Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
258 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 433 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10648
מיטוואך יולי 20, 2016 9:26 pm#343039
קיין איינער פון זיי האסטו נישט געוויזען אז ס'איז געווען זעלבסטמארד. אז איינער פאלט פון א באלקאן אין בת ים, מיינט נישט ער/זי איז געשפרינגען, וכן הלאה.
אז דו ווילסט זיך איינרעדען אז יא, איז עס דיין נגיעות.

מיין תכלית דא איז נישט דער זעלבסטמארד. אסאך רעדן זיך אפ אויף פארשידענע זאכען אינ'ם געזעלשאפט, כאילו אינדערויסן איז עס נישט דא. חרדים מאכען פאקטען כפי וואס ס'שמעקט זיי. ווייז איך דיר אז דו טוסט אויך אזוי, און דער חילוק איז נאר וואס ס'שמעקט, נישט דער ערך פון ווארהייט
מיטוואך יולי 20, 2016 9:33 pm#343041
אנטשולדיגט אבער דו ציסט שוין איבער דאס שטריקל מיט דיין איגנאראנט, ווארום, וואס ווערסטו מיר פונקט יעצט אזוי מדיוק. איך האב געברענגט פעלער וואו עס איז כמעט קלאר געווען סועסייד, און זיי זענען נישט אנדערש ווי סועסיידס פון אטד אדער פרייע וואס עס איז אויך נאך כמעט ברור אז זיי זענען געווען סועסייד.
מיטוואך יולי 20, 2016 9:52 pm#343042
למעשה וויל איך איין זאך, אז מען זאל וויסן אז אונטערדרוקונג קאסט א טייערע פרייז, און א סך מאל איז דער פרייז סועסייד. דעריבער זאל מען זיך נישט ארום דרייען מיט א שלום עלי נפשי געפיל ווען מען האלט מיט אזא חרידישער אונטערדרוקונג, נאר מען זאל האלטן דעם קאפ אז עס האנדלט זיך פון רציחה ממש, און מען זאל וויסן אז ווער עס האט א האנט אין חרידישע אונטערדרוקונגען אדער מיניפולאציע וואס איז גורם שטארקער עגמת נפש לזולתו, האט א האנט אין שפיכת דמים ממש.

גענוג מיט די רשעות'דיגער איגנאראץ.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 12:11 am#343046
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז געווען אין זיין הארץ - יא אטד נישט אטד, איך האב אים נישט געקענט
זיינע חבירים ביי די לויה מאכט שווער צו זאגן אז נישט

דאס איז אמאל זיכער ס'איז אן אבדה פאר כלל ישראל


זיינע חברים זענען געוועהן מעהר טונא בייגל געשטימט נישט קיין אט״ד. און חוץ מזה מעגסטוך אויסלערנען אז מ׳מעסט נישט קיין מענטש׳ס רעליגע סטאטוס געבעיסט אויף זיינע חברים, סאיז דא גענוג און נאך פרומע מענטשען וואס האבן אסאך חברים וואס זענען אט״ד- מיינט נאכנישט אז זיי זענען נישט רעליגעז. לכאורה איז עני ווען א שאד צורעדן מיט דיר אין די סובדזשעקט ווייל לויט דיין שרייבן זעהט מען ווי שטארק בייעס און איינזייטיג דו ביסט, אבער אולי ירחם.

טוה דיר אליינס א טובה און ענטפער יעצט גארנישט וועגן עוועלאושען כדרכך בקודש, ס׳קומט פשוט נישט אריין יעצט אין די שמועס.


העי, איך בין אן עקסידענט
דו ביסט אן עקסידענט
דער לעצטער אטד וואס האט נאכן זיך גענעמען זיין נשמה מזמן, יעצט אויך זיך גענימען זיין גוף, איז אויך נישט מער וואו אן עקסידענט,

ביי די לויה איז געווון א געוואלד מיט טונא בייגל געשטימט וואו אזוי דו ריפסט דאס (אנע קאפלעך) - קען זיין ער האט געטון אין קירוב

איך ווייס נישט צו איך בין עקסידענט, אבער דעס איז איך רעדט יעצט מיט אזא מענטש ווי דיר איז זיכער א עקסידענט :lol:
דאנערשטאג יולי 21, 2016 12:49 am#343050
איך זעה באמת נישט וואס פארארא ווערט זאל האבן איינענס לעבען און זיין אייגען אויגן, אויב זעט ער זיך נישט מער וואו א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna
איינער וואס ווייסט נישט זיכער אויב ער איז אן עקסידענט אדער נישט' פארוואס זאל ער נישט זיין pro choice ?

דאס פארענפערט אפשר פארוואס מען טרעפט דאס אזוי אפט אין יענע גראפ

ס'איז היינט דא אסך בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן, און משפחה, זענען ציקריגט מיט זיי און ווילען זיי נישט קענען
ס'וואלט ווען געווען כדי צי זען אויב דארט טרעפט זיך אויך אזוי סך
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:09 am#343052
הקטן האט געשריבן:איך זעה באמת נישט וואס פארארא ווערט זאל האבן איינענס לעבען און זיין אייגען אויגן, אויב זעט ער זיך נישט מער וואו א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna
איינער וואס ווייסט נישט זיכער אויב ער איז אן עקסידענט אדער נישט' פארוואס זאל ער נישט זיין pro choice ?

דאס פארענפערט אפשר פארוואס מען טרעפט דאס אזוי אפט אין יענע גראפ

ס'איז היינט דא אסך בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן, און משפחה, זענען ציקריגט מיט זיי און ווילען זיי נישט קענען
ס'וואלט ווען געווען כדי צי זען אויב דארט טרעפט זיך אויך אזוי סך


פארוואס האסטו אויסגעלאזט די קליינע אותיות אין די תגובה? האסט גארנישט וואס צו זאגן אין קליין??? :lol:
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:13 am#343053
דו זעהסט נישט די אויפטוה פון מיין סטייל לעבן און איך זעה נישט די אויפטוה פון דיין סטייל לעבן, יעצט טראכט א מינוט, ווער זאגט אז דיין גאנג איז גערעכט? ווייל דו זאגסט אזוי? אבער איך שריי דאך פונקט ווי דיר אז מיין סטייל לעבן מאכט מעהר סענס? ענטפערן שוין די אחרונים אויף דעם אז סאיז נישט דא אזא מציאות ווי א יעדער לעבט די זעלבע סטייל לעבן נאר ענדערש זאל יעדער אליינס אפמאכן וויאזוי ער וויל לעבן און לאזן אנדערע מענשטען אליינס מחליט זיין צי זיי גלייבן אין דעם צי נישט לקיים מה שנאמר Live and let live.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 10:17 am#343060
שווה קריאה
א בריעף פין די שלמה וויינשטיין צי זיינע קינדער

בילד
דאנערשטאג יולי 21, 2016 10:19 am#343061
שבת אחים האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:איז ווייל דו האסט אפגעמאכט אז עס איז דא זעלבסטמארדן נאר מ'פארוואסערט עס, וועגן דעם איז די ראטע גרויס, ביי די חרדישע עולם.
מהיכן דנתנו, האסט פאקטישע ראיות און פרוף אויף דעם ליילעך וואס דו פרובירסט צו ארויפלייגן? אז מ'פארוואסערט זעלבסטמארדן?


איך ווייס פון אפאר פעללער ווי מ׳האט פארדרייט די מעשה, נישט אייביג איז עס בכדי שיעשו אבער אויב מ׳קען וועט עס הצלה טוען , אין די פרומע קאמיונטי איז די סאועסייד ראטע פונקט אזוי הויך ווי ביי אטד״ס אדער נאך העכער! אדרבה מאך א ליסטע און צייל די מענטשען וועסטו זעהן פאר דיר אליינס, סאועסייד קומט פון דיפרעסיע אלץ א געבורט פעלער און אפילו אז א מענטש האט כל טוב וטוב קען מען נאך אלץ זיין טויט דיפרעסט ווייל מאיז קלינקלי דיפרעיסט, אוואדי נישט יעדער וואס נעמט זיך דאס לעבן איז עס א מטרה פון קלינקעל דיפרעישאון ס׳קען אויך זיין situational, און ביי אטד״ס איז אסאך מעהר שייך אז זיי זאלן צו קומען צו אזא מצב און סאיז אסאך מעהר פארשטענדליך אז איינער וואס פארלירט זיין סביבה, קאמיונטי, חברים, משפחה, קינדער, עלטערן, מיט אסאך resistance פון די קאמיונטי, משא״כ אינערהאלב די פרומע קאמיונטי ווי יעדער לעקט דאך האניג וואלטן דאך די פראצענטען געדארפט זיין אסאך ווייניגער.

אז די "פרומע" קאמיוניטי וואס רעכנטש אריין אלע, אלע שומרי שבת (ווי אלי וויזל, שלמה קארלבאך וכדו') איז שוין דער חשבון גאנץ פשוט און איינפאך.

