Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן

מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 250 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10218
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:47 pm#323978
מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
מיר צייכענען היינט אפ פונקט 4 יאר זינט "קאווע שטיבל" האט זיך געגרינדעט. ווען מיר האבן געעפנט קאווע שטיבל אום ר"ח אדר תשע"ב מיט א ציל צו געבן א פלאטפארמע פאר אידיש-רעדנדע היימישע אידן צו קאמוניקירן מיט אפענע מוחות און הערצער אויף א אידישליכן אופן, האבן מיר בכלל נישט גע'חלומ'ט אז יעצט, פיר יאר שפעטער, וועלן מיר האבן דערגרייכט אזוי ווייט. קאווע שטיבל איז אן אנטאלאגיע פון אומצאליגע ווערק פון הויכן מחשבה'דיגן און ליטערארישן קאליבער, און איז א וואונדערליכער קיבוץ פון כל מיני מיינונגען און השקפות אינערהאלב ארטאדאקסישער אידישקייט און געזעלשאפט – פון איין עקסטרעם צום צווייטן.

א ים מיט טאלאנט איז אנטוויקלט געווארן צווישן אונזערע ווענט, און פילצאליגע באקאנטשאפטן זענען געשאפן געווארן אין די אישית-קעסטעלעך. געזעלשאפטליכע טעמעס פונקט ווי פילאזאפישע ענינים זענען העפטיג דעבאטירט געווארן מיט א געוואלד פון שכל הישר און כובד ראש, און פילע חברים זענען פאזיטיוו אפעקטירט געווארן אין זייער פערזענליכן לעבן דורך די מעגליכקייט צו קענען רעדן צו חברים מקשיבים, און די ברייטהארציגע עצות און הילף-אנבאטן מלפני ומאחורי הפרגוד.

קאווע שטיבל האט געעפענט ברייט די טויערן פאר יעדן - און ווירקליך, כמעט יעדע דעה אין דעם קאלירפולן ארטאדאקסישן ספעקטרום איז רעפרעזענטירט געווארן דורך אונזערע חברים. די פילע סארטן שמועסן פון אלע שטאפלען פון אינטעליגענץ ווערן רעפרעזענטירט אין די פארשידענע פארומס - פון "צימעס" ביז "העמק דבר", און אלעס אינדערמיט.

דאס אז יעדער קען זיך געפונען דאס פלאץ, האט אויך געעפענט א וועלט פאר די וואס האבן נישט געקענט רעדן ביז היינט. פילע וואס האבן געשפירט אינערליך דערשטיקט, און האבן טראץ זייערע טאלאנטן און אינטעליגענץ קיינמאל נישט געהאט די מעגליכקייט זיך ארויסצורעדן, צו לאזן הערן מחשבות און מיינונגען, האבן דא צום ערשטן מאל געטראפן אחים לדעה, און דאס ערשטע מאל די מעגליכקייט צו רעדן, דיסקוטירן און דעבאטירן, אן ווערן אטאקירט און צענזורירט.

פילע וועלכע זענען געבענטשט מיט טאלאנט פאר הומאר, פאעזיע, אנאליזן וכו', האבן אין שטיבל צום ערשטן מאל געפונען אן אוידיענץ וואס שעצט מעשי ידם להתפאר, און אנערקענט זייער פאסיגן חשוב'ן מקום אין דער געזעלשאפט.

טראצדעם וואס די ברייטצוגיגע עפעקטן ביז היינט זענען אומגעהויער, ווייסן מיר אבער אז מיר האבן דערווייל בלויז אנגערירט דעם שפיץ פון דעם אייז-בארג - דער פאטענציאל וואס איז נאך פאראן פון די ווייטגרייכנדע פאזיטיווע עפעקטן פון קאווע שטיבל זענען אומשאצבאר, און מיר האפן אז מיר האבן געשאפן א פרעצעדענט וואס וועט אלעמאל בלייבן אויפ'ן אויבערפלאך.

