Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שנונות ומשונות - לבית בריסק

שנונות ומשונות - לבית בריסק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
198 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 263 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9840
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:22 pm#314537
43.

מ'דערציילט אויף רבי חיים בריסקער, אז ווען איינער האט געוואלט קומען לערנען ביי אים אין ישיבה, האט ער יענעם געפרעגט די פאלגענדע שאלה, וועלנדיג זען צו יענער איז א כלי קיבול וואס איז ראוי לעבור על מפתן בית מדרשו:

חז"ל זאגן אז א מענטש קען נישט לעבן אן עסן דריי טעג און א ציה, און אן שלאפן דריי טעג אין א ציה. וואס טוט מען אויב א מענטש האלט יעצט א מינוט פאר ס'גייט זיך ענדיגן דריי טעג, וואס ער האט נישט געגעסן און נישט געשלאפן. ער האט יעצט נאר צייט אדער צו עסן אדער צו שלאפן, ביידע קען ער שוין נישט אספיען. אויב שלאפט ער, קומט אויס אז ער האט געהונגערט מער פון דריי טעג און ער גייט שטארבן, אויב עסט ער האט ער נישט געשלאפן פאר גאנצע דריי טעג און ער גייט ווייטער שטארבן.

וואס זאל דער מענטש טון צו בלייבן לעבן?!


[טראכט אריין. די תשובה איז נישט קיין 'טיפישע תשובה'].
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:29 pm#314538
יעצט נאכן טראכטן, הערטס די ענטפער:

די גאנצע שאלה איז אוממעגליך במציאות. אויב האלט ער יעצט א מינוט פאר ס'ענדיגט זיך דריי טעג אן עסן און שלאפן, פרעגט זיך די פראגע: וואס האט ער געטון א מינוט פאר די דריי טעג האבן זיך אנגעהויבן? אויב האט ער דעמאלס נישט געגעסן און נישט געשלאפן, דאן איז שוין יעצט אדורך 'גאנצע' דריי טעג, און ס'שוין נישט מעגליך ער זאל בלייבן לעבן. אויב האט ער דעמאלס געגעסן, איז שוין אדורך דריי גאנצע מעת לעת אן שלאפן. און הוא הדין אויב האט ער דעמאלס געשלאפן, איז שוין אדורך דריי טעג אן עסן. בין כך ובין כך קען ער במציאות שוין נישט לעבן.

קומט אויס, אז די גאנצע 'שאלה' הייבט זיך בכלל נישט אן...

***

דאס האט אויך א באזונדערע חשבון אין בריסק, וויבאלד די מעשה/חקירה דארף צו אנווייזן אויף איינע פון די בריסקע יסודות, אז צומאל אריינקלערנדיג אין קשיות וואס ווערן נולד אין די סוגיא אדער רמב"ם, דארף מען נאכגיין די יסוד הקושיא און צומאל זעט מען אז 'קשיא מעיקרא ליתא'.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 3:53 pm#314570
44.

מ'האט אמאל געפרעגט דעם גרי"ז, פארוואס ער ליינט ק"ש בדקדוק התיבות, איבערזאגנדיג ווערטער כסדר וכו'. האט דער רב געענטפערט, אז לו יצוייר איינער איז דיר שולדיג מיליאן דאלער, און ער צאלט דיך צוריק קעש, און דו האלסט אינמיטן ציילן הונדערטער'ס, און אינמיטן פאר'חשבונ'סטו זיך וואו דו האלסט, וואלסטו געגאנגען ווייטער אדער איבערגעמאכט דעם חשבון נישט צו פארפאסן קיין 'מיליאן' דאלער?!

האט דער רב פארענדיגט: ביי מיר, איז ק"ש ווערט מיליאן דאלער...!
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 3:58 pm#314572
45.

ווען דער גרי"ז האט חתונה געמאכט איינע פון די קינדער, האט ער נישט איינגעלאדנט זיין זון רבי חיים 'דער משוגענער'. ווען רבי חיים איז געוואויר געווארן דערפון, איז ער געווארן ווילד. ער האט גענומען א מונית צום חתונה זאל, און אנגעהויבן מאכן צעקות: 'מ'לאדנט נישט איין קיין אייגענע זון'?!, 'מ'לאדנט נישט איין קיין אייגענע זון'?!

ווען דער רב האט געזען וואס דא קומט פאר, איז ער צוגעגאנגען צו זיין זון, און זיך גענומען צוריקשרייען אויפן זעלבן נוסח: 'מ'דארף דען איינלאדענען אן אייגענעם זון'?!, 'מ'דארף דען איינלאדענען אן אייגענעם זון'?!... און רבי חיים האט זיך בארואיגט.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 4:08 pm#314575
שש משזר האט געשריבן:יעצט נאכן טראכטן, הערטס די ענטפער:

די גאנצע שאלה איז אוממעגליך במציאות. אויב האלט ער יעצט א מינוט פאר ס'ענדיגט זיך דריי טעג אן עסן און שלאפן, פרעגט זיך די פראגע: וואס האט ער געטון א מינוט פאר די דריי טעג האבן זיך אנגעהויבן? אויב האט ער דעמאלס נישט געגעסן און נישט געשלאפן, דאן איז שוין יעצט אדורך 'גאנצע' דריי טעג, און ס'שוין נישט מעגליך ער זאל בלייבן לעבן. אויב האט ער דעמאלס געגעסן, איז שוין אדורך דריי גאנצע מעת לעת אן שלאפן. און הוא הדין אויב האט ער דעמאלס געשלאפן, איז שוין אדורך דריי טעג אן עסן. בין כך ובין כך קען ער במציאות שוין נישט לעבן.

קומט אויס, אז די גאנצע 'שאלה' הייבט זיך בכלל נישט אן...

***

דאס האט אויך א באזונדערע חשבון אין בריסק, וויבאלד די מעשה/חקירה דארף צו אנווייזן אויף איינע פון די בריסקע יסודות, אז צומאל אריינקלערנדיג אין קשיות וואס ווערן נולד אין די סוגיא אדער רמב"ם, דארף מען נאכגיין די יסוד הקושיא און צומאל זעט מען אז 'קשיא מעיקרא ליתא'.

