Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
258 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 433 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10648
זונטאג יולי 24, 2016 3:11 pm#343303
פירן א ויכוח מיט א טויטן וואס קען נישט עפענען דאס מויל און איר באשולדיגן ביי איר לעצטן וועג ברבים אויף איר אייגענער טויט וואס איז געטון געוורן צוליב עגמת נפש איז גארנישט אזוי שיין.

אבער זיי מיר מסביר, וואס הייסט דאס "געלאזט אויף הפקר"?
זונטאג יולי 24, 2016 3:19 pm#343306
נאך זי האט אריינגעבאקן א ערליכן חינוך אין אירע קינדער פאר יארן לאנג, און פלוצלונג איין טאג אנלויפט זי און לאזט אלעס אפ, אן מסביר זיין פאר די קינדער וואס האט זיך געטוישט, וואס איז געשען, הייסט געלאזט אויף הפקר.

איך האב נישט קיין טענות איהר סוף כל סוף איז זי געווען א קראנקע נשמה...
זונטאג יולי 24, 2016 3:25 pm#343309
טאמער לאזט זי אפ איר קאמיונעטי וואו זי וויל מער נישט לעבן הייסט עס אז זי האט איבערגעלאזט די קינדער אויף הפקר? פארוואס?

וואס מיינט ביי דיר א קראנקע נשמה?
זונטאג יולי 24, 2016 3:30 pm#343312
moshav zekeinim האט געשריבן:וואס מיינט ביי דיר א קראנקע נשמה?

אזא איינער ווי מושב זקנים, למשל.


קאם אן, נאר ווען ס'קומט צו רעדן שלעכטס אויף חרדים ביזטו דא? גיי צוריק אין מושב זקנים!
זונטאג יולי 24, 2016 3:37 pm#343313
moshav zekeinim האט געשריבן:פירן א ויכוח מיט א טויטן וואס קען נישט עפענען דאס מויל און איר באשולדיגן ביי איר לעצטן וועג ברבים אויף איר אייגענער טויט וואס איז געטון געוורן צוליב עגמת נפש איז גארנישט אזוי שיין.

אבער זיי מיר מסביר, וואס הייסט דאס "געלאזט אויף הפקר"?

די תוה"ק פארציילט מיט פיל דיטאלן וועגן זמרי מיט כזבי אפילו נאך זייער טויט כדי מען זאל זיך אפלערנען נישט טון קיין אוממאראלישע זאכן. דאס לערנט מען יאר איין יאר אויס, מען קייט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל. די תורה פארדעקט עס נישט, נאר אדרבה רימט אויס פנחס פאר זיין העלדישע טאט. זמרי מיט כזבי זענען געבליבן מיט א שאנד פלעק לעולם ועד און דער נישט פאפולארע פנחס וואס היינט, די אלע וואס האלטן זיך אלס 'קענערס' און רעדן זיך איין זיי ווייסן אלעס און קלוגער פון דער גאנצע וועלט, צוזאמען מיט די אטד'ס און זייער גלייכן, וואלטן זיכער צעריסן דעם פנחס'ן אויף שטיקער. ביז היינט נוצט מען דעם מליצה "עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס."

אויך פון איר דארף מען זיך אפלערנען וואס פאר א שווארצן סוף האבן די אלע אידישע שקצים וואס לעבן מיט פאנטאזיעס און געבן ארויס ביכער מיט באבקעס כדי קאליע צו מאכן אנדערע. זי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס זי האט אליין אנערקענט אז איר ביכל איז פיל מיט ליגנט און קיינער וועט עס סייווי נישט גלייבן. איז אויב אזוי, למה לי חיים? האט זי געפילט. נאר א גאליבל תמימות'דיגע מענטש אדער איינער וואס זוכט צו בלעימען חרדים אויף די עוולות וואס אידישע שקצים טון ברבים אן קיין שום בושה און זענען נאך פראוד דערפון, וועלן גלייבן עפעס אדער אלעס פון דעם ביכל. מיר האבן א כלל אז איינער וואס האט נישט קיין חזקות כשרות האט נישט קיין מורא אויסצוטראכן ליגנט און דאס מפרסם זיין ברבים. ביי דעם ביכל זעט מען דאס קלאר. ניין, איך האב נישט געלייינט איר גארבידש, ווייל איך האב מער אינטערעסאנטערע פיקשן צו לייענען.
זונטאג יולי 24, 2016 3:40 pm#343314
moshav zekeinim האט געשריבן:טאמער לאזט זי אפ איר קאמיונעטי וואו זי וויל מער נישט לעבן הייסט עס אז זי האט איבערגעלאזט די קינדער אויף הפקר? פארוואס?


וואס דארפן די קינדער יעצט טראכטן? יארן לאנג וואס זי האט זיי מחנך געווען על דרך התורה, און איין טאג הילד איננו אן קיין שום הסבר.

אויב די פארשטייסט טאקע נישט אין וועלכע צומישעניש זי האט זיי אריינגעווארפן דאן איז ATUB @שש ATUB גערעכט.
זונטאג יולי 24, 2016 3:52 pm#343316
שש'נס קינדישע היצערייען מיט זיין פיסטע גאווה און זיכערקייט אינטרעסירט מיר נישט.

אבער ירח, מעג א פרוי נישט אפלאזן א קאמיונטי? מעג מען נישט טוישן קיין מיינונג נאך צוואנציג יאר?

דו ווילסט דאך נישט גלויבן וואס זי שרייבט אין איר ספר, אבער אפילו סתם אזוי, וואס איז די עוולה אפצולאזן א קאמיוניטי?

האט זי געדארפט מיט שלעפן די קינדער? און אפשר די עוולה אז זי האט נישט מיטגעשלעפט די קינדער?
זונטאג יולי 24, 2016 3:54 pm#343317
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
איינער שרייט זיין טענות און אנטלויפט איידער יענער האט א געלעגענהייט צו ענטפערען, יעצט ווען דער צווייטע ענטפערט, זאגט מען ס'איז נישט קיין חכמה צו ענטפערען שפעטער.

זי האט ארויסגעשיקט א בוך אויף די וועלט, און זיך גענומען דאס לעבען נאך איידער ער האט געהאט א געלעגענהייט צו פארענטפערען.