אונזער ארבעט אין דער הנהלה איז באשטאנען פון פארזיכטיג גיין אויף א גאר דינעם שטריק. פון איין זייט איז פרייהייט פון ווארט געווען פון אונזערע שטערקסטע פרינציפן, אבער פון דער אנדערער זייט האבן מיר געדארפט זיין פארזיכטיג אז מ'זאל נישט ארויסטרעטן פון דער תורה'דיגער טעריטאריע. מיר האבן אנערקענט אין יעדנ'ס רעכט זיך אויסצוקלויבן זיין מהלך החיים, אבער גלייכצייטיג ערווארטעט אז די שמועסן זאלן זיין פולקאם אין איינקלאנג מיט ארטאדאקסישער יהדות, און מיט א אידישליכן טעם אן וואולגאריזמען, ניבול פה, אדער חסרון דרך ארץ. א ציל צו וועלכן מיר האבן דערגרייכט מיט א שטארקן סוקסעס.

מיט א שווער געמיט זענען מיר אבער געצווינגען צו מעלדן, אז נאך פיר יאר פון אנגייענדיגער ארבעט ארום דעם זייגער, זענען מיר געקומען צו א פונקט וואס מיט אונזער בעסטן ווילן קענען מיר מער נישט אנגיין, און מיר זענען געצווינגען צו שפארן די טויערן פון קאווע שטיבל.

די טויזנטער ארטיקלען און מאמרים וועלכע זענען געשריבן געווארן דורך אונזערע חברים וועלן ווייטער זיין צוטריטליך אויף קאווע שטיבל, נאר מ'וועט מער נישט קענען שרייבן קיין פרישע הודעות. מיר וועלן טאקע מער נישט האבן די אנגייענדע לעבעדיגע פלאטפארמע פאר פרישע אשכולות און תגובות, אבער קאווע שטיבל וועט פארבלייבן ווי א ביבליאטעק און אדרעס צו וועלכן מ'וועט זיך אלעמאל קענען ווענדן פאר איר רייכן אנגעזאמלטן חומר.

עס איז אונז זייער שווער געווען צו קומען צו דעם באשלוס, און גלייבט אונז אז מיר וואלטן דאס געוואלט פארמיידן פאר יעדן פרייז. אבער נאכ'ן דן זיין דערין בכובד ראש פאר וואכן און חדשים, זעען מיר דאס ווי די אומפארמיידליכע מסקנא.

ווי שווער עס איז אונז צו נעמען דעם קומענדיגן געצווינגענעם שריט, זענען מיר שטאלץ און גערירט פון די פילע לעבנס וועלכע זענען אין די לעצטע יארן פאזיטיוו טראנספארמירט געווארן א דאנק קאווע שטיבל, און מיר פארשטייען און ווייסן דעם ווייטערדיגן פאטענציאל, אבער עס איז געקומען די צייט צו גיין.

קאווע שטיבל וועט געשלאסן ווערן י"א אדר, מאנטאג פרשת צו.

דער "מאחורי הפרגוד" פארום איז יעצט געשלאסן געווארן, און מיר האפן אין די קומענדיגע טעג אויסצוארבעטן א יושר'דיגן מהלך ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט אויף ווייטער.

מיר וועלן אייביג האלטן טייערע דער זכות וואס מיר האבן געהאט אין לויף פון די פיר יאר אנצופירן מיט קאווע שטיבל, און מיר באדאנקען פון טיפן הארצן אלע וואס האבן צוגעהאלפן, בפרט די חשוב'ע חברים וועלכע האבן אנגעפילט אונזערע ווענט מיט אזויפיל טאלאנט, מחשבה און געפיל.‎



_______
נ.ב. דא האט איר אונזער ערן ווארט אז די ווערטער ווערן געשריבן מיט'ן פולסטן ערנסטקייט און בכלל נישט אין גייסט פון חודש אדר, פורים אדער "אפריל פולס". קאווע שטיבל ווערט פארמאכט אין 11 טאג ארום. ביטע נעמט אונזערע ווערטער מיט'ן פולסטן ערנסטקייט.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:51 pm#323979
וואאאאאאאאאאאאאאאאס?????????????????????????
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:51 pm#323980
אוי, מיין אומגליקליכער גאט! איך חלום?!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:53 pm#323981
ראשעקאל האט געשריבן:וואאאאאאאאאאאאאאאאס?????????????????????????

