Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

קאווע שטיבל • אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
258 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 433 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10648
זונטאג יוני 26, 2016 11:06 am#339057
אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
נאך זעקס טעג זיכן איז געקומען די ביטערע בשורה אז מ'האט געטראפען די גוף פון אסתי וויינשטיין , נאכדעם וואס זי האט זיך נעבעך גענימען די לעבן דורך אריינטאנצען אין ים.

ווער איז אסתי וויינשטיין? וויינשטיין איז א געוועזענע גערע פרוי , א מאמע פון 7 ערוואקסענע קינדער , וואס האט געמאכט א טשויס אין לעבן איבערצולאזען די חרדישע דרך. אירע ערוואקסענע חרדישע קינדער מיט די שטיצע פון רבנים און רבי'ס האבן מחליט געוועהן אינגאנצען אפצוהאקן מיט זייער מאמע און נישט לאזן האבן קיין שום שייכות מיט אירע קינדער אין אייניקעלך.


נאך אכט יארן פון ביטערע יסורים האט זי פאריגע וואך מאנטיג איבערגעלאזט א סואיסייד נאוט אויף אינדערהיים , און איז פארשווינדען געווארן. צווישן אנדערע האט זי געשריבען "אני מבינה שאני חולה ותלותית ואני לא רוצה להמשיך ולהיות למעמסה עליכם...אל תשקיעו הרבה בטקס, משהו צנוע עם המון פרחים ותזכרו שזה מה שבחרתי שהכי טוב בשבילי וגם אם תגידו שאני אנוכית, אני מקבלת בהבנה את חוסר ההבנה שלכם".

ס'איז שווער צו קריטיקירען אירע קינדער וואס רעדן זיך נעבעך איין אז דאס איז די רצון ה' , קריטיק דארף מען שיקן צו די סאסייעטי וואס שטיצט אזעלכע מושחת'דיגע מושגים ווי אפהאקטען עלטערען פון קינדער און קינדער פון עלטערן נאר ווייל זיי האבן מחליט געוועהן צו האבן א אנדערע סארט לעבן.

ה' יקום דמה

-----
דא קען מען זעהן וויינשטיין ביי א דרשה
m http://reshet.tv/News_n/heb/news/Domest ... ws,214056/ m
זונטאג יוני 26, 2016 11:18 am#339060
זונטאג יוני 26, 2016 11:39 am#339063
איך האב געהערט אז זייט ראש השנה זענען בערך 50 OTD אומגעקומען באופנים שונים, און העולם כמנהגו נוהג. מען באקט ווייטער קוגל לכבוד שבת, מען זאגט נאך מאור ושמש'ס, און מען טוט ווייטער היימישער חסד, כאילו עס איז נישט קיין שעת חירום.
זונטאג יוני 26, 2016 11:56 am#339071
השם ירחם :אויוויי:
זונטאג יוני 26, 2016 12:19 pm#339077
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב געהערט אז זייט ראש השנה זענען בערך 50 OTD אומגעקומען באופנים שונים, און העולם כמנהגו נוהג. מען באקט ווייטער קוגל לכבוד שבת, מען זאגט נאך מאור ושמש'ס, און מען טוט ווייטער היימישער חסד, כאילו עס איז נישט קיין שעת חירום.

איך הער אז באקן קוגל לכ' שבת איז א סגולה אין א שעת חירום :x
ואבעית אימא, וואס עפעס א שעת חירום? מען זעהט אפן דעם יד ה'..
זונטאג יוני 26, 2016 12:29 pm#339078
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב געהערט אז זייט ראש השנה זענען בערך 50 OTD אומגעקומען באופנים שונים, און העולם כמנהגו נוהג. מען באקט ווייטער קוגל לכבוד שבת, מען זאגט נאך מאור ושמש'ס, און מען טוט ווייטער היימישער חסד, כאילו עס איז נישט קיין שעת חירום.


זייער איבערגעטריבן, נישטא קיין 50 אטד וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן זייט ראש השנה, סאיז לאוו דוקא אטד, בעסער געזאגט סאיז נישטא קיין 10 אטד וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן זייט ראש השנה. דאס יא סאיז דא איבער 75 היימישע אידן אין די סיסטעם וואס האבן זיך די יאר גענומען דאס לעבן.
זונטאג יוני 26, 2016 12:30 pm#339079
מושב וועלקאם בעק, איך האב זיך געבענקט נאך דיר, ביטע הייב נישט אן מיט די רויטע ליניע איך וויל נישט מען זאל דיר נאכאמאל פארשרייען.
זונטאג יוני 26, 2016 12:40 pm#339081
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב געהערט אז זייט ראש השנה זענען בערך 50 OTD אומגעקומען באופנים שונים, און העולם כמנהגו נוהג. מען באקט ווייטער קוגל לכבוד שבת, מען זאגט נאך מאור ושמש'ס, און מען טוט ווייטער היימישער חסד, כאילו עס איז נישט קיין שעת חירום.


יעצט ביטע קום אריין קלארער וויאזוי דאס איז די שולד פון די רבנים, עסקנים, וכו'

איך האלט גראדע אז אפשר וואלט געלוינט צו פאבליצירן די פאקט צווישן כלל ישראל אזוי ארום אנטמוטיגן מענשטען וואס זייערע אויגן לויפן קרום מיינענדיג אז ס'ערווארט זיי א בעסערן לעבן אין דעם סעקיולארן וועלט
זונטאג יוני 26, 2016 1:06 pm#339085
יעקב מענטש האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב געהערט אז זייט ראש השנה זענען בערך 50 OTD אומגעקומען באופנים שונים, און העולם כמנהגו נוהג. מען באקט ווייטער קוגל לכבוד שבת, מען זאגט נאך מאור ושמש'ס, און מען טוט ווייטער היימישער חסד, כאילו עס איז נישט קיין שעת חירום.


יעצט ביטע קום אריין קלארער וויאזוי דאס איז די שולד פון די רבנים, עסקנים, וכו'

איך האלט גראדע אז אפשר וואלט געלוינט צו פאבליצירן די פאקט צווישן כלל ישראל אזוי ארום אנטמוטיגן מענשטען וואס זייערע אויגן לויפן קרום מיינענדיג אז ס'ערווארט זיי א בעסערן לעבן אין דעם סעקיולארן וועלט


מיט זאגן א גראבע ליגענט? דעס טוט מען דאך במילא.
זונטאג יוני 26, 2016 1:11 pm#339087
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב געהערט אז זייט ראש השנה זענען בערך 50 OTD אומגעקומען באופנים שונים, און העולם כמנהגו נוהג. מען באקט ווייטער קוגל לכבוד שבת, מען זאגט נאך מאור ושמש'ס, און מען טוט ווייטער היימישער חסד, כאילו עס איז נישט קיין שעת חירום.

נומערן אהער נומערן אהין, וויפיל פראצענט איז דאס 50 פונעם חרדישען ציבור? פון כלל ישראל? פון די א.ט.ד. עולם?
איך פארשטיי אז פ-י-פ-צ-י-ג איז א נומבער אבער די ציבור וואקסט דאך אויך, וויפיל פראצענט איז עס?
זונטאג יוני 26, 2016 1:50 pm#339090
מיר קוקט אויס פון ממשלה און מושב'ס רייד אז זייער טענה איז אז מען הייסט די משפחה אפהאקן פון די באטראפענע, וואס דאס איז גורם די דיפרעסיע.
און אפשר איז דאס א טענה. פון די אנדערע זייט קען זיין אז זיי קענען האבן א השפעה אויף די משפחה. ורא' לזה א לעצטיגע געשיכטע אין ווילימסבורג א 50 יאריגע יונגערמאן וואס איז אראפ פון וועג וואס זיין פאמיליע ווערט צוביסלעך מיטגעשלעפט.
זונטאג יוני 26, 2016 2:05 pm#339092
עמעזאן האט געשריבן:מיר קוקט אויס פון ממשלה און מושב'ס רייד אז זייער טענה איז אז מען הייסט די משפחה אפהאקן פון די באטראפענע, וואס דאס איז גורם די דיפרעסיע.
און אפשר איז דאס א טענה. פון די אנדערע זייט קען זיין אז זיי קענען האבן א השפעה אויף די משפחה. ורא' לזה א לעצטיגע געשיכטע אין ווילימסבורג א 50 יאריגע יונגערמאן וואס איז אראפ פון וועג וואס זיין פאמיליע ווערט צוביסלעך מיטגעשלעפט.

