Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן

מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 250 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10218
זונטאג מערץ 13, 2016 2:34 am#324526
א איד האט געשריבן:שבת עס לייקט זיך א מחי'
קוקט אויס אז קאווע טיבל בלייבט יא אפן

In this eshkel the LIKE feature is disabled
זונטאג מערץ 13, 2016 2:35 am#324527
מודעה גלובלית האט נישט קיין לייקס. אויף טעפעטאלק קען מען יא לייקן.
זונטאג מערץ 13, 2016 2:36 am#324528
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
שכח פארן אויפמערקן
אז קעלנער ענטפערט, גלייב איך אז מיר זענען אין אויף ווייטער.
איך שטיי טונד
זונטאג מערץ 13, 2016 10:36 am#324583
א איד האט געשריבן:שבת עס לייקט זיך א מחי'
קוקט אויס אז קאווע טיבל בלייבט יא אפן

ארבייט שוין ווידער נישט.
זונטאג מערץ 13, 2016 11:36 am#324588
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
קעלנער האט געשריבן:מודעה גלובלית האט נישט קיין לייקס. אויף טעפעטאלק קען מען יא לייקן.
זונטאג מערץ 13, 2016 11:46 am#324591
מ׳דארף עפענען א נייע מסכת פון לייקס. אז מ׳זאל פונקטליך וויסן ווי מ׳קען יא און ווי מ׳קען נישט לייקן, אפשר מיט א שינו קען מען יא לייקן?, אדער נאר אין די ניין טעג און אין די דריי וואכן טאר מען נישט לייקן. ס׳דא וואס האלטן אז מ׳מעג נאר לייקן מיט א כלי שני, אסאך ליטוואקס (ספעציעל די וואס קומען פון בודאפעסט)נעמען אן אז מ׳מעג נאר לייקן אויב ס׳איז ״ישן״ אבער אויב ס׳איז ״חדש״ טאר מען נישט לייקן. איך פערזענליך האלט אז מ׳דארף אריינמישן הרב גבריאל ציננער שליטא זאל ארויסגעבן א גאנצע נייע חיבור פון נטעי גבריאל ס׳איז נישט אזוי פשוט די סוגיא פון לייקס! חסידים הראשונים האבן זיך געפירט צו מאכן ש״י תבילות פאר מ׳האט געגעבן איין לייק!
זונטאג מערץ 13, 2016 11:50 am#324594
קעלנער האט געשריבן:
כ'וויל יעדן פארזיכערן אז קיינער האט אונז נישט אונטערגעקויפט און קיינער קען אונז נישט אונטערקויפן.

און יעדער דארף אייך גלייבען ווייל איר זאגט. איך זאג אז די גאנצע זאך מתחילה ועד סוף איז געלט מ'האט פראבירט אונטערצוקויפען אנאנים נאר יעצט איז אפירגעקומען א דריטער וואס קויפט אפ לאידך גיסא זינגט איר נייע זמירות.
קעלנער האט געשריבן:קאווע שטיבל דארף זיך שליסן ווייל אני הקטן האב שוין נישט געקענט אנגיין מיט די ארבייט, און איך האב נישט געזעהן קיין שום אופן ווי אזוי צו קענען אנגיין אן קאמפראמיסירן אויף אונזערע ווירדן.


ווייל פארשטייט זיך מיסטער אנאנימאס קעלנער איז דער איינציגסטער אויף די וועלט וואס קען אנפירען מיט קאווע שטיבל און אירע ווירדען, נישטא פון אלע חברים שותפים און ידידים נאך איינער וואס איז אפילו קרוב צו זיין ראוי לכך. פשי אזא ענווה.

קעלנער האט געשריבן:
און איך מוז זאגן אז איך האב נישט גע'חלום'ט וואספארא צער דאס וועט ברענגען.



ממש איר האט פשוט נישט גע'חלומ'ט, זאג נאר איר דרייט זיך אמאל אויף קאווע שטיבל?
זונטאג מערץ 13, 2016 11:52 am#324598
די משוגענע די ווילסט עפעס?
דיין וסת איז אנגעקומען היינט?
זונטאג מערץ 13, 2016 11:53 am#324599
ביז יעצט ביסטו געוועהן גאנץ ATUB @פארשוויגען ATUB , יעצט ביסטו גאנץ שארף!
זונטאג מערץ 13, 2016 11:55 am#324602
לית דין בר נש האט געשריבן:די משוגענע די ווילסט עפעס?
דיין וסת איז אנגעקומען היינט?