OTD הייסט OFF THE DERECH. אין אנדערע ווערטער, דער דרך הישר איז דער חרדישע טראדיציאנאלער דרך. די וואס נויגן אפ, זיי זענען OFF THE DERECH. די OTD, א נייע revolutionary דרך החיים פילן ווי זיי האבן ענדעקט אמעריקע. דאס דערמאנט מיר וואס איך האב אמאל געהערט אז ס'איז געווען א צייט וואס מענטשן האבן ארויפגעקלעבט סטיקערס אויף די באמפערס פון זייער קארס "We found it". קלוגע אידן האבן רעאגירט מיט סטיקערס "We never lost it.". די ארגינעלע קריסטן זענען אויך קודם געווען אידיש OTD'ס. אפילו אמעריקא פארשטייט אז מען טוט רעספעקטירן די אלטע אינדיאנע וואס האבן דא געוואוינט און האבן ספעציעלע רעכטן.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 12:08 pm#343075
דו מאכסט א טשולנט פון אסאך אנדערע מיני מענטשען און דו מישסט קאשע, אלי וויזל איז געוועהן פריי נאך די מלחמה אבער ער איז געבליבן א מסורתי (זעהט אויס דו וויזניצע ברען פארלירט מען קיינמאל נישט :P) ווידער שלמה קארליבך איז געוועהן שטארק גלייביג און פרום ער האט נאר ליעב געהאט די זאך וואס דו האסט נישט פיינט.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:59 pm#343084
על המחיה, איך זעה אז דו ביסט איינגעשטעלט פון די חרדישע מאפיע. יעדעס מאל א מעשה רשע ווערט אנטדעקט קומסטו פראבירן עס צו פארדעקן. קודם פאר דעם אנטווערפענער העקער און נוכל שלום ווייסמאן און יעצט פאר שלמה וויינשטיין. דער גאנצער בריוו זיינער איז א שטיק עקל.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:01 pm#343085
זיין ברייו איז אזוי עקלדיג ווי איהר ביכל, מיט איין חילוק אז זי באשמוצט איהם אפן און ער איהר באהאלטן.

מען זעהט אז דו ביסט איינגעשטעלט אין די אטד מאפיע יעדעס מאל איינער באגייט סועסייד פראבירסטו עס צו פארדרייען....
דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:58 pm#343094
הקטן האט געשריבן:איך זעה באמת נישט וואס פארארא ווערט זאל האבן איינענס לעבען און זיין אייגען אויגן, אויב זעט ער זיך נישט מער וואו א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna
איינער וואס ווייסט נישט זיכער אויב ער איז אן עקסידענט אדער נישט' פארוואס זאל ער נישט זיין pro choice ?

דאס פארענפערט אפשר פארוואס מען טרעפט דאס אזוי אפט אין יענע גראפ

ס'איז היינט דא אסך בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן, און משפחה, זענען ציקריגט מיט זיי און ווילען זיי נישט קענען
ס'וואלט ווען געווען כדי צי זען אויב דארט טרעפט זיך אויך אזוי סך

עגרי הונדערט פראצענט.

איך פערזענליך פארשטיי נישט פארוואס א אטעאיסט וואס גייט דורך יסורים אויף די וועלט אהן קיין ספעציעלע האפענונע אויף א בעסערע עתיד, זאל זיך נישט וועלן נעמן דאס לעבן? יא! ס'איז דא א נאטורליכע 'מורא' פון טאן אזזא זאך, אבער איך קען זעהן אז אין א שוואכע מינוט זאלן זיינע געפיהלן שליסן שלום מיט זיין לאגיק און טאנצן פון די דאך, (אפשר בינעך נישט גערעכט, אדרבה זאל מיר א אטד פארשטיין געבן די אנדערע צד)

איך פארשטיי יא פארוואס א מאמין, וואס גלייבט אז ער איז דא פאר א תכלית, ער פאקט אוועק יעדן טאג א זעקעלע עולם הבא אין זיין אקאונט אויף צו נוצן נאך די 120, ער האט דעם טיעפן הנאה פון עבדות ה' (עפעס וואס מ'קען נישט טרעפן אין גשמיות, זעה די אינטערוויו מיט אבישי כהן אין די עמי פאריגע וואך), זאל אפמאכן אז אפי' ס'איז ביטער שווער, מ'דרייעט מיט חובות, מ'קען קוים צאלן רענט, לוינט זיך נאך אלץ צו בלייבן לעבן.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 3:02 pm#343096
דאנערשטאג יולי 21, 2016 4:44 pm#343113
אין פארווערטס איז די וואך דא אן ארטיקל וועגן די געשטיגענע צאל זעלבסמארדן דורך חרידים און אטד. לויט זיי זענען פארגעקומען 26 זעלבסמארדן זינט ראש השנה.

אויף א קליפ מיט ליפא שמעלצער האב איך געהערט אז דער צאל האלט ביי איבער פופציג זייט ראש השנה, ווידער פון א איד וועלעכע איז מקרב מענטשן וועלעכע זענען ארויס געפאלן פון זייער משפחה, האב איך געהערט אז עס האלט ביי איבער ניינציג דאס יאר.

וויאזוי די נומערן זאלן נאר נישט זיין, איז אבער איין זאך זיכער, אז עס איז צייט ארויס צוקריכן פון דעם שעדליכן קעסטל פון איינרעדענישן, און אנהייבן קלערן באמת בשל מי הרע הזאת.

ביי מיר איז א אידיש לעבן טייערער ווי אלץ אין די וועלט.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 5:13 pm#343116
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פלוצלונג זענען אנעקדאטען א ראיה?!
איך זעי נישט, ווי מאיר הערש, אז אן א.ט.ד.'ס זעלבסטמארד איז נישט קיין אחריות הציבור. ער קומט פון אונזער חינוך און מיר האבען געהאט א שייכות מיט זיין גליטשען.
איך זעי אבער נישט אז ס'האלט ביי אזעלכע הויכע שטאפלען אז דער סיסטעם זאל זיך געבען א טרייסטעל. א ווייטאג, יא, אבער א פירכא, זעי איך נאך נישט

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?
דאנערשטאג יולי 21, 2016 5:14 pm#343117
יעקב מענטש האט געשריבן:עגרי הונדערט פראצענט.

איך פערזענליך פארשטיי נישט פארוואס א אטעאיסט וואס גייט דורך יסורים אויף די וועלט אהן קיין ספעציעלע האפענונע אויף א בעסערע עתיד, זאל זיך נישט וועלן נעמן דאס לעבן? יא! ס'איז דא א נאטורליכע 'מורא' פון טאן אזזא זאך, אבער איך קען זעהן אז אין א שוואכע מינוט זאלן זיינע געפיהלן שליסן שלום מיט זיין לאגיק און טאנצן פון די דאך, (אפשר בינעך נישט גערעכט, אדרבה זאל מיר א אטד פארשטיין געבן די אנדערע צד)

איך פארשטיי יא פארוואס א מאמין, וואס גלייבט אז ער איז דא פאר א תכלית, ער פאקט אוועק יעדן טאג א זעקעלע עולם הבא אין זיין אקאונט אויף צו נוצן נאך די 120, ער האט דעם טיעפן הנאה פון עבדות ה' (עפעס וואס מ'קען נישט טרעפן אין גשמיות, זעה די אינטערוויו מיט אבישי כהן אין די עמי פאריגע וואך), זאל אפמאכן אז אפי' ס'איז ביטער שווער, מ'דרייעט מיט חובות, מ'קען קוים צאלן רענט, לוינט זיך נאך אלץ צו בלייבן לעבן.

פאר איך האב געליינט דיין תגובה האב איך פונקט געקלערט די זעלבע געדאנק.
די אטד קאמיוניטי וואס באגיין זעלבסטמארד איז נישט נאר וועגן דיפרעשן און וועגן פארלירן משפחה און גוטע פריינד וכו', נאר בעיקר ווייל זיי האבן זיך אליין פארלוירן. יעדער איד באקומט א אידישע נשמה ביים געבורט. טאמער איינער הרג'עט זיין אידישע נשמה פילט ער שוין נישט קיין טעם אין לעבן ווייל ער האט שוין נישט אויף וואס צו לעבן. ממילא the distance צו זעלבסטמארד איז א קליינע.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 5:15 pm#343118
moshav zekeinim האט געשריבן:אין פארווערטס איז די וואך דא אן ארטיקל וועגן די געשטיגענע צאל זעלבסמארדן דורך חרידים און אטד. לויט זיי זענען פארגעקומען 26 זעלבסמארדן זינט ראש השנה.

אויף א קליפ מיט ליפא שמעלצער האב איך געהערט אז דער צאל האלט ביי איבער פופציג זייט ראש השנה, ווידער פון א איד וועלעכע איז מקרב מענטשן וועלעכע זענען ארויס געפאלן פון זייער משפחה, האב איך געהערט אז עס האלט ביי איבער ניינציג דאס יאר.

וויאזוי די נומערן זאלן נאר נישט זיין, איז אבער איין זאך זיכער, אז עס איז צייט ארויס צוקריכן פון דעם שעדליכן קעסטל פון איינרעדענישן, און אנהייבן קלערן באמת בשל מי הרע הזאת.

ביי מיר איז א אידיש לעבן טייערער ווי אלץ אין די וועלט.

