Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן

מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 250 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10218
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:41 pm#324103
ווילאנג חיים שאולזאהן מעלדט עס נישט, איז א סימן אז ס'ליידער אמת..
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:43 pm#324106
ATUB @יידל ATUB , א געזעגענס ווארט?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:43 pm#324108
וואס קלאגט מען אזוי, אפשר גייט מען צו היידפארק?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:44 pm#324110
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
לןי יצחק בן שרה סאשה
ישראל בן אליעזר
נחמן בן פיגא
שלמה בן פיגא
שלום שכנא פון פראביהטש
הכו בסנורים
לא יחרץ כלב לשנו
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:44 pm#324111
וואס איז דאס 'פאליש'?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:45 pm#324112
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:46 pm#324113
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
איך מיין מען זאל מאכן א יום תפילה אין דעס וועט העלפן אז עס זאל בלייבן אפען
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:46 pm#324114
אמתלאי בת כרנבו
ישראל בן פערל

[
נ נח נחמ נחמן מאומן!!!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:47 pm#324115
אפשר איז יעצט צייט מיר זאלן זיך ערקלערן וואס איז טאקע די אמתדיגע אינטערעסע פון די בעלי בתים פון אזא פארום ווי קאווע שטיבל דאס קאסט דאך אסאך געלט מיט כח וואס פארדינען זיי דערפון פארוואס זאל זיך דאס פאר זיי לוינען
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:51 pm#324116
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
אויב געלט איז די פראבלעם איז דא אן עצה
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:55 pm#324119
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
עס ווערט ערווארטעט א שיינע הספד אין די פארווערטס,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:59 pm#324120
קאווע שטיבל בגימטריא בטרם הסגירה
קאווע שטיבל בגימטריא סוף לצנזורה
קאווע שטיבל בגימטריא אין לי כח להמשיך
קאווע שטיבל בגימטריא לא ינום ולא ישן

ואחרון אחרון חביב

קאווע שטיבל בגימטריא כסף מהאינטרנט
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:01 pm#324122
טאטעעעעע!!! שרייטס אלע טאטעעעע!!!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:02 pm#324125
איך בין מיט ידידינו פליקער, עס איז א גוט מיטל צו אויפוועקן די בערן און געבן דעם געפיל וואס דער שטיבל מיינט פאר אונז אלע. עס איז נישט קיין צופאל היינט איז ר"ח אדר נעמט אייך נישט אזוי צום הארצן כנלע"ד פשוט.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:03 pm#324126
ATUB @ראובן ATUB קום אריין בארוהיג אביסל. זאג עפעס.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:11 pm#324130
את חטאי אני מזכיר, כ'האב שוין טאקע כמעט נישט באזוכט דא לעצטענס, - אזויווי כוכב זאגט, מיין עגא - אבער די נאסטאלגישע געפילן הויבן שוין אן נאגן. וואס גייט ווערן מיט די בעסטע\ערגסטע זאך וואס איז געשען פאר חרדיזם אויפן אינטערנעט? וואו וועט ראובן לייגן זיין פארש ארבעט, וואו וועט יואב לייגן זיין בייסיגע וויצן? וועלן זיי חלילה גיין לבטלה אין זיין מיניווען? וואו וועט יאיר לייגן חכמה און פאעזיע, וואו וועט פארוואס? לייגן מאטעמאטיק? וואס וועט זיין דא?

אויב קאווע שטיבל מאכט זיך צו וועט געשאפן ווערן א גרויסע חלל וואס וועט מוזן ערפילט ווערן ערגעצוואו. כ'האפ נאר אז יענע מקום זאל זיין געבויעט מיט די זעלבע ערענסקייט, אפענקייט, און פאנקציאנאליטעט וואס מיר האבן גענומען דא פאר גרענטעד. לאזט אייך נישט נער'ן, ס'איז א אומגעהויער שווער ארבעט וואס די מנהלים האבן אריינגעלייגט דא, צו בויען א טראסט צווישן עולם און זיי, פינאנצירן און אריינלייגן די אומצאליגע שעות ארבעט דא. און מיר האפן אויף ווייטער אז די טראנספערענטי זאל ווייטער אנהאלטן אזוי אז מיר זאלן שפירן קאנפידענט מיט וויאזוי דאס צושפארן וועט צוגיין.

