Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן

קאווע שטיבל • חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9920
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:00 pm#313775
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
עס איז קלאר אז ווען א היימישער יונגערמאן וויל טוישן זיין לייף סטייל און ווערן מאדערן אדער חלילה אונגאנצען פריי שטייט ער אויס אומגעהוירע דרוק פון משפחה און ארומיגע למשל איין קליינע דוגמא ווען מען הערט א חבר אדער משפחה מיטגליד הייבט אהן פארן אויף אנאנדער וועג הייבט מען אוטאמאטיש אהן צו שמועסען וואס יענעםס פראבלעם איז ער האט א שווערע ווייב זויערע עלטערן ליידט אויף די נערווען וכו'
יעצט אהן אריינגיין צו עס איז ריכטיג אדער נישט איז קלאר אז דאס איז דער מציאות
און צו דיין שאלה וויאזוי צו געבן א טשויס איז די ענטפער פשוט מען זאל געבן רעספעקט פאר יענעםס מיינונג און נישט דרוקען יענעם און אפילו נישט judgen יענעם

נאכאמאל וויל איך קלאר מאכן אז איך גיי נישט אריין צו עס איז ריכטיג אדער נישט אסאך וועלן טענהן אז דאס איז די ריכטיגער וועג אבער דאכט זיך אז דאס איז א פאקט אז מען לאזט געבט נישט קיין פרייהייט
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:05 pm#313777
סתם נייגעריג, פון ( רעכטע ) מאדערן ארטאדאקס צו חילוני איז יא א גרינגע וועג ארויס?
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:11 pm#313779
חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
מבקש, איך האב פריער דערמאנט אז נישט צווינגען און געבן א טשויס איז צוויי אנדערע זאכן לדעתי, דאס וואס דו רעדסט רוף איך ׳נישט צווינגען׳, געבן א טשויס רוף איך אז סזאל זיין געפרויגרעמט אין די סיסטעם אז די קינד זאל האבן א אויסוואל, איז וואו אזוי מאכט מען דאס? מזאל לערנען די ברית החדשה מיטן קוראן ושאר מרעין בישין מיט די קינדער אין ת״ת ר״ל אזוי זיי זאלן האבן א אויסוואל?
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:12 pm#313780
חסיד, ביי די ריכטיגע מאדערן ארטעדאקס איז דער וועג ארויס פיל גרינגער. (איינע פון די סיבות, מען האט חתונה שפעט) אויסער דעם איז דא א מעגליכקייט צו טוישן פון איין שטאט צום אנדערן כמעט אן קיין פראבלעם, און וואוינען קען מען וואו אימער עס איז נאר דא א קהילה מיט א דזשואיש דעי סקול, און וואו איז נישטא?!
מה שאין כן ביי חרדים, אויסער וואס דער וועג ארויס איז כמעט אוממעגליך, קען מען ניטאמאל טוישן פון איין קהילה צום אנדערן, און דער אויסוואל פון מקומות צו וואוינען פאר איטליכער בן קהילה איז זייער קליין.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:12 pm#313781
chusid האט געשריבן:סתם נייגעריג, פון ( רעכטע ) מאדערן ארטאדאקס צו חילוני איז יא א גרינגע וועג ארויס?

נאך אלץ זייער שווער אבער לכאורה אביסל גרינגער איז עס זיכער, עט ליסט זיי לערנען אויס זייערע קינדער ענגליש די שפראך פון די לאנד און זיי זענען נישט אינגאנצן אומוויסענד ווי אונז.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:19 pm#313783
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
chusid האט געשריבן:סתם נייגעריג, פון ( רעכטע ) מאדערן ארטאדאקס צו חילוני איז יא א גרינגע וועג ארויס?

קיין שום life change איז נישט גרינג אבער עס איז גאר אנדערש ווי ביי אונז
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:20 pm#313785
chusid האט געשריבן:א טשויס פון יונגווייז אהן וועט זיכער זיין די סוף פון חרדיזם, לכאורה זאגט ראובן אז יעצט ווען מען האט זיך שוין צוגעוואוינט צו דעם קליינעם וועלטעל איז דא מענטשן פאר וועם עס איז גוט און וועלן נישט טוישן ווען זיי באקומען א טשויס אויף די עלטער .

ירא שמים האט געשריבן:זאג מיר פונקטליך ביי וועלכע גיל און וואוזוי דארף מען געבן פארן קינד א אויסוואל.

