דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:36 am#433010
אישתישבי האט געשריבן:מען מיינט צו זאגן אז ביי אונז ווען איינער גייט אויף טעראפי הייסט ער א משוגענער, ממילא וויל מען נישט גיין.
ס'דא ביי אינז וואס מיינען אזוי און דא וואס נישט, די זעלבע איז ביי זיי
אויב דו טרעפסט איינער וואס מיינט אזוי זיי אים מסביר ס'איז נישט אזוי, און ברענג אויך ארויס אז גיין פאר טערעפי איז קאנפעדענשעל
נאר וואס, ביי זיי, איז אמאל געווען מער איינגעגעסען אז אידער מן-דהו אדער סעלעברטי האט זיך געהאט זיין טערעפיסט, און דאס איז גאר געווען א status-symbol
די סטיגמא איז אבער נאך אלס דא ביי זיי ווען סתם אזוי איינער גייט צי טערעפי ווייל ער ליידט פין OCD
גיין פאר טערעפי סתם איז געווען מער אייגעגעסען אמאל
די coaching פעלד האט דאס אביסל איבערגענימען
ביי אינז, איז דא אסך וואס ניצען א קליגע גוטער איד פאר דעם. מיט ענדליכע אדער בעסערע ריזאלטס