שבת אחיםמיין מיינונג:
טראמפס נעכטיגע מפלה אין אלאבאמא איז די אנפאנג פון די סוף צום טראמפס פרעזידענסי. ווייל למעשה זענען די רופליבקאנער נאר געוועהן אויף זיין זייט ווייל ער איז געוועהן ״א געווינער״ און האט מכלומרפשט געהאלטן אין איין געווינען און באזיגן, אבער היות ס׳שטעלט זיך ארויס אז אין די לעצטע פאר עלעקשאונס האבן די דעמקראטן שטארק געוואונען אפילו טיעף אינמיטן די רויטע ריפובליקאנער קריסטליכע-עווענזשעליקל באזע אין די סאוט ווי אלאבאמא. אלזא גייען די ריפובליקען עסטעבלישמענט מעהר און מעהר זיך אפשאקלען פון אים און נישט וועלן ריזיקירן זייערע שאנסן פון געוואנען עלעקשאונס.
חוץ מזה זיינע פאול נומבערס איז בערך ביי 33 פראצענט עפראוועל ראטע-די שוואכסטע אין היסטאריע, און ס׳האלט אין איין טראסקענען טיפער און טיפער אין תהום אריין. ער מיט זיינע מענטשען זענען אינטער שווער אינוועסטאגציעס. ער הארגעט זיך יעדען טאג מיט א צווייטן אויף טוויטער און פירט פריוואטע מלחמות מיט א האלבע וועלט. דעס אלעס איז נאר גוט געוועהן און טאלארירט געווארן ביי די רעכטע ווילאנג ער קען געוואונען עלעקשאונס פאר די ריפובליקאנער, אבער איינמאל ער איז א לוזער גייען די ריפובליקאנער אים שנעל ווארפן אינטער די באס און שלאגן כפרות מיט אים.
ווי האט נאר יואליש געזאגט... ,
ס'ווערט א זעלבסט פארפולטע נבואה מפארביטערט יענעם דאס לעבן יעדן טאג מיט א צווייטע "סקאנדאל", און נאכדעם זאגט מען, קוק וואו זיין עפראוועל ראטע האלט...
ועל זה אמר החכם, "מה עשה הקב"ה, כ'האב איהם אראפגעלאזט אזעלכע צוויי פעטש...
נאכאמאל, איך האלט נישט אזוי שטארק פון טראמפ, אבער די טענה פון עפראוועל ראטע, איז לעכערליך און טיפשות'דיג ביז גאר.
ווען די מידיא זאל ווען ארבעטן צו העלפן טראמפ, אזויווי זיי האבן געארבעט צו העלפן אבאמא, וואלט ער געהאט פונקט די זעלבע עפראוועל ראטע, אפגעזען ווער ס'בעסער. ווייל די המון עם קען נישט די פאקטן, נאר וואס די מידיא פיטערט זיי אריין.