נאכאמאל, דו דארפסט געדענקען אז וואס דו און דיין גלייכן און דער פארווערטס רופן "חרדים" האט א גאנץ אנדערע פירוש ווי ביי אמת'ע חרדישע אידן. ביי אייך זענען אלע אידן וואס זענען נישט פריי אדער בארדעליין "חרדים". וועגן דעם פארשטייט מען פארוואס ס'איז דא אזא הויכע שטאפל פון זעלבסטמארד ביי די גרופע אידן וואס איר רופט "חרדים". ביי עכטע חרדישע אידן איז דא באמת א זייער קליינע percentage וואס באגיין זעלבסטמארד ל"ע.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 6:52 pm#343126
מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?


פון וואו נעמסטו די זיכערקייט? דער פיאסעצנער ז"ל אינעם "חובת התלמידים" שרייבט אין דער הקדמה צו זיין ספר, אז היות די מיליאנען סעקולערע אידן קומען פון אונזערע אייגענע חדרים איז משמע אז מיר גייען ערגעץ שלעכט. דאס איז דאך דער אלף-בית פון א חינוך-סיסטעם, צו קוקן אויב ס'איז דא אן ערנסטער לאָך. נישט אזוי?

וויאזוי האסטו געשריבן? "ס'איז סך לייכטער ארויפצולייגן דעם שולד אויף א צווייטן" (גוי'שע/ פרייע שכנים וכו'; אדער ווער ווייסט פארוואס). אבער אפשר טאקע דארפן מיר איבערקלערן אויף אונז אליין אויך? נוץ די זעלבע לאגיק כלפי דעם גאנצן ענין.
פרייטאג יולי 22, 2016 5:28 am#343166
געוואלדיג האט געשריבן:זיין ברייו איז אזוי עקלדיג ווי איהר ביכל, מיט איין חילוק אז זי באשמוצט איהם אפן און ער איהר באהאלטן.

כ'וואלט קיינמאל נישט צוגעגליכן זיין בריוו צו איר ביכל.
זי האט מבזה געווען איר משפחה, זי האט געשריבן שמוץ - אסאך שמוץ, זי האט נישט גענומען אחריות אויף גארנישט, זי האט געהאקט אן רחמנות.

ליינענדיג זיין בריוו זע איך, אז אפגעזען ווער ס'איז גערעכט מיט ספעציפישע פאקטן, האט ער פרובירט מאחה צו זיין די קרעים, און אפילו האקנדיג אויף זיין עקס - וואס האט זיכער געטון א געפערליכע עוולה - רעדט ער פארט מיט רעספעקט, און איז איר דן לכף זכות איינמאל און נאכאמאל. זיין שפראך באופן כללי - א חוץ זיין זיך באנעבעכן - איז איידל, חיזוק, און מאכט סענס.

איך וואלט שוין געטוישט די נאמען פון דעם אשכול צו: "אסתי וויינשטיין, א קרבן פון אירע נערוון", אדער בעסער: "אסתי וויינשטיין: א מלאך חבלה פאר איר חרד'ישע פאמיליע".


די מה יפית טאנץ לאורך דעם אשכול ברענגט מיר צום ברעכן. איך האב שוין א לאנגע צייט צוריק געזען בילדער פון דעם צדיקת, נאכן גיין אט"ד, וואו זי גייט אנגעטון כאחד הריקים. זי האט גוט געוואוסט ווי שטארק דאס גייט וויי טון פאר איר משפחה, שאנדפולע בילדער, אבער זי האט זיך מיט קיינעם נישט גערעכנט. א חיה רעה, וואס האט אפשר הצדקה צוליב נערוון פראבלעמען. אבער צו מהפך זיין הקערה על פיה, באשמוצן 'חרדים' אין איר מעשה, ווען זי האט גאר געטון די עוולה, דאס איז שוין א גרויל!
פרייטאג יולי 22, 2016 9:12 am#343170
מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?


אסך, זייער אסך, וואס זענען off די דרך זענען קיינמאל נישט געווען אויף די דרך
די סיבה פארוואס זיי זענען נישט געווען אויף די דרך, איז ביי א גרויס טייל, ווייל מיר האבן זיי נישט געלייגט אויף די דרך

ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן איז דאס נאר ווייל ער איז off דער דרך
ווען איינער איז געזינט און איז ON די דרך נעמט ער זיך נישט דאס לעבן, קיינמאל!
דער עצם נעמען זיך דאס לעבן איז א סימן פין גיין off די דרך, ניטש ווייניגער וואו א וועק ווארפען דעם קאפעל
דער איד וואס איז אויף דעם דרך האט אייביג א סיבה צי לעבן

אטד סיבה פאר לעבן איז נאר צי האבן הנאה פין דער וועלט, נאר וואס מען קען ארויס קוועטשען פין דעם וועלט
און אז דער וועלט האט נישט וואס צי געבען איז - למה לי חיים
אויב דער מאטא אין לעבן איז "אכול ושתו כי מחר נמות"
איז פארוואס זאל דאס זיין א יש מחר לאחר זמן?

וויקטער פרענקעל אין זיין בוך man's search for meaning שרייבט
he who has a why can bear any how

דער איד וואס איז אויף דעם דרך האט אייביג א WHY
דער וואס האט נישט קיין WHY, מעג ער האבן סיי וואספארא בעקיטשע, ער איז אבער נישט אויף דעם דרך

מושב, דו ווייז מיר איינער וואס האט זיך גענימען דעם לעבן, און איך וועל דיר ווייזען איינער וואס איז טאטאלי אף די דרך

רבתי, מיר טון נישט געניג צי לייגן אינזער קינדער, און זיך אליין, on the derech
פרייטאג יולי 22, 2016 10:56 am#343187
Congratulations!
צו הערן די אמת'ע ווערטער פון דיר און סוף כל סוף געקומען צום אנערקענונג, קומט דיר א מזל טוב. ס'זעט אויס די וואס האבן זיך געטרויט צו רעדן אקעגן די בוליס and put them in their right place האט געהאלפן פאר אנדערע אפירצוקומען און ארויסברענגען זייער אמת'ע אינערליכע געפילן אן קיין שום מורא און פחד.
פרייטאג יולי 22, 2016 10:57 am#343188
פלאוויוס האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?


פון וואו נעמסטו די זיכערקייט? דער פיאסעצנער ז"ל אינעם "חובת התלמידים" שרייבט אין דער הקדמה צו זיין ספר, אז היות די מיליאנען סעקולערע אידן קומען פון אונזערע אייגענע חדרים איז משמע אז מיר גייען ערגעץ שלעכט. דאס איז דאך דער אלף-בית פון א חינוך-סיסטעם, צו קוקן אויב ס'איז דא אן ערנסטער לאָך. נישט אזוי?

וויאזוי האסטו געשריבן? "ס'איז סך לייכטער ארויפצולייגן דעם שולד אויף א צווייטן" (גוי'שע/ פרייע שכנים וכו'; אדער ווער ווייסט פארוואס). אבער אפשר טאקע דארפן מיר איבערקלערן אויף אונז אליין אויך? נוץ די זעלבע לאגיק כלפי דעם גאנצן ענין.

עס קען גאנץ מעגליך זיין אז דער חינוך פון איין ישיבה/חדר אדער צוויי איז נישט בסדר, אבער צו באשולדיגן אין אלגעמיין די חרדישע חינוך פון דער גאנצע וועלט האט ער זיכער נישט געמיינט. די שאלה איז פארוואס פון די קינדער פונ'ם דור נאך די מלחמה איז נישט געווען קיין אטד'ס, אדער אפשר נאר יחידים, אבער אזא שרעקליכע מגיפה ווי היינט אין דער גאנצע וועלט, פון אלע ישיבות/סקולס, וואס היינט שעמט מען זיך נישט דערמיט און זיי וואוינען און דרייען זיך אין די היימישע געגענט, דאס איז דעמאלסט נישט געווען.

קען זיין פארשידענע טעמים:

א) אפשר ווייל דעמאלסט האט דער ליבעראלע וועלט נישט אזוי שטארק דאמינירט די וועלט און אויך זיך נישט אריינגעמישט אינ'ם חרדישן חינוך און געלאזט דער רבי מחנך זיין ווי אזוי ער האט פארשטאנען, ווי אזוי מען האט מחנך געווען אינדערהיים (פאר די מלחמה), ממילא איז טאקע ארויסקומען גוטע פירות, ערליכע אידן. (ב"ה אריינפראקן קינדער טוט מען שוין נישט היינט, אבער אפילו די קינדער וואס האבן יא באקומען קלעפ, דעמאלסט זענען נישט אראפ פון וועג – כאטש איך האב קיינמאל נישט געהערט אז יא.)

ב) אויף א רבי (מלמד) האט מען ארויפגעקוקט און מכבד געווען און נישט אזוי ווי היינט ווען רבי'ס (און טיטשערס) זענען פאניע-בראט, (באדי-באדי), גאר חברים מיט זייערע תלמידים (תלמידות), וואס ברענגט צו חוצפה, עזות, חוסר דרך ארץ און זלזול.

ג) די תוה"ק האט אנגעווארנט "וישמן ישורון ויבעט". ווען אידן וועלן זיין רייך, זיך אנזאמלען א גרויס פארמעגן און שטארק מצליח זיין עקענאמיש און פינאנציעליש, וועלן זיי ל"ע פארגעסן דעם רבש"ע און אין אים מורד זיין. ווי ריכטיג זעט מען דאס היינטיגע צייטן ווען דער שפע איז ב"ה גרויס. קינדער און ערוואקסענע האבן אלעס וואס נאר זייער הארץ גלוסט און דאס האט ל"ע זייער א נעגעטיווע ווירקונג אין א סך געביטן.

