Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין בריוו צו שרולי שטיין

מיין בריוו צו שרולי שטיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 214 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9902
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:31 pm#312609
מיין בריוו צו שרולי שטיין
הער מיר אויס (געוועזענער) פריינט מיינער, שרולי שטיין!

איך וועל אנהויבן מיט א חסידי'שע מעשה פון דער יסוד-העבודה פון סלונים זיע"א. אמאל איז ער געזעצן מיט זיינע חסידים שבת נאכמיטאג ביי די סעודה און האט אריינגעשניטן אין זיי מוסר ויראת-שמים. די חסידים זענען ארויס פון דארט מיט א שטארקע שפל-ברך, שפלות און הכנעה אויף זייער רוחניות'דיגער מצב. געווען איז דארט א חסיד, וועלכער איז ארויס פון יענעם שמועס שטארק צובראכן, אזוי אהיימגייענדיג איז ער דורכגעגאנגען דעם בית-המדרש פון די ליטווישע לומדים און וויבאלד ער איז געווען א תלמיד-חכם איז ער דארט אריינגעגאנגען און זיך גענומען רעדן אין לערנען מיט די לומדים וואס זענען דארט געזעצן.

זייענדיג דארט, האט ער זיך זייער גוט געפינען, זיך מפלפל געווען און געלעבט אין תורה און זיין מצב-רוח איז געווען אויף א הויכן שטאפל. דעמאלס האט דער חסיד געקלערט ביי זיך 'וואס האט ער צוריקצוגיין צו די חסידים?' - דא ביי די לומדים לעבט מען א לעבן, מען קאכט זיך אין לערנען, בשעת דארט ביי די חסידים ברענגט דער רבי אריין אזא עצבות און מרירות... ער האט דאן באשלאסן אז ער וועט נישט צוריקגיין אהין.

ווען עס איז געקומען די צייט פון שלש-סעודות, האט ער זיך א כאפ געטאן און געטראכט, 'דער רבי זיצט דאך יעצט מיט די חסידים אויף שלש-סעודות, און איך וועל זיך דא געפינען מיט די ליטווישע לומדים?' - האט ער זיך אויפגעהויבן פון דארט און געגאנגען צום טיש פון דער יסוד-העבודה.

אנקומענדיג צום טיש, האט דער רבי געהאלטן אינמיטן שמועסן און דערציילן מעשיות, האט דער רבי דעמאלס דערציילט ווי פאלגענד: אמאל איז געווען א מענטש, וואס איז ל"ע בלינד געווארן אויף ביידע אויגן און ער האט געזוכט א רפואה. האט ער געהערט אז אין פעטערבורג איז פאראן א דאקטער וואס באווייזט וואונדער און ער היילט אויס בלינדע אויף א שטארקער פארנעם, איז ער אראפגעפארן קיין פעטערבורג מיטן ציל אריינצוגיין צום דאקטער. אזוי וויילנדיג אין שטאט, האט ער זיך אנגעטראפן מיט בלינדע מענטשן וועלכע נעמען זיך צוזאמען און זענען זיך מחזק אינאיינעם. האט ער געפרעגט פון די בלינדע, "פארוואס גייט איר נישט צום גרויסן דאקטער וואס וועט אייך אויסהיילן?" - האבן אים די בלינדע געענטפערט, אז עס איז א שאד אויף די געלט און אויף די צייט דערפאר... דער בלינדער מאן האט דאס נישט פארשטאנען, דא איז ער געקומען צו פארן פון דער ווייט און ער לאזט זיך קאסטן אויסגעהיילט צו ווערן, אבער דא אין דעם שטאט פון דעם דאקטער, האלטן די מענטשן זיך נישט ביים היילן.

ווען ער איז געקומען צום דאקטער, האט ער דערציילט פארן דאקטער וועמען ער האט אנגעטראפן, און וואס זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווילן זיך נישט לאזן היילן. ער האט זיך דערויף הויך געוואונדערט פארוואס דאס איז אזוי, און פארוואס מען קומט נישט צו אים זיך היילן. הערנדיג די קושיא האט זיך דער דאקטער אנגערופן: "יענע מענטשן זענען געבוירן געווארן בלינד, זיי האבן קיינמאל נישט געזען, דעריבער פארשטייען זיי נישט דער געשמאק פון קענען זען און פילן נישט פאר וויכטיג זיך צו לאזן היילן", "אבער דו" - פירט דער דאקטער אויס, "דו האסט דאך שוין אמאל געזען, וועט עס דיר גארנישט העלפן, וועסט נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט כסדר קומען און זיך לאזן היילן, ביז דו וועסט צוריק זען".

די מעשה האט דער יסוד-העבודה דערציילט ביים טיש, מיינענדיג דערמיט דעם חסיד וואס האט זיך געוואלט אפשאקלען, אבער זיין גייסט האט אים צוריקגעשלעפט צום רבי'ן.

