Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שנונות ומשונות - לבית בריסק

שנונות ומשונות - לבית בריסק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
198 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 263 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9840
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:47 pm#353095
73.


איינע פון די ירושלימ'ע גדולים איז אוועק, און ביי זיין לויה האט אנטיילגענומען א ריזן ציבור פון אריבער 100,000 אידן. דער גדול איז נישט געווען אזוי צום הארצן פון ר' אברהם יהושע, און ער האט זיך דאן אויסגעדריקט: דער זיידע דער רב האט געזאגט נאכן פטירה פונעם חזון איש, אז נעכטן איז געווען א וועלט מיטן חזון איש, און היינט איז א וועלט אנעם חזון איש. אויף פלוני אלמוני קען מען זאגן פארקערט, נעכטן איז געווען א וועלט אן אים, און היינט אז פלוצים דא א וועלט 'מיט' אים...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:50 pm#353096
74.


א חסידישע איד האט אמאל געזאגט פאר רבי חיים בריסקער, אז ער האט א ראי' אז די חסידישע מהלך איז אמת, ווייל עס שטייט דאך 'שקר אין לו רגלים', און אויב חסידות שטייט נאך איז א סימן אז ס'איז אמת.

האט אים רבי חיים צוריקגעענטפערט אויפן פלאץ, אז אלעס וואס חסידים פון איין רבי'ן רעדן צאם אויף א צווייטן רבי'ן, דאס איז דער פינטעלע אמת וואס האלט צאם די שקר פון חסידות...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:54 pm#353097
שש משזר האט געשריבן:
72.


די פאלגענדע מעשה האט פאסירט [כמדומה], ווען דער ספר 'בדי השולחן' איז ארויסגעקומען כמתכונתו של הספר משנה ברורה...

ואני שמעתיו על ספר דרך אמונה מהגרח"ק.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:01 pm#353098
75.


הגאון רבי מרדכי בעק שליט"א האט דערציילט וואס בדידיה הוה עובדא, ווען ער איז אלס בחור'ל זיך געקומען פארהערן ביי רבי בערל [בן הגרי"ז] אריינצוקומען לערנען אין בריסק. רבי בערל האט אים פרובירט אפצושטופן אז ס'איז נישטא קיין פלאץ, און האט אים געפרעגט: 'וואס מיינסטו, וויפיל מענטשן קענען אריינגיין אינעם קליינעם שיעור צימער'? רבי מרדכי האט אים געענטפערט אז ער גלייבט אז ארום 30 תלמידים קענען דארט אריינגיין. האט ר' בערל אים געזאגט, אז פאקטיש גייען דארט אריין צום שיעור איבער זעכציג תלמידים יעדן טאג, און ס'איז נישטא קיין פלאץ.

רבי מרדכי האט געענטפערט, אז דאס מוז זיין ממש א נס, ווייל ע"פ דרך הטבע איז נישטא קיין פלאץ פאר אזויפיל בחורים, נו, אויב ס'איז שוין סייווי שלא כדרך הטבע וועט נישט אויסמאכן די פלאץ פאר נאך איין בחור... רבי בערל האט הנאה געהאט פון זיין ענטפער און האט אים מקבל געווען אין ישיבה.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:07 pm#353099
76.


אין בריסק איז דאך דא א גאנצע סדר השלשלות הענינים, פון ווען א בחור קומט אריין אין ישיבה, ביז ער איז זוכה אריינצוקומען צו רבי אברהם יהושע'ס שיעור, און ער באקומט א פלאץ וכו'. איז אמאל געווען אן אמעריקאנע בחור וואס האט נישט געוואוסט פון די אלע דינים, און מחמת אי ידיעה איז ער גלייך אריין צום שיעור, און זיך גאר אראפגעזעצט אין די ערשטע שורה.

ווען רבי אברהם יהושע איז אריינגעקומען צו געבן די שיעור, און ער האט באמערקט דעם בחור זיצן אין די פאדערשטע שורה, האט ער אים געהייסן ארויסגיין פון שיעור. דער בחור האט גלייך צוריקגעענטפערט: 'איך געב פארן ראש ישיבה דמי כולה סעודה' [מיינענדיג מרמז צו זיין אויפן מעשה פון קמצא ובר קמצא, וואס האט זיך אזוי אויסגעדריקט אז דער בעה"ב זאל אים נישט מבייש זיין]...

רבי אברהם יהושע האט אים געלאזט בלייבן ביים שיעור...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:12 pm#353100
77.


ביי איינע פון די הפגנות וואס די טשאלמערס האבן געמאכט קעגן עפעס א פירצה, האט רבי אברהם יהושע דאס שארף מגדיר געווען: "זיי גייען מאכן אן הפגנה, כדי צו קענען ווערן ארעסטירט, כדי מ'זאל האבן א פרישע סיבה פארוואס צו מאכן אן הפגנה"...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:15 pm#353101
78.


מ'האט אמאל נאכגעזאגט פארן בריסקער רב, דער באקאנטער ווארט פון רבי ישראל סאלאנטער, אז עס איז גרינגער צו זיין א בקי בש"ס ווי צו צוברעכן איין שלעכטע מידה. האט דער רב גלייך מגיב געווען: "אויב אזוי, דארף מען אנהייבן פון דאס גרינגערע"... (כידוע האט רבי חיים בריסקער נישט געהאלטן פון תנועת המוסר).
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:20 pm#353103
79.


שוין זייענדיג אין ארץ ישראל, האט דער בריסקער רב איינמאל דערציילט פאר זיין דאקטאר, אז ווען ער איז נאך געווען אין שטאט בריסק איז ער געווען שטארק אויסגעשפראכן קעגן די ציונים און מזרחי, און ער האט זיך דערווייטערט פון זיי. האט מען אים געפרעגט פארוואס ער טוט דאס, ער איז דאך רב אין שטאט און ער דארף דינען אלע שיכטן און קרייזן? האט דער רב געענטפערט אז מצד 'הלכות רבנות' זענען זיי גערעכט, א רב דארף דינען אלע קרייזן פון זיין קהילה, אבער חוץ פון זיין א רב איז ער אויך א איד, און אלס איד קען ער נישט...

האט דער רב אויסגעפירט צום דאקטאר: איך האף אז א חוץ פון זיין א דאקטאר זענט איר אויך א מענטש, ווייל אויב נישט וויל איך נישט אז איר זאלט מיר באהאנדלן...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:22 pm#353104
80.


רבי חיים בריסקער האט נישט געוואלט רעדן מיט אנדערע אין לערנען, ווען ס'האט זיך געהאנדלט אין הלכות עבודה זרה, וטעמו ונימוקו עמו, אז אפשר וועט יענער זאגן א קרומע סברא, און וועט מעגליך ח"ו דורכפאלן אינעם איסור פון ע"ז...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:27 pm#353106
81.


א בריסקער איז אמאל געווען ביי א חזון איש'ניק אינדערהיים, וואו ער איז מכובד געווארן מיטן בענטשן על הכוס. דער בריסקער האט גענומען דעם כוס, זיך אויפגעשטעלט אויפן בענקל, און אזוי געזאגט: רבותי מיר וועלן בענטשן. צום פארוואונדערונג פונעם חזון איש'ניק האט ער מסביר געווען, אז אויב ס'פעלט זיך אויס אזא ריזן כוס פאר א שיעור רביעית [שיעור חזון איש], דאן דארף ער מסתם שטיין אויפן בענקל כדי די כוס זאל זיין 'טפח' מעל גבי השולחן...
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 4:25 pm#353121
שש משזר האט געשריבן:
81.


א בריסקער איז אמאל געווען ביי א חזון איש'ניק אינדערהיים, וואו ער איז מכובד געווארן מיטן בענטשן על הכוס. דער בריסקער האט גענומען דעם כוס, זיך אויפגעשטעלט אויפן בענקל, און אזוי געזאגט: רבותי מיר וועלן בענטשן. צום פארוואונדערונג פונעם חזון איש'ניק האט ער מסביר געווען, אז אויב ס'פעלט זיך אויס אזא ריזן כוס פאר א שיעור רביעית [שיעור חזון איש], דאן דארף ער מסתם שטיין אויפן בענקל כדי די כוס זאל זיין 'טפח' מעל גבי השולחן...

איינער פון די עטליכע וואס זענען שוין געווארן דערמאנט דא
מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 8:55 pm#353131
איך האב געהערט, און שפעטער געזען אין נפש הרב עמ' רכ, פון הרי"ד סאלאווייציג זצ"ל פון באסטאן א טעם נכון פארוואס חסידים עסען נישט אין סוכה אום שמיני עצרת, נישט ווי די גמרא (סוכה מז), שו"ע און פוסקים פסקנ'ן אז מ'דארף זיצען אין סוכה שמיני עצרת.
דער גמרא אין שבת כג. זאגט אונז אז ספק דדבריהם לא בעי ברכה, א ספק דרבנן זאגט מען נישט קיין ברכה. פרעגט די גמרא וואס איז וועגען יו"ט שני? ענטפערט די גמרט כי היכי דלא לזילזולי בה, טאמער מ'וואלט קיין ברכה נישט געמאכט אויף יו"ט שני, וואלט מען מזלזל געווען דערין.
פיהרט אויס הרי"ד, און כך הוה. וויבאלד מ'זאגט נישט קיין ברכה אויף סוכה שמ"ע, וכדינא דגמ', דעריבער איז מען מזלזל דערין.
מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 9:32 pm#353135
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
מאיר בר אילן דערציילט אויף רבי חיים בריסקער אז ווען ער איז געווען א קינד האט ער געהאט א סלאנימער מלמד איינמאל איז דער סלאנימער רבי (לכאורה דער יסוד העבודה ) דוירעכגעפארן דארט האט דער מלמד מיטגענומען דעם יונגעל צום רבין און דער רבי האט געגבן אן עפל פאר ר חיים און ער האט געגעבן א כאפ און געגעסן אהן א ברכה
דער מלמד איז געוווארען פארלוירען אז ער מאכט נישט א ברכה האט ער איהם אהנגעשריגען האט איהם דער רבי געזאגט אז עס איז זיין שולד ווייל ער האט איהם געדארפט אויסלערנען רופט זיך אהן חיים אז עס איז דעם רביןס שולד ווייל ער האט געדארפט אויסלערנען דעם מלמד בעסער
מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:42 pm#353142
שש משזר: מיין תגובה באציט זיך אויף נומער...78...!
במחילת כבוד תורתם פון די אלע גדולי ישראל וועלכע זענען געגאנגען אין די בריסקער שיטה....ס'דערקענט זיך טאקע אז זיי האבן די שווערערע נישט אנגערירט.(נישט די גדולים. נאר דער המון עם). די גרינגערע ווייס איך נישט...! יא. איך בין פרע-דזשודיסס'ד. אין רעאקציע צו זייער שנאה און פאראורטייל...!
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:58 pm#354778
ר"ב פאלער ז"ל: א פערד איז נישט א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד; ער איז א פערד ווייל ער איז אליין א פערד...
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:20 pm#354784
מפערד לפערד באותו פערד...

א בריסקער פרעגט זיין חבר צו דאס וואס א פערד פארשטייט צו לופן ווען מ'שמייסט איהם (א"ה, כסוס ופרד אין הבין?...) איז ווייל ער פילט די צופ פונ'ם שמאס ממילא הייבט ער זיך אדער ווייל ער דערמאנט זיך פונ'ם לעצטער שמאס און פארשטייט וואס ער האט דא צי טוהן?