אפשר זאל מען איינפירן עפעס אזוי ווי די רומשפרינגע ביי די אמיש m https://en.wikipedia.org/wiki/Rumspringa m
יעדער בחור און מיידל זאל ביי די זיבעצן\אכצן באקומען א זאק כפירה ביכער צו דורכלייענען.... און דערנאך זאל ליגן אין זייערע הענט צו מאכן א פערזענלעכער באשלוס צו זיי ווילן בלייבן אינעם סיסטעם, האבן אן ארענדזשד הייראט כדת משה וחרדי און אויפציהען קינדער על דרך ישראל סבתא אדער ארויסגיין זוכן גליקן אין די גרויסע וועלט

מיין געס איז אסאך וועלן אויסוועלן בלייבן
און אז ס'וועט זיין ס'אייגענע באשלוס, וועט מסתמא גרינגער זיין שפעטער דורכצוטראגן די סיסטעם אפילו מ'ווערט למעשה דאך אויפגעקלערט נאכן האבן אפאר קינדער
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:22 pm#313786
mevakesh האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:סתם נייגעריג, פון ( רעכטע ) מאדערן ארטאדאקס צו חילוני איז יא א גרינגע וועג ארויס?

קיין שום life change איז נישט גרינג אבער עס איז גאר אנדערש ווי ביי אונז

איך פרעג דייקא אויף די רעכטע פון זיי, דע וואס זענען להשמיד קעגן אפען-ארטאדאקס
פארשטייט זיך אז עס איז סאך גרינגער די טויש, אבער די כבוד פארן בחירה פונעם מענטש איז דא? טשויס עגזעסטירט?
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:25 pm#313789
לייב פאללאק האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:א טשויס פון יונגווייז אהן וועט זיכער זיין די סוף פון חרדיזם, לכאורה זאגט ראובן אז יעצט ווען מען האט זיך שוין צוגעוואוינט צו דעם קליינעם וועלטעל איז דא מענטשן פאר וועם עס איז גוט און וועלן נישט טוישן ווען זיי באקומען א טשויס אויף די עלטער .

ירא שמים האט געשריבן:זאג מיר פונקטליך ביי וועלכע גיל און וואוזוי דארף מען געבן פארן קינד א אויסוואל.

אפשר זאל מען איינפירן עפעס אזוי ווי די רומשפרינגע ביי די אמיש https://en.wikipedia.org/wiki/Rumspringa
יעדער בחור און מיידל זאל ביי די זיבעצן\אכצן באקומען א זאק כפירה ביכער צו דורכלייענען.... און דערנאך זאל ליגן אין זייערע הענט צו מאכן א פערזענלעכער באשלוס צו זיי ווילן בלייבן אינעם סיסטעם, האבן אן ארענדזשד הייראט כדת משה וחרדי און אויפציהען קינדער על דרך ישראל סבתא אדער ארויסגיין זוכן גליקן אין די גרויסע וועלט

מיין געס איז אסאך וועלן אויסוועלן בלייבן
און אז ס'וועט זיין ס'אייגענע באשלוס, וועט מסתמא גרינגער זיין שפעטער דורכצוטראגן די סיסטעם אפילו מ'ווערט למעשה דאך אויפגעקלערט נאכן האבן אפאר קינדער

לייבל, א גיטע איידיע, שוין אסאך מאל געטראכט פון דעם, קוקט אבער אויס גאר ווייט פון ריעלעטי ספעציעלע אין אונזערע שטרענגע חסידישע קרייזן.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:38 pm#313793
עס האט אזא פנים ווי דער כל דכפין יתי ויאכל מיט פארמאכטע טירן...