איך פארשטיי דיר, מושב. דו פארטיידיגסט דיין פארטיי פונקט ווי דער אהרוני מיט זיין אריזאנא וויין און דער סקווערער מיט זיין פארטיידיגען יעדער ריהר פון זיין צאדיק. סך הכל טוסטו אזוי פאר דיין א.ט.ד. חברים. וואויל איז דיר, אבער צו אמת האט עס נישט

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 24, 2016 4:08 pm#343320
מען מעג ענטפערן, אבער נישט ביי איר לויה.

איך האב נישט קיין טענות אז שלמה פארטיידיגט זיך, אבער אנשטאט זיך פארטיידיגן מיט דברים של טעם, שיסט ער ליצנות אויף א שיינעם אופן, אז זי איז געווען א חולה נפש וכדו', און זיין ראיה דערויף איז טאקע ווייל זי איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט אים.

און נאכאמאל ליטוואק, הער דו אויכעט אויף צ פארדרייען דעם נושא, איך ברענג אויף מיין פוינט און דו קומסט מיר באשולדיגן אלס נוגע בדבר.
זונטאג יולי 24, 2016 4:21 pm#343322
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
פלוצלונג האלט מושב אז מ'דארף רעדען שיין!
דאס איז דיין שפראך, פון אנרופען עמלק ביז פארדרייען א שמועס וועגען אונטערדרוקטקייט, אן צו דערמאנען וואס פארא דרוק דו מיינסט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 24, 2016 4:30 pm#343323
שלמה וויינשטיין האט אנשטאט זיך פארענטפערן מט דברים של טעם, געענטפערט מיט ליצנות.

איך טענה אז אפטייל פון קינדער באיזה אופן מיינט "אונטערדרוקט". און דאס איז עמלק.

איך זעה נישטא קיין פארדרייען און סתם לאזונגען.
זונטאג יולי 24, 2016 4:43 pm#343324
און ליטוואק, דיין מניפולאצע איז פלאי פלאות, כאילו דו פארשטייסט נישט פון וואס פאר אינטערדרוקונג מען רעדט, און פארוואס איך פארגלייך עס צו עמלק. דו פארשטייסט נישט אז שלמה וויינשטיין ווערט באשולדיגט אויף רציחה, און מיינע טענות קעגן זיין כיטערער בריוו זענען גאר פארדרייערייען.
זונטאג יולי 24, 2016 4:44 pm#343325
דאס טענה'ט ליטוואק, ווער זאגט מען האט אפגעטיילט אולי איז זי נישט געווען אינטרעסירט?
זונטאג יולי 24, 2016 4:49 pm#343327
אדרבא, זאל מיר איינער ברענגען א מקור מוסמך אדער א געזינטע סברה אז זי איז נישט געווען אינטרעסירט אין אירע קינדער, און אויב עס איז טאקע אזוי געווען, צו איז עס געווען צליב הפקירות וסיבת נפשיות אדער צוליב עפעס אנדערש?

סתם פארוואסערטע סברות איז נישט אינטרעסאנט.
זונטאג יולי 24, 2016 5:47 pm#343334
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
צונעמען קינדער פון קענען איינער פון די עלטערען, בלויז ווייל ער/זי איז נישט פרום איז שלעכט. מסכים. אבער אין אידיש הייסט דאס נישט אונטערדרוקונג. (און טאמער ס'איז דא אנדערע עקסטרעמע סבות אפצוהאקען, איז דאס נישט זיין פרום נישט נייטיג)

עכ"פ די מעשה איז בכלל נישט קלאר, אדער איז ער שטארק צורודערט, אדער זי אדער ביידער. יעדער איינער וועט נעמען א שטעלונג לויט זיין נגיעות/פארטיי/סתם תאווה און אלס איז פונקט ווי נארמאל
זונטאג יולי 24, 2016 6:20 pm#343335
אויך מיר עפעס אויף וואס זיך צו שטעלן, צ אין אידיש הייסט עס צודריקט צו עפעס אנדערש. דו פארשטייסט פון וואס מען רעדט דא און פארוואסער נישט דעם ענין.

דו ווילסט זאגן אז עס איז נישט קלאר דער ענין. פארוואס אייגנטליך נישט? ווילאנג עס ווערט נישט אויפגעוויזן אז זי האט פאר הפקרות איבערגעלאזט די קינדער איז זייער קלאר אז שלמה וויינשטיין מיט זיינ העלפערס זענען געהעריגע רוצחים.

פארוואס סתם ווארפן א ספק וואלקן ווען די רציחה איז קלאר, און דער רוצח האט זיך ניטאמאל פארענטפערט אזויווי עס פאסט זיך צ פארענטפערן פאר אזא ערנסטער באשולדיגונג? (אויסער מיט זיין ליצנות צעטל).
זונטאג יולי 24, 2016 6:25 pm#343336
וואס איז דא יא קלאר? פון איין זייט שטייט א מאמע און טענה'ט אז זי האט פראבירט זיך צו נעמען די לעבן לטובת אירע קינדער און נאכדעם האט זי געזעהן אז עס איז נישט געגאנגען האט זי אפגעלאזט די גאנצע אידישקייט אבער פראבירט צו האלטן קשר מיט די קינדער און מען האט איהר נישט געלאזט, מצד שני טענה'ט דער טאטע, אז די פרוי איז נישט מיט אלעמען, קודם זיך פראבירט צו נעמען דאס לעבן נאכדעם געווארן פריי און נישט געווען אינטרעסירט אין אירע קינדער און ווען זי האט זיך גענומען דאס לעבן האט זי דאס געטוהן באופן צו וויי טוהן די קינדער דייקא, ווער איז מער באגלייבט? קיינער.
זונטאג יולי 24, 2016 6:30 pm#343337
moshav zekeinim האט געשריבן:אדרבא, זאל מיר איינער ברענגען א מקור מוסמך אדער א געזינטע סברה אז זי איז נישט געווען אינטרעסירט אין אירע קינדער, און אויב עס איז טאקע אזוי געווען, צו איז עס געווען צליב הפקירות וסיבת נפשיות אדער צוליב עפעס אנדערש?

סתם פארוואסערטע סברות איז נישט אינטרעסאנט.

