דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:40 am#313553
חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
עס איז נישט ריכטיג אראפצומאלן חרדיזם ווי א זאך וואס איז אין תוך דורכגעפוילט און שלעכט. דער גרעסטער שונא פון חרדיזם מוז מודה זיין א חרדישע אידישקייט פארמאגט פארשידענע מעלות – זאל זיין בלויז דאס געזעלשאפטליך לעבן, און דער פאקט אז מ'פארמאגט א געמיינדע אויף וועלכער מ'קען זיך פארלאזן אין צייט פון נויט. אבער דער פארדאמער פון חרדיזם וועט טענה'ן אז די שרעקליכע חסרונות פון חרדיזם וועגן איבער די מעלות; דער שטיצער פון חרדיזם וועט טענה'ן אז פארקערט, די מעלות וועגן איבער די חסרונות.
אבער דער אמת איז אז ביידע זענען גערעכט. עס זענען פאראן מענטשן פאר וועמען די מעלות וועגן איבער די חסרונות, און עס זענען פאראן מענטשן פאר וועמען די חסרונות וועגן איבער די מעלות. עס ווענדט זיך גאר א סך אויף דעם כאראקטער און מהות פון דעם מענטש. עס איז ביי מיר נישט קיין צווייפל אז עס איז פאראן א צאל מענטשן וואס חרדיזם איז דאס בעסטע סארט לעבן וואס זיי קענען פארמאגן. טייל פון די סארט מענטשן זענען גליקליך צו ווערן געבוירן ווי חרדישע אידן, טייל מוטשען זיך ערגעץ אנדערש ביז זיי ווערן נתקרב צו חרדיזם, און טייל מוטשען זיך אפ זייער לעבן און ווערן נעבעך קיינמאל געוואויר אז חרדיזם וואלט געווען דער ענטפער פאר זייער אנגסט.
פון דער אנדערער זייט איז פאראן א צאל מענטשן וואס חרדיזם ארבעט נישט פאר זיי, און דערביטערט זיי דאס לעבן. געוויסע פון די סארט מענטשן זענען גליקליך צו ווערן געבוירן ווי נישט-חרדישע אידן, געוויסע ווערן געבוירן ווי חרדישע אידן אבער טרעפן דעם כח און קוראזש זיך ארויסצוזען, און געוויסע בלייבן שטעקן אין חרדיזם און פאר'תכל'עווען נעבעך זייער לעבן מיט צער און פיין.
סיי די וואס רייסן אראפ חרדיזם און סיי די וואס שטיצן חרדיזם דארפן אנערקענען די דאזיגע פאקטן. חרדיזם איז א געוויסער סארט לעבן וואס איז גוט פאר טייל מענטשן און איז א שרעקליכער חורבן פאר אנדערע. אפילו דער חרדישער איד, אויב האט ער נאר אביסל שכל אין קאפ, איז שוין היינט נישט מסוגל צו פאטראניזירן חרדיזם מיט דער טענה אז דאס איז דער איינציגסטער אמת. מיט דער היינטיגער צוטריט צו אינפארמאציע פארשטייט יעדער אז הרבה דרכים למקום, און יעדער ציט צום ארט וואס איז באקוועם פאר זיין גוף און נשמה. די שטערקסטע פרא-חרדישע טענה איז נישט אז חרדיזם איז אמת, נאר אז עס ארבעט גוט – און עס ארבעט טאקע גוט.
אבער... נישט פאר יעדן!
חרדיזם דארף אנערקענען וואס זי איז: אן ארט פון לעבן וואס ארבעט פאר א סך מענטשן. אבער זי דארף אויך אנערקענען אז עס ארבעט נישט פאר יעדן. דאס אריינצווינגען יעדן וואס האט דעם גליק אדער אומגליק צו ווערן געבוירן ביי חרדישע עלטערן צו לעבן דווקא ווי חרדישע אידן איז אן עוון פלילי בלתי יכופר. יא, חרדיזם דארף ווייטער אנגיין ווייל עס בארייכערט דעם לעבן פון א סך מענטשן. אבער דער דאזיגער פאקט טאר נישט גענוצט ווערן צו צווינגען אנדערע נישט צו קענען באפרידיגן זייער אייגענעם לעבן.
אלזא, אז איר פרעגט מיר איבער דער צוקונפט פון חרדיזם, וויאזוי וואלט איך איר געוואלט זען אין צען-צוואנציג יאר? וועל איך אייך ענטפערן אז חרדיזם מעג און קען אנהאלטן איר היינטיגן אויסזען לאורך ימים ושנים טובים. עס איז נישטא קיין סיבה אז די אלע וואס זייער מהות פארלאנגט חרדיזם זאלן דאס נישט האבן. אבער חרדיזם מוז ארייננעמען אן עלעמענט פון "טשויס" – מ'מוז אנערקענען אז עס ארבעט נישט פאר יעדן, און ס'טאר נישט זיין קיין טראגעדיע ווען א קינד זוכט זיך אויס אן אנדערן דרך החיים. אדרבה, עלטערן דארפן זיין צופרידן אז זייערס א קינד האט געטראפן זיין סיפוק און זיין נשמה, און דארפן אים/איר העלפן צוצוקומען צו צופרידנהייט און שלות הנפש.