ד) מאמעס זענען דעמאלסט נישט געגאנגען ארבייטן און די וואס זענען יא, זענען שוין געווען אינדערהיים בעפאר די קינדער זענען אהיימגעקומען פון חדר/סקול. אבער היינטיגע צייטן, ווען א מאמע קומט אהיים 5-6 אזייגער, נאך אדער אין דער זעלבע צייט ווי אירע קינדער קומען אהיים, אויסגעמוטשעט פון ארבייט און פונ'ם travelling, האט זי שוין נישט קיין געדולד פאר אירע קינדער. איר 2 יעריג אינגעלע וויינט און שרייט ער וויל א קענדי און די מאמע איז מיד און נערוועז און געבט אים דאס נאך, אפילו זי האט נישט געהאלטן דערביי ווייל ס'איז דאך פאר נאכטמאל און ס'פעלט אים נישט אויס. א קינד פון 5 יאר באמוטשעט די אויסגעמאטערט מאמע אז ער וויל א בייק. ער מוטשעט און וויינט אזוי פיל אויף איר אנגעצויגענע נערוון און זי געבט אים נאך. אזוי גייט עס טאג איין, טאג אויס, יאר איין, יאר אויס. ביי 14 יאר ווען א קינד וויל א זאך וואס איז נישט פאסיג אדער נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה אדער מנהגי ישראל, קען שוין די מאמע נישט פלוצלונג אנפאנגען אים מחנך צו זיין מיט'ן זאגן 'ניין', דאס קענסטו נישט באקומען אדער דאס טארסטו נישט טון, ווען אלע יארן האט זי אים נאכגעגעבן. בקיצור, אז קינדער באקומען נישט קיין חינוך פון די עלטערן אנפאנגענדיג אין די יונגע יארן, ווי אזוי עקספעקט מען זיי אויפצואוואקסן ערליך?
פרייטאג יולי 22, 2016 10:58 am#343189
הקטן האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?


אסך, זייער אסך, וואס זענען off די דרך זענען קיינמאל נישט געווען אויף די דרך
די סיבה פארוואס זיי זענען נישט געווען אויף די דרך, איז ביי א גרויס טייל, ווייל מיר האבן זיי נישט געלייגט אויף די דרך

ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן איז דאס נאר ווייל ער איז off דער דרך
ווען איינער איז געזינט און איז ON די דרך נעמט ער זיך נישט דאס לעבן, קיינמאל!
דער עצם נעמען זיך דאס לעבן איז א סימן פין גיין off די דרך, ניטש ווייניגער וואו א וועק ווארפען דעם קאפעל
דער איד וואס איז אויף דעם דרך האט אייביג א סיבה צי לעבן

אטד סיבה פאר לעבן איז נאר צי האבן הנאה פין דער וועלט, נאר וואס מען קען ארויס קוועטשען פין דעם וועלט
און אז דער וועלט האט נישט וואס צי געבען איז - למה לי חיים
אויב דער מאטא אין לעבן איז "אכול ושתו כי מחר נמות"
איז פארוואס זאל דאס זיין א יש מחר לאחר זמן?

וויקטער פרענקעל אין זיין בוך man's search for meaning שרייבט
he who has a why can bear any how

דער איד וואס איז אויף דעם דרך האט אייביג א WHY
דער וואס האט נישט קיין WHY, מעג ער האבן סיי וואספארא בעקיטשע, ער איז אבער נישט אויף דעם דרך

מושב, דו ווייז מיר איינער וואס האט זיך גענימען דעם לעבן, און איך וועל דיר ווייזען איינער וואס איז טאטאלי אף די דרך

רבתי, מיר טון נישט געניג צי לייגן אינזער קינדער, און זיך אליין, on the derech

ס'איז אביסל פילאזאפיש געשריבן אבער דער געדאנק איז ריכטיג.

לתועלת הענין, וואלט געווען פאסיג און לייכטער צו פארשטיין וואס דו שרייבסט אויב דו (און אנדערע) וואלטן געמאכט א שינוי השם. דהיינו, אנשטאט זיי צו רופן מיט א פארווע נאמען 'אטד', דארף מען עס ארויסזאגן ברחל בתך הקטנה וואס יעדער איינער פארשטייט אז ס'איז unacceptable און זיי רופן קלאר און דייטליך "אידישע שקצים".
פרייטאג יולי 22, 2016 12:01 pm#343198
פלאוויוס האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?


פון וואו נעמסטו די זיכערקייט? דער פיאסעצנער ז"ל אינעם "חובת התלמידים" שרייבט אין דער הקדמה צו זיין ספר, אז היות די מיליאנען סעקולערע אידן קומען פון אונזערע אייגענע חדרים איז משמע אז מיר גייען ערגעץ שלעכט. דאס איז דאך דער אלף-בית פון א חינוך-סיסטעם, צו קוקן אויב ס'איז דא אן ערנסטער לאָך. נישט אזוי?

וויאזוי האסטו געשריבן? "ס'איז סך לייכטער ארויפצולייגן דעם שולד אויף א צווייטן" (גוי'שע/ פרייע שכנים וכו'; אדער ווער ווייסט פארוואס). אבער אפשר טאקע דארפן מיר איבערקלערן אויף אונז אליין אויך? נוץ די זעלבע לאגיק כלפי דעם גאנצן ענין.

ביי די שלשת ימי אפילה זענען אוועק פיר פיפטלעך פון כלל ישראל, דאס מיינט אז אכציג פראצענט פון כלל ישראל איז געוווען אט"ד לויט דעם אויבערשטן'ס חשבון, אפשר איז דארט געווען א לאך?? (ח"ו אזוי צו רעדן און טראכטן) אלא מאי עס ווענדזט זיך נישט אין דעם, וויפיל עס פאלן אוועק בכלל, מיר דארפן טוהן וואס עס איז ריכטיג...
פרייטאג יולי 22, 2016 12:13 pm#343199
לאמיר לערנען זיינע ווערטער

וְעַל זֶה יִדְוֶה לִבֵּנוּ וְתִסְמַר שַׂעֲרוֹת רֹאשֵׁנוּ, בִּרְאוֹתֵנוּ אֶת הַדּוֹר הַצָּעִיר אֵיךְ יָצָא נִתְכַּפֵּר [לְשׁוֹן ׳כְּפִירָה׳] וְנִתְפַּקֵּר רַחֲמָנָא לִצְּלָן, אֵין בּוֹ לֹא אֱמוּנָה, לֹא יִרְאָה וְלֹא תוֹרָה, שׂוֹנְאִים הֵם אֶת ה' וְאֶת יִשְׂרָאֵל עֲבָדָיו. מְנַהֲלֵי וְרָאשֵׁי הַיְּשִׁיבוֹת הַנִּמְצְאִים בְּרֹאשָׁם, וְרֻבָּם בְּתוֹךְ יְשִׁיבוֹתֵיהֶם וְתַלְמִידֵיהֶם וְרַק בַּחוּרֵי חֶמֶד נֶגֶד עֵינֵיהֶם, מִתְנַחֲמִים לֵאמֹר, הֵן אֱמֶת שֶׁיֵּשׁ עַתָּה הַרְבֵּה חָפְשִׁים, אֲבָל לֹא אַלְמָן יִשְׂרָאֵל, גַּם בְּנֵי צִיּוֹן הַמְּצֻיָּנִים בַּהֲלָכָה וְעִם ד' לְבָבָם נִמְצָאִים. אֲבָל יוֹשִׁיטוּ נָא רֹאשָׁם חוּץ מִד' אַמּוֹת שֶׁל יְשִׁיבוֹתֵיהֶם, וְיִרְאוּ נָא אֶת הֶהָמוֹן הַגָּדוֹל הַחָפְשִׁים רַחֲמָנָא לִצְּלָן, צוֹר נִתְמַלְּאָה מֵחֻרְבָּנָהּ שֶׁל יְרוּשָׁלַיִם, בָּתֵּי הַמִּדְרָשׁ שֶׁהָיוּ מְלֵאִים לוֹמְדֵי תּוֹרָה נִתְרוֹקְּנוּ, וְתַחְתָּם נִתְמַלְּאוּ אֲגֻדּוֹת וַחֲבָרוֹת אֲשֶׁר מַטְּרָתָם כְּפִירָה וּמֵאוּסָהּ שֶׁל תּוֹרָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן.

אַף בַּעֲלֵי הַמְּלָאכָה וְהַסּוֹחֲרִים אֲשֶׁר מִלְּפָנִים אַף אִם לֹא הָיוּ לוֹמְדֵי תוֹרָה, מִכָּל מָקוֹם יְהוּדִים נֶאֱמָנִים הָיוּ, וְעַכְשָׁו כִּבְנֵי הַנֹּעַר כָּפְרוּ נָדוּ וְנָפְלוּ לִבְאֵר שַׁחַת רַחֲמָנָא לִצְּלָן, וְהַאִם נִסְתַּפֵּק בְּקֹמֶץ הַתַּלְמִידִים אֲשֶׁר בִּישִׁיבוֹתֵינוּ בִּלְבַד, הַאִם זֶה הוּא עִם יִשְׂרָאֵל כֻּלּוֹ.