כ'האב אלעמאל געטראכט אז לכשאפנה אשנה, אבער יעצט, אפילו ווען יפנה וועט נישט זיין אויף וואס צו אשנה'ן... :(
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:11 pm#324131
יום ב פרשת צו יא אדר שני בגימטריא כל ההתחלות קשות
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:52 pm#324150
געפילטע פיש האט געשריבן:
כ'האב אלעמאל געטראכט אז לכשאפנה אשנה, אבער יעצט, אפילו ווען יפנה וועט נישט זיין אויף וואס צו אשנה'ן... :(

כמה גדולים דברי חכמים
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:54 pm#324151
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
m https://mobile.twitter.com/YitzchokL/st ... 6357882881 m

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:01 pm#324156
צו פארענדיגן די קונסטווערק וואס ATUB @כוכב ATUB און ATUB @געפילטע פיש ATUB האבן אנגעהויבן [את חטאי אני מזכיר היום...], ליידענען מיר איין ATUB @יאיר ATUB , ATUB @יידל ATUB , ATUB @פלאוויוס ATUB , ועוד. צו קומען קלאפן על חטא...
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:05 pm#324157
וויאזוי האט זיך פייוויש שווארץ אויסגעדריקט??
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:05 pm#324158
דאס צוריק קומען פון געפילטע פיש מיט כוכב דערמאנט מיר פון להבדיל די קינדער פון ישמאל כהן גדול וואס האבן זיך געטראפן אין גלות
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:10 pm#324160
שמעו נא רבותיי דיינים מומחים: איך האב מיך געמוזט אראפזעצן אויף מיין אפיס טשעיר און טרינקען קאלטע לימענע זאפט. יא. לעמאן דזשוס. אויסגעמישט מיט בוקער'ס 140 פרוף בראנפן כדי צו דערכאפן מיין הארץ אביסעלע נאכ'ן הערן די שרעקליכע בשורה.
מילא פאר מיר. זארג איך נישט. מ'וועט אי"ה טרעפן א נייע אכסניא של טעירע. אבער פאר צוויי היימישע באקאנטע אידן זארג איך מיך זייער שטארק. הלוא המה (מיט'ן אזלא גרש טראפ) פיש'לע העררינג. ער וועט נעבעך ווערן אויס סדרן. און ר'עט מוזן זיך אנהייבן זוכן אן עכטן דזשאב. ר'עט נישט קענען אנגיין צו האלטן פון די גמרא וועלכע זאגט אז ..."ידו על התחתונה"...ווי געוויסע חסידים פון א געוויסע חסידות זענען זיך נוהג. אויך וועט ער נישט קענען שיקן קיין אדמיניסטרעיטאר'ס ווארנינג/ען בלשון רבים צו בערל בעל עגלה און שרייבן אז ער שפירט עס אויף די אייגענע הויט...כלשון קדשו...!
פאר נאך א שטארק חשוב'ן איד זארג איך מיך און כ'הער נישט אויף צו דאגה'ן. כ'האב שוין באלד ערלעדיגט א רביעית יין שרף טאקע פון דעם ברענענדיגן סארט. פון די שטארקייט פון 140 פרוף. הלוא הוא, דער אלעמען באקאנטער חסיד פון ווארשע וועלכער גייט אויף הכנות דריי מאל א טאג. ערב ובוקר וצהריים הטוב. און ער פליקט אריין הודעות דורך טאפאטאלק, אויף זיין קאושער פאון. וואס וועט ער יעצט טון ווען דאס הייליגע קאווע שטיבל זכותו יגן (נישט יגון)עלינו וועט זיך ח"ו היל"ת עפרא לפומיה, שר"י פארמאכן וואס 'עט ער טון די אלע שעות וואס ער ארבעט אויף א גוף נקי...!

