Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
258 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 433 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10648
פרייטאג יולי 15, 2016 8:18 am#342284
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
ס'האט מיר אויסגעקוקט אז דו לייגסט צו דעם טראגעדיע אלץ אן המשך צום אשכול'ס טייטל, ווי כאילו די חרידישע מלאכי חבלה האבן אוועקגעלייגט דא "נאך א קרבן.."
פרייטאג יולי 15, 2016 8:53 am#342285
קאווע טרינקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:בד"ה. נאך א קרבן ליידער.

נאך א קרבן פון? ווער האט אים געהרגט?

פוטסטעפס??? דראגס??? אבער א חרדי איז ער שוין נישט געווען און פון די "26 אידן פון די ארטאדאקסישטע קאמיונטי האבן קאמיטעט סואעסייד די לעצטע יאהר! " זענען זיי געווען געבוירענע חרדים אבער צום סוף בעסער געזאגט "עקס-חרדים" אדער אויף דראגס. בקיצור, די סטאטיסטקיס זענען ווייט פון אמת. אזוי ווי מען וואלט געזאגט אז דוד גרין, בעסער געקענט אלס דוד בן-גוריון איז געווען א חרדי ווייל ער איז געבוירן חרדי.
פרייטאג יולי 15, 2016 8:55 am#342286
נישט ממש.
פרייטאג יולי 15, 2016 8:56 am#342287
moshav zekeinim האט געשריבן:קיינער האט אים נישט געהארגעט, אבער די חרדישע געזעלשאפט איז פון די געזעלשאפטן מיט א רעלאטיוו הויכער זעלבסמארד ראטע.

דאס קען נישט זיין ווייטער פונ'ם אמת. ווייל די פאקטן ווייזן אז רובא דרובא וואס נעמען זיך זייער לעבן זענען די וואס האבן אפגעלאזט אידישקייט בכלל אדער דאס חרדישע לעבן בפרט. דער אינגערמאן ל"ע איז נאך א באווייז. אז דו ווייסט אנדערש, ווייז אויף. אין ק"ש (ווי אויך אנדערע "היימישע" סייטס) האט מען א ספעציעלע הנאה צו באשמוצן חרדים מיט ליגנט און באבקעס.
זיך דערווייטערן פון משפחה און גוטע פריינד, ווי אויך דאס שטארקע בענקעניש בפנימיות הלב נאך די אלטע ווארעמע לעבן שטייגער וואס זיי האבן נישט היינט, ברענקט זיי צו א שברון לב, הארצווייטאג און דיפרעשן. ווי שלמה המלך זאגט 'תוחלת ממשכה מחלה לב'. פאר זיי צו מאכן א u-turn און צוריקגיין צו זייער roots איז זייער שווער. ממילא, פון גרויס עגמת נפש פילן זיי נישט קיין טעם אין לעבן...
פרייטאג יולי 15, 2016 8:56 am#342288
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
מאיר הערש, קענסט שרייבן וואס דו ווילסט, אבער ביטע, פליז, quote מיך נישט אין דיינע תגובות.
פרייטאג יולי 15, 2016 8:57 am#342289
איך אויך האט געשריבן:נישט ממש.

צו וועמען רעאגירסטו?
פרייטאג יולי 15, 2016 8:58 am#342290
קאווע טרינקער האט געשריבן:מאיר הערש, קענסט שרייבן וואס דו ווילסט, אבער ביטע, פליז, quote מיך נישט אין דיינע תגובות.

שרייב נישט וועל איך דיך נישט רעדאגירן.
אז דו ווילסט נאר הערן פון אטד'ס, שרייב זיי פריוואט.
פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am#342304
מאיר הערש האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:בד"ה. נאך א קרבן ליידער.

נאך א קרבן פון? ווער האט אים געהרגט?

פוטסטעפס??? דראגס??? אבער א חרדי איז ער שוין נישט געווען און פון די "26 אידן פון די ארטאדאקסישטע קאמיונטי האבן קאמיטעט סואעסייד די לעצטע יאהר! " זענען זיי געווען געבוירענע חרדים אבער צום סוף בעסער געזאגט "עקס-חרדים" אדער אויף דראגס. בקיצור, די סטאטיסטקיס זענען ווייט פון אמת. אזוי ווי מען וואלט געזאגט אז דוד גרין, בעסער געקענט אלס דוד בן-גוריון איז געווען א חרדי ווייל ער איז געבוירן חרדי.