עמעזאן: איך ווייס נישט פון קיין 50 יעריגע אינגעלייט וועלכע זענען פלוצלינג געווארן או.טי.די. אבער צום עצם העניין פון אסתי וויינשטיין איז דאס אפהאקן פון איהר משפחה זיכער געווען א דירעקטער גורם צו איהר דיפרעסיע און סואיסייד. אויב ח"ו ס'טרעפט זיך אזא פאל וואו א מעמבער פון די משפחה (איינער פון די עלטערן אדער א קינד) ווערט או.טי.די. מכח איזה סיבה שהיא, טאר די משפחה נישט אפאהאקן מיט זיי. נאר אזויפיהל זאלל מען בעטן און פארהאנדלען אז דער אפגעפארענער מעמבער זאלל נישט טון קיין פראוואקאטיווע זאכן בשעת ווען ער/זי איז צוזאמען מיט די משפחה. ספעציעל אויב ס'דא אימפרעססיווע קינדער. ווי למשל מחלל שבת זיין אדער עסן טריפות אין פראנט פון זיי. ווייל איזאלאציע פון די אייגענע משפחה וועט זיכער פיהרן צו סואיסייד. משא"כ ווען מ'וועט פאר דעם מעמבער פון די משפחה ארויסווייזן די זעלבע מאס התקרבות קען ער/זי נאכאמאל חרטה האבן אויף זייערע מעשים און תשובה טון...!
זונטאג יוני 26, 2016 2:10 pm#339093
נארישקייטן, און דאס וואס זי האט פראבירט זיך צו נעמען דאס לעבען נאך פריער איז וועמענס שולד?
זי האט דאך געהאט איין טאכטער וואס איז מיט געגאנגען מיט איר

איר משפחה און טעכטער זענען בכלל נישט קיין פאנאטיקער, עס איז אייביג גרינג צו בלעמען דעם צד שכנגד אדער דעם סיסטעם, מען דארף הערן ביידע צדדים, און דעמאלט איז אויכעט דער אמת געווענליך א דריטער צד
זונטאג יוני 26, 2016 2:15 pm#339095
אפהאקן קינדער פון עלטערן, אדער ארויס ווארפן פון שטוב א קינד איז רציחה כפשוטו. טאמער האלט עמיצער אז א גזר דין מוות אויף א מענטש אזוי כלאחר יד וועגן חששות איבער די קינדער איז ריכטיג, דאן האב איך מיט אים נישט וואס זיך צו טענה'ן בכלל. אזוי פיל יא, דאס זאגט אונז מיט וועמען מיר האנדלען דא, און מיר זאלן וויסן וואס צו טון מיט די יעניגע.
זונטאג יוני 26, 2016 2:54 pm#339102
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
די שאדן פון מכם ובכם ווערט גארנישט ווייניגער פון דעם וואס אטד'ס נעמען זיך דאס לעבן. ווייל קודם דאס איז נישט משפיע אויף קיינער וואס ישוב'ט זיך צו פארלאזן זיין קהילה, עס נישט צוטוהן. ס'איז ווי צו זאגן, לעב נישט ווייל דו וועסט נאך שטארבן חלילה. אדרבה, דאס איז א ראיה ווי צעקוועטשט די מענטשן זענען געווען אזש אפי' מיטן הערן די מעשיות האבן זיי נאכאלץ געמאכט די דעסיזשען.
סוסיידס איז געווען זינט די וועלט שטייט און ס'וועט איייביג זיין פאר כל מיני סיבות. פון די מערסט סטופיד ביז די קלוגסטע מענטשן.

און צווייטנס, כ'וואלט מיך פארגעשטעלט אז די משפחות פןן די קרבנות באוויינען דאס בדרך כלל און ווערן נאר שונאים צו די אזויגערופענער דרך המסורה פון טעראר.
און אפי סתם מענטשן וועקט דאס אויף. כ'געדענק אלס קינד ווען א מיטגליד אין מיין קהילה, א פרומער אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער האט זיך דאס לעבן גענומען. עס האט מיר אויפגעשאקלט. א קינד מוז זיך וואונדערן וויפיל אמונה אזא מענטש קען האבן צן באגיין אזאנס. איז אמונה בכלל דיביעטעבל? און ווי צעדרוקט א מענטש מוז זיין למעשהדיג, צו באגיין אזאנס. מה לי לכלל ולצרה הזאת זאגט מען? מען זאגט אם כן למה זה אנכי, אויב לעב איך כולו פארן ציבור פארוואס האב איך בכלל אן אנכיות? לאמיך עס צוריק קלעימען. און כידוע איז אינדיווידואליטי די גרעסטע געפאר פאר די סיסטעם אויב דו ווילסט.

אן אטד וואס איז מאבד עצמו לדעת ווייזט נאר ווי אויסגענוצט מיר זענען אין אונזערע קהילות פאר די הנאה פון אפאר יחידים בראש אזש מיר קענען שוין מער קיינמאל קיין סיפוק האבן פון לעבן אליינס. די לעבן מאכט נאר סענס ווען ס'איז סעפאזעדלי לטובת הכלל (און אין רעאליטי פאר די בענעפיט פון אפאר שוואנצנותדיגע ליידיגייער און בעלי תאווה וממון). וואסערע ווערט דאן האט א מענטשנ'ס לעבן אין זיינע/אירע אייגענע אויגן?

זי איז דיסעלוזשנד מיט א ציבורישע לעבן, איז אנשטאט קאמיטן סוסייד דעמאלס פרובירט זי נאך א לעצטע רעזארט און גייט אטד וועלענדיג אויספרובירן אויב דאס וועט איר צופרידן מאכן. זי האט נישט געוואוסט און וואס זי גייט איין, וויאזוי קען זי, איז אנשטאט צוריקצוגיין צו איר "גוטהארציגע קהילה" חברטעס און פאמיליע, קאמיט זי סוסייד. פרעג איך דיר, וואס ווייזט דאס אויף די קהילה? ווען זי איז געווען אינעווענדיג, איז גענוג געווען ארויסצוגיין, יעצט אז זי איז דארט אנטוישט געווארן, איז צוריקגיין נישט גענוג. זי מוז באגיין זעלבסטמארד צו באפרייען זיך פון די ביטערע זכרונות, איבערלעבענישן און רידזשעקשאן.

כ'רעד שוין נישט וואס ס'ווייזט ווי שוואך מ'שטאט אונז אויס צו לעבן זעלבסשטענדיג אין פרעקטיס.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
זונטאג יוני 26, 2016 3:18 pm#339113
moshav zekeinim האט געשריבן:אפהאקן קינדער פון עלטערן, אדער ארויס ווארפן פון שטוב א קינד איז רציחה כפשוטו. טאמער האלט עמיצער אז א גזר דין מוות אויף א מענטש אזוי כלאחר יד וועגן חששות איבער די קינדער איז ריכטיג, דאן האב איך מיט אים נישט וואס זיך צו טענה'ן בכלל. אזוי פיל יא, דאס זאגט אונז מיט וועמען מיר האנדלען דא, און מיר זאלן וויסן וואס צו טון מיט די יעניגע.


יעדער פאל איז באזונדער מען קען געווענליך נישט דן זאן און ציען פאראלעל פון איינס צום צווייטען