און טאמער מען ברענגט נישט קיין מקור מוסמך, איז א ראיה אז דו ביסט גערעכט? און דיין מיינונג איז א פאקט? און וואס פאר א מקור מוסמך האסטו אז ס'איז געווען פארקערט? דו ביסט געווען דארט? פון וואס דו האסט געליינט אין א ביכל וואס איינער האט געשריבן איז ביי דיר קודש קדשים? און נעמסט עס אן פאר 100% פארלעסליך, ווען א סך מענטשן האבן ספיקות וועגן דער אטענטישקייט פון דעם ספר? מיט די זאכן וואס שטייט אין דעם ספר קען מען דען גיין אין קארט און געוואונען א קארט-קעיס ווייל אזוי שטייט בפרש אין דעם ביכל?

איך וויל אנמערקן אז אין דער זעלבע צייט וואס אסתי איז באגאנגען זעלבסטמארד ל"ע האט אן אנדערע פרוי, מיט'ן נאמען אביבה דאוויד, איבערגעלאזט אירע 6 קינדער אבי אפצואווארפן פון זיך עול תורה ומצוות. פון די צווייטע פרוי זעט מען אז אפלאזן אידישקייט איז וויכטיגער געווען ווי אירע קינדער. דאס איז גענוג באווייז אז ס'איז גאנץ נארמאל און מעגליך אז דאס זעלבע איז געווען ביי אסתי וויינשטיין אויך.
זונטאג יולי 24, 2016 7:45 pm#343349
איך דארף נישט צוקומען צו קיין ביכל צ פארשטיין אז אפהאקן פון קינדער איז מערדערליך. שלמה'ס "התנצלות" אז זי איז געווען נערוון קראנק, איז גוט פאר א פורים וויץ, און נישט ווען עס האנדלט זיך פון מארד.

מאיר הערש וויל ברענגען א ראיה פון א צווייטער מעשה אז עס איז יתכן אז א פרוי קען אפלאזן א שטוב פאר שוואוילטאג. אשר על כן, דארף שוין שלמה וויינשטיין נישט געבן קיין נארמאלער פארענטפערונג אויף זיין פשע? (און איך ווייס נאך נישט וואס די מעשה איז טאקע געווען דארטן ביי אביבה). וואס פאר א מין וועג פון משפט'ן איז דאס?!

באדעמליין, צו נעמען קינדער פון א טאטע אדער מאמע איז רציחה כפשוטו (אן איר ביכל), און טאמער דער רוצח קומט נישט מיט א שטארקער ענטפער (ליצנות אדער אן ענטפער סתם געשאסן איז גארנישט) דאן דארף דער רוצח ווערן געדענקט צו אייביגער שאנדע, און טאמער מעגליך דארף מען אים איבערגעבן אין די הענט פון גערעכטיגקייט.
זונטאג יולי 24, 2016 11:02 pm#343385
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
וויאזוי האסטו באשטעטיגט אז מ'האט דא צוגענומען קינדער פון א מאמע'ן? אויף דעם איז דאך די וויכוח.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מאנטאג יולי 25, 2016 12:13 am#343386
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
וואס הייסט צוגענומען קינדער פון א מאמע, ווער האט צוגענומען? די עידזש איז שייך צו צונעמען?
מאנטאג יולי 25, 2016 1:08 am#343391
מחמת איזה סיבה איז דער קשר צווישן איר מיט די קינדער געווארן אפגעהאקט. זאל איך זאגן אז דאס איז ווייל זי האט נישט געוואלט קענען אירע פרומע קינדער? אדער ווייל די פרומע קינדער האבן נישט געוואלט קענען דעם שיקסעדיגן מאמען? אדער האט עמיצער דא אונטער די פורהאנג אנגעפאטשקעט א פארפלאנטערטער קאנפעטור וואס זאל גורם זיין צו די מאמע-קינדער סעפעראציע?
מאנטאג יולי 25, 2016 2:53 am#343393
א איד האט געשריבן:וואס הייסט צוגענומען קינדער פון א מאמע, ווער האט צוגענומען? די עידזש איז שייך צו צונעמען?


זיכער איז עס שייך! ברעינוואשינג און קולטור דרוק גייט פונקט אזוי פאר ביי ערוואקסענע ווי ביי קינדער, איך זאג נישט אז דעס איז טאקע געוועהן די מעשה ביי וויינשטיין, איך זאג נאר אז סאיז גאר מעגליך.
מאנטאג יולי 25, 2016 7:23 am#343396
למעשה אין איר ביכל און אין איר צוואה וויינט זי ביטערליך אז מען האט איר מיט אכזריות אפגעהאקט פון אירע קינדער, און אז דאס ברעכט איר אונטער. זאל איך זאגן אז דאס איז סתם א בלבול?
מאנטאג יולי 25, 2016 7:42 am#343398
זי אליינס שרייבט אין איר ביכל אז זי האט נישט געוואלט נעמען די קינדער און לפי שיטת מושב העט זי ווען יא גענומען די קינדער וואלט עס געווען רציחה אויפן טאטע איר איינציגסטע טענה איז געווען אז מען האט אנגעהיצט די קינדער א קעגן איר אויף דעים זאגט די צד שכנגד להדם עס איז גאר די קינדער וואס האבן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיטן מאמע איך גלייב ענדערש די זייט פון די משפחה וויל אסתי האט געזאגט א סטעיטמענט און זיך גענומען דאס לעבן פאר דעם איז איר ווארט געווארן הייליג?
מאנטאג יולי 25, 2016 7:46 am#343399
מרדכי ישראל האט געשריבן:זי אליינס שרייבט אין איר ביכל אז זי האט נישט געוואלט נעמען די קינדער און לפי שיטת מושב העט זי ווען יא גענומען די קינדער וואלט עס געווען רציחה אויפן טאטע איר איינציגסטע טענה איז געווען אז מען האט אנגעהיצט די קינדער א קעגן איר אויף דעים זאגט די צד שכנגד להדם עס איז גאר די קינדער וואס האבן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיטן מאמע איך גלייב ענדערש די זייט פון די משפחה וויל אסתי האט געזאגט א סטעיטמענט און זיך גענומען דאס לעבן פאר דעם איז איר ווארט געווארן הייליג?


דאס איז טאקע די פראבלעם מיט אזא עקסטרעם חסידות ווי גור אז די די קינדער האבן אפגעהאקט מיט די אייגענע מאמע נאר וועגן איר רעליגע סטאטוס. און דאס איז טאקע איינע פון די פראבלעמען מיט ארגענייזט-רעליגע אז ס׳טיילט אפ מענטשען, חברים, און משפחה, און ס׳דיווייד מענטשען און משפחות לויט זייערע גלייבונגען און ס׳טוט אנזייען מחלוקות און chaos.