ישראל אברהם, ישראל אברהם, עס וועט דיר גארנישט העלפן... דו האסט דאך יא געזען און דאס וועסטו נישט קענען אויסרייסן פון דיר... מעגסט זיך מאכן ווי א מיידל, מעגסט זיך דערווייטערן פון אלס און אלעמען, טיף אין דיין הארץ ברענט אין דיר דאס וואס דו האסט מקבל געווען און קונה געווען אין די גוטע יארן זייענדיג אין ישיבה. דאס וועסטו קיינמאל נישט קענען אויסרייסן פון דיר.

מעגסט זיצן אין רוממו אום יום-כיפור, ארומגענומען מיט מענער און פרויען, גוים מיט אידן צוגלייך, אבער אין דער ריכטיגער מינוט וועסטו זיך געבן א דערמאן, וועסט זען פאר דיינע אויגן דעם בית-המדרש אין מאנסי, דער רבי שליט"א פאלט קורעים, בשעת עס הערשט א חרדת אלקי אין גאנצן בית-המדרש... דיין הארץ וועט טליען און נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט צוריקקומען. קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער ווען דו וועסט זיך דערמאנען אין א ויאתיו כל לעבדך, מלכות זכרונות שופרות... וועסטו נישט קענען שלאפן, א פשוט'ער טיש ביים רבי'ן, א קוויטל, וועט דיר נישט לאזן קיין מנוחה.

ישראלי, דו בלייבסט ווייטער שרולי, דיין נאמען פון דיין גרויסן זיידן ליגט ווייטער אויף דיר, אפגעזען וויפיל דו וועסט זיך מאכן פאר א פרוי... שבת בלייבט ביי דיר שבת, יום-טוב בלייבט ביי דיר יום-טוב, די דאווענענ'ס, די טישן, דאס וועט דיר ציען מיט קייטן און דיר נישט לאזן זיך אפשיידן... מעגסט זיצן אין שויס פון יענע מיידל (נאמען ארויסגענומען מפני כבוד המשפחה), מעגסט טון וואס דו ווילסט... דיינע זיסע יארן וועלן שטענדיג ליגן ביי דיר אין זכרון, דער רבי שליט"א פון מאנסי וועט דיר שטענדיג שטיין פאר די אויגן און מאנען פון דיר מיט זיינע בליקן... וועסט דאס נישט קענען אוועקנעמען.

און רעד דיר נישט איין קיין איין רגע, אז דו האסט שוין נישט קיין וועג אויף צוריק. עס איז נאך דא פאר דיר א וועג אויף צוריק, דער אויבערשטער איז א מלך מוחל וסולח, עס איז דא א וועג אויף צוריק, אפגעזען פון וואו דו קומסט. פון דעם ערגסטער שפלות, פון דער טיפסטער אפגרינד, קען זיך א איד דערהייבן צו גאר הויכע שטאפלען. ווער ווייסט צי מען האט דאס דיר נישט צוגעפירט, נאר צוליב דעם אז דו זאלסט ארויסנעמען די נצוצות פון די טיפע נידעריגע ערטער, וואס קיינער האט נאך דארט נישט דערגרייכט. דו קענסט צוריקקומען און ווערן א פולשטענדיגער שומר תורה ומצוות, און אפילו א פלאקערדיגער חסידי'שער איד. יא, דו קענסט, דו קענסט.

וויסן זאלסטו: עס איז דא א הייליגער באשעפער אויף דער וועלט, דער באשעפער האט דיר ליב... יא שרולי, דער באשעפער האט "דיר" ליב, ער קוקט אויף דיר און וויל דיין גוטס, ער וויל אז דו זאלסט זיך צוריקקערן צו אים, און דו קענסט זיך צוריקקערן צו אים... אויב האסטו געמאכט אזא ווייטע מהלך אוועקצוגיין פון אים, קענסטו מאכן אויך דער מהלך אויף צוריק, און דורכקומען אלע שוועריגקייטן... קענסט נאך ווערן א אמת'ער חסידי'שער איד און אפילו א משפיע, אזוי ווי דו האסט גע'חלומ'ט דערפון דיין גאנץ לעבן.

חזור בך, ואני ואיתך...
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:41 pm#312613
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
דעס איז זייער גיט א גיטע מוסר דרשה פאר אים. אבער די האלטסט אז ער האט עס געזעהן ?
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:10 pm#312616
שמואל פרימו האט געשריבן:הער מיר אויס (געוועזענער) פריינט מיינער, שרולי שטיין!...

זייער גוט געשריבן, און נאדיר א לייק. אבער די גאנצע בחינה איז אזא אקסימאראן ווי די סלונימער משל מיטן בלינדער. יעדער וועט איינשטימען אז די מעלה פון קענען זעהן איז א פאקטישע, און האט נישט קיין צוויי צדדים. משא"כ די מעלות און חסרונות פון חסידות קעגן ליטאות. די זעלביקע מיט שטיין'ס מצב.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:13 pm#312617
הר"ר שמואל שליט"א, דו קענסט אפשר מסביר פארוואס דו האסט זיך צעלאזט מיט א פאנאטישער פרעדיגונגס דרשה?