וְהַאִם גַּם בְּתַלְמִידֵי יְשִׁיבוֹתֵנוּ כְּבָר בְּטוּחִים אָנוּ, וְהַאִם בָּהֶם כְּבָר עָשִׂינוּ אֵת אֲשֶׁר עָלֵינוּ לַעֲשׂוֹת. הֵן אֱמֶת שֶׁהַתַּלְמִידִים שֶׁכְּבָר הִגִּיעוּ לַכִּתּוֹת הַגְּבוֹהוֹת, וּבִפְרָט אֹתָם שֶׁכְּבָר הִגִּיעוּ לְהוֹרָאָה וְאֶת כְּרֵסָם מִלְאוּ בְּתוֹרָה וַעֲבוֹדָה, בָּהֶם כְּבָר בְּטוּחִים אָנוּ יוֹתֵר בְּעֶזְרַת ד' שֶׁיִּשָּׁאֲרוּ בְּהֵיכַל קָדְשׁוֹ וַעֲבוֹדַת הַקֹּדֶשׁ. אֲבָל הַאִם כֻּלָּם יַגִּיעוּ לַכִּתּוֹת הַגְּבוֹהוֹת, כַּמָּה מִן הַתַּלְמִידִים אֲשֶׁר בַּכִּתּוֹת הַנְּמוּכוֹת אִי אֶפְשָׁר לָהֶם לְהַמְשִׁיךְ אֵת לִמּוּדֵיהֶם הָלְאָה, וְיוֹצְאִים בְּרָצוֹן אוֹ בְּאֹנֶס לְמִסְחָר אוֹ לִמְלָאכָה, כְּמוֹ שֶׁאָמַר הַמִּדְרָשׁ (ויק"ר ב, א): ׳אֶלֶף נִכְנָסִים לְתַלְמוּד יוֹצֵא אֶחָד מֵהֶם לְהוֹרָאָה׳. וּבַמֶּה אָנוּ בְּטוּחִים שֶׁלַּמָּחֳרָת בְּעָזְבָם אֶת הַיְּשִׁיבָה אוֹ לְאַחַר זְמַן קָצָר, לֹא יִתְפַּקְּרוּ וְלֹא יְחַלְּלוּ אֶת הַשַּׁבָּת חַס וְשָׁלוֹם, כַּאֲשֶׁר עֵינֵינוּ בְּעָנְיֵנוּ כְּבָר רָאוּ. וְלָמָּה זֶה לֹא נְטַכֵּס עֵצָה גַּם לָהֶם בְּעוֹדָם אֶצְלֵנוּ, הֲלֹא כָּל הַנֹּעַר אֲשֶׁר מִתְפַּקֵּר, בְּיָדֵינוּ נִמְצָא בְּנַעֲרוּתוֹ וּבְחֲדָרֵינוּ נִתְגַּדֵּל, וְלָמָּה זֶה נַעֲזְבֵהוּ מִבְּלִי קְשֹׁר אוֹתוֹ וְאֶת נַפְשׁוֹ אֶל ד' וּלְתוֹרָתוֹ בְּיַלְדוּתוֹ וְיִתְקַיֵּם גַּם עַד עֵת זִקְנָתוֹ.

בִּכְלָל רְגִילִים אָנוּ לְהַבִּיט עַל בְּנֵי הַנֹּעַר הַמִּתְכַּפֵּר כְּאִלּוּ רַק הֵם הָאֲשֵׁמִים בַּדָּבָר וְאָנוּ לְגַמְרֵי נְקִיִּים, אֲבָל מִכָּל צִדְקַת אַבְרָהָם אָבִינוּ הִזְכִּיר ד' וְאָמַר עָלָיו|(בראשית יח, יט): "כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ אַחֲרָיו וְשָׁמְרוּ דֶּרֶךְ ד'". כָּל דּוֹר וָדוֹר בְּיִשְׂרָאֵל, טַבַּעַת בְּשַׁלְשֶׁלֶת הַיּוֹחֲסִין שֶׁלָּנוּ הוּא, שֶׁרֹאשָׁהּ קְשׁוּרָה בְּאַבְרָהָם אָבִינוּ וְסוֹפָהּ בְּמָשִׁיחַ צִדְקֵנוּ שֶׁיָּבֹא בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ, מְקַבֵּל הוּא הַדּוֹר אֱמוּנָה תּוֹרָה וְיִרְאָה מִן הַדּוֹר שֶׁקְּדָמוֹ וְעוֹבֵד בָּהֶן אֶת ד', וּמוֹסְרָהּ לַדּוֹר שֶׁאַחֲרָיו. "לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו" וְכוּ' זֶה עִקַּר קִיּוּמֵנוּ, וְהַאִם בְּדוֹרֵנוּ זֶה פָּסְקָה חַס וְשָׁלוֹם הַשַּׁלְשֶׁלֶת וְאֵין אָנוּ מוֹסְרִים אֶת הַתּוֹרָה לַדּוֹר שֶׁאַחֲרֵינוּ, כִּי הַאִם בֶּאֱמֶת רַק בָּהֶם לְבַד הָאָשָׁם, הַאִם אֵין הֵם מִזֶּרַע אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב עִם נְשָׁמוֹת קְדוֹשׁוֹת.

וְלָמָּה זֶה נְּרַמֶה אֶת עַצְמֵנוּ בְּתֵרוּצִים שֶׁל הֶבֶל לֵאמֹר, רוֹצִים אָנוּ לִמְסֹר לָהֶם וְרַק הֵם אֲשֵׁמִים אֲשֶׁר מֵאֲנוּ לְקַבֵּל, כִּי עַד כַּמָּה שֶׁגְּדוֹלָה אַשְׁמַת הַדּוֹר הַצָּעִיר בָּזֶה וְעַד כַּמָּה שֶׁמְּסָרְבִים הֵם לִשְׁמוֹעַ, מִכָּל מָקוֹם נְצַיֵּר נָא אֶת הַפּוֹשְׁעִים אֲשֶׁר לְפָנֵינוּ, אִילּוּ הָיוּ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים, הַאִם גַּם אָז לֹא קִבְּלוּ, הַאִם בְּכָל אַשְׁמָתָם וּפִצְעֵי נַפְשָׁם אֲשֶׁר בָּהֶם עַתָּה שֶׁלֹּא הָיוּ בִּבְנֵי נֹעַר הַקּוֹדְמִים, לֹא הָיוּ גַּם הֵם רֻבָּם כְּכֻלָּם צַדִּיקִים, אוֹ עַל כָּל פָּנִים יְהוּדִים פְּשׁוּטִים נֶאֱמָנִים, מִפְּנֵי שֶׁאֲבוֹתֵיהֶם הוֹרֵיהֶם וְכָל הַדּוֹר הַגָּדוֹל מֵהֶם כְּמוֹ שֶׁבִּכְלָל הָיוּ חֲרֵדִים לִדְבַר ד' יוֹתֵר מֵאִתָּנוּ, כֵּן גַּם בַּפְּרָט הַזֶּה בְּחִנּוּךְ דּוֹר הַצָּעִיר הָיוּ הַרְבֵּה יוֹתֵר חֲרֵדִים וּכְלַפִּידֵי אֵשׁ מִתְבַּעֲרִים, וְלֹא הָיוּ מִתְרַשְּׁלִים וּמִסְתַּכְּלִים בְּשִׁוְיוֹן נֶפֶשׁ וְקֹר רוּחַ עַל הַדּוֹר הַצָּעִיר כִּי נִטְבַּע בִּשְׁאוֹל תַּחְתִּית, וְעַל עַם ד' כִּי נוֹפְלִים בִּכְפִירָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן, בְּרַעַשׁ קָמוּ וְאֶת כָּל נַפְשָׁם וּמְאֹדָם מָסְרוּ לְהַצִּילָם לְחַנְּכָם בְּדֶרֶךְ ד' בְּעֵצוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת שׁוֹנוֹת.

וְאִם כֵּן אֲנַחְנוּ הַדּוֹר הַגָּדוֹל מֵהֶם דּוֹר הַמְחַנֵּךְ אֹתָם, אֲשֶׁר עָלֵינוּ הַחוֹב לִמְסֹר לָהֶם אֶת קְדֻשַּׁת ד' תּוֹרָתוֹ וַעֲבוֹדָתוֹ, הַאִם יְכוֹלִים אָנוּ לֵאמֹר בִּמְנוּחַת הַנֶּפֶשׁ, יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה שֶׁל נִשְׁמוֹת יִשְׂרָאֵל לִבְאֵר שָׁחַת. מַה נֹאמַר לִפְנֵי יֹשֵׁב מָרוֹם, וּבַמֶּה נִצְטַדֵּק לִפְנֵי שׁוֹכֵן שְׁחָקִים, כַּאֲשֶׁר יָבֹא לִפְקֹד עַל צְבָא מָרוֹם בָּאָרֶץ, וְעַל הַדּוֹר הַצָּעִיר צֹאן מַרְעִיתוֹ אֲשֶׁר בְּיָדֵנוּ הֻפְקַד וְעַל אַחֲרָיוּתֵנוּ בָּטַח. ד' מִמָּרוֹם יִשְׁאַג וּמִמְּעוֹן קָדְשׁוֹ יִתֵּן קֹלוֹ, בָּנַי הֵיכָן הֵם, בָּנַי רְחוּמַי, בְּנֵי אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב, הֵיכָן הֵם.