דער רומשפרינג איז מער א שפיל ווי א ריכטיגער אויסוואל. איינער וואס איז מחליט ארויס צו גיין, ווערט דארט אויך גוט אויסגעשפיגן פון זייער קאמיונעטי, און שטייט אויס גאנץ פיינע צרות "אומדירעקט".
מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:32 am#313850
רבותי, ביטע, די שמועס איז גוט, אבער אן די פערזענליכע אטאקעס, א דאנק.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:07 am#314212
מסתמא איז עס א דבר פשוט, אבער קיינער האט עס נישט געזאגט. ס'איז נישט דא קיין וועג צו זיין חרדי'ש אדער מאדערן און לאזען א ברירה פאר די צווייטע וועג. אז מ'וועט אנקוקען אלע שטראמונגען ווי גילטיג, יעדער האט זיין פלאץ. יעצט, צום ביישפיל, שידוכים. דער מאדערנער זוכט זיך אויס בחירת לבו און דער חסידיש'ער מאכט א באשוי און ער רעדט זיך איין אז ער וואלט געמעגט זאגען ניין ווען ער וויל! יעצט זאג דו, איז דען מעגליך פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסען מאדערן חתונה האבען אויף א חסידיש'ע אופן? מ'האט איהם גענצליך צוגענומען די ברירה. פונקט ווי מ'האט צוגענומען די ברירה פון א חסידיש'ע יונגערמאן צו חתונה האבען מיט בחירת לבו.
אזוי איז עס ביי יעדער זאך יעדער איז געצוויינגען מחמת סבות צדדיות צו בלייבען אין זיין געזעלשאפט, און דאס אנרופען זייער שטייגער אן 'אפענער' און אונזערע א 'פארמאכטער', איז נאר צוליעב ווי דו האסט אוועק געשטעלט דער טיר. למעשה זענען זיי פארמאכט צו חרדיש'ע אידישקייט, פארמאכט צו 'חסידישקייט' און פארמאכט צו אנדערע זאכען אויך.
מיר קענען נאר טוהן וואס מיר פארשטייען, און דערווייל איז דאס חרדישקייט.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:19 am#314217
די אמעריקאנער זענען פארמאכט צו צפון קארעאישקייט...
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:23 am#314221
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
אקעי, אז מ'נעמט א שטעלונג ווער טויג יא און ווער טויג נישט איידער מ'האט טענות אויף די פארמאכטקייט, איז די פארמאכטקייט זעלבסט נישט דער ענין. מ'דארף שמועס'ן לגופו של ענין וואס איז גערעכט און וואס נישט. און דאס וואס מ'קען זיך נישט אויסדרייען פונ'ם געזעלשאפט שוין נישט קיין חסרון.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:41 am#314226
עס איז א טאפלטער פראבלעם וואס ביידע צוזאמען שאפן דעם חרדישן טראגעדיע.

-א שווערע לעבנס שטייגער.

-א פארמאכטער וועג פאר א טויש (אפילו א טויש ווי מאפן פון ניו יארק קיין קאליפארניע, אדער טוישן פון איין חסידות צו א אנדערעק. יעדער צווייטער זאך איז דאך טאבו ביי זיי).

דער מודערנער לעבנסשטייגער איז בדרך כלל נישט אזוי שווער. און דער וועג פאר א טויש איז א סך גרינגער, פיל אפציעס אין לעבן זענען פאר זיי האפן.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:03 pm#314268
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
ליטוואק, די מעשה איז דאך אז חרדים זענען אויך מסכים אז זייער צוגאנג צו שידוכים איז נישט צום זאך. ס'נאר דא פארשידענע עיכובים - טראדיציאנאלע, הלכה'דיגע און קולטורעלע - פארוואס נישט צו טוישן.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 4:18 pm#314309
דעת תורה האט געשריבן:ליטוואק, די מעשה איז דאך אז חרדים זענען אויך מסכים אז זייער צוגאנג צו שידוכים איז נישט צום זאך. ס'נאר דא פארשידענע עיכובים - טראדיציאנאלע, הלכה'דיגע און קולטורעלע - פארוואס נישט צו טוישן.

איך בין נישט אינגאנצן זיכער מיט וואס דו זאגסט, אן אריינגיין אין א שידוך שמועס האלטן רוב חרידים אז דער שידוך סיסטעם איז גוט, די איינציגסטע קאמפלעין וואס מענטשען האבן איז, אז מ'טוהט א שידוך צו אינג און אלץ רעזולטאט קען ארויסקומען שפעטער אסאך קינדערישע רייבערייען צווישן מאן-ווייב, וואס קען אנמאכן ערענסטע שאדן, און וואלט געקענט גרינג פארמיטן ווערן ווען די ביידע וואלטן ווען געווען עלטער און געהאט מער אן ערוואקסענע בליק אויף נישואין.

איך האב א צווייטע פראבלען מיט ראובן'ס קריטיק.

1) ווי @ירא שמים האט געשריבן, אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי געבן א אויסוואהל, ווייך אונז זענען מחנך אונזערע קינדער דאס וואס אונז האלטן פאר אמת לויט אונזער מסורה, וואס ווילסטו ? אין כיתה ט' זאל מען געבן אן אויסוואהל? וויאזוי ווילסטו גיין ? א שפאלט הוט, א ברייטע ביבער הוט, אדער א רוסישע קוטשמע ?
אדער ווען דאס קינד ווערט 18 יאר זאל מען אים פארלייגן א אויסוואהל, ווי שטארק/עקסטרעם ווילסטו אפהיטן הלכה ? ווי א חסידישער, מאדערן ארטאדאקס, אדער ווי א דתי ?