דא האט איר קיינער נישט אפגעהאקט מיט אירע קינדער, די קינדער זענען שוין געווען ברובם נאך די חתונה, זיי האבין זייער מיינונג און קענען טוען ווי אזוי זיי פארשטייען פונקט ווי זי האט געקענט אפלאזען די פרומע רעליגיע אהן טראכעטן אויף די קאנסעקווענסען וואס דאס וועט גורם זיין פאר איר משפחה קינדער און אייניקלעך, יעצט ווען די פריי לעבען איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט, און יעצטיגער שותף לחייה לפי שמועות האט איר אויכעט לעצטענט איבערגעלאזט, קען מען נישט קומען צוריק בלעימען די קינדער וכו', זי האט געוואלט מיט שלעפען די קינדער מיט איר [אזוי ווי זי האט געטוען מיט אין חתונה געהאטע טאכטער און אייניקל] האבין די איבריגע טעכטער נישט געוואלט, ובכן, פארדעים זענען זיין שולדיג יעצט אויף איר סועסייד
זונטאג יוני 26, 2016 3:27 pm#339116
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
שולדיג זענען די מזבחות אויף וואס זיי זענען די קינדער אויפגעצויגן געווארן. אויף אזעלכע זאגט דער פסוק ונתצתם את מזבחותם. דער מזבח וואס פון דארט איז נאר דא איין וועג צום טויט, מעם מזבחי תקחנו למות, דאס איז אן עבודה זרה. און דער וואס שיקט די קינדער אהין וויסענדיג דאס איז דמו בראשו.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
זונטאג יוני 26, 2016 4:11 pm#339130
איר צוואה
משפחה אהובה שלי,
לאחרונה הבנתי שאני חולה ותלותית. זה כמו שהייתי נפגעת בתאונת דרכים והופכת לנכה בכל גופי, הרי ברור שהייתם מבינים אותי אם לא הייתי רוצה לחיות, זה ב-ד-י-ו-ק מה שאני מרגישה עכשיו. חולה בכל הגוף, תלותית בקשר שלי אתכם, מנסה להרגיע את עצמי לשווא בכדורים ולא מוצאת מרגוע לנפשי.
לא רוצה להמשיך ולהיות מעמסה עליכם, משפוחה שלי, כנסו כנסו יקרים שלי, שאתם הכי נפלאים ומושלמים בעולם!! לא רוצה שתצטרכו בכל בוקר, צהריים וערב לדאוג לשלומי, לברר אם אני בסדר ולהיות מוטרדים מכל פעם שאני לא עונה או לא נשמעת במיטבי...
לצערי, כתיבת הספר החזירה אותי חזק מאד אל העבר והפצעים הכואבים החלו לשתות דם שהפך למוגלה והתפשט לכל הגוף באופן שלא מאפשר לי להבריא ולאסוף כוחות לבנות שוב מחדש חיים חדשים לאחר שלאחרונה שוב הבנתי לעומק כמה הכעס של הילדים עדיין גדול ורב וכמה רחוק הסיכוי שיסכימו לדבר איתי אי פעם..
אני מבקשת מאבא ואימא אישית סליחה על כל עגמת הנפש הרבה שגרמתי להם ומתחננת לפניהם בקשה אחרונה – שיקרבו את תמי ואת שון – פיני ויעשו הכול כדי שיקבלו אותם במשפחה.
רוצה שתמסרו לשלמה שלעולם לא אסלח לו על שהרס את חיי, קודם מבפנים, לאחר שחיפיתי עליו ולקחתי על עצמי את כל האשמה בסטייה שלו ואח"כ בנאציות בלתי נתפסת – בכך שאיפשר לילדות להאמין שאני אשמה ולא עשה מאמצים כדי לקרב אותי אליהם, כשהוא יודע איזה אשמה כבדה רובצת על צווארו.
שיבין שבמשפט שלמה אני נהגתי כמו אימא אמיתית!! הוא גזר את הילדים שלו ל-2 ואני שלחתי אותם שלמים אליו!!!!!
אני לא כועסת על רחלי ומירי אבל מאוכזבת מאד, על שלא האמינו לבקשותיי החוזרות ונשנות לשמוע אותי ושלא השכילו להבין שלא יתכן שעזבתי את כל מה שהיה לי בגלל סיבות שוליות. הן היו צריכות לקום ולעמוד על רגליים אחוריות ולדרוש לדעת את כל האמת על מה שקרה וברור לי שאם הייתי זוכה מהם להכרה והבנה לא הייתי מגיעה לרגע הזה.
עד לאחרונה חשבתי שזה בגלל הדת.. לאחרונה הבנתי שגם אם אחזור בתשובה שלמה כמו שההורים שלי מאמינים, זה לא יעזור כי לרחלי לפחות אין בעיה עם הדת אלא שומרת טינה על דבר שלא מבינה בו..
לכן כל-כך חשוב לי שהילדים יקראו את הספר, כל אחד בהתאם לגיל ולרמה שלו.
שני, יונית, רותי והני, היו קטנות מידיי כדי להבין. מבקשת ממכן בנותיי הקטנות סליחה ומחילה על הצער שגרמתי לכן, באמת שהתכוונתי להעביר אתכם בשלמות למקום שהאמנתי שיהיה לכם בו הכי טוב. מאחלת לכן שיהיה לכן טוב ואיפה שלא טוב לכן – אל תישארו!
וכולם, כולם!! בבקשה תתאחדו ותהיו בקשר עם תמי ושון הנפלאים!!!!
לרב שטיינהרטר יהודה, הפושע הנאצי, שגזל ממני את גוזליי היקרים אני מאחלת שלא יראה יום טוב בחייו, שיהיה חולה ומצורע ויבואו עליו כל הרעות החולות והמכות שכתובות בתורה, אם יש דבר כזה תורה, אולי יש, אבל האיש הזה לקח ממני את אלוהים שהיה אהוב עלי וחבר טוב בחיי, לקח ממני את ילדיי נפשותיי הרכות, את כספי ואת כבודי.
לא מאמינה במושג 'קדושת החיים' ולדעתי ההחלטה של כל אדם היא אינדיבידואלית ומי שלא טוב לו בעולם צריך לכבד את הרצון שלו לוותר על השהיה הארוכה וחסרת המשמעות כאן. לכבד את האחר, גם בהחלטותיו, גם אם הם לא נוחות לסביבה.
אל תשקיעו הרבה בטקס, משהו צנוע, עם המון פרחים כמו שאני אוהבת ואולי שיר מרגש, שקשה לי כרגע להחליט מה הוא יהיה אבל אני סומכת עליכם.
ותדעו שזה מה שבחרתי שהכי טוב בשבילי וגם אם תגידו שאני אנוכית, מקבלת באהבה את חוסר ההבנה שלכם מהעייפות שלי.
עניינים טכניים:
תמי, כמובן, כל מה שלא רשום במפורש אחרת, כל מה ששלי – שלך, כולל חשבון הבנק, הצ'קים העתידיים על הדירה, הרכב החדש וכל מה ששכחתי לפרט כאן.
רכב – יש תשלומים בבנק הפועלים ובסוף יהיה תשלום נוסף, אולי כדאי לך להשתמש בכסף שיש לי בצד.
ביטוחי רכב – יש לי ביטוח חובה ומקיף ב"שירביט" מטעם משרד הביטחון.
תבדקי מול 'אלטבך' אם מגיע לי כסף. הייתה לי תכנית פנסיה אישית שהייתה תכנית חסכון ויש מצב שיגיע לך כסף.
כרגע יש בחשבון שלי + של כ 30,000 ₪, תשתמשו בזה לצרכים שלי... ואח"כ תשלמי בזה את הרכב, שלא ילך לאיבוד.
צריך לסגור את התיק העצמאי שלי מול מס הכנסה וביטוח לאומי, יכול להיות שאצטרך להוסיף בביטוח לאומי איזה אלף או אלפיים שקל, תבדקי.
יש צ'קים בסלון במגירה, של השכירות של הדירה שלי. 3,600 ₪ בחודש, אפשר להפקיד הכול מראש, עולה 12 ₪ בחודש, או להפקיד בכל חודש ב-15 לחודש.
בנייד תראי פרטים – ליטל דירה אחיעזר.
הדוד שמש עובר דרך השכנים של קומה ג' אז צריך להיות נחמדים אליהם והם אנשים לא פשוטים, כדאי לבחון אופציה לעקוף את כל נושא דוד שמש בדירה מחוץ לבית שלהם.
יש כמה חברים קרובים שצריך ליידע:
סיגל מנקוטה, סיגל ולדר, חיה קליין, שמעון אליהו, עינב חונכות חברת קידום - שתודיע לצופית ולאיתי, יגאל צודנר נתיבי הקמה, אלי נבי, משה ללו, אריק ביטון - תמסרו לו תודה מיוחדת, בזכותו כתבתי את הספר!!! - כמובן מירי ורבקי ויהודית, ויהודית גולדשטיין, איריס דנון, עו"ד מיכל מהמשרד בברקוביץ, זו שהכינה את הצוואה, שיהיה ברור שהרכב החדש שלך וכן עו"ש וכו', ענת ניב פסיכולוגית, מילי, אם תצליחו לאתר אותה, אני לא בקשר אתה בחודשים האחרונים אז לא יודעת אם היא ב-סמר. אם לא, אחותה רוחמי רשומה לי ברשימת החברים, אדם (צביקה קליין), נטע קירשנבוים, איתי מזרחי - היה חניך שלי. חשוב לי שתשלחו לו את הספר, הבטחתי לו.
יש לי מספר דברים יקרי ערך, ואני רוצה לחלק אותם לפי הפירוט הבא:
הראל שלי, מילים אישיות כתבתי לך בנפרד, נמצא על לוח המחשב... לגבי החפצים - תשאיר לך את הריהוט שלי: חדר השינה, הטלוויזיה וכל דבר שתרצה, מלבד בגדים, תכשיטים וחפצים אישיים, כל תכולת התיקים והמגירות שלי בחדר שינה, בחדר הילדים ובסלון תעביר לתמי.
לגבי המקרר תמי תחליטי, הוא שלך.
לאימא האהובה שלי, שהיו לי אתך שנים קשות, כמו שבטח תקראי בספר... אבל בשנים האחרונות הוכחת את עצמך, במיוחד כשהייתי בדרום אמריקה, גרמת לי להרגיש שאת שמחה שטוב לי! אני אוהבת אותך מאד - משאירה לך את התליון היהלומים הענק שנמצא בתיק, יש לו שרשרת עם 3 שרשראות דקות.
לרוחי האמיצה ששמרה איתי על קשר, את טבעת היהלומים המעלפת שיש לי כבר הרבה שנים. רוחי, תודה על כל מה ומי שאת. חבל שלא הצלחת לקרב אותי אל בנותיי.
ליפיטה ולאי, למרות שקשה לי.. אני סולחת על קשי העורף שהתייחסתם אלי בכל השנים הקשות האלה. מבקשת ששרה לא תבוא להלוויה שלי!!!
לרחל, אימא של הראל – את עגילי היהלומים שקניתי עם הראל.
יהודית קנטור חמדה כל הזמן בטבעת שהראל הביא לי, עם האבן הכחולה, תביאו לה אותה בבקשה.
יהודית, בחורה אמיצה ומקסימה, מאחלת לך בריאות, אושר ורק טוב!
מירי ורבקי, בטח יש לי בבית בגדים שמתאימים לכן. חברותיי המקסימות אוהבת אתכן מאד, נתתן לי תמיכה ב 100% כשהייתי צריכה!!
חנוך וישראל אהוביי לא יודעת מה להביא לכם פיזית, חנוך לא חסר לך כלום וישראל מה שאוכל לתת זה דברים קטנים וחסרי משמעות, תמי/חנוך אם יש לכם רעיון - תביאו לישראל. אני מעריכה אותך מאד כבנאדם וכפסיכולוג וחנוך היית שם בשבילי ותמיד ידעתי שאני יכולה לפנות אליך בכל מצב. תיקח את הטייגר האדום, הוא מסמל את הכוח והעוצמה שתגיע אתו רחוק. בהצלחה בביזנס החדש!
תעשו הכול!! שאנשים ישמעו על הספר ויקראו אותו! הספר טוב וחשוב שיקראו אותו כמה שיותר דוסים.
נשיקות חמות לשון, הילד הכי מקסים בעולם! מאחלת לו רק טוב ואושר כל הימים! תביאו לו את המחשב הזה, מתנה ממני. אחרי שתרוקנו את כל התוכן, כי יש פה המון מסמכים ותמונות חשובות מהעבר!! וגם המדפסת כולל דיו חדשים במגירה – הכול שלי.
במגירות בסלון יש המון מסמכים שלי, וגם, חשוב מאד! מתחת לחומרי ניקוי, יש אלבומי תמונות וחומר רב מבית משפט. אם תוכלו, תראו לבנות שלי את כתב התביעה שגרם לשלמה לשלם לי פיצויים של 1,300.000 ₪!
יש שם גם מכתבים מזעזעים ששני, יונית, רותי והני כתבו לי לפני כמה שנים, כדאי שיראו אותם עכשיו שיזדעזעו! תמי, אם שכחתי מישהו/י חשוב – תהי יצירתית ותתני יחס, כמו להגיד תודה בשמי ואולי לתת משהו קטן ממני.
יש לי עוד כמה תכשיטים, כמו השעון והצמיד שצריך תיקון ועוד שרשרת על לב מזהב מאד פלצנית ויקרה, תראי למי נראה לך הכי נכון לתת, או כמובן תשאירי לעצמך. הכל נמצא בתיק שתולה עם השרשראות בחדר שינה, בתוך קופסה אדומה של משקפיים.
יש גם המון קרמים יוקרתיים של אסתי לאודר, פן זוג מעולה, מחליק שיער ועוד פריטים אישיים שחדר השינה מלא בהם, את יכולה לקחת, ליהנות או לחלק למי שצריך, כמו, לתרום להילל.
אני סומכת על הראל, שאם יש דברים נוספים שלי, ששכחתי, הוא יביא לך.
תמוש אהובתי הנפלאה, היית האור בחיי בכל השנים האלה, את מאירה במחוץ ומבפנים, אמיצה, חכמה, רגישה והכי חשוב חזקה מספיק כדי להתגבר על הקושי הזמני שתחווי בתקופה הקרובה!
נשיקות
זונטאג יוני 26, 2016 4:53 pm#339136
וויאזוי סזאל נאר זיין איז עס א ביטערע פאסירונג. יא או-טי-די נישט או-טי-די וואלט זי געוועהן חשוב ביי משיח שיבוא במהרה. און געווען חשוב ביים אייבערשטן אלץ א אידיש קינד.