הצלה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אבער זאפארט!!!!!!!!!!!!!!
אפשר גיי איך קודם צום אויגן דאקטאר זיך אונטערזוכן צי מיין ראי' איז בסדר?
כ'מיין, וואסי פשט פון דעם דונער אינמיטן העלן טאג???
אפשר חלום איך גאר. אוי וויי טאטע. זיי ביטע נישט פותר חלום...............................

:אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי:
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:54 pm#323982
בילד
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:55 pm#323983
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
רבותי, הייבט אן ארבעטן אויף 'קינות ק"ש'...
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:59 pm#323984
אין גייסט פון 'ר"ח' פורים יא?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:59 pm#323985
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
ס'האט זיך לעצטענס געעפנט א פארום וואס רופט זיך 'למען דעת', אפשר רוקט מען זיך אהין?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:00 pm#323986
פארוואס פארווען איז מען בכלל נישט מסביר? אוי רבונו של עולם שיק שוין משיח צדקינו
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:03 pm#323987
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
איכה אוכל וראיתי באבדן מולדתי....

איין שאלה נאר, פארוואס דע גיהנום האט אויסגעפעהלט אנצומאכן דעם טרויער פונקט בחודש אשר נהפך מאבל ליו"ט, אזוי הארט פארן פרייליכסטע טאג אין יאר???

דאס גייט בכלל נישט מיטן אידישן געדאנקען גאנג! אן עמטליכער פארלעצונג אין די תקנות!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:04 pm#323988
גם זו לטובה.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:06 pm#323989
עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי

אינטערעסאנט אבער צו דערגיין די אורזאך פון די אויסברוך. לאמיר נעמען אן אנקעטע.

1. מנהלים האבן באקומען א הרהור תשובה
2. געלט
3. ועד משמרת והמסתעף
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:12 pm#323990
מען לאזט טאקע כלל ישראל אויף הפקר?

ווער וועט אונז שכל געבן?

ווער וועט אונז תורה לערנען?

ווער וועט אונז דזשאוקס אונטערזאגן?

ווער וועט אונז אין בעט אונטערהאלטן?

ווער וועט אונז טשאלעדזשן?

ווער וועט אונזערע כשרונות ארויסברענגען?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:13 pm#323992
:shock: :oops: :shock: ס'הארץ באכעט מיר
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:14 pm#323993
וואס וועט זיין מיט אינזער וועטערבאריכט????
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:18 pm#323994
ראשעקאל האט געשריבן:וואאאאאאאאאאאאאאאאס?????????????????????????
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:22 pm#323995
סתם לאזען פאלן באמבעס איז אינו מן הנימוס ודרכי החכמה, מען דארף מיטיילען די סיבות און סברות, פאר אזא החלטה.
און אינו מן הצדק והיושר עס צו מעלדען אזוי נאנט צום דעד-ליין, מען דארף דאך האבן גענוג צייט אויסצוקלינען די דרעפט.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:32 pm#323996
אפשר א אדר וויץ, אדער איז אפריל 1 געקומען אביסל צו פרי, איז דא עפעס וואס מיר קענען טאן אפצושרייען די גזירה.. מאידך גיסא האלט איך אז סאיז א אייזערנע איידיע אויב וועט טאקע פארבלייבן א קאווע שטיבל אנציקלעפידיע ווייל פאקטיש האבען מיר שוין מער ווייניגער אלעס געקאווערט, פון תורה עבודה גמ"ח, איידיעס, געזעלשאפט, אנשי שם ממש אלעס מען ברויך בלויז אביסל זוכען... און פאר איך גיי וויל איך מיך באדאנקן פאר די חשובע באהאלטענע הנהלה פארן אהערשטעלן אזא פראכטפולן שטיבל וואס פאר די וואס האבן איר גענוצט ווי סדארף צו זיין, האט עס ממש אזוי באלאכטן די אויגן ומי יודע וואס איר פארדינט דערפון... און אוודאי דארף מען זיך געזעגענן מיט א סעודת פרידה פון אלע חשובע חברים ידידים וואס האבן זיך געלערנט איינער דעם צווייטן, און אצינד איז צייט צו שרייבן מיטן צווייטן מער פרומערן ניק אויפן צווייטן פארעם... ה' נתן ה' לקח ביי ביי ק"ש
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:32 pm#323997
סזעהט אויס ווי ס׳איז דא איינער וואס קויפט אינטער אלע בלאוגס וואס גייען נישט אין שפאן פאר געלט, קודם שמריהו ראזענבערג און נאכדעם קאווע שטיבל, אזוי דערשטיקט מען פרייע אידישע פרעסע, צוריק צו די בלאט עלים לתרופה און קינדליין. סהאט צוטהן מיט געלט און רעליגיע! הערט וואס איך זאג אייך! עפעס אנדערש מאכט נישט קיין סענס!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:33 pm#323998
נצחו האראלים
דער גרויסער עולם השקר קען נישט פארנעמען אונזער קליינעם ווינקעל פון אמת...