עד כאן! ער איז געוועהן א פולשטענדיגע חרדי! געהאלטן שבת און געגעסן כשר! ווייל ער איז נישט געגעאנגען מיט די זעלבע לאנגע גאטשעס ווי דיר מיינט נאכנישט אז ער איז נישט קיין חרדי,

מאיר הערש קוקסט אויס צו זיין זייער א פרומע איד, וואס איז מיט מדבר שקר תרחק? מיט דעם האסטו נישט קיין פראבלעם?
זונטאג יולי 17, 2016 9:07 am#342431
אמת, ער איז "געווען" א חרדי אבער שפעטער האט ער דאס אפגעלאזט. נישט יעדע שומר שבת איז א חרדי, ווי ס'איז באוואוסט. פרעג דיך נאך וועסטו אליין געוואויר ווערן.
זונטאג יולי 17, 2016 10:38 am#342444
נישט יעדע שומר שבת איז א חרדי?
לויט דיינע תורות לאקשן אז איינער גייט מיט לינקס אויף רעכטעס העמעדער איז ער א גוי אדער א פשוטע רחמנות?

אזויפיל שטותים צורעדן אויפאיינמאל ??
זונטאג יולי 17, 2016 11:25 am#342450
לויט דיר זענען די מזרחי, דתי לאומי, modern orthodox, און open orthodox חרדים ווייל זיי זענען דאך שומר שבת :roll: זעט אויס ביסט שוין צו לאנג פארקראכן צו וויסן דער חילוק.
זונטאג יולי 17, 2016 11:29 am#342452
פאר אונז גייען ווייטער מיט די שמועס וויל איך אייך פרעגן א פשוטע קשיא, איר האט געקענט דעם נפטר ע"ה?
זונטאג יולי 17, 2016 11:35 am#342454
איך וויל פארשטיין וואס הייטסט ביי דיר חרדי? לויט דיין אפטייטש פון א חרדי, אויב שרולי שטיין וועט ווערן א שומר שבת אין דער מצב ווי ער איז יעצט, איז ער אויך א חרדי?
זונטאג יולי 17, 2016 11:36 am#342455
-
זונטאג יולי 17, 2016 11:36 am#342456
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
ר' מאיר הערש איר האט א ראונג דעפינישן אויף די ווארט חרדי.
דאס איז די גאנצע דין ודברים דא
זונטאג יולי 17, 2016 11:36 am#342457
ואס הייסט ביי דיר חרדי? לויט דיין אפטייטש פון א חרדי, אויב שרולי שטיין וועט ווערן א שומר שבת אין דער מצב ווי ער איז יעצט, איז ער אויך א חרדי?
זונטאג יולי 17, 2016 11:56 am#342461
ווי קומט דא אריין שרולי שטיין? דער נפטר איז געוועהן א פולשטענדיגע שומר תורה ומצות און געגעלייבט אין גאט, שרולי שטיין גלייבט דאך נישט.
זונטאג יולי 17, 2016 11:58 am#342462
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
מאיר הערש האט געשריבן:ואס הייסט ביי דיר חרדי? לויט דיין אפטייטש פון א חרדי, אויב שרולי שטיין וועט ווערן א שומר שבת אין דער מצב ווי ער איז יעצט, איז ער אויך א חרדי?

וואס מיינט ביי דיר א חרדי?
זונטאג יולי 17, 2016 12:16 pm#342464
שבת אחים האט געשריבן:ווי קומט דא אריין שרולי שטיין? דער נפטר איז געוועהן א פולשטענדיגע שומר תורה ומצות און געגעלייבט אין גאט, שרולי שטיין גלייבט דאך נישט.

אה, יעצט פארשטיי איך שוין קלאר ווי ס'קען מעגליך זיין אז 26 "חרדישע" אידן האבן זיך גענומען זייער לעבן דאס יאר. אוודאי, אויב מען רעכנט אריין אינ'ם "חרדישן ציבור" אלע, אלע שומר שבת, ווי מאדערנע, מזרחי, דתי לאומי, modern orthodox, און open orthodox, קען טאקע זיין 26 (אבער רובא דרובא זענען פארט נישט געווען שומר תורה ומצוות).

אבער לידיעתך, חרדישע אידן בכלל ווי אויך אין זייער צייטונגען טון נישט אריינרעכענען די דערמאנטע גרופעס צווישן "חרדישע אידנטום" אפילו זענען שומר שבת. וועגן דעם האבן מיר זיך נישט פארשטאנען.
זונטאג יולי 17, 2016 12:20 pm#342466
איים סארי פאר זיך אריין מישען... אבער איך מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושפארן דעם מאיר הערש'ן, מ'טוט דא גארנישט אויף מיט די וויכוחים ס'איז סתם א צייט אנברענגעניש ווען מ'וואלט געקענט דיסקאסירן אביסעלע מער נוצבארע ענינים. דאס איז שוין חוץ המעשה וואס ער שפילט זיך דא מיט געפילן פון די מענטשהייט ווען ס'איז עכט א סעד סיטואציע און עלטערן פון געוויסע א.ט.ד'ס זענען זייער באזארגט פאר די וואולזיין פון זייער קינד. איך אליין קען חאטש איין א.ט.ד. וואס איז געווען זייער נאנט מיט דעם נפטר און ס'איבריג צו זאגן ווי אזוי יענער דרייט זיך יעצט ארום, און דאס מאכט בכלל נישט צופיל רואיגער די עלטערן וואס ווייסן נישט מה יוולד יום!
זונטאג יולי 17, 2016 12:29 pm#342467
בן אדם האט געשריבן:איים סארי פאר זיך אריין מישען... אבער איך מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושפארן דעם מאיר הערש'ן, מ'טוט דא גארנישט אויף מיט די וויכוחים ס'איז סתם א צייט אנברענגעניש ווען מ'וואלט געקענט דיסקאסירן אביסעלע מער נוצבארע ענינים. דאס איז שוין חוץ המעשה וואס ער שפילט זיך דא מיט געפילן פון די מענטשהייט ווען ס'איז עכט א סעד סיטואציע און עלטערן פון געוויסע א.ט.ד'ס זענען זייער באזארגט פאר די וואולזיין פון זייער קינד. איך אליין קען חאטש איין א.ט.ד. וואס איז געווען זייער נאנט מיט דעם נפטר און ס'איבריג צו זאגן ווי אזוי יענער דרייט זיך יעצט ארום, און דאס מאכט בכלל נישט צופיל רואיגער די עלטערן וואס ווייסן נישט מה יוולד יום!

און וואס גענוי האט דאס צו טון מאיר הערש? איז מאיר הערש שולדיג אז זייערע קינדער זענען אטד'ס? איז מאיר הערש שולדיג אז דער נפטר איז געווען א חבר מיט אן אטד?
בקיצור, דו זאגסט מאיר הערש דארף מען אויסשפארן ווייל ער רעדט צו פיל אמת און דער אמת טוט וויי און היינטיגע צייטן טאר מען דאס נישט. בעסער לאזן שרייבן באבקעס, סייענטיפיק פיקשן און כפירה אדער בארדערליין כפירה. אבי נישט קיין אמת און תורת משה כנתינתן מסיני.
זונטאג יולי 17, 2016 1:03 pm#342472
ווען א מענטש איז אויפגעוואקסען ביי אונז, געגעסען קאשע מיט אונז, זיך געוויגט אין מקוה מיט אונז, און דערנאך קומט איהם אזעלכע לעבענ'ס שמערצען ביז ער נעמט זיך דאס לעבען, האט עס א שייכות מיט אונז. ווען אונטערוועגענ'ס שטאפט ער אפ א באזוך ביים א.ט.ד. סטאנציע, נעמט עס נישט צו אונזער אחריות פאר וואס איז געשען צו איהם.
ווען מ'קען אויפווייזען אז ס'האט נישט מיט'ן געזעלשאפט, איז עס אפשר א תירוץ, מ'דארף זע'ען צו ס'איז אזוי. אבער דאס אז אויפ'ן וועג זענען די מענטשען געווארען מאדערן, פריי, ציוניש, ליטוויש צו האמאסעקסועל איז בכלל נישט קיין תירוץ אויפ'ן געזעלשאפט.

