Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
258 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 433 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10648
מאנטאג יולי 25, 2016 3:37 pm#343460
ליטוואק, שוין ווייטער מיט קינדישע ריטאריק? (עס איז נאר א סטייל). וואס פאר א קשיה פרעגט מען? עס ליגט א טויטער פאר אונז מיט א געזעגענונגס בריוו אז דאס צוטיילונג פון אירע קינדער האט איר דאס געברענגט, און עטץ ווארצט אז איך זאל אויפווייזן אז זי איז נישט געווען שולדיג אינע צוטיילונג.

איך גיי אבער נישט אויפווייזן. ווייל עס האט עס נאך קיינער אפילו נישט געלייקנט אז מען האט פון איר צוגענומען די קינדער.

איז וואס פונקטליך ערווארסטו אז איך זאל דיר ענטפערן?
מאנטאג יולי 25, 2016 3:42 pm#343463
שש משזר האט געשריבן:קיינער איז נישט אינטרעסירט צו פירן ווייטער א ויכוח מיט דיר.
דו ביזט נישט דא אויף צו הערן און מקבל זיין, נאר אויף צו טריצן.
ווער זאל זיך וועלן מנדב זיין צוצוגיסן אויל צום צופייערטן פייערער?

אה, איך האב אקארשט געגאסן אויל. הייב אן צו פארפירן אנטקעגן מיר...

כאפ שוין אז מיט דיין סטיל שפראך, איגנארירט מען דיר פשוט.


שש, איך בעט דיר איין זאך, ביטע הייב נישט אן מיט מיר, ווייל אלס דיראקטאר פונעם וועקער וויל איך דיר נישט ארונטער רייסן (איך האב א סך וואס צו זאגן מליבי און פון אישי מעסעדזשעס).
מאנטאג יולי 25, 2016 3:44 pm#343464
moshav zekeinim האט געשריבן:איך גיי אבער נישט אויפווייזן. ווייל עס האט עס נאך קיינער אפילו נישט געלייקנט אז מען האט פון איר צוגענומען די קינדער.


סא, יעצט אפיציעל לייקן איך, עפעס טוישט זיך? קיינער האט נישט אויפגעוויזן, ביידע האבן די זעלבע נאמנות.
מאנטאג יולי 25, 2016 3:53 pm#343467
ליטוואק, איך פרעג "דיר! וואס פאר א הוכחות האסטו אז איר מערדערליכער צוטיילונג פון די קינדער איז נישט די שילד פון שלמה והסיסטעם?

קום נישט מיט קיין פארוואסערטער תירוצים, אז מען קען נישט וויסן ווער עס האט זיי צוטיילט, ווייל אן קיין שטארקער תירוץ איז זייער קלאר אז שלמה מיט זיין סיסטעם האבן איר צוטיילט פון די קינדער.

און ניין, נערוון קראנק איז נישט קיין תירוץ.

טאמער ענטפערסטו מיר נישט קלאר וועט עס פשוט קלאר צייגן צו וואס פאר א קרומקייט און פארדארבנקייט די סיסטעם קען גרייכן מיט חושעריי תירוצים אויף די ארגסטע מעשים און מארדן.
מאנטאג יולי 25, 2016 3:56 pm#343468
געוואלדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:איך גיי אבער נישט אויפווייזן. ווייל עס האט עס נאך קיינער אפילו נישט געלייקנט אז מען האט פון איר צוגענומען די קינדער.


סא, יעצט אפיציעל לייקן איך, עפעס טוישט זיך? קיינער האט נישט אויפגעוויזן, ביידע האבן די זעלבע נאמנות.


איך רעד פון לייקענען בדברים של טעם הנתקבל על השכל הישר, געבויט אויף קלארע פאקטן.
מאנטאג יולי 25, 2016 4:33 pm#343473
מושב זקנים: דו ביסט נאכנישט מיעד (און באור'ד) פון איבערקייען און איבערדרעשן די זעלבע שטותים נאכאמאל און ווידעראמאל. דו האסט שוין געמאכט דיין פוינט מיט 3 בלעטער צוריק. וואס נאך איז דא צו זאגן איבער דעם עניין. ס'האטציך נאכנישט געטראפן דער פסיכא-אנאליסט וועלכער זאלל קענען אנאליזרן פארוואס דו האסט סוב-קאנשיעסלי אזא איינגעבאקענע שנאת הדת און אן אינסטינקטיווע אהבת הגויים. אפשר ווייל דיין טאטע זכרונו לברכה האט דיך צו שטארק געשמיסן. און דורכדעם האסטו באקומען אן אויטאמאטישע האס צו אידישקייט און אידן. דאס איז לכאורה גרינג צו פארשטיין (און נישט צו בארעכטיגן. ווייל אונזערע טאטעס האבן אונז אלע געשמיסן...!) אבער דיין אינסטינקטיווע אהבת הגויים, איז שווער צו פארשטיין. צו האסטו דען נישט באמערקט אז ביי די גויים וועט א איד קיינמאל נישט גערעכט זיין. פון אפלערנען עפעס פון היסטאריע רעד איך שוין נישט. ס'איז אמאל געווען א יודיש יונגל וועלכער איז געקומען פון זייער א רייכע און אסימילירטע פאמיליע. און ער איז געווען זייער שטארק געבילדעט. ווען ער איז עלטער געווארן איז ער אריין אין די פרעסטיזשפולע פראנצויזישע מיליטערישע אקאדעמיע. ער איז אויך געווען א גרויסער פאטריאט. ער האט גראדואירט מיט אויסצייכענונגען, און תיכף באקומען א קאמישאן אין די מיליטערישע הויפטקווארטיר. וואו ער האט זיך אויכעט אויסגעצייכנט מיט זיין מיליטערישע וויסנשאפט. איין טאג האבן עטליכע גוי'אישע אפיצירן אויסגעטראכט אויף איהם א לעכערליכן בילבול אז ער האט שפיאנירט פאר דייטשלאנד. און איבערגעגעבן מיליטערישע סודות. אפילו ס'איז נישט געווען קיין טראפ עווידענס אז ער האט שפיאנירט. דאך האט מען איהם אוועקגענומען אלע זיינע מיליטערישע אויסצייכענונגען און צובראכן זיין שווערד און פארשעמט פאר דעם גאנצן לאנד. און איהם אנגערופן...Sal Juif...שמוציגער איד...!
דאס איז נאר איינס פון צענדליגע אדער גאר הונדעטער און טיזנטער פאללן. מ'קען זיי נישט אלע אויסרעכענען. איך האב אינסטינקטיוו אן אהבה צו א יעדן איד...נישט דאס פארקערטע... :roll: :o
מאנטאג יולי 25, 2016 5:28 pm#343489
moshav zekeinim האט געשריבן:ליטוואק, איך פרעג "דיר! וואס פאר א הוכחות האסטו אז איר מערדערליכער צוטיילונג פון די קינדער איז נישט די שילד פון שלמה והסיסטעם?

