מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:59 pm#316347
לכאורה דארף זי געבן קידוש און מאכן א מעמד קריאת השם.
Chasidishmashpiaלכאורה דארף זי געבן קידוש און מאכן א מעמד קריאת השם.
בן אדםכל הפוסל..... .....
בן אדםכאפ טאקע נישט. ס'בעסער אזוי...
יהושע חייםדאס איז די ציל אז די משפחה זאל זעהן אז מען גייט נישט צניעות'דיג???
שבת אחיםאז איר קענט נישט אויפהערן צורעדן וועגן אים יומם ולילה און נאכאמאל און נאכאמאל איבערקייען די זעלבע קאורני דזשאוקס וועגן זיין שפיצל און זיין ברית מילה און צי ער האט יא גענומען א דבר יום ביומו אנשטאט א קינדליין איז ער דאך גערעכט... סאיז שוין צייט אוועקצומישן די פרשה יעדע וואך גייט דאך א נייע פרשה, און אסאך מאל גייען צוויי פרשות צוזאמען תזריע מיט מצורע...
שבת אחיםאיך האב עס נישט געליינט, אבער לכאורה רעדן זיי נישט פון אידישע פירער נאר איידער פון אידישע אקטיוויסטן. אדרבה ווער עס האט עס געליינט איז מכובד זיך אנצורופן.
ימי קדםגאנץ אן אינטערסאנטע און מאדנע צערמאניע, אין א שול.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=5K35iE_4N4Q">https://www.youtube.com/watch?v=5K35iE_4N4Q</a>
נהורא נפישאמ'ברויך צו טוישן די נאמען ימי קדם, ס'איז א לשון זכר.
טמירזיי גייען צי קאמפעניס וואס פארלאנגען א דעגרי, וואס געווענליך איז ממילא נישט קיין לכתחילה פאר א חסידישע יונגערמאן
שבת אחיםסאיז טאקע גארנישט שלעכט אנצוהאלטן טראדישן ווילאנג סאיז דעם מענטש׳ס אייגענע באשלוס און סאיז optional, סאיז אבער זייער wrong ווען סאיז גע׳צווינגענערהייט ווען יעדער ׳מוז׳ גייען די זעלבע אנגעטוהן און יעדער האט די זעלבע path אין לעבן און מ׳באשלוסט פאר א יעדעם פונקטליך וואס און ווען צוטוהן, מ׳קאנטראלירט די מענטשען אז זיי זאלן טראכטן און טוען געוויסע זאכן.
די אמיש קומט זיך כאטשיג רעספעקט פאר די צוויי הויפט סיבות
1)unlike ווי ביי אונז געבן זיי א ברירה פאר זייערע קינדער אויב זיי ווילן ווייטער לעבן די אמיש לייף-סטייל, די באוויסטע ״ראומשפרינגע״ ווי זיי רופן עס, זיי שיקן ארויס זייערע קינדער פון די זעכצן יאר אלט אויף רייזע איבער די וועלט ווי זיי לאזן זיי טוען וואס זייער הארץ באגערט אריינגערעכענט נעמען דראוגס און מיידלעך און אלע אנדערע תאוות עוה״ז און נאך פיר יאהר ביי די צוואנציג געט מען זיי די ברירה אויב זיי ווילן ווערן געטויפט, אויב זאגט מען ניין קען מען בלייבן לעבן גוט מיט די עלטערן אבער מ׳טאר נישט וואוינען אין אמיש טערעטארי, (כדאי נישט פארהרגנן די אנדערע קינדער און אז אמיש זאל בלייבן ווייטער מיט די אלטע טראדיציע) אבער זיי בלייבן לעבן אין גיטן מיט די משפחה, ווידער אויב זאגט מען יא ווערט מען ג׳טויפט און מ׳קען מעהר נישט צוריקציען א גאנץ לעבן, אויב יא לייגן זיי דעם יעניגען אין חרם אריין און זיי שרייבן עס אריין אין זייער צייטונגען לחרפת עולם.
משא״כ ביי אונז איז נישטא קיין שום ׳ברירה׳ אדער ׳בחירה׳ יעדער מוז גיין אין דעם זעלבן שפאן, אפגעזעהן וואס מ׳האלט און וואס די אייגענע החלטה וויאזוי צופירן די אייגענע לעבן מוז מען בע״כ נאכטאנצן אלע טראדישאונס און מנהגים און אז אויב נישט ביסטו אויטמאטיש אויסגעשפיגן פון די קאמיונטי און מ׳קען נישט טוהן קיין שידוכים מיט די קינדער וכו׳, ועל כולם ביי אונז חסידים אויב לאזט מען אפ די אויסגעטרעטענע וועג צוקריגט מען זיך געווענטליך מיט די משפחה און חברים ווייל ביי אונז איז יעדעמס לעבן פונטליך אויספלאנירט פון פארויס ביי די אכט טעג מאכט מען א ברית ביי די דריי מאכט מען פיאות ביי די דרייצן בר מצוה ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, בן שמונה עשר לחופה, קינדער, אייניקלך, נחת און expectations פון יעדעם צו זיין פינקט ווי זיי.
2)די אמיש האבן רובא דרובא שיין פרנסה פון זייערע פאמילע טרעידט ביזנעסעס ווי פארמונג, טאבקא, און קאסטום פורניוטשער, זיי מאכן נישט חתונה די קינדער נאר אויב די קאפל פארמאגט א דירה אדער א הויז וואס זיי דארפן נישט באצאלן קיין רענט!, די נאכט פון די חתונה קאסט זיי ממש גארנישט, זיי מאכן א אלטע פארצייטישע היימישע צערעמאניע וואס קאסט גארנישט, (אן קיין מיניטשיורס ביי די שבת שבע ברכות). זיי פארמאגן נישט קיין ארימעלייט און זיי נעמען גארנישט פון די גאווערמענט, ע״כ איז עס כאטש אביסל בארעכטיגט פארוואס זיי געבן נישט קיין נארמאלע סעקיולער עדזשיוקעישאן, ווייל זיי נעמען אריין זייערע קינדער אין זייער ביזנעסעס און זיי לערנען אויס די קינדער א פאך.
משא״כ ביי אונז ווי מ׳לערנט נישט מיט די קינדער קיין שום סעקוילער שטודיעס און מ׳געט זיי נישט די מינדעסטע עדזשיוקעישאן און כלים וויאזוי צוברענגען פרנסה און מנעמעט אכצן יעריגע ישיבה בחורים וואס קענען ניטאמאל אינטערשרייבן זייער נאמען און מ׳צווינגט ארויף אויף זיי א טייערע ניו יארק לייף-סטייל מיט א געבענטשע שטוב מיט קינדער אן קיין שום חשבון מהיכן ירק זה חי׳.
פארשטייט זיך ס׳מיינט נישט אז איך אפראוו די אמיש לייף-סטייל און רעליגע אבער א שטיקל לימוד זכות איז עס זיכער און עס איז א ריזיגע חילוק צווישן אונזער און זייער קולטור/רעליגע.
נאסע ליילעךכל באיה לא ישובון האבן חז"ל לדעתי געזאגט אלס א פאקט, און ווי באקאנט האט יעדע כלל א יוצא מן הכלל).
משנה תורה, ספר המדע, הלכות תשובה, פרק ג, הלכה כובמה דברים אמורים שכל אחד מאלו אין לו חלק לעולם הבא, בשמת בלא תשובה. אבל אם שב מרשעו, ומת והוא בעל תשובה--הרי זה מבני העולם הבא, שאין לך דבר שעומד בפני התשובה: אפילו כפר בעיקר כל ימיו, ובאחרונה שב--יש לו חלק לעולם הבא,
משנה תורה, ספר המדע, הלכות תשובה, פרק דעשרים וארבעה דברים מעכבין את התשובה ... כל אלו הדברים וכיוצא בהן--אף על פי שמעכבין את התשובה, אינן מונעין את התשובה; אלא אם עשה אדם תשובה מהן--הרי זה בעל תשובה, ויש לו חלק לעולם הבא.
שבת אחיםנאכאמל יעדע רעליגע האט אנדערע מעלות און חסרונות אבער דאך די אמיש איז זייער א רעספעקטפול קולטור פאר אסאך סיבות לדעתי.