איך ווייס נישט צו דער געזעלשאפט איז שולדיג פאר אן אויסנאם, מ'דארף וויסען צו די ציפער'ן זענען טאקע מער ווי דער אלגעמיינע געמיינדע, אבער ווען יא, איז עס כאמור.
זונטאג יולי 17, 2016 1:31 pm#342479
זאגסטו אז אלע וואס האבן זיך גענומען דער לעבן און אפילו אז זיי זענען געווארן אטס בלייבט עס לעולם ועד א פלעק אויפ'ן חרדישן אידנטום? לויט דיין מיינונג, ווען ווערט מען אויס חרדי?
זונטאג יולי 17, 2016 1:32 pm#342481
ווען די השפעות גייען אוועק, גאנץ פשוט
זונטאג יולי 17, 2016 1:34 pm#342483
וואס מיינסטו דערמיט?
זונטאג יולי 17, 2016 2:28 pm#342501
בן אדם האט געשריבן:איים סארי פאר זיך אריין מישען... אבער איך מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושפארן דעם מאיר הערש'ן, מ'טוט דא גארנישט אויף מיט די וויכוחים ס'איז סתם א צייט אנברענגעניש ווען מ'וואלט געקענט דיסקאסירן אביסעלע מער נוצבארע ענינים. דאס איז שוין חוץ המעשה וואס ער שפילט זיך דא מיט געפילן פון די מענטשהייט ווען ס'איז עכט א סעד סיטואציע און עלטערן פון געוויסע א.ט.ד'ס זענען זייער באזארגט פאר די וואולזיין פון זייער קינד. איך אליין קען חאטש איין א.ט.ד. וואס איז געווען זייער נאנט מיט דעם נפטר און ס'איבריג צו זאגן ווי אזוי יענער דרייט זיך יעצט ארום, און דאס מאכט בכלל נישט צופיל רואיגער די עלטערן וואס ווייסן נישט מה יוולד יום!

אין אמת'ן ביסטו גערעכט. מען דארף רעדן, דיסקוטירן, טרעפן וועגן, עצות און סגולות ווי אזוי צו אפהיטן דער עולם פון דעם אטד עפידעמיק.
איך האב געהערט אז זאגן די 13 אני מאמין'ס ערליכערהייט יעדן טאג איז א סגולה. אפשר ווייסט איינער פון אנדערע סגולות וואס זאל נישט אפקומען צו שווער פאר קינדער און משפחה צו טון, חוץ פון די מאמע'ס טרערן ביי ליכט צינדן?

איך האב אויך געהערט א געוואלדיגע ווארט און סגולה בשם דער הייליגער רוזשינער זצוק"ל. ער האט געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט דאס אידישקייט הענגען אויף א האר. (מען זעט דאס ממש בחוש.) זיין עצה איז געווען אז מען זאל זיך צוזאמענקומען, ספעציעל שבת און יום טוב, און דערציילן סיפורי צדיקים ווייל דאס וועט שטארקן די אמונה.
מאנטאג יולי 18, 2016 11:33 pm#342753
מען דארף נישט אויסשפארן מאיר הערש, די דארפסט ענדערש זיך מחזק זיין צו הערן אמאל אן אמת'ע ווארט אפילו עס טוט דיר וויי, פארפאלן, דער אמת שטעכט.
דינסטאג יולי 19, 2016 12:41 am#342765
פון וואנעט ווייסטו וואס דער אמת איז? מאיר הערש ניצט די טיפיקל שוואנץ חרידי'שער שפראך, וואס פארמאגט אין זיך גארנישט אויסער אביוז.
דינסטאג יולי 19, 2016 12:46 am#342766
מאיר הערש האט די אומפארשעמטקייט צו רעדן אזא לאנגווייליגער חדר שפראך צו ערוואקסענע אינטעליגענטע מענטשן, דאס איז נישט מער ווי חוצפה און עזות.
דינסטאג יולי 19, 2016 5:36 am#342780
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
ניין, דאס איז זיין מיינונג. אזוי פארשטייט ער. טאמער דו פארשטייסט אנדעריש, שרייב דיינס.
א פארשידענהייט פון מיינונגען איז אונזער שטאלץ

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג יולי 19, 2016 9:50 am#342794
איך ווייס נישט וואס איז געווען אין זיין הארץ - יא אטד נישט אטד, איך האב אים נישט געקענט
זיינע חבירים ביי די לויה מאכט שווער צו זאגן אז נישט