it doesn't make sense


2) טשויס איז נישט שייך, ווייל לויט אונזער מסורה איז עס נישט אויסגעהאלטן צו זיין אנדערש ווי חרידי, און במילא איז נישטא קיין וועג פאר די חרידים צו אקאמאדירן אנדערע שטרעמונגען, ווייל דאס איז ביי אונז חזיר טריף, פונקט אזוי ווי די פארשטייסט אז אין קלויסטער דארף מען נישט געבן קיין קלאסן אויף די קוראן, ווייל דאס איז אפגעפרעגט ביי זיי, אזוי אויך קען מען אין א חרידישע מוסד/שטוב, נישט אריינברענגן דזשעי בי סאלאווייטשיק'ס השקפה, ס'איז פשוט אוממעגליך צו זיין טאלעראנט!
די גאנצע פרעשור פון פאמיליע אין קאמיוניטי (קיינער 'צווינגט' נישט, דאס איז א בלויזער בלוט בלבול,) איז נאר צוליב דעם ווייל די וואס האבן אים ליעב, זענען באזארגט אז ער גייט אוועק פונעם אמת, און פונקט אזוי ווי זיי וואלטן ווען געמאכט א טיי אווענט זאל ער זיך מוטשענען צו חתונה מאכן, פרובירן זיי מיט אלע כוחות אים צו באיינפלוסן אז ער זאל בלייבן ביי די מסורה וואס איז - לדעתם - די ריכטיגע פארם פון אידישקייט.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 7:56 pm#314346
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
ערשטע מאל איך הער די פוינט - עטליעסט די עקספלענעישאן - אז די פראבלעם איז אז ביי די 17 18 קריגט מען זיך מער ווי ביי די 19 - 20, אבער איך רעד פון אינגאנצן א צווייטע זאך, איך רעד די קולטור פון שידוכים צווישן מחותנים און נישט צווישן חתן כלה, די מאס בחירה וואס די מדוברים האבן, זייער השגה אין וואס זיי ווילן, א.א.וו.

מיט דיינע אנדערע פוינטס בין איך אויך נישט מסכים, ווייל חרדיות אנערקענט קלאר אז ווי לאנג ביסט א שומר תומ"צ, ביסטו אלרייט. אפשר א חילוק פון 95 פראצענט ביז 100, אבער 95 פראצענט ביסטו מסודר ווי לאנג דו ביסט א שומר תורה ומצוות. און די סיבה חרדים וועלן עס נישט זאגן קלאר פאר זייערע קינדער, איז צו קוואוטן וואס איינער האט אמאל געשריבן אויף אייוועלט: אויב זאל איך דאס זאגן פאר מיין קינד, וואס זאל אים צוריק האלטן פון גיין אהין? און חרדים האבן א שטארקע געזעלשאפטליכע און קולטורעלע, און אפשר אויך מסורה'דיגע רצון אז זייערע קינדער זאלן אויך זיין חרדים. אייביג איז דא מצומצמים וואס מיינען אז ארויס פון חרדיות איז שוין כאילו פריי, אבער מען קען נישט זאגן דאס איז דער רוב.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:02 pm#314347
חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
סדא די סיסטעם און שפעטער איז דא די פראבלעמען וואס דאס ברענגט צו מכח מענטשליכע בייעסיס, די שידוכים סיסטעם ברענגט מיט זיך אטאמאטיש אז מענטשן וועלן קוקן אויף וואסערע ברילן די מחותן גייט, ומסתמא די דעיט מהלך ברענגט אויך מיט זיך בייעסיס, און אז מענטשן זענען נישט צופרידן מיט די בייעסיס מיינט נישט אז זיי זענען נישט צופרידן מיטן סיסטעם.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:18 pm#314348
ראובן האט געשריבן:
וכדומה.. האט געשריבן:ראובן, פון די גרעסטע יסודות פון חרדיזם איז אז "טשויס" פון וואס דו רעדסט עקזיסטירט נישט, מיטן אריינברענגען די בחירה אין די פיקטשער האסטו שוין אונטערגעהאקט האלב פון חרדיזם..


שבת אחים האט געשריבן:@ראובן איז בעצם גערעכט אז ס׳וואלט געדארפט זיין א בחירה אבער ליידער איז נישט פארהאנען אזא מושג בכלל אין אונזערע רייען. די לעבן איז שוין מעהר ווייניגער אויסגערעכענט פון די טאג וואס מ׳ווערט געבוירן. און אז איינער וויל זיך נאר אביסל טוישן זיין אייגענע לייף סטייל האט מען פלוצלינג צוטוהן מיט די גאנצע וועלט, ווייב טאטע מאמע שווער שוויגער רבי דיין מחתוניסטע שוואגער פעטער ברידער שוועסטער שכנים מנהל פון שולע מתפללים אין ביהמ״ד וכו׳ וכו׳ סאיז שוין גארנישט אזוי גרינג זיך צו טוישן אין אזא מצב... סאיז נישט פארהאנען קיין שום בחירה ביי אונז! יעדער קומט שוין אזוי געפראוגרעמט! פון די סעקונדע ווי נאר דער קליינער ראָצער עפענט די אויגן פאר ער ווייסט בכלל אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך און הייבט קוים אן צו רעדן האלבע ווערטער הייבט זיך די ברעינוואשינג גלייך אן מיט פולע קראפט.