דו רעדסט דא צו עפעס א פונעף יעריגער קינד, וועמען מען קען פארטושן און אביוזן מיט פינסטערע מוסר און נאסטאלגישע שולד געפילן? מה זה?
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:18 pm#312618
moshav zekeinim האט געשריבן:הר"ר שמואל שליט"א, דו קענסט אפשר מסביר פארוואס דו האסט זיך צעלאזט מיט א פאנאטישער פרעדיגונגס דרשה?

דו רעדסט דא צו עפעס א פונעף יעריגער קינד, וועמען מען קען פארטושן און אביוזן מיט פינסטערע מוסר און נאסטאלגישע שולד געפילן? מה זה?

ווען כ'האב געלייענט ATUB @שמואל פרימו ATUB 'ס תגובה, האב איך עס אויך אהנגענומען אלס צו שארף און פּערזענלעך (כאטש נישט אזוי שארף ווי דיינ'ס...), אבער ער נעמט פאקטיש אהן די כאראקטער פון אן אלטן פריינט (לאו דוקא במציאות), סאו ס'מאכט אביסל מער סענס.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:28 pm#312622
האט ער טאקע געהאט א חבר וואס האט געהייסן "שמואל פרימו" ?
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:30 pm#312625
מיין בריוו צו שרולי שטיין
דברים כדברונות, הלואי זאל עס זיין דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב… און זאל טאקע זוכה זיין צו תשובה שלימה במהרה וזכות אבותיו יגן עליו.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:56 pm#312639
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
איך שפיר נישט די דברים היוצאים מן הלב דא, עס שפירט זיך נישט אז פאר שמואלע טוט וויי די עבירות וואס אבגיל איז עובר, עס זעיט מיר מער אויס ווי דברים היוצאים מן חסידות, אים שטערט נערישע כבוד בית רבינו, אז שרלי איניש זוכה צי זעין די רבי עסן פיש און געיבן די ביינער פאר יוסל ניימאן, טאקע א נעבעך אויף שרלי,
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:18 am#312648
שיינע ווארעמע דרשה.
מעגסט זיצן אין שויס פון די ...... מיידל

ביטע נעם אראפ די נאמען משום כבוד משפחתה, א דאנק.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:08 am#312668
איך אנטשולדיג מיך פון פאראויס אז איך האב נישט די צייט צו ערקלערן מיין פאזיציע ואתכם הסליחה אבער איך מוז לאזן הערן אז לדעתי איז דער בריוו זייער condescending.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:32 am#312679
איך האב דאס געליינט און וואו ס'איז געשטאנען ישראל אברהם האב איך דאס פארטוישט מיט הקטן און דאס האט מיך א שטארקע שאקעל געגעבן.
ישר כח

איך זעה דו האסט געשאקעלט אנדערע אויך, נישט א יעדער רעגירט די זעלבע.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:53 am#312680
הוגה האט געשריבן:איך אנטשולדיג מיך פון פאראויס אז איך האב נישט די צייט צו ערקלערן מיין פאזיציע ואתכם הסליחה אבער איך מוז לאזן הערן אז לדעתי איז דער בריוו זייער condescending.

נאר דאס?
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:07 am#312682
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
@שמואל, נאסטאלגיע האט נישט מיט אידישקייט צוטאהן... יעדער מענטש האט עפעס מאמענטן אין לעבן, וואס וועקט אינעם אויף, א געוויסע בענקטשאפט צום עבר. דאס האט מיטן "אידיש'ן פינק" קיין שייכות נישט.. ס'שוואכע שאנסן אז סעט'ן אמאל אנכאפן א פלוצימ'דיגער בענקשאפט צום חרדת העם יום כיפור ביי נפילת כורעים.. אדער צום זיידן, אויף וועמענ'ס נאמען מ'ריפט אים, וכהנה. קוים וואס דער סתם המון עם ליידט די אונגארישע שטיקעס, זאגסטו אז דער שרולי ני"ו העט נאך גאר אמאל אנכאפן א גליסטעניש דערצו..? ס'כאפטער אפשר אמאל א בענקעניש צו די ישיבה יארן, דאס מיינט אבער נישט אז די האסט דעמאלטס געגליכן דעם מצב, און ס'מיינט נישט אז די ווילסט אן איבערשפיל. די נאסטאלגישע געפילן שפילן אפילו צוריק טראכטענדיג שווערע צייטן. אלזא, מיט בענקשאפט האסטעם נאכנישט אפגעקויפט, איז רעדט'צך אוודאי און אוודאי פונעם פיצי טשיפ הנקרא 'פינטעלע איד', דאס העט'ן זיכער אויפוועקן..זאגסטע. שוין, דאסי'דך א זוהר, העכערע זאכן. לאמיך אייך נאר פרעגן, וואס מישט איר אריין די הייליגע זיידעס, בליקן מיט קוויטלעך, מלכיות זכרונות מיט שלש טישן און כורעים..? איר מאכט א שטיקל מיש-מאש פונעם זוהר, געפילן און די געמאנ'עכטצער.