קינדער איז נישט כדאי אוועקצושלעפן פון עלטערן, אמאל איז אבער דא וואס חוץ די או-טי-די פראבלעם איז דא נאך אסאך אנדערע נפשיות׳דיגע פראבלעימען, וואס דעמאלטס איז אפשר יא כדאי צו האלטן די קינדער ווייט.

א נארמאלע מענטש באגייט נישט קיין סוסייד און טוישט נישט א לייף סטייל וואס וועט שפעטער נאר מאכן חרבנות און ערעגער מאכן דאס וואס מ׳וויל בעסער מאכן. אסאך וואלטן געטוישט זייער סדר החיים אבער א באזעצענער מענטש איז שוקל צו ס׳גייט אים טאקע בעסער ווערן אדער גאר ערגער ווערן. דאס אז איינער וויל טוישן לייף סטייל איז נארמאל, נישט יעדער איז צופרידן מיט די היינטיגע אידישקייט און די אכשר דרא שטאפלן וואס איז היינט גאנגבאר, אבער איינער וואס באגייט דראסטישע שינוים און לאזט ארונטער משפחה טאטע מאמע קינדער פריינד וכדומה און דערנאך באגייט נאך סוסייד איז על פי רוב שוין קראנק געווען בעפאר און נישט דאס צונעמען די קינדער אליין האט אפגעזיגלט די מצב.

דאס יא, ס׳איז דא מענטשן וואס גייען פארזענדליך דורך געפערליכע רדיפות מכלומרשט לשם שמים, למשל א משפחה וואס פעלט נישט גארנישט און די קינדער ווערן נישט אנגענומען אין א סקול און די קינדער זיצן אינדערהיים פאר צוויי יאר אנדעם וואס ס׳זאל אפילו איינעם אנגיין. אדער איז דא אסאך מאל ווען א פרוי האט נאטירליכע שיינקייט און חזירים פון וועד הצניעות זעצן זיך ארויף אויף דאס משפחה מיט פארשידענע קאפריזן (געווענדליך מער שייך אין שטעטליך פון חסידות׳ער). אדער אפילו א מלמד וואס נעמט זיך איבער א קינד אן קיין סיבה און דערגייט אים די יארן אויף א טעגליכע פארנעם (אזאך וואס איז געווען א נארמאלע ערשיינונג ווען איך בין געווען א קינד) און דער קינד ווערט גערירט דערפון און ס׳קלאפט אויס אלץ בחור ווען ער ווערט או-טי-די וכדומה ביי אזאנע פעללער מוזן מיר ליידער מודה זיין אז ידינו שפכו
זונטאג יוני 26, 2016 5:08 pm#339139
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
#נישט_פארגעסן_אריינצולייגן_די_מילך_אין_די_פרידשעדער
זונטאג יוני 26, 2016 7:02 pm#339156
ס'איז מעגליך אז מ'טאר נישט שרייבן הי"ד אויף איר ווייל סוכ"ס באציסטו זיך צו אידישע קינדער.
זונטאג יוני 26, 2016 7:12 pm#339158
Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה
די מכתב פרידה נעבעך, אזוי טרויעריג
די מיט בלוט געשריבענע ווערטער שרייען, הערטס מיר אויס, מיינע לעצטע ווערטער! כאטשיג דאס מאל.
זונטאג יוני 26, 2016 8:14 pm#339159
אין די פיסכילאגישער וועלט איז דא א מיינונג אז סא-סייד איז א דיסארדער
דאס מיינט אז רוב מענטשען וועלן דארך מאכן אסך שוועריקייטען אין זייער לעבן און זיי וועלן נישט ניצען סא-סייד פאר א סעלאשען
נאר דער וואס לייד פין די דיסארדער וועט דאס טון

איך ווייס נישט אויב פרעצענטראל איז דא מער סא-סיידס ביים אדט געמיינדע צי נישט
די פאקט איז אז שוועריקייטען אין לעבן איז דא איבעראל

אויב איז אמת אז ביים אטד איז דא מער סא-סיידס פערצענטארל וואלט איך געזאגט:
א. סאיז דא א קארעלעשען פין אטד מיט סא-סייד (נישט ווייל זיי ליידען מער)
ב. מעגליך אז ס'איז אויך דא א קארעלעשען פין די וואס האבן דעם דיסארדער אויך צי ווערן אטד.
זונטאג יוני 26, 2016 9:29 pm#339170
הקטן האט געשריבן:אין די פיסכילאגישער וועלט איז דא א מיינונג אז סא-סייד איז א דיסארדער
דאס מיינט אז רוב מענטשען וועלן דארך מאכן אסך שוועריקייטען אין זייער לעבן און זיי וועלן נישט ניצען סא-סייד פאר א סעלאשען
נאר דער וואס לייד פין די דיסארדער וועט דאס טון


נישט ממש סו-סייד נאר suicidal thoughts!
די נפ"מ איז אויב זי האט שוין פון לאנג געטראכט פון suicide
זונטאג יולי 10, 2016 2:25 pm#341231
שרעקליך!
פוי , נעריש, מיאוס, אומווערדיגע, נידערטרעכטיגע, רשעותדיגע, פארביטערטע, צולאזטע, עקעלהאפטיגע, שייגעץ ארויס, צא טמא, מיאוסע יונג, רחמנא ליצלן, גרויליגע, שאנדפולע, אומבחנ׳טע, אומנארמאלע, שיקסע, נעבעכדיגע, אומצופרידענע, זעלבסט האסער, משוגענע, צודרייעטע, פאריקטע נשמה, אומערצויגענע בריאה, צופליקטע, אפגעריסענע, אפגעשליסנע, צומישטע, צוחושיטע בריאה, אומאיינגענעמע, בעל תאווה׳ניק ,כוליגאנטע,פארשטינקענע כלכ׳טע.

ימח ש׳פ***ן מם!

ווער סקען בעסער שעלטן זאל זיך מעלדן :roll:
זונטאג יולי 10, 2016 2:57 pm#341237
שבת אחים האט געשריבן:שרעקליך!
פוי , נעריש, מיאוס, אומווערדיגע, נידערטרעכטיגע, רשעותדיגע, פארביטערטע, צולאזטע, עקעלהאפטיגע, שייגעץ ארויס, צא טמא, מיאוסע יונג, רחמנא ליצלן, גרויליגע, שאנדפולע, אומבחנ׳טע, אומנארמאלע, שיקסע, נעבעכדיגע, אומצופרידענע, זעלבסט האסער, משוגענע, צודרייעטע, פאריקטע נשמה, אומערצויגענע בריאה, צופליקטע, אפגעריסענע, אפגעשליסנע, צומישטע, צוחושיטע בריאה, אומאיינגענעמע, בעל תאווה׳ניק ,כוליגאנטע,פארשטינקענע כלכ׳טע.

ימח ש׳פ***ן מם!

ווער סקען בעסער שעלטן זאל זיך מעלדן :roll:

Wow! פון וועליכער דיקשאנערי האסטו ארויסגעריסן דעם בלאט?
זונטאג יולי 10, 2016 3:01 pm#341238
אייגענע דיקשאונערי!
זונטאג יולי 10, 2016 3:04 pm#341239
שבת אחים האט געשריבן:אייגענע דיקשאונערי!

אריין אין ספרים שאפע...
זונטאג יולי 10, 2016 3:41 pm#341243
שבת אחים האט געשריבן:די רעדסט שטותים מיט הבלים, מ׳זעהט אז די קענסט נישט בכלל קיין אטד״ס, איך קען דיר אויסרעכענען אפאר הונדרעט געלונגענע אטד״ס בתוכם דאקטורים, לויערס, סייענטיסטן, ביזנעסלייט, וכו׳ וכו׳, איך קען דיר יעצט אויסרעכענען פול מיט אט״ד וואס זענען מולטי מיליאנערן און לעבן אין רייכטום, דו נעמסט א משל פון אפאר צובראכענע און אראפגעקלאפטע וואס איז פונקט אזוי פארהאנען אין יעדע סביבה.

דו רעדסט נישט פון קיין שום פאקטן, דו רעדסט פון בויך ארויס!

און יא אז איינער קומט ארויס פון אונזער קאמיונטי און גייט זיין אייגענע וועג, איז א העלד! נישטא וואס צורעדן, צי דו ווילסט יא צי דו ווילסט נישט, דעס איז די מציאות אין די וועלט, ווען איך זאג פאר א געווענטליכע מענטש אויף די גאס אז איך בין עקס-חסיד און איך בין אוועק פון דארט קוקן זיי מיר אן אלץ א העלד וואס האט געטוהן א דרייסטע העלדישע זאך!

דאקטורים? לויערס? סייענטיסטן? איך בין זייער א פראקטישע מענטש, איך וויל זען די מענטשן. שיק מיר א לינק צו זייער פירמע אדער Linkedin פראפייל. ווייסט וואס, איך דארף נישט אפאר הונדערט, 10 איז מיר גענוג. איך זע נישט פארוואס דו זאלסט מיך דאס נישט קענען צו שטעלן, עס איז נישט קיין בושה אדער סוד.