דאס איז אמאל זיכער ס'איז אן אבדה פאר כלל ישראל
דינסטאג יולי 19, 2016 10:44 pm#342914
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
The question is why it happens not when it happens. Becoming OTD just makes the qustion bigger it's not an answer to this epidemic. If 26 young individuals growing up in the Frum community took their life we need big Pishpish Hamasim

Sent from my SM-G935V using Tapatalk
מיטוואך יולי 20, 2016 1:44 am#342920
הקטן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז געווען אין זיין הארץ - יא אטד נישט אטד, איך האב אים נישט געקענט
זיינע חבירים ביי די לויה מאכט שווער צו זאגן אז נישט

דאס איז אמאל זיכער ס'איז אן אבדה פאר כלל ישראל


זיינע חברים זענען געוועהן מעהר טונא בייגל געשטימט נישט קיין אט״ד. און חוץ מזה מעגסטוך אויסלערנען אז מ׳מעסט נישט קיין מענטש׳ס רעליגע סטאטוס געבעיסט אויף זיינע חברים, סאיז דא גענוג און נאך פרומע מענטשען וואס האבן אסאך חברים וואס זענען אט״ד- מיינט נאכנישט אז זיי זענען נישט רעליגעז. לכאורה איז עני ווען א שאד צורעדן מיט דיר אין די סובדזשעקט ווייל לויט דיין שרייבן זעהט מען ווי שטארק בייעס און איינזייטיג דו ביסט, אבער אולי ירחם.

טוה דיר אליינס א טובה און ענטפער יעצט גארנישט וועגן עוועלאושען כדרכך בקודש, ס׳קומט פשוט נישט אריין יעצט אין די שמועס.
מיטוואך יולי 20, 2016 6:53 am#342925
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
און אפשר האט ער אויך עיוואלווד?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך יולי 20, 2016 8:37 am#342931
moshav zekeinim האט געשריבן:מאיר הערש האט די אומפארשעמטקייט צו רעדן אזא לאנגווייליגער חדר שפראך צו ערוואקסענע אינטעליגענטע מענטשן, דאס איז נישט מער ווי חוצפה און עזות.

היינט איז מען אן אינטעליגענטע מענטש אויב מען באשיצט פארברעכערס, אטד'ס, וכו'; פאר טערארירסטן האבן זיי אן אינטעלעגענטע נאמען: "פרידאם פייטערס"; און טאמער מען האלט אז מען קומט פון מאנקיס הייסט מען א פארגעשריטענע מענטש.

און ווער זאגט ק"ש איז געמאכט פאר אינטעליגענטע מענטשן? אינטעליגענטע מענטשן גיין נישט טרינקען קאווע אין א פארצייטישע קאווע שטיבל; זיי גיין אין א קאפפע הויז. קאווע שטיבלעך געפינט מען אין חסידישע בתי מדרשים - נעבן די מקוה. דארט ווי אינטעליגענטע מענטשן דרייען זיך איז נישט דא קיין קאווע שטיבל. פאר אלע וואס האלטן זיך פאר אינטעליגענטע מענטשן דארף מען מאכן א נייעם סייט מיט'ן פאסיגע נאמען "קאפפע הויז" אדער עפעס אז מען זאל דערקענען אז מען רעדט דא פון בעסערע מענטשן. בעסער, מיט וואס???


ביג באס, די עפידעמיק איז אטד בכבודו ובעצמו. זעלבסטמארד איז רוב מאל א תוצאה דערפון.


שבת אחים, שלמה המלך זאגט אין משלי (יג:כ): הולך את חכמים, יחכם; ורועה כסילים, ירוע.
ווי דאס שפרעכווארט אין ענגליש:
Show me who your friends are and I’ll tell you who you are
אמור לי מי הם חבריך ואומר לך מי אתה.
בבבא קמא (צב ב) כתוב: א"ל רבא לרבה בר מרי, מנא הא מילתא דאמרי אינשי: מטייל ואזיל דיקלא בישא גבי קינא דשרכי? אמר ליה: דבר זה כתוב בתורה, שנוי בנביאים, ומשולש בכתובים, ותנן במתניתין, ותנינא בברייתא. כתוב בתורה, דכתיב: בראשית כ"ח וילך עשו אל ישמעאל, שנוי בנביאים, דכתיב: שופטים י"א ויתלקטו אל יפתח אנשים רקים ויהיו עמו; ומשולש בכתובים, דכתיב: בן סירא י"ג כל עוף למינו ישכון ובני אדם לדומה לו; תנן במתני': כל המחובר לטמא - טמא, כל המחובר לטהור - טהור; ותנינא בברייתא, רבי אליעזר אומר: לא לחנם הלך זרזיר אצל עורב אלא מפני שהוא מינו.
מיטוואך יולי 20, 2016 9:11 am#342932
גיט מארגן יונה! א גיטן איינשפריץ וואלט געוועהן א תיקון עולם.
מיטוואך יולי 20, 2016 1:49 pm#342986
moshav zekeinim האט געשריבן:קיינער האט אים נישט געהארגעט, אבער די חרדישע געזעלשאפט איז פון די געזעלשאפטן מיט א רעלאטיוו הויכער זעלבסמארד ראטע.