קאלאר וואר. דאס שטיבל פארמאכט זיך נישט. איך 'עלל מארגן אינדערפריה אי"ה גיין אין ביהמ"ד און צוזאמשלעפן א מנין און בעטן אז מ'זאלל מיר מטיב חלום זיין...!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:12 pm#324161
ביליג האט געשריבן:לןי יצחק בן שרה סאשה
ישראל בן אליעזר
נחמן בן פיגא
שלמה בן פיגא
שלום שכנא פון פראביהטש
הכו בסנורים
לא יחרץ כלב לשנו
גד גדוד יגדנו...
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:15 pm#324163
בעל מדות האט געשריבן:וואס קלאגט מען אזוי, אפשר גייט מען צו היידפארק?

בעל מידות: דער עולם קומט דאך פון דארט. ס'העיסט מ'האט געמאכט א סטאנציע אין די וועלט פון אייער...!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:22 pm#324165
אוי וויי: וואס 'עט מיין באליבטער קינדערישער, זיסער מאגאזין ..."דער מאמענט"...זאגן. וויאזוי 'עט ער באשרייבן דעם חשוב'ן נפטר. וויאזוי וועללן די רעפארטערס און רעדאקטארן פון די קינדער אפטיילונג אין מאמענט. (ס'נישט דא. ווייל דער גאנצער מאמענט מעגעזין איז א קינדערישע אויסגאבע מיט באמבאסטישע העדליינס...ניין . מאמענט ח"ו כ'האב דיך זייער שטארק ליעב. באמת. נאר אזוי ווי כ'האב געטרונקען מער פון א רביעית יין שרף מיט'ן חזון איש'ס שיעור, איז מקויים געווארן דער מאמר חז"ל פון ..."נכנס יין (שרף) יצא סוד...נאו מיי טשיילד איי לאוו יו. איי ריעללי לאוו יו...!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:23 pm#324166
ביי מיר שפינט זיך דא מערערע טעאריעס, איצט האלט עס, אז רעכניץ ודומיו האבן קיינמאל נישט אנגעבאט קיין געלט, ווייל רעכניץ אליין האט נישט געהערט פון די סייט, און ער באגרייפט נישט די סכנה וואס די סייט ברענגט, נאר וואסזשע דען די מנהלים האבן געמאכט א חשבון ממ"נ , מיר וועלן ארויסלייגן אז ס'פארמאכט זיך, אלס מיט'ן פלאן אז מ'זאל רעדן און שפינען קאנספיראציעס אז מ'האט מעגליך אפגעקויפט די חברה, אז ס'וועט געלאנגען אז די איידיע זאל פארשפרייט ווערן, אזוי אז ס'וועט למעשה איינער קומען צום סוף אנבאטן דאס געלט איז דאך אוודאי גוט, און אויב די דזשאוק וועט נידט געלונגען, נו ס'איז דאך סוכ"ס ר"ח אדר.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:29 pm#324168
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
@ראשעקאל אפשר נאך א לאטארי קען סאלווען די פראבלעם ?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:33 pm#324170
לך לך האט געשריבן:
ביליג האט געשריבן:לןי יצחק בן שרה סאשה
ישראל בן אליעזר
נחמן בן פיגא
שלמה בן פיגא
שלום שכנא פון פראביהטש
הכו בסנורים
לא יחרץ כלב לשנו
גד גדוד יגדנו...