א"כ. לפי"ז ביניך אויך א שטיקל בריסקער. ווייל ביי מיר איז אויך די קושיא מעיקרא ליתא. נאר די שאלה איז אויב אין א"י נעמט מען מעדיקעיד. ווייל א סאך בריסקע חסידים קענען נוצן די או.סי./די.סי. טעראפי. און צאלן פון די קעשענע איז א ביסל א שווערע זאך...!
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 8:45 pm#314594
שש משזר האט געשריבן:
44.

מ'האט אמאל געפרעגט דעם גרי"ז, פארוואס ער ליינט ק"ש בדקדוק התיבות, איבערזאגנדיג ווערטער כסדר וכו'. האט דער רב געענטפערט, אז לו יצוייר איינער איז דיר שולדיג מיליאן דאלער, און ער צאלט דיך צוריק קעש, און דו האלסט אינמיטן ציילן הונדערטער'ס, און אינמיטן פאר'חשבונ'סטו זיך וואו דו האלסט, וואלסטו געגאנגען ווייטער אדער איבערגעמאכט דעם חשבון נישט צו פארפאסן קיין 'מיליאן' דאלער?!

האט דער רב פארענדיגט: ביי מיר, איז ק"ש ווערט מיליאן דאלער...!

זינט די גרינדונג פון ק"ש איז פארהאן אסאך וואס זאגן דעם סלאגאן....
מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:47 pm#316939
46.

מיין טאטע געדענקט נאך, ווי רבי חיים 'משוגענער' בן הגרי"ז, האט זיך ארומגעדרייט אין ירושלים מיט א קערידזש, וואס אינעווייניג איז געלעגן א 'קצות'. ער האט געזאגט, אז ער פירט אים אין קערידזש ווייל ער רעדט ווי א קינד...
מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:52 pm#316941
47.

א געוויסע גדול וואס איז נאך בין החיים, איז אלס בחור צו יוגערמאן געווען פון די וואס האבן זיך אסאך געדרייט ביים גרי"ז. ער איז געווען א שטיקל 'פגע', וועלנדיג כסדר נאשן און נאכקוקן וכו'. עכ"פ איינמאל ערב פסח איז ער מיטגעגאנגען מיטן גרי"ז ופמלייתו, צו באקן מצות. זייענדיג א 'שוואנץ' איז ער צוגעגאנגען צום רב, און געפרעגט וואס ער קען דא צולייגן עפעס צום גרויסן עבודה פון מצות באקן. דער רב האט אים געגעבן א האנטוך, און האט אים געזאגט ער זאל עס האלטן ביז ער וועט אים עס בעטן.

עס איז אדורך א שטיק צייט, און מיירע נאכן צווייטן, און דער רב האט אים נישט געבעטן דעם האנטוך. ער האט זיך נישט דערוואגט עפעס צו זאגן פארן רב, איז ער געבליבן מיטן האנטוך אין האנט. אזוי איז אדורך אפאר שעה, ביז יענער האט שוין געדארפט אהיימגיין זיך גרייטן פארן יו"ט. איז ער צוגעגאנגען צום רב פרעגן וואס ער זאל טון מיטן האנטוך, וויבאלד ער דארף שוין אוועקגיין.

זאגט אים דער רב מיט א פשטות: 'לייגט עס דארטן אויפן טשוואק', ווייזנדיג אויף א נאגל אין וואנט... יענער האט געכאפט די מעסעדזש...
מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:57 pm#316943
48.

מ'זאגט א ווערטל, אז די קינדער פונעם גרי"ז זענען אויסגעוואקסן לויטן מצב פונעם טאטן יענע תקופה.
רבי בערל איז געשטיגן, ווען דער פאטער איז נאך געווען רב אין בריסק בתוקפו. ער איז פארבליבן דער תקיף.
רבי דוד איז געשטיגן, ווען דער טאטע האט געוואנדערט און איז געווען נערוועז. ער איז דער נערוועזער.
רבי רפאל איז געשטיגן, ווען דער טאטע איז געווען ביזי מיט הנהגה אין ארץ ישראל. ער איז געווארן דער עסקן.
רבי מאיר איז געשטיגן, ווען דער טאטע איז שוין געווען אלט און שוואך. ער איז אלס שוואך און אין בעט...

---------
כ'האב אמאל געהערט א הוספה, אז דאס האט רבי חיים בן הגרי"ז געזאגט, און ער האט אויסגעפירט: און איך האב געזען דעם טאטן אין אלע סארטן תקופות, דערפאר זע איך אויס אזויווי איך זע אויס...
מאנטאג יאנואר 11, 2016 3:00 pm#316945
49.

אמאל איז רבי חיים בריסקער געווען זייער אויפגערעגט אויף א געוויסער מענטש, און האט אים אנגערופן 'מגולח'. האבן זיינע מקורבים זיך געוואונדערט, און אים געזאגט: רבי, ער גייט דאך מיט א בארד?! ענטפערט רבי חיים מיט א שמייכל: באמת איז ער א מגולח, נאר וואס זאל מען טון אז זיין בארד פארשטעלט עס...
מאנטאג יאנואר 11, 2016 3:03 pm#316946
50.

א לץ האט אמאל געזאגט: וואס איז דער חילוק צווישן א חסיד, א ליטוואק, און א בריסקער? ביי די האר פון קאפ.

דער חסיד, שטופט פון אויבן [די שערות על הראש] און עס קומט ארויס פון אונטן [א בארד].
דער ליטוואק, שטופט פון אונטן [שערט די בארד], און עס קומט ארויס פון אויבן [א טשופ].
און דער בריסקער, שטופט פון אויבן און פון אונטן, און עס קומט ארויס ביי די זייטן פונעם פנים...
מאנטאג יאנואר 11, 2016 7:00 pm#316997
שש משזר האט געשריבן:
46.

מיין טאטע געדענקט נאך, ווי רבי חיים 'משוגענער' בן הגרי"ז, האט זיך ארומגעדרייט אין ירושלים מיט א קערידזש, וואס אינעווייניג איז געלעגן א 'קצות'. ער האט געזאגט, אז ער פירט אים אין קערידזש ווייל ער רעדט ווי א קינד...

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=310350#p310350
דינסטאג יאנואר 12, 2016 5:30 pm#317172
51.

ווען רבי חיים בן הגרי"ז האט געלערנט אין ישיבה, איז געווען א משגיח וואס איז ארומגעגאנגען וועקן אינדערפרי, איינמאל און נאכאמאל כמנהג הישיבות, ביז די בחורים זענען ארויסגעקראכן פון בעט. איינמאל האט דער משגיח צופיל גע'פגע'ט, אזש רבי חיים'ס נערוון האבן געפלאצט. איז ער צוגעגאנגען צום משגיח און אים געפרעגט:

ביים סוף פון ברכות השחר זאגן מיר די נוסח: 'שתצילני היום ובכל יום מפגע רע'. איז לכאורה שווער, פארוואס פעלט זיך אויס צוצולייגן 'ובכל יום', ווען מיר זאגן ממילא דעם נוסח התפילה טאג טעגליך. עס וואלט דאך געווען גענוג צו זאגן יעדן טאג 'שתצילני היום מפגע רע'?! אלא מאי זעען מיר פון דעם, אז די נוסח איז ספעציעל נתקן געווארן פאר א משגיח וואס פגע'ט ממש אינדערפרי, נאך בעפאר מען אספיעט צו זאגן ברכות השחר, וואס אויף דעם פעלט זיך אויס צו זאגן א טאג בעפאר: שתצילני היום 'ובכל יום' מפגע רע...
דינסטאג יאנואר 12, 2016 5:36 pm#317173
52.

עס איז באקאנט די מעשה מיטן נצי"ב, וואס האט זיך ספעציעל געפרייט ביים ארויסגעבן זיינע ספרים, זאגנדיג אז אלס קינד איז ער געווען זייער ווילד אזש זיינע עלטערן האבן געשמועסט צווישן זיך אז מ'וועט אים מוזן אריינגעבן צו א שוסטער ער זאל זיך דערלערנען א פאך, וויבאלד ער לערנט סייווי נישט. דער נצי"ב האט דאס געהערט און האט מבטיח געווען זיינע עלטערן אז ער וועט זיך פארבעסערן אין לערנען, און פון דעם איז ער אויסגעשטיגן דער נצי"ב. האט ער אויסגעפירט, אז שטעל דיך פאר איך הער ווען נישט אונטער מיינע עלטערנס שמועס איבער מיין צוקונפט, און כ'וואלט געווארן א פשוטע שוסטער, אן ערליכער יר"ש ותמים, וואלט איך ארויפגעקומען אין עולם העליון נאכן 120, און מ'וואלט מיר באפאלן אין בי"ד של מעלה: שוסטער, וואו זענען אייערע ספרים?! און כ'וואלט ניטאמאל געוואוסט וואס זיי ווילן פון מיר, און דערפאר פריי איך מיך מיטן ארויסגעבן מיינע ספרים.

דערציילט מען, אז רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז צומאל ארבעט עס פארקערט אויך. ס'דא אמאל א איד וואס הייבט נישט אן צו קענען לערנען, און ער איז א 'מחבר ספרים'. ווען ער וועט ארויפקומען אין בי"ד של מעלה, וועלן זיי אים פרעגן: רבי איד, וואו איז דיין שיך?!...
דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:44 pm#317222
מ'דערציילט אויף רבי חיים בריסקער, אז ווען איינער האט געוואלט קומען לערנען ביי אים אין ישיבה, האט ער יענעם געפרעגט די פאלגענדע שאלה, וועלנדיג זען צו יענער איז א כלי קיבול וואס איז ראוי לעבור על מפתן בית מדרשו:

חז"ל זאגן אז א מענטש קען נישט לעבן אן עסן דריי טעג און א ציה, און אן שלאפן דריי טעג אין א ציה. וואס טוט מען אויב א מענטש האלט יעצט א מינוט פאר ס'גייט זיך ענדיגן דריי טעג, וואס ער האט נישט געגעסן און נישט געשלאפן. ער האט יעצט נאר צייט אדער צו עסן אדער צו שלאפן, ביידע קען ער שוין נישט אספיען. אויב שלאפט ער, קומט אויס אז ער האט געהונגערט מער פון דריי טעג און ער גייט שטארבן, אויב עסט ער האט ער נישט געשלאפן פאר גאנצע דריי טעג און ער גייט ווייטער שטארבן.

וואס זאל דער מענטש טון צו בלייבן לעבן?!

שש משזר האט געשריבן:יעצט נאכן טראכטן, הערטס די ענטפער:

די גאנצע שאלה איז אוממעגליך במציאות. אויב האלט ער יעצט א מינוט פאר ס'ענדיגט זיך דריי טעג אן עסן און שלאפן, פרעגט זיך די פראגע: וואס האט ער געטון א מינוט פאר די דריי טעג האבן זיך אנגעהויבן? אויב האט ער דעמאלס נישט געגעסן און נישט געשלאפן, דאן איז שוין יעצט אדורך 'גאנצע' דריי טעג, און ס'שוין נישט מעגליך ער זאל בלייבן לעבן. אויב האט ער דעמאלס געגעסן, איז שוין אדורך דריי גאנצע מעת לעת אן שלאפן. און הוא הדין אויב האט ער דעמאלס געשלאפן, איז שוין אדורך דריי טעג אן עסן. בין כך ובין כך קען ער במציאות שוין נישט לעבן.

קומט אויס, אז די גאנצע 'שאלה' הייבט זיך בכלל נישט אן...

***

דאס האט אויך א באזונדערע חשבון אין בריסק, וויבאלד די מעשה/חקירה דארף צו אנווייזן אויף איינע פון די בריסקע יסודות, אז צומאל אריינקלערנדיג אין קשיות וואס ווערן נולד אין די סוגיא אדער רמב"ם, דארף מען נאכגיין די יסוד הקושיא און צומאל זעט מען אז 'קשיא מעיקרא ליתא'.

ATUB @שש ATUB ,וואו איז די חז"ל אז מ'קען נישט לעבען אן דריי טעג עסן, ביי מיר שטייט זיבן טעג.
דינסטאג יאנואר 12, 2016 11:51 pm#317230
שש משזר האט געשריבן:
52.

