Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 616 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12261
מאנטאג יוני 04, 2018 7:27 pm#404898
ויהי ממחרת

לסיכום:

באטייליגטע;
10,000 מענטשן (מיט די אלע וואס האבן זיך געדרייט...)

טאקטיקן;
סוועטער'ס, נישט זיין קיין הוקופ.
אויפוועקן וויליאמסבורג מיט לקדש שם שמים 8:00 אינדערפרי
ועוד..


פלעצער;
אומגעפער 12,000

דרשות;
4
מהר"א
שמעיה לעוו
געציל בערקאוויטש
ראב"ד

דרשה;
שקל הקודש (די עולם צולאכט זיך...)
נאך 20 יאר פאמפען ""דברי יואל"", האט מהר"א אויפגעדעקט אז ס'איז אויך דא א ספר 'ויואל משה'

פול?;
נישטא קיין איין פולע סעקשאן, נישט גענוג קלוג צו פארשטעלן דעם אויבנאן,

קרישקעלעך;
אויבנאן פול מיט מלמדים...

אהרוינים שטייען און זיי פארענפערן זיך נעבעך
מאנטאג יוני 04, 2018 8:11 pm#404902
סיקריק האט געשריבן:ויהי ממחרת

לסיכום:

באטייליגטע;
10,000 מענטשן (מיט די אלע וואס האבן זיך געדרייט...)

טאקטיקן;
סוועטער'ס, נישט זיין קיין הוקופ.
אויפוועקן וויליאמסבורג מיט לקדש שם שמים 8:00 אינדערפרי
ועוד..


פלעצער;
אומגעפער 12,000

דרשות;
4
מהר"א
שמעיה לעוו
געציל בערקאוויטש
ראב"ד

דרשה;
שקל הקודש (די עולם צולאכט זיך...)
נאך 20 יאר פאמפען ""דברי יואל"", האט מהר"א אויפגעדעקט אז ס'איז אויך דא א ספר 'ויואל משה'

פול?;
נישטא קיין איין פולע סעקשאן, נישט גענוג קלוג צו פארשטעלן דעם אויבנאן,

קרישקעלעך;
אויבנאן פול מיט מלמדים...

אהרוינים שטייען און זיי פארענפערן זיך נעבעך

און בעיקר נאך שווערע קאמפן צו באקומען רבנים איז זיי געלונגען..., איינער שמעיה גרינבוים, א מגי"ש אויף חומש רש"י אין ראדני
מ'קען בארגען ענקער פלעקסיבל קאלקולעיטר? אין בארקלעי מיט א ליידיגע גראונד לעוועל, פארמאכטע גאלעריען, אין פארמאכט אין בעק פין סטעיזש איז געווען 20 טויזענט אבער אין נעסוי איז געווען נאר ?, ר' שמעי' גרינבוים איז נאר א מגי''ש אין ראדני דאן פארוואס האט מהרז''ל זיך געדארפט אליין אנחזרן אין אים הייסן נישט גיין??? וועלכע כיתה איז ר' מענדל זילבער א מלמד?
מאנטאג יוני 04, 2018 8:13 pm#404903
ATUB @גאלד ATUB ווי ביסטע?
מאנטאג יוני 04, 2018 8:26 pm#404905
ב"ה, העכסט א געלונגענעם מעמד פאראיבער נעכטן, וואס זאל מען טוהן אז מיר ארונים טויגן נעבעך נישט אזוי צו פארדעקן און באהאלטן שטיקער פונעם סטאדיום אזוי ווי אין בארקלעיס... און לייגן נישט אזא דגוש אויף די ענינים
מאנטאג יוני 04, 2018 8:30 pm#404907
אויסער זיצן איז געווען נאך עפעס ביי די מעמד? פארוואס איז יעדער דא נאר ביזי מיט זיצן?
מאנטאג יוני 04, 2018 8:44 pm#404910
שטארקע מהר"א חסיד שרייבט
מאנטאג יוני 04, 2018 9:17 pm#404912
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אויסער זיצן איז געווען נאך עפעס ביי די מעמד? פארוואס איז יעדער דא נאר ביזי מיט זיצן?