אלקא דמאיר עננו ג"פ
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:36 pm#324171
העעעעעעעעעלף!!!!!!!!!!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:37 pm#324172
וואס די גהינום ישר והפך
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:38 pm#324173
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
מ'גייט זיך אויסלערנען איין מאל פאר אלעמאל. הערט'ס אויף מיט די נערישע סגולות. ס'דערמאנט מיר שלומיאל אויפ'ן יומהחיפע מיט זיין תהלים'ל.
טוט'סט צו דער זאך, דאווענט'ס, בריקעוועט'ס אדער שלאגט'ס די ווייב (די וואס פריידט זיך אזוי שטארק היינט), אבער נישט די ציגאנע סגולות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:39 pm#324175
מ'דארף נישט אריבערגיין צו אייוועלט, דא קוקט שוין באלד אויס ווי דארט, יעדער זאגט איבער די זעלבע זאך, ראטעווע, העלף, הצלה.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:46 pm#324178
כ'אנישט געוואוסט אז קאווע שטיבל ציילט נאך פיר און זיבען?
על פי חשבון קומט אויס, אז קאווע שטיבל האט היינט באקומען איר ווסת, און י"א אדר איז ליל טבילה.
דארף מען האלטן אן אויג און זעהן וויאזוי קאווע שטיבל קוקט אויס בימי נידותה.
ופשוט פארוואס מאוחרי איז פארשפארט.
האלט אייך געשפאנט פאר א ראמענטישע אווענט, י"א אדר איז עס. און מאחורי וועט זיך עפענען מיט א נייע צורה ווי קיינמאל פריער, און אלע חברים וועלן נאכאמאל האבן די געלעגנהייט צו וואוינען מיט קאווע שטיבל.
נישט קיין וואונדער קאווע שטיבל געבוירט נישט, זי האט דאך אזאנע לאנגע סייקעלס.
מען דארף נאר טרעפן א פאסיגען דיין פאר קאווע שטיבל'ס שמאטעס.
וזה הוא סוד, והמשכילים יבינו, ואין לגלותו.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:52 pm#324180
מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:54 pm#324181
לייק.
(מען דארף עפענען א באזונדערע אשכול פון קאמענטארן אויף די היזיגע אשכול, מ'זאל קענען לייקן)
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:58 pm#324183
אחד העם האט געשריבן:כ'אנישט געוואוסט אז קאווע שטיבל ציילט נאך פיר און זיבען?
.

כפיה ספרדית.
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:18 am#324193
לויט די ריכטונג אין וואס דער פארום איז געפארן די לעצטע יאר צוויי איז פארשטענדליך אז עס זאל ווערן סואיסיידל אבער קיינמאל וואלט איך נישט געחלומט אז ס'זאל קומען לידי מעשה. :(

איך ווייס נישט וואס דא איז פארגעגאנגען, הלוואי וואלט געווען אנאנדער אויסוועג אבער, והחי יתן אל לבו. קאווע שטיבל האט אסאך ראסט אפגעריבן פון אונזערע מוחות. ראסט וואס האט געקלעבט ווי מיט גלו פון יארן נישט נוצן און עס לאזן אביוזן. די שווערע ארבעט מעג זיכער נישט גיין לטמיון. א יישר כוח פאר ביז אהער און פארן לאזן די תוכן אפן שפעטער.
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:27 am#324201
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:07 am#324212
:roll: :idea:
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:13 am#324214
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
וואס דארף מען זיך אונטערנעמען אז עס זאל בלייבן אפן?
חוץ מזה האלט איך אז עס איז א קאנספעראציע פון תהלים כולל, כולל חצות, און עיני ישועה.
זיי ווילן מען זאל געבן געלט פאר די כוללים, דערנאך וועט קומען א לאנגע מעשה, וואס די ערשטע ווארט פון יעדע שטיקל, וועט זיין, הא הא כהאב ענק סתם אויסגענארט, קאווע שטיבל איז געבליבן אפן.

און יעצט אידעלע, וועק זיך פון שלאף אויף, און שמעק די קאווע, דאס איז די מציאות, צו דו ווילסט צו נישט....

ביי ביי קאוועלע, ביי ביי קאוועלע, קענסט מיר נישט אריינכאפן.
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:14 am#324215
shem-tov האט געשריבן:אפשר איז יעצט צייט מיר זאלן זיך ערקלערן וואס איז טאקע די אמתדיגע אינטערעסע פון די בעלי בתים פון אזא פארום ווי קאווע שטיבל דאס קאסט דאך אסאך געלט מיט כח וואס פארדינען זיי דערפון פארוואס זאל זיך דאס פאר זיי לוינען