פון ווי ווייס איך דעס? ווייל פון מיר האט מען אויך ליידער געוואלט צונעמען מיינע אייגענע קינדער קעגן די קינדערס ווילן! און ס׳האט מיר געקאסט אסאך געלט און עגמ״נ, יעדער ווייסט וואס אונזער קאמיונטי פראבירט צו טוהן אין אזא פאלל אויב זיי קענען.
מאנטאג יולי 25, 2016 8:21 am#343400
די קינדער האבן אפגעהאקט מיט די מאמע ווייל אזוי האט זי זיי מחנך געווען
מאנטאג יולי 25, 2016 8:32 am#343401
ענטשולדיגט, אבער דיינע ווערטער זענען רשעות׳דיג און פארפירעריש.
מאנטאג יולי 25, 2016 9:47 am#343405
הקטן האט געשריבן:איך זעה באמת נישט וואס פארארא ווערט זאל האבן איינענס לעבען און זיין אייגען אויגן, אויב זעט ער זיך נישט מער וואו א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna
איינער וואס ווייסט נישט זיכער אויב ער איז אן עקסידענט אדער נישט' פארוואס זאל ער נישט זיין pro choice ?

דאס פארענפערט אפשר פארוואס מען טרעפט דאס אזוי אפט אין יענע גראפ

ס'איז היינט דא אסך בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן, און משפחה, זענען ציקריגט מיט זיי און ווילען זיי נישט קענען
ס'וואלט ווען געווען כדי צי זען אויב דארט טרעפט זיך אויך אזוי סך


שבת אחים האט געשריבן:דו זעהסט נישט די אויפטוה פון מיין סטייל לעבן און איך זעה נישט די אויפטוה פון דיין סטייל לעבן, יעצט טראכט א מינוט, ווער זאגט אז דיין גאנג איז גערעכט? ווייל דו זאגסט אזוי? אבער איך שריי דאך פונקט ווי דיר אז מיין סטייל לעבן מאכט מעהר סענס? ענטפערן שוין די אחרונים אויף דעם אז סאיז נישט דא אזא מציאות ווי א יעדער לעבט די זעלבע סטייל לעבן נאר ענדערש זאל יעדער אליינס אפמאכן וויאזוי ער וויל לעבן און לאזן אנדערע מענשטען אליינס מחליט זיין צי זיי גלייבן אין דעם צי נישט לקיים מה שנאמר Live and let live.


די נידון איז נישט וועמענס לייף סטייל איז גערעכט אדער נישט

מיין פוינט איז אז דער מאמין גלייבט אז זיין לעבן האט intrinsic value ער איז געקימען אויף דער וועלט פאר א תכלית, און מען דארף אים דא האבן, נישט קיין חילוק און וואספארא מצב ער זאל נאר זיין
ווידער דער וואס איז פארפארען פין דעם דרך גלייבט נישט אז ער איז דא פאר א ציל, ער האט נישט בעצם קיין ווערט

אויב ער וויל קען ער יעצט גיין זיכען עפעס אן אייגען געמאכטער מיניג אין לעבן צי פילען דעם void
פארדעם וועסטו זען אז דער עטיאיסט איז געווענליך פארנימען מיט ראטעווען דער וועלט, זאל דאס זיין קאמעניזעם אדער די גרין מאוומענט וכד'
מאכן מעדעטאציע צי ווערן איינס מיט דער בריאה, ער איז נישט באקוועם אין די אייגענע הויט, ער פילט עפעס פעלט - און ער איז גערעכט.

אבער ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום
מאנטאג יולי 25, 2016 10:05 am#343406
שש משזר האט געשריבן:פון איר ביכל זע איך מער פון אלס, אז זי איז געווען גייסטיש צורידערט. יעצט גייט זי מיר וועלן מסביר זיין פארוואס.

קיינמאל קען מען נישט און טאר מען נישט דן זיין א נישט לעבעדיגער מענטש, ספעציעל פון א טויט-בריוו. צו דיזאגנירען א מענטש אלס מענטעל אומסטאביל איז אפילו שווער אויף א לעבעדיגער מענטש.
מאנטאג יולי 25, 2016 10:11 am#343407
מושב, דער רוצח אין דעם פאל איז די מאמע – whether you like it or not – און טאקע וועט ווערן געדענקט צו אן אייביגע שאנדע פארן אנטלויפן פון אירע קינדער, פון דער רבש"ע, און צום סוף, פון זיך אליין.

א מאמע וואס אנטלויפט פון אירע קינדער נישט ווייל זי האט נישט געוואלט קענען איר פרומע קינדער נאר פאר איר סעלפיש הנאת עולם הזה – אזוי ווי אירע קינדער האבן קלאר באשטעטיגט (אפילו דו ווילסט עס נישט הערן ווייל ס'וועט נישט טויגן צו דיין פרעדזעדיזם קעגן א פרומע איד) – קומט איר נישט קיין קאנטראל אויף אירע קינדער. מען זעט קלאר אז זי איז משוגע געווארן. וואס זענען די קינדער שולדיג אז אין די מאמע איז אריין א רוח שטות און זי איז אראפ פון זונען? אז דער קאורט האט גערעכט געגעבן דער טאטע – צו דיין באדויערן – איז פארשטענדליך אז דער טאטע איז אומשולדיג.

נאכאמאל, די קשר פון די מאמע מיט די קינדער זענען געווארן אפגעהאקט ווען די מאמע איז אנטלאפן פון זיי ווען זי איז אראפ פון זונען. די קינדער האבן דאס קלאר באשטעטיגט, צו דו גלייבסט צו נישט.

א סך מאל געשעט נאכ'ן געבורט פון א קינד אז די "בעבי-בלוז" דיפרעשן ציט זיך א לענגערע צייט ווי נארמאל. ס'קען מעגליך זיין אז דאס איז געווען ביי איר (און ביי אביבה) און זי האט נישט באקומען אדער נישט געוואלט נעמען די ריכטיגע מעדיקעשן דערפאר און ענדליך אינגאנצן משוגע געווארן.