איך בעט בענדזשמין זאל מיר שיקן זיין סעלל נאמבער, נאך פאר די אישי הודעות ווערן פארמאכט.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:33 pm#323999
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
איז נאך דא א שאנס ?
קען מען עפעס טוהן אדער עס איז שוין גע'חתמ'נט מיט רויטע טינט?
איך גיי שוין זיין וואויל !
וואס איז די סיבה ?
אנא אני בא? וואס וועל איך זאגן פאר'ן טאטען?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:36 pm#324000
גם זו לפאצן טובה

נישט געוויסט אז שלמה יודא רעכניץ וועט האבן א שליטה דא

א גרויסה שוד איך פארגין עס נישט פאר איי וועלט
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:36 pm#324001
ווער ווייסט אפשר האט א חרדישע גביר אויסגעקויפט די סייט אנפירער, קודם איז געווען דער שאנדפולער פעילד שמריהו, איצט איז געקומען די רייע אויף דעים סייט, מארגן וועלן אנדערע סייטס זיך פארמאכן, וזה לך האות.
פרייהייט פון ווארט וועט נישט ווערן דערשטיקט, פשטו ידיכם בגדוד, די וועלט איז גרויס און אזוי אויך זענען די סאשעל מידיע נעטווארקס
סתם אן אינטערסאנטע פארשלאג, היות די סייט פארמאכט זיך, וואלט כדאי געווען צו מאכן אן "אך הפעם קאמפעין" ווי אלע אלטע חברים זאלן זיך צוזאמקומען דאס לעצטע מאל לאזן פאלן אפאר ווערטער, לרגל די היסטארישע מאמענטען
רבותי לאדענט'ס איין דעם עולם.
אל תיראו ואל תחת.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:37 pm#324002
אפשר כאטש לאזן דעם מילקשעיקער אשכול אפען? מ'קען נישט פארמאכען א חסידות איין טאג אויפן צווייטען!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:38 pm#324003
אפשר איז דאס די אינטערגאנג פון טראמפ צו דערשטיקן פרייע פרעסע. שוין העט מען מוזן צוריק גיין ליינען ווייטער אן עס דארפן שערן מיט חבירים.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:40 pm#324004
shem-tov האט געשריבן:ווייל פאקטיש האבען מיר שוין מער ווייניגער אלעס געקאווערט, פון תורה עבודה גמ"ח, איידיעס, געזעלשאפט, אנשי שם ממש אלעס מען ברויך בלויז אביסל זוכען