הוא אשר דברנו, דער סאמע גרעסטער פראבלעם מיט חרדיזם, די גרעסטע עוולה און רשעות, איז אז מ'צווינגט אריין יעדן אין דעם סיסטעם, און עס איז נישט דא קיין שום תירוץ אויף דעם. ווען מיר האבן טענות אז מ'גיט נישט קיין עדיוקעישאן אדער אויף דעם אבסורדאלן שידוכים-סיסטעם קענען חרדים ענטפערן אז דאס ארבעט. און ווי געזאגט, די דאזיגע סיסטעמען, ווי משוגע זיי זאלן נאר זיין, ארבעטן טאקע פאר א געוויסן סעגמענט פון דער געזעלשאפט. און כאטש מ'קען טענה'ן אז די ציוויליזירטע געזעלשאפט טאר נישט צולאזן אזעלכע סיסטעמען פאר קיין שום מענטש מיט א צלם אלוקים, איז פארט דא א חרדישער תירוץ אז עס ארבעט פאר געוויסע. אבער דאס פארשקלאפן יעדן אין דעם סיסטעם האט נישט קיין שום פשט און קיין שום חשבון.

חרדים דארפן אנערקענען אז ווען איינער וויל מער נישט זיין חרדיש איז דאס נישט קיין פארדאמונג פון חרדיזם, נאר א פערזענליכע טשויס וואס דער מענטש האט געמאכט פאר זיין אייגענעם וואוילזיין. חרדיזם קען זיין גן-עדן פאר דיר, אבער פאר מיר איז עס נישט גוט. מ'קען זיין ציניש און זאגן אז חרדיזם פארלאנגט אז ס'זאל נישט זיין קיין טשויס, ווייל אויב וואלט יא געווען טשויס וואלט קיינער נישט געווען משוגע צו בלייבן חרדיש. אבער איך פערזענליך האלט נישט אזוי. גענוג און נאך מענטשן זענען חרדיש במהותם און וועלן קלויבן צו בלייבן חרדיש. אבער דאס אז די סטראטעגיסטן פון חרדיזם שפירן אז טשויס איז א פראבלעם קען אפשר אנדייטן אז זיי אליין האלטן אז אויב וואלט געווען טשויס וואלט דער עולם אנטלאפן...


איך רעד נישט נאר פון די טשויס יא צו זיין חרדיש אדער נישט, נאר אין חרדיזם אליינס איז יעדע ריר אויסגעשטעלט אן די מושג פון טשויסעס, יעצט מוז מען טוהן דאס, יעצט מוז מען גיין דארט, און אזוי מוז עס זיין, בלי ברירות, יעדע ריר איז פאראויס אויסגעפארעמט אן קיין אפציעס.

ממילא ווען דו רעדסט פון "טשויס", יא חרדיש צו נישט, איז בלויז מיטן אריינברענגען די געדאנק פון ברירה, אוטאמאטיש צופאלט א גרויס חלק פון חרדיזם נאך פאר די סטעפ אז מ'גייט ארויס אינגאנצען פון די חרדישע געזעלשאפט.

ס'עקזיסטירט נישט די מושג פון טשויס אין חרדיזם, און פונקט אזוי ווי מהאט נישט די ברירה צו זאגן 'יא לאנגע רעקל נישט לאנגע רעקל, אדער 'יא שווארצע היט צו נישט' נאר יעדע ריר איז פרי סקעדשולט אן קיין ברירות, האט מען אויך נישט די ברירה צו זאגן 'איך וויל יא זיין א חרדי צו נישט'. און מיטן אריינברענגען די געדאנק פון טשויס צופאלן ריזיגע שטיקער פון חרדיזם נאך א סאך פארן דערקלערן אז מלאזט זיך אפ אינגאנצען דערפון.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:17 pm#314394
פארוואס גיבט מען נישט קיין טשויס צו איך וויל דורכפארן רויט צו נישט?

צו איך וויל האנדלען מיט דראגס צו נישט?

צו איך וויל גיין נאקעט אין גאס צו נישט?

אין דריטע וועלט לענדער זענען זיי אלע מותר לכתחילה, טא פארוואס באקומט מען נישט די אפציע צו זיין ווי די דריטע וועלט לענדער?
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:43 am#314442
ראובן, די שרייבסט אז חרידיזם ארבעט פאר א געוויסע פראצענט. די טענה אז ס'ארבעט איז נישט ריכטיג נאר אויב מפראבירט אויס ביידע קען מען זאגן וועלכע סארבעט. אודאי ארבעט עס, מ'ווייסט נישט פון בעסערס.
קען זיין זיכער אפי' דע וואס זענען שטארק פרא חרידיזם דא, ווען זיי ווערן ווען געבוירען און אויפגעצויגען און א מער אפענע סיסטעם, און ביי דו צוואנציג פראבירען זיי אויס חרידיזם, וואלטן זיי דאס בשום אופן בוחר געווען.
דו פראצענט מענטשען פאר וועם ס'ארבעט באמת איז מעוטא דמועטא.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:54 am#314443
נולד מאוחר האט געשריבן:קען זיין זיכער אפי' דע וואס זענען שטארק פרא חרידיזם דא, ווען זיי ווערן ווען געבוירען און אויפגעצויגען און א מער אפענע סיסטעם, און ביי דו צוואנציג פראבירען זיי אויס חרידיזם, וואלטן זיי דאס בשום אופן בוחר געווען.

נאריש גערעדט IMO
קענסט אויך זיכער זיין אז דע וואס זענען שטארק פרא אפענע סיסטעם דא, ווען זיי ווערן ווען געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין א גאנץ פרייע רעפארם אידישקייט סיסטעם, און ביי די צוואנציג פראבירען זיי אויס דער מער אפענעם סיסטעם, וואלטן זיי דאס נישט בשום אופן בוחר געווען.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:27 am#314627
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
אמת, לאמיר נישט פארגעסען דו נושא דא איז אויב ס'ארבעט נישט אויב ס'איז אמת. אלץ מער אפען א סיסטעם איז ארבעט דאס פאר מער מענטשען. פרייע ריפארם אידשקייט ארבעט זייער פיין.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:58 pm#314699
דעת תורה האט געשריבן:ערשטע מאל איך הער די פוינט - עטליעסט די עקספלענעישאן - אז די פראבלעם איז אז ביי די 17 18 קריגט מען זיך מער ווי ביי די 19 - 20, אבער איך רעד פון אינגאנצן א צווייטע זאך, איך רעד די קולטור פון שידוכים צווישן מחותנים און נישט צווישן חתן כלה, די מאס בחירה וואס די מדוברים האבן, זייער השגה אין וואס זיי ווילן, א.א.וו.
.

איך מיין מער 17-18 ווערסעס 21-22,


דעת תורה האט געשריבן:מיט דיינע אנדערע פוינטס בין איך אויך נישט מסכים, ווייל חרדיות אנערקענט קלאר אז ווי לאנג ביסט א שומר תומ"צ, ביסטו אלרייט. אפשר א חילוק פון 95 פראצענט ביז 100, אבער 95 פראצענט ביסטו מסודר ווי לאנג דו ביסט א שומר תורה ומצוות. און די סיבה חרדים וועלן עס נישט זאגן קלאר פאר זייערע קינדער, איז צו קוואוטן וואס איינער האט אמאל געשריבן אויף אייוועלט: אויב זאל איך דאס זאגן פאר מיין קינד, וואס זאל אים צוריק האלטן פון גיין אהין? און חרדים האבן א שטארקע געזעלשאפטליכע און קולטורעלע, און אפשר אויך מסורה'דיגע רצון אז זייערע קינדער זאלן אויך זיין חרדים. אייביג איז דא מצומצמים וואס מיינען אז ארויס פון חרדיות איז שוין כאילו פריי, אבער מען קען נישט זאגן דאס איז דער רוב.

אוודאי האלט יעדער איינער אז ווילאנג דו פאלסט אונטער ארטאדאקסיע ביזטו נישט מנסך יין, (די נייע אפען ארטאדאקסיע איז שוין צריך עיון),

אבער איך אלץ חסידישער-חרידישער איד, וואספארא חינוך גיב איך אים ? און פארוואס זאל מיך עס נישט באדערן אויב זוכט ער נייע גליקן ?

איך זעה עפעס א סתירה צווישן 'אקאמעדירן' די נייע מהלכים, מיט חינוך,
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:24 pm#314709
As others already pointed out Haridism's biggest problem lies in its core belief That Haraidy children need to get a Haraidy education which in other words means no education, and this is outrageous, and is almost undoable, there's no one to blame, in the end you are the one making the choice how you raise your children.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 5:22 pm#314724
נהורא נפישא האט געשריבן:As others already pointed out Haridism's biggest problem lies in its core belief That Haraidy children need to get a Haraidy education which in other words means no education, and this is outrageous, and is almost undoable, there's no one to blame, in the end you are the one making the choice how you raise your children.

איך מיין אז דו מישט דא צוזאם 2 אומפארבינדענע זאכן.

דא רעדט מען נישט פון מער סעקיולארע לימודים, בילדונג זיי צוצוגרייטן צום גרויסן וועלט.

דא רעדט מען פונעם 'אידישען' חינוך, וואספארא סארט 'אידישקייט' איך זאל לערנען מיט מיין זוהן, איז דא איינער וואס האלט אז מ'דארף זיי לערנען א אנדערע סארט ווי דאס וואס די עלטערן זענען ?

#אבסורד
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 5:46 pm#314730
יעקב מענטש האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:As others already pointed out Haridism's biggest problem lies in its core belief That Haraidy children need to get a Haraidy education which in other words means no education, and this is outrageous, and is almost undoable, there's no one to blame, in the end you are the one making the choice how you raise your children.

איך מיין אז דו מישט דא צוזאם 2 אומפארבינדענע זאכן.

דא רעדט מען נישט פון מער סעקיולארע לימודים, בילדונג זיי צוצוגרייטן צום גרויסן וועלט.

דא רעדט מען פונעם 'אידישען' חינוך, וואספארא סארט 'אידישקייט' איך זאל לערנען מיט מיין זוהן, איז דא איינער וואס האלט אז מ'דארף זיי לערנען א אנדערע סארט ווי דאס וואס די עלטערן זענען ?

#אבסורד

So what are you trying to say, that haraidim have no problem giving their kids a proper secular education
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 5:49 pm#314732
חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
נהורא, וואס איז געשען מיט דיין אידישע קיבארד? וחוץ מזה זאלסטו וויסן אז ביי אסאך חרידים איז יא דא א גוטע בילדינג ביי די ליטאים און אויך ביי געוויסע חסידישע מוסדות, סאיז דא ישיבה קטנות אין ב.פ. וואס מלערנט לימודי חול.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 5:56 pm#314734
I don't have as of now a Hebrew keyboard, the fact that the yeshivish world speaks English doesn't mean that they're educated, don't fool yourself, Ner Yisroel in Baltimore is known to give some sort of secular education
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:02 pm#314736
נהורא נפישא האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:As others already pointed out Haridism's biggest problem lies in its core belief That Haraidy children need to get a Haraidy education which in other words means no education, and this is outrageous, and is almost undoable, there's no one to blame, in the end you are the one making the choice how you raise your children.

איך מיין אז דו מישט דא צוזאם 2 אומפארבינדענע זאכן.

דא רעדט מען נישט פון מער סעקיולארע לימודים, בילדונג זיי צוצוגרייטן צום גרויסן וועלט.

דא רעדט מען פונעם 'אידישען' חינוך, וואספארא סארט 'אידישקייט' איך זאל לערנען מיט מיין זוהן, איז דא איינער וואס האלט אז מ'דארף זיי לערנען א אנדערע סארט ווי דאס וואס די עלטערן זענען ?

#אבסורד

So what are you trying to say, that haraidim have no problem giving their kids a proper secular education

ניין, איך רעד בכלל נישט פון קיין סעקיולארע לימודים.

איך רעד נאר פון אידישע חלק.

דער פותח האשכול האט געשריבן, אז די חרידישע קאמיוניטי דארף זיין מער 'אפן' צו אנדערע סארט לעוועלס פון אידישקייט, אויף דעם זאג איך אז ס'איז נישט מעגליך, אויב בין איך א חרידי וויל איך אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע חרידים אן קיין קאמפראמיסן
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:03 pm#314737
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
שוין ווייס איך נישט וואס איז גוט און וואס נישט אבער סדא וואס זענען גענוג גוט אז די קינדער קענען גוט ליינען און שרייבן און מאמטעמאטיק און באקומען א הייסקול דיפלאומע.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:07 pm#314739
Just because someone believes in a particular way of life and raises his children in that way doesn't mean it's wonderful
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:11 pm#314741
נהורא נפישא האט געשריבן:Just because someone believes in a particular way of life and raises his children in that way doesn't mean it's wonderful

גערעכט,
און קיינער דינגט זיך נישט דערמיט.