און גערעכט איז ער, אוודאי אז אונז דארפן מאכן א חשבון הנפש אבער ווי איך האב געשריבן אין מיין אשכול דארף עס קומען פון אינעווייניג און נישט פון איינער וואס איז שמח לאיד און קלעימט אז יעדע אידישע לעבן איז ביי איהם חשוב'ער פון אלעס אבער חוץ פון קומען דא און זיך פרייען אויף יעדער פון זיין קאמיוניטי וואס נעמט זיך דאס לעבן אלס הוכחה קעגן אונז טוהט ער גארנישט כאטש וואס עס איז פונקט אזוי אויב נישט מער א פלעק אויף זיין קאמיוניטי, צו זיי זאגן אונז טול קורה מבין עיניך, יעצט באלאנגען זיי צו דיר וואו ביסטו זיי צו פראטעקטן, יא אונז דארפן זיך פארעכטן און אונז האבן אסאך וואס צו פארבעסערן, די ווערטער פונעם חובת התלמידים שניידן שטיקער פון אונז ,זיי מאנען און פאדערן א ערנסטן טויש,

אבער לא לך ולכוותך אנו צריכים, אונז דארפן אליין מאכן אונזער בדק הבית מיט טרויער און נישט מיט שמחה ווי זיי טוהען, אונז טוהט וויי אויף וויינשטיין און אויף יעדער וואס גייט אוועק פון די דרך התורה והמצות נאך פאר יענער נעמט זיך דאס לעבן, ווען יענער טוהט דאס ווערט די ווייטאג נאר שטערקער, אבער זאל דער פיעסעצנער אונז מוכיח זיין און נישט אזעלכע וואס דארפן אליין מאכן א חשבון הנפש, נישט אזעלכע וואס זענען אליין באלד דארט, נישט אזעלכע וואס פרייען זיך צו טרעפו יעדע ביסל שמוץ אויף אונז, נישט אזעלכע וואס אונטערן שלייער פון באשיצן אונזער קאמיוניטי טוהען זיי אפ פאר אונז אלעס שלעכטס, פאר ענק זאגן אונז מוחל טובות.
פרייטאג יולי 22, 2016 12:40 pm#343200
א איד האט געשריבן:ביי די שלשת ימי אפילה זענען אוועק פיר פיפטלעך פון כלל ישראל, דאס מיינט אז אכציג פראצענט פון כלל ישראל איז געוווען אט"ד לויט דעם אויבערשטן'ס חשבון, אפשר איז דארט געווען א לאך?? (ח"ו אזוי צו רעדן און טראכטן) אלא מאי עס ווענדזט זיך נישט אין דעם, וויפיל עס פאלן אוועק בכלל, מיר דארפן טוהן וואס עס איז ריכטיג...

לאמיר זיך מסביר זיין אביסל קלארער
ווען דו ווילסט דן זיין אויב עס איז געווען עפעס ראונג מיט די חינוך פון די אידן, קען מען דן זיין דערויף, און במציאות איז במצרים געווען א פראבלעם מיט די מקום עס איז געווען א שמוציגע פלאץ, ערות הארץ, אבער די אידישקייט איז געבליבן די זעלבע, קיינער גייט נישט זאגן אז ווייל אכציג פראצענט פון כלל ישראל האט געהאלטן אנדערש מיינט עס אז דאס איז די אמתע אידישקייט.
מען קען דן זיין אז די וועג וואס אונז זענען מחנך דארף א תיקון, אבער דאס נעמט נישט אוועק אז די תורה בלייבט און דער באשעפער בלייבט, און מען קען נישט נוצן די סאך אז יעדער איז אט"ד מיינט עס אז אידישקייט איז ראונג, און לייגן א סעמפ אויף די גאנצע אידישקייט וועגן דעם.

ובזה יצאתי
פרייטאג יולי 22, 2016 4:18 pm#343210
איך האב לעצטנס ביי א אטד מיטינג זיך באגעגנט מיט א חב"ד'סקער איד. פרעג איך אים, ביסטו נאך רעליגיעז? זאגט ער מיר: איך בין א שומר תורה און איך גלייב אין באשעפער, און אפילו בתורת חב"ד!

נו, אויב אזוי וואס טיסטו דא ביי א מיטונג פון כופרים? פרעג איך אים.

זאגט ער מיר: דאס איז לאו דוקא א מיטונג פון כופרים, נאר ליבערש א מיטונג פון מענטשן וואס ווילן זיך אויסדרוקן מיט אן אמת את אשר על לבם, אריין גערעכנט א מבקש וואס זיכט דעם אמת'דיגן ערליכער אידישקייט.

"איך האב קיין ספק נישט -איז דער איד ממשיך מיט א ווייטוגליכער מינע- אז חרדיזם איז בכלל נישט אזוי חרדי'ש ווי עס שטעלט זיך פאר. וואו זענען אזוי פיל מצוות פון די תורה פארשווינדן געווארן? וואו זענען אזויפיל ערכים פון חז"ל ביי אונז? וואו זענען אפילו אן א שיעור ערכים און יסודות פון די לעצטיגע פוסקים ובעלי מוסר?

זאל איך אננעמען אז די נייע ערכים און יסודות אשר בדוי מלבם און געשאפן דורך מענטשן וועמען איך ווייס מה טובם אלס שוואכע בר סמכות, הן בתורה והן בדרך ארץ, אז אט זיי זענען די יסודות היהדות, בעת רוב רובם פון ערכי התורה ודרך ארץ ווערט צעטרויטן בשט נפש?

"ניין, דעם גרופע קען איך נישט רופן חרדים לדבר ה', און זייער לייגן דגוש מכלומר'שט אויף כשרות וצניעות וועט מיר נישט פארבלענדן די אויגן, פון פארזעהן אז זיי זענען ווייט פארקראכן מדרך הישר.

"איך האב געזיכט ערנסטע ארטעדאקסישער אידישקייט און האב געפונען דאס וואס הערט זיך מיר סיי טיף און דערהויבן, און סיי אמת'דיג און מענטשליך, און דאס איז מיין אייגן געמאכטער קאמבינאציע פון תורת חב"ד מיט תורת ר' שמשון רפאל הירש. אבער אין די חרידישער וועלט קען איך דאס נישט אויסדרוקן, און נאר צווישן אטד קען איך זיך ארויס ברענגען, און די חברים דא זענען עס מעריך.

עד כאן זיין דרשה.
פרייטאג יולי 22, 2016 5:24 pm#343212
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
און דרעק פארשטייט ער ניט, אבער וואס חרדיזם איז פארשטייט ער יא?????
פרייטאג יולי 22, 2016 6:01 pm#343216
@געוואלדיג, מיר אטד מענטשן שפירן זיך באטראפן און אונטערדרוקט פון די חרדישע געמיינדע, און עס איז דעריבער נאטורליך אז יעדער סועסייד פאל איז ליידער אויך א שטיקל נקמה צו די אונטערדרוקערישע קרובים, און ווי אויך א שטיקל געלעגנהייט אויסצושרייען אונזער וויי געשריי, און אויכעט א שטיקל האפענונג א אפשר אפשר וועט דער מכה בפטיש זיין א וועיקאפ קאל פאר די אלע וואס ווארפן אונז איבער די מיסט און רייסן פון אפ אונזערע קינדער און משפחה און לעבנס קוואל.

און יא, איך בין יא טרויעריג פאר די אלע מסכנים, אבער נישט לאחר המעשה מיט ציבעלע טרערן, נאר בשעת דער מסכן וואלגערט זיך מיט ביטערע יסורי הנפש באבדן מולדתו ומשפחתו וואס דער טויט איז שוין נאר זיין גליק, אבער פאר די המון עם איז נאר דאס דער געלעגנהייט צו צייגן ווי שאקירנד דער מצב איז און אז עס איז שוין צייט צו העלפן די לעבידיגע החשובים כמתים צוליב זייער עגמת נפש.
פרייטאג יולי 22, 2016 6:23 pm#343219
שש משזר האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:זיין ברייו איז אזוי עקלדיג ווי איהר ביכל, מיט איין חילוק אז זי באשמוצט איהם אפן און ער איהר באהאלטן.

כ'וואלט קיינמאל נישט צוגעגליכן זיין בריוו צו איר ביכל.
זי האט מבזה געווען איר משפחה, זי האט געשריבן שמוץ - אסאך שמוץ, זי האט נישט גענומען אחריות אויף גארנישט, זי האט געהאקט אן רחמנות.

ליינענדיג זיין בריוו זע איך, אז אפגעזען ווער ס'איז גערעכט מיט ספעציפישע פאקטן, האט ער פרובירט מאחה צו זיין די קרעים, און אפילו האקנדיג אויף זיין עקס - וואס האט זיכער געטון א געפערליכע עוולה - רעדט ער פארט מיט רעספעקט, און איז איר דן לכף זכות איינמאל און נאכאמאל. זיין שפראך באופן כללי - א חוץ זיין זיך באנעבעכן - איז איידל, חיזוק, און מאכט סענס.