ווען האט זי געשריבן איר צוואה? ווען זי איז נאך געווען פרום אדער ווען זי איז שוין אראפ פון זונען? די וואס האבן איר געהאלפן שרייבן דעם בוך האבן איר געדארפט צוריקהאלטן פון איר בייזוויליגע געדאנקען. אפשר זאל מען זיי באשולדיגן אין איר זעלבסטמארד?

שבת אחים, ווען איינער זעט ווי א מענטש האלט זיך ביי דערטרינקען ווערן, א נארמאלע מענטש וועט טון אלע פעולות אים צוריקצוהאלטן דערפון. דער חרדישן קאמיוניטי וואס זען א טאטע אדער מאמע דערטרינקען זיך רוחניות'דיג, וועלן טון אלע פעולות אין דער וועלט אז די קינדער זאלן נישט דערטרינקען מיט די עלטערן.

פארוואס ברענגסטו נאכאמאל אריין די גערער חסידות ווען איר אראפ פון דרך הישר האט בכלל נישט צו טון מיט גערער חסידות? הא ראיה, נישט אביבה, נישט דו און נישט מושב זענען געווען גערער. זעט אויס אראפצוגיין פון זונען האט גארנישט צו טון מיט זיין א גערער אדער אן אנדערע חסידות אדער לוטוואק אדער מזרחי.
מאנטאג יולי 25, 2016 10:34 am#343408
הקטן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך זעה באמת נישט וואס פארארא ווערט זאל האבן איינענס לעבען און זיין אייגען אויגן, אויב זעט ער זיך נישט מער וואו א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna
איינער וואס ווייסט נישט זיכער אויב ער איז אן עקסידענט אדער נישט' פארוואס זאל ער נישט זיין pro choice ?

דאס פארענפערט אפשר פארוואס מען טרעפט דאס אזוי אפט אין יענע גראפ

ס'איז היינט דא אסך בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן, און משפחה, זענען ציקריגט מיט זיי און ווילען זיי נישט קענען
ס'וואלט ווען געווען כדי צי זען אויב דארט טרעפט זיך אויך אזוי סך


שבת אחים האט געשריבן:דו זעהסט נישט די אויפטוה פון מיין סטייל לעבן און איך זעה נישט די אויפטוה פון דיין סטייל לעבן, יעצט טראכט א מינוט, ווער זאגט אז דיין גאנג איז גערעכט? ווייל דו זאגסט אזוי? אבער איך שריי דאך פונקט ווי דיר אז מיין סטייל לעבן מאכט מעהר סענס? ענטפערן שוין די אחרונים אויף דעם אז סאיז נישט דא אזא מציאות ווי א יעדער לעבט די זעלבע סטייל לעבן נאר ענדערש זאל יעדער אליינס אפמאכן וויאזוי ער וויל לעבן און לאזן אנדערע מענשטען אליינס מחליט זיין צי זיי גלייבן אין דעם צי נישט לקיים מה שנאמר Live and let live.


די נידון איז נישט וועמענס לייף סטייל איז גערעכט אדער נישט

מיין פוינט איז אז דער מאמין גלייבט אז זיין לעבן האט intrinsic value ער איז געקימען אויף דער וועלט פאר א תכלית, און מען דארף אים דא האבן, נישט קיין חילוק און וואספארא מצב ער זאל נאר זיין
ווידער דער וואס איז פארפארען פין דעם דרך גלייבט נישט אז ער איז דא פאר א ציל, ער האט נישט בעצם קיין ווערט

אויב ער וויל קען ער יעצט גיין זיכען עפעס אן אייגען געמאכטער מיניג אין לעבן צי פילען דעם void
פארדעם וועסטו זען אז דער עטיאיסט איז געווענליך פארנימען מיט ראטעווען דער וועלט, זאל דאס זיין קאמעניזעם אדער די גרין מאוומענט וכד'
מאכן מעדעטאציע צי ווערן איינס מיט דער בריאה, ער איז נישט באקוועם אין די אייגענע הויט, ער פילט עפעס פעלט - און ער איז גערעכט.

אבער ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום


יא! דיין לעבן איז ממש valuable דו לעבסט אויף די העכסטע מדריגה, דיין לעבן איז די מערסטע meaningful און האט א purpose, משא״כ אלע אנדערע דיעות און שיטות אויף דער וועלט איז ממש נישט צו פארשטיין- א לערע פוסטע לעבן אן קיין שום העכערס, דו שאקעלסט כאטשיג לולב און דו קלאפסט 10 דאללערדיגע הושענות און 300 דאללערדיגע אתרוגים, דרייסט כפרות אויף דיין קאפ, און עסט מצות אום פסח, אבער די גרין פארטי וואס וויל ראטעווען די וועלט און לעבן אין א נאטרוליכע געזונטע ענוויירמענט וואס ווייסן זיי פון א שבת קודש מיט א הייסע טעללער יוך מיט מצה באללס, געפילטע פיש און א וויזניצע מנוחה ושמחה? הא ??? וואס ווייסן זיי ??? נעבעך אויף די אפגעפארנע ליבעראלע אידן וואס האלטן אנדערש פון דיר.
מאנטאג יולי 25, 2016 11:01 am#343409
#intrinsic value והבן


אן עי סייד נאט
וואס שטיפט טאקע דער מענשהייט צי וועלן אויפטון אויף דער וועלט, ראטעווען די וועלט, לתקן עולם
קיען האבן אויך דעם דראנג?
מאנטאג יולי 25, 2016 11:10 am#343410
מאיר הערש האט געשריבן:מושב, דער רוצח אין דעם פאל איז די מאמע – whether you like it or not – און טאקע וועט ווערן געדענקט צו אן אייביגע שאנדע פארן אנטלויפן פון אירע קינדער, פון דער רבש"ע, און צום סוף, פון זיך אליין.

א מאמע וואס אנטלויפט פון אירע קינדער נישט ווייל זי האט נישט געוואלט קענען איר פרומע קינדער נאר פאר איר סעלפיש הנאת עולם הזה
– אזוי ווי אירע קינדער האבן קלאר באשטעטיגט (אפילו דו ווילסט עס נישט הערן ווייל ס'וועט נישט טויגן צו דיין פרעדזעדיזם קעגן א פרומע איד) – קומט איר נישט קיין קאנטראל אויף אירע קינדער. מען זעט קלאר אז זי איז משוגע געווארן. וואס זענען די קינדער שולדיג אז אין די מאמע איז אריין א רוח שטות און זי איז אראפ פון זונען? אז דער קאורט האט גערעכט געגעבן דער טאטע – צו דיין באדויערן – איז פארשטענדליך אז דער טאטע איז אומשולדיג.

