דאס קען דאך גארנישט זיין, הכזונה יעשה אחותינו?
היה לא תהיה,
כולנו למחאה מעמד עצרת רבתי בעצם היום הזה.
זכרתי הימים ווען יעדע אפטיילונג האט פארמאגט בלויז עטליכע אשכולות, ס'האט געדורט ווער ווייסט ווי לאנג ביז מ'האט געזעהט א רעאקציע, ענדליך ענדליך האט זיך עס ארויף געדראפעלט דעם לייטער אין געטוישט יהדות ווילימסבורג אין בארא פארק אויף אייביג, אוי, אוי, מ'איז אנגעקומען אזוי הויעך, ועכשיו שלא זכינו, מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, אוי וויי, אוי וויי, אנא אלך ואנא אני בא???
ווי איז געוועהן דער הארץ פון קעלנער אזוי קאלט בלוטיג מיט א שטיין הארץ'לאזע פארמאכטקייט אפשרייבען און אפסטעמפלען את רוע הגזירה?!? היינו ללעג וקלס, ווי וועל איך גיין און ווי וועל איך שטיין? וואס וועל איך יעצט זאגען פאר דער פאטער יעקב??? אוי וויי, אוי וויי, למי החותמת ולמי הפסולים???
קעלנער ווי אזוי? וואס איז געוועהן און וואס איז געשעהן?
קאווע שטיבל איכה???