ביסט אפשר קעלנער'ס זיבעטער ניק? אנדערש פארשטיי איך נישט וואס איר ווילט.
זונטאג מערץ 13, 2016 11:59 am#324604
ATUB @פארשוויגען ATUB , איר קוקט אויס צו זיין א היבשער חכם, אבער ביטע לטובת הכלל ווייז עס נישט יעצט.

ייש"כ למפרע!
זונטאג מערץ 13, 2016 12:02 pm#324607
טובת הכלל אז וואס? אז הער דיקטאטאר קעלנער זאל נישט זיין ברוגז און זאל רחמנות האבען אויף די אומשולדיגע שאף?
זונטאג מערץ 13, 2016 12:43 pm#324642
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
זונטאג מערץ 13, 2016 2:20 pm#324686
פארוואס מאכט מען זיך בכלל וויסענדיג פון דעם פארשוויגענעם? מ'האט שוין נישט בעסער וואס צו טון?
זונטאג מערץ 13, 2016 2:23 pm#324687
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
שתיקה כהודעה
זונטאג מערץ 13, 2016 2:34 pm#324693
זעה איך די געלע לאטע הודעה אויפן אויבן אן איז אראפ. א גוטע התחלה.
זונטאג מערץ 13, 2016 3:29 pm#324705
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
אקעי רויטע קענסט שוין צוריקשטעלן די שיינע וואנצעס אין פלאץ, און מסלק זיין דיין מרה שחורה'דיגע צירקל

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
זונטאג מערץ 13, 2016 5:03 pm#324732
איך ווייס אליינס פון אחד מבני החבורה וואס האט פארגעשלאגן אפצוקויפן ק"ש פאר גוט געלט אויב זאל ווען געלט זיין דער פראבלעם
זונטאג מערץ 13, 2016 6:14 pm#324750
כ'זעה נישט פארוואס יעדער איז אזוי בייז אויף ATUB @פארשוויגען ATUB , אני הקטן האלט אקוראט ווי אים. ומה כל הרעש אז ער איז נישט אזא אקטיווער שרייבער? קבל האמת ממי שאמרו.

די קריטיק שמעקט מער ווי חנופה אדער שטאקהאלם סינדראם.
זונטאג מערץ 13, 2016 7:10 pm#324754
מיר איז נישט קיין ספק אז פארשוויגען פראבירט אז ק"ש זאל ענטגילטיג נישט בלייבן אפן.

שמועות זאגן אז ער האפט צו לייזן דערפון אן שיינע אפותיקא. אדרבה, אז נישט זאל ער אויפווייזן וואס זיינע מאטיוון זענען יא.
זונטאג מערץ 13, 2016 7:14 pm#324757
ישראל קאפקע האט געשריבן:מיר איז נישט קיין ספק אז פארשוויגען פראבירט אז ק"ש זאל ענטגילטיג נישט בלייבן אפן.

שמועות זאגן אז ער האפט צו לייזן דערפון אן שיינע אפותיקא. אדרבה, אז נישט זאל ער אויפווייזן וואס זיינע מאטיוון זענען יא.

וויאזוי קען ער דאס אפילו באווייזן?
זונטאג מערץ 13, 2016 7:18 pm#324761
מיינע מאטיווען זענען אפען. אמאל בין איך געווען מיט קעלנער ביי א שלום זכר און איך האב עם געבעטן ער זאל מיר איבערגעבן די גוטע טשאקלעט פון זיין זייט טיש, לא די ער האט מיר עס נישט דערלאנגט נאר ער האט נאך גענומען די לעצטע טשאקלעד פאר זיך. זייט דעמאלטס האב איך עם פיינט און איך זיך זיך נוקם זיין אין עם.
זונטאג מערץ 13, 2016 8:18 pm#324784
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
הרב פארשוויגען איך מיין אז אסאך טראכטן אזוי ווי דיר די פראגע איז נאר וואס איז דער תועלת פון שרייען דא לכאורה קען עס נאר קאליע מאכן
זונטאג מערץ 13, 2016 11:14 pm#324816
קל וחומר האט געשריבן:ס'האט זיך לעצטענס געעפנט א פארום וואס רופט זיך 'למען דעת', אפשר רוקט מען זיך אהין?

לינק?
זונטאג מערץ 13, 2016 11:15 pm#324818
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
Lemaandaas.com
מאנטאג מערץ 14, 2016 1:00 am#324829
קל וחומר האט געשריבן:Lemaandaas.com

שכוח. די לייק אין נישט געווען.
מאנטאג מערץ 14, 2016 1:37 am#324834
ק״ש מיז אנגיין. No two ways about it
מאנטאג מערץ 14, 2016 2:24 am#324838
אלס אן אלט געזעצענעם דא וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג.