ס'איז נישט אינטערסאנט צו דעבאטירן אויף וואס דו באזירסט דיין אויסגעזויגענעם סטאטיסטיק. אבער לויט דיין הנחה איז מיר זייער שווער צו פארשטיין פארוואס קומען פאר רוב סועסיידס ביי די נושרים, און נישט ביי די וואס לעבן נאך אונטער דעם אזוי-גערופענעם חרידישן רעזשים ? אפשר שעמען זיי זיך צו באגיין סועסייד ?
מיטוואך יולי 20, 2016 3:20 pm#342993
נושרים זענען געבוירענע חרדים, און באגייען ע"פ זעלבסמארד וועגן זייער חרדישער עבר. איבריגנס, דער פראצענט זעלבסמארד ביי די נישט אפגעפארענע חרדים איז א סך העכער ווי דו מיינסט. איך האב שוין געעפנט אן אשכול וועגן דעם ("נפילות ומיתות נשוקות ביי חרדים') און דאס איז אראפ געריסן געווארן. די היימישע זעלבסמארדן ווערן פארוואסערט.

א מיטעלע ראטע פון זעלבסמארד איז הונדערט מענטשן פער מיליאן א יאר. עקסטרעמע נאכגעלאזטקייט אין יסודות החיים וואס איז גורם טויט ווערט נכלל אין זעלבסמארד.

דער חרדישע עולם ציילט היימט בערך א מיליאן. און ליידער זענען פארגעקומען ביי כל החרדים למינהם (אריין גערעכנט נושרים) היפש מער פון הונדערט זעלבסמארד פער יאר במשך די לעצטע יארן.

און דאס איז בלויז וואס מען האט מצליח געווען אויפצודעקן פון דעם קאמיונעטי וואס פראבירט אלעס צו פארדעקן.

יעדער ווייסט וואס פאר א אומדערטרעגליכע צרות מענטשן מאכן מיט צוליב דאס חרדישע שטייפקייט און איגנאראנץ.

טא, וואס איז בכלל דער חידוש אז דער זעלבסמארד ראטע דא זאל זיין הויעך?

איי מען רעדט נישט דערפון? נו, יעדער איינער ווייסא דאך ווי ווייט דער געזעלשאפט פראבירט צו פארדעקן אומאיינגענעמען אינצידענטן ביי זיי, און ספעציעל זעלבסמארד, און ספעציעל ווען דער זעלבסמארד איז פארגעקומען א דאנק זייער אונטערדרוקונג.
מיטוואך יולי 20, 2016 3:22 pm#342994
moshav zekeinim האט געשריבן:נושרים זענען געבוירענע חרדים, און באגייען ע"פ זעלבסמארד וועגן זייער חרדישער עבר.