עס איז באקאנט די מעשה מיטן נצי"ב, וואס האט זיך ספעציעל געפרייט ביים ארויסגעבן זיינע ספרים, זאגנדיג אז אלס קינד איז ער געווען זייער ווילד אזש זיינע עלטערן האבן געשמועסט צווישן זיך אז מ'וועט אים מוזן אריינגעבן צו א שוסטער ער זאל זיך דערלערנען א פאך, וויבאלד ער לערנט סייווי נישט. דער נצי"ב האט דאס געהערט און האט מבטיח געווען זיינע עלטערן אז ער וועט זיך פארבעסערן אין לערנען, און פון דעם איז ער אויסגעשטיגן דער נצי"ב. האט ער אויסגעפירט, אז שטעל דיך פאר איך הער ווען נישט אונטער מיינע עלטערנס שמועס איבער מיין צוקונפט, און כ'וואלט געווארן א פשוטע שוסטער, אן ערליכער יר"ש ותמים, וואלט איך ארויפגעקומען אין עולם העליון נאכן 120, און מ'וואלט מיר באפאלן אין בי"ד של מעלה: שוסטער, וואו זענען אייערע ספרים?! און כ'וואלט ניטאמאל געוואוסט וואס זיי ווילן פון מיר, און דערפאר פריי איך מיך מיטן ארויסגעבן מיינע ספרים.

דערציילט מען, אז רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז צומאל ארבעט עס פארקערט אויך. ס'דא אמאל א איד וואס הייבט נישט אן צו קענען לערנען, און ער איז א 'מחבר ספרים'. ווען ער וועט ארויפקומען אין בי"ד של מעלה, וועלן זיי אים פרעגן: רבי איד, וואו איז דיין שיך?!...

ואכן נאים הדברים למי שאמרם...
מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:30 pm#317289
53.

דער בריסקער רב איז אמאל געווען ביי א סעודת ברית צוזאמען מיטן מירער ראש ישיבה, הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל זצ"ל. האט הגרא"י זיך אויסגעדרוקט: 'אה, אזא ברית! מיט אזעלכע געסט!'. האט אים דער בריסקער רב פארציילט די באקאנטע אלט-אידישע ווערטל, אז א שנארער האט זיך אמאל בארימט צו זיין חבר, אז ווען ער וואלט געהאט אזויפיל געלט ווי ראטשילד, וואלט ער ווען געווען נאך רייכער פון ראטשילד זעלבסט! זיין חבר האט אים געפרעגט וויאזוי ס'קען זיין אזא מציאות, האט ער יענעם געענטפערט אז ער וואלט נאך געמאכט אפאר איבריגע דאלער פון שנארן...

האט דער בריסקער רב אויסגעפירט: דא אויך, איז א סעודת ברית גענוג חשוב פאר זיך, און מ'דארף קיין חשוב'ע אנוועזנדע משתתפים נישט דערמאנען...


[קרעדיט: ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB ].
מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:40 pm#317291
54.

א חוץ לארץ'דיגער איד איז אמאל אנגעקומען קיין ארץ ישראל. הערנדיג אז די צוויי גרעסטע גדולי ישראל געפונען זיך דארט, דער בריסקער רב אין ירושלים און דער חזו"א אין ב"ב, האט ער מחליט געווען אז ער וועט אריינגיין צו זיין אין שטוב כדי צו קענען מאכן די ברכה 'שחלק מחכמתו ליראיו'.

אומר ועושה, ער קומט אריין צום בריסקער רב אין שטוב, און מאכט א ברכה 'שחלק' מיטן גאנצן תמימות'דיגן ערנסטקייט. דער רב איז דערציטערט געווארן, 'מהיכי תיתי אז איך בין בגדר יראיו, מהיכי תיתי אז ס'איז דא חכמה', און ער זאגט צום איד: 'נו, ברכה לבטלה'!

דער איד איז שפעטער אנגעקומען קיין ב"ב, וואו ער איז אריין אין שטוב פון חזו"א און ווידעראמאל געמאכט א ברכה 'שחלק'. דער חזו"א האט געענטפערט אמן. נאכדעם וואס דער איד האט אפגעאטעמט, האט אים דער חזו"א מעיר געווען שטילערהייט, אז די הלכה איז אז אפילו אויב איינער מאכט בטעות א ברכה לבטלה, מעג מען ענטפערן 'אמן'...

אמרו המושלים, אז דאס איז דער חילוק צווישן דעם בריסקער רב'ס מהות, און דער חזו"א'ס מהות!
מיטוואך יאנואר 13, 2016 1:19 pm#317297
ירח בן יומו האט געשריבן:וואו איז די חז"ל אז מ'קען נישט לעבען אן דריי טעג עסן, ביי מיר שטייט זיבן טעג.


ערגעץ אין גמ' ווערט געברענגט אז ווען א מענטש פאלט אריין אין א ברונעם איז ביז 3 טאג דארף מען חושש זיין אז דער מענטש לעבט, און מ'נעמט עס פון דעם אז אסתר האט געהייסן פאסטן די אידן 3 טאג,
מיטוואך יאנואר 13, 2016 1:59 pm#317303
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
יבמות קכא:, קוק דארט די קשיא און די תירוץ, וועסטו שוין אלס וויסען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:09 pm#317324
אז מ'שטארבט נאכן נישט עסן/שלאפן דריי טעג מיינט דאס נישט אז ביז א מינוט בעפאר איז מען געזונט אז מ'זאל האבן כח און דעת צו שפעקולירן צו מ'זאל עסן אדער שלאפן. ס'קוקט אויס אז אין בריסק האט מען אנגענומען אז ביים סוף פון די דריי טעג פאלט פלוצים אראפ פון הימל אזא חלות/חפצא פון שטארבעניש.
מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:02 pm#317328
ניין שאלה איז פאר דעם פירסט רעספאנדער וואס ער זאל טוהן קודם...
מיטוואך יאנואר 13, 2016 9:13 pm#317359
געוואלדיג האט געשריבן:ניין שאלה איז פאר דעם פירסט רעספאנדער וואס ער זאל טוהן קודם...

אויב אזוי קען מען סיי איינשלעפן און סיי געבן איי-ווי.
דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 1:58 pm#317480
55.

א איד איז אמאל אריינגעקומען צום בית הלוי בעפאר פסח מיט א שאלה, אויב מ'קען יוצא זיין די ד' כוסות מיט מילך אנשטאט וויין. רבי יאשע בער האט גע'פסק'נט אז בשעת הדחק קען מען יוצא זיין דערמיט. אויפן וועג ארויס, נעמט דער בית הלוי ארויס אפאר רובל פון טאש, און געבט דאס פארן איד וואונטשנדיג א כשר'ן פסח.