Sent from my SAMSUNG-SM-N910A using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:09 am#312683
מיין בריוו צו שראלי שטיין: מיר זענען אלע אין די קרקע
מיט ערלויבעניש לאמיך אנהייבן און ענדיגן מיט א משל וואס ווערט געברענגט פון פריעדיגע. א קינד איז געבוירן געווארן ביים מושל אין גרוב, דהיינו זיינע עלטערן האבן זיך פארזינדיגט אריינגעשליידערט אין טורמע און דאס געבוירענער קינד האט מען געלייגט אין א באזונדערע גרוב בחצר המלך. עטליכע מאל א טאג קומט א באדינער און ברענגט אים עסען, דאס קינד ווערט עלטער און הייבט אן צו פארשטיין די מצב, ער איז און גרוב ביים מושל צוליב זיינע עלטערן אבער איין זאך פארשטייט ער נישט וואס איז די פשט פון די געשמאקע מאכלים וואס ער באקומט יעדן טאג. ויהי היום ער כאפט א שמועסט מיטן באדינער איבער די גרויסקייט פון דעם מושל ממש אומגלויבלעך ער טוט מיר אזויפיל גוטס ער געט מיר טאג טעגליך צו עסען און טרינקן און פארגעסט קיינמאל נישט כאטשיק וואס מיינע עלטערן האבן נאך געזינדיגט, פליז איך בעט דיך געב איבער פארן קעניג און מיין נאמען זאג אים: געלויבט זאל זיין דער קעניג וואס שפייזט מיך יעדן טאג אין גרוב. זאגט אים דער באדינער זאלסט אבער וויסען אז דער קעניג פירט אן מיט א ריזיגע מלוכה מיט מיליאנען איינוואוינער ער באזארגט און געדענקט יעדן איינעם ער מאכט זיכער אז אלעס קלאפט פון די גרעסטע פראבלעמן ביז די קלענסטע אלעס ווערט ארלעדיגט דורך זיינע טויזענטער ראטגעבער און נאנטע מענטשן ער איז גאר גרויס און מעכטיג. אויב ווילסטו אים דאנקן דערמאן קודם ווי גרויס און מעכטיג ער איז אין די גאנצע לאנד, דערנאך לייג אויך צו אז ער פארגעסט נישט אפילו פום אזא קליינעם אין א גרוב. וכך הוה אזוי האט ער טאקע אנגעהויבן צו טון. דער נמשל פארשטייט יעדער אליינס. לענינינו מיר זענען אלע טיף אין גרוב. א יונגל. א מיידל. א רבי. א חסיד. א פרומער. א באם. יעדער לעבט זיך אין זיין וועלטעלע איינער טוט גוטס דער צווייטער טוט נישט. איינער באהאלט זיינע חטאים אין קלאזעט דער צווייטער קערט נישט. איינער טוט תשובה פריער א צווייטער שפעטער. די נשמה בעט זיך ביים מענטש און מאנט האב רחמנות גענוג געזינדיגט דער גוף וויל נישט הערן דערפון. אבער דער אייבערשטער דער מעכטיגער גרויסער באשעפער וואס האט דיך און מיך באשאפן, דער רבש"ע טוט ווייטער זיינס ער שפייזט אונז אלע ער פארגעסט נישט פון קיינעם ער איז א מאריך אף ער האט געדולד צו ווארטן אז יעדער זאל אליינס אנהייבן נוצן דעם אייגענעם שכל אינעם אייגענעם מצב באשר הוא שם אליינס פארשטיין יש מנהיג לבירה.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:32 pm#312705
לדעתי רעדט מען דא פון א חולי רעי און איז שווער צו זאגן אז ער וועט זיך אמאל צוקלעבן צום 'את האדם ישר'.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 1:12 pm#312714
ווער איז דאס שרולי שטיין? כהאב געהערט פון א אט״ד איינע מיטן נאמען אבי שטיין, related?
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:03 pm#312722
נאסע ליילעך, די היסטאריע שטימט צו מיט שמואל פרימו און נישט מיט דיר, ריכטיק ס'יז געוועהן אין אלע צייטען מענטשען וואס זענען קיינמאהל נישט צוריקגעקומען, דער שטן האט זיי אנגעכאפט ביי די קאלנער און זיכער געמאכט איהם נישט אויסצולאזען ביז נאכע'ן טויט און ביזן קעיר נעמען פון איהם נאכדעהם מיט זיינע פעללאו מלאכי חבלה, אבער אין די היסטאריע זענען געוועהן גאהר פיהל וואס די הרגשים, די ווארעמע זכרונות, די דערמאנען פון א רעבישע טיש, א טאטעס זמירות, א מאמעס לידעל, א דאווענען אין שוהל שב"ק יו"ט אדער די הייליקע טעג האט זיי גענאגט און געוועקט ביז זיי זענען צוריקגעקומען, אפילו היינט מיט די בלבול המוחות פון די הונדערטער אינטערנעט פריינט קומען נאך פיהל צוריק דורך בענקשאפט און הרגשים, טייל קענען נישט באהערשען די הרגשים, און ס'פאסט זיי דאך נישט צוריק צו קומען צוליב די אינטערנעט פריינט אדער אנדערע נארישע דמיונות, באגייען זיי סואיסייד, אבער א נארמאלער מענטש אין אזא פאל ווען ס'ציפט איהם ביים הארץ די בענקשאפט, אדער ער הייבט אן שפירען די פוסטקייט און ליידיגקייט פון זיין נייע וועג, קערט זיך צוריק צו זיינע אמת'ע גוטע פריינט און ווארעמע סביבה.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:01 pm#312727
ריכטיג האט געשריבן:שיינע ווארעמע דרשה.
מעגסט זיצן אין שויס פון די ...... מיידל

ביטע נעם אראפ די נאמען משום כבוד משפחתה, א דאנק.