אדער צוליב זייער סעקולארער הווה.....
מיטוואך יולי 20, 2016 3:30 pm#342995
א סעקולערער הוה מיינט אז מען פארמאגט סעקולערע עלטערן, ברודערס, און עדזשיקעישן. טאמער נישט הייסן זיי נישט "סעקולארע" נאר "נושרים", און א נושר איז איינער וועמענס ווארצלען עס געפונען זיך ביי זיין חרדישער עבר, און צוליבן זיך אפרייסן פון די ווארצלען איז ער אליין אליין פארלוירן אינגאנצן.
מיטוואך יולי 20, 2016 3:44 pm#342996
אדרבא, טאמער וואלט איך געהערט אז די זעלבסמארד ראטע ביי אזעלעכע אטד וועלעכע האבן איבערגעלאזט חרדיזם צוזאמען מיט זייער משפחה איז הויעך, אדער אפילו עס זאל זיין הויעך ביי סתם מצלח'דיגע אטד, אדער סתם חילונים אין שיינע קלענערע קאמיונעטיס, דאן וואלט אפשר געווען א מקום צו קלערן אז חילוניות האט א גרעסערער השפעה אויף זעלבסמארד ווי חרידישע אונטערדרוקונג.
מיטוואך יולי 20, 2016 3:54 pm#342999
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
איז ווייל דו האסט אפגעמאכט אז עס איז דא זעלבסטמארדן נאר מ'פארוואסערט עס, וועגן דעם איז די ראטע גרויס, ביי די חרדישע עולם.
מהיכן דנתנו, האסט פאקטישע ראיות און פרוף אויף דעם ליילעך וואס דו פרובירסט צו ארויפלייגן? אז מ'פארוואסערט זעלבסטמארדן?
מיטוואך יולי 20, 2016 4:10 pm#343001
איך האב שוין מאריך געווען אין דעם אשכול פון נפילות ומיתות נשיקות ביי חרדים. עס איז אנטשטאנען א גרויסע קעגנערשאפט צו מיינע רעפערענצן דארטן, וואס צייגט נאכאמאל ווי ווייט די היימישער עולם, אפילו רעלאטיוו אפענע קעפ, ווילן נישט מען זאל ארויפברענגען דעם פלעק אויפן מי כעמך ישראל.
מיטוואך יולי 20, 2016 4:46 pm#343006
moshav zekeinim האט געשריבן:דער פראצענט זעלבסמארד ביי די נישט אפגעפארענע חרדים איז א סך העכער ווי דו מיינסט.

הגם ס'איז לכאורה נישט אמת וויאזוי דו לייגסט עס אראפ אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף האלטן א וואכזאם אויג אויף פרומע פונקט ווי נושרים, בפרט נאך וואס ס'האט זיך יעצט קלאר ארויסגעוויזן ביי די פאל פון י.ק. ע"ה
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות. אמן
מיטוואך יולי 20, 2016 5:29 pm#343012
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
מושב זקנים, האסט געברענגט מעשה'לעך, נישט קלארער ציפער'ן. דו האסט מחליט געווען אז יעדער טראגעדיע איז זעלבסט מארד, און אפילו אזוי האסטו קיין הונדרעט נישט געהאט און ניטאמאל פופציג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך יולי 20, 2016 6:06 pm#343017
מושב זקנים, פאקטן איז איין זאך און aspiration מיט פאנטאזיעס א צווייטע זאך. פון די נעמען וואס קומען אפיר פון רוב זעלבסמארד ווייזט זיך ארויס א קלארע בילד צו וואס פארא גרופע they belong. די מציאות איז אז רוב זענען טאקע מלפנים געווען חרדים אבער בשעת באגיין זעלבסטמארד זענען זיי געווען עקס-חרדים.

און פארוואס מען האט אראפגענומען דיין אשכול איז נישט ווייל מען וויל עפעס פארוואסערן אזוי ווי דו טענה'סט נאר פשוט ווייל ס'איז געווען לעכערליך מיט הויל פאנטאזיעס נישט מער ווי דייi הארץ באגערן צו מאכן אויסזען אז חרדים האבן א גרויסע ראטע פון זעלבסטמארד ל"ע. ס'איז א פאקט וואס אלע ווייסן און דאקטורים ווייסן דאס הערשט אז ווי מער רעליגיעז מען איז, איז מען מער בשמחה און ווייניגער זעלבסטמארד.
מיטוואך יולי 20, 2016 6:52 pm#343022
א איד האט געשריבן:איז ווייל דו האסט אפגעמאכט אז עס איז דא זעלבסטמארדן נאר מ'פארוואסערט עס, וועגן דעם איז די ראטע גרויס, ביי די חרדישע עולם.
מהיכן דנתנו, האסט פאקטישע ראיות און פרוף אויף דעם ליילעך וואס דו פרובירסט צו ארויפלייגן? אז מ'פארוואסערט זעלבסטמארדן?