צום פארוואונדערונג פון די אנוועזנדע, פארוואס ער האט אים געגעבן אזויפיל געלט ווען יענער האט נישט געבעטן דערפאר, און אפילו אויב וואלט ער אים געוואלט געבן געלט פאר וויין, פעלט נישט אויס צו געבן אזויפיל געלט, האט דער בית הלוי מסביר געווען: אז א איד קומט אריין מיט אזא געדאנק אין קאפ צו נוצן מילך פאר די ד' כוסות, מיינט עס דאך אז ביי שולחן עורך האט ער נישט אין פלאן צו עסן קיין פלייש, דאס מיינט אז ער האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה פארן ליל הסדר, נו דערפאר האב איך אים געגעבן געלט - אויף איינצוקויפן אלע צרכי החג...!
דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 2:07 pm#317482
56.

רבי חיים דער רב'ס איז דאך געווען אביסל [מער פון אביסל] טשיקאוו, און ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. איינמאל האט ער געמאכט א ווערטל, געבנדיג א ביאור פארוואס ער האלט נישט ביים חתונה האבן. זאגט ער, אז בעצם נעמט מען א פרוי, וואס טראכט און פירט זיך אנדערש ווי דיר, און דו ביזט דיך מתחייב א גאנצן לעבן צו וואוינען מיט איר. נו, פון וואנעט קען מען וויסן צו זי איז א גוטע פרוי אדער גאר א מרשעת?

א מיידל וואס האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט, קען דאך זיין א מכשפה, גיי ווייס צו זי קען זיך פארטראגן מיט א מאן.
א גרושה, האט זיך דאך נישט פארטראגן מיט איר ערשטן מאן, אפשר קען זי זיך נישט פארטראגן מיט אנדערע.
אן אלמנה, וועט מעגליך צו שטארק ליב האבן איר ערשטע מאן, און זיך נישט פארטראגן מיט א נייער מאן.

בלייבט נאר איבער אן אשת איש. זי איז נישט צו שלעכט וויבאלד זי האט זיך נישט גע'גט, אויב זי וואלט גענומען א צווייטן איז דאך א סימן אז זי קען פארנעמען א צווייטער מאן. דאס וואלט געווען דער בעסטער אפציע, נו וואס זאל מען טון אז פונקט דאס האט די תורה גע'אסר'ט?!...
דינסטאג מאי 10, 2016 6:21 pm#332531
קינד_אן_קייט האט געשריבן:מ׳דערציילט נאך אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.


לייג צי די באוויסטע בריסקע חקירה: את"ל אז די קידושין איז נישט אפגעטון תיכף ומיד, נאר איז חל איעדע רגע, דארף ער האלטען און איין זאגען "שלא לשם קידושין" ביז זי שיקט ווייטער דאס געלט?
דאנערשטאג יולי 28, 2016 9:16 pm#343901
כ'ווייס נישט פון וועמען מ'זאגט עס נאך, אבער כ'האב עס געזען בשם 'בריסק'

עפעס אמת איז דא ביי די חסידים.

וואס זיי רעדן אויף אנדערע רבי'ס.
דאנערשטאג יולי 28, 2016 9:57 pm#343905
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
איך האב געזען פון הרי"ד מבוסטון לבאר דברי הקינות. ביים קינה 'החרישו ממני ואברהם', וואס גייט אויף גזירת תתנ"ו, שטייט 'מי יערוך בנדרים מי יפליא בנזירות' בערך. זאגט דער רי"ד אז דוקא די צוויי מסכתות האבען זיי פארדראסען, וויבאלד ס'איז נישט דא קיין רש"י דארט, דעריבער האט מען גענויטיגט ת"ח זאלען מפרש זיין. און מיט די גזירות זענען די תלמידי חכמים אויסגעהארגעט און נדרים און נזיר זענען געבליבען שווערע מסכתות

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:05 pm#343907
אפילו דער אלטער שנה ופירש'ניק. געוועזענער תלמיד פון חזון איש. דער באוואוסטער אידיש שרייבער חיים גראדע, ברענגט אראפ א מעשה אין דעם ביכל..."די קלויז און די גאס"...ביי די מעשה וועלכע הייסט ..."זיידעס און אייניקלעך"... וואו ער באשרייבט די ירידת הדורות אין ירושלים ד'ליטא, ווילנא. אז ס'געווען א בריסקער תלמיד, וועמענ'ס קינדער זענען שוין געווען..."מאדערן". כלומר. האלב אפגעפארן. און זיי האבן איינגעלאדנט דעם טאטן צום סדר, וועלכער איז שוין געווען אויף גאר א מאדערנעם אופן. און אויך א סאך געסט פון זייער'ס גלייכן. און דער טאטע האט ביים סדר ארויסגענימען פון א פארוויקלטן טוך זייןנע פארברענטע בריסקער מצות. און זיינע קינדער האבן זיך זייער שטארק געשעמט מיט'ן אלטן, פארצייטישן טאטן...!
פרייטאג יולי 29, 2016 12:23 am#343915
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געזען פון הרי"ד מבוסטון לבאר דברי הקינות. ביים קינה 'החרישו ממני ואברהם', וואס גייט אויף גזירת תתנ"ו, שטייט 'מי יערוך בנדרים מי יפליא בנזירות' בערך. זאגט דער רי"ד אז דוקא די צוויי מסכתות האבען זיי פארדראסען, וויבאלד ס'איז נישט דא קיין רש"י דארט, דעריבער האט מען גענויטיגט ת"ח זאלען מפרש זיין. און מיט די גזירות זענען די תלמידי חכמים אויסגעהארגעט און נדרים און נזיר זענען געבליבען שווערע מסכתות

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

שוין געהערט פון א פריעדיגע מקור (שנשכח) עס קען זיין ער האט עס נאכגעזאגט
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:07 am#344726
כ'האב לעצטנס געליינט אן אינטערוויו מיט הרב ישעי' בלוי, בן הקנאי רבי עמרם בלוי זצ"ל, וואס איז געווען מקורב ביים גרי"ז. אלנפאלס, ער האט דערציילט דעם אויבנדערמאנטן מעשה אז ער איז דארט געווען בשעת מעשה ווען דער רב האט געענטפערט וואס ער האט געענטפערט. לפי עדותו איז דער מספר המעשה החסידי צום רב, געווען א איד בשם ר' אשר הויזמאן.

עכ"פ כ'האב געזען נאך אפאר גוטע וויצן מאוצרו של רי"ב, וואס כ'וועל דא ברענגען.

---

65.