איך וואלט שוין געטוישט די נאמען פון דעם אשכול צו: "אסתי וויינשטיין, א קרבן פון אירע נערוון", אדער בעסער: "אסתי וויינשטיין: א מלאך חבלה פאר איר חרד'ישע פאמיליע".


די מה יפית טאנץ לאורך דעם אשכול ברענגט מיר צום ברעכן. איך האב שוין א לאנגע צייט צוריק געזען בילדער פון דעם צדיקת, נאכן גיין אט"ד, וואו זי גייט אנגעטון כאחד הריקים. זי האט גוט געוואוסט ווי שטארק דאס גייט וויי טון פאר איר משפחה, שאנדפולע בילדער, אבער זי האט זיך מיט קיינעם נישט גערעכנט. א חיה רעה, וואס האט אפשר הצדקה צוליב נערוון פראבלעמען. אבער צו מהפך זיין הקערה על פיה, באשמוצן 'חרדים' אין איר מעשה, ווען זי האט גאר געטון די עוולה, דאס איז שוין א גרויל!


שש, איך ווייס נישט צו דו ביסט טאקע אזוי נאיוו אדער דו מאכסט זיך.

הייסט עס אז ווען מען שרייבט איידל און מען האלט זיך אין שעיפ איז מען גערעכט, און אז מען שרייבט מיט ווייטוג און מאון מיט האס, בנוסף צו א רעאקציע,אפילו איינע פון די רעאקציעס זאל זיין סועסייד, most be that she is wrong
פרייטאג יולי 22, 2016 7:49 pm#343221
נאאיוו ביזטו מושב'ל, יעדער קראנקער אט"ד האט ביי דיר א חזקת נאמנות - ווילאנג ער האקט אויף חרדים.

משום מה האסטו ארויסגענומען פון מיין גאנצע תגובה נאר איין פונקט, אז ער האט גערעדט איידל און זי ווי אן אומצעוויליזירטע צאפ. אבער ניחא, כ'פארשטיי אז מיט די אנדערע טענות איז שווערער זיך צו ספראווען, דערפאר וועל איך זיך אויך נאר מתייחס זיין צו דעם פונקט.

ווען איינער רעדט ווי א ווילדער צאפ, פארלירט יענער גלייך זיין חזקת נאמנות. מ'הערט נישט וואס ער זאגט, ווייל די מח הערט גלייך וויאזוי ער זאגט. ווען איינער רעדט נארמאל, קען מען זיך צוהערן צו וואס ער זאגט אויך.

פון איר ביכל זע איך מער פון אלס, אז זי איז געווען גייסטיש צורידערט. יעצט גייט זי מיר וועלן מסביר זיין פארוואס.
פון זיי בריוו זע איך מער פון אלס, אז ער רעדט ווי א נארמאלע מענטש. יעצט גייט ער מיר וועלן מסביר זיין זיינע טענות.
ווער האט א בעסערע שאנס?


און פון מיין מויל צו דיין אויער: ווען דו וואלסט נאכגעטון זיין ביישפיל, אנשטאט איר ביישפיל, וואלט מען דיר אויך מער אויסגעהערט!
מוצ"ש יולי 23, 2016 11:45 pm#343231
שש משזר האט געשריבן:נאאיוו ביזטו מושב'ל, יעדער קראנקער אט"ד האט ביי דיר א חזקת נאמנות - ווילאנג ער האקט אויף חרדים.

משום מה האסטו ארויסגענומען פון מיין גאנצע תגובה נאר איין פונקט, אז ער האט גערעדט איידל און זי ווי אן אומצעוויליזירטע צאפ. אבער ניחא, כ'פארשטיי אז מיט די אנדערע טענות איז שווערער זיך צו ספראווען, דערפאר וועל איך זיך אויך נאר מתייחס זיין צו דעם פונקט.

ווען איינער רעדט ווי א ווילדער צאפ, פארלירט יענער גלייך זיין חזקת נאמנות. מ'הערט נישט וואס ער זאגט, ווייל די מח הערט גלייך וויאזוי ער זאגט. ווען איינער רעדט נארמאל, קען מען זיך צוהערן צו וואס ער זאגט אויך.

פון איר ביכל זע איך מער פון אלס, אז זי איז געווען גייסטיש צורידערט. יעצט גייט זי מיר וועלן מסביר זיין פארוואס.
פון זיי בריוו זע איך מער פון אלס, אז ער רעדט ווי א נארמאלע מענטש. יעצט גייט ער מיר וועלן מסביר זיין זיינע טענות.
ווער האט א בעסערע שאנס?


און פון מיין מויל צו דיין אויער: ווען דו וואלסט נאכגעטון זיין ביישפיל, אנשטאט איר ביישפיל, וואלט מען דיר אויך מער אויסגעהערט!

שש איך ווער משוגע פאר דיר... האסט א שכל הישר. ווייניג מענטשן וואו דיר.
זונטאג יולי 24, 2016 2:58 am#343246
אונזער נושא דא איז דאך נישט וועמנס בריוו עס כאפט מער אן אויג, נאר ווער עס איז גערעכט, און פון צעטלעך וואס ווארפן ווערטער מיט לשונות קען מען דאך סייווי נישט וויסן ווער עס איז גערעכט, ווייל שרייבן קען דאך יעדער וואס ער וויל כמיטב קולמוסו.

כלפי אונזער נושא וועלן מענטשן משפט'ן לפי דעם טעמפער פונעם בריוו, טייל ווערן מער איבערגענומען פון ביטערנישט און האס, און טייל ווערן מער באאיינדרוקט פון א בריוו געשריבן מט געלאסנקייט און זעלבס קאנטראל כאטש עס ענטפערט לאו דוקא אויף די טענות.

מין וועג פון משפט'ן איז לויט די אומשטענדן. וואלט אסתי געשריבן איר העסלעכער בריוו זיצנדיג אויף די שטארקע זייט מט אירע קינדער און קהילה שטיצע, און שלמה זיין באשיידענער בריוו על סף הייאוש אויפן וועג צום תהום האוקינוס, דאן וואלט איך נוטה געווען צו גערעכט געבן שלמה'ן און אים אפילו באוואונדערן אויף זיין ענוה. אבער היות די מעשה איז פארקערט, אסתי שרייבט מיט ביטערנישט נאכן אלעס פארלירן אויפן וועג צום טויט מחמת עגמת נפש, און שלמה שרייבט "שפוי" א לעבעדיגעע מיט זיינע קינדער סביב לשלחנו געניסנדיג פון קהילה און משפחה שטיצע, דעריבער באטראכט איך איר בריוו לכל הפחות אלס א וויי געשריי פון א פרוי וועלעכע איז אפגעהאקט פון איר טייערסטע, און לכל היותר אז אלעס וואס זי שרייבט איז אמת )ביטערקייט פון א לוזער מאכט עס נישט ווייניגער אמת'דיג, נאר גאר פארקערט), און זיין בריוו אלס לכל הפחות א פארוואסערטער תשובה, און לכל היותר אלס א שוידערליכער איגנאראנץ און קאנטאר אטאקע אויף הימל שרייענדע טענות פון א נפטר (געלאסנקייט פון א געווינער מאכט עס נישט מער גערעכט, נאר אפשר פארקערט)
זונטאג יולי 24, 2016 3:11 am#343247
rps20160724_031031.jpg

rps20160724_030959.jpg
זונטאג יולי 24, 2016 8:18 am#343255
"א גרופע באקאנט אין ארץ ישראל אלץ יוצאים בשאלה, און איך וואונדער מיך אלץ וואס דארף דאס מיינן? יוצאים בשאלה? וואסארע "שאלה" האט ער/זי וואס לאזט זיך אויס מיט ווערן אוועק געפירט פון אידישקייט"

ער וואונדערט זיך אויך אויף די גרופע באקאנט אלץ בעלי תשובה, וואס דאס דארף מיינן?

א טאץ מיט ליגנט געהערט פון "אט האט געזאגט" א משפחה מיטגליד און געפיטערט און אנגלית דורך א דומע זשערנאליסט פון די גערע משפחה.
זונטאג יולי 24, 2016 9:15 am#343258
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
פארוואס קומט נישט די משפחה די זעלבע דן לכף זכות ווי די פרוי? זיי טענה'ן אז זיי האבען זיך נישט קעגען געשטעלט איהר לויה פאדערונגען. ווער זאגט אז זיי האבען יא? איינער האט אויפוויזונגען?
און פונקט ווי דאס איז געווען ליגענט, קען מען אננעמען אז אנדערע זאכען קענען בלייבען מיט א סימן שאלה.

דער ענין אז נאר חרדים בייגען די אמת לויט זייער ווילונג איז א בלינדע גלויבונג פונקט ווי אלע פארטיי גלויבונגען. דער באבובער זאגט אז ר' שלמה'לע האט 'געפיהרט שווערע דיני תורה אינדערהיים', דער סאטמארער פלאפעלט וועגען אכצען דורות, דער בני ברק'ער מיט זיין 'שר התורה' און דער א.ט.ד. מיט זיין אינטערדרוקטקייט. איך ווארט נאך צו הערען פון מושב זקנים מיט וואס ער איז אזוי אונטערדרוקט, איך בין נישט פון זיין פארטיי ממילא האב איך נישט דער דרוק צו זיין אמונות טפלות.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 24, 2016 12:01 pm#343265
ווער רעדט דא פון גלייבן? די פאקטן דא זענען זייער קלאר.