לאמיר דיר עפעס זאגן, גראדע גלייב איך אז עס זענען דא עפעס אט"ד'יס וואס זענען געווארן סוקסעספול, אבער די פוינט איז, אז די מערהייט פון יוצאים בשאלה ווערן "נישט סוקסעספול", די מו"מ איז נישט אויב בכלל, די נקודה איז "וויפיל".

און ווי אנדערע האבן שוין ערווענט דא, איז באמת נישט אויסגעהאלטן צו קוקן וויפיל יוצאים בשאלה ווערן סוקסעספול, ווייל א ריזן מערהייט גייט נישט ארויס צו "ווערן סוקסעפסול", זיי גייען ארויס, וועגן זיי זענען אריבער צער און פינסטערניש, און זוכן א וועג ארויס. און די וואס זענען מצליח צו ווערן סוקסעספול איז דאס א מזל, און א זעלטענע הצלחה. דעריבער, זע איך נישט קיין עכטע תועלת זיך צו מתווכח זיין וויפיל עס האבן מצליח געווען.

און צו געבן א שטיקל הוכחה אז יוצאים בשאלה גייען נישט ארויס - ווייל זיי מיינען אז דארטן איז בעסער, נאר וויבאלד זיי זענען אזוי פארביטערט מיט זייערע שיקזאל, פראבירן זיי, אולי, וועל איך טרעפן חירות ביים אנדערע זייט וואסער - דאן קוק מיט וואס זיי זענען פארנומען מיט זייערע לעבן. און דאס איז: חרידים.

אויב וואלט א איד איבערגעלאזט זיין פרומע לעבן, און געגאנגען פריי וויבאלד ער איז איבערצייגט אז דארטן איז בעסער, דארטן איז גוט, דארטן איז אמת, דארטן איז שלווה, דארטן איז מנוחה. דאן וואלט ער געדארפט אפהאקן לחלוטין מיט זיין עבר. מיש אריבער דאס בלעטל, און הייב אן א נייעם לעבן. איך פארשטיי אז דאס איז שווער צו טאן, אבער דו האסט דאך דאס אליין געטון, דאן טו דאס בשלימות.

קוק אויף אלע זייערע פייסבוק בלעטער, בלאגס וכדומה, זיי זענען אלס פארנומען מיט די חרידים, ווי שלעכט און ביטער זיי זענען. ארלעדיגט, לאז זיי אפ, קריך אראפ פון זיי, און הייב אן צו רעדן וועגן דיין נייעם זיסן לעבן.

איך האב שוין אמאל דערמאנט דא די עפיזאד פון א אינטערוויו וואס דבורה פעלדמאן האט געהאט מיט א געוויסע טשענעל, אינמיטן האט די האסט איר געפרעגט: זאג נאר, דורכאויס די יארן וואס דו האסט אפגעלאזט ארטאדאקסיע, וואס האסטו אלס עררייכט? וואס ביסטו אנגעקומען? און די ענטפער איז: א אויסגעריסענער נארישער ביכל 'Unorthodox' וואס רעדט זיך וועגן חרידים. האט יענער אויסגעפירט: הייסט דו האסט אפגעלאזט דיין סערקעל, און אנשטאט אוועקגיין, און אנהייבן א לעבן פונדאסניי, ביסטו צוריקגעגאנגען צו זיי פון אינדרויסן. דאס איז א ביטערע געלעכטער. וואס האט איר דאס אויסגעפעלט?

עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז יוצאים בשאלה זענען צובראכן וועגן די חרידישע סיסטעם, איינער שוואכער און איינער שטערקער. און זייער obsesion מיט די חרידים טוט בלויז באשטעטיגן זייערע קלעם און ווייטאג. עס איז זייער זייער שווער זיך איבערצושרייבן.

@שבת אחים, איך האלט אז דו ביסט א העלד אויב דו וועסט מצליח זיין צו מאכן דיין לעבן זיס. נישט קיין חילוק צו דו ביסט א חרדי אדער חילוני אא"וו. דאס לעבן איז נאר מיט וואס מען מאכט דאס. אויב וועסטו זיין פארנומען א גאנצן טאג צו האקן אויף חרידים און זייערע קראנקן סיסטעם, טוט מיר זייער לייד דיך צו מעלדן, אבער דו האסט גארנישט אויפגעטון. אדרבה, ברענג ארויס ווי זיס דאס לעבן איז, רעג דיך נישט אויף ג-ט, און נישט אויף דער שפאלער זיידע. פארגעס פונעם עבר, באטראכט דיין לעבן פון פאראויס און קוק וואס דו קענסט מאכן פון איר. דו האסט צייט ביי די זעכציג זיך צו פארהערן מיט די חרידים און קוקן ווער עס איז בעסער אנגעקומען, און פארוואס דו האלסט אז זיי זענען ראדיקאל. געב אפבאכט אז דו זאלסט נישט אנווארען דיין גאנצע הארוואניע. מען קען זיך גרינג נער'ן אז מיטן אריינזאגן דעם אדער יענעם, מוטה פראנק אא"וו אז מען גייט ערגעץ אנקומען.

איך וואונטש דיך אן הצלחה.
זונטאג יולי 10, 2016 3:45 pm#341245
איינער קען אפשר ארויפלייגן א נארמאלע בילד אין דעם אשכול?
אויף טעפעטאלק קומט אלס ארוןיף די לעצטע בילד וואס מען פאוסט ארויף, און עס שטייט אין גרויס די ווערטער רועה זונות.
קוקט אויפן בילד, אויב איינער קען עפעס אנדערש ארויפלייגן, עפעס וואס איז רילעיטעד צום אשכול.

יישר כח
זונטאג יולי 10, 2016 4:22 pm#341254
א איד האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויפלייגן א נארמאלע בילד אין דעם אשכול?
אויף טעפעטאלק קומט אלס ארוןיף די לעצטע בילד וואס מען פאוסט ארויף, און עס שטייט אין גרויס די ווערטער רועה זונות.
קוקט אויפן בילד, אויב איינער קען עפעס אנדערש ארויפלייגן, עפעס וואס איז רילעיטעד צום אשכול.
יישר כח

גראדע איז דער בילד גוט צוגעטראפן.
זונטאג יולי 10, 2016 4:23 pm#341255
ATUB @פרייוויליג ATUB ברענגט ארויס א אמת אז די אטד זענען נישט עפעס ספעציעל סוקסעספול, און אפשר עטליכע גייען אוועק פון אונז נאר פאר דעם (און רוב פארפירן דערוועגן), און דאס קוקט אויס ווי א פלאפ.

איך זעה עס אבער פון אן אנדערע פראספעקטיוו.

א יוד א ירא שמים וואס שטיקט זיך מיט זיין מצב הפרנסה, און טראכט אז מיטן ווערן אטד ווערן זיינע אויסזיכטן פאר סוקסעס קוואדראפעלט, וועט לכאורה נישט טוישן א זאך אין לעבנס-שטייגער, ווייל מ'טאר נישט, און ווייל די נסיון העושר איז נישט אזוי שטארק; בסך הכל וועט ער אויסקוקן מער אסימולירט אוין ערווארט אביסל ווייניגער שנאת ישראל. (ווען ער ערווארט אבער א ריזיגע טויש, למשל ער קען ווערן א זינגער\אקטיאר, און פארדינען מיליאנען און באקומען גרויס כבוד, דאן טוישט זיך די דינאמישע אויסשטעל, און די נסיון קען אמאל טוישן אפילו א ירא שמים, ווענדענדיג אין די טיפקייט פון זיין יראה. דאס איז אבער א זייטיגע נקודה.)

רוב פון די אטד אנטלויפן נישט פונעם ביהמ"ד ווייל זיי גייען מצליח זיין אין לעבן מער פון יעצט, אפילו קיין משהו. זיי לויפן ווייל זיי זענען אומצופרידן מיט די יעצטיגע לעבנס-שטייגער (מלמת תאווה אדער מחמת חיסרון אמונה).

כמעט אלע אטד זענען ברוגז אויף אונזער יסודות חינוך, ווי אויך א ריזיגע חלק וואס זענען נישט אטד, חלום'ן נישט פון ווערן אטד, אדער זענען גאר ערענסטע ירא שמים. כאטש וואס רובם ככולם פון די אטד ווען כסדר ארויסברענגן וואס איז אומרעכטיג מיט די עדיוקעשאן ססיטעם (ד.ה. די לאך דערין), סיי ווייל עס האלט אונז צוריק אין פרנסה און אין קולטור (צו פרעגן בעיסיק דירעקציע) און סיי וויי עס גייט קעגען אלעס וואס חכמז"ל האבן אונז געלערנט, איז דאס נישט די מאטיוואציע פון זייער פארלאזן ארצם מולדתם ובית אביהם. (דאס נעמט נאכאלץ נישט אוועק די אקטועליטעט פון די נושא.)

יעצט, א ווארט צו אונזער שיינע אויסשטעל קאמבעניזירט פון די חינוך סיסטעם און די וועג מיר זעהן די אטד. קודם נעמען די קינדער און לערנען מיט זיי... גארנישט (מ'רעדט דא פון עניני חול), געבענדיג אונז די גלענצענדע געלעגענהייט צו באקומען א דשאב אין B&H, לאקאלע קאשיער, אדער למעשה ולא להלכה. דאס איז אמת סיי אויב איינער באשלוסט ביי די יאהרגאנג פון 20\30 צו בלייבן אדער ווען אטד. ווען איינער פארלאזט די קאמיוניטי ביי די 20'ערס אדער 30'ערס איז ער שוין מער-ווייניגער גאווערן באראבעוועט פון די אויסזיכטן וואס אמעריקע רעדט זיך איין אז זי גיבט פאר אלע אירע בירגער, און צאלט טאקע דערפאר אין קעש!