איינער האט אמאל געפרעגט דעם רב, אז די הפגנות אין ארץ ישראל טוען דאך גארנישט אויף, און וואס איז פשט פון מאכן כסדר'דיגע הפגנות? האט אים דער רב געענטפערט מיט א מעשה:

אין שטאט בריסק איז געווען א גוי וואס פלעגט פארדינגען קליינע שיפלעך צו שווימען דערמיט ביים וואסער. איינמאל האט א איד געדינגען אזא שיפל, און זיך ליידער דערטרינקען אין וואסער. די גאנצע שטאט איז געפארן אויף רעדער, און אידן זענען געלאפן פון אלע זייטן צו פרובירן צו ראטעווען דעם דערטרונקענעם. צווישן זיי איז דער גוי אויך ארומגעלאפן צוטומלט און צושטורעמט. איז איינער צוגעגאנגען צו אים פרעגענדיג: "פאריגע וואך האבן זיך צוויי גוים דערטרינגען ביים זעלבן טייך, און דו ביזט געבליבן רואיג ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, און יעצט ביזטו עפעס אזוי צושאקלט?". האט דער גוי געענטפערט: "איך ווייס נישט, אז מ'רודערט איז מען צורודערט"...

האט דער רב אויסגעפירט: "אזוי אויך דא, אז מ'רודערט איז מען צורידערט"... [מיינענדיג צו זאגן, אז מ'רודערט קען מען אויפרודערן דעם דעת הקהל].
זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:20 am#344727
66.


געווען אמאל א בעל עבירה, וואס איינער האט אים פרובירט צו פארענטפערן ביים גרי"ז, זאגנדיג אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע עבירה, און אויף יענס קען מען מלמד זכות זיין, א.א.וו.

האט אים דער רב דערציילט, אז אין ווילנא האט געוואוינט א איד מיטן נאמען 'יוזל' - ווי דער נאמען פונעם אותו האיש. איינמאל איז דער יוזל געזעצן און געלערנט פרק 'כל הצלמים' אינעם 'טריפה'נעם געסל' וואו מ'האט פארקויפט דבר אחר פלייש, און די גאנצע שטאט האט גערעדט אויף אים... איז איינער געקומען און געפרעגט: "וועלכע איסור האט ער שוין געטון? מעג ער דען נישט הייסן יוזל? איז דען אסור צו לערנען פרק כל הצלמים? איז דען נישט ערלויבט צו זיצן אינעם טריפה'נעם געסל?". האט מען אים געענטפערט: "אויב הייסט מען יוזל, און מען לערנט פרק כל הצלמים, און מ'זיצט אויך אינעם טריפה'נעם געסל, דאן איז הדבר אומר דרשני"...
זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:25 am#344728
67.


יעדע שבת פלעגט ר' ישעי' בלוי גיין מיט זיינע ברידער [ר' אורי שליט"א און ר' אלימלך ז"ל] צו דאווענען ביים רב, ווייל ער פלעגט דאווענען שפעט, און ער האט געבעטן פון ר' עמרם בלוי צו ערלויבן זיינע קינדער צו דאווענען ביי אים.

איינמאל איז ר' ישעי' אנגעקומען שפעט, האט זיך דער רב געוואנדן צו אים, פרעגנדיג: "ישעי', פארוואס האסטו געשפעטיגט?", אויף וואס ר' ישעי' האט געענטפערט אז ער האט נישט מיט זיך קיין זייגער. האט אים דער רב צוריקגעפרעגט: "אויב אזוי אז דו האסט נישט קיין זייגער, פארוואס ביזטו נישט געקומען פריער?"...
זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:33 am#344737
שש משזר האט געשריבן:
66.


געווען אמאל א בעל עבירה, וואס איינער האט אים פרובירט צו פארענטפערן ביים גרי"ז, זאגנדיג אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע עבירה, און אויף יענס קען מען מלמד זכות זיין, א.א.וו.

האט אים דער רב דערציילט, אז אין ווילנא האט געוואוינט א איד מיטן נאמען 'יוזל' - ווי דער נאמען פונעם אותו האיש. איינמאל איז דער יוזל געזעצן און געלערנט פרק 'כל הצלמים' אינעם 'טריפה'נעם געסל' וואו מ'האט פארקויפט דבר אחר פלייש, און די גאנצע שטאט האט גערעדט אויף אים... איז איינער געקומען און געפרעגט: "וועלכע איסור האט ער שוין געטון? מעג ער דען נישט הייסן יוזל? איז דען אסור צו לערנען פרק כל הצלמים? איז דען נישט ערלויבט צו זיצן אינעם טריפה'נעם געסל?". האט מען אים געענטפערט: "אויב הייסט מען יוזל, און מען לערנט פרק כל הצלמים, און מ'זיצט אויך אינעם טריפה'נעם געסל, דאן איז הדבר אומר דרשוני

שש משזר: איך האב געהערט אן ענליך ווערטל. (אם כבר בשטויות עסקינן).
וויאזוי קען אן ערליכער איד (פארשטייצעך אויב ער גייט אין די שיטה הקדושה פון רביה"ק זצוקללה"ה) עובר זיין די 3 הארבסטע עבירות מיט איינמאל... ער לערנט דעם ויואל משה אויף עברית ביים כותל אין יום העצמאות... :lol: :roll:
זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:49 am#344739
[tag]שש משזר[/tag] האט געשריבן: איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].[/size]


פילייכט קענסט דו - ביטע - דיזן רשימה מיטטיילן? מיט דאנקע.

ATUB @שש משזר ATUB
זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:04 am#344741
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
שש משזר האט געשריבן:
66.


געווען אמאל א בעל עבירה, וואס איינער האט אים פרובירט צו פארענטפערן ביים גרי"ז, זאגנדיג אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע עבירה, און אויף יענס קען מען מלמד זכות זיין, א.א.וו.

האט אים דער רב דערציילט, אז אין ווילנא האט געוואוינט א איד מיטן נאמען 'יוזל' - ווי דער נאמען פונעם אותו האיש. איינמאל איז דער יוזל געזעצן און געלערנט פרק 'כל הצלמים' אינעם 'טריפה'נעם געסל' וואו מ'האט פארקויפט דבר אחר פלייש, און די גאנצע שטאט האט גערעדט אויף אים... איז איינער געקומען און געפרעגט: "וועלכע איסור האט ער שוין געטון? מעג ער דען נישט הייסן יוזל? איז דען אסור צו לערנען פרק כל הצלמים? איז דען נישט ערלויבט צו זיצן אינעם טריפה'נעם געסל?". האט מען אים געענטפערט: "אויב הייסט מען יוזל, און מען לערנט פרק כל הצלמים, און מ'זיצט אויך אינעם טריפה'נעם געסל, דאן איז הדבר אומר דרשני"...