אראפגענומען...


איך וואונדער זיך ווי איז שרולי אליין, ער האט דאך דא א ניק און ווייסט זיכער אז מען האט אים געשריבן. פארוואס זאל ער נישט אהערקומען עפנטליך און ענטפערן? אתמהה.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm#312728
ווייל ער ענטפערט מער נישט צו 'שרולי'...
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:06 pm#312730
שמואל פרימו האט געשריבן:איך וואונדער זיך ווי איז שרולי אליין, ער האט דאך דא א ניק און ווייסט זיכער אז מען האט אים געשריבן. פארוואס זאל ער נישט אהערקומען עפנטליך און ענטפערן? אתמהה.

וואס האסטו גיענטפערט דיין משגיח ווען ער האט דיר גיגעבן א פסק חיזוק דרשה? האסט געקוקט אויפן פלאהר און געשוויגען, ער טוט די זעלבע.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:36 pm#312735
אפשר וועט ער ענטפערן וואס זיין קאלאמביע קלאס זאגט צו דעם.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:54 pm#312737
שוין עטליכע טעג וואס איך פרוביר צו פארשטיין וואס איז אזוי מאכטפול אין אבי\שרולי שטיין'ס שריט אז דו גאנצע יהדות החרדית איז ארויס אין קריג מיט דעמאגאגיע נערישע ליצנות וכו' אנטעקעגן דעם, איינער קען ערקלערן?
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:00 pm#312738
אפשר ווייל ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אזאנס קומט פאר אין די היימישע קאמיוניטי אזוי אפען בפומבי? פאלט דיר נישט ביי?
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:15 pm#312745
ליפא האט געשריבן:ווייל ער ענטפערט מער נישט צו 'שרולי'...


או יאמר אז ענטפערט יא, און האט שוין געענטפערט, נאר נישט פון ישראלי, נאר מיט זיין אנדערע ניק
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:27 pm#312751
ווער געדענקט נאך זיין ניק ATUB @yisroelotd ATUB פון זיין מחתרת תקופה?...
דאנערשטאג יולי 14, 2016 4:39 pm#342134
ATUB @פרייוויליג ATUB קענסט מיר אפשר מסבר'ן אין וועלכע חלק פון די תגובה זעהסטו א וועלקאם פילינג?
דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:28 pm#342143
איך אויך האט געשריבן:קאם א הוגה דעיס איז זייער נישט שיין פון דיר עם אזוי צו אטאקירן און דעמאנייזן.

קוים זאל ער נאר זיין א לינקער וואס שרייבט אפענע און בארדערליין כפירה וואלסטו עם אויפגענומען מיט אפענע ארעמס. וואס איז ער שולדיג אז ער האלט אז תורת משה איז יא כנתינתן מסיני ,אז דער ארי הק האט יא געהאט עפעס א לחלוחית דקדושה אין זיך ,אז דער זוהר איז יא א הייליגע ספר וכו. וכו.

די פאר אקטיווע או. טי די'ס פארעקלן און דערנידערן די ניווא פון ק''ש אין איעדע באזעסענע מענטשן'ס אויגן. עס האט נישט קיין פשט דאס צו לייקענן.

יעצט גייט קומען א חכם פון די מה נשתנה און זאגן אז ער איז מיין צווייטע ניק.

איי עם סופרייזד אויף דיר אז דו האסט נישט מורא געהאט צו כאפן א קאולד פון די בייזע ווינטן וואס בוזשעווען ארום אין ק"ש און קוקן מיט א בייזן אויג אויף די אלע וואס זענען רעכט-גענויגט און היימיש. בדרך כלל איז אין ק"ש זייער פאפולער צוצושאקלען מיט'ן קאפ און געבן א לייק פאר די ליבעראלע דענקענדיקער מענטשן, פאר די אטד'ס, כופרים און בארדערליין, ובפרט פאר אלע וואס לאכן אויס פון די תורה טראדיציאנאלער אידן, אפילו ווען אין פנימיות הלב האלט מען אבסעלוט נישט מיט מיט זיי, און אפילו ס'איז בכלל נישט אויסגעהאלטן הלכה'דיג און השקפה'דיג, און אויך נישט סייענטיפיקילי, און ס'איז בכלל נישט מענטשליך, נאר פשוט ווייל ס'פאסט זיך צו גיין מיט'ן שטראם און צו זיין באדי-באדי מיט די גרויסע מויל-מאכערס.

