Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין בריוו צו שרולי שטיין

מיין בריוו צו שרולי שטיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 214 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9902
פרייטאג יולי 14, 2017 4:44 pm#379096
קל וחומר האט געשריבן:ס'געפעלט מיר ווי דו שעמסטיך נישט צו מהפך זיין קערה על פיה און נאך זיין א בא בטענה.

מ'נעמט אוועק שווערע געלטער פון מענטשן וואס ארבעטן שווער און אזוי ארום דערגרייכט סוקסעס און מאכן זייער ערליך פארדינטע געלט, און מ'טיילט עס אויס פאר די פוילע לייט וואס האלטן אז אלס קומט זיך זיי בחינם.
פארוואס מאכט דאס סענס פאר דיר?
האלטסט נישט ביים ארבעטן פלייסיג? לייד די קאנסענקווענצן!
קום נישט גנב'ענען פון דער וואס פלאגט זיך אן טאג און נאכט פאר זיין ערליך פארדינטע געלט.
דאס אז די גאווערנמענט האט א כח צו טוהן אזוי איז בכלל נישט מצדיק דעם אומרעכט.
אז איינער וויל פערזענליך זיין א גומל חסד און שטיצן די פוילע לייט כל הכבוד. מאך עס אבער נישט קיין חיוב.


אלע דיינע חסידים טאקע וואס נעמען פודסטעמפס און מעדיקעיט האלטן טאקע נישט ביים ארבעטן. גאנץ מאנרא, האלב וויליאמסבורג וכו׳ וכו׳

די אלע מענטשען פון וועם מוויל צונעמען די געלט און די פראגראמען זענען פונקט אזעליכע שווערע ארבעטאר און נאך אסאך מעהר ווי דיינע פארשטינקענע ״פוילע״ ״פארצייטשיע״ קריסטן... דריי נישט קיין קאפ מיט ליגיונת...


די ריפובליקאנער זענען נישט דא צו שניידן טעקסעס פון די געוונטליכע מענשטען נאר פון די ״רייכע לייט״, פארקערט זיי זענען בכלל נישט דא צו פראטקעטן די ״המון עם״ און די ״ארבעטס קלאס״! זיי זענען דא פאר די רייכע עליטס און פאר ״וואל סטריט שווינדלער״

פארקערט די דעמקראטן האבן אייביג פראטעקטעט אדער כאטש פראבירט צו פראטעקטן די מיטעל קלאס!

זיי ווילן יעצט צונעמען העלטקעיר פון 24 מיליאנען אמעריקאנער רוב פון זיי ארבעטן שווער און האבן נישט מצליח געוועהן אין לעבן.
פרייטאג יולי 14, 2017 4:46 pm#379097
נישט פארדרייען די אשכול אבער זאגסט נאך ראש לימבאו די פאקטן זענען אויף מיין זייט. קום אריין אין אנדערע אשכול פון די סובדזשעקט וועל איך דיר עס אויפווייזן.
פרייטאג יולי 14, 2017 5:07 pm#379099
א דאנק שבת פאר אנהאלטן די נושא פונעם אשכול און עס נישט לאזן ווערן פארדרייט.
פרייטאג יולי 14, 2017 5:30 pm#379102
פונקט אזויווי אייך און אייער קאלעגע עבי וואס איר קענט נישט פון די נאענט האבן אלע רעכטן פאר אלע אייערע מחשבות. צו ס'שטימט מיט די פאקט אדער נישט. און אזויווי ענק קענען שרייען אז פרוי איז מאן אדער אז מאן איז פרוי אזויווי איך זאל שרייען אז טאג איז נאכט אדער פארקערט. איז ענק דאס אבער נישט גענוג. ענק טוען וואס ענק קענען עס ארויף צו צווינגן אויף מיר. און וויבאלד איך בין שוין אן ערוואקסענער און מיין מח איז שוין 'קארופטירט' ווייל נאך אזא ערציאונג וואס איך בין אדורך אויף די בעיסיק פאקטן איז זייער שווער מיר צו פארדרייען א קאפ אויף פאקטן. ממילא האבן ענק זיך גענומען אויף א קרוסעיד צו פארדארבן אונזער יוגנט פאר ווען זייער מח איז נאך שוואך און קען נאכנישט בוחר זיין מטוב לרע אדער מ'פאקט לדמיון.

קענסט מיר מסביר זיין פשט אין די בעט רום פאליסי אין די פובליק שולעס? פאר קליינע קינדער? דאס הייסט נישט געשטערט פיזיש?

ס'איז די זעלבער זאך ווי אז איך זאל גיין נעמען דיינע קינדער און אויסלערנען יורה דעה חלק ב'! פארשטייט זיך אליינס נישט אויף א פיזישן אופן. אבער ווילאנג איך נעם איהם גארנישט צו (איך געב איהם גאר צו) קאנסטו אויף מיר קיין טענות נישט האבן.
פרייטאג יולי 14, 2017 5:53 pm#379107
ס'טענט אז סוואלטס געדארפט וויסן אלס קינד. כאטש נישט חתונה האבן אומוויסנד. אינזער וועג איז יא נארמאל. פ"ו האט מען מורה פין אינפא, אפי צו חתנים רעדט מניש. ממוז קומען דא
סראלטשע מאכט איסור חו"נ. מיז ער בארעדן דער שו"ע. דארפן די גוים סאפשטעלן
פרייטאג יולי 14, 2017 6:33 pm#379111
@diff איר מישט אויס צוויי זאכן. איך האב ספעציפיש גערעדט וועגן די טרענסגענדער נושא בכלליות. איר רעדט פון אן אנדער פרט פון אונזער סיסטעם. די אשכול איז נישט צו דיסקאסירן יענע חלקים פון אונזער סיסטעם. ס'דא וואס צו ענטפערן אבער דא איז נישט די פלאץ.
פרייטאג יולי 14, 2017 6:42 pm#379114
כזאג אונז דארפן וויסן אלס וואס דגוי ווייסט. אמת צו נישט. ניש מזאל אונז האלטן אדער מאכן פאר נערנים
פרייטאג יולי 14, 2017 7:03 pm#379119
diff האט געשריבן:כזאג אונז דארפן וויסן אלס וואס דגוי ווייסט. אמת צו נישט. ניש מזאל אונז האלטן אדער מאכן פאר נערנים

אויסדריקליך נישט!
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:30 pm#390421
עבי שטיין הייבט אן א יו טוב וולאג פון צוויי מאל א וואך איין מינוטיגע שאלות. מען קען איר פרעגן סיי וואס און זי וועט פרובירן ענטפערן.
m https://youtu.be/yndEXVZCjhw m
זונטאג פעברואר 10, 2019 5:05 pm#424189
נעבעך, ע"ה.

נטלי שמה קץ לחייה שנה לאחר שהחלה בתהליך לשינוי מין
נטלי ויסברג נולדה לפני 26 שנה בשם נחמן וגדלה בשכונת מאה שערים בירושלים. היא נישאה פעמיים לנשים, בפעם השנייה אף נולדה לה בת. כשלא יכלה יותר לשאת את חייה כגבר, החלה בתהליך לשינוי מין למרות הקשיים הרבים והנידוי מהקהילה. לפני מספר חודשים היא גוללה את סיפור חייה בפני אבי שושן, דובר בית חולים איכילוב. בסוף השבוע האחרון היא שמה קץ לחייה
ynetפורסם: 10.02.19 , 14:05
זונטאג פעברואר 10, 2019 6:25 pm#424191
וואס איז די נעבעך? גאר אסאך טרענסגענדערס מוטשען זיך מיט פסיכאלאגישע פראבלעמען, נעמען נערוון פילן, און ווערן אריינגעפירט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. סיי צוליב די טוב שברופאים לגיהנם, וועלכע וועלן ענדערש פארבאנדאזירן מיט הארמאונען ווי אדרעסירן דעם עצם פראבלעם, און סיי צוליב דעם וואס מ'שפעט פון זיי און מ'גיבט זיי נישט די שטיצע וואס קומט זיך זיי. געלויבט דער הייליגער באשעפער אז אירע ליידן זענען שוין געקומען צו אן ענדע, יעצט איז זי שוין גאר נישט קיין נעבעך, די נעבעך איז זי געווען ביים לעבן, זאלן אלע קראנקע האבן א רפואה שלמה.

ושבתי אני ואראה את כל העשוקים אשר נעשים תחת השמש, והנה דמעת העשוקים ואין להם מנחם, ומיד עושקיהם כח ואין להם מנחם. ושבח אני את המתים שכבר מתו, מן החיים אשר המה חיים עדנה. וטוב משניהם את אשר עדן לא היה, אשר לא ראה את המעשה הרע אשר נעשה תחת השמש.
זונטאג פעברואר 10, 2019 9:31 pm#424204
זייער שיין.
איין הערה, די גיבסט אהן א שבח והודיה פארן אויבערשטן אז ער זי איז געשטארבן, און וועט שוין נישט ליידן. ווען דער סקולענער וועט אויסהויכן זיין הייליגע נשמה, וועט דער אויבערשטער אויך באקומען א שבח והודיה?
מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:36 pm#424736
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז די נעבעך? גאר אסאך טרענסגענדערס מוטשען זיך מיט פסיכאלאגישע פראבלעמען, נעמען נערוון פילן, און ווערן אריינגעפירט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. סיי צוליב די טוב שברופאים לגיהנם, וועלכע וועלן ענדערש פארבאנדאזירן מיט הארמאונען ווי אדרעסירן דעם עצם פראבלעם, און סיי צוליב דעם וואס מ'שפעט פון זיי און מ'גיבט זיי נישט די שטיצע וואס קומט זיך זיי. געלויבט דער הייליגער באשעפער אז אירע ליידן זענען שוין געקומען צו אן ענדע, יעצט איז זי שוין גאר נישט קיין נעבעך, די נעבעך איז זי געווען ביים לעבן, זאלן אלע קראנקע האבן א רפואה שלמה.

ושבתי אני ואראה את כל העשוקים אשר נעשים תחת השמש, והנה דמעת העשוקים ואין להם מנחם, ומיד עושקיהם כח ואין להם מנחם. ושבח אני את המתים שכבר מתו, מן החיים אשר המה חיים עדנה. וטוב משניהם את אשר עדן לא היה, אשר לא ראה את המעשה הרע אשר נעשה תחת השמש.


לזאת נתכוונתי, נעבעך אז עמיצער מיט זעלישע פראבלעמען, אנשטאט זיך צו העלפן, רעדט מען זיך איין חלומות מיט דמיונות אא"ו, און דערנאך האט עס ליידער א ביטערע ענדע.