אבער די סיבה פארוואס א חרידי גיבט פאר זיין קינד א חרידישע חינוך, איז ווייל ער האט דאס מקובל אלץ 'אמת', אלץ די 'ריכטיגע' וועג פון זיין א איד, הלכהדיג און השקפהדיג, רעליגיע מעסט זיך נישט לויט ווי 'שיין' אדער באקוועם אדער פארגשריטן ס'איז, ס'מעסט זיך מיט וואס איז די 'אמת',
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:14 pm#314742
But remember --not to make the slightest comparison--Isis also thinks they're on the right path
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:18 pm#314743
נהורא נפישא האט געשריבן:But remember --not to make the slightest comparison--Isis also thinks they're on the right path

עגרי.

און ס'מאכט נישט גארנישט אויס צו די נושא, ווייל דא איז מען נישט דן צו חרידיזם איז אמת/גוט/פראקטיש, דא איז מען דן, צו חרידישע עלטערן, מחנכים, דארפן זיין מער 'אפן' צו אקאמאדירן אנדערע לעוועלס פון אידישקייט.

און דאס איז lunacy
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:18 pm#314744
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
נהורא נפישא האט געשריבן:But remember --not to make the slightest comparison--Isis also thinks they're on the right path

דו אויך.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 6:20 pm#314745
ירא שמים האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:But remember --not to make the slightest comparison--Isis also thinks they're on the right path

דו אויך.

So I am voicing my opinion what do you expect
מיטוואך יוני 29, 2016 12:41 am#339445
.
מיטוואך יוני 29, 2016 6:06 am#339456
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
.
מיטוואך יוני 29, 2016 11:30 am#339488
.
מיטוואך יוני 29, 2016 3:50 pm#339525
.
מיטוואך יוני 29, 2016 3:56 pm#339526
חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
.
מיטוואך יוני 29, 2016 4:15 pm#339528
.
מיטוואך יוני 29, 2016 4:27 pm#339529
דער שמועס איבער א פריוואטן יחיד איז פארמעקט געווארן. ביטע נישט ממשיך זיין.
מיטוואך יוני 29, 2016 4:51 pm#339532
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
.
מיטוואך יוני 29, 2016 5:04 pm#339535
Re: חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
.
דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:07 am#339611
נהורא נפישא האט געשריבן:As others already pointed out Haridism's biggest problem lies in its core belief That Haraidy children need to get a Haraidy education which in other words means no education, and this is outrageous, and is almost undoable, there's no one to blame, in the end you are the one making the choice how you raise your children.

נהורא נפישא: To borrow a quote from Karl Marx. That religion is the opiate of the masses. Meant to control them better.
When paraphrasing, we can apply the same motto to our current situation. That there is an agenda within the Chareidi leadership to keep the masses un-educated in order to exercise stronger control over them...!
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:56 am#345692


ס׳שטימט נישט מיט די היימישע ווערסיע אז אלע אטד״ס זענען לוזערס, לעצטענס איז געוועהן איינער דא אויף ק״ש וואס האט פארלאנגט פון מיר הארטע באווייזן אז סאיז דא געלונגענע אטד״ס לויערס,דאקטורים און ביזנעסלייט, איך האב מיך שטייצעך נישט צוטוהן געמאכט פון דעם נער, ווייל איך דריי מיך אגאנצן טאג מיט אזעליכע מענטשען, למשל איינע פון די גרעסטע בענקראפסי לויערס אין ניו יארק סיטי איז א היימישע אט״ד, און נאך און נאך, סאיז דא אטד״ס וואס לעבן אין רייכטום און שוויואלטאג און פליען ארום מיט פרייוואטע דזשעטס אויף די טייערעסטע וואקציעס און טראסקענען געלט אזויווי ס׳וואלט נישט געוועהן קיין מארגן, פון ווי איך ווייס ווייל איך בין גענוג און נאך געוועהן מיט זיי און איך האב עס אליינס צוגעזעהן מיט מיינע אויגן, ווידער איז דא אטד״ס וואס האבן נישט קיין טאפ ווי אריינצופישן, און אינטערסאנט איז אז ביי די פרומע קולטור איז דא די זעלבע זאך-סאיז דא די רייכע די עשורים און ביזנעסלייט און נאכדעם איז דא די שנארערעס פארוועם מ׳דארף מאכן א טיי פארטי יעדע האלבע יאהר, אלא מאי! קומט אויס אז סאיז אקאורט די זעלבע זאך אין יעדע צירקעל, רייכע, מיטעלגאטיגע, און ארימע, סיי ביי די פרומע סיי ביי די פרייע סיי ביי די אטדי׳ס! אלע האבן געווינערס און אלע האבן לוזערס! ווער ס׳האט זיך דעס יעצט געכאפט צום ערשטען מאל זאל מוחל זיין און אויפהייבן די הענט, יישר כחכם!