צו גיין אקעגן דעם שטראם דארף מען באמת האבן א סך מוט און קוראזש, בכדי נישט נתפעל צו ווערן פון די אלע וואס האלטן זיך ווי "קענערס" (לכל הפחות, זיי רעדן זיך איין אז זיי קענען אלעס). זייער ווייניג מענטשן פאלן אריין אין די דערמאנטע קאטאגאריע פונ'ם רעכטן לאגער. און אויב דו האסט דיך געקענט מתגבר זיין אויף די אלע בוּליס און פארט ארויסזאגן דיין מיינונג קלאר אן קיין שום מורא אדער פחד, איי טעיק מיי העט אף פאר יו. ירבו כמותך בישראל ובק"ש. קושטא קאי. דידן נצח!
דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:35 pm#342145
אה כ'בין יוניק.
מיטוואך מאי 17, 2017 1:10 am#371344
אבי מ'זאגט אז ער איז אט"ד. יעצט זעה איך אז ער גייט אפילו אין מקוה
מיטוואך מאי 17, 2017 5:59 am#371348
זי איז א נדה?

סאיז דאך דא א חציצה? זעהסט נישט דעם ״ברוסטען-בגד״ ???
מיטוואך מאי 17, 2017 9:53 am#371362
.
מיטוואך יולי 12, 2017 1:09 am#378760
א שיינע ליקוט פון חז''ל, גאנץ א לאנגע מאמר.

m http://www.sefaria.org/sheets/61880 m
מיטוואך יולי 12, 2017 1:13 am#378761
שמעון וואלף האט געשריבן:אבי מ'זאגט אז ער איז אט"ד. יעצט זעה איך אז ער גייט אפילו אין מקוה


מן הסתם אינדערהיים און פאלטישאן האט דער מקוה געהאט אזא קאליר
מיטוואך יולי 12, 2017 1:22 am#378763
ווייל אזוי האט געשריבן:א שיינע ליקוט פון חז''ל, גאנץ א לאנגע מאמר.

http://www.sefaria.org/sheets/61880

מ'קען זיך דינגן אויף 95%. ער לערנט עס אפ פאלטש. דא דארט האט ער געכאפט א גוטס.
מיטוואך יולי 12, 2017 6:24 am#378772
אפשר איז נאך דא עפעס א פארשטיפטע טשענעל אין מעקסיקא אדער פישפישקלאדאני וואס ווייסט נאך נישט פון דיין מעכטיגע דערגרייכונג אז דו ביסט געווען א ראביי און געווארן א מיידל. כמיין סי ען ען און די בי בי סי און די טיימס וועלן עס נישט באשרייבן א צווייטע מאל נו וואס וועסטו טון יעצט וויאזוי וועסטו אונז יעצט מבזה זיין מסוף העולם ועד סופו ווייל די מיינסט דאך גארנישט פשוט די מידיע איז דיך נאכגעלאפן. #דרעדליגער. #קייןלימודזכות
מיטוואך יולי 12, 2017 6:41 am#378773
יא. סזאגט פאר דער וועלט ווי נעריש אונזער חינוך איז. אונז פארשעמען דער תורה וואס זאגט
ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה
איז דען אזוי?
דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:52 pm#378977
shem-tov האט געשריבן:אפשר איז נאך דא עפעס א פארשטיפטע טשענעל אין מעקסיקא אדער פישפישקלאדאני וואס ווייסט נאך נישט פון דיין מעכטיגע דערגרייכונג אז דו ביסט געווען א ראביי און געווארן א מיידל. כמיין סי ען ען און די בי בי סי און די טיימס וועלן עס נישט באשרייבן א צווייטע מאל נו וואס וועסטו טון יעצט וויאזוי וועסטו אונז יעצט מבזה זיין מסוף העולם ועד סופו ווייל די מיינסט דאך גארנישט פשוט די מידיע איז דיך נאכגעלאפן. #דרעדליגער. #קייןלימודזכות


וואס נעמסטו עס אזוי פערסענאל? בארוהיג דיך, ער/זי בארעדט נישט און באשמיצט נישט אזוי שטארק די קאמיונטי ווי די קאמיונטי באשמיצט זיך אליינס מיטן זיין אין די ״ספאט לייט״ יעדען צווייטן טאג פון ארעסטירטע היימישע אידן וואס פעלשן זייער אינקאום צובאקומען גאווערמענט פראגרעמס, און אלע אנדערע גניבות און גזילות וואס מכאפט פרומע אידן טעגליך אט דעס טוט אויפרעגן די גוים.

אבי שטיין באדערט דיך?

זי איז די קלענסטע פראבלעם פאר אונזער אימעדזש.

דעס אז אונז עדזשיוקעיטן נישט די קינדער און אונז לעבן אויף די ״העכסטע סטאנדארט״ אוו ליווינג אויפן חשבון פונעם פעטער איז א גרעסערע פראבלעם און חילול השם ווי עבי שטיין... און אויב זארגסטוך אזוי פאר ״כבוד שמים״ הייב אן ביי דעם נישט ביי עבי שטיין און צי זי איז א דערעדליגער...!
דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:15 pm#378991
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
פארוואס רופסטו אים 'זי'?
דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:04 pm#379026
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס רופסטו אים 'זי'?


וואס שטערט עס מיך? איך בין נישט בייעסט ווי ענק, ווייל כגלייב ״רצונו של אדם זה כבודו״ ! און לאמיר שוין אפילו זאגן אס זי טוט עס ריין פאר אטענשאון אדער פאר א אנדערע סיבה, ווי כאפטס עס מיר א חילוק?, אז יענער וויל אזוי שטארק זיין א מיידל אז זי איז זיך גרייט אנצושמירן מעיקאופ, ליפסטיק, און אומבאקוועמע היי הילס און טייטע קליידונג (רבונו של עולם :roll:), האבן זיי ביי מיר געפוילט. ספעציעל אז לויט געוויסע סייענס איז עס א געבורט פעילער און גארנישט קיין משוגעת.

ווי קען איך מיך אריינלייגן אין יענעמס מחשבות און מאכן אירע חשבונות?

איך פארשטיי זיי נישט בכלל, איך פארשטיי אבער אויך נישט קיין געלינקטער, און וויאזוי ער טוט אלעס מיט די פארקערטע הענט פון מיר...

און לאמיר זאגן אז סאיז נישט אמת מ׳ווערט נישט אזוי געבוירן, וואס שטערט מיך אז איינער האט מחליט געוועהן איין דינסטיג נאכמיטאג זיך אנצוטוהן ליפסטיק??? ווי קום איך אריין דא אין די פיקטשער? סאיז דאך בכלל נישט מיינע ביזנעס...
דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:45 pm#379027
נאר דער קרוק-לענד קענסטו נישט רעספעקטן פאר זיין מיינונג. אלס נאר ווייל דו פארשטייסט איהם (נאך) נישט.

איי געס מיין רצון איז פאר מיר נישט קיין כבוד.

איר האט שוין איינמאל א בייעס אויף אונזער קאמיוניטי. און דאס אייער צד השוה צו דעם עבי סטיין.
פרייטאג יולי 14, 2017 12:04 pm#379056
קורקלענד האט געשריבן:נאר דער קרוק-לענד קענסטו נישט רעספעקטן פאר זיין מיינונג. אלס נאר ווייל דו פארשטייסט איהם (נאך) נישט.

איי געס מיין רצון איז פאר מיר נישט קיין כבוד.

איר האט שוין איינמאל א בייעס אויף אונזער קאמיוניטי. און דאס אייער צד השוה צו דעם עבי סטיין.


הערסטוך נישט וואס מ׳רעדט צו דיר, האסט ווייטער נישט געכאפט וואס איך זאג

עבי שטיין באדערט נישט קיינער..! סאיז קיינעמס ביזנעס נישט וואס זי טוט און וויאזוי זי באקומט pleasure, פונקט ווי ס׳דארף קיינעם נישט אן גיין אז דו גייסט מיט א שטריימל אויפן קאפ.

משא״כ דיינע רעכטע און ספעציעל די טראמפיסטן זענען פשוטע ״רודפים״ זיי זענען דא צו ריפריזענטען ״ביג ביזנעס״ און צוקוועטשן אלע ״ארימע״, די ריפובליקאנער ווילן יעצט אויף די מינוט אראפווארפן מיליאנען ארימע און מיטל קלאס פון זייערע העלט קעיר און אין די זעלבע צייט געבן א ריזיגע טעקס ברעיק פאר די ארימע...

פון דא זעהט מען ווידער און ווידער אז דו כאפסט בכלל נישט וואס דיינע ריפובליקאנער stand for, זיי זענען ״רודפים״..!


עבי שטיין שטערט נישט קיינעם!!! נעמט גארנישט אוועק פון קיינעם...!
פרייטאג יולי 14, 2017 12:18 pm#379060
שבת אחים האט געשריבן:עבי שטיין באדערט נישט קיינער..!

...

עבי שטיין שטערט נישט קיינעם!!! נעמט גארנישט אוועק פון קיינעם...!

ווענדט זיך וועם איר פרעגט. איר האלט אז נישט. אנדערע האלטן אז יא.

נ.ב. דיין רעהטאריק גיי איך נישט אפ פרעגן. איך האב עס שוין געטאן מערערע מאל. קוק איבער מיינע אלטע הודעות. אפשר וועט עס תופס זיין.
פרייטאג יולי 14, 2017 12:22 pm#379061
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:עבי שטיין באדערט נישט קיינער..!

...

עבי שטיין שטערט נישט קיינעם!!! נעמט גארנישט אוועק פון קיינעם...!

ווענדט זיך וועם איר פרעגט. איר האלט אז נישט. אנדערע האלטן אז יא.

נ.ב. דיין רעהטאריק גיי איך נישט אפ פרעגן. איך האב עס שוין געטאן מערערע מאל. קוק איבער מיינע אלטע הודעות. אפשר וועט עס תופס זיין.


האסטו געהערט א מעשה???
זאג וואס זי שטערט? זי נעמט דיר עפעס צו? וואס דרייסטו די ביצים???

מיך שטערט אז דו גייסט מיט א שטריימל. סאיז דאך אין לדבר סוף...