ווי באקאנט די בריסקער ווארט אויף די גמרא וואס געבט סימנים אויף א שוטה, אז אויב האט ער דריי פון די סימנים איז ער אנגענומען אלס שוטה, איי מ'קען פארענפרען יעדער איינס באזונדער, אבער "איין תירוץ - אז ער איז א שוטה - איז בעסער ווי דריי אנדערע תירצום"..
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 pm#344767
בן נריהו האט געשריבן:
[tag]שש משזר[/tag] האט געשריבן: איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].[/size]


פילייכט קענסט דו - ביטע - דיזן רשימה מיטטיילן? מיט דאנקע.

@שש משזר

כ'מוז אפזאגן דיין בקשה.
כ'האב נאך א חלום עפעס צו טון מיטן רשימה, וואס ערמעגליכט מיר נישט עס ארויסצוגעבן צום פובליקום.
זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:40 pm#344780
נעגעל וואסער האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:
66.


געווען אמאל א בעל עבירה, וואס איינער האט אים פרובירט צו פארענטפערן ביים גרי"ז, זאגנדיג אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע עבירה, און אויף יענס קען מען מלמד זכות זיין, א.א.וו.

האט אים דער רב דערציילט, אז אין ווילנא האט געוואוינט א איד מיטן נאמען 'יוזל' - ווי דער נאמען פונעם אותו האיש. איינמאל איז דער יוזל געזעצן און געלערנט פרק 'כל הצלמים' אינעם 'טריפה'נעם געסל' וואו מ'האט פארקויפט דבר אחר פלייש, און די גאנצע שטאט האט גערעדט אויף אים... איז איינער געקומען און געפרעגט: "וועלכע איסור האט ער שוין געטון? מעג ער דען נישט הייסן יוזל? איז דען אסור צו לערנען פרק כל הצלמים? איז דען נישט ערלויבט צו זיצן אינעם טריפה'נעם געסל?". האט מען אים געענטפערט: "אויב הייסט מען יוזל, און מען לערנט פרק כל הצלמים, און מ'זיצט אויך אינעם טריפה'נעם געסל, דאן איז הדבר אומר דרשני"...

ווי באקאנט די בריסקער ווארט אויף די גמרא וואס געבט סימנים אויף א שוטה, אז אויב האט ער דריי פון די סימנים איז ער אנגענומען אלס שוטה, איי מ'קען פארענפרען יעדער איינס באזונדער, אבער "איין תירוץ - אז ער איז א שוטה - איז בעסער ווי דריי אנדערע תירצום"..

גמרא מפורשת תחילת מס' חגיגה. כמדומני דף ה' או דף ו'
זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:43 pm#344781
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
יא יא. נאר אויב איך געדענק גוט, שטייט אז אויב האט נאר איין סימן איז נישט קיין ראיה ווייל אפשר פונקט האט ער א געוויסע סיבה וכדומה, אויב האט האט אבער דריי סימנים נעמט מען אבער יא אהן אז ער האט א דין פון א שוטה. איי ס'קען פונקט זיין אז דער וואס האט אלע דריי סימנים האט פונקט די זעלביגע דריי סיבות? וע"ז הסביר, ענדערש איין תירוץ ווי 3 תירוצים.
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 1:52 pm#352689
68.


רבי עמרם בלוי זצ"ל איז געווען א מקורב ביים בריסקער רב. צו מצות באקן, האט ער געהאט די אמט פון שעפן וואסער פאר מים שלנו, און צומאל האט ער אפילו אריינגעגאסן די וואסער אין די מעל [כידוע האט דער רב געהאט נערוון ע"ג נערוון און ספעציעלע יערליכע תפקידים פאר יעדן איינעם, ביים מצות באקן].

איין יאר איז ר' עמרם געגאנגען זיצן אין תפיסה, מסתם נאך א הפגנה כדרכו בקודש, און עס איז אויסגעקומען אז ווען דער רב האט געוואלט גיין מצות באקן איז ר' עמרם נאך געזעצן אין תפיסה. האט זיך דער רב ארומגעדרייט נערוועז: 'וואס וועט מען דא טאן? רבי עמרם איז ניטא'!

ווען איינער פון די מקורבים האבן זיך אנגערופן צום רב, אז ער איז גרייט איבערצונעמען ר' עמרם'ס שטעלע, האט אים דער רב אפגעענטפערט: "איך זוך איינער וואס זאל אים איבערנעמען דארט אין תפיסה, אז ר' עמרם זאל קענען אהערקומען מצות באקן"...
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 1:55 pm#352690
רא"י רייכערט נישט איין גאנצע ציגארעטל - אדער מער ווי איינס, אדער ווייניגער.

מארלבארא וועט אים נישט איינטיילען וויפיל ער וויל יעצט רייכערען...
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 2:32 pm#352694
70.


ר' אברהם יהושע האט אמאל געזאגט - נאך עפעס אן הפגנה אויף מלכי ישראל צו וואס - אז ער האט מורא צו לאזן זיינע תלמידים נאכאמאל אדורכגיין יענע גאס.

פארוואס? ווייל אין די 'העדה' איז געשטאנען, אז טויזנטער אידן האבן אנטיילגענומען אינעם פראטעסט, און ער האט געזען אז פאקטיש זענען נאר אהיים פון יענע גאס עטליכע הונדערט אידן. מוז דאך זיין, אז די איבעריגע זענען פשוט 'פארשוואונדן געווארן', אלזא, איז א סכנה אז מ'זאל אדורכגיין יענע גאס...
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 4:20 pm#352700
ר' אברהם יהושע פארנדיג אמאל אין א טעקסי האט ער געהערט אז מען האט גערופן הרב הערמאן 'דער חפץ חיים פון אמעריקע' רופט ער זיך אן 'און איך בין רעק''א פון דעם טעקסי'.
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 10:45 am#352760
כבר קדמוך

l viewtopic.php?p=310617#p310617 l
דינסטאג אקטאבער 25, 2016 8:01 pm#352865
אומגלויבליך [בעצם, שוין איינמאל גלויבליך אויפן נארישן אויסגאבע], אבער דער טריביון האט אינעם יעצטיגן יו"ט נומער (סוכות תשע"ז) פשוט גע'גנב'עט א שיינע פאר מעשיות וואס כ'האב דא פארשריבן, און נאכגעשריבן מיין לשון כמעט דאס גאנצע.