א פרוי וואס נעמט זיך דאס לעבן נאכן ווערן אפגעריסן פון אירע קינדער איבערלאזנדיג אירע פארווייטאגטע געפילן, ווערט ביי שש משזר און ליטוואק פ.ב. באטראכט ווי א פשוט'ער העסליכער נערוון קראנקער, און איר מאן וועלעכער שרייבט א געלאסענער בריוו זייענדיג אויף די שטארקער זייט, אבער אן עפעס ערנסט נעמען אירע ווערטער, ער איז דער מענטשליכער.

איך בין נישט קיין קרימער פאלאטישן וואס וועט פון געקינסלטע ווערטער פונם שטארקן נתפעל ווערן. איך זעה דער פאקט פאר די אויגן, ווי א פרוי האט אלעס פארלוירן שרייט קעגן איר מאן וואס האט איר אלעס צוגענומען, און דער באנדיט אינקורידשט פון זיין פארטיי ענטפערט מיט א גלאטקייט אן קיין באווייזן אז דער קרבן האט געהאט מיט די נערוון און אז זי איז גאר דער שילדיגער פארן נישט וועלן וואוינען מיט אים אין זיין באבל.

אהא, איך האב פארגעסן, ער האט דאך געשריבן א קלאסישער בריוו און שש משזר דער פאלאטישן ווערט משוגע פאר דעם.

כסדום היינו
זונטאג יולי 24, 2016 12:07 pm#343267
moshav zekeinim האט געשריבן:ווער רעדט דא פון גלייבן? די פאקטן דא זענען זייער קלאר.

א פרוי וואס נעמט זיך דאס לעבן נאכן ווערן אפגעריסן פון אירע קינדער איבערלאזנדיג איר פארווייטאגטע געפילן, ווערט ביי שש משזר און ליטוואק פ.ב. באטראכט ווי א פשוט'ער העסליכער נערוון קראנקער, און איר מאן וועלעכער שרייבט א געלאסענער בריוו זייענדיג אויף די שטארקער זייט, אבער אן עפעס ערנסט נעמען אירע ווערטער, ער איז דער מענטשליכער.

איך בין נישט קיין קרימער פאלאטישן וואס וועט פון געקינסלטע ווערטער פונם שטארקן נתפעל ווערן. איך זעה דער פאקט פאר די אויגן, ווי א פרוי האט אלעס פארלוירן [צ"ל אוועקגעווארפן] שרייט קעגן איר מאן וואס האט איר אלעס צוגענומען, און דער באנדיט אינקורידשט פון זיין פארטיי ענטפערט מיט א גלאטקייט אן קיין באווייזן אז דער קרבן האט געהאט מיט די נערוון און אז זי איז גאר דער שילדיגער.

אהא, איך האב פארגעסן, ער האט דאך געשריבן א קלאסישער בריוו און שש משזר דער פאלאטישן ווערט משוגע פאר דעם.

כסדום היינו
זונטאג יולי 24, 2016 12:13 pm#343268
ואולי האט איהר ווייטאג אז זי האט אלעס פארלוירן כלשונך, געברענגט אז איהר כעס זאל זיין אזוי גרויס אויף איהר מאן אז זי זאל אויסטראכטן האר אויפשטעלנדע מעשיות כדי אז דו און אזלכע ווי דיר זאלן איהר גלייבן?

די זעלבע איז מעגליך אויף זיין בריוו, אלא מאי, אונז ווייסן נישט און וועלן קיינמאל וויסן דעם אמת.
זונטאג יולי 24, 2016 12:23 pm#343270
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
נאכאמאל, זי זאגט מ'האט צוגענומען, ער זאגט אז זי איז אנטלאפען. דו גלויבסט איהר טענה, איך נישט. דאס האט נאר מיט גלויבען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 24, 2016 12:49 pm#343278
איך זעה איין זאך. זי וויינט און ער ענטפערט אפ מט א חוזק בריוו. זי עפנט איר ווייטוג און ער פראבירט עס צו פארדעקן.

איך מיין אז ווערטער זענען איבריג.

עס איז בכלל לא יאומן ווי מענטשן לאזן זיך אזוי פארדרייען. "זי האט נישט פארלוירן אירע קינדער, נאר זי איז אנטלאפן" לויטעט די חרידישער פראפעגאנדע. כאילו זי האט מחרים געווען אירע קינדער.

אפילו עס זאל נישט זיין אמת אירע באשולדיגונגען קעגן איר מאן, האט זי אבער א רעכט אפצולאזן איר מאן, און נישט ווערן אפגעהאקט פון אירע קינדער. איך מיין אז אן קיין קרימע פראפעגאנדע פארשטייט עס יעדער בר דעת.

על-כיסוי-הדם
זונטאג יולי 24, 2016 1:04 pm#343279
ירח בן יומו:פרעגט די גמ'...מאי קא משמע לן...?! דו ברענגסט די הייליגע פייערדיגע רייד פון דעם אפיקורס וכו' (א יעדער קען אנפילן די בלענקס) מושב זקנים. און דו לייגסט גארנישט צו אדער נעמסט אראפ...!
זונטאג יולי 24, 2016 1:07 pm#343280
און באמת דארף איך נישט איר ספר כדי צו פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען. א מענטש וועלעכער ווערט אפגעהאקט פון זיינע קינדער האט אלע רעכטן צו טייטלען אויף דער וואס האט געהאט א יד אין דעם ניתוק, און שרייען נקום לעינינו נקמת דמי השפוך.

און נישט נאר דער באטראפענער מעג טייטלען, נאר אלע וואס זעהן דאס צו דארפן טייטלען אויף אזא יעניגן, ווייל א מענטש וואס טוט דאס טרעט אויף די הייקלסטע יסודות פון מענטשהייט, און האט נישט קיין זכות חיים בכלל.

איך וועל דא זיך אויסדרוקן מיט די ווערטער פון אלי וויזל המנוח: "ווער עס דערמאנט נישט כסדר די צרות פון די באטראפענע, איז ער גערעכנט כאילו ער איז געווען א שותף אינעם שפיכת דמים.

זכור-את-אשר-עשה-עמלק
זונטאג יולי 24, 2016 1:34 pm#343285
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
ווידער לאזונגען אן קיין דעקונג.

די קינדער טענה'ן אז זי האט זיי אפגעלאזט, אנטלאפען אן קיין סבה פארוואס. זי טענה'ט אז ס'איז קעגען איהר ווילען געווען.
פארוואס גלויבסט דו איינער פון זיי?
ווען דו ענטפערסט די שאלה, וועסטו נישט דארפען אנקומען צו עמלק וכהנה.
ביזדערווייל שלאגען זיך צוויי מענטשען און דער שכל לאזט עס אלס א ספק השקול.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 24, 2016 1:57 pm#343291
קיינער שלאגט זיך נישט. איינער האט פשוט באגראבן דעם צווייטן.

איך פארשטיי בכלל נישט וואס פאר א מין טענה דאס איז אז זי איז אנטלאפן? אז זי לאזט אפ איר מאן הייסט עס אנטלאפן? סתם ווייל די רשעים האבן מחליט געווען צ פארטושן די מוחות מיט אזא לצנות'דיגער אויסדרוק, זאל דערפאר פארגעסן ווערן דער פאקט אז מען האט צוליב איר "אנטלויפן פון איר מאן און פון איר קרייז וואו עס איז איר ענג געווען" געהעצט די קינדער קעגן איר און זיי אפגעהאקט פון איר?!

און ליטוואק, הער אויף צו אביוזן און פארטושן מיט אזעלעכע אויסדרוקן ווי "ווייטער קומסטו מיט לאזונגען אן קיין באווייזן", ווייל איך האב זייער גוט ארויס געברענגט מיין פוינט.
זונטאג יולי 24, 2016 2:14 pm#343293
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
מיר רעדען די זעלבע שפראך? ווער זאגט דיר אז זי האט געוואלט זע'ען איהר קינדער?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 24, 2016 2:52 pm#343298
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר רעדען די זעלבע שפראך? ווער זאגט דיר אז זי האט געוואלט זע'ען איהר קינדער?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


כותלי ביהמ"ד יוכיחו. זי זאגט אזוי עדות אין איר ביכל פון צוויי הונדרעדט זייטן
זונטאג יולי 24, 2016 2:58 pm#343299
און ער זאגט פארקערט אין זיין צוויי זייטן בריוו.
זונטאג יולי 24, 2016 2:58 pm#343300
ביי די לויה האט די עלטסטע טאכטער אזוי שיין מסביר געווען ווי אזוי ווען זי איז אנטלאפן זענען זיי געבליבן מיט קשיות און שאלות און זי האט זיך נישט געקימערט זיי צו ענטפערן. זי האט זיי געלאזט אויף הפקר. זי האט אפגעהאקט מיט זיי.