סקאסט ממש גארנישט! וואס קאסט געלט? איך האב אריינגעקוקט א שטיקל צייט צוריק. כהאב אפילו געקויפט די דאמעין שבת אחים סהאט מיר געקאסט 30 דאללער און אלע אנדערע זאכן איז קלייניקייטן ממש, ארבעט עס איז יא אביסל, אבער די ק״ש לייענער וואלטן גערן זיך צוטיילט מיט די ארבעט בחינם. אזא סייט ווי ק״ש קאסט אפשר 300 דאללער א יאהר, אפשר!
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:14 am#324216
יעדער דארף טון וואס און וויפיל ער קען. איך למשל האב געשאפט א נייע הכשר, וועט עס העלפן, איי דאנאו אבער מפרובירט
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:18 am#324217
ס׳איז נאר וויץ! בארוהיגט אייך אלע! ס׳איז א וויץ לכבוד חודש אדר! און צו אויפוועקן אלטע ניקס! ס׳איז נאר א וויץ!
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:20 am#324218
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
איך וויל זוכה זייין צו זעען @קעלנער דאס שרייבן
אויב יא זענט איר אלע געליידענט אויף קידוש דעם שבת
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:21 am#324219
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
למעשה וואס גייט מען טיען מען דארף טראכטן פאר עס איז צו שפעט ווילאנג מען האט נאך יעדעם דא
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:30 am#324221
שבת אחים האט געשריבן:
סקאסט ממש גארנישט! וואס קאסט געלט? איך האב אריינגעקוקט א שטיקל צייט צוריק. כהאב אפילו געקויפט די דאמעין שבת אחים סהאט מיר געקאסט 30 דאללער און אלע אנדערע זאכן איז קלייניקייטן ממש, ארבעט עס איז יא אביסל, אבער די ק״ש לייענער וואלטן גערן זיך צוטיילט מיט די ארבעט בחינם. אזא סייט ווי ק״ש קאסט אפשר 300 דאללער א יאהר, אפשר!


אנטשולדיגט פארן זיך עפענען ס'מויל, אבער דאכצעך אז די האסטינג קאסט די עיקר, נישט די דאמעין.
אגב פארשטיי איך נישט וואס דר'עולם האצעך צעווילדעוועט ווי א כתה אן א מלמד; דער לויפט שוין צו פעיסבוק א צווייטע שרייט גאר הייד פארק... עס איז ממש גרינג צו עפענען א נייעם פארום מיט די גענויען אויסשטעל פון קאווע שטיבל (אדער - זאל נישט אויסגערעדט ווערן- אייוועלט)
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:36 am#324222
סביב העולם האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט אינזער וועטערבאריכט????


איך האף נאך אז דאס איז נישט פיינעל, אבער אויב קאווע שטיבל שפארט זיך צו , וועל איך פרובירען צו שרייבען א בלאג דא האט איהר דער לינק.
m http://yiddishweather.blogspot.com m
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:49 am#324224
קוימען קערער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
סקאסט ממש גארנישט! וואס קאסט געלט? איך האב אריינגעקוקט א שטיקל צייט צוריק. כהאב אפילו געקויפט די דאמעין שבת אחים סהאט מיר געקאסט 30 דאללער און אלע אנדערע זאכן איז קלייניקייטן ממש, ארבעט עס איז יא אביסל, אבער די ק״ש לייענער וואלטן גערן זיך צוטיילט מיט די ארבעט בחינם. אזא סייט ווי ק״ש קאסט אפשר 300 דאללער א יאהר, אפשר!


אנטשולדיגט פארן זיך עפענען ס'מויל, אבער דאכצעך אז די האסטינג קאסט די עיקר, נישט די דאמעין.
אגב פארשטיי איך נישט וואס דר'עולם האצעך צעווילדעוועט ווי א כתה אן א מלמד; דער לויפט שוין צו פעיסבוק א צווייטע שרייט גאר הייד פארק... עס איז ממש גרינג צו עפענען א נייעם פארום מיט די גענויען אויסשטעל פון קאווע שטיבל (אדער - זאל נישט אויסגערעדט ווערן- אייוועלט)


איך זאג דיר נאכאמאל די האוסטינג קאסט פיאסטערס! איך זאג דיר פאר א פאקט!
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:52 am#324226
וואס וועט זיין??????
וואו וועט מען טרעפן א היימישער ווינקל?????
רבותיי זאלטס אלע צערייסן שערי שמים דאוונטס אלע מיט די אלע כוחות און מוועט בעזהי"ת מבטל זיין די גזירה
והימים האלה נזכרים ונעשים און אויף אדר נאך א יאר וועט מען קענען פראווען אונזערע פרטידיגע נס דער "נס פורים קאווע שטיבל"