קום נישט מיט קיין פארוואסערטער תירוצים, אז מען קען נישט וויסן ווער עס האט זיי צוטיילט, ווייל אן קיין שטארקער תירוץ איז זייער קלאר אז שלמה מיט זיין סיסטעם האבן איר צוטיילט פון די קינדער.

און ניין, נערוון קראנק איז נישט קיין תירוץ.

טאמער ענטפערסטו מיר נישט קלאר וועט עס פשוט קלאר צייגן צו וואס פאר א קרומקייט און פארדארבנקייט די סיסטעם קען גרייכן מיט חושעריי תירוצים אויף די ארגסטע מעשים און מארדן.

וועסט מאכן ריסערטש פארוואס אביבה'ס קינדער האט מען צוגענומען וועלן דיינע נייטמערס און מחשבות זרות וועגן פרומע אידן נעלם ווערן. (הינט 1: זי האט נישט געהאט א גערער מאן. הינט 2: זוך נישט אין איר ביכל ווייל זי האט נאך נישט עספייט צוזאמענצושטעלן באבע מעשיות אויף פרומע אידן.)
מאנטאג יולי 25, 2016 6:33 pm#343493
מושב זקנים
וואספארא הוכחות האסטו אז איר מערעדרליכער צוטיילונג פון די קינדער איז די שולד פון שלמה והסיסטעם?

קום נישט מיט קיין פארוואסערטער תירוצים, אז אן קיין שטארקער תירוץ פון שלמה, איז זייער קלאר אז שלמה מיט זיין סיסטעם האבן איר צוטיילט פון די קינדער.

טאמער ענטפערסטו מיר נישט קלאר וועט עס פשוט קלאר צייגן צו וואס פאר א קרומקייט און פארדארבנקייט דיין מהלך קען גרייכן מיט חושעריי תירוצים אויף די הוצאת שם רע אויף א משפחה בישראל.
דינסטאג יולי 26, 2016 9:51 am#343546
אהן אריינגיין אין איבעריגע וויכוחים, וועל איך שרייבן ווי אזוי איך האב פארשטאנען די קעיס. (אנד מעי בי איי עם ראונג).

ראשית כל, אוועקרייסן קינדער פון עלטערן איז א רשעות, און עס דארפט פארדאמט ווערן אין דזשענעראל, אן אריינגיין אין די פרטים. נישט קיין חילוק וואס די מאטיוון דערצו איז.

זאגנדיג די ווערטער, נאך אלס האב איך באקומען די רושם אז די וויינשטיין קעיס, איז געווען א יוניק קעיס, און נישט א טיפיקל פרומער Vs. או. טי. די. מערכה. לייענענדיג איהר ביכל האב איך אויפגעכאפט פון אונטער די שורות, עטליכע אומגעשריבענע זאכן, וואס מאכן מיר גלייבן, אז עס זענען פארהאן אסאך זאכן וואס מיר ווייסן נישט, און קען זיין מיר דארפן עס נישט וויסן.

איך קום דא קיינעם בארעכטיגן חלילה, על כל פנים לויט איהר מאנ'ס גירסא האט זי קיינמאל געבעטן די קינדער. הייסט עס - וואלט זי געבעטן וואלט זי באקומען. איז דער וויכוח נאר אין מציאות. און צוגאב דערצו, וואס אירע קינדער זענען שוין אונטערגעוואקסן און זיי האבן נישט אנגעקניפט קיין קשר מיט איר, וואס מ'קען קיינעם נישט באשולדיגן דערפאר, (אן אדאלט האט אן אייגענע אחריות אויף זיינע מעשים).

אין יעדנספאל, זעה איך דא א טראגישע פאסירונג, ביידע זייטן זענען גוט צוריסן און צושלאגן, עס טוהט וויי דאס הארץ אז זאכן מוזן ווערן אזוי צודרייט און צושפילט.
דינסטאג יולי 26, 2016 12:57 pm#343573
איך האב געזען א מאמר אויף היידפארק, ליינט'ס און טראכט'ס און שמועסט.

10 לקחים מפרשת ויינשטיין
מקור: קוקר

לפני שנים רבות היה נער שובב מופרע ומרדן שנמשך לפיתויי הרחוב, רבים טענו כי בעייתו נפשית היא, ומיטב מומחי הנפש נהנו מערמות של שטרות צבעוניים ומרשרשים בזכותו.
מטפליו וקרוביו הגיעו איתו יום אחד למומחה על, הוא האזין לו כמה דקות, ואמר ישירות למלויו "אין לו שום בעיה נפשית, יש לו רק דבר אחד: ייצר הורע" (*יצר הרע. הפרופסור המקריח גלוי הראש אמר את זה בליטאית יישיבישערית מושלמת), והוא המשיך: "הפתרון שלו הוא רק אחד: מה שאצלכם קוראים "מוסעער" (*לימוד מוסר).

קראתי את ספרה של האומללה ששלחה יד בנפשה באשדוד. כמו כולם, חשתי אמפתיה רבה כלפי הדמות שלה, בין השאר משום שנחשפה עד הקצה האחרון באישיותה, וחשתי תדהמה מול התקונעס (*התקנות) של גור, ואפילו סלידה. חשתי בקריאה הראשונה שהדמות הגברית אותה היא מציירת, (וכמובן שאין להאמין לה כלל באשר למציאות האובייקטיבית וכדלהלן), שלילית ביותר, כמעט בלתי נסבלת, ולהלן ההסתייגות.

אך יש כמה דברים שהשכלתי, לא כמו כולם. כמה תובנות חשובות. הלא המה:

1. כמה מביך הנסיון שלה לשכנע אותנו שהיא אמא טובה ומסרה את נפשה עבור בנותיה. בצוואתה היא פותחת בבקשת סליחה מארבעת הקטנות שהיו "קטנות מכדי להבין", ובהמשך היא מבקשת להראותן את מכתבי "הנאצה" שלהן, כדי שיזדעזעו! אם הן אינן אשמות, מה ההצדקה והטעם בלהרוס להן את החיים???!!! אולי במקום לבקש מהן סליחה תואילי פשוט להצניע את המכתבים הללו?? שמעת פעם על המשפט "לא מדובשך ולא מעוקצך"? מישהו יכול להאמין שאמא יכולה להיות אכזרית כל כך כלפי עולליה?

מהגדולות היא לא טורחת לבקש סליחה אפילו. כאילו היא מלאך טהור והן פסגת הרוע. לא מגיעה להן בקשת סליחה! היא לא גרמה להן עוגמת נפש, לא פגעה בהן, לא זנחה והפקירה אותן, לא העניקה להן מהלומה נפשית הכי חמורה שיש, היא רק עושה טובה והנחה באומרה שאיננה "כועסת" עליהן, כי אם רק "מאוכזבת". שתגדנה תודה, היא מרשה להן לבוא להלוויה, לאחותה הגדולה היא ציוותה שלא תבוא...

ולכולן, קטנות כגדולות, היא השאירה ברכבה מתנת פרידה, פתק אכזרי מאין כמותו, שמטרתו השקופה להרוס את שארית חייהן עד הסוף. וזו, גם בספרה וגם בצוואתה, משכנעת אותנו, בשארית כוחותיה האוזלים, שהיא האמא הכי טובה בעולם. היא מגדירה את עצמה כמי ש"מסרה את נפשה עבור בנותיה". לא פחות. אגב, בת אחת שלה ראויה לציון, היא "זכתה" להנטש על ידה פעמיים, זו האומללה תמי. גם ננטשה כחרדית, (אז היא נותרה עם אב ואחיות מלבד הבעל והתינוק שבא לאחר מכן), וגם כעת כחילונית, בהרכב קצת יותר גרוע. נשארה בודדה בעולם עם בנה התינוק שאיבד את הנפש השניה בעולמו, הסבתא היחידה. זה מה שהגיע לה, לתמי "היקרה והמאירה", על "האחריות, האומץ, החכמה, וכולי", וגם על זה היא מסבירה לנו, המנוחה האומללה, שזה לא אנוכיות, אלא שכך היא מאמינה… מי אמר שאין לה אמונה?!

אז תרשמי לך, אסתי ז"ל המנוחה, שם במרומים: את לא האמא הכי טובה בעולם, אני לפחות יותר טובה.

2. עד השלב של נסיון ההתאבדות הראשון שלה, הכל בגבול הסביר. יצר הרע יש לכל אחת ולכל אחד, תאוות גם, חולשות ונפילות גם. המסקנה שלה שהכי טוב לבנותיה זה שהיא תתאבד, היא מסקנה הגיונית בהחלט. (פסולה לחלוטין על פי ההלכה, אך הגיונית בעליל). ההתאבדות לא הצליחה, ומכאן ואילך הכל הפוך. היא עושה הכל, כולל הכל, כפי שיהרוס לבנותיה את החיים וימרר את ליבן במקסימום האפשרי. מעניקה להם אם סוררת פרוצה ומתפקרת, שבאה לביישן במפגיע ליד חברותיהן ושכינותיהן, מפקירה אותן לחסדי האב (לשיטתה, הדגול???) ללא אם תומכת, מבזה אותן לאדמה לעיני כל העולם, וגם לא מסבירה להן כלום (על זה יש לה תירוץ טוב, אינה רוצה לשבור להן את משענת האב, אך התירוץ יתרסק בהמשך חייה, בצוואתה ובמותה, ויתפורר לעפר), במילה אחת – אכזריות, בשתי מילים – רוע איום.

3. טוב, היא ישרה כסרגל, ולא מסוגלת עם הצביעות. יש לפניה שתי דרכים, או להתגרש ממנו ולהנשא לאיש צדיק וישר נטול צביעות, (היא הרי מודה שיש רבים כאלה בגור ומחוצה לה), או להתגרש ממנו ולהתחלן. במה היא בחרה? מה זה מעיד?? לא הצביעות היתה הבעיה, התאוות היו הבעיה! היא רצתה תאוות בכל מחיר, הוא לא סיפק, היא תחפש לבד. הוכחה – שנותיה האחרונות. מה היא עשתה בערוב ימיה, שגם גבה ממנה את חייה? – ספר לעידוד יציאה בשאלה / להכפשת גור.

4. מה זה יתן? חיים טובים לבנותיה? עולם הבא? מה יש לבנאדם מזה שלאחר מותה אולי עוד כמה תתקלקלנה מחמתה? זה מעיד כמה היתה שבויה של היצר הרע. של הרוע בהתגלמותו. היא מוכנה להרוס את השאריות האחרונות של החיים שנותרו בבנותיה השחוטות במו ידיה, למצוץ את דמן, לקרוע את בשרן, להתעלל בהן נפשית הכי חזק שיש, העיקר שלארגון ה.ל.ל. יהיה עוד ספר מוצלח נגד גור. גועל נפש שאין כדוגמתו. זוועת עולמים. ראו נא רבותי, לאן יצר הרע יכול לקחת בנאדם נורמטיבי, להתאבדות רוחנית, להתאבדות גשמית, ועל הדרך לרצח אכזרי של גוזליו!!! לא יאומן כי יסופר!!! שומו שמים!!!

5. טוב, כעת לגופן של העוללות. מה בעצם עמוד השדרה של סיפורה? שכבר מילדות היתה בה תשוקה גבוהה במקצת משל חברותיה, שהיא הרשתה לעצמה להשקיע ולהאמין בחיצוניות, יותר מחברותיה, ושמיד לאחר נשואיה (לצד הצצות בלתי פוסקות לתוך העולם החילוני וסגידה לכל קטע של תאוותנות שהיא נחשפת לו) היא פתחה במסע "לקלקל" את בעלה. לפתוח לו את העיניים ואז גם את הרגליים, כהגדרתה/ הגדרת אביה. בהמשך היא מצליחה, ולפי העלילה אף מצליחה מאוד, ואז – יותר מדי. הוא מקדים אותה בצעד או בכמה, ומצליח להמאס עליה. כמו בכל הטרדה מינית מצויה, שהעבירה היא ההתקדמות של אחד הצדדים צעד אחד מדי קדימה, כך גם כאן, הוא הרשה לעצמו יותר משהיא היתה ערוכה לו. והיא מגיבה ברגשי צביעות, ובלבול, ודכאון, ואז — כדורים. היא מציירת שזה כדי להציל את הבנות, קצת קשה להאמין לה לאחר שבמו עינינו ראינו לבסוף מה היא באמת עשתה לבנותיה. שום מפלצת עד היום לא התעללה כך ביוצאות ירכה, כפי שנתבאר ועוד יבואר. יותר סביר שזה היה ביטוי למצב האובדני אליו הגיעה מרוב שממון נפשי. ומשם מתגלגל די מהר הסוף המר.

6. כעת נתאר לעצמנו שהיא לא היתה מנסה לקלקל אותו, או שלא היתה מצליחה, מה היה קורה? יותר גרוע משקרה, ודאי שלא היה קורה. סביר בהחלט שהיה טוב יותר. כי היא היתה טרודה כל השנים בלנסות לקלקל אותו, או בלאפיין את עצמה, ולא מגיעה לאן שהגיעה.

7. כאן המקום להסתייג מקבלת דברי הספר כאמיתות. לא בכדי היא שינתה את השמות, עורך דין הסביר לה שספר כזה של גרושה על בעלה לשעבר הוא עבירה פלילית חמורה. אז היא ניסתה לעקוף את החוק באמצעות שמות מושאלים, יש לה נס שהיא שלחה יד בנפשה ולא נאלצה לבחון את הטיעון בבית משפט… בכל אופן, החוק קובע כי האמון להתזת עלילות במקרים כאלה כה אפסי, שהדברים בחזקת שקר עד שיוכח אחרת. אז נכון, זה ספר מיוחד במינו בכך שניכרים בו דברי אמת, אך אין לשכוח שמאידך המוטו שלו דמיוני עד כדי טירוף, ושכל האמון נובע מהחושפנות המטורפת, שכזו באה לאחר התאבדות אין בה כל טעם לעורר אמון.

ויש לי גם מלה טובה על הבנות שנותרו חרדיות. ובפרט על זו שהספידה. הן עברו ללא ספק תזזיות נפשיות אדירות, הן חוו טלטלות איומות, והן יציבות ושקולות בהתנהגות מעוררת כבוד. זוהי גבורה אמיתית!!

8. אמרו חכמים: "הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין", יתכן, שבראותנו, לראשונה בחיינו, לאיזה תהומות של רוע ואכזריות יכולה התאווה, תאוות המין, להוביל אדם שהיה נחשב עד אז מכל הבחינות כנורמטיבי, עלינו להנזר ממנה ביתר שאת. אין זה אומר "קדימה, כולנו לקיום התקונעס" כי ישנו סייג אחד חשוב מאוד (שניתן ללומדו גם לשיטתה מספרה, ככל שיש בו אמת) סייג הטאקט והרגישות. אבל אולי יש בזה משהו, שלא כדאי לתת לאשה מצב שבו את כל שתרצה תקבל. תמיד עליה להשאר בציפייה. מי שיתנהג מדי טוב ויתן לה הכל, עלול לגלות שמרוב טוב לבו הוא דווקא הזיק לה, וכמובן גם לו. זה מוזר מכדי להכתב, אך אם יש משהו שיכול לשכנע את מי שאינו חסיד גור בעד התקנות, זה הספר הזה! טוב הנשים לא תסלחנה לי, אז תמחקו נא את הקטע הזה מהפרוטוקול.

9. ציפור קטנה לוחשת לי שאין כל כך הרבה רוע בעולם. אין רוע שיגרום לאם לנפץ את גולוגלות בנותיה אל הסלע, אין רוע כזה בטבע. זה על טבעי. זה רק כוחו של יצר. ואמנם גם זה מפחיד עד מאוד. כמה גדול כוחו של יצר. אך אם ליצר הרע יש כזה כוח, לעמיתו הטוב גם יש כח ללכת נגד הטבע, בלי חשבון. וצריך לנצל את הכח הזה, רק לטוב, לטוב טהור וקדוש, עדין ומושלם. טוב ללא גבולות ומעצורים. טוב מוחלט.

10. הבה נפיק את הלקח הזה לחיינו, ואולי יהא בזה עילוי לנשמתה האומללה אשר נרצחה במו ידיה עבור נזיד עדשים דמיוני של הערב לשעתו ואין אחריו אלא תוגת מוות.


גענומען פון דא
דינסטאג יולי 26, 2016 2:22 pm#343590
בקיצור, לויט דער ארטיקל פון קוקר איז די מאמע געווען יענע פויגל, נישט נאר קעגן איר מאן, נאר אויך קעגן איר קינדער און אפילו נאך איר שטארבן. - טיפיקל אטד (ווי רש"י הק' טייטשט "אטד" מיינט "קוצים" - דערנער).

נאך א זאך האט קוקר שיין ארויסגעברענגט, אז דער יצר הרע האט א מורא'דיגע כח צו פארבלענדן די אויגן פון די מענטשן וואס גיין אים נאך בלינדערהייט און גורם זיין אז דער מענטש זאל טון אויסטערלישע זאכן וואס איז קעגן מענטשליכקייט און קעגן דער אייגענע ווילן און אקעגן נארמאלע ווארעמע באציאונגען צווישן א מאמע און אירע קינדער.

און מען זעט אויך ס'איז לאו דוקא גער. ווען איר מאן וואלט געווען א סאטמארער וואלט זי זיך געוואשן צו סאטמער, ער וואלט געווען א ליטווישע וואלט זי זיך געוואשן צו די תורה וועלט. ס'איז גראדע געווען א גערער, זי קומט דאך פון א גערער משפחה, איז די מעשה פונקט געווען מיט א גערער, אבער ס'איז לאו דוקא.
דינסטאג יולי 26, 2016 5:24 pm#343618
מושב, מה יום מיומיים?
דינסטאג יולי 26, 2016 6:57 pm#343633
מאיר הערש האט געשריבן:מושב, מה יום מיומיים?

דו שעמסט דיך מיט א מושב-לייק ?
מיטוואך יולי 27, 2016 12:27 am#343669
נעוואדע, ובמושב לייקים לא ישב.
מיטוואך יולי 27, 2016 9:10 am#343685
יעקב מענטש האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:מושב, מה יום מיומיים?

דו שעמסט דיך מיט א מושב-לייק ?

נע! כ'האב פשוט געוואלט וויסן צו איך קען שוין געבן קידוש :קלאטש
מיטוואך יולי 27, 2016 9:12 am#343686
יעקב מענטש האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:מושב, מה יום מיומיים?

דו שעמסט דיך מיט א מושב-לייק ?

שמעקעדיג האט געשריבן:נעוואדע, ובמושב לייקים לא ישב.

נאַ, דאס איז קאווע שטיבל! קלוגע אידן פארשטיין אויפ'ן ווינק, מבין דבר מתוך דבר, האלטן מיט, און ווען זיי טרעפן די פאסיגע געלעגנהייט געבן זיי א געשמאקע רעמארק. דאס איז וואס אן עכטע קאווע שטיבל באדייט.
מיטוואך יולי 27, 2016 4:07 pm#343748
קען מיר איינער אראפלייגן ד טרוקענע מעשה דברים כהוויתן אין אידיש קורץ און שארף פון אנהייב ביזן סוף וואס האט פאסירט מיט אסתי וינשטיין אויף א כארנאלאגישע סדר
יישר כח
מיטוואך יולי 27, 2016 8:12 pm#343781
וויפיל צאלסטו פער שעה?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:47 am#348550
ליידער פאסירט נאך א טראגעדיע, פייגי גרינוואלד א אייניקל פון פאפא רבי איז אוועק דורך סועסייד.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:40 pm#348562
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ליידער פאסירט נאך א טראגעדיע, פייגי גרינוואלד א אייניקל פון פאפא רבי איז אוועק דורך סועסייד.


זי איז אוועק? זי איז געוועהן אין א קאומא נעכטן פון א overdose, סאיז נישט זיכער צו זי האט זיך טאקע גענומען דאס לעבן אדער זי האט גענומען צופיל פון די סחורה.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:58 pm#348582
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
שבת אחים האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ליידער פאסירט נאך א טראגעדיע, פייגי גרינוואלד א אייניקל פון פאפא רבי איז אוועק דורך סועסייד.


זי איז אוועק? זי איז געוועהן אין א קאומא נעכטן פון א overdose, סאיז נישט זיכער צו זי האט זיך טאקע גענומען דאס לעבן אדער זי האט גענומען צופיל פון די סחורה.

ווייסעך נישט, אויף פעיסבוק איז אנגענימען אז עס איז געווען סועסייד.

Sent from my SM-G930T using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:31 pm#348587
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:54 pm#348592
בד"ה

האט שוין איינער אויסגעפיגערט וויאזוי די חרידים זענען שולדיג אין איר זעלבסטמארד ? שבת ? מושב? עניבאדי ?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 3:05 pm#348593
יעקב מענטש האט געשריבן:בד"ה

האט שוין איינער אויסגעפיגערט וויאזוי די חרידים זענען שולדיג אין איר זעלבסטמארד ? שבת ? מושב? עניבאדי ?


איך קען איר נישט און איך קען נישט די מעשה, אלזא קען איך נישט זאגן צו חרדזים איז שולדיג אין איר פאל, אבער אין אסאך אנדערע פעללער ווי איך קען יא איז קלאר אז חרדזים און די אינטערדרוקונג פון די היימישע סאסייעטי האט צוגעהאלפן אסאך צו די סאוסייד נומבערס, און מ׳דארף זיין א גרויסע נער און זייער naive דעס נישט צו זעהן.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 3:28 pm#348595
Overdose מיז מיינען זעלבסטמארד?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:12 pm#348601
קאצקע ציקער האט געשריבן:Overdose מיז מיינען זעלבסטמארד?

ניין אבער דאס איז עס געווענליך, גאנץ א פאפולערע מיטל פאר סועסייד אטעמפטס
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:59 pm#348610
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
א מענטש וואס איז צוגעוואוינט צו דראגס, קען דערהייבען מער ווי סתם א מענטש פון די גיפט. אפט מאכט זיך ווען איינער הערט אויף צו נעמען דראגס, אז זיין קערפער דערהייבט שוין ווייניגער. טאמער אזא איינער פאלט אדורך און ער נעמט נאכאמאל דראגס, קען זיך מאכען אז זיי נעמען אזויפיהל ווי זיי פלעגען קענען דערהייבען, און דאס איז א געוואלדיגע סכנה.
צוליעב דעם הערט מען צומאל פון איינער וואס איז אויפ'ן וועג צוריק, אז זיי שטארבען פון אווערדאוס. געדענק אז אזא איינער איז אין א שטארק אומסטאבילע מצב און דער קאפ איז נישט אזוי אויפ'ן פלאץ צו מעסטען ריכטיג וויפיהל זיי קענען דערהייבען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:03 pm#348611
איך טריי נאר צו כאפן פארוואס די נייעס ליגט אין די אסתי וויינשטיין אשכול.......
זונטאג מאי 13, 2018 8:56 am#402367
אינטערוויא מיט אסתי וויינשטיין'ס טאכטער

m http://m.yediot.co.il/Articles/5254179 m
פרייטאג יולי 05, 2019 7:41 pm#432724
איך ווייס נישט ווי צו לייגן די נייעס, לייג איך עס דא.

די וואך זענען צוויי אידישע פרויען אומגעקומען פון אווערדאוס.

איינס איז א מיידל פון בארא פארק, וועלכע האט זיך אוועדאוסט עטליכע וואכן צוריק און איז געליגן אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד, ביז פאריגע וואך מוצאי שבת ווען זי האט אויסגעהויכט די נשמה.

היינט פרייטאג ערב שבת איז הצלה אלערמירט געווארן צו א הויז נעבן מאנסי, ווי א שוועסטער פון א 33 יעריגע פרוי האט גערופן הצלה אז מען זאל איר גיין אויסטשעקן נאכדעם וואס זי האט נישט געהערט פון איר פאר עטליכע טעג, אנקומענדיג האט מען איר געטראפן ליגן ליידער נישט בין החיים.

איך מיין אז די צוויי געשיכטעס דארפן אויפשטורמען א וועלט, עס דרייען זיך ארום אזויפיל צובראכענע נשמות, און מען דארף טוהן וואס מען קען זיי צו ראטעווען.
מוצ"ש יולי 06, 2019 11:49 pm#432727
און איבער דעם בחור וואס האט 'פארלוירן באלאנס' ביים פענסטער אין ירושלים ערב שבועות? און דער אינגערמאן וואס איז געטאנצן פון פארטש אין אשדוד...

עס איז ממש א פחד, איינער פון די עסקנים האבן געזאגט פאר א ידיד מיינער אז עס ליגט ביי זיי א ליסטע פון הונדערט אכציג זעלבסטמארדן פון שנת 2019 אליין!

ער האט אים געזאגט אז ער זאל מפרסם זיין די ליסטע וועט אפשר עפעס געטאן ווערן פאר די פראבלעם.
זונטאג יולי 07, 2019 12:02 am#432728
וואס קען מען טוהן?
זונטאג יולי 07, 2019 12:40 am#432730
אה, עס זענען דא פראבלעמען וואס אסאך מענטשן ליידן אויף דעם, דער שם הכולל איז חולי נפש וואס כשמה כן היא, מענטשן וואס ליידן אויפן נפש, צו זאל עס זיין דעפרעסיע, צו בייפאולער, צו א. סי. די. און סיי וואס.

מיט אביסעלע טעראפי קען מען מיט דעם האנדלען אז עס זאל נישט צוברענגען צו אזויפיל אומאנגענעמע סיטואציעס אללא איסתור.

אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע און עס איז פארהאן פארשידנארטיגע מיינונגען צוליב וועלכע סיבה עס זעט אזוי אויס אבער ההכרח לא יגונה, די עסטעבלישמענט פארלייקנט עס וויבאלד עס נעמט אראפ די גלאנץ וואס די קאמיוניטי האט ארויפגעפאלישט איבער אלע פראבלעמען אין נאמען פון גאט און זיין תורה, ווען עס זאל ווען זיין אזויפיל לייסענסד טעראפיסטן ווי דיינים מיט הוראה וואלט עס שענער אויסגעזען.

האופ יו גאט מיי פוינט.
זונטאג יולי 07, 2019 9:56 am#432733
אישתישבי האט געשריבן:וואס קען מען טוהן?

זיי זאגן אז די עסקנים וואלטן געדארפט מער שתדלן ביי די רעגירונג אז מ'זאל מאכן זעלבסטמארד אילעגאל.
זונטאג יולי 07, 2019 10:26 am#432734
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
מיט אזויפיל חסד ארגעניזאציעס וואלט שוין געמעגט זיין אן ארגעניזאציע וואס שטעלט צו טערעפיסטן פאר א אפרדעבל פרייז.


Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
זונטאג יולי 07, 2019 11:49 am#432735
מאך זיכער האט געשריבן:אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע

מער וואו אין אנדערע קאמיוניטיס?
איך בין נייגעריג וואו אזוי דו האסט דאס אויסגעפינען?
אפשר אויך פין דיין ידיד וואס איז גיט מיט אן עסקן וואס האט ציטריט צי א ליסט
קענסט זאגן "א יעדער איינער ווייסט", אבער סיערעסלי

איך ווייס נישט ווער איז דיין ידיד, אבער איך בין אויך אביסל באקאנט, און רוב פעלער איז דאס די משפחהו ואס וויל נישט ס'זאל הייסן א סא-סייד און נישט די קאמינעטי
זונטאג יולי 07, 2019 12:02 pm#432736
הקטן האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע

מער וואו אין אנדערע קאמיוניטיס?
איך בין נייגעריג וואו אזוי דו האסט דאס אויסגעפינען?
קענסט זאגן "א יעדער איינער ווייסט", אבער סיערעסלי


צו אין אנדערע קאמיונעטיס איז אויך דא, וועט דאס העלפען ביי אונז?

פרעגסט קשיות כדי ארויס העלפען די מצב דא? אדער כדי צו פארמינערען אונזער פרעבלעמען?

למעשה איז דא א שיינע חלק ביי די ארטאדאקסישע וועלט וואס ליידען אויף מענטל פרעבלעמען. דאס איז די עיקר. נישט לאפוקי, און נישט קיין שמעתתא.

פרעג אויך נישט צו ס'איז א מערהייט אדער מחצה על מחצה, ס'איז נישט קיין עיון סוגיא, פרעגט נישט קיין מנא הני מילי...

פארדריי נישט די פאונט. ס'איז זייער א שטארקע פראבלעם. און ס'איז היבש פארדעקט. למעשה דארף עס תיקון גדול, ס'איז אן ענין פון פיקוח נפש.

האסט ארויס גענומען צוויי שורות פון די תגובה אבי צו דרייען שלא מן הענין?
זונטאג יולי 07, 2019 12:59 pm#432737
ס'איז נישט שיין פין דיר, ATUB @וואלווי ATUB , אריינצילערנען א פאלשער מאטיוו אין מיין תגיבה.

פין די אנדערע זייט בין איך העפי צי הערן אז דיין שרייבן דא איז בכדי "ארויס העלפען די מצב"
קיפ-איט-אפ

און די-מין-טיים ATUB @מאך זיכער ATUB , אויב דו קענסט מיר ענעפערן מנא הני מילי... וואלט איך עפרישיעטעט.
אבער פליז נישט פין א ידיד וואו האט א ידיד
זונטאג יולי 07, 2019 1:53 pm#432740
הקטן האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע

מער וואו אין אנדערע קאמיוניטיס?
איך בין נייגעריג וואו אזוי דו האסט דאס אויסגעפינען?
אפשר אויך פין דיין ידיד וואס איז גיט מיט אן עסקן וואס האט ציטריט צי א ליסט
קענסט זאגן "א יעדער איינער ווייסט", אבער סיערעסלי

איך ווייס נישט ווער איז דיין ידיד, אבער איך בין אויך אביסל באקאנט, און רוב פעלער איז דאס די משפחהו ואס וויל נישט ס'זאל הייסן א סא-סייד און נישט די קאמינעטי

איך ווייס נישט וואס דיין קאמף מיט מיינע ידידים איז, אבער מיט צינישע באמערקונגען וועסטו נישט קלארשטעלן צו וואס איך האב געשריבן איז ריכטיג אדער נישט, יא, אין די חרדי'שע קאמיוניטי איז דא א שטארקע מערהייט מיט א גרויסע אויפשטייג אין פראצענטן אין די לעצטע פאר יאר פון מענטשן וואס ליידן אויפן נפש, אז דו ווייסט נישט דערפון דאן פרעג זיך נאך ביי א ידיד וואס האט ידידים.