זאגט דער חכם, איך ווייס נישט ווייל איך בין דאך ניט קיין בעל עגלה.

קלארט אויס זיין חבר, דאס האב איך אייך נישט געפרעגט אלס בעל עגלה, נאר אלס פערד.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:23 pm#354785
אפשר וועגען דעם איז טאקע גוט זיך צו איידענטיפייען אין די ניק אלס "בעל עגלה" כדי ס'זאל נישט קומען צו קיין מיספארשטענדענישען...
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:44 pm#354795
ונבנתה העיר האט געשריבן:ר"ב פאלער ז"ל: א פערד איז נישט א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד; ער איז א פערד ווייל ער איז אליין א פערד...


דאס איז פארדרייט א שטיקעל תורה פון ר' חיים.
"א פערד איז א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד. א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ"

אין הלכות תולעים, לויט מאנכע ראשונים (תוס' סוף פרק אלו טריפות), קומט עס צונוץ
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:13 pm#355101
לרגל יומא דהילולא של גאון הגאונים, ה"ה רבי עזריאל הורוויץ, רבה של לובלין, המכונה 'ר' עזריאל דער אייזענער קאפ' (ראש הברזל), נזכרתי במעשה נאה עד מאד אודותיו, אותו סח לי חד מיקירי ירושלים, ולא אמנע טוב.

באחד משיעורי החומש, סיפר ראי"ס שליט"א מעשה בשם אביו, ה"ה הגרי"ד הלוי זצ"ל, בנו בכורו של מרן רי"ז הלוי זללה"ה. וזה דבר המעשה. פעם שלחו אביו מבריסק לורשא, בעניין ציבורי כלשהו. הוא הגיע לורשא לפנות ערב, ונכנס לאחד מבתי החסידים דשם, להתפלל מנחה מעריב.

בין התפילות היה מעט זמן פנוי, והגרי"ד ישב ללמוד. בספסל שלפניו ישבו שני יהודים חסידיים, וסחו בדברים העומדים ברומו של עולם. בתוך הדברים סיפר האחד לרעהו, שבאותו בוקר, לרגל יומא דהילולא של ר' עזריאל הורוויץ, ערך הרבי לחיים טיש אחרי תפילת שחרית, ובתוך הדברים אמר הרבי, כי למרות שכידוע היה ר' עזריאל מתנגד חריף, ויחסיו עם ה'חוזה' שהיה עמו בלובלין היו לא פשוטים, בלשון המעטה, עם כל זאת היתה ביניהם ידידות והערכה מופלגת, כדי כך הגיעו הדברים, שהשניים ביקשו ואף נקברו זה לצד זה, לגודל אהבתם איש את רעהו.

לא יכולתי להתאפק, סיפר הגרי"ד, והתערבתי בשיחתם. סיפרתי להם שזה עתה הגעתי מבריסק, ובדרך, לרגל היארצייט של ר' עזריאל, עברתי דרך בית החיים דלובלין, לומר פרק תהילים על קברו. ובכן, ראיתי את קברו, וכן את קברו של החוזה. זה בצד אחד של בית החיים, וזה בצד השני.

מסתכל עלי החסיד כתרנגול בבני אדם, ואומר לי: מה אתה מבלבל את המח, הלא אני בעצמי התפללתי הבוקר עם הרבי שליט"א, ובאזני שמעתי דבר זה מפיו, ואיך יעמוד החי ויכחיש את החי? שבתי ואמרתי לאותו החסיד, הלא בעיני ראיתי את שני הקברים, לפני כמה שעות, ואיך תאמר לי שאני טועה, כאשר אתה עצמך לא ראית את בית העלמין דלובלין מימיך? מה יש לראות, משיב היהודי לעומתי, הלא אזני שמעו ולא זר, את הדברים מפורש יוצאים מפי הרבי. ומה לי אם ראיתי אם לאו. שוב ניסיתי, מספר הגרי"ד, ואמרתי לאותו חסיד: יודע הנך, הלא מכאן ללובלין המרחק קצר, הבה ונלכה שמה, ונראה יחדיו את קבריהם של שני גדולי לובלין, ונראה אם צדקו דברי הרבי אם לאו. אין מה לראות, פסק החסיד את פסוקו. דבר ששמעתי באזני מפי הרבי, אין העיניים יכולות להכחיש.

את הסיפור הזה סיפר ראי"ס ב'חומש שיעור', והשמחה היתה גדולה.

לאחר השיעור, ניגש לרא"י אחד התלמידים, בחור חסידי מארה"ב, ואומר לו כדלהלן: לפני כמה חודשים, בשלהי קייטא, ארגנו אצלנו בבארא פארק נסיעה לקברות צדיקים ביורופ, ואני הק' השתתפתי בה. היינו אצל הרבי ר' אלימלך זי"ע, אצל אור שבעת הימים הבעש"ט הק', אצל האדמו"ר הזקן, אצל הנחל נובע, ואף בלובלין היינו, אצל אדוננו החוזה, זכותו יגן על כל ישראל. ושם, צמוד לקברו של החוזה, ראינו את קברו של רבה של לובלין, ידידו ויריבו של החוזה, הלא הוא ר' עזריאל איש הורוויץ, המכונה 'ר' עזריאל דער אייזענער קאפ'.

דממה השתררה בחדר. כל הבחורים השתתקו בתדהמה, ורק ראש הישיבה, רא"י שליט"א, קפץ ממקומו בתוך כדי דיבור, וקרא בסערה כלפי הבחור: ווי קען דאס זיין, איך האב דאך אליין געהערט די מעשה פון טאטען! (כיצד ייתכן הדבר, הלא אני בעצמי שמעתי את הסיפור הזה מאבא...)

והדברים נפלאים עד מאד, לכל לב מבין.

Credit: Sam Green, Facebook


.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:55 pm#355110
הוגה: ייש"כ. יעצט איז די פיקטשער באלאנסירט. פון יעצט אן וועללן שין די מתנגדים/ליטוואקעס מער נישט קענען מאכן חוזק פון חסידים אז וואס זיי האבן געהערט פון רבי'ן איז שטערקער ווי מעמד הר סיני. ווייל ביי די פרינצן פון די גדולי ליטא איז געווען די זעלבע זאך. אן אמירה/שמיעה פון א טאטע/רבי איז שטארקער ווי אליינס זעהן מיט די אויגן... :lol: :roll:
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 3:19 pm#355112
למעשייה זו יש כבר זקן ארוך וכבר הובא לעיל לפחות פעם אחד.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 3:53 pm#355114
איך אויך האט געשריבן:למעשייה זו יש כבר זקן ארוך וכבר הובא לעיל לפחות פעם אחד.


דער כותב האט צוגעלייגט און אראפגענומען פון די מעשה, ביז ער האט עס פארדרייט אינגאנצען. לויט זיין גירסא, וואס איז די גרויסע תורה? פארוואס זאל ראי"ס גלויבען דער בחור מער ווי זיין אייגענע טאטע?
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 4:03 pm#355115
וועמען דארף מען גלייבן, ליטוואק אדער הוגה?
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 5:15 pm#355116
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 5:33 pm#355118
און אז ATUB @שש משזר ATUB האט די זעלבע טעות געמאכט איז וואס? פארוואס איז יענער מער באגלייבט ווי זיין טאטע?
נאר האמת יורה דרכו, און אזוי האב איך געהערט די מעשה נאך אלס יינגעל, אז דער בחור האט געוויזען א בילד פון די צוויי קברים, און ווען איך האב געהערט די מעשה, איז פאטאשאפ געווען אפשר פינף יאר אלט און מ'האט פון דעם נישט געוואוסט, און דאס איז די טיפער כוונה פון די וויץ.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:00 pm#355128
נעה.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 4:46 pm#357054
איך האלט אינמיטן ארבעטן אויפן לענגערן ספר 'פנינים שזורים', וואס נעמט אויף 450 זייטן [אן די אמשינאווע סעריע], און איך האב איבערגעארבעט די ווערטלעך לבית בריסק, און איך האב זיי צוטיילט אין ניין פרקים, ווי פאלגענד:

    • א' – ה'בית הלוי' מבריסק זצ"ל.
    • ב' – הגאון רבי חיים מבריסק זצ"ל.
    • ג' – הגאון רבי יצחק זאב מבריסק זצ"ל.
    • ד' – הגאון רבי יוסף דב - "רבי בערל" - סאלאווייטשיק זצ"ל.
    • ה' – הגאון רבי חיים - "דער משוגענער" - סאלאווייטשיק ז"ל.
    • ו' – הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א.
    • ז' – הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א.
    • ח' – בית בריסק לדורותיהם.
    • ט' – די בריסקע 'מהות'.

ביי יעדן האב איך צוגעלייגט א שטיקל דיסקריפציע, מ'זאל כאפן די עומק הענין, בבחינת מי ומי ההולכים... האב איך מחליט געווען ארויפצולייגן דעם קורצן דיסקריפציע פון די ניין קאפיטלען להנאת הרבים. ליינטס מיט הנאה:



א' - ה'בית הלוי' מבריסק זצ"ל.

דער מייסד השושלת לבית בריסק, ווערט גערופן על שם ספרו 'בית הלוי' וואס איז זייער א טיפע לומד'ישע ספר, אויסגעשטעלט אויף דריי חלקים פון שו"ת. דארט זעען זיך אן די קערנדלעך פון די מהלך המחשבה פון בריסק, הגם ער ווערט קלאר נישט פאררעכנט אלס דער מייסד פונעם בריסקער דרך הלימוד.


ב' - הגאון רבי חיים מבריסק זצ"ל.

הגאון רבי חיים בריסקער ווערט פארצייכנט אין היסטאריע ווי דער מייסד המהפכה אינעם ליטווישן דרך הלימוד, טוישנדיג די אנגענומענע מהלך הלימוד והמחשבה טאקע אינעם צענטער פון ליטווישן עולם הישיבות – וואלאזשין. ער איז דארט געווארן ראש ישיבה, זייענדיג אן אייניקל פונעם ראש ישיבה, דער נצי"ב – מיט וועם ער האט זיך אפטמאל ארומגעאמפערט, אין לערנען ווי אין השקפה.

רבי חיים איז דער וואס האט אנגעהויבן מיט די בריסקע אינטרעסאנטע מנהגים, וואס מאכט 'בריסק' פאר א מהלך פאר זיך אינערהאלב די ליטווישע עולם התורה. רבי חיימ'ס חותם האט ענדגילטיג מכריע געווען די גאנצע וועלט, ווען אלע פרובירן – ווייניג מיט עכטע הצלחה – נאכצופאלגן זיין מקוריות'דיגע מהלך המחשבה.

אין די פאלגענדע וויצן וועלן מיר געפונען א היבשע פאר זאפטיגע בליצן, וואס פאסן זיך אריין אינעם דרך הלימוד וואס רבי חיים האט מחדש געווען.


ג' - הגאון רבי יצחק זאב מבריסק זצ"ל, דער 'רב'.

הגאון רבי יצחק זאב מבריסק, ווערט גערופן אין די היימישע וועלט "דער גרי"ז", אין ירושלים "רבי וועלוועלע", און אין בריסק "דער רב". אלנפאלס, אין שטאט בריסק איז ער געווען גאנץ א קנאפע רב, מיט גאר א מינימאלע השפעה אויפן שטאט, און איז ווערד אן אפהאנדלונג פאר זיך. פארט אבער, נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל איז ער געווארן איינע פון די גרעסטע מנהיגי הדור אין זיין צייט.

דער רב איז געווען זייער א שארפער, א נערוועזער, און א היבש שארפער מתנגד. ער איז געווען באקאנט מיט זיין פחדנות אין פריוואטן לעבן, אבער תקיפות אין אידישקייט, און זיין דמות איז געווען זייער אינטרעסאנט. זיינע ווערטלעך צייכענען זיך אויס מיט זייער שארפקייט און אפטמאל בייסיגקייט.

אסאך 'נערוון' לבית בריסק זענען אויסגעפארעמט געווארן תחת הנהגתו, און געוויסע פון זיי ווערן דא דערמאנט בין השיטין.


ד' - הגאון רבי בערל סאלאווייטשיק [גרי"ד], בן הגרי"ז זצ"ל.

הגאון רבי בערל סאלאווייטשיק, וואס נאר אין די ספרים שטייט "גרי"ד" – אבער איז שטענדיג געווען באוואוסט מיטן נאמען רבי בערל, איז געווען דער עלטסטער זון פונעם רב. ער איז געווען גאר א שארפער מענטש, וואס האט געפירט די ישיבה מיט א תקיפות [רב אין בריסק איז ער שוין נישט געווען], און ער האט באמת אוועקגעשטעלט די מאדנע און עליטיסטישע צוגאנג ביי אים אין ישיבה.

ער איז אויסדריקליך נישט געווען באקאנט אלס דער גאון אדיר, און אין פאקט האט מיין זיידע – תלמיד הגאון רבי בנימין פאלער זצ"ל, א תלמיד חביב פונעם 'רב' נאך אין בריסק – נאכגעזאגט מפי רבו, אז נאך אין שטאט בריסק איז געווען באוואוסט אז רבי דוד קען מער לערנען ווי זיין עלטערער ברודער. פארט אבער האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיין חריפ'ישע מח, און האט געהאט פאטענציאל צו ווערן א גרויסע שטערן, ווען נישט דעם וואס ער איז אוועק היבש יונג פון אן הארץ אטאקע.

דאס וואס ער האט פארפעלט, האט זיין זון משלים געווען... אבער די בייסיגע מהלך פון רעדן, און די מהלך וואס ער האט איינגעפירט אין ישיבה, קען מען זען אויך פון די פאלגענדע ווערטלעך.


ה' – הגאון רבי חיים סאלאווייטשיק ז"ל, בן הגרי"ז.

רבי חיים סאלאווייטשיק, א זון פונעם רב, איז געווען אן עילוי און אביסל משוגע אפילו לויט די בריסקע סטאנדארטן... זיינע טיטלען זענען געלאפן צווישן 'חיים דער רב'ס' און 'חיים דער משוגענער' [להבדיל מהג"ר חיים בריסקער]. ער האט טאקע קיינמאל נישט חתונה געהאט.

דאס נעמט אבער נישט אוועק זיין גדלות בתורה, וואס איז געווען גאר שטארק, און ער האט זאגאר איבערגעלאזט חריפות'דיגע געדאנקען אויף ש"ס.

זיינע ווערטלעך צייגן אן אויף א בריסקע מהלך המחשבה באופן כללי, און אויף 'חיים דער משוגענער'ס' מהלך המחשבה באופן פרטי. ער איז געווען צוקער זיס, און הגם שארף, קומט אלעס באגלייט מיט גאר געשמאקע הומאר.


ו' - הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א בן הגרי"ז.

הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א איז דער איינציגסטער זון פונעם רב וואס לעבט נאך, איבערלעבנדיג אפילו יונגערע פון אים. ער איז דער פרומסטער פון אלע בריסקע קינדער, אויסגעצייכנט מיט זיין תמימות ויראת חטא, התמדה נפלאה און בקיאות בכל התורה, און גלייכצייטיג מיט זיין רוסישע נערוועזיקייט...

אנגעהויבן האט ער זיין קאריערע אלס מגיד שיעור אין ישיבה פון זיין עלטערע ברודער רבי בערל, אבער נאכדעם וואס רבי בערל'ס זון האט איבערגענומען די ישיבה, איז ער ארויס פון דארט און זיך געעפנט אן אייגענעם ישיבה. הגם נישט אזוי סוקסעספול ווי זיין פלומעניק'ס ישיבה, איז ער אבער – זייענדיג א סאלידער מענטש – גאר געשעצט איבערן וועלט, און זיין ישיבה איז פארט אן 'אויבנאן' ישיבה.

מטבע הדברים, הערשט א געוויסער פארביסנקייט צווישן זיין חצר און זיין פלומעניק'ס חצר, און אסאך ווערטלעך זענען געזאגט געווארן ביי אים אין ישיבה אויפן חשבון פון זיין פלומעניק, און זיי זענען פארצייכנט געווארן אינעם קאלום פון 'רבי אברהם יהושע'.


ז' - הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, בן הגרי"ד [בן הגרי"ז].

אויב עשרה קבין של חריפות בריסקאית ירדה לעולם, דאן איז זיכער אז 'תשעה נטל רבי אברהם יהושע', און די אנדערע האבן זיך צוטיילט מיטן לעצטן קב. רבי אברהם יהושע איז א מענטש וואס לעבט אויף קאנטראווערסיע, ווייל דאס איז אייגנטליך וואס ער האט געצויגן צו זיך כמעט פון ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע.

ער האט איבערגענמען זיין טאטן – רבי בערל'ס – ישיבה אין א יונגן עלטער, אבער זיין יונגקייט האט נאר צוגעגעבן צו זיין כאראקטער, ווייזנדיג פארן וועלט אז ער קען שניידן און אריינזאגן פאר גדולים וטובים ממנו מיט זיין בריסקע כח המחשבה ודיבור. ער האט אבער א כאריזמאטישע פערזענליכקייט וואס ציט מענטשן צו אים, זקנים עם נערים און זאגאר עשירים אדירים, און דאס געבט אים א כח.

זיין ישיבה איז עד היום הזה די בעסטע בריסקע ישיבה, און אייגנטליך די שפיגעלע פון די עולם הישיבות וואו 'יעדער' זוכט זיך אריינצובאקומען. זיינע שיעורים זענען מלא חריפות עד אין סוף, אבער גלייכצייטיג מיט אן אבנארמאלע קלארקייט צום שטוינען. זיינע חומש רש"י שיעורים זענען די 'פאליטישע שמועסן' ווען אסאך בייסיגע מעסעדזשעס זענען געזאגט געווארן במשך השנים.


ח' – בית בריסק לדורותיהם.

בריסק האט ארויסגעגעבן אסאך אינטרעסאנטע טיפן, סיי ביי די שושלת זעלבסט און סיי ביי גדולי ישראל וואס האבן קונה געווען ממשנת הבריסקאים. פאלגענד ברענגען מיר געוויסע ווערטלעך, וואס קענען צומאל כאראקטעריזירן דעם באטרעפנדן, אדער לפחות דערמאנען אז מ'רעדט דא פון "בריסקע"...


ט' - די בריסקע 'מהות'.

מיר פארשטייען שוין, אז בריסק איז א מהלך המחשבה ומהלך החיים, און נישט נאר א דרך הלימוד. די פאלגענדע ווערטלעך וואס זענען על פי רוב נישט קיין ווירקליכע פאסירונגען, צייכענען אבער אפ די געדאנקנסגאנג פונעם טיפישער בריסקער, מיט זיינע מעלות און חסרונות, און בעיקר – נערוון און משוגעת'ן.


---
ע"כ פון די רשימה...
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 4:57 pm#357058
וואס איז מיט JB?
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 5:49 pm#357064
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
הגרמ"ד האט גע'עפענט זיין ישיבה בחיי זיין ברודער, און איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער איז אמאל געווען א מגי"ש ביי זיין ברודער, און ס'איז בכלל נישט מסתבר אזוי.

רוב מנהגי בריסק זענען יא פון דער בית הלוי, נישט ר' חיים. דער מהלך הלימוד איז טאקע נישט פון איהם.

הגרי"ד האט זוכה געווען צו א שטארקע חביבות ביים חזו"א, וואס האט זאגאר געשטופט דער עדה חרדית איהם צו נעמען אלס רב נאך הרב דושינסקי! דאס אויסרימען הגרמ"ד אויפ'ן חשבון פון הגרי"ד איז א פעולה פון די פארביסענע משפחות וואס האבען נישט מצליח געווען אריינצוגייען ביי הגרי"ד. וידוע מה שאמר הגרי"ד כאשר אמרו לו "א שאד, האסט פארפאסט הרב א.ש. וואס איז אריבער צום ברודער, נאכ'ן נישט ווערען אריינגענומען ביי הגרי"ד, וואס איז טאקע א גרויסע תכשיט"
האט ער גע'ענטפערט "יא, אבער מ'האט פארדינט די אלע אנדערע ברידער "

נאך א נאמען פאר'ן בריסקער רב האב איך געהערט פון דער וואודרידזשער רב שליט"א "דער לעצטע בריסקער רב", ודפח"ח

און כיהודה ועוד לקרא, הרי"ד מבוסטון איז א שטארקע בריסקער געווען, נאר מיט אן אייגענעם כאראקטער. לערן נפש הרב פאר א שנעלער איבערבליק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 1:40 pm#357144
שש משזר האט געשריבן:איך האלט אינמיטן ארבעטן אויפן לענגערן ספר 'פנינים שזורים', וואס נעמט אויף 450 זייטן [אן די אמשינאווע סעריע], און איך האב איבערגעארבעט די ווערטלעך לבית בריסק, און איך האב זיי צוטיילט אין ניין פרקים, ווי פאלגענד:

    • א' – ה'בית הלוי' מבריסק זצ"ל.
    • ב' – הגאון רבי חיים מבריסק זצ"ל.
    • ג' – הגאון רבי יצחק זאב מבריסק זצ"ל.
    • ד' – הגאון רבי יוסף דב - "רבי בערל" - סאלאווייטשיק זצ"ל.
    • ה' – הגאון רבי חיים - "דער משוגענער" - סאלאווייטשיק ז"ל.
    • ו' – הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א.
    • ז' – הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א.
    • ח' – בית בריסק לדורותיהם.
    • ט' – די בריסקע 'מהות'.

ביי יעדן האב איך צוגעלייגט א שטיקל דיסקריפציע, מ'זאל כאפן די עומק הענין, בבחינת מי ומי ההולכים...
ע"כ פון די רשימה...


חוקר וסקרן האט געשריבן:וואס איז מיט JB?


וועט פארנעמען אייגענע 450 זייטן.

שש, מיר קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.
און אז דו האסט דערמאנט אמשינוב. את אחינו אנו מבקשים, לאז אונז נישט ווארטן מיט בריסק אזוי לאנג ווי מיט אמשינוב.
מאנטאג יאנואר 09, 2017 8:16 pm#359371
ווי באקאנט האט דער גרי"ז געליטן אויף O.C.D און פון דעם נעמען זיך רוב פון די בריסקע חומרות. דערציילט מען אז איין נאכט פארן גיין שלאפן האט ער געשיקט איינער פון זיינע קינדער קוקן צי דער שלאס איז פארשפארט, יענער איז געגאנגען און צוריקגעקומען זאגן אז עס איז פארשפארט. נאך אפאר מינוט שיקט ער א צווייטע קינד בודק זיין און יענער באשטעטיגט דאס זעלביגע, ולא נחה דעתו בזה און אפאר מינוט שפעטער האט ער געשיקט דעם נעקסטן זון, פארשטייט זיך אז יענער איז צוריקגעקומען זאגן אז עס איז פארשפארט אא"וו. צום לעצט האט ער געשיקט חיים דער משוגע'נער וואס ער האט פארשטאנען אז צום סוף וועט זיין טאטע אליינס קומען קוקן, איז ער געגאנגען און געעפנט די שלאס און געזאגט פארן טאטן אז ס'איז פארשלאסן. צום סוף איז דער גרי"ז אליינס געגאגען זיכער מאכן אז ס'איז פארשלאסן, און זעענדיג אז די שלאס איז אפן גיבט ער זיך א רוף אן, קוקט'ס ווי מ'קען זיך אויף קיינעם פארלאזן, יעדער וועם איך האב געשיקט קוקן האט געזאגט אז ס'איז פארשלאסן, און למעשה איז עס געווען אפן.
מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:56 pm#359379
אברעימל: ייש"כ. אמאל דארף מען נוצן א משוגע'נעם מהלך(גג על גג) כדי אויסצוקורירן א משוגעת פון אן אדם גדול. וכבודו במקומו מונח...!

ס'זענען געווען נאך גדולי ישראל, צווישן זיי גאונים וצדיקים, וועלכע האבן געהאט פערזענליכע משוגעת'ן. נאר דער עולם האט נישט געהאט די גאטס (דעם קוראזש) זיי צו פארבעסערן. עד שבא משוגע אחד. ועשה את העבודה. וכמעט זה מה שהתכוון הרמב"ם ז"ל באומרו..."בואו, ונחזיק טובה למשוגעים"...!

אפשר איז כדאי צו מאכן אזא ליקוט. נאר פארשטייצעך אן פוגע זיין בכבודם פון די צדיקים נ"ע...!
מיטוואך יולי 19, 2017 11:27 am#379549
דער וועלט פרעגט א שאלה, ווען קרח האט זיך אויפגעוועקט יענעם טאג, האט ער געמוזט כאפען אז דער מן אז ווייט פון זיין שטוב, אזוי ווי אלע חוטאים, ט'פארוואס האט ער נישט געכאפט זיין טעות?

דער וועלט זאגט אז ער האט געזאגט "דאס איז צוליעב דעם אז איך האב זיך נישט גענוג געשלאגען".

הרב אברהם יהושע האט יעצט געזאגט א חומש שיעור און ער האט מסביר געווען אויף אן אנדערען אופן.

"א בריוו איז געקומען פון אמעריקא זאגענדיג אז דער מן איז גלייך לעבען זיין שטוב". ודפח"ח.
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:29 pm#383352
הערליכע אשכול! יעצט אדורכגעגאנגען און פיין הנאה געהאט.

ונבנתה העיר האט געשריבן:אז דו רעדסט פון רי"ב און פון אמעריקא: מ'האט אמאהל געזאגט פאר רי"ב בן הגרי"ז אז רב פאם איז דער חפץ חיים פון אמעריקא, האט ער געזאגט: און איך בין ר"ע איגר פון דעם טעקסי...

שטארק נישט מסתבר. כהאב נאך קיינמאל געהערט די הגדרה אויף הרב פאם. כ'האב עס געהערט אויף רבי יעקב יוסף הערמאן, אויף וועם ס'שטימט טאקע פיל בעסער [היה חותן המלך, הגרח"פ שינברג בעל טבעת החושן]
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:35 pm#383354
ר' משה מרדכי שולזינגער, א מאדנע גאון ו... פאר זיך (אדוק ברב שך, חסיד של הבריסקערוב, ומתנגד לרב שטיינמן ולחסידים בכלל), האט דערציילט די פאלגענדע מעשה:

ווען ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל האט נאך געוואוינט אין סלוצק, האט ער געפלעגט ארויסצוגעבן א ירחון תורני בשם "יגדיל תורה". איינמאל האט ער אנגעטראפן זיין רבי'ן ר' חיים בריסקער (היה תלמידו כי למד אצלו בישיבת וולוז'ין), און ר' חיים האט אים מוכיח געווען איבער א שטיקל תורה וואס איז געווען געדריקט אין זיין קובץ וואס איז עפעס נישט אזוי איי ייאיי איי. ר' איסר זלמן האט זיך פארענטפערט, אז ער האט עס נישט געקענט אפזאגן, ווייל עפעס א חשוב'ע רב האט עס געשריבן און ער האט נישט געקענט פוגע זיין בכבודו מיטן עס נישט אריינלייגן.

ר' חיים האט אים געענטפערט: גערעכט ביסטו, און דו האסט עס טאקע געמוזט אריינלייגן, אבער דו וואלסט געדארפט טוישן דעם נאמען פונעם קובץ תורני, צום נאמען "יקטין תורה"...
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:43 pm#383355
כהאב אמאל געהערט א זיסע הגדרה אויף די דריי גרויסע תלמידי ר' חיים בריסקער, וויאזוי זיי צעלייגן א סוגיא.
כמדומה אז ס'גייט ווי פאלגענד:

ר' ברוך בער איז בגדר "אונס"
דער רב (גרי"ז) איז בגדר "מרצה"
און ר' שמעון שקאפ איז בגדר "מפתה"...
זונטאג אוגוסט 27, 2017 3:26 pm#383471
לא כאפטי.
דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:08 pm#383668
איך האב געהערט די אויספיר:

און.... איז סתם א מוציא שם רע.
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:42 pm#383765
שטאמט פון ש"י זוין, בעל אישים ושיטות, און ס'קומט אזוי:

ס'דא דריי מפרשים אויפן רמב"ם
1) ר' חיים
2) ר' מאיר שמחה
3) ר' איסר זלמן

ר' חיים איז א אונס, לערנט א פשט אין רמב"ם בלית ברירה.
ר' מאיר שמחה איז א מפתה, לייגט עס שיין אראפ, און ס'שטימט.
ר' איסר זלמן איז סתם א מוציא שם רע, זאגט א גאנצע פשעטל, און קלעבט עס ארויף אויפן רמב"ם.
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:01 pm#383766
אה יעצט מאכט עס סענס.
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:26 pm#383770
פורים קטן האט געשריבן:שטאמט פון ש"י זוין, בעל אישים ושיטות, און ס'קומט אזוי:

ס'דא דריי מפרשים אויפן רמב"ם
1) ר' חיים
2) ר' מאיר שמחה
3) ר' איסר זלמן

ר' חיים איז א אונס, לערנט א פשט אין רמב"ם בלית ברירה.
ר' מאיר שמחה איז א מפתה, לייגט עס שיין אראפ, און ס'שטימט.
ר' איסר זלמן איז סתם א מוציא שם רע, זאגט א גאנצע פשעטל, און קלעבט עס ארויף אויפן רמב"ם.


און ר' ...... איז א משלחת וחוזרת, גייט אהין אין צירוק, זאגט גארנישט, מאלט סתם וואסער
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:53 am#384870
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
א מימרא פון הר' אברהם יהושע סולובייצ'יק [לאחרונה, לאחר פרשיית העופות]:
דגים אי אפשר לאכול, עופות כבר גם לא. נשאר לאכול רק בני אדם, ועל זה יש מסורת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:21 pm#384880
איך געדענק נישט אויב מ'האט די מעשה דא שוין געברענגט
דער בעלזער רבי איז געגאנגן באזוכן ר' א"י
דער ר"י פרעגט דעם רבי'ן פארוואס אין בעלז לייגט מען די ס"ת ליגעדיג האט ער אים געזאגט ווייל די ב"ח איז געווען רב אין בעלז און געפסקנט אזוי
פרעגט דעם רבי'ן צוריק דעם ר"י פארוואס טוהט מען נישט אזוי אין בריסק דער ב"ח איז דאך געווען רב אין בריסק אויך
האט דער ר"י געזאגט יע יע אבער אין בריסק איז געוןוען רבנים נאכ'ן ב"ח אויך
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:22 pm#384881
יעצט לאמיר זעהן ווילאנג ס'וועט נעמען פאר @.... עס צו לייגן אויף HASIDIC1
מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:42 pm#424257
ווען איר זענט גערעכט זענט איר גערעכט
אבער דאס מאהל האב איך עס נישט גענומען דירעקט פון דיר נאר באקומען פון א צוויטען וואס האט עס מן הסתם גענומען פון דיר
אבער איך בעהט אייך איבער
מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:16 pm#424261
סקרן האט געשריבן:דער בריסקער רב רבי וועלוועלע זאל זיך מיהען אין ליכטיגער גן עדן, האט געהאט א זון מיטן נאמען רבי חיים. דער רבי חיים ע''ה איז נעבאך געווען נישט מיט אלעמען, אזש ווען משוגע וואלט ווען געמאכט וואקסן, וואלט ער ווען געזעצן אויף די לבנה און מיט די פוס געשאקלט א יאכט שיפל אויפן אטלאנטישען אקעאן, און ווען משוגע וואלט ווען געמאכט נידעריג, וואלט ער געזיצן אויף א ביר דעקל אין געשפילט קאגעלעך מיט די רויטע ווערים...

אלענפאלס דער רבי חיים האט אמאל זייענדיג אין די גיסטע, דערלאנגט פאר עמיצען אזא פראסק אויפן באק, אז יענער האט זיך דערזען מיטן שווארצן טייוול בהקיץ ממש. אויף די אנפראגע פון זיין פאטער פארוואס ער האט דאס געטאן, איז דער אנטווארט באלד געקומען אז יענער האט אנגעהויבן, ווי דער אלגעמיינער שטייגער איז שטעדיג. פרעגט אים דער בריסקער רב פארוואס האט יענער מיט מיר נישט אנגעהויבן? ענטפערט אים רבי חיים מיט א דריי מיטן פינגער אלא מאי? דער טאטע האלט אז איך בין שולדיג, אויב אזוי דאן פארוואס האב איך נישט אנגעהויבן מיטן טאטן? ודפי''ח


שיין! נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט?

l viewtopic.php?f=10&t=12683&start=25#p424082 l

דערמאנט א פסוק אין ירמיהו " ומצח אשה זונה היה לך מאנת הכלם" ווי פאסיג איז דער פסוק אויף אונזער סקרן (שקרן)
מאנטאג פעברואר 11, 2019 6:44 pm#424271
סקרן האט געשריבן:איך געדענק נישט אויב מ'האט די מעשה דא שוין געברענגט
דער בעלזער רבי איז געגאנגן באזוכן ר' א"י
דער ר"י פרעגט דעם רבי'ן פארוואס אין בעלז לייגט מען די ס"ת ליגעדיג האט ער אים געזאגט ווייל די ב"ח איז געווען רב אין בעלז און געפסקנט אזוי
פרעגט דעם רבי'ן צוריק דעם ר"י פארוואס טוהט מען נישט אזוי אין בריסק דער ב"ח איז דאך געווען רב אין בריסק אויך
האט דער ר"י געזאגט יע יע אבער אין בריסק איז געוןוען רבנים נאכ'ן ב"ח אויך

(למען הדיוק דאס האט נישט מיט'ן ב"ח)
מאנטאג פעברואר 11, 2019 6:46 pm#424272
פורים קטן האט געשריבן:ש"י זוין

שיין