מען זעט נאכאמאל און נאכאמאל אז די נעמסט די חוצפה צו רעדן אין א נושא -נישט צו די זאך- אן זיך נעמען די מיה אדורך צוליינען איר ביכל. עס איז אן עקל און א גרויל צו ליינען אזעלעכע תגובות.
ווער עס האט געליינט די ביכל האט נישט די קשיא. זי איז נישט אנטלויפן וועגן הנאת עולם הזה. זי איז אנטלויפן פון א מאן וואס איז געווען מאוס אויך איר נאכדעם וואס ער האט איר פאפלאנטערט און א עמאצינאלע טורמאל, און ועל כולם איר אוועקגענומען א יעדע רעגיליעזע סבה צו בלייבן מיט אים דורך איר אויפקלערן אז זי איז אסור צו וואוינען מיט אים ע"פ הלכה. און יא דורל דעם האט זי אויף פארלוירן איר אמונה אין אידישקייט.
מאנטאג יולי 25, 2016 11:39 am#343412
יתרו פארוואס האסטו ענדערש אפגעמאכט צו גלייבן די ווערסיע פון די נערוון קראנקע פרוי ווי איידער די ווערסיע פון די משפחה?
אין דער צייט וואס לכל הדיעות איז כאטש טייל זאכן פון איר ביך געפראווט געווארן אז דאס איז פאלש, און דאס ווארפט א ליכט אויף די איבריגע חלק צו גלייבן אז דאס איז פאלש
מאנטאג יולי 25, 2016 11:56 am#343420
אינטערסאנטער האט געשריבן:יתרו פארוואס האסטו ענדערש אפגעמאכט צו גלייבן די ווערסיע פון די נערוון קראנקע פרוי ווי איידער די ווערסיע פון די משפחה?
אין דער צייט וואס לכל הדיעות איז כאטש טייל זאכן פון איר ביך געפראווט געווארן אז דאס איז פאלש, און דאס ווארפט א ליכט אויף די איבריגע חלק צו גלייבן אז דאס איז פאלש

זייער גוט געזאגט. קורץ און שארף. צו בארשט דארף מען נישט קיין צעהן.
מאנטאג יולי 25, 2016 11:58 am#343421
יתרו האט געשריבן:מען זעט נאכאמאל און נאכאמאל אז די נעמסט די חוצפה צו רעדן אין א נושא -נישט צו די זאך- אן זיך נעמען די מיה אדורך צוליינען איר ביכל. עס איז אן עקל און א גרויל צו ליינען אזעלעכע תגובות.
ווער עס האט געליינט די ביכל האט נישט די קשיא. זי איז נישט אנטלויפן וועגן הנאת עולם הזה. זי איז אנטלויפן פון א מאן וואס איז געווען מאוס אויך איר נאכדעם וואס ער האט איר פאפלאנטערט און א עמאצינאלע טורמאל, און ועל כולם איר אוועקגענומען א יעדע רעגיליעזע סבה צו בלייבן מיט אים דורך איר אויפקלערן אז זי איז אסור צו וואוינען מיט אים ע"פ הלכה. און יא דורל דעם האט זי אויף פארלוירן איר אמונה אין אידישקייט.

אז דו גלייבסט דאס וואס דו שרייבסט האב איך דיר א בריק צו פארקויפן. אירע קינדער האבן אליין באשטעטיגט ווען און פארוואס זי איז אנטלאפן. ס'איז קלאר אז דאס ביכל איז נישט געשריבן געווארן דורך איר נאר דורך איינעם וואס האט פיינט חרדים און גערער חסידים בכלל.

אויב דו וואלסט געקלערט מיט א ביסעלע לאגיש און א טראפ פארשאנד, וואלסטו אין איין מינוט געזען מיט וועמען דו האנדלסט. א נארמאלע פרוי, טאמער איר מאן וואלט געטון דאס וואס זי שרייבט וואס איר מאן האט געטון אדער געוואלט זי זאל טון, וואלט זיכער געגאנגען צו א רב זיך שואל עצה זיין. צו וועמען איז זי געגאנגען? צו פרייע עלעמענטן. זעט מען דאך קלאר אז דאס גאנצע ביכל איז הויל ליגנט און נאר געמאכט פאר דער ציל צו ברעיוואשן נאיווע מענטשן און צו באשמוצן ערליכע אידן. זיי האבן טאקע געמיינט פאר אזעלעכע מענטשן ווי דו און דיין גלייכן און האבן געטראפן אין ציל.
מאנטאג יולי 25, 2016 12:14 pm#343423
אינטערסאנטער האט געשריבן:יתרו פארוואס האסטו ענדערש אפגעמאכט צו גלייבן די ווערסיע פון די נערוון קראנקע פרוי ווי איידער די ווערסיע פון די משפחה?
אין דער צייט וואס לכל הדיעות איז כאטש טייל זאכן פון איר ביך געפראווט געווארן אז דאס איז פאלש, און דאס ווארפט א ליכט אויף די איבריגע חלק צו גלייבן אז דאס איז פאלש

ס'קוקט אויס ווי מענטשן פארשטייען נישט וואס מען רעדט צו זיי.
איך רעד נישט דא וואס איך גלייב, איך האב סך הכל רעאגירט צו מאיר הערש'ס זינלאזע אטאקע כאילו עס איז א דבר פשוט אז זי איז אנטלאפן צוליב הנאת עולם הזה, אויך דעם האב איך רעאגירט אז לויט איר ווערסיע איז עס נישט אזוי, און עס האט נישט קיין פשט צו אטאקירן א פרוי ווען דו האסט ניטאמאל דורכגעליינט וואס זי זאגט.

מאיר הערש האט געשריבן:אז דו גלייבסט דאס וואס דו שרייבסט האב איך דיר א בריק צו פארקויפן. אירע קינדער האבן אליין באשטעטיגט ווען און פארוואס זי איז אנטלאפן. ס'איז קלאר אז דאס ביכל איז נישט געשריבן געווארן דורך איר נאר דורך איינעם וואס האט פיינט חרדים און גערער חסידים בכלל.