לא בדיוק. יודע אני בעצמי וויפיל סחורה איך האב ביי מיר אין מיינע דרעפטס. קל וחומר בת בתה של שני כתובים המכחישים די אקטיווע שרייבערס דא אין שטיבל. אבער אז דאס איז די רצון היוצר בין איך עס מקבל ווי א גוי אין ברענעדיגע סוכה. א שטויס פון הינטן און האטס מיר און זייטס מיר.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:40 pm#324005
יא, ס'זעהט אויס אמת... די לייק /love אפציע ארבעט שוין נישט... רעכניצערס ערשטע פעימענט איז אריבער
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:41 pm#324006
ס׳איז דא איינער וואס פאמפט געלט צו דערשטיקן פרייע פרעסע! דאס אלעס! ווילאנג די רע-בנים זיצן אויף זייערע שטוהלען און פירן זייערע פאלשע רביסטיוועס וועלן זיי נישט צולאזן אז ס׳זאל זיין א ווינקל ווי יעדער מאן דהוא קען גיסן פעך און שוועבל אויף די סיסטעם! ס׳איז זייער פשוט! ענק זענען אין גרויסע צרות, ענק האבן צוטהן מיט קארפטירטע רבנים וואס האלטן ענק ביי די ביצים און קויפן אינטער יעדער וואס פראבירט צוגיין א ביסלע נאר קעגן זיי! זיי האבן די געלט און פאוער! איר האט זיי עס געגעבן !
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:41 pm#324007
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
כאפ נישט וואס גייט פאהר.
וואס איז די פראבלעים? די כוחות האבן זיך אויסגעלאסט פון די הנהלה? אפשר זאל בעהטן טאמער איינער פון די געטרייע ידידים דא זענען געטריי איבער צונעמען, געלט איז די פראבלעים? קען מען לאזן וויסען דא אז אן געלט גייט עס נישט ווייטער גיין אין די נגידים לבית קאווע שטיבעל זאלן ארין צאלן, אבער סתם???? אן א סיבה?
טאמער איז עס א אדר וויץ, איז עס קארני ווי קיינמאל ביפאר.

נ.ב. גיי ווייס וויפיהל חסידישע אינגערלייט וואס ווילן כאפט די אטעם אינמיטן שווערע טאג וועלען יעצט ליידער זיך דרייען אויף שמוציגע וועבזייטלעך אנשטאט דא אין א היימישע אטמעספערא,
כהאלט אפשר מזאל אנפרעגן ביי א אדם חשוב, כווייס זיכער אינגערלייט וואס האבן געמאכט א גדר צו פעיסבוק וגו׳ ווייל די שטיבעל איז זיי גוט. אבער יעצט?????
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:42 pm#324008
יעצט אקטיוויטירט מיין פעיסבוק בלאט. לאמיר זיך אריבערציען
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:43 pm#324009
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
כ'זעה ס'יז א גוד גאוינג ביזנעס.
מארגן עפען איך א פארום פון דעם סארט, און ק'פארקויף עס נישט אונטער צוויי מעלאנעס!!!

רבותי, ווער איז אין?

קומט אין אישית!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:45 pm#324010
סגיסט זיך השערות דא, און קאנספריאציעס לרחצה, איך קויף שוין אפ די רעכטען צו שרייבען א screenplay און ארויסגעבן א מאווי "די לעצטע טעג פון קאווע שטיבל"
פא* יו קאווע שטיבל.
און עס איז נישט מער ווי לעגעטים און מענטשליך, צו שעירן די אורזאך וואס עס האט געפירט צו אזא מסקנא.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:46 pm#324012
איך האף אז לכל הפחות וועט מען אריינקומען מיט א קלארע סיבה למה ועל מה. און נישט אויסנוצען די חסידשע בארבאריזם צו דערשטיקן אלעס ״מטעם כמות״. איך האף אז כאטש דאס האט ק״ש נישט איבערגעכאפט.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:47 pm#324013
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
Yoishhhh how come???????
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:48 pm#324014
איך בין א גרויסער נער! ווייל איך האב געוואלט עפענען א אייגענע בלאוג ווי איך האב געפלאנט צו גיסן פעך און שוועבל אויף די פאלשע נביאים אין אונזער דור, אנשטאט דעם האב איך עס געשריבן אין ק״ש. איך וואלט שוין יעצט געקענט איינקעישן! דער פראבלעם איז נאר אז איך וואלט אין מיין לעבן לכאורה נישט זיך געלאזט אינטער קויפן פאר געלט!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:49 pm#324015
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
אוי ............. אוי ...............
דאס הארץ באמבערט די אויגן זענען פארנעפלט די מוח דערהייבט נישט וואספארא בשורה כהאב יעצט געליינט,

מיין פרישטאג
מיין לאנטש
מיין סאפיר

אלץ געקומען זעהן וואס מיינער חברים ידידים פארציילן.

ליידער זעהט אויס אינז זענען נאך צו קליין צופארשטיין די סיבה פארוואס ????