זייער אסאך איז שוין געטון געווארן אז מענטשן זאלן אנקומען צו שפיטעלער בחינם, און אז מען זאל נישט שטיין מיט קיין פאנטשער אימיטן וועג, אז מען זאל נישט הונגערן ווען מען איז מיט א נאנטן אין שפיטאל און אז מענטשן זאלן קענען חתונה מאכן קינדער און אז יתמים זאלן נישט ווערן באקריוודעט און אז קינדער זאלן נישט ווערן געבוליעט, אבער עס איז נישט געטון געווארן גענוג פארן חבר/ברודער/שכן/קרוב וואס מאכט נעבעך מיט ביי זיך אין קאפ און ווערט מער און מער פארוועלקט און גייט אויס ווי א לעכט אדער טרעפט ער זיך צוגעבינדן צו דראגס און שמוץ, וויפיל מענטשן מאכן מיט פאר זיך שטילערייט און נאר ווייל מען שעמט זיך און עס איז נישטא די ריכטיגע שליחים וואס זאלן העלפן ארויסגיין פון די שווערע מצבים.

וויפיל יונגע ווייבלעך ליגן אין בעט אין שווערע דעפרעסיע און צום שוויגער קומט מען אויסגעפראקט שטופנדיג דעם באגעבא? וויפיל יונגעלייט זענען ארויף אויף סחורה די לעצטע פאר יאר אין רעזולטאט פון א פארנאכלעסיגטער יוגנט?

און דא רעד איך נישט פון די מאלעסטירטע וואס קומען נישט ארויס אין פובליק, איך רעד נאר פון די וואס האבן איכשהוא זיך נישט געקענט צושטעלן צו די קאמפעני און זייערע מחלות זענען מיטגעוואקסן מיט זיי מיט די יארן אן דאס מאכט זיי חרוב.

און עס איז אוודאי דא נאך פילע סארטן פעלער וואו די חולי נפש מאכן מיט וואס מען קען נישט ארויסשרייבן אויף פאפיר.

טאמער ווייסטו נישט פון די אלע זאכן דאן שיק מיר דיין אדרעס און כ'קום אריבער מיט א טעפל וואסער דיר אויפצואוועקן פון דרימלענד.
זונטאג יולי 07, 2019 6:36 pm#432759
זייער א לאנגע תגיבה כדי צי שרייבן "א יעדער איינער ווייסט"
זונטאג יולי 07, 2019 6:42 pm#432761
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
יעדע איינס איז שוין איינס צוסאך

Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
זונטאג יולי 07, 2019 6:44 pm#432763
קאלטגעבראטן האט געשריבן:יעדע איינס איז שוין איינס צוסאך

זיכער אזוי
זונטאג יולי 07, 2019 6:55 pm#432764
די נקודה דא איז נישט צו ס'איז דא מער אדער ווייניגער ווי ערגעץ אנדערשט. (כאטש די אמת'ע נאמבערס וועט מען קיינמאל נישט וויסען אזוי לאנג ווי אלעס איז באהאלטן אונטער'ן קארפעט)
די נקודה איז אז ביי אונז הערשן די מענטל פראבלעמען עט ליעסט אזוי ווי ערגעץ אנדערש, אבער למרבה הפלא איז שא שטיל און קיינער רעדט נישט דערוועגן.
מ'מאכט ריזיגע אסיפות פאר טעכנאלאגיע און ציונות, צוויי זאכן וואס זענען קיינעם נישט נוגע, און מ'פארנאכלעסטיגט א אמת'ע און פאקטישע פראבלעם וואס טויזענטער מענטשען מוטשען זיך דערוועגן.
פארוואס זאל נישט א רבי אדער רב האלטן א דרשה און מעורר זיין מענטשען צו זוכען הילף? האט דעפרעשען נאכנישט אונטערגעברענגט אזויפיל מענטשן ברוחניות ובגשמיות ווי סמארטפאונס?
פארוואס זאל נישט א קהילה צושטעלן סאושעל ווארקערס און טעראפיסטס פאר די אינגעלייט אדער פרויען וואס ברויכן דאס?
גראדע אין די לעצטע יארן איז דאס היבש בעסער, און רבנים שיקן אפיציעל צו טעראפיסטס און פסיכיאטערס, ס'איז שוין דא רעליף וכדו', אבער ס'דארף נאך אלץ א גרויסע תיקון.
אוודאי קען מען נישט פארמיידן יעדע סואיסייד, אבער מיר - אלץ א סאסייעטי - קענען טוהן מער צו ראטעווען פאטענציעלע קרבנות.
דאס איז אויסער דעם וואס די אלע מענטשן וואס זענען אין טשארדזש פון די ציבור מעגן שוין אנערקענען אז די אומנויטיגע סטרעס פון תקנות און ענגשאפטן וואס די סאסייעטי לייגט ארויף אויף יעדן יחיד ברענגט אן א שיעור גייסטישע פראבלעמען. זאל מען מאכען א אסיפת הרבנים ווי אזוי צו לינדערן סטרעס ביים ציבור. און זאג מיר נישט אז ס'איז נישט דא וואס צו טון, ווייל אויף די שרעקליכע מגיפה פון סמארטפאונס קען מען אויך גארנישט טוהן, און פונדעסטוועגן הערט מען דרשות און כינוסים יעדען צווייטן טאג דערוועגן. ווייל א איד דארף דאך טוהן, נישט אויפטוהן.
דינסטאג יולי 09, 2019 7:17 pm#432913
אמאהל אין בית המדרש איז איינער געגאנגען נאך געלט פאר א היימישער ארגענזאציע וואס העלפט מענטשען מיט "לייכטע" פראבלעמען, דעפרעסיע וכו'.

איינער געהערט פין זיי?
דינסטאג יולי 09, 2019 7:22 pm#432915
ס'דא מערערע ארגענעזאציעס, פרטים קענסטו באקימען ביי "רעליף"
סתם ביקור חולים ארגענעזאציעס קען אויך זיין אן אדרעס
דינסטאג יולי 09, 2019 8:31 pm#432919
זעט עטס ווי מען סטראגלט צו טרעפן אן ארגענעזאציע פאר מענטל העלטה? ווען עס פעלט מיר ווען קאטשעניא פאר שבת האב איך כאטשיג פינף ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן, אבער פאר 'לייכטע פראבלעמען' מוז מען זיך קראצן.
דינסטאג יולי 09, 2019 9:03 pm#432921
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
גדליה האט געשריבן:די נקודה דא איז נישט צו ס'איז דא מער אדער ווייניגער ווי ערגעץ אנדערשט. (כאטש די אמת'ע נאמבערס וועט מען קיינמאל נישט וויסען אזוי לאנג ווי אלעס איז באהאלטן אונטער'ן קארפעט)
די נקודה איז אז ביי אונז הערשן די מענטל פראבלעמען עט ליעסט אזוי ווי ערגעץ אנדערש, אבער למרבה הפלא איז שא שטיל און קיינער רעדט נישט דערוועגן.
מ'מאכט ריזיגע אסיפות פאר טעכנאלאגיע און ציונות, צוויי זאכן וואס זענען קיינעם נישט נוגע, און מ'פארנאכלעסטיגט א אמת'ע און פאקטישע פראבלעם וואס טויזענטער מענטשען מוטשען זיך דערוועגן.
פארוואס זאל נישט א רבי אדער רב האלטן א דרשה און מעורר זיין מענטשען צו זוכען הילף? האט דעפרעשען נאכנישט אונטערגעברענגט אזויפיל מענטשן ברוחניות ובגשמיות ווי סמארטפאונס?
פארוואס זאל נישט א קהילה צושטעלן סאושעל ווארקערס און טעראפיסטס פאר די אינגעלייט אדער פרויען וואס ברויכן דאס?
גראדע אין די לעצטע יארן איז דאס היבש בעסער, און רבנים שיקן אפיציעל צו טעראפיסטס און פסיכיאטערס, ס'איז שוין דא רעליף וכדו', אבער ס'דארף נאך אלץ א גרויסע תיקון.
אוודאי קען מען נישט פארמיידן יעדע סואיסייד, אבער מיר - אלץ א סאסייעטי - קענען טוהן מער צו ראטעווען פאטענציעלע קרבנות.
דאס איז אויסער דעם וואס די אלע מענטשן וואס זענען אין טשארדזש פון די ציבור מעגן שוין אנערקענען אז די אומנויטיגע סטרעס פון תקנות און ענגשאפטן וואס די סאסייעטי לייגט ארויף אויף יעדן יחיד ברענגט אן א שיעור גייסטישע פראבלעמען. זאל מען מאכען א אסיפת הרבנים ווי אזוי צו לינדערן סטרעס ביים ציבור. און זאג מיר נישט אז ס'איז נישט דא וואס צו טון, ווייל אויף די שרעקליכע מגיפה פון סמארטפאונס קען מען אויך גארנישט טוהן, און פונדעסטוועגן הערט מען דרשות און כינוסים יעדען צווייטן טאג דערוועגן. ווייל א איד דארף דאך טוהן, נישט אויפטוהן.
חדא מתורצת בחבירתה. פאר שטותים ווי ציונות און טכנולוגיה, טוט מען שטותים ווי אסיפות און דרשות מיט כינוסים.
פאר ערנסטע זאכען דארף מען טון ערנסט למעשה.
וואס? ווייס איך נישט.
טאמער די ציפערן זענען פונקט אזויפיל ביי אונזערע ווי אינדערויסען, הייסט׳ס עס איז נישט קיין היימישע פראבלעם, געבונדען צו די סאסייעטי, נאר אן אלגעמיינעם פראבלעם. פונקט ווי מיר דארפען נישט קיין אידישע קענסער ריסערטש סאסייעטי, דארף מען נישט קיין אידישע מענטאל העלטה סאסייעטי.

שכל זאגט אז אונז האבען ווייניגער ווי סתם אמעריקאנער, ווייל שטארקע משפחות טון דאס שטארק פארמינערן. און אסאך פון די טין סואיסיידס קומען פון די טפשות׳דיגע דעיטינג סיסטעם פון יונגער חברה אין היי-סקול, א זאך וואס מיר האבען נישט. אבער צו זאגען אז עס עגזיסטירט נישט איז דאך זינלאז.

אלענפאלס, געלט און ארגאניזאציעס איז נישט ממש די לעזונג. א געוויסע עדיוקעישען פאר מאמעס, דאקטוירים, מקוה פרויען, אדער רבצינס, וואלט געהאלפען. און אפשר עגזיסטירט עס שוין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 10, 2019 8:27 pm#432991
מאך זיכער האט געשריבן:זעט עטס ווי מען סטראגלט צו טרעפן אן ארגענעזאציע פאר מענטל העלטה? ווען עס פעלט מיר ווען קאטשעניא פאר שבת האב איך כאטשיג פינף ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן, אבער פאר 'לייכטע פראבלעמען' מוז מען זיך קראצן.

פאר די פרייז פון איין טעראפיע סעסיע קען מען אהערשטעלן כמעט טויזנט פארציעס קאטשעניא!

און איין סעסיע טוהט ניטאמאל אויף.......
מיטוואך יולי 10, 2019 9:36 pm#432993
קורקלענד האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:זעט עטס ווי מען סטראגלט צו טרעפן אן ארגענעזאציע פאר מענטל העלטה? ווען עס פעלט מיר ווען קאטשעניא פאר שבת האב איך כאטשיג פינף ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן, אבער פאר 'לייכטע פראבלעמען' מוז מען זיך קראצן.

פאר די פרייז פון איין טעראפיע סעסיע קען מען אהערשטעלן כמעט טויזנט פארציעס קאטשעניא!
און איין סעסיע טוהט ניטאמאל אויף.......

איך בין נישט זיכער איך פארשטיי בכלל זיין פוינט, ס'פעלט וווילטעטיגען ארגאנזאציעס אדער סתם גיטע אידען וואס זענען זיך גרייט אויסטון די העמעד פאר א צווייטען?
זאל'ס זיין מענטעל העלט אדער סיי וואס

איך קען הערן אז א יחיד זאל האבן א סטיגמא פין מענטל העלט, און וואו עס גויאישט זיך אידישט זיך.
אבער אלס א סעסייעטי? וויל איינער זאגן אז מיר האבן נישט קיין מענטעל העלט אישאס? עפעס א קאנספעראציע צי פארדעקען מענטל העלט?!?
וואט אר די עוועדענס פאר איט?
מיטוואך יולי 10, 2019 10:53 pm#432996
מען מיינט צו זאגן אז ביי אונז ווען איינער גייט אויף טעראפי הייסט ער א משוגענער, ממילא וויל מען נישט גיין.