אויב דו וואלסט געקלערט מיט א ביסעלע לאגיש און א טראפ פארשאנד, וואלסטו אין איין מינוט געזען מיט וועמען דו האנדלסט. א נארמאלע פרוי, טאמער איר מאן וואלט געטון דאס וואס זי שרייבט וואס איר מאן האט געטון אדער געוואלט זי זאל טון, וואלט זיכער געגאנגען צו א רב זיך שואל עצה זיין. צו וועמען איז זי געגאנגען? צו פרייע עלעמענטן. זעט מען דאך קלאר אז דאס גאנצע ביכל איז הויל ליגנט און נאר געמאכט פאר דער ציל צו ברעיוואשן נאיווע מענטשן און צו באשמוצן ערליכע אידן. זיי האבן טאקע געמיינט פאר אזעלעכע מענטשן ווי דו און דיין גלייכן און האבן געטראפן אין ציל.

די קינדער וואס האבן אפגעהאקט מיט איר שפירן זיך שולדיג אין איר מארד האבן אליין באשטעטיגט... עס קאסט מיר א לאך.
חוץ מזה, וואס האבן זיי באשטעטיגט? אז איר מאן האט נישט געטוען מיט איר וואס זי באשולדיגט אים? קודם כל וואו און ווען האבן זיי דאס אפגעלייקנט? און צווייטענס ווי אזוי קענען זיי וויסן צו עס איז אמת צו נישט? לויט איר ווערסיע האט זי דירעקט זיי נישט דערציילט וואספארא קראנקע טאטע זיי האבן, כדי זיי נישט צוצושאקלען.

און בנוגע דיין לאגישע טענה זעט מען ווייטער אז דו האסט ניטאמאל געהערט איר ווערסיע און שרייסט ווי אן אומערצויגענע צאפ, אוודאי איז געווען א רב אינוואלווד פאר זי איז געווארן פריי, און דער רב האט איר געהייסן צוריקגיין, און זי איז צוריקגעגאנגען פאר ניין חדשים, צו א מאן פון וועם זי האט זיך שוין געעקלט, און זיך געפייניגט ווייל אפשר דאך וועט זי קענען שלום מאכן מיטן מצב.

און נאכאמאל, קלאר צו מאכן בנוגע ווער עס איז באגלייבט נעם איך נישט קיין צד דא, (הגם איך פערזענליך גלייב אסתר עטליסט למחצה ולשליש ולרביע, ווייל דער מאן האט נישט געהעריג אדרעסירט אירע טענות), איך זאג נאר אז די אלע וואס שרייען אזוי ווי דער מאיר הערש מיט א זיכערקייט אז זי איז די שולדיגע און א נערווען קראנקע, ברויכן זיך אליין אונטערזוכן.
מאנטאג יולי 25, 2016 1:02 pm#343429
יתרו, א פרוי וואס דארף די הילף פון פרייע און גויים צו שרייבן איר בוך, אנשטאט צו גיין צו אירע אידישע חבר'טעס און משפחה מיטגלידער, איז גענוג באווייז אז דאס גאנצע בוך איז הויל שטותים והבלים און נישט מער ווי צו באשמוצן איר מאן און חסידות. אפילו זי שרייבט אז זי איז געגאנגען צו א רב (באבקעס) איז דאס נישט מער ווי א גרויסע ליגנט. א נארמאלע אידישע פרוי וואס באקומט נישט קיין הילף פון א רב אדער רביצין אדער פון אן אנדערע כלל טוער זוכט איינעם וואס וועט איר יא העלפן און נישט גלייך לויפן צו א פאר פרייע און גויים. אז דו זעסט נישט ווי איר גאנצע אויפגעבויטע מעשה שטינקט פון אנהייב ביז'ן סוף דארפסט דו גיין צו א פסיכיאטער - אבער וואס שנעלער.
מאנטאג יולי 25, 2016 1:50 pm#343434
עס קוקט מיר אויס אז דו ביסט א טראלל, אנדערש האט נישט קיין פשט דיין ענטפערן שלא ממין הטענה און ניצן הפלא'דיגע לאגיק צו בויען דיינע הוכחות.
מאנטאג יולי 25, 2016 1:53 pm#343435
פרייוויליג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:פון איר ביכל זע איך מער פון אלס, אז זי איז געווען גייסטיש צורידערט. יעצט גייט זי מיר וועלן מסביר זיין פארוואס.

קיינמאל קען מען נישט און טאר מען נישט דן זיין א נישט לעבעדיגער מענטש, ספעציעל פון א טויט-בריוו. צו דיזאגנירען א מענטש אלס מענטעל אומסטאביל איז אפילו שווער אויף א לעבעדיגער מענטש.

קיינמאל קען מען נישט און טאר מען נישט דן זיין היטלער [א נישט לעבעדיגער מענטש], ספעציעל פון 'מיין קאמף'. צו דיאגנאזירן א מענטש אלס מענטל אומסטאביל איז אפילו שווער אויף א לעבעדיגער מענטש.

סארא שטותים מ'קען צומאל זאגן, נאכדערצו מיט אזא ברייטקייט.


אגב, איך האב נישט גע'פסק'נט לפי איר טויט בריוו, נאר לפי איר לענגערע ביכל, וואו זי האט מער פון אלעס זיך זעלבסט אויסגע'פסק'נט אלס מענטל אומסטאבילער פארשוין.
מאנטאג יולי 25, 2016 2:00 pm#343436
ממא נפשך, האט זי טאקע מיטגעמאכט, ווי ווייט באזעסן ערווארסטו זאל איר בריוו זיין? א קלוגע מענטש דארף קענען לערנען ווערטער און נישט ערווארטן אז דער טעקס זאל אים פיטערן.

איך וויל נישט חושש זיין בכשרים, אבער עס קוקט מיר אויס אז מיט דיין גאנצער שאופה צום אמת איז אבער ביי דיר דיפלאמאטיע גובר אויפן אמת.
מאנטאג יולי 25, 2016 2:10 pm#343437
שש משזר האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:פון איר ביכל זע איך מער פון אלס, אז זי איז געווען גייסטיש צורידערט. יעצט גייט זי מיר וועלן מסביר זיין פארוואס.

קיינמאל קען מען נישט און טאר מען נישט דן זיין א נישט לעבעדיגער מענטש, ספעציעל פון א טויט-בריוו. צו דיזאגנירען א מענטש אלס מענטעל אומסטאביל איז אפילו שווער אויף א לעבעדיגער מענטש.