קאווע שטיבל ווען עס איז גע'עפענט געווארן איז עס געווען פאר איין ציל. יעדער זאל קענען און וועלן שרייבן זייערע מיינונגען אן ווערן פארשוויגן אדער געסטעמפלט.

בראשית הדברים איז עס טאקע אזוי געווען, די לעוועל איז געווען זייער הויעך און באלערנט, יעדער האט זיך געשפירט ווי א גרויסע משפחה.

למעשה הדברים האט זיך אויסגעשטעלט ווי שפעטער אז אויב ביסטו נישט אין די מיינונג אז די סיסטעם איז קוראפטירט, די תנאים ואמוראים זענען אומבאוואוסענטע ווילדע פארשוינען, די בעל שם הקדוש איז בכלל א האוקס, און די תורה איז בכלל אן עלטערע ווערסיע פון מנחם מענדל'ס ביכלעך. אויב האלסטו נישט אזוי, ביסטו א פאנאטישע קליין קעפיק אין די באקס פארקלאפטער.

עס איז דא א סיבה פארוואס רוב רובו פון די עלטערע שרייבער האבן איינער נאכן צווייטן פארקלאפט דאס טיר.

עס איז דא זייער אסאך טאלאנט, אבער איך פארשטיי זייער גוט קעלנער ווען ער זאגט קריכט אראפ פון מיין בארד. עפענט אליינס און טוט וואס ענק ווילן, נישט דאס איז געווען מיין מטרה.

כה לחי קעלנער, שרעק דיר נישט
מאנטאג מערץ 14, 2016 2:38 am#324839
ממי_שאמרו האט געשריבן:אלס אן אלט געזעצענעם דא וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג.

קאווע שטיבל ווען עס איז גע'עפענט געווארן איז עס געווען פאר איין ציל. יעדער זאל קענען און וועלן שרייבן זייערע מיינונגען אן ווערן פארשוויגן אדער געסטעמפלט.

בראשית הדברים איז עס טאקע אזוי געווען, די לעוועל איז געווען זייער הויעך און באלערנט, יעדער האט זיך געשפירט ווי א גרויסע משפחה.

למעשה הדברים האט זיך אויסגעשטעלט ווי שפעטער אז אויב ביסטו נישט אין די מיינונג אז די סיסטעם איז קוראפטירט, די תנאים ואמוראים זענען אומבאוואוסענטע ווילדע פארשוינען, די בעל שם הקדוש איז בכלל א האוקס, און די תורה איז בכלל אן עלטערע ווערסיע פון מנחם מענדל'ס ביכלעך. אויב האלסטו נישט אזוי, ביסטו א פאנאטישע קליין קעפיק אין די באקס פארקלאפטער.

עס איז דא א סיבה פארוואס רוב רובו פון די עלטערע שרייבער האבן איינער נאכן צווייטן פארקלאפט דאס טיר.

עס איז דא זייער אסאך טאלאנט, אבער איך פארשטיי זייער גוט קעלנער ווען ער זאגט קריכט אראפ פון מיין בארד. עפענט אליינס און טוט וואס ענק ווילן, נישט דאס איז געווען מיין מטרה.

כה לחי קעלנער, שרעק דיר נישט


:evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil:
מאנטאג מערץ 14, 2016 2:51 am#324840
שלום עליכם ממי, (כ'דערמאן זיך יעצט אז מיין ערשטע אישי האב איך באקומען פון דיר, כ'האב זיך געשפירט זייער בא'גדול'ט!) ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט דיין אבזערוואציע, לענ"ד פונקט פארקערט, ק"ש האט זיך גערוקט דווקא צום רעכטן זייט. קען זיין דו האסט שוין לאנג נישט באזוכט דא.
מאנטאג מערץ 14, 2016 6:23 am#324844
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
ווען האלב די שטיבל האלט ס'איז צו רעכט און האלב זאגט אז ס'איז צו לינק, שטייען מיר גוט.
איך האב קיין אהנונג נישט וואס ממי זאגט. אפשר איז די גאר ערשטע עולם געווען היבש אויפגעקלערט, אבער ס'איז שוין לאנג נישט אזוי. און אפילו זיי זענען געווען ברייטער ווי ער לייגט עס אראפ. טאמער דאס צולאזען א לינקע דעה מיינט שוין די גאנצע זאך איז לינק, איז פרייהייט טאקע נישט פאר דיר

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 14, 2016 11:11 am#324877
וויאזוי קען ער דאס אפילו באווייזן?


