מאל געהערט פון אים די מעשה.
די כתבים זענען אנגעקומען צום דברי חיים און ס'אעז געשטאנען אז די מחבר איז הגאון ר' מנדל מטבריה (סיימתי ר' מנדל משקלאוו און סיי ר' מנדל וויטעפסקער האבן דארט געוואינט). נאכ'ן פטירה פון צאנזער רב האט מען געדריקט די ספר און געשריבן אז די מחבר איז ר' מנדלע וויטעפסקער. די קינדער פון צאנזער רב האבן געשריבן א ווארימע הסכמה. שפעטער איז מען אבער געוואר געווארן אז ר' מנדלע שקלאווער איז גאר געווען די מחבר.
די וואדריזשע רב האט צוגעלייגט אז די שינאווא רב האט נישט אינטערגעשריבן די הסכמה און כנראה אז מן השמים האט מען אים אפגעהיטן ווייל ער איז געווען מפורסם אלץ דער איש אמת.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 7:10 am#310555
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
איך האב דאס נישט געהערט פונ'ם וואודרידזשע רב. א גרויסען ייש"כ.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 11:26 am#310568
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א בריסקער האט זיך אמאל געטראפן אין א מצב ווי ער ברויך א ביה"כ, די נענסטע פלאץ איז געווען היכל שלמה, נאכן ענדיגן זיינע צרכים פרעגט אים א חבר היתכן? דער רב האט דאך גע'אסר'ט דאס אריינגיין אין היכל שלמה?

יא, "אריינגעין" האט ער גע'אסר'ט אבער "ארויסגעין" דאס האט ער ניט גע'אסר'ט.

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=202627#p202627
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:22 pm#310571
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א בריסקער האט זיך אמאל געטראפן אין א מצב ווי ער ברויך א ביה"כ, די נענסטע פלאץ איז געווען היכל שלמה, נאכן ענדיגן זיינע צרכים פרעגט אים א חבר היתכן? דער רב האט דאך גע'אסר'ט דאס אריינגיין אין היכל שלמה?

יא, "אריינגעין" האט ער גע'אסר'ט אבער "ארויסגעין" דאס האט ער ניט גע'אסר'ט.

דאכט זיך אז די ווערטל שטימט נישט ווייל ארויסגיין איז לכאורה א חסידישער אויסדריק @ליטוואק פון בודאפעסט איז וואר?
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:54 pm#310572
.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:02 pm#310575
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דאכט זיך אז די ווערטל שטימט נישט ווייל ארויסגיין איז לכאורה א חסידישער אויסדריק @ליטוואק פון בודאפעסט איז וואר?

ס'איז א דאורייתא, וכסית את וגו'
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:12 pm#310578
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס ווילסטו פון מיר? איך האב געזאגט אז ער ווערט א קרומע פון זאגען נאך זאכען? איך האב געזאגט אז דער צאנזער רב האט נישט געלערנט חסידות ביי קיינעם?
ווייז אויף ווי איך האב אזוי געזאגט, נאך דעם וועל איך דיר ווייזען ווי אין תורה שטייט אז מ'דארף הרגנ'ען.

געדענקט אלע, אונז זע'מיר יעצט אין שמייכעל




שמייכלען איז זייער שווער ווען מען א דין דערפון