היוצא לנו מזה, קום מיר נישט ווייזן אז ס'איז כמעט נישט פארהאן קיין סוקסעספולע אטד, ווייל זיי וועלן דיר ענטפערן #IKnow! פון דעם רעגט טאקע די פסוק. וואס יא? מ'דארף אביסל נאכקוקן וואס ואקסט אויס פון די קינדער פון די אטד, וואס האבן פארלאזט די חינוך סיסטעם בעוד מועד, און זעהן וואס וואקסט אויס פון זיי. איך האב נישט קיינע פרטים בכלל, און - אדרבה - דאס איז לכאורה די ריכטיגע ווייזערל צו מעסטן די השפעה וואס א בעסערע עדיוקעשאן האט אויפן קינד.
זונטאג יולי 10, 2016 4:47 pm#341262
זייער שטארקע פונקטען הרב שלום,
אבער איך וויל נעמען איין נקודה וואס דו דערמאנסט אנפאנג, און אזוי אויך אחלק דיבעיט איז געלאפען אויף דעם: צו זענען די א.ט.ד. מצליח,

מיין שאלה איז הו קעירס וואס האט יענער אין וועלעכע קאמיוניטי איז מען מער מצליח? דא איז ער אומבאקוועם וויל ער אויספורבירען אפשר אויף די אנדערע מהלך וועט אים גיין בעסער די לעבן? וואס דארף אים זיין א חילוק וויפיל פון די חברה וואס האבן גענומען די טויש זענען געגאנגען סוסייד? וואס האט ער צו קוקען ביי יענעם? ער איז געבוירען אליין און אליין וועט ער שטארבען, יעדער מענטש דארף מאכען החלטות וואס סאיז גוט פאר אים און צו סלוינט אים, פארוואס דארף מען אריינעמען צי סגייט שמעקן פאר די באבע אדער פאר די קאמיוניטי?

נאך אזאך סאיז סתם זינלאז צו פרעגן פאר א לינקיד פראפייל אדער צו קוקען און מעסטען אז מצליח געווען הייסט נאר אויב סקומט אריין אין באנק אקאונט עטליכע מעלאנס א יאר, וואס עפעס הייסט דאס הצלחה? הצלחה מיינט ביי יעדעם עפעס אנדערש, ביי מיר מיינט הצלחה אויב איך קען עספיען צו לערנען מיין טעגליכע שיעור אין איין צו, און ביי דער א.ט.ד. מיינט הצלחה אז ער קען עסן פרענפורטער סענדוויטש צוזאמען מיט עמעריקען טשיז גיי פארשטיי..
זונטאג יולי 10, 2016 5:03 pm#341266
קאמענטירער האט געשריבן:נאך אזאך סאיז סתם זינלאז צו פרעגן פאר א לינקיד פראפייל אדער צו קוקען און מעסטען אז מצליח געווען הייסט נאר אויב סקומט אריין אין באנק אקאונט עטליכע מעלאנס א יאר, וואס עפעס הייסט דאס הצלחה? הצלחה מיינט ביי יעדעם עפעס אנדערש, ביי מיר מיינט הצלחה אויב איך קען עספיען צו לערנען מיין טעגליכע שיעור אין איין צו, און ביי דער א.ט.ד. מיינט הצלחה אז ער קען עסן פרענפורטער סענדוויטש צוזאמען מיט עמעריקען טשיז גיי פארשטיי..

ביי בהמות איז נישטא קיין גרויסע varieties פון סוקסעסן, רוב בהמות, שלאפן און עסן די זעלבע. לכאורה איז די סוקסעספולסטע בהמה דער וואס קען די בעסטע פאנגן. אבער סוקסעס איז דארטן אייניג.

ביי מענטשן איז אויך דא א נאמען פאר א סוקסעספולע מענטש. עמציער וואס איז איז פארהייראט, האט א אייגן הויז, און א שיינע פרנסה, אזא מענטש איז סוקסעספול. יעצט, דער מענטש איז דאך דעווערסיפייד, סא עס זענען דא מענטשן וואס זענען מסתפקים במיעוט אדער מסתפקים בדברים משונים ושונים, פאר זיי איז גענוג א קליין הייזקעלע, מיט א קליין ביסל געלט, א צווייטער גייט פאר א סענדוויטש, א צווייטער גייט פאר א טעגליכער שיעור. איך האב אבער דערמאנט די אפטייטש פון סוקסעס וואס איז perceived ביי רוב מענטשן ווי די סטענדערט, אפילו ביי מענטשן וואס וואלטן געגאנגען פאר אנדערע סארט סוקסעסן.
זונטאג יולי 10, 2016 5:05 pm#341267
ATUB @קאמענטירער ATUB , מסכם, אבער איך האב זיך באצויגן צו די פראספעקטיוו אז זיי זענען לוזערס.
זונטאג יולי 10, 2016 5:10 pm#341269
ATUB @שלום על ישראל ATUB אל תרגז, איך זע נישט מיט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיך, אדער פארשטיי איך פשוט נישט וואס דו שרייבסט. סליחה.
זונטאג יולי 10, 2016 5:18 pm#341271
א גרופע וואס וויל פארזיכערען אז זייער מיטגלידער זאלן נישט אפלאזן די גרופע האט פאר זיך צוויי מעגליכקייטן:

1. זיי קענען מאכען זיין א חלק פון די גרופע אזוי געשמאק, אז קיינער וועט נישט וועלען אפלאזן.
2. זיי קענען מאכען אז דער וואס לאזט זיי אפ וועט נישט קענען מחזיק מעמד זיין.

אונזער סאסייעטי טוט ביידע.

1. מיר האבן גרויסע משפחות און זענען שטארק פארבינדן מיט די קאמיונעטי. א סאך ליבע פון משפחה [זיידעס, באבעס, פעטערס, מומעס, טאטע, מאמע, און געשוויסטער. א סאך support פון די קהילה וכו'.
2. התבדלות! מען רעדט נישט די שפת המדינה, מען קריגט נישט קיין education, מען פארשטייט נישט די קולטור, וויאזוי מוצא חן זיין ביי אנדערע וכו'.

אויב איינער וויל ווייזען אז אפלאזן אונזער מהלך החיים ברענגט נישט צו גוטס, און ער וויל פון דעם אויסבויען די שיינקייט פון אונזער סאסייעטי, דארף ער ווייזען וויאזוי די OTD's בענקען זיך נאכ'ן סעודת שבת, נאכ'ן שטיבל, נאכ'ן זיידעס ליבע, וכו' וכו'. דאס אז מען איז frustrated אז מען קען נישט קיין שפראך און מען איז אפגעהאקט פון די קולטור, ברענגט נישט ארויס די שיינקייט פון אונזער סאסייעטי, עס ברענגט נאר ארויס ווי ווייט מיר האקן זיך אפ פון די general society.

יעצט איז כדאי אריינצוטראכטען אין די פאלגענדיגע צושטעל:

רוסלאנד האט עס געמאכט גאר שווער פאר אירע איינוואוינער צו קענען ארויס גיין פון די מוטערלאנד. לעומת זאת, אמעריקע האט נישט געמאכט קיין שום שוועריגקייטן אוועק צו גיין פון איר. פארוואס? האט דען נישט אמעריקע מורא געהאט אז זיי וועלן פארלירען מיליאנע בירגער אויב מען לאזט אזוי לייכט ארויס? די תירוץ איז פשוט! אמעריקע האט די בעסטע לעבן שטייגער אין די וועלט, און רוב מענטשן ווילן קומען אהער און נישט פארקערט. אויב מיר ווילען זיך איינרעדען אז אונזער לעבן שטייגער איז די מערסטע זיס, דארפן מיר וויסען אויב עס איז נויטיק אזוי ביטער צו מאכען די לעבן פון די וואס ווילן ארויסגיין. פארוואס קענען מיר נישט זיין ווי אמעריקע, עפענען אירע טירען און זאגען מען קען קומען אריין אדער ארויס. קומט איר אריין האט איר די שיינקייט פון אונזער לעבן און אויב איר זאגט אי אפשי בתקנת חכמים שנעשה לטובתי, גייט זיך צו אלע רוחות!

א סאך אידישע געמיינדעס וואס זענען געבויעט באופן דרכיה דרכי נועם, לאזן טאקע אירע קינדער רעדן שפת המדינה און קריגן אן education, עס איז אפילו דא אזעלכע וואס לערנען אויס די קולטור, אבער זיי לערנען אויך אויס תורה ומצוות. אזעלכע געמיינדעס קענען זיך שטאלצירן אז אירע מיטגלידער בלייבען צוליב די דרכיה דרכי נועם. אבער די גרופעס און קהילות וואס מאכען א מצב אז איינער וואס לאזט זיי אפ קען זיך נישט קיין עצה געבן ערגעץ אנדערש, זיי קענען נישט צייגען אויף דאס אז רוב געזעצטע מענטשען בלייבען ביי זיי, אז דרכיה דרכי נועם, פונקט אזוי ווי רוסלאנד וואלט נישט געקענט.

למעשה, אפילו ביי די modern orthodox בלייבען נישט רוב מענטשן צוליב הכרת האמת. נאר רוב געזעצטע מענטשען מאכען נישט קיין לעבן טויש ווען זיי זענען מער ווייניגער successful אין זייער נאטירליכען לעבן. דערפאר זענען א סאך בעלי תשובה נישט קיין געזעצטע מענטשן און א סאך חוזרים בשאלה אויך נישט. צוליב דעם קען מען קיינמאל נישט ברענגען קיין ראיות נישט פון די עוזבים און נישט פון די נשארים.

איך קום נישט באשטעטיגן אויב מען זאל יא אדער נישט מתבדל זיין מן הגוים. וויאזוי און וויפיל איז א שיינע שאלה, איך קום נאר רעדען וועגען די ראיה פון מען ברענגט לכאן ולכאן.

על כל פנים, דאס איז זיכער אז מענטשן וואס לאזן אפ די דרך, זענען נאטירליך פארנומען מיט זייער עבר. פונקט אזוי ווי א גרוש און א גרושה פארגעסען נישט פון זייער ערשטער חלק לעבן. מען קען זיך נישט אפשאקלען פון דער פארגאנגענהייט איבערהויפט אויב עס האט פארמירט די צוקונפט.
זונטאג יולי 10, 2016 5:45 pm#341274
פרייוויליג האט געשריבן:@שלום על ישראל אל תרגז, איך זע נישט מיט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיך, אדער פארשטיי איך פשוט נישט וואס דו שרייבסט. סליחה.

וואס האב איך אויסגעלאזט? ס'קוקט מיר אויס ווי דיין נקודה איז אז די אטד זענען נישט עפעס ספעציעל סוקסעספול, און דאס מיינט אז זיי זענען א דורכפאל. אויך דעם שרייב איך אז נישט אזוי מעסט מען די סוקסעס.

נאך איין זאך וואס כ'וואלט צוגעלייגט, דאס וואס אסאך אטד קוקן אויף צוריק אנשטאט זיך אפשאקלען פון אונז, איז ווייל זיי קענען עפעס נישט מוחל זיין (אמאל זענען זיי גערעכט און אמאל נישט), און דאס איז א לענגערע שמועס פאר זיך.
זונטאג יולי 10, 2016 9:04 pm#341302
מאיר הערש האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:א סאך האבען דורך געמאט די קריג, און רוב פון זיי האבען געקענט ווייטער גיין. גאר א קליין ציפער מענטשען זענען אראפ פון זינען צוליב די קריג. מסתבר אז די סיבה פארוואס יענער וואס איז יא אראפ פון זינען האט געהאט א משבר איז צוליב זיינע נאטור און שוואכע נערווען. ממילא איז מסתבר אז מען וועט טרעפען נאך איינער אין אזא משפחה וואס איז דורך א משבר, ווייל די זאכען זענען genetic. וועט איינער זאגען אז די דייטשען זענען נישט שולדיג?

עס איז אוודא אמת אז רוב גערער בלייבען פרום און נעמען זיך נישט דאס לעבען. רוב זענען נישט עוסק אין עבירות חמורות. אבער פון די מיעוט המצוי [the weakest links in the chain] קען מען זיך לערנען ווי גרויס איז די לחץ אויף די גאנצע ציבור. עס איז לכאורה זיכער אז די משפחה איז פון די שוואכסטע 'לינקס', אבער דאס פטר'ט נישט די רשעות'דיגע תקנות און די עקעלדיגע קאנטראל איבער די פריוואטע לעבען פון אינגערלייט און זייער ווייבער. דיינו מה שאסרה תורה!

שטותים! נאכאמאל, ס'האט 100% גארנישט צו טון מיט גער און זייער שיטות ווייל זי האט זיך געקענט גט'ן און חתונה האבן מיט אן אנדערע חסידות אדער א נישט חסיד בכלל. אבער זי האט דאך געוואלט זיין א גויטע, אראפווארפן פון זיך דאס אידישקייט אזוי ווי איר ברודער, האט זי ארויפגעלייגט דער גאנצע בלעים אוויף גער. און תמימות'דיגע מענטשן ווי דו גלייבן איר באלויני. זי האט זיך גענומען דאס לעבן ווייל זי האט זיך געפילט מורא'דיג גילטי פון דעם ווילדן שריט וואס זי האט געטון - סיי אפגעלאזט דער רבש"ע, סיי אפגעלאזט דער מאן, סיי אפגעלוזט די עלטערן און משפחה און גוטע פריינד און אפגעלאזט די קינדער און זיך פשוט געשעמט צוריקצוקומען. גער איז 100% נישט שולדיג און אויך נישט איר מאן. איר רוח שטות פון זינדיגן אזוי ווי עס שטייט געשריבן האט איר געברענגט צו טון וואס זי האט צום סוף געטון און דאס איז די אמת אפילו דו פראבירסט איר ריינצואוואשן מיט כל מיני פאנטאזיעס.

אויף וואס באזירסטו דיין זיכערקייט אין די נושא? דו האסט געקענט די פרוי? דו קענסט גור בכלל? א מענטש שרייבט אראפ אירע אייגענע לעבן, פארוואס זאל מען איר עכ''פ נישט געבן די benefit of doubt אז אפשר זאגט זי אמת? ווי לאנג עס איז נישט פארהאן הוכחות אז זי זאגט שקר פארוואס 'קען נישט זיין' אז זי זאגט אמת? בלויז ווייל עס שטעכט דיינע געפילן? צו ווי די קלוגע וועג פון @ליטוואק זיך צו פארהוילן פונעם אמת דורך זאגן עס איז א עבירה,

און דאס איז אן נעמן אין באטראכט די פאקטן וואס זענען ברייט באקאנט, די גורע תקנות זענען נישט קיין סוד, מען קען זיך שלאגן ווי ברייט און שארף זיי זענען, אבער דאס איז באקאנט אז מען לערנט דארט די היפוך פון אלגעמיינע שלום בית, מען אנטמוטיקט די אינגע חתנים פון האבן צופיל שייכות מיט די ווייבער, ובפרט עמאציאנאלע באציאונגען, מען ריפט נישט ביי די נאמען, און מען שפאצירט אפגעזינדערט אויף די גאס, מען זיכט ווי מער צו אנטלויפן פון דערהיים, די סעודות יו''ט און די שבת נאכמיטאג דרימעל כאפט מען אין שול, די פאקטן קען מען באשטעטיגן ביי כמעט יעדע גורע חסיד, 
טענה'ט ווייינשטיין אז די גאנצע באנעמונג האט אר אפעקטירט גאר שטארק, איר גורם געווען עמאציאנאלע צער, איז דאס אומפארשטענדליך? אומדערהערט? פרוביר דיר פארצושטעלן ווי דיין מאן/ווייב באציעט זיך צו דיר ווי א שרעקעדיע שאטן וואס מען דארף ווי מער אויסמיידען, וויאזוי וואלסטו געשפירט?
און די סיבה פארוואס זי האט אויסגעדריקט די צער קעגן אידישקייט איז פשוט, ווייל די אלע צער האט מען איר געברענגט אין נאמען פון אידישקייט! אין נאמען פון גאט!
אוודאי נישט בי יעדעם קלאפט דאס אזוי אויס, קען נישט יעדער מאכט אזוי מט, אדער האבן אנדערע שטערקערע נערווען, אבער ווען איינער טענה'ט אז דאס איז געווען די מעשה, הערט זיך עס, און עס אז מתקבל על הלב, און אנשטאט לייקענען און חוזק מאכן, זאל מען זעהן וואס מען קען טוהן אז מיר זאלן נישט זין פארשמירט מיט בליט,
זונטאג יולי 10, 2016 9:10 pm#341303
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די רעדסט שטותים מיט הבלים, מ׳זעהט אז די קענסט נישט בכלל קיין אטד״ס, איך קען דיר אויסרעכענען אפאר הונדרעט געלונגענע אטד״ס בתוכם דאקטורים, לויערס, סייענטיסטן, ביזנעסלייט, וכו׳ וכו׳, איך קען דיר יעצט אויסרעכענען פול מיט אט״ד וואס זענען מולטי מיליאנערן און לעבן אין רייכטום, דו נעמסט א משל פון אפאר צובראכענע און אראפגעקלאפטע וואס איז פונקט אזוי פארהאנען אין יעדע סביבה.

דו רעדסט נישט פון קיין שום פאקטן, דו רעדסט פון בויך ארויס!

און יא אז איינער קומט ארויס פון אונזער קאמיונטי און גייט זיין אייגענע וועג, איז א העלד! נישטא וואס צורעדן, צי דו ווילסט יא צי דו ווילסט נישט, דעס איז די מציאות אין די וועלט, ווען איך זאג פאר א געווענטליכע מענטש אויף די גאס אז איך בין עקס-חסיד און איך בין אוועק פון דארט קוקן זיי מיר אן אלץ א העלד וואס האט געטוהן א דרייסטע העלדישע זאך!

דאקטורים? לויערס? סייענטיסטן? איך בין זייער א פראקטישע מענטש, איך וויל זען די מענטשן. שיק מיר א לינק צו זייער פירמע אדער Linkedin פראפייל. ווייסט וואס, איך דארף נישט אפאר הונדערט, 10 איז מיר גענוג. איך זע נישט פארוואס דו זאלסט מיך דאס נישט קענען צו שטעלן, עס איז נישט קיין בושה אדער סוד.

לאמיר דיר עפעס זאגן, גראדע גלייב איך אז עס זענען דא עפעס אט"ד'יס וואס זענען געווארן סוקסעספול, אבער די פוינט איז, אז די מערהייט פון יוצאים בשאלה ווערן "נישט סוקסעספול", די מו"מ איז נישט אויב בכלל, די נקודה איז "וויפיל".

און ווי אנדערע האבן שוין ערווענט דא, איז באמת נישט אויסגעהאלטן צו קוקן וויפיל יוצאים בשאלה ווערן סוקסעספול, ווייל א ריזן מערהייט גייט נישט ארויס צו "ווערן סוקסעפסול", זיי גייען ארויס, וועגן זיי זענען אריבער צער און פינסטערניש, און זוכן א וועג ארויס. און די וואס זענען מצליח צו ווערן סוקסעספול איז דאס א מזל, און א זעלטענע הצלחה. דעריבער, זע איך נישט קיין עכטע תועלת זיך צו מתווכח זיין וויפיל עס האבן מצליח געווען.

און צו געבן א שטיקל הוכחה אז יוצאים בשאלה גייען נישט ארויס - ווייל זיי מיינען אז דארטן איז בעסער, נאר וויבאלד זיי זענען אזוי פארביטערט מיט זייערע שיקזאל, פראבירן זיי, אולי, וועל איך טרעפן חירות ביים אנדערע זייט וואסער - דאן קוק מיט וואס זיי זענען פארנומען מיט זייערע לעבן. און דאס איז: חרידים.

אויב וואלט א איד איבערגעלאזט זיין פרומע לעבן, און געגאנגען פריי וויבאלד ער איז איבערצייגט אז דארטן איז בעסער, דארטן איז גוט, דארטן איז אמת, דארטן איז שלווה, דארטן איז מנוחה. דאן וואלט ער געדארפט אפהאקן לחלוטין מיט זיין עבר. מיש אריבער דאס בלעטל, און הייב אן א נייעם לעבן. איך פארשטיי אז דאס איז שווער צו טאן, אבער דו האסט דאך דאס אליין געטון, דאן טו דאס בשלימות.

קוק אויף אלע זייערע פייסבוק בלעטער, בלאגס וכדומה, זיי זענען אלס פארנומען מיט די חרידים, ווי שלעכט און ביטער זיי זענען. ארלעדיגט, לאז זיי אפ, קריך אראפ פון זיי, און הייב אן צו רעדן וועגן דיין נייעם זיסן לעבן.

איך האב שוין אמאל דערמאנט דא די עפיזאד פון א אינטערוויו וואס דבורה פעלדמאן האט געהאט מיט א געוויסע טשענעל, אינמיטן האט די האסט איר געפרעגט: זאג נאר, דורכאויס די יארן וואס דו האסט אפגעלאזט ארטאדאקסיע, וואס האסטו אלס עררייכט? וואס ביסטו אנגעקומען? און די ענטפער איז: א אויסגעריסענער נארישער ביכל 'Unorthodox' וואס רעדט זיך וועגן חרידים. האט יענער אויסגעפירט: הייסט דו האסט אפגעלאזט דיין סערקעל, און אנשטאט אוועקגיין, און אנהייבן א לעבן פונדאסניי, ביסטו צוריקגעגאנגען צו זיי פון אינדרויסן. דאס איז א ביטערע געלעכטער. וואס האט איר דאס אויסגעפעלט?

עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז יוצאים בשאלה זענען צובראכן וועגן די חרידישע סיסטעם, איינער שוואכער און איינער שטערקער. און זייער obsesion מיט די חרידים טוט בלויז באשטעטיגן זייערע קלעם און ווייטאג. עס איז זייער זייער שווער זיך איבערצושרייבן.

@שבת אחים, איך האלט אז דו ביסט א העלד אויב דו וועסט מצליח זיין צו מאכן דיין לעבן זיס. נישט קיין חילוק צו דו ביסט א חרדי אדער חילוני אא"וו. דאס לעבן איז נאר מיט וואס מען מאכט דאס. אויב וועסטו זיין פארנומען א גאנצן טאג צו האקן אויף חרידים און זייערע קראנקן סיסטעם, טוט מיר זייער לייד דיך צו מעלדן, אבער דו האסט גארנישט אויפגעטון. אדרבה, ברענג ארויס ווי זיס דאס לעבן איז, רעג דיך נישט אויף ג-ט, און נישט אויף דער שפאלער זיידע. פארגעס פונעם עבר, באטראכט דיין לעבן פון פאראויס און קוק וואס דו קענסט מאכן פון איר. דו האסט צייט ביי די זעכציג זיך צו פארהערן מיט די חרידים און קוקן ווער עס איז בעסער אנגעקומען, און פארוואס דו האלסט אז זיי זענען ראדיקאל. געב אפבאכט אז דו זאלסט נישט אנווארען דיין גאנצע הארוואניע. מען קען זיך גרינג נער'ן אז מיטן אריינזאגן דעם אדער יענעם, מוטה פראנק אא"וו אז מען גייט ערגעץ אנקומען.

איך וואונטש דיך אן הצלחה.

נניח אז דו ביסט גערעכט אז די אטד'ס האבן א שווארץ לעבן, זאגט דאס עפעס אויף די אדט אדער אויף אונזער קאמיוניטי? זאגט דאס נישט אז אונזער סיסטעם מאכט מענטשן אזוי פארביטערט אז זיי זענען גרייט צו אנטלויפן צו אבי וואס?
זונטאג יולי 10, 2016 9:52 pm#341307
נו דאס איז דאך די גרינדן פון קאווע שטיבל, עורו ישינם משנתכם, מען וועקט דא יעדן טאג אויף די אלע שטותים אין נאמען פון ג-ט, מיר זיכן זיך אוועק צו קערן פון די וואס ווילן פארוואונדן די שטאלץ פון עם היהודי. מיר זוכן, פראבירן, און מיר שטאדלן אויפצודעקן די הערליכע רויזן וואס מיר פארמאגן און מינימיזירן די צאל מענטשן וואס ווארפן אוועק ה׳ ותורתו, אלעס וויבאלד זיי ווערן דערשטיקט פון שלעכטע בייזע רוחות. יא עס איז דא טאקע פראבלעמען, און התקוה של חברינו איז אריינצושיינען האפענונג אין די צובראכענע אידן.
מאנטאג יולי 11, 2016 1:24 pm#341399
@אויבערלענדער חכם

איך בין מסכים צו דיין כלליותדיג נקודה, ווי די דוגמא פון רוסלאנד ווס. אמעריקע.

זענען אבער די סטאטיסקס אויף דיין זייט ? איז טאקע דא פראצענטואל ווייניגער דראפאוטס ביי די מער ליבעראלע קהילות וואס לאזט זיך מער אינטעגרירן מיט די גוי ?, און פארלויף פון די יארן זענען טאקע זייערע קהילות געבליבן אויף א העכערע שטאפל פון אידישקייט צוליב די לוקסוס פון לעבן באקוועמער-נענטער מיט די גויאישע שכינים ?
מאנטאג יולי 11, 2016 1:35 pm#341402
יעקב מענטש האט געשריבן:@אויבערלענדער חכם

איך בין מסכים צו דיין כלליותדיג נקודה, ווי די דוגמא פון רוסלאנד ווס. אמעריקע.

זענען אבער די סטאטיסקס אויף דיין זייט ? איז טאקע דא פראצענטואל ווייניגער דראפאוטס ביי די מער ליבעראלע קהילות וואס לאזט זיך מער אינטעגרירן מיט די גוי ?, און פארלויף פון די יארן זענען טאקע זייערע קהילות געבליבן אויף א העכערע שטאפל פון אידישקייט צוליב די לוקסוס פון לעבן באקוועמער-נענטער מיט די גויאישע שכינים ?

איך האב קיינמאל נישט גערעדט וועגען די סטטיסטיקה, איך האב נישט קיין אהנוג וואו פאלען מער אדער ווייניגר. אויב מאכן א דיוק איז פארקערט. פון רוסלנד האבן ווייניגר מצליח געווען צו אנטלויפין
מאנטאג יולי 11, 2016 2:04 pm#341405
גראדעמעכעלע האט געשריבן: צו ווי די קלוגע וועג פון @ליטוואק זיך צו פארהוילן פונעם אמת דורך זאגן עס איז א עבירה,


וואס האב איך געזאגט און וואס איז אזוי קלוג געווען?
מיטוואך יולי 13, 2016 10:29 pm#341971
בד"ה. נאך א קרבן ליידער, כ'ווייס נישט קיין פרטים, 23 יאהר אלט! השם ישמור.
יעקב דוב ע"ה בן ר' אברהם בנציון.

יהא זכרו ברוך.
דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:18 pm#342203
Brooklyn man hangs self-26th New York orthodox suicide in year

26 אידן פון די ארטאדאקסישטע קאמיונטי האבן קאמיטעט סואעסייד די לעצטע יאהר! רחמנא ליצלן.

m http://forward.com/news/345095/brooklyn ... e-in-year/ m
פרייטאג יולי 15, 2016 1:46 am#342262
שבת אחים האט געשריבן:בד"ה. נאך א קרבן ליידער.

נאך א קרבן פון? ווער האט אים געהרגט?
פרייטאג יולי 15, 2016 2:16 am#342265
קיינער האט אים נישט געהארגעט, אבער די חרדישע געזעלשאפט איז פון די געזעלשאפטן מיט א רעלאטיוו הויכער זעלבסמארד ראטע.
פרייטאג יולי 15, 2016 4:56 am#342280
קאווע טרינקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:בד"ה. נאך א קרבן ליידער.

נאך א קרבן פון? ווער האט אים געהרגט?


א קרבן פון סאועסייד! א וויקטעם פון די סיסטעם צי פון דיפרעסיע, נישט קיין חילוק וואס די cause איז, איז עס נאך אלץ קאנסידערט א קרבן פון א סיטאוציע.

האלטס שוין נעבעך ביי דעם אז דו לערנסט בעיון מיינע תגובות? האסט נישט געטראפן קיין אנדערע האבי? אפשר וואלט געוועהן א גיטע עצה זאלסט קאלעקטן אלטע סטעמפס צי רבישע בילדער? און זיך איינהאנדלן אזא אלבוים ווי מ׳קען עס אריינלייגן לויט די נומבערס און די סדר? וואס זאגסטו? כקען דיר נישט זאגן צי ס׳העלפט טאקע אדער נישט, איין זאך קען איך דיר יא זאגן פון עקספירענס אויס אז ווען איך בין געוועהן אין דיינע יאהרן האט עס מיר אסאך געהאלפן... זעהט אויס א ביי א אכט יעריג קינד העלפט עס שטארק אז מען איז ביזי מיט עפעס, זשאוסט קידינג. :lol: