Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן

קאווע שטיבל • חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9920
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:17 am#345697
סארי, דער אשכול האט גארנישט מיט או-טי-דיס.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:10 am#345702
המממ... דער אשכול הייסט ״חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן״, און די ווארט אט״ד באטרעפט Off The Darech, וואס מיינט אז זיי האבן איבערגעלאזט די חרדישע וועג, כ׳מיין מ׳דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צופארשטיין אז די צוויי זאכן האבן גאר א שטארקע שייכות, אנטשולדיגט אז די קענסט נישט קאנעקטען די Dots, און יעדע פאל אויב האב איך עפעס געטוהן ראונג בעט איך דיר מחילה, זבולון האט ארויפגעלייגט א לינק פון א באשרייבונג פון א היימישע אט״ד און איך האב קאמענטירט אויף דעם. אפשר זאל מען בעטן די גבאים עס אריינצולייגן אין די ריכטיגע אשכול ווי ס׳באלאנגט.

#ברוךשםכבודמלכתו
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:07 pm#345729
ביטע נישט פארדרייען מיין אשכול.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:11 pm#346004
.
זונטאג יולי 07, 2019 10:24 pm#432789
חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן
חרדים/חרדיזם (עכ״פ חסידים) אין אלגעמיין זענען/איז fundamentalist (עיין למשל אינ׳ם ארטיקל Reclaiming Sacred Parks פון דר. איאלא פעדער, ועוד, ופשוט הוא). דאס מיינט אז זיי קוקן אן אן אפנויג פון זייער וועג ווי כאילו מ׳גייט אוועק פונ׳ם אמת און אז, ניין, עס איז נישט דא קיין אנדערע (עכט) אויסגעהאלטענע וועג אין אידישקייט (אנדערש ווי ביי אנדערע סוגים אינערהאלב אידישקייט). דאס ברענגט אויך אז זיי נעמען אן זייער literal דאס ״כל ישראל ערבים זה לזה״. דעריבער, זוכען זיי ארויפצוצווינגען זייער וועג אויף אנדערע מענטשן (עכ״פ אומדירעקט; זיי וועלן האלטן אז דאס וואס מען פילט אז מען איז [געזעלשאפטליך] trapped און כאילו אין א תפיסה איז א גוטע זאך ודוק), אפילו יענער באטראפענער פילט אז די מהלך אין אידישקייט וכו׳ איז נישט פאר אים/איר; זיי געבען נישט קיין טשויס. (יעקב מענטש האט געזאגט ענליך; איך אפשר א ביסל שארפער...)

זאת ועוד, זיי ׳עלען דאס באטראכטען ווי א גוטע זאך מכח די השפעה אויף די קינדער. דהיינו, אז הגם דער געצוואונגענער איז לבו בל עמו, ׳עלען כאטש די קינדער, אויפוואקסענדיג אין די געזעלשאפט, יא האלטן דערביי. איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן אז טאמער (איינע פון) די עלטערן האלטן נישט דערביי ׳עט עס ממילא שאטן פאר די חרדי׳שע המשכה צו די קינדער, אבער פונדענסטוועגן דאך... ולכאורה היינו נמי טעמא אז זיי שלאגן זיך בעווה״ר און לאזן ליידער נישט קינדער פון OTDs האבן שייכות מיט זייערע עלטערן וואס האבן פארלאזט חרדיזם.

נ.ב. פאר די וואס האבן געפרעגט וואס פונקטליך מיינט ״חרדיזם״: m https://en.wikipedia.org/wiki/Haredi_Ju ... prov=sfti1 m


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:13 am#455535
9EE5DFEE-1B83-4C3D-8A3A-3BDE075E7072.jpeg

פון די בוך. ועיין כאן.
דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:12 am#455536

צומאל איז חרדיזם פיין אפילו פאר די וואס האבן געמיינט אז זיי זענען אין די כלל 'עס איז נישט פאר יעדען'

כלומר די בעל העובדא אין די לינק ציטירט איז היינט צוריק מיט די פולע חרדיזים אין הארץ פון ווילימסבורג
פרייטאג יולי 31, 2020 10:25 am#455605
ראובן: איך ווייס נישט וואס אנדערע האבן קאמענטירט. אבער לפענ"ד איז חרדי'זם א פארגרייזטע און פעלער'דיגע אויספיהרונג פון א רעאקציאנערע מאוומענט (נישט די אלגעמיינע אפטייטש פון ..."רעאקציאנער"...נאר א נייטראלע קלאנג.).

דאס חרדי'זם איז געבוירן אלס רעאקציע צו די נייגונג פון מאדערניזירן דאס אידישקייט. הויפטזעכליך ביי די רעפארם באוועגונג...! נאר ס'האבן זיך אריינגעכאפט דערין א סאך פעלער'דיגע מנהגים. און אפילו גראבע עמי הארצות. אן דעם וואס אין משך פון דורות זאלל זיך טרעפן א גדול בישראל וועלכער האט געהאט דעם קוראזש אויס צו פילטערן וועלכע מנהגים אונז זאללן יא אנהאלטן און וועלכע מ'זאלל אוועקווארפן...!