כגלייב כבין זיכער אז יעדער איז גרייט צוטועהן וואס סאיז מעגליך סזאל ווייטער בלייבן אפען.

אבער אז ממאיז זיך שיידן איז נישטא קיין ברירה ווער האט זיך געגלייבט אז אין אזא חודש וואס מאיז מרבה בשמחה וועט עס געשעהן.

אבער מוועט זיך שטארקן .......
אין מיר ווילן מודיע זיין אז אזוי ווי קאווע שטובעל פארמאכט זיך וועט מען עפענען א סניף אין מוועט ממשיך זיין להגדיל לתורה ולהאדירה

עצות אין נעמען ווי אויך ווער סוויל העלפן איז וועלקאם
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:50 pm#324016
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
רבותי אנשטאט ווייינען בריקעוון אין שרייען, יעצט לאמער זעהן טאמער מקען עפענען א נייע פארום.
יעצט ביז מאנטיג קען מען נאך האבן קשר איינער מיטן צווייטע דורך אישי איז עס לכאורה אסאך לייכטער צו באארבייטען, ווער איז גרייט?????
כוועל שטיין צום האנט מיט וואס שייך
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:54 pm#324017
דאכט זיך מיר אז ס'איז פארהאן א פעיסבאק אקאונט וואס לייגט ארויף ארטיקלן פון קאווע שטיבל, אפשר איז דארט א פאסיג פלאץ זיך צו טרעפן דורך קאמענטירן, ווי יעדער וועט זיך קענען אנגעבן מיט זיין ניק, און מטכס עצה זיין אויף ווייטער.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:57 pm#324018
א איינפאכע פייסבוק גרופע איז די בעסטע אלטערנאטיוו פאר ביזדערווייל.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:58 pm#324019
וויי געוואלד...

און איך טרער...
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:58 pm#324020
Merde
:cry:
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:59 pm#324021
א שנעלע דיעל געמאכט, ווער דער לעצטער וואס האט זיך דא איינגעשריבן האט מען נאך אריינגענומען דעם פארגאנגענעם דינסטאג.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:59 pm#324022
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כאפ נישט וואס גייט פאהר.
וואס איז די פראבלעים? די כוחות האבן זיך אויסגעלאסט פון די הנהלה? אפשר זאל בעהטן טאמער איינער פון די געטרייע ידידים דא זענען געטריי איבער צונעמען, געלט איז די פראבלעים? קען מען לאזן וויסען דא אז אן געלט גייט עס נישט ווייטער גיין אין די נגידים לבית קאווע שטיבעל זאלן ארין צאלן, אבער סתם???? אן א סיבה?
טאמער איז עס א אדר וויץ, איז עס קארני ווי קיינמאל ביפאר.

נ.ב. גיי ווייס וויפיהל חסידישע אינגערלייט וואס ווילן כאפט די אטעם אינמיטן שווערע טאג וועלען יעצט ליידער זיך דרייען אויף שמוציגע וועבזייטלעך אנשטאט דא אין א היימישע אטמעספערא,
כהאלט אפשר מזאל אנפרעגן ביי א אדם חשוב, כווייס זיכער אינגערלייט וואס האבן געמאכט א גדר צו פעיסבוק וגו׳ ווייל די שטיבעל איז זיי גוט. אבער יעצט?????

דברים כדרבונות.

איך זיץ שאקירט און עס וויל זיך נישט אריינגיין אין מח'ל. מיין נשמה ליגט דא, מיין נייע בליק אויף פיל ענינים ליגט דא, מיין עווענטועלע יכולת איינצוזען און איינצוקויפן ידיעות בכל הענינים ליגט אויך נאר דא.
ועתה, אני אני בא?! :cry: :cry: :cry:

קעלנער, דו האסט א פליכט ארויסצוקומען מיט א נארמאלע מענטשליכע ערקלערונג פארוואס?! על מה ולמה יצא השצף קצף הלזה?!
אויב דו האסט נישט קיין כח צו פירן דעם לאסט, אפשר געב עס פאר אנדערע. ווער האלט דיר אפ?!
אויב דו האלסט אז ס'פארט נישט אין גוטן ריכטונג, אפשר זאגסטו די פראבלעם?!
אויב עפעס טיפער ליגט דא באגראבן, אפשר ביזטו מודיע דעם ריינעם ווארהייט?!
לאז אונז נישט דערטראנקען ווערן!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:59 pm#324023
Re: מעלדונג: "קאווע שטיבל" ווערט פארשלאסן
ס'שוין אזוי צופראסקעט דא אז מ'טיילט ניטאמאל קיין לייקס מער.. סיז מער ניט נוגע.. ס'פאני ווי געוויסע זאכן קערן זיך איבער פון איין מינוט אויפן צווייטן, ממש אן אילוזשען. סתם אנגעמערקט. יואב, שש, פרייוויליג, שיטמ"ק, בעל מדות, געוואגטער, ראובן, און די אלע אנדערע געלונגענע שרייבער וואס ליגן מיר נישט אויפן קאפ יעצט, קומסטס אריין מיט זאפטיגע געזעגענונגס ווערק. יואב, פון דיר ערווארטן מיר ריעל בויך וויי! ( שבת אחים קענסט אריין שיינען דאס לעצט ביסל השכלה דיינע, ביפאר מען פארמאכטיר דעם פענסטער'ל, און לאז @ליפא די איין מאל אויספירן זיין מחאה.. ) סא פיין פלאץ געווען. וואס זאל מען טוהן ס'ניט בידנו.

Sent from my SAMSUNG-SM-N910A using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:00 pm#324024
חברה שארפט זיך די פענסילס לאמיר זעהן ווער וועט מצליח זיין צו שרייבען דער לעצטער אשכול/תגובה אויף קאווע שטיבל.
לאמיר האפן עס וועט זיין א מחאה גדולה אויף די חוצפה פון דער אנאנימער מנהל וואס מיינט אז אלעס באלאנגט פאר עם און אז אן עם טאר גארנישט זיין, גם לי גם לך לא יהיה.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:00 pm#324025
זאל איינער עפענען א פעיסבוק אקאונט פאר דער צוועק, און דא מעלדן.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:12 pm#324029
מאחורי איז מער נישטא
האטס נישט טענות צום מנהל, מהאט עם מסתם געצווינגען מיט סטראשונגען פון בלעקמעיל און ער מוז עס טון
די נחמה איז, אז ווען דעס שפארט זיך גייט זיך עפענען א נייע שטיבעל וואס גייט זיין אסאך מער ליבערעל און אפען אן קיין שום הגבלות
סקומט גוטע צייטען
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:12 pm#324030
@קעלנער, לויט ווי איך פארשטיי וועט מען קענען ווייטער ליינען דא נאר נישט שרייבען. וועט דאס זיין אויף אייביג אזוי אדער נאר פאר א קורצע צייט? איך פרעג ווייל איך וויל וויסן אויב איך מוז קאפירן מיינע ארטיקלן און תגובות פאר מיינע רעקארדס. אויך וויל איך וויסן אויב מען וועט ווייטער קענען האבן עקסעס צום תיבה אישית און אויב די סירטש אפציעס וועלן ווייטער ארבייטען ווי ביז יעצט, לדוגמא אויב מען וועט קענען סירטשען לויט א געוויסע ניק וכדומה?

איך האב יעצט באמערקט אז מאחורי איז שוין נישט דא בכלל, אפילו אויף צום ליינען אויך נישט. איז דא א וועג וויאזוי איך קען באקומען מיינע ארטיקלן פון מאחורי? ביטע שיק עס מיר אין אימעיל, דו האסט עס דאך.


.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:17 pm#324031
א) קען מיר איינער פארציילן זי מעשה מיט רעכניץ?

ב)איך בין קוים געקומען דא און שוין .... ביקש לישב בשלוה קבצה עליו רגזו ...

ג) איך האלט אינמיטן ארבעטן אויף א זאפטיגע ארטיקל איך ווייס נישט אויב איך וועל עס קענען ענדיגן פאר די דעדליין .


פליז על ראשון ענטפערט מיר
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:20 pm#324033
ווער ס'וויל אנהאלטן קאנטאקט מיט מיר, זאל זיך מעלדן אין אישי.