איך ווייס פון אפאר פעללער ווי מ׳האט פארדרייט די מעשה, נישט אייביג איז עס בכדי שיעשו אבער אויב מ׳קען וועט עס הצלה טוען , אין די פרומע קאמיונטי איז די סאועסייד ראטע פונקט אזוי הויך ווי ביי אטד״ס אדער נאך העכער! אדרבה מאך א ליסטע און צייל די מענטשען וועסטו זעהן פאר דיר אליינס, סאועסייד קומט פון דיפרעסיע אלץ א געבורט פעלער און אפילו אז א מענטש האט כל טוב וטוב קען מען נאך אלץ זיין טויט דיפרעסט ווייל מאיז קלינקלי דיפרעיסט, אוואדי נישט יעדער וואס נעמט זיך דאס לעבן איז עס א מטרה פון קלינקעל דיפרעישאון ס׳קען אויך זיין situational, און ביי אטד״ס איז אסאך מעהר שייך אז זיי זאלן צו קומען צו אזא מצב און סאיז אסאך מעהר פארשטענדליך אז איינער וואס פארלירט זיין סביבה, קאמיונטי, חברים, משפחה, קינדער, עלטערן, מיט אסאך resistance פון די קאמיונטי, משא״כ אינערהאלב די פרומע קאמיונטי ווי יעדער לעקט דאך האניג וואלטן דאך די פראצענטען געדארפט זיין אסאך ווייניגער.
מיטוואך יולי 20, 2016 7:30 pm#343029
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
פלוצלונג זענען אנעקדאטען א ראיה?!
איך זעי נישט, ווי מאיר הערש, אז אן א.ט.ד.'ס זעלבסטמארד איז נישט קיין אחריות הציבור. ער קומט פון אונזער חינוך און מיר האבען געהאט א שייכות מיט זיין גליטשען.
איך זעי אבער נישט אז ס'האלט ביי אזעלכע הויכע שטאפלען אז דער סיסטעם זאל זיך געבען א טרייסטעל. א ווייטאג, יא, אבער א פירכא, זעי איך נאך נישט

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך יולי 20, 2016 8:35 pm#343033
שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז געווען אין זיין הארץ - יא אטד נישט אטד, איך האב אים נישט געקענט
זיינע חבירים ביי די לויה מאכט שווער צו זאגן אז נישט

דאס איז אמאל זיכער ס'איז אן אבדה פאר כלל ישראל


זיינע חברים זענען געוועהן מעהר טונא בייגל געשטימט נישט קיין אט״ד. און חוץ מזה מעגסטוך אויסלערנען אז מ׳מעסט נישט קיין מענטש׳ס רעליגע סטאטוס געבעיסט אויף זיינע חברים, סאיז דא גענוג און נאך פרומע מענטשען וואס האבן אסאך חברים וואס זענען אט״ד- מיינט נאכנישט אז זיי זענען נישט רעליגעז. לכאורה איז עני ווען א שאד צורעדן מיט דיר אין די סובדזשעקט ווייל לויט דיין שרייבן זעהט מען ווי שטארק בייעס און איינזייטיג דו ביסט, אבער אולי ירחם.

טוה דיר אליינס א טובה און ענטפער יעצט גארנישט וועגן עוועלאושען כדרכך בקודש, ס׳קומט פשוט נישט אריין יעצט אין די שמועס.


העי, איך בין אן עקסידענט
דו ביסט אן עקסידענט
דער לעצטער אטד וואס האט נאכן זיך גענעמען זיין נשמה מזמן, יעצט אויך זיך גענימען זיין גוף, איז אויך נישט מער וואו אן עקסידענט, א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna

וואט דעי העק
ניפטער פיפטער, אבי מ'לעבט

ביי די לויה איז געווון א געוואלד מיט טונא בייגל געשטימט וואו אזוי דו ריפסט דאס (אנע קאפלעך) - קען זיין ער האט געטון אין קירוב
מיטוואך יולי 20, 2016 9:20 pm#343038
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מושב זקנים, האסט געברענגט מעשה'לעך, נישט קלארער ציפער'ן. דו האסט מחליט געווען אז יעדער טראגעדיע איז זעלבסט מארד, און אפילו אזוי האסטו קיין הונדרעט נישט געהאט און ניטאמאל פופציג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


איך פארשטיי דיר נישט, מען האט דאך מיר אפגעשפארט דעם אשכול נאך פאר איך האב געהאט א געלעגנהייט צו ברענגען א גרויסער ליסטע. און אפילו די דרייסיג וואס האב געברענגט פון די לעצטע יארן ממקורות שונים האט מען דאך מיר אראפ געריסן און נישט געגלייבט.?!