כאפסט טאקע נישט די חילוק צווישן דיינע ריפובליקאנער רודפים און א טרענסגענדער??? סירעסלי??????????????
פרייטאג יולי 14, 2017 12:27 pm#379062
שבת'ל רעדט זיך איין אז אויב ער גייט זאגן זי זי זי ארבעים יום ונושעתי, אבער שרולי גייט נעווערדלעסס בלייבן א קראנקע זכר ותו לא.
פרייטאג יולי 14, 2017 12:44 pm#379064
איך אויך האט געשריבן:שבת'ל רעדט זיך איין אז אויב ער גייט זאגן זי זי זי ארבעים יום ונושעתי, אבער שרולי גייט נעווערדלעסס בלייבן א קראנקע זכר ותו לא.


איך האב אויך אמאל אזוי געהאלטן פונקט ווי דו ביז כהאב מיך באקענט מיט אסאך נארמאלע טראנסגענדערס וואס לדעתי זענען זיי זייער נארמאל...

לעבסט אין א באקס מיין פריינד.
פרייטאג יולי 14, 2017 12:49 pm#379065
קיינער זאל נישט מיינען אז איך קען עבי שטיין בכלל. ער/זי איז טאקע א וויזניצער פון ווילי אבער ער איז נישט מיין יאהרגאנג, כהאב נאך קיינמאל נישט גערעדט מיט איר אפילו, איין מאל געטראפן אינגאנצן און געזאגט העללאו. איך קען איר נישט, אבער איך קען זייער אסאך אנדערע אין די זעלבע מצב ווי איר וואס קלעימן די זעלבע זאך ווי איר, און אין מיינע אויגן זענען זיי נאך אזוי נארמאל ווי אלע אנדערע משוגעים אויף די וועלט, און סקומט זיך זיי רעכטן פונקט ווי יעדעם איינעם.
פרייטאג יולי 14, 2017 1:29 pm#379072
שבת אחים האט געשריבן:מיך שטערט אז דו גייסט מיט א שטריימל. סאיז דאך אין לדבר סוף...

פארוואס האסטו אבער גע'מאכט א ליין דארט וואו די סוף קומט דיר אויס גוט?
פרייטאג יולי 14, 2017 1:49 pm#379077
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מיך שטערט אז דו גייסט מיט א שטריימל. סאיז דאך אין לדבר סוף...

פארוואס האסטו אבער גע'מאכט א ליין דארט וואו די סוף קומט דיר אויס גוט?


My goodness!

אוואדי ביסטו א ריפובליקען קענסטאך נישט מאכן קיין פשוטע חשבונות.

די לינע/ליין איז דארט ווי יענער שטערט נישט קיין ״צווייטן״ און נעמט גארנישט צו פיזיש פון יענעם.

אז דו גייסט מיט א שטריימל אויפן גאס מעג עס מיך באדערן ביז מארגן, ווילאנג דו ווילסט אזוי און ס׳נעמט גארנישט אוועק פון אנדערע דארפסטו האבן אלע רעכטן דערביי.

משא״כ דיינע ריפובליקאנער וואס זענען דא ״אוועק צונעמען״ פון די ארימע און מינארטיס זייערע בענפיטס און סאושעל פראגרעמס וואס יעדע נארמאלע פארגעשריטנע לאנד אויף די פלאנעט געט פאר זייערע בירגער.

אויב עבי שטיין שטערט דיך, שטערסטו מיך פונקט אזוי מיט דיין שלאגן כפרות, חתונה מאכן קינדער יונגערהייט אן קיין פלאן פאר פרנסה, נישט עדיוקעיטאן די קינדער, און טויזנט אנדערע קאנטערווערסיל אישוס מיט וואס אונז חרדים זענען געשלאגן...

חוץ פון א ״רעליגעזע פראספעקטיוו״ שטערט נישט עבי שטיין קיינעם, און אנטשולדיגט דיין ״רעליגע״ קען נישט אין די ״פרייע אמעריקע״ דיקטירן ווייל מארגן קענען קומען א אנדערע גרופע און זאגן אז די ״האסידים״ שטערן זייער רעליגע...
און סאיז אין לדבר סוף...
פרייטאג יולי 14, 2017 4:04 pm#379094
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
ס'געפעלט מיר ווי דו שעמסטיך נישט צו מהפך זיין קערה על פיה און נאך זיין א בא בטענה.

מ'נעמט אוועק שווערע געלטער פון מענטשן וואס ארבעטן שווער און אזוי ארום דערגרייכט סוקסעס און מאכן זייער ערליך פארדינטע געלט, און מ'טיילט עס אויס פאר די פוילע לייט וואס האלטן אז אלס קומט זיך זיי בחינם.
פארוואס מאכט דאס סענס פאר דיר?
האלטסט נישט ביים ארבעטן פלייסיג? לייד די קאנסענקווענצן!
קום נישט גנב'ענען פון דער וואס פלאגט זיך אן טאג און נאכט פאר זיין ערליך פארדינטע געלט.
דאס אז די גאווערנמענט האט א כח צו טוהן אזוי איז בכלל נישט מצדיק דעם אומרעכט.
אז איינער וויל פערזענליך זיין א גומל חסד און שטיצן די פוילע לייט כל הכבוד. מאך עס אבער נישט קיין חיוב.