דער אהרוני גיסט פעך און שוועבעל, שרייט אין קרייט, הולייעט און בלאזט, שימפט און שעלט, בזעם ובחימה ובשצף קצף, מיט שנאת ארץ הקודש, וי א שיכור און א שור נגח.
פונקט וי נסראללה, עראפאת און אחמדינג'אד, משה בער דרעק, אחמד יאסין, נאצר, מועמאר קדאפי, איסמעיל הנייה, באשאר אל אסאד, ברק חוסיין אובמה, סאדם חוסיין און בן לאדן.

דערמאנט מיך די שיי'ך און אל אקצא.

אזויפיל דברי הבל ושטות, כפירה וליצנות, שקרים, שנאת ארצינו הקדושה, שנאת ישראל, און עיקר שבעיקרים זיין געלעכטער און זלזול בשאט נפש פון צדיקים וקדושים וואס זענען ניצל געווארען מחרבא דמלאך המוות, אן קיין בארד.

יעדער פארשטייט גאנץ גוט וועם ער מיינט.


ס'איז א בושה וחרפה צו זיין א חלק פון דעם פארשוין דער קל דעת.

כ'האב אראפגעפלאשט די וואסער און בייסקיסע, אוסגערייניגט דו אויערען וואס האבן געהרט די דברי נבלה, און געלאפען און מקווה להיטהר ולהתקדש פון די הבל הנפיחה היוצא מפי האשכול הכופר והצבוע.

ובזה יצאתי במקצת ידי חובת מחאה!
מאנטאג יוני 04, 2018 10:20 pm#404913
אבו עלא האט געשריבן:
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אויסער זיצן איז געווען נאך עפעס ביי די מעמד? פארוואס איז יעדער דא נאר ביזי מיט זיצן?

דער גיסט פעך און שוועבעל, שרייט אין קרייט, הולייעט און בלאזט, שימפט און שעלט, בזעם ובחימה ובשצף קצף, מיט שנאת ארץ הקודש, וי א

הער עס
ער זאגט פיין
m https://drive.google.com/open?id=1-fbJj ... WvMqLVvv7n m
מאנטאג יוני 04, 2018 10:28 pm#404914
אבו עלא האט געשריבן:ובזה יצאתי במקצת ידי חובת מחאה!


קיין שום חוב נישט!!

אבו עלא האט געשריבן:כמדומה עס איז געקומען די צייט איך זאל מפרסם זיין ברבים דעת קדשי.


כמדומה, ס'איז נאך נישט געקומען די צייט..
מאנטאג יוני 04, 2018 10:42 pm#404915
ATUB @בן ישי ATUB
א שמועס מיט איינע פון די חותמים אויף די בריוו מעדת הספרדים

m https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... BoRmRNN3RR m
מאנטאג יוני 04, 2018 10:50 pm#404916
.
מאנטאג יוני 04, 2018 10:58 pm#404917
וואס איז מיט קלויזענבורגע רב? הא?
מאנטאג יוני 04, 2018 11:01 pm#404920
קינות אהרוני טייטעלמאכער
טייערער סקריק'ל.
איך באדאנק זיך פאר דיר פון טיפן הארצע'ן.

אוי וי פיין און וואויל,
יכה יוסי את יוסי.
כדרככם ומנהגכם בהונגריה של מעלה, און קוקורולי, און סאטא-מארא. (בעצם וי נישט?) אויפ'ן סאטמערא נוסח.

צופראסקעט אייך גוט אן איינעם דעם צווייטען די מארך און די ביינער, עד כי לא ידח ממנו נידח.

אלע סקריקים, זאליס און בני יואל, קעגען די בני משה און דער אהרוני. אלע אויסגעפליקטע טייטלמאכערס, און עצי לבנון.

ואנו שזכינו, מלאכתינו נעשית ע"י אחרים.
מאנטאג יוני 04, 2018 11:06 pm#404921
איש את רעהו האט געשריבן:
אבו עלא האט געשריבן:
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אויסער זיצן איז געווען נאך עפעס ביי די מעמד? פארוואס איז יעדער דא נאר ביזי מיט זיצן?

דער גיסט פעך און שוועבעל, שרייט אין קרייט, הולייעט און בלאזט, שימפט און שעלט, בזעם ובחימה ובשצף קצף, מיט שנאת ארץ הקודש, וי א

הער עס
ער זאגט פיין
https://drive.google.com/open?id=1-fbJj ... WvMqLVvv7n

כ'האב אלעס געהרט ביז צום סוף.
נישט היינט, נאר נעכטען גלייך נאך ער האט אראפגעלייגט זיינע צרור הנפיחות אונעם קאליסיאום.

לדעתי וואלט מער אריינגעפאסט ער זאל מאכן די קינות און צוויי וואכען ארום, לסדר ויפתח ה' את פי האתון.
מאנטאג יוני 04, 2018 11:10 pm#404922
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס פיסק פארברייטערט זיך פון די נאכאנאנדע ברייטע שמייכלעראציעס, און די מילצן פלאטצן אזש פאר גרויס גלעטער, ווי איטליכער זאליבאן סיי מיט הערנער און סיי אן הערנער, וועלכע רעדט זיך בלויז איין אז ער קען עטוואס האלטן א פעדער אין די האנד, שרייבט גאנצע מעטאמאטישע אנעליזען איבער דעם שויעדערליכער נידארלאגע וועלכע סאטמאר האט געליטן דער פארגאנגענעם זונטאג ביים הייליגן כינוס לרבבות.

אין יעדען איינציגען זאלונישער רעקל-טאשן געפונט זיך א גאנצער ארסענאל פון אלערליי סארטן פארגעשריטענע קאלקולעטערס, מיט וועלכע זיי האלטן אין איין אויסצורעכען גענוי וויפול בענקליך און וויפיל באסעס ס'איז געווען,אד''ג. אזש געשוואוירענע זאליבאנצעס דרייען זיך שוין א גאנצן טאג ארום אן די צולעכערטע זאקן, צוליב דעם אויסטערלישע געברויך פאר די לאנג-באנאגלטע פיסן פינגער וועלכע זענען פולשטענדיג איינגעשפאנט געווארן פאר די אויסנאמליכע טיפע מעטאמאטישע זיצן-חשבונות רח''ל. (וואס דער משוגעת קען נעבאך אלס טאן צו א מענטשן.)

די אנאליזן זענען ווירקליך אזוי נארמהאפטיג, אזש סאטמאר הייבט ערענסט אן צו טראכטן אז יא! מ'האמער טאקע געהאט נעכטען א וויסטן דורכפאל אינעם קאלוסיעם. אבער גיוואלד וואס איז דער באדייט פון די אויסטערלישער דעהויבנקייט, און דערנענטערטקייט צום הייליגן באשעפער וואס סאטמארער חסידים שפירן היינט? וואס עס דער באדייט פון די סיפוק הנפש און הנאה רוחני מיט וועלכע יעדער איינציגער סאמארער חסיד דרייט היינט ארום? זענען זיי נעבאך בארירט געווארן פונעם מעכטיגען נידערלאגע?

לזאליבאנצעס הפתרונות.

LOL....
און דאס פיסק פארברייטערט זיין פיל מער נאכ'ן ליינען דיין תגובה.....
מאנטאג יוני 04, 2018 11:12 pm#404923
אבו עלא האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
אבו עלא האט געשריבן:
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אויסער זיצן איז געווען נאך עפעס ביי די מעמד? פארוואס איז יעדער דא נאר ביזי מיט זיצן?

דער גיסט פעך און שוועבעל, שרייט אין קרייט, הולייעט און בלאזט, שימפט און שעלט, בזעם ובחימה ובשצף קצף, מיט שנאת ארץ הקודש, וי א

הער עס
ער זאגט פיין
https://drive.google.com/open?id=1-fbJj ... WvMqLVvv7n

כ'האב אלעס געהרט ביז צום סוף.
נישט היינט, נאר נעכטען גלייך נאך ער האט אראפגעלייגט זיינע צרור הנפיחות אונעם קאליסיאום.

לדעתי וואלט מער אריינגעפאסט ער זאל מאכן די קינות און צוויי וואכען ארום, לסדר ויפתח ה' את פי האתון.


האקסט אין טשייניק ער זאגט פיין.
מאנטאג יוני 04, 2018 11:14 pm#404924
איש את רעהו האט געשריבן:@בן ישי
א שמועס מיט איינע פון די חותמים אויף די בריוו מעדת הספרדים

https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... BoRmRNN3RR

דער אינטערוויוער איז פיינע נייעס.
מאנטאג יוני 04, 2018 11:17 pm#404925
@איש את רעהו,
הלאו,
די אתונו של בלעם האט זייער שיין גאזאגט.
אוי האט זי פיין גערעדט.

פונקט וי אונזער טייטלמאעכר.
מאנטאג יוני 04, 2018 11:21 pm#404927
אבו עלא האט געשריבן:
שנאת ארצינו הקדושה, שנאת ישראל, און עיקר שבעיקרים זיין געלעכטער און זלזול בשאט נפש פון צדיקים וקדושים

ענדשולדיגט מיר, ווי הערט מען דאס ?
מאנטאג יוני 04, 2018 11:22 pm#404928
איש את רעהו האט געשריבן:
אבו עלא האט געשריבן:
שנאת ארצינו הקדושה, שנאת ישראל, און עיקר שבעיקרים זיין געלעכטער און זלזול בשאט נפש פון צדיקים וקדושים

ענדשולדיגט מיר, ווי הערט מען דאס ?


און די שורות, און בעיקר צווישען.
מאנטאג יוני 04, 2018 11:25 pm#404930
אבו עלא האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
אבו עלא האט געשריבן:
שנאת ארצינו הקדושה, שנאת ישראל, און עיקר שבעיקרים זיין געלעכטער און זלזול בשאט נפש פון צדיקים וקדושים

ענדשולדיגט מיר, ווי הערט מען דאס ?


און די שורות, און בעיקר צווישען.


אז די באפאלסט אזוי, זיי מעתיק די שורות, און די צווישן/שורות
מאנטאג יוני 04, 2018 11:40 pm#404934
כ'האב געהערט אביסול די דרשה פון מהר"א און איך טראכט צו מיר וואספארא שאד עס איז אז אזא טאלאנט ליגט ביי אזא איינעם. ער רעדט מעכטיג, ווי א גענעראל הייבט ער אינטער דעם עולם. ער איז א רבי'ש קינד, א יודע ספר, רעדט מיט קאנפעדענטס, און וואלט גרינג געקענט האבן די גרעסטע חסידות ווען נישט זיינע שלעכטע מידות. מיט מער יראת שמים און איידעלקייט וואלט ער דאך געקענט אזויפיל אויפטון.
מאנטאג יוני 04, 2018 11:41 pm#404935
כ'האב אלץ געוואוסט אז דער רעבארן האט א פיסק איינס-אין-דער-וועלט, כ'האב נאר נישט געוואוסט אז ס'גייט אזוי ווייט. רחמנא ליצלן.

#פניהדורכפניהכלב
דינסטאג יוני 05, 2018 12:05 am#404942
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:, כ'האב נאר נישט געוואוסט אז ס'גייט אזוי ווייט. רחמנא ליצלן.


וואס ביסטי צושוידערט ? ער זאגט נישט שלעכט
דינסטאג יוני 05, 2018 12:31 am#404945
איך שפיר אז למעשה ברויך מען דא ברבים באדאנקען רזל פאר'ן נישט זיך באטייליגן ווען ער קומט ווען וואלט דאך לכוארה מהרא נישט גערעדט זיין דרשה וואלט דאך געפעילט פאר'ן סאטמארן עולם אזא געלונגענע דרשה באש ובהתלהבות וואס האט צוריק אנגעצונדן דעם פונק פון רביהק הדברי יואל זיע וואס ער האט דאך די עיקרי אמונה געדרשנט און איבערגעחזרט הונדערטער מאל מילא ברויך מען אים באדאנקען

א דאנק
דינסטאג יוני 05, 2018 3:33 pm#405019
דינסטאג יוני 05, 2018 4:15 pm#405020
-
דינסטאג יוני 05, 2018 4:45 pm#405022
CP
---------- Forwarded message ----------
From:
שמעו נא רבותי, דיינים מומחים.

• כמונו כמוכם, איך בין נישט געגאנגען צום *ארונישן כינוס אין נעסאו*
• פינקט ווי איך גיי נישט זייער כ"א כסלו דינערס (מעג זיין פול)
• פינקט ווי איך גיי נישט צו זייער ל"ג הדלקה (מעג זיין רבבות)
• פונקט ווי איך גיי נישט צו זייער הקפות (מעג זיין מורא'דיג)
• פונקט ווי איך גיי נישט צו קיין איינס זייערע אנדערע מסיבות'ן וואס מעגן זיין שיין, פול, הערליך און סוקעסעספול.

*אבער למען השם, וואס איז די משוגע ווערן אז זיי מאכן א כינוס?*

האלסט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן, NO PROBLEM. איגנאריר עס.

העלאו, ווילסט זיך פאפן אז ער פילט נישט אן *די ארמארי יעדעס יאר כ"א כסליו*. ביזט חולה מסוכן אדער וואס?

העלאו, זיי נישט קיין בעיבי און נעם עס דיר אריין אין קאפ.

איין יאר, זענען מיר געגאנגען אין *קרוינהייטס*, איין יאר גייען זיי. איין יאר גייען מיר אין *וויליאסבורג ארמארי* איין יאר זיי.
די ארמארי וועט גארנישט קלענער אדער גרעסער, און אונזערע און זייערע מענטשן אויך נישט.

יא, זיי האבן אנגעפילט *נעסאו קאלעסיום* מיר האבן אנגעפילט *בארקלעי* א יאר צוריק. איז וואס?
וואס איז עס דיך מחייב און וואס איז עס אונז נוגע?

צי וואס האבן די משוגעים און ראדיקאלן ביי אונז אנגעהויבן טארענען אז דער ראב"ד קומט און מ'דארף פירן מיט אים א מלחמה כבדה?

1. געוואלד, זענען מיר משוגע געווארן אדער וואס?
2. האמיר פארלירן דעם שכל הישר און געכאפט נערוון אטאקעס ביז סועסייד?
3. פארוואס האט דער רבי אים נישט אויפגענומען ווי דער דרך העולם פונקט ווי אהרן האט אויפגענומען דעם גאב"ד אלע יארן?
4. וואס האט דא פאסירט מיט אונז?
5. צי וואס האמיר געלאזט אונזערע ישיבות *אנספרעיען גראפיטי* אויף אלע ווענט מיט דברי בלע, קללות חירופים וגידופים קעגן רבי משה שטערנבוך?
6. צי וואס האט מען געגעבן פאר די בחורים ספרעי, ביי די גרוסע חתונה אין עטרת אברהם ה' בהעלותך, בפרהסיא.


רבונו דעלמא כולא מיר האבן אזוי געפאָאָטש אז ס'איז א פחד, און די שטוב מענטשן פון רבי'ן האבן דעם רבי'ן שליט"א און אונז אלע אריינגעפירט אין א *מים שאין להם סוף*, פון וואו ס'איז נישטא קיין וועג ארויס.

איז דאס דער אונזער *חינוך הבנים* וואס מיר פלאגן זיך א גאנץ יאר אריינצולייגן אין זיי *תורה און יראת שמים און מדות טובות*?, אז מ'שרייבט שר"י אויף א פוסק, לאמיר זאגן ער איז נישט *מיין פוסק* ער איז אבער א פוסק אין די עדה החרדית, און דינט דארט כהיום אלץ *ראש בית דין?*

איז דאס וואס מיר האבן אייביג געזאגט אז יעדער וועט קענען טאן וויאזוי ער פארשטייט?
האט טאקע דער *רבי אליין* טאקע געדארפט אריבער רופן *ר' שמעיה גרינבוים* און אים זאגן נישט צו גיין און נישט אויפצוטרעטן ביים כינוס?

האבן מיר גענומען חשיש? בראוניס? עקסטעזי? ווער האט אונז אנגעדראגט וועגן א *כינוס אין נעסאו*, וואס האט מיט אונז גארנישט, קיין שום שייכות נישט?

אקעי, ס'איז דאס וואס זאגן אז מ'דארף פירן א מערכה וייל זיי רעדן נישט פון גיוס, אדער אהרן שרייט אז ס'איז נישטא קיין גזירה.
אקעי, איך הער. פיין. מיר זאגן *ס'איז יא דא א שרעקליכע גזירה*, און ער זאגט אז *ס'איז נישטא קיין גזירה*. WOW

איז עס טאקע די ערשטע מחלוקה ביי כלל ישראל?
און אויב ס'איז יא א מחלוקה, וואס פונקטליך האלט *דושינסקיא*, וואס פונקטליך האלט *תולדות אהרן*?, וואס פונקטליך האלט'ן אלע *ערליכע קהילות אין די עדה החרדית*?

• שטעלן זיך זייערע בחורים צום לשכת הגיוס. יא אדער ניין?
• שטעלן זיך אונזערע בחורים פון סאטמאר צום לשכת הגיוס. יא אדער ניין?
• מ'מאכט דאך פון אונז דאס גענאר, אז אונזערע בחורים קומען אויף שמחת תורה. סאו שטעלן זיך יא צום לשכת הגיוס אדער נישט?

וועמען פונקטליך מאכט דא לויזיג?

און ווען מיר רעדן פון *גזירות הגיוס* א גאנצן טאג, און ער וויל יעצט רעדן פון *על הגאולה אדער שלוש שבועות*
איז עס יעצט געווארן אפיקורסות?

רבונו דעלמא כולא, פארוואס האבן די צעחושטע ברואים ביי אונז, אונז געמאכט ללעג ולקלס און אונז דעוועלאפד פאר צעדרייטע משוגעים וואס קענען נישט הענדלען א צווייטנס סוקסעס...

רבותי, דאס לעבן גייט אזוי. איין טאג גייט מיר גוט, מארגן גייט יענעם גוט. TOO BAD! קיינער ווערט נישט קיין אפיקורס ווייל איך וויל אזוי.

איך האב נישט געהערט זייערע דרשות און זייערע פרעפלעראציעס ווייל עס אינטרעסירט מיר נישט.
דאס האב איך האב געהערט פון מיין שוואגער אז ער האט *געהייסן אלע ישיבות מאכן שיעורים אין על הגאולה ועל התמורה*

האט מען פאר דעם נישט אויפגענומען שטערנבוך און אנגעפירקלט די גאסן שר"י?

האבן די ארונים אנגעהויבן א ווילדע מערכה אז מיר האבן געמאכט א *מערכה מיט א צרפת* וואס האט זיך נישט גוט געענדיגט (בלשון המעטה) וד"ל.
האבן די ארונים אנגעהויבן א ווילדע מערכה מיט אונזער גייען מיט *הגאון האדיר רבי שמואל אויערבאך / פינטאו*, וואס האט געמאכט א פארטיי צום כנסת?

די ארונים זענען טאקע דערקעגן – אבער האבן זיי אנגעפירקלט די גאסן און געמאכט פאשקעוילן שר"י?


זאל מיר קיינער נישט פארדרייען מיט די שיטה, ווייל איך קען די שיטה פונקט אזוי גוט ווי אלע סאטמארע חסידים פון ביידע פארטייען.
מיר זענען אריין אין *א שיטה לא נודע למי* דורך עקסטרעמע ראדיקאלן וועלכע האבן נישט גע'חלומ'ט אז זייער כינוס וועט זיך למעשה יא אויסארבעטן. און זענען מיאוס דורכגעפאלן און בינתיים האמיר טויזענטער קינדער צאן קדשים, וועלכע זענען געווארן די קרבנות אויפן פאליטישן שאך-ברעט.

*פ א ר ו ו א ס?*

שורה התחתונה:
עס איז פאליטיק – שלעכט געהאנדלעט.
*אין ענגליש הייסט עס סועסייד*‎
דינסטאג יוני 05, 2018 5:08 pm#405023
"זיי האבן אנגעפילט נעסוי".... "זייער כינוס וועט זיך למעשה יא אויסארבעטן"...

פיינע טריי אבער ס'ארבעט נישט... כ'זע נישט וואס דער ענין צו פארנארן אנדערע אז ס'געווען א פולן זאל ווען די וואס זענען דארט געווען ווייסן גאנץ גוט דעם אמת.

מיינס א באקאנטע איז דארט געווען און געשיקט קליפס און בילדער א גאנצן צייט. בשעת ר' אהרן האט גערעדט זענען אריינגעקומען בילדער און קליפס פון גאנצע סעקשאנס גענצליך ליידיג! דאס איז שוין חוץ פון די ליידיגע זייט אין בעק פון אויבן אן... און מרעדט דא פון צווישן 5 און 6 אזייגער. אויך אנדערע סעקשאנס נאר באזעצט למחצה ולשליש. דאס זענען הארטע נישט געפיקסטע בילדער און קליפס. פארוואס זיך משוגע מאכן און נערן אנדערע? (זיך אליין נארסטע נישט)

און ס'געווען גענוג מענטשן אזוי אויך. 8000 איז אויך א נומבער. אבער אנפילן דעם קלענערן נאסוי האט ער נישט געקענט. ווייט דערפון.
דינסטאג יוני 05, 2018 5:18 pm#405024
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:"זיי האבן אנגעפילט נעסוי".... "זייער כינוס וועט זיך למעשה יא אויסארבעטן"...

פיינע טריי אבער ס'ארבעט נישט... כ'זע נישט וואס דער ענין צו פארנארן אנדערע אז ס'געווען א פולן זאל ווען די וואס זענען דארט געווען ווייסן גאנץ גוט דעם אמת.

מיינס א באקאנטע איז דארט געווען און געשיקט קליפס און בילדער א גאנצן צייט. בשעת ר' אהרן האט גערעדט זענען אריינגעקומען בילדער און קליפס פון גאנצע סעקשאנס גענצליך ליידיג! דאס איז שוין חוץ פון די ליידיגע זייט אין בעק פון אויבן אן... און מרעדט דא פון צווישן 5 און 6 אזייגער. אויך אנדערע סעקשאנס נאר באזעצט למחצה ולשליש. דאס זענען הארטע נישט געפיקסטע בילדער און קליפס. פארוואס זיך משוגע מאכן און נערן אנדערע? (זיך אליין נארסטע נישט)

און ס'געווען גענוג מענטשן אזוי אויך. 8000 איז אויך א נומבער. אבער אנפילן דעם קלענערן נאסוי האט ער נישט געקענט. ווייט דערפון.


זאג. וואס ווילסטו?
דינסטאג יוני 05, 2018 5:22 pm#405025
ער וויל זאלסט אים 'גלייבן' אז ס'געווען ליידיג, דיינע אויגן האבען געזעהן אנדערש ווי ער האט געוואלט, ווי האט הערשל פריעדמאן געזאגט זינטוג האט מען געזעהן א פאני זאך אז 18,