Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שנונות ומשונות - לבית בריסק

שנונות ומשונות - לבית בריסק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
198 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 263 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9840
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:29 pm#310579
19.

ווי באקאנט מאכט רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק גאנצע דינים ביז מ'קען זיך אריינבאקומען אין זיין ישיבה [חוץ - שטייצעך - אויב דער טאטע האט אפאר דאלער. הכסף יענה את הכל]. חלק פון די נוסח איז 'ס'נישטא קיין פלאץ', צו סתם אזוי האקט ער צו די טיר אויף דער וואס בעט אים אז ער וויל אריינקומען אין ישיבה.

צוויי מעשה'לעך האב איך געהערט וויאזוי בחורים האבן 'איבערגעקלוגט' די סיסטעם, און רעדנדיג בריסקע שפראך האבן זיי זיך אריינבאקומען אין ישיבה:

איינער האט אמאל אריינגעקלאפט ביי רא"י אינדערהיים, רא"י האט אויפגעמאכט די טיר, און דער בחור האט אים געבעטן אז ער וויל אריינקומען צו אים אין ישיבה. רא"י האט 'געענטפערט' מיט א טיפישע ניין, און פארהאקט די טיר אויפן פלאץ. דער בחור האט ווידעראמאל געקלאפט אויפן טיר. רא"י האט נאכאמאל געעפנט די טיר און געפרעגט 'וואס'?

דער בחור ענטפערט אים: כ'וויל פרעגן דעם ראש ישיבה פשט אין די משנה: 'והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות'...! רא"י - געכאפט אין שאק - האט אים געענטפערט אויפן פלאץ: איר זענט אנגענומען אין ישיבה...!
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:35 pm#310581
20.

א צווייטע מאל וואס א בחור האט אים צוגע'פיקסט איז געווען, ווען דער בחור האט געוואלט אריינקומען אין ישיבה, אבער רא"י האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין פלאץ. דער בחור איז אריין אין ישיבה, זיך געזעצט לערנען כאילו לא היה.

נאך אפאר טעג קומט רא"י אריין אין ביהמ"ד, און צו זיין גרויס וואונדער זעט ער דער בחור לערנט דארט כאילו ער איז נתקבל געווארן. גייט ער צו צום בחור און פרעגט אים הלמאי ער זיצט אין ישיבה, ווען ער האט אים קיינמאל נישט אנגענומען. דער בחור האט אים געענטפערט מיט געמאכטער תמימות, אז היות דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז ס'נישטא קיין פלאץ, איז ער אריין אין ביהמ"ד און ער האט געטראפן אן איבעריג פלאץ, האט ער געטראכט אז ווילאנג די פלאץ איז ליידיג קען ער דארט זיצן, ווייל די פראבלעם איז נאר אז 'ס'נישטא קיין פלאץ'...

רא"י האט הנאה געהאט פון די אויבער'חכמ'ישע ענטפער, און האט אים גלייך געזאגט: דא זאלט איר בלייבן...!
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:39 pm#310583
אין בריסק זאגט מען נאך א מימרא פון הרב שמחה זעליג "ווען נישט אז ס'שטייט אין כתר ראש אז דער גאון האט גערעדט אויפ'ן בעש"ט, וואלטען מיר געזאגט אז דער בעש"ט איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען. און ר' מאיר'ל פרעמישלאנער האט טאקע קיינמאל נישט עגזיסטירט".
איינמאל איז א בחור געקומען קיין בריסק צו ווערען אריינגענומען. רא"י האט געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ. זאגט איהם יענער בחור "איך בין אן אייניקעל פון הרב מאיר'ל פרעמישלאנער, וועל איך נישט אויפנעמען קיין פלאץ סייאווי".
ער האט איהם אריינגענומען.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:03 pm#310588
21
א מליצה על פרשת השבוע. דער בריסקער רב הגרי"ז איז אמאל געפארן אונטערוועגענס אויפן באן, אינמיטן וועג ווען עס איז אנגעקומען זמן מנחה האט מען זיך ארום געזען מיט אכט אידן אינעם וואגאן. געווען זענען דארט צוויי משכילים און זעענדיג אז מען גייט זיי פארבעטען משלים צו זיין אלטץ צענטע צום מנין האבן זיי זיך אריבער געפעקלט צום נעקסטן וואגאן, באין ברירה האבן זיי גע'דאווענט ביחידות, נאך מנחה ווען זיי האבן זיך צוריק געזעצט אויף די ערטער האט זיך בריסקער רב אנגערופן: "יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן א קושיא אין פרשת וישלח, דער טאטע יעקב האט געשוקט א "מנחה" פאר עשו, עזים, תישים, רחלים, גמלים, פארוואס האט ער נישט געשוקט קיין כלבים?

נאר, ווען עס קומט צו א "מנחה" אנטלויפן די כלבים".

(טיפיקעל אידישע ליכט אדער נפתלי ציזנער מעלות 'ודע מה שתשוב' קאריקאטור משנות הנ')

[ופלא אז ער האט נישט געוואוסט פונעם מדרש אז יעקב האט יא געשוקט כלבים]
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:51 pm#310593
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א מליצה על פרשת השבוע. דער בריסקער רב הגרי"ז איז אמאל געפארן אונטערוועגענס אויפן באן, אינמיטן וועג ווען עס איז אנגעקומען זמן מנחה האט מען זיך ארום געזען מיט אכט אידן אינעם וואגאן. געווען זענען דארט צוויי משכילים און זעענדיג אז מען גייט זיי פארבעטען משלים צו זיין אלטץ צענטע צום מנין האבן זיי זיך אריבער געפעקלט צום נעקסטן וואגאן, באין ברירה האבן זיי גע'דאווענט ביחידות, נאך מנחה ווען זיי האבן זיך צוריק געזעצט אויף די ערטער האט זיך בריסקער רב אנגערופן: "יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן א קושיא אין פרשת וישלח, דער טאטע יעקב האט געשוקט א "מנחה" פאר עשו, עזים, תישים, רחלים, גמלים, פארוואס האט ער נישט געשוקט קיין כלבים?

נאר, ווען עס קומט צו א "מנחה" אנטלויפן די כלבים".

(טיפיקעל אידישע ליכט אדער נפתלי ציזנער מעלות 'ודע מה שתשוב' קאריקאטור משנות הנ')

[ופלא אז ער האט נישט געוואוסט פונעם מדרש אז יעקב האט יא געשוקט כלבים]

ער האט געוואוסט אז די 'כלבים' ווייסן נישט פונעם מדרש צו זאגן...
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:58 pm#310595
ווי באקאנט הערשט אן אנגעשטרענגטקייט צווישן חצר רבי דוד, און חצר רבי אברהם יהושע [בן רבי בערל, ר' דוד'ס עלטערע ברודער].

האט מען געזאגט בבית מדרשו של רבי דוד, פארוואס עפעס זאגט מען פארן בין 'לא מדובשך ולא מעוקצך'? זאל מען יא הנאה האבן פון די האניג און נישט כאפן קיין ביס, ס'מוז עפעס זיין אן ביידע?! נאר וואס דען, מ'זאגט צום צרעה אזוי: די האניג וואס דו געבסט, איז נישט פון דיר זעלבסט, סך הכל קלויבסטו צאם נעקטאר פון די בלומען און אזוי געבסטו ארויס האניג. משא"כ די שטעך וואס דו געבסט, דאס קומט שוין פון דיר זעלבסט. זאגט מען צום בין, דו ערווארטסט נאך א ייש"כ פארן געבן האניג - וואס דאס שאפסטו פון אנדערע מקורות, ווען בשעת מעשה שטעכן - שטעכסטו פון דיר אליינס... דאס איז נישט 'פעיר'.


והנמשל העמוק: רא"י זאגט נישט אייגענע חידושים, נאר פונעם טאטן און ארויף. אבער זיינע באוואוסטע חומש רש"י שיעורים ווען ער פליקט אריין אויף אלע באקן, דארט זאגט ער שוין יא אייגנס. אויף דעם איז די נקודה הנ"ל, האניג נעמסטו פון יענעם און שטעכן שטעכסטו אייגנס? 'לא מדובשך ולא מעוקצך'...!
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:58 pm#310596
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
ר' חיים איז געווען אין א באהן און הערען הערט ער ווי א מיסיאנער פראבירט איבערצורעדען א איד רח"ל. דער איד זאגט פאר'ן מיסיאנער אז וויבאלד חז"ל האבען נישט אנגענומען אותו איש אלס משיח איז א ראיה אז נישט.
זאגט איהם דער גוי "זעסט דאך אז חז"ל האבען געמאכט א טעות אין משיח מיט בן כוזיבא?"
דער איד האט נישט געהאט וואס צו ענטפערען.
האט ר' חיים זיך אנגערופען "פון וואנעט ווייסטו אז זיי האבען געמאכט א טעות?"
"וואס הייסט? ווייל מ'האט איהם געהארגע'ט!"
"הייסט'ס א געהארג'טע משיח איז קיין משיח נישט!"
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:37 pm#310599
נישט אלע ווערטלעך דא זענען עפעס מיוחס לבריסק.
וואס איך מיין צו זאגען, די הנחה אז רבי וועלוועל ובניו זענען בריסק וואס רבי חיים האט אהער געברענט איז א שטיקל טעות, רבי וועלוועל איז א אייגענע יצירה פאר זיך, סהאט כמעט נישט מיט רבי חיים.
מיר מאכט אביסל נערוועז אז רבי חיים ווערט נכלל אין דעם.
רבי חיים האט געהאט א געוויסע טוהר הנפש והשכל, ריין און קלאר, א אפענקייט און א ברייטקייט צו כמעט אלעס, דאס איז בנוסף צו די טיפקייט. און די אלע וואס זענען זיך מייחס צו רבי חיים זעלבסט, אן קיינע אמצעים, האבן דאס אויך.
רבי וועלוועלס חדר, האט דאס נישט בכלל, נאר פונקט פארקערט, זאכן זענען ביי אים געווען מסובך און פארטונקעלט, זיין נפש איז געווען פארכאמורעט און נישט ריין, פארמאכט און פארקלאפט צו כמעט אלעס, און זיינע נאכפאלגער האבן פון דעם געמאכט א תורה שלימה.
רבי חיים איז געווען א פריילעך געזונטע נאטור, בגוף ובנפש, רבי וועלוועל פונקט פארקערט.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 4:30 pm#310611
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
דיין ווערטער אויפ'ן בריסקער רב האלט שוין ביי חוצפה. כמעט אלע אזעלכע מעשה'ס איז פון נאכ'ן קריג. אין ירושלים האט ער קיינמאל נישט געשפירט באקוועם. ער האט נישט געהאט די לומדים פון אמאל ארום זיך, ער האט נישט געהאט דער מנוחת הנפש, און איבערהויפט נישט געהאט קיין ווייב. (א שטיקל מינות וכפירה, אבער היינט אין א"י זעט מען וואס ס'מיינט א מנהיג אן א ווייב ווען הרבנים שטיינמאן קנייבסקי און אויערבאך שליט"א זענען אלע אן ווייבער. מיר איז פשוט אז די מחלוקת וואלט נישט אזוי לאנג געצויגען און אזוי שטארק ווען זייער ווייבער לעבען נאך). אין ירושלים איז ער געווען ארומגערינגעלט מיט קנאים און דרייקעפ, מענטשען וואס האבען מער הנאה געהאט צו שלעפען א שארפע זאג צו א ווערטעל עה"ת ווי איינער מיט וועמען ער האט זיך געקענט פאסמאקעווען איבער א שווערע תוס'. דעריבער האט ער זיך אזוי געפרייט מיט הרב שך'ס באזוכען. דארט האט ער געוואוסט אז זיין לעבען ווערט איבערגענומען מיט א שווערע סוגיא. אלע וואס האבען געדענקט בריסקער רב פאר'ן קריג האבען אן אנדערע בליק. אז דו וואוינסט אין ב.פ. כאפט זיך אריבער צו הרב חיים בער גולבסקי. דוכט זיך ער געדענקט, זייענדיג אן אייניקעל פון ר' שמחה זעליג
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 4:52 pm#310613
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
אינטערסאנט וואס זיין רעדן אויף בריסקער רב איז חוצפה בעת דיין רעדן אויף רב שטיינמאן קנייבסקי אוירבאך בנשימה אחת גייט ארויס אזוי כלאחר יד זעהט אויס דו ביסט אויך א חסיד נאר פון אנאנדער רבי וואס כידוע איז דער ערשטע ליטווישע רעביסטעווע איז בריסק
מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 7:55 pm#310615
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
וואס טוט זיך מיט בריסקע מימרות פון ר׳ יאשע בער פון אמעריקע?
מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 8:30 pm#310617
אז דו רעדסט פון רי"ב און פון אמעריקא: מ'האט אמאהל געזאגט פאר רי"ב בן הגרי"ז אז רב פאם איז דער חפץ חיים פון אמעריקא, האט ער געזאגט: און איך בין ר"ע איגר פון דעם טעקסי...

שש משזר האט געשריבן:
19.

ווי באקאנט מאכט רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק גאנצע דינים ביז מ'קען זיך אריינבאקומען אין זיין ישיבה [חוץ - שטייצעך - אויב דער טאטע האט אפאר דאלער. הכסף יענה את הכל]. חלק פון די נוסח איז 'ס'נישטא קיין פלאץ', צו סתם אזוי האקט ער צו די טיר אויף דער וואס בעט אים אז ער וויל אריינקומען אין ישיבה.

צוויי מעשה'לעך האב איך געהערט וויאזוי בחורים האבן 'איבערגעקלוגט' די סיסטעם, און רעדנדיג בריסקע שפראך האבן זיי זיך אריינבאקומען אין ישיבה:

איינער האט אמאל אריינגעקלאפט ביי רא"י אינדערהיים, רא"י האט אויפגעמאכט די טיר, און דער בחור האט אים געבעטן אז ער וויל אריינקומען צו אים אין ישיבה. רא"י האט 'געענטפערט' מיט א טיפישע ניין, און פארהאקט די טיר אויפן פלאץ. דער בחור האט ווידעראמאל געקלאפט אויפן טיר. רא"י האט נאכאמאל געעפנט די טיר און געפרעגט 'וואס'?

דער בחור ענטפערט אים: כ'וויל פרעגן דעם ראש ישיבה פשט אין די משנה: 'והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות'...! רא"י - געכאפט אין שאק - האט אים געענטפערט אויפן פלאץ: איר זענט אנגענומען אין ישיבה...!

א בחור איז אמאהל אריין צום שיעור פון רא"י שלא ברשות, ווען רא"י איז אריינגעקומען האט ער איהם געהייסן ארויסגיין, האט דער בחור זיך אנגערופן: איך צאהל אויס א האלבע סעודה...
מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 8:46 pm#310620
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
אחד העם האט געשריבן:נישט אלע ווערטלעך דא זענען עפעס מיוחס לבריסק.
וואס איך מיין צו זאגען, די הנחה אז רבי וועלוועל ובניו זענען בריסק וואס רבי חיים האט אהער געברענט איז א שטיקל טעות, רבי וועלוועל איז א אייגענע יצירה פאר זיך, סהאט כמעט נישט מיט רבי חיים.
מיר מאכט אביסל נערוועז אז רבי חיים ווערט נכלל אין דעם.
רבי חיים האט געהאט א געוויסע טוהר הנפש והשכל, ריין און קלאר, א אפענקייט און א ברייטקייט צו כמעט אלעס, דאס איז בנוסף צו די טיפקייט. און די אלע וואס זענען זיך מייחס צו רבי חיים זעלבסט, אן קיינע אמצעים, האבן דאס אויך.
רבי וועלוועלס חדר, האט דאס נישט בכלל, נאר פונקט פארקערט, זאכן זענען ביי אים געווען מסובך און פארטונקעלט, זיין נפש איז געווען פארכאמורעט און נישט ריין, פארמאכט און פארקלאפט צו כמעט אלעס, און זיינע נאכפאלגער האבן פון דעם געמאכט א תורה שלימה.
רבי חיים איז געווען א פריילעך געזונטע נאטור, בגוף ובנפש, רבי וועלוועל פונקט פארקערט.


אמת ויציב.!
ליינען דיג די ביכל פון דו טאכטער פון הרב משה סאלאווייטשוק, געט זי דאס ארויס בהרחבה, ויכידיעה איז ר' חיים געווען א מחזק לבבות נשברות אין אלע מרי נפש האבען זיך געפינען דאס פלאץ ביי אום אינדערהיים,
פארשטייט זיך אז זי טענה׳ט אז ר' משה ובניו זענען מיט דעם די אמת׳ע ממשיכי דרך בריסק לעומת די ארץ ישראלדיגע פראקציע.

אבער אלובי דאמת, די אנגעצויגנקויט אין שטרענגע בלוקן,, שטאמט ביסודו פינעם זיידען דו בית הלוי כידוע
(הנצי״ב היה רגיל לומר די חיליק צווישן אים מיטן בית הלוי בליל הסדר וכוי׳... והדברים ידועום.)

והיינו טעמי, אז ר׳חיים האט פארשטאנעו צי חסודים אין ר׳וועלוועל נישט,
מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 9:26 pm#310632
26.

נאך א ווערטל וואס מ'האט געזאגט בבית מדרשו של רבי דוד בהגרי"ז. אז כידוע ביי חסידי רבי אברהם יהושע'ן פרובירט מען גרעסער צו מאכן די נייע פון די עלטערע, ועפ"ז גייט די ווערטל אזוי:

דער בית הלוי איז טאקע געווען א חריף ובקי נפלא, אבער ס'קומט נישט צו צום זון רבי חיים וואס האט מחדש געווען דער דרך עמקות וכו'. רבי חיים איז טאקע רבי חיים, אבער די טיפע דקות'דיגע סברות, די הבחנות דקות פונעם 'רב' [הגרי"ז], זענען פארט שטערקער. און דער רב איז טאקע דער רב, אבער די 'חריפות' פון רבי בערל איז פארט באין דוגמתו בעולם. און צום לעצט, רבי בערל איז טאקע געווען גאר א שטארקע חריף, אבער צום שלימות פון רבי אברהם יהושע'ן, די חריפות ועמקות וכו', קומט עס גארנישט צו.


און יעצט, קען מען זיך נאר פארשטעלן וואספארא ריזן עם הארץ דער בית הלוי איז געווען...


יא, ס'איז גאר שארף.
מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 9:44 pm#310634
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
ס'איז דא שארפערע אויסדרוקען פון די נקודה, ועוד חזון למועד
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:36 pm#310688
א נייע בחור איז אנגעקומען קיין בריסק. ער האט געהאט א תמימות'דיגער אמעריקאנער נאטור, און ער האט אלס אפגעקויפט כלשונו. צמצום כפשוטו. ויגש אליו בחור אחד צו לערנען לעקיש.
זאגט ער איהם "הנה, דער נוב"י איז דאך מגדולי הדורות און מיר האבען נישט קיין מושג אין איהם. אבער ר' חיים האט דאך עפעס מחדש געווען וואס איז נישט געווען ביז איהם. הייסט'ס אין א געוויסע זינ'ן איז ר' חיים גרעסער ווי דער נוב"י, פארשטייט זיך נישט אין אלס, אבער אין איין זאך יא, ניין?"
"יא, אזוי איז טאקע", ענטפערט יענעם.
"און דער ר' חיים האט דאך געזאגט אויף זיין יונגסטע זוהן 'הלכה כמותו בכל מקום', ער האט שטארק געשעצט זיין זון און אלס איהם איבערגעגעבען. קומט דאך אויס אז דער בריסקער רב האט אויך א מעלה איבער דער נוב"י, ניין?"
"ס'איז שווער צו זאגען, אבער למעשה אזוי איז".
"נו, דער בריסקער רב האט דאך געמאכט א ישיבה פאר זיין זון הרי"ד, אהינגעשיקט בחורים, און סומך ידים געווען אויף איהם אלס א בר סמכא אין לערנען. קומט דאך אויס אז ר' בערעל האט אויך אט די מעלה מקבל געווען, וואס אוודאי אין אלע זאכען איז דער נוב"י גרעסער, אבער פארט אין דער הינזיכט איז ר' בערעל גרעסער ווי דער נוב"י, ניין?"
יענער איז מהסס אבער נאכ'ן אריינטראכטען זאגט ער "יא, אזוי איז מסתבר".
"ר' בערעל האט אבער אריינגעשטעלט זיין זוהן הרא"י בחייו נאכצוזאגען זיין תורה, אויב אזוי איז ער אויך א בעל מעלה אין א וועג וואס דער נוב"י האט נישט געהאט, ניין?"
דא האט ער זיך אפגעשטעלט און געטראכט, אבער ווידער "יא ביסט גערעכט. הרא"י האט א מעלה העכער דער נוב"י".
"נו, איהר זענט דאך דא אין ישיבה אפאר מאנאטען, און האסט דאך איינגעזאפט פון אט די חידוש וואס ר' חיים האט אראפגעברענגט און אריבער געגעבען בן אחר בן ביז צום ראש ישיבה שליט"א. ממילא האסטו אויך עפעס וואס דער נוב"י האט נישט געהאט אין לערנען, ניין?"
"יא, בהכרח מוז מען אזוי זאגען".
ויפרץ כל העם בשחוק עד שנעו אמות הסיפים.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:03 pm#310707
הגרא"י אמר - כמנהג אבותיו הק' - שבנו הגרמ"י 'זאגט בעסער'
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 5:53 pm#310730
27
ווען דער חזון איש האט דורכגעקוקט די חידושים פון בריסקער רב, האט ער צוגעצייכענט ביי די ווערטער: חידושי 'רבינו' חיים הלוי, הלשון 'רבינו' מתאים יותר לראשונים...
ווען מען האט עס געוויזן פאר ר' וועלוועלע האט ער צוגעשריבן הלשון 'חזון' מתאים יותר לנביאים...

[מסתבר כמובן שזה רק בדיחה]
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:42 pm#310737
28.

איינמאל ביי די באוואוסטע חומש רש"י שיעורים פון רבי אברהם יהושע'ן, האט ער געהאקט אנטקעגן רבי משה פיינשטיין, [לכאורה קעגן זיינע קולות], זאגנדיג: ס'דא עפעס א 'פיינשטיין' אין אמעריקע, וואס האט פשוט חרוב געמאכט אמעריקע.

איז דארט געזעצן אן אמעריקאנער ליטוואק וואס האט דאס נישט אויסגעהאלטן, און זיך אנגערופן ברבים: ס'איז נישט קיין 'פיינשטיין' וואס האט חרוב געמאכט אמעריקע, דער וואס האט חרוב געמאכט אמעריקע הייסט גאר 'סאלאווייטשיק'... [מיינענדיג הגרי"ד מבאסטאן].

אגב, דער וואס האט אפגעענטפערט רא"י, איז דער וואס געבט ארויס דער 'יתד נאמן' אין עגליש, כפי השמועה.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 7:27 pm#310746
וועגען דער חזו"א מיט בית בריסק ובפרט הגר"ח וספרו על הרמב"ם איז נאך דא אסאך צו פארציילען.
א. אין די הקדמה פון חידושי רבינו חיים הלוי על הרמב"ם שטייט "ונגע ברוב סוגיות החמורות שבש"ס". דער חזו"א האט צוגעשריבען 'אני לא מצאתי קלות'.
ב. ווען מ'שרייבט אויף הגר"ח רשכבה"ג, האט דער חזו"א צועלייגט 'חוץ מעדת תימן'. (איך האב אמאל געקלערט אז די סאטמארער אבסעסי"ע מיט תימנ'ער קומט פון זייער דרוק מצדיק צו זיין זייער מליצה אויף זייערע רבי רשכבה"ג, עפ"י דער מימרא).
ג. מ'האט פארציילט פאר ר' משה'לע (אחיו הקטן פון הרא"י שליט"א און לאנגיעריגע מגי"ש אין ישיבה) אז ווען מ'האט געפרעגט הרב שך ווער איז גרעסער בריסקער רב צו דער חזו"א (געדענק הרב שך איז געווען זייער נאנט מיט'ן בריסקער רב), האט ער גע'ענטפערט "דו פרעגסט אויפ'ן בריסקער רב? איך פרעג אויף זיין טאטע!" (כלומר אז זיין ספק איז צווישען ר' חיים און דער חזו"א. האט ר' משה'לע געזאגט "און איך קלער עס אויף מיין טאטע!"
ד. ר' בערעל האט געהאט א נאנטשאפט מיט'ן חזו"א. כידוע איז די ווייב פונ'ם חזו"א געווען אן אשה קשת רוח און צומאל האט זי פארמאכט די טיר פונ'ם דירה פאר דער וואס האט געוואלט גייען צו דער חזו"א. אין איין אזא תקופה איז הגרי"ד געקומען צו בני ברק רעדען מיט'ן חזו"א. קלאפענדיג אויפ'ן טיר האט זי גע'עפענט און גלייך געזאגט אז דער מאן נעמט נישט אויף היינט (ביים חזו"א איז נישט געווענדליך געווען קיין גבאים ביים טיר, כל הרוצה ליכנס בא). האט ער געזאגט גלייך "ניין, איך בין דא צו רעדען מיט'ן רעביצין". פארשטייט זיך האט זי איהם אריינגענומען און מ'האט געשמועס'ט אפאר מינוט. דערנאך האט זי שוין אריינגעלאזט.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:54 pm#310754
שש משזר האט געשריבן:
28.

איינמאל ביי די באוואוסטע חומש רש"י שיעורים פון רבי אברהם יהושע'ן, האט ער געהאקט אנטקעגן רבי משה פיינשטיין, [לכאורה קעגן זיינע קולות], זאגנדיג: ס'דא עפעס א 'פיינשטיין' אין אמעריקע, וואס האט פשוט חרוב געמאכט אמעריקע.

איז דארט געזעצן אן אמעריקאנער ליטוואק וואס האט דאס נישט אויסגעהאלטן, און זיך אנגערופן ברבים: ס'איז נישט קיין 'פיינשטיין' וואס האט חרוב געמאכט אמעריקע, דער וואס האט חרוב געמאכט אמעריקע הייסט גאר 'סאלאווייטשיק'... [מיינענדיג הגרי"ד מבאסטאן].

אגב, דער וואס האט אפגעענטפערט רא"י, איז דער וואס געבט ארויס דער 'יתד נאמן' אין עגליש, כפי השמועה.

געהערט אביסל אנדערש. אינמיטן א שיעור האט איינער עפעס נאכגעזאגט פון רבי משה, האט זיך ר' אברהם יושע אנגערופען: "ווער, דער מיקל פון אמעריקע?" גלייך האבן זיך אסאך בחורים אויפגעהויבן און ארויסגעגיינגען לאות מחאה.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:19 am#310788
שש משזר האט געשריבן:איבער פרשת בריסק-קאטלער, איז אויך דא אסאך גוטע ווערטלעך. ליידער געווען א מיאוס'ע פרשה וואס האט צוריסן די גדולי ישראל בשעתו.

איך האב חשק דיר צו בעטן אן ארטיקל דערויף אבער איך ווייס נישט צו ס'איז עטיש, כאטשיג ס'וואויל באקאנט און אויך ארומגעשמועסט אויפן אינטערנעט, פארט איז אין ערגעץ נישט די מעשה געהעריג באשריבן מיט זאפט און חומר - א זאך וואס שש וואלט זיכער באוויזן - און איך ווייס נישט צו קאווע שטיבל זאל זיין דער פלאץ ווי יעדער שמויגער זאל דא אנקומען מיט א גוגל סוירטש און נאשן אומבא'טעמ'טע לה"ר אויף די אריינגעמישטע.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:32 am#310790
שש משזר האט געשריבן:
28.

איינמאל ביי די באוואוסטע חומש רש"י שיעורים פון רבי אברהם יהושע'ן, האט ער געהאקט אנטקעגן רבי משה פיינשטיין, [לכאורה קעגן זיינע קולות], זאגנדיג: ס'דא עפעס א 'פיינשטיין' אין אמעריקע, וואס האט פשוט חרוב געמאכט אמעריקע.

איז דארט געזעצן אן אמעריקאנער ליטוואק וואס האט דאס נישט אויסגעהאלטן, און זיך אנגערופן ברבים: ס'איז נישט קיין 'פיינשטיין' וואס האט חרוב געמאכט אמעריקע, דער וואס האט חרוב געמאכט אמעריקע הייסט גאר 'סאלאווייטשיק'... [מיינענדיג הגרי"ד מבאסטאן].

אגב, דער וואס האט אפגעענטפערט רא"י, איז דער וואס געבט ארויס דער 'יתד נאמן' אין עגליש, כפי השמועה.

שש.
די הייבסט אן ;)
קידדינג.
למעשה האט ער גוט גענטפערט.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:45 am#310817
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
א באוויסטע מעשה איז פארגעקומען ביי בריסקע רב'ס סדר, אז מען האט בטעות איבער געלאזט די בעיזעם, האט עס די רב געבעיטן מען זאל עס שוין ארויס טראגן שלא יאמרו אז אין בריסק איז געוועין א מנהג צי האבן א בעיזעם ביים סדר.
זייט די מעשה עד היום הזה ברעינגט מען אריין א בעיזעם צים סדר און מען טראגט עס ארויס גלייך נאך קדש.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 10:47 pm#310901
חיים דער רב'ס האט געזאגט: וואס איז פשט פונעם גמ' אז "בעיקבתא דמשיחא וועט נישט זיין צו טרעפן א שטיקל פיש פארן חולה". בפשטות איז פיש פון די גרינגסטע צו שאפן, אנע שחיטה פראבלעמען, שמיטה פראבלעמען, וכו. ומצד שני איז פאר א חולה נאך די גרינגסטע מקיל צו זיין?

נאר, בעיקבתא דמשיחא וועט די 'אכשר דרא' זיין אויף אזא הויכע שטאפל אז א שטיקל כשר פיש פאר א חולה וועט נישט זיין צו קריגן...
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:20 am#310914
30.

געהערט אויף אפאר, אבער אויך אויף הגאון רבי חיים בריסקער. אז איינמאל איז א איד געקומען צום שטאט בריסק אינמיטן נאכט, און זוכנדיג וואו איינצושטיין האט ער געזען איין שטוב וואו ס'נאך ליכטיג, ער האט אריינגעקלאפט און דער בעה"ב האט אים שיין אויפגענומען. דאס איז געווען די שטוב פון רבי חיים זעלבסט. רבי חיים האט אים אנגעהויבן באדינען, און אינמיטן האט דער אורח געכאפט אז דער איז ווארשיינליך דער גאון הגאונים דער בריסקער רב. האט ער זיך איינגעבעטן ביים גר"ח אז ער וויל נישט די רב זאל זיך מטריח זיין פאר אים, ער'ט שוין אליינס קעירנעמען פון זיך.

רבי חיים האט אים גארנישט געענטפערט, אבער האט זיך נישט געלאזט, נאר ער האט ווייטער באדינט זיין גאסט.

צומארגנס אין שול, האט מען געליינט די תורה. רבי חיים האט געזאגט פארן גבאי'ן, אז ער זאל געבן פארן אורח 'הגבה'. ווען דער גאסט האט 'אויפגעהויבן' די ספר תורה פון באלעמער, האט רבי חיים זיך צוגעריקט צו אים, און אים געזאגט: רבי איד, איר דארפט זיך נישט מטריח זיין...


[כלומר, פונקט ווי דיין מצוה יעצט איז צו גיין הגבה, האב איך געהאט א מצוה פון הכנסת אורחים. ער האט אים עס נאר 'מסביר' געווען אויפן בריסקער שטייגער...].
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:27 am#310916
31.

כידוע איז ביי תלמידי הגרי"ז געווען א שטיקל פראבלעם מיט הגאון רבי ברוך בער לייבאוויץ זצוק"ל, ראש ישיבת קאמעניץ, וואס איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי חיים בריסקער, אבער איז געפארן איגאנצן אין אן אנדערע שניט ווי דער 'רב' [-הגרי"ז]. כאטש ער האט זיין תורה אנגעהאנגען אויף רבי חיים'ן, און אלעס נאכגעזאגט בשמו.

אין בריסק האט מען געזאגט אויפן 'ברכת שמואל': ער זאגט גוט, אבער פארוואס האט ער דאס געדארפט ארויפלייגן אויף רבי חיים'ן?!...
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:33 am#310917
32.

די דריי באקאנטע תלמידים פון רבי חיים בריסקער זענען געווען, זיין זוהן - רבי וועלוועלע בריסקער, און הגאון רבי שמעון שקאפ, און הגאון רבי ברך בער לייבאוויץ. זיי דריי זענען געגאנגען אין דריי אנדערע מהלכים, כאטש זיי זענען אלע געקומען פונעם זעלבן שורש.

האט מען זיך געווערטלט איבער דעם [דאס צו פארשטיין, דארף מען פארשטיין די חילוק אין דרך הלימוד פון די דריי גדולי ישראל]: אז לו יצוייר רבי חיים וואלט געזאגט, אז די 'טיש' איז א 'קיה', דאן וואלט רבי שמעון שקאפ געזאגט אז ס'איז נישט ממש א קיה, נאר ס'האט א געוויסע פילאזאפישע דמיון צו א קיה, און דאס מיינט זיין רבי.

זיין זוהן, דער גרי"ז וואלט געזאגט: אז דער טאטע זאגט אז די טיש איז א קיה, דאן איז עס א קיה, אפילו מיר פארשטייען נישט וויאזוי ס'קען זיין.

ווידער רבי ברוך בער, וואלט גלייך געלאפן מיט א שיסל ארויסמעלקן די מילך פונעם קיה...
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:18 am#310918
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:חיים דער רב'ס האט געזאגט: וואס איז פשט פונעם גמ' אז "בעיקבתא דמשיחא וועט נישט זיין צו טרעפן א שטיקל פיש פארן חולה". בפשטות איז פיש פון די גרינגסטע צו שאפן, אנע שחיטה פראבלעמען, שמיטה פראבלעמען, וכו. ומצד שני איז פאר א חולה נאך די גרינגסטע מקיל צו זיין?

נאר, בעיקבתא דמשיחא וועט די 'אכשר דרא' זיין אויף אזא הויכע שטאפל אז א שטיקל כשר פיש פאר א חולה וועט נישט זיין צו קריגן...

די ווארט זאגט מען שוין נאך פון פריערדיגע.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 8:23 am#310928
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
לדיוקא דמילתא - ר' שמעון איז אוועק.פון וואלאזין פאר דעם אז ר' חיים איז געווארען א ראש ישיבה דארט. ער איז נישט קיין תלמיד געווען.
דער מימרא ווי איך האב עס געהערט אלס יונגע בחור גייט אזוי - ר' חיים האט געזאגט א טיש איז א קוה ווייל ביידע האבען פיר פיס.
ר' שמעון האט זיך שטארק געדינגען צוליעב דער נפש הבהמי פון די קוה וואס דער טיש האט נישט.
דער בריסקער רב האט געזאגט 'אז דער טאטע האט געזאגט אז דער טיש איז א קוה, איז דער טיש א קוה'.
ר' ברוך בער האט מען געזען איינגעבויגען מעלקען דער טיש.
די חילוקים זענען קליין, אבער וויכטיג.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:05 pm#310999
33.

ווען רבי חיים בריסקער איז נאך געווען א קינד, האט ער זיך איינמאל צוקלאפט [וי"א דער טאטע האט אים דערלאנגט א פראסק] און ער האט אנגעהויבן צו וויינען. אינמיטן וויינען לויפט ער צו צום שאנק, נעמט ארויס א תהלימ'ל און הייבט אן צו זאגן תהלים.

אויפן פראגע פארוואס ער האט זיך גענומען זאגן תהלים האט ער געענטפערט: אז איך וויין שוין ממילא, זאל שוין זיין אויף א תהלימ'ל...
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:09 pm#311001
ווען ר' חיים איז געווען א אינגעל, האט איהם זיין מאמע געגעבען א טעלער קאשע צו עסן. אין מיט'ן עסן האט זי איהם געווערטעל'ט 'חיים'ל וואס איז די תירוץ' (צו די קאשע). האט ער נישט גע'ענטפערט. ביים ענדיגען עסן האט ער געזאגט 'מאמע וואו איז די קאשע'.
און דאס איז די יסוד פון די דרך הלימוד פון ר' חיים. נישט ענטפערען די קאשע, נאר איהם צו מאכען אויס!
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:11 pm#311002
34.

אמאל האט א חסיד'ישע רבי דערציילט פארן גרי"ז, די באקאנטע מעשה איבערן אדמו"ר וואס האט אויפגעטוישט זיינע מהודר'דיגע ערב פסח מצות - וואס ער האט געבאקן מיט חומרות ע"ג חומרות - מיט די מצות פון א פשוט'ער איד, וויבאלד ער האט געזען אז יענער איז מתפלל אז ער וויל האבן מצות מהודרות אזויווי דער רבי, אפילו ער האט נישט די יכולת צו באקן מיט אלע הידורים, און דערפאר האט יענער רבי געהאלטן אז צוליב זיין תפילה האט ער זוכה געווען צו גאר מהודר'דיגע מצות, און ער האט זיך אפילו אויפגעטוישט מיט יענע איד'ס מצות.

ווען בריסקע רב האט עס געהערט, האט ער איינפאך מגיב געווען: ווער זאגט אז יענער איד האט לכתחילה געהאט מער מהודר'דיגע מצות? ער האט טאקע געהאטן פשוט'ע מצות, נאר היות ער האט מתפלל געווען אמת'דיגערהייט זוכה צו זיין אין מצות מהודרות, האט דער מסבב כל הסיבות גורם געווען אז ער זאל אויפטוישן זיינע מצות מיטן רבי'ס מצות, און אזוי האט ער טאקע זוכה געווען צו די מהודר'דיגע מצות - פונעם רבי...
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:33 pm#311006
35.

אן ענליכן מעשה האט פאסירט ביי רבי דוד [בהגרי"ז], אז געוויסע תלמידים זיינע [פון אמעריקע] זענען אמאל געווען ביים כותל, און זיי האבן געזען א גוי פון אמעריקע, אזא ריכטיגע טאם-דיק-ענד-העררי, שטיין ביים כותל און מתפלל זיין אויף ענגליש, דערנאך האט ער עפעס אפגעשריבן אין אריינגעלייגט די 'קוויטל' אין כותל וואנט. די בחורים האבן געוואלט וויסן די השגות פון א מגושמ'דיגער אמעריקאנער, האבן זיי נאכגעקוקט וואס ער האט געשריבן, און זיי האבן געזען אז האט ער געבעטן אז היות ער איז אין ארץ ישראל ווייסט ער נישט די נייעס ביי זיך אין שטאט [לאמיר זאגן 'ארקענסאו'], און ער וויל זייער שטארק וויסן ווער ס'האט געווינען די ספארט געים, וועלכע צד וכו', אויב גאט קען אים העלפן... הכו"ח פלוני אלמוני.

די בחורים האבן מחליט געווען צו מאכן א שפיצל, און זיי האבן שנעל אנגערופן זייערע חברים אין דירה אז זיי זאלן נאכקוקן די נייעס ווער ס'האט געווינען אין יענע ספעציפישע שטאט, און די זעלבע צייט זענען זיי נאכגעגאנגען דעם גוי ביז זיי האבן צוריקבאקומען די פונקטליכע ענטפער פון זייערע חברים, ווער ס'האט געווינען, מיט וויפיל פראצענט, וכו'. דאן איז איינער פון די בחורים צוגעגאנגען צום גוי און אים געפרעגט: אנטשולדיגס, הייסט איר אפשר נישט 'פלוני אלמוני'? דער גוי ענטפערט מיט א פארוואונדערטע בליק: יא. 'איר וואוינט אפשר אין ארקענסאו?' - פרעגן זיי ווייטער. און דער גוי - מיט ברייט צועפנטע אויגן ענטפערט זיי: יא.

דער בחור האט גלייך צוגעלייגט: "זייט וויסן, אז צד פלוני האט געווינען די ספארטס אין ארקענסאו, מיט אזויפיל און אזויפיל פוינטס, וכו', 'העוו עי נייס דעי'", און דער בחור איז גלייך אוועקגעגאנגען. דער בחור האט נאך אספיעט צו זען ווי דער גוי שטייט מיט אן אפן מויל, פארגלייזטע אויגן, מלא שבח והודיה פאר גאט וואס האט אים צוגעשיקט א 'שליח מן השמים' צו שטילן זיין נייגער, א קנאפע פאר מינוט נאכן עס פרעגן פון גאט ביים כותל. די בחורים האבן זיך גוט צולאכט אויפן שפיל אויפן גוי'ס חשבון, וואס מיינט שוין אז ער האט דא געזען א מחזה שמימי, און ס'איז געווען דער שמועס פון טאג אין בריסק.

ווען רבי דוד האט געהערט די מעשה, [שמעתי אז ער האט זיך צואוויינט, צוקרעכצט], האט ער געזאגט: איר מיינט אודאי אז איר האט געמאכט א 'שפיצל' אויפן גוי, אבער למעשה איז נישט אזוי. דער גוי האט אויסגעפירט. ער האט געבעטן א בקשה פון טיפן הארץ אן קיין חכמות, און 'ענק' זענען טאקע געווען שליחים מן השמים אים צו ערפילן זיין פארלאנג. איר האט געמיינט אז איר מאכט חוזק פון אים, אבער סך הכל זענט איר געווען כחומר ביד היוצר צו טון אלעס וואס פעלט זיך אויס אז דער גוי זאל וויסן וואס ער האט געוואלט...! און ער האט אויסגעפירט: ווען מיר וואלטן מתפלל געווען אזוי אמת'דיג און תמימות'דיג ווי יענע גוי, וואלטן מיר אויך גע'פועל'ט אזוי שנעל ווי יענע גוי...!
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:42 pm#311007
זייער פיין, אבער למעשה ס'איז א פסוק אין נביא און רש"י אין פרשת תולדות ברענגט עס, אז א גוי וואס דאווענט אין ביהמ"ק ווערט גיכער גע'ענטפערט ווי דער איד. מסתמא ביים כותל איז דאס ענדליך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט דער מקום תפלה פון ביתי בית תפלה, נאר גלייך דערנעבען, אבער איהר קדושה איז דאך פון ביהמ"ק, דעריבער פאסט א חילוק צווישען א איד און א גוי, נישט וועגען זיין תמימות.
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 2:52 am#311035
דאס דערמאנט מיר א שיינע באוואוסטער מעשה פון בעש"ט. א תלמיד האט זיך איבערגעשלאגן ביים בעש"ט ער זאל זוכה זיין צו גילוי אליהו. שיקט אים דער בעש"ט צו א געוויסע הייזקעלע אין א קליין דארף, אבער ער זאגט אז וויבאלד זיי זיינען ארעמעלייט בריינג מיט עסן גענוג פאר די גאנצע משפחה. גאנץ שבת זוכט ער "געווארט און געווארט און גארנישט נישט דערווארט" (כניגון יו"ט ערליך). דער בע"ש שיקט אים ווידער אזוי אפאר מאל, ביז איינמאל קומט ער אן און ער הערט פון פענצטער ווי דער אינגל פרעגט זיין מאמע "אפשר וועט אליהו הנביא בריינגען עסן די שבת אויכעט"...
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 3:04 am#311038
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען ר' חיים איז געווען א אינגעל, האט איהם זיין מאמע געגעבען א טעלער קאשע צו עסן. אין מיט'ן עסן האט זי איהם געווערטעל'ט 'חיים'ל וואס איז די תירוץ' (צו די קאשע). האט ער נישט גע'ענטפערט. ביים ענדיגען עסן האט ער געזאגט 'מאמע וואו איז די קאשע'.
און דאס איז די יסוד פון די דרך הלימוד פון ר' חיים. נישט ענטפערען די קאשע, נאר איהם צו מאכען אויס!

דאס ווערטל ווערט שוין געברענגט אין ספרים הקדושים אויף הערשל אוסטראפאליער. וועלכער איז געווען א ביסל פריער פון רבי חיים...!
זיי (די ראשונים) לייגן נאך צו. אז ווען ר'האט געענדיגט עסן די קאשע האט איהם די מאמע געפרעגט. נו...הערשאלע, זאג עפעס א תירוץ...! האט ער געענטפערט....אז ס'נישטא קיין קאשע דארף מען שוין נישט קיין תירוץ...!...!
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:51 am#311165
36.

עס איז דא א באקאנטע [קאנטראווערסיעלע] שטיקל 'מי השילוח' פונעם איזשביצער, וואו ער איז מסביר די מעשה פון זמרי בן סלוא אז ער איז געווען א צדיק נשגב, וואס היות ער האט געשפירט א תאוה - א זאך וואס איז געווען גענצליך אפגעפרעגט ביי אים - האט ער פארשטאנען אז ס'דא א חיוב ער זאל דאס טון [עיעו"ש בדבריו העמוקים, וכ"כ בעלי מקובלים, ואכמ"ל]. ער האט צוגעלייגט, אז פנחס האט דאס נישט פארשטאנען, און האט טאקע געטון א מעשה נערות מיטן הרג'ענען זמרי, כאטש וואס לש"ש נתכוין.

ווערט דערציילט, אז ווען רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט געזען דעם שטיקל, האט ער אריינגעשטורעמט אין ביהמ"ד, און צוגעגאנגען צו א בחור, אן אייניקל פונעם איזשביצער, און אים געפרעגט: איר זענען אן אייניקל פונעם מי השילוח? אויף וואס יענער האט געזאגט אז יא. האט ער אים געפרעגט אויפן שטיקל מי השילוח: ווער זאגט אז זמרי האט געשפירט א תאוה און פנחס האט געטון א מעשה נערות, אפשר גאר האט פנחס געשפירט א 'תאות רציחה', און וויבאלד דאס איז געווען גענצליך אפגעפרעגט ביי אים האט ער פארשטאנען אז פון הימל וויל מען ער זאל רצח'ענען זמרי?! מהיכי תיתי אז ס'געווען א מעשה נערות?!...
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:57 am#311166
37.

ווי באוואוסט זאגט מען נישט קיין תחנון ביי חסידים, די צוויי טעג נאך שושן פורים, 'שיתסר און שיבסר'. וויבאלד אין די גמרא איז דא א 'הוי אמינא' אז מ'זאל מעגן ליינען מגילה אין די טעג, ווערט דאס גענוג הייליג נישט צו זאגן תחנון אין אזעלכע טעג.

האט רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק געזאגט, אז די גמרא האט א דיון וואו די מקום המילה איז, וואס מיינט דאס אן 'ערלה', און איינע פון די סברות זענען צו זאגן אז ס'מיינט די ראשי אצבעות. נו, אויב אזוי - פרעגט רא"י - פארוואס ווען איינער כאפט א פליק אין די ראשי אצבעות און ס'קומט ארויס בלוט, זאגט מען נאכאלס תחנון? ס'איז דאך א 'הוי אמינא' אין די גמרא אז דאס איז א ברית מילה, און ווען מ'מאכט א ברית מילה זאגט מען נישט קיין תחנון?!...
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 2:03 am#311167
38.

רבי חיים דער 'משוגענער' [כך קראו להגאון העילוי והבחור בן הגרי"ז], האט אמאל געבעטן פון איינעם מיטצוקומען מיט אים אין בית החיים. אנקומענדיג אהין, האט רבי חיים אויפגעזוכט א צווייגל/שטעקן, און זיך גענומען האקן אויף מצבות, און ער איז געווען זייער פרייליך. נאכדעם איז ער אוועקגעגאנגען אן טון עפעס אנדערש אין בית החיים. האט אים זיין חבר געפרעגט, פארוואס ער איז געגאנגען אין בית החיים, און אנגעהאקט מצבות?

האט אים ר"ח געענטפערט, אז ער האט ליידער אן אומגליקליך לעבן און ער שפירט אסאך מאל זייער אראפגעקלאפט, איז ער געגאנגען אין בית החיים האקן מצבות, און מיט דעם האט ער זיך בארואיגט. ווייל 'קוק, די חברה דארט זענען טויט און קענען אפילו נישט מוחה זיין און איך קען זיי אנקלאפן די מצבות, נו קעגן די טויטע בין איך יא עפעס ווערט'...
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 12:12 pm#311193
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
ר' עמרם בלויא האט געוואלט נעמען חיים פאר אן איידעם. האט איהם דער בריסקער רב געפרעגט "און ווער וועט פסקנ'ען אויפ'ן גט?"

הייסט'ס, פאר דער וואס וויל מ'זאל איהם מסביר זיין, דאס איז איינמאל זיכער אז ס'וועט זיך נישט האלטען. דער שאלה וועט זיין צו מ'גייט מאכען א קליווע גט מעשה מיט איהם
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 8:49 am#311877
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
א ברייט באקאנטע מעשה אינ'ם עולם הישיבות. איך ווייס נישט צו ס'איז שוין אריבער דער גרעניץ.
הרב אברהם יהושע האט אמאל געזען א בחור אין גאס בין הזמנים גייענדיג קורצע הויזען. דער בחור האט זיך שטארק געשעמט און ער איז נישט געגאנגען צו חומש שיעור א שטיק צייט. ענדליך איז ער יא געגאנגען און רא"י האט איהם באמערקט.
ויפתח במשל את פיו "ביי א טייל בחורים, לערנען זיי אין מיט'ן זמן צוועלף שעה א טאג. בין הזמנים לאזט מען זיך נאך און מ'לערנט נאר זעקס. א צווייטע בחור לערנט אכט שעה א טאג, דעריבער בין הזמנים לערנט ער נאר פיהר. און אן אנדערע בחור גייט הויזען אין מיט'ן זמן, לכן בין הזמנים גייט ער האלבע הויזען!"

הייסט'ס דער גאנצע 'זמן' ביי יענער באשטייט פון דעם אז ער גייט הויזען ותו לא מידי.
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 1:25 pm#311901
שש משזר האט געשריבן:
37.

ווי באוואוסט זאגט מען נישט קיין תחנון ביי חסידים, די צוויי טעג נאך שושן פורים, 'שיתסר און שיבסר'. וויבאלד אין די גמרא איז דא א 'הוי אמינא' אז מ'זאל מעגן ליינען מגילה אין די טעג, ווערט דאס גענוג הייליג נישט צו זאגן תחנון אין אזעלכע טעג.

האט רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק געזאגט, אז די גמרא האט א דיון וואו די מקום המילה איז, וואס מיינט דאס אן 'ערלה', און איינע פון די סברות זענען צו זאגן אז ס'מיינט די ראשי אצבעות. נו, אויב אזוי - פרעגט רא"י - פארוואס ווען איינער כאפט א פליק אין די ראשי אצבעות און ס'קומט ארויס בלוט, זאגט מען נאכאלס תחנון? ס'איז דאך א 'הוי אמינא' אין די גמרא אז דאס איז א ברית מילה, און ווען מ'מאכט א ברית מילה זאגט מען נישט קיין תחנון?!...

וי''א פארוואס שניידן די חסידים נישט אפ די ראשי אצבעות אלץ די הו''א...
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:58 pm#312069
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער פיין, אבער למעשה ס'איז א פסוק אין נביא און רש"י אין פרשת תולדות ברענגט עס, אז א גוי וואס דאווענט אין ביהמ"ק ווערט גיכער גע'ענטפערט ווי דער איד. מסתמא ביים כותל איז דאס ענדליך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט דער מקום תפלה פון ביתי בית תפלה, נאר גלייך דערנעבען, אבער איהר קדושה איז דאך פון ביהמ"ק, דעריבער פאסט א חילוק צווישען א איד און א גוי, נישט וועגען זיין תמימות.

פארפאלן: א ליטוואק בלייבט ליטוואק. אפילו ער איז משתוקק צו גיין צו א רעבישע טיש. ער קען נישט גלייבן א מעשה און א מוסר השכל דערפון באמונה פשוטה... אן חקירות און צווייפלענישן און קשיות...! פון דאנעט זעט מען עס...!
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 10:12 am#312924
40.

ווי באקאנט, זענען דא געוויסע וואס זענען זיך נוהג צו מקיים זיין של"ס דורך זאגן ד"ת [וכן מנהג חב"ד]. דער בית הלוי האט אבער נישט געהאלטן דערפון, נאר האט געהייסן עסן דווקא. ער האט מסביר געווען די טעם: אויב מ'עסט א סעודה, האט מען זיכער מקיים געווען מצות של"ס, אבער טאמער מ'זאגט א פשעטל און דערנאך קומט איינער און פרעגט עס אפ, קומט אויס אז מ'האט נישט געגעסן קיין של"ס למפרע...
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 10:16 am#312925
41.

איינער האט אמאל געטשעפעט ר' 'חיים דער משוגענער' - בן הגרי"ז. ס'האט אים וויי געטון, און ער האט יענעם געפרעגט ווי פאלגענד: נאך משה האט צובראכן די ערשטע לוחות, האט אים דער אייבערשטער געהייסן 'פסל לך שני לוחות אבנים כראשונים'. פרעגט זיך א שאלה, פארוואס האט זיך אויסגעפעלט צו מאכן א פרישע פאר לוחות, משה האט געקענט צאמקלעבן די אלטע לוחות וואס ער האט צובראכן?!

"אלא מאי" - האט רבי חיים פארענדיגט - "זעען מיר פון דא, אז מיט א 'צובראכענעם' טשעפעט מען נישט"...
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 10:19 am#312926
42.

ווי באקאנט, גייען די בריסקע חברה ארום גאנץ שבת זכור פון ביהמ"ד צו ביהמ"ד, צו הערן אלע סארטן קריאות פון פרשת זכור, זיכער צו מאכן אז זיי זענען יוצא די קריאה לכל הדעות.

לויטעט די ווערטל, אז איינמאל האט רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק געזאגט בעפאר שבת זכור, אז ער פארשטייט נישט פארוואס די בריסקע זענען א גאנץ שבת פארנומען מיטן קריאה. "עס איז גענוג צו הערן זיבן מאל פרשת זכור" - האט ער פארענדיגט...
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:25 pm#312962
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
דאס וואס איז 'באקאנט' איז א שקר גמור. די בריסקער הערען איין מאל ותו לא. ווען איך האב געלערנט ביי רא"י, געדענק איך ווי א גאנצע קיפקע פון אמעריקאנער תמימים זענען געלאפען נאכ'ן ליינען צו כאפען פרשת זכור ביי ר' יענק'ל שיפ'ס מנין אונטער זכרון משה. רא"י איז ארויסגעקומען פון ישיבה און אהיימשפאצירט מיט זיין קינדער און פלוצלונג זעט ער א גאנצע סטאדע בחורים קומען ארויס פון יענער מנין. איך בין געקומען פון די אנדערע זייט גאס און איך געדענק נאך ווי היינט ווי ער האט הויך געלאכט און געשפעט אין דאס ארומלויפען איבערהערען פרשת זכור.
לציין, טאמער ס'איז דא איין פלאץ אין דער וועלט ווי מ'איז אפשר נישט יוצא פרשת זכור, איז עס בריסק. דער ראש ישיבה איז עולה מפטיר און ער זאגט מיט הויך. תרי קלי לא משתמעי
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 4:11 pm#312994
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
און דאס איז יעצט באשטעטיגט פון הרב יב הלוי סאלאווייציק
מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 8:08 pm#313008
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
ווייטע קרובים