[img]doc1.docx[/img]
מאנטאג מערץ 14, 2016 11:34 am#324880
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
מ'קען דער בילד ניט זען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 14, 2016 1:33 pm#324904
Mimi sheumroi is unfortunately right
מאנטאג מערץ 14, 2016 2:46 pm#324911
אייעלע וועלט פלאנט א גרויסן קידוש נאך יציאת נשמה פון קאווע שטיבל!
אלע שרייבערלעך פון גרויס ביז קליין וועלן נעמען קרעדיט פאר דעם געווינס און מיט רעכט.

עס איז פאר זיי אזא שמחה ווי מען האט גאטאנצן אין וויליאמסבורג נאכדעם וואס דער מארגן זשורנאל האט זיך אפגעשלאסן.
מאנטאג מערץ 14, 2016 2:53 pm#324913
זיי פראווענען שוין יעדן טאג גרויסע שבע ברכות'ן אין זייער בעיסמענט.
מאנטאג מערץ 14, 2016 2:58 pm#324914
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'קען דער בילד ניט זען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 14, 2016 6:45 pm#324943
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
ס'איז טאקע דא אן אשכול אויף אייוועלט וועגען אונזער סומאטוכע? די צדיקים פרייען זיך באבוד רשעים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 14, 2016 6:48 pm#324944
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז טאקע דא אן אשכול אויף אייוועלט וועגען אונזער סומאטוכע? די צדיקים פרייען זיך באבוד רשעים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ניין ס'נישטא. אן אנדערע אשכול איז דא דארט וואס שנארעט געלט פאר טעד קרוז. די הייליגע גייען פארן שמייליגע
מאנטאג מערץ 14, 2016 6:59 pm#324946
וויאזוי וואלט'סטו געוואלט זען דארטן אז מ'פרייט זיך מיט די פארמאכונג פון ק"ש, ס'עקזעסטירט בכלל נישט אזא סייט.
מאנטאג מערץ 14, 2016 7:05 pm#324947
אין אפאר פון זייערע אשכולות ווערט עס יא דערמאנט, אריינגערעכנט זייער אפריל פול'ס.
מאנטאג מערץ 14, 2016 7:46 pm#324951
ממי_שאמרו האט געשריבן:עס איז דא א סיבה פארוואס רוב רובו פון די עלטערע שרייבער האבן איינער נאכן צווייטן פארקלאפט דאס טיר.

פארקלאפט די טיר??? אלע אלטע ניקס זענען פעסט דא! ואתה בכלל....
די סיבה פארוואס דו שרייבסט נישט מיטן ממי_שאמרו ניק גאנץ פשוט, כידוע.
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:21 pm#324963
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:30 pm#324994
מען קען שוין לייקן דא... חברה קומטס אריין..
מאנטאג מערץ 14, 2016 11:59 pm#325036
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:עס איז דא א סיבה פארוואס רוב רובו פון די עלטערע שרייבער האבן איינער נאכן צווייטן פארקלאפט דאס טיר.

פארקלאפט די טיר??? אלע אלטע ניקס זענען פעסט דא! ואתה בכלל....
די סיבה פארוואס דו שרייבסט נישט מיטן ממי_שאמרו ניק גאנץ פשוט, כידוע.

וואס טייטשט כידוע? כ'זעה דאס ווארט אסאך דא אין ק"ש, און דוקא ביי פעלער ווי כ'כאפ בכלל נישט פון וואס מ'רעדט... אפשר האט דאס מיט דאָך?
דינסטאג מערץ 15, 2016 12:03 pm#325100
און א"וו האט שוין א פארום וועגען אונזער זיך פארמאכען. ליינט'ס און האט'ס הנאה, איידער מ'מעקט עס אויס.
דינסטאג מערץ 15, 2016 12:05 pm#325101
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
עס איז שוין פארמאכט
דינסטאג מערץ 15, 2016 12:06 pm#325103
נישט קיין צען מינוט, און ס'איז אויסגעמעקט געווארען.

דא קענט איהר ליינען וואס איך האב דארט געשריבען.
דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 3:07 am#353479
מער נישט שייך
פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 2:55 am#353564
דער קלוגער יודל האט געכאפט אויפ'ן ווינק נאך זך דרייען דארט אפאר וואכן....