פאר מער פרטים ליינט דא.
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:04 am#352885
איךה וואלט דאהיר וועללען רעאגירן צו איינע באריכט דאס דען העררן נריהו בען געשריבן האבט צו דען העררן משזר שש אן דעין זיעבעטן אויגוסט פון דיעזע יארע צוויי טויזענט אונד זעכהצעהן.
נור איךה וואר פעררייזט און איך דיעזע נאטיץ פערפעהלט צו בעמערקן האבע. הויטע אבנד, נאכהער וואס איךה מיך צוריקגעקערט נאכהויזע האב. וואלט איךה זעהר העפליך וועללען אנפראגן דען הויכגעשעצטן העררען נריה בען, דאס אויב ער קען אויסשליסליך ניכט שרייבן ווי איין נארמאלער מענטש. דאס ער ביטע ניכט פארזעצן צו שרייבן דאהיר. ווייל מיינע נערווע זינד שוין ביי די גרענצע פאן פלאצן. און איך דאס פלעשל פאן די פיללן שאהן באלד אינגאנצן פערנוצט האבע...מיט פיהלע דאנק איהר געטרייע אונטערטאן...!
נ.ב.: צו בן נריה. אז דו קענסט נישט שרייבן ווי א נארמאלער מענטש, זיי מוחל שרייב נישט דא. ווייל מיינע נערוון פלאצן שוין. הער דיך אויף משוגע צו מאכן,יא... :lol: :roll:
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 11:54 am#353085
מ'פארציילט אז ר' א"י האט אמאל געפרעגט א איד ביי וועם האסטו פודה געווען דיין בכור האט ער געענטפערט ביי וועם
האט ער אים ווייטער געפרעגט ווער זאגט ער איז א מיוחס אפשר דארפסטו נעמען אפאר און איינס פון זיי וועט האפענטליך זיין א מיוחס
האט ער צוריקגעפרעגט דעם רב ווער איז געווען דעם רב'ס כהן הפודה האט ער אים געזאגט וואס הייסט איך בין דאך א לוי
האט ער אים געפרעגט "ווער זאגט"
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 12:02 pm#353086
חוקר וסקרן האט געשריבן:מ'פארציילט אז ר' א"י האט אמאל געפרעגט א איד ביי וועם האסטו פודה געווען דיין בכור האט ער געענטפערט ביי וועם
האט ער אים ווייטער געפרעגט ווער זאגט ער איז א מיוחס אפשר דארפסטו נעמען אפאר און איינס פון זיי וועט האפענטליך זיין א מיוחס
האט ער צוריקגעפרעגט דעם רב ווער איז געווען דעם רב'ס כהן הפודה האט ער אים געזאגט וואס הייסט איך בין דאך א לוי
האט ער אים געפרעגט "ווער זאגט"

האט ער גענטפערט על צד זה בין איך דאך אויך נישט קיין סולובייציק...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:26 pm#353091
71.


ווען ר' חיים קורלאנסקי האט געארבעט אויף זיין הערליכן ספר 'הראשון לשושלת בריסק' - קורות חיי הבית הלוי, האט ער ווי פארשטענדליך געוואלט הערן מעשיות און פרטים פון די בריסקע קינדער. אבער אין בריסק ווי אין בריסק איז דא דער עליטיסטישער צוגאנג, אז מ'זאגט גארנישט ווייל יענער וועט סייווי נישט כאפן די עומק, אדער ווייל יענער קען אפשר גאר פארדרייען פשט. אזוי ארום איז אויסגעקומען אז ער האט נישט באוויזן ארויסצושלעפן אינפארמאציע פון די בריסקע קינדער.

דאן איז ר' חיים אויפגעקומען מיט א געניאלן איינפאל. ווען ער האט זיך ווידער געטראפן מיט איינע פון די בריסקע קינדער, האט ער אנגעהויבן דערציילן מעשיות וכו' פארדרייענדיג געוויסע דעטאלן ביי יעדן סיפור. 'דאס' האבן די בריסקע קינדער, אויפגעהאדעוועט אויף דייקנות אין יעדע פרט פון זייער בריסקע דינאסטיע, שוין נישט געקענט צולאזן, און האבן שנעל פארראכטן דעם בעל מספר אז די מעשה איז גאר געווען אזוי און אזוי... אזוי ארום האט ר' חיים באוויזן ארויסצובאקומען די אינפארמאציע קונצליכערהייט פון די בריסקע קינדער...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:43 pm#353093
72.


די פאלגענדע מעשה האט פאסירט [כמדומה], ווען דער ספר 'בדי השולחן' איז ארויסגעקומען כמתכונתו של הספר משנה ברורה. פאר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט דאס שטארק פארדראסן, און ביים קומענדיגן 'חומש רש"י' שיעור האט ער דערציילט א מעשה פון זיין פעטער און מומע, אז ווען חיים דער רב'ס איז געווען א קינד האט ער אויסגעשטעלט בענקלעך איינע נאכן אנדערן, און געזאגט אז 'דאס איז א באן'. זיין בארימטע שוועסטער ליפשא [אשת הגרי"מ פיינשטיין] האט געזאגט אז 'דאס איז נישט קיין באן'.

האט דער בריסקער רב געפרעגט ליפשא'ן: פארוואס זאגסטו אז ס'איז ניט קיין באן? האט זי געענטפערט אז אין א באן איז פארהאן צוויי דינים, איינס איז די 'צורה' פון א באן, און איינס איז די 'פעולה' פון א באן, די מאטארן וכו'. חיימ'קע האט אויסגעשטעלט די בענקלעך מיט די צורה פון א באן, אבער עס קען ניט טאן די פעולה פון א באן. עס פארט פשוט ניט...

מיט דעם האט ר' אברהם יהושע צוגעענדיגט: אינעם משנה ברורה זענען אויך פארהאן צוויי דינים, די צורת הספר און די תוכן הספר, ווען איינער שטעלט אויס זיין ספר מיטן צורה פונעם משנה ברורה, איז עס טאקע אויסגעשטעלט ווי א באן, אבער עס פארט פשוט ניט..