קיינמאל קען מען נישט און טאר מען נישט דן זיין היטלער [א נישט לעבעדיגער מענטש], ספעציעל פון 'מיין קאמף'. צו דיאגנאזירן א מענטש אלס מענטל אומסטאביל איז אפילו שווער אויף א לעבעדיגער מענטש.

סארא שטותים מ'קען צומאל זאגן, נאכדערצו מיט אזא ברייטקייט.


אגב, איך האב נישט גע'פסק'נט לפי איר טויט בריוו, נאר לפי איר לענגערע ביכל, וואו זי האט מער פון אלעס זיך זעלבסט אויסגע'פסק'נט אלס מענטל אומסטאבילער פארשוין.

קודם כל, היטלער האט מען נישט דיזאגנירט מיט mental illness, נאר אלס א רשע עולמית וואס האט פיינט געהאט די מענטשהייט. און מען האט אים נישט געדארפט דן זיין, ווייל זיינע מעשים האבן גערעדט העכער זיינע מחשבות.

והשנית, איך האב גערעדט דייקא פון Mental illness וואס איז זייער זייער האקל, און מ'דארף זיין א פראפעסיאנאל צו קענען דאס דיזאגנירן. ווייל די חילוק פון משוגע ביז נארמאל איז...

און איך האב נישט געוויסט אז זי האט זיך משים עצמו געווען אלס א אומסטאבילער פארשוין, אינטערסאנט. אבער נאכאלס קען דאס זיין אלס רעזולטאט פון די אומדערטרעגליכע פרעשור פון די חרידים וואס האט איר געפירט צו די מסקנה.
מאנטאג יולי 25, 2016 2:25 pm#343441
דער יסוד הוכוח צווישן מאיר הערש וסיעתו און מושב וסיעתו איז, די רעכטן פון דעם סיסטעם )וואס מאיר הערש רופט גאטס פארכטיגקייט) קעגן די רעכטן פון א אינדעווידועל.

ביי מאיר הערש איז דער קרבן דער סיסטעם וואס איז בא׳עוולה׳ט געווארן דורך א הפקר מענטש וואס האט געוואלט ארויס ברענגען זיין אינדיווידואליטעט, און ביי מושב איז פארשטייט זיך פארקערט.

ביי מאיר הערש מעג מען שאקרענען אויפן חשבון פונעם אינדיווידועלן הפקר יונג, און ביי מושב אויפן חשבון פונעם אינקוויזיציע סיסטעם.

ביי מאיר הערש איז נישט וויכטוג צו שלמה איז באמת לטובת די סיסטעם אינטערעסן, ווייל דער עיקר איז דער קערעקטער וואס סימבאליזירט דעם טובת הסיסטעם, און פאר מושב דינט אסתי אלץ סימבאלישער קערעקטער לטובת החירות של היחיד, כאטש אין די מעשה ממש מוז נישט זיין אז זי איז די העלדערן פון פרייהייט.
מאנטאג יולי 25, 2016 2:38 pm#343443
יתרו, א ירא שמים לייענט נישט ביכער פון אפיקורסים און אפגעפארענע אידן. עס פארשטייט זיך אליין פארוואס.

אויב זי וואלט געשריבן איר ביכל פאר זי איז אפגעפארן, איז נאך דא וואס צו שמועסן. אבער אויב ס'איז געשריבן ווען מען איז שוין אין שאול תחתית, איז עס פשוט א בוך צו פארענטפערן איר גילטי-קאנשעס און פילינגס און מסביר זיין פארוואס זי איז "נעבעך געווען געצווינגען" צו טון איר שריט. מילא ביי איר איז עס א פערזענליכע פארענטפערונג, אבער דער עולם האט נישט קיין שום התחייבות אנצונעמען אירע ווערטער און געדאנקען פאר פעיס-וועליו.

איך וויל נאכאמאל באטאנען, פארוואס האבן אירע גוי'שע/פרייע פריינד וואס האבן געזען איר צוואה און פארשטאנען אז דאס איז אן הקדמה צו איר נעקסטע שרעקליכע שריט, פארוואס האבן זיי איר נישט צוריקגעהאלטן דאס אדורכצופירן, און פארוואס באשולדיגט מען זיי נישט? מיט אזעלכע גוטע פריינד, ווער דארף שונאים?
מאנטאג יולי 25, 2016 2:43 pm#343444
.
מאנטאג יולי 25, 2016 2:54 pm#343446
קומט א פרוי און טאנצט אין ים אריין שרייענדיג אז מען האט איר בארויבט אירע קינדער, גיט איינער א מאך מיט די הענט "נע, זי איז דאך פארריקט והא ראיה זי שרייט", און א צווייטער דרעק האט נאך די העזה צו האבן טענות פארוואס אירע חברים האבן איר נישט אפגעהאלטן פון שפרינגען. אז ווען אינקוויזיציע יסירים ווערט פארטייטשט אלץ פשוטער נערוון בראך דאן זענען אירע העלפערס גאר שילדיג.
מאנטאג יולי 25, 2016 3:02 pm#343450
און ביזדערווייל האט נאך קיין איינער נישט גענומען די מי אויפצעווייזן אז דער רציחה פון איר אפרייסן פון די קינדער האט עפעס א מענטשליכער תירוץ וואס לייגט זיך אויפן שכל מיט ערנסטע באווייזן (נישט מאיר הערשס פארטימלדע תירוצים).
מאנטאג יולי 25, 2016 3:12 pm#343453
קיינער איז נישט אינטרעסירט צו פירן ווייטער א ויכוח מיט דיר.
דו ביזט נישט דא אויף צו הערן און מקבל זיין, נאר אויף צו טריצן.
ווער זאל זיך וועלן מנדב זיין צוצוגיסן אויל צום צופייערטן פייערער?

אה, איך האב אקארשט געגאסן אויל. הייב אן צו פארפירן אנטקעגן מיר...

כאפ שוין אז מיט דיין סטיל שפראך, איגנארירט מען דיר פשוט.
מאנטאג יולי 25, 2016 3:16 pm#343454
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
ס'איז נאר סטייל? ער זאגט דאך גארנישט. מ'האלט אין איין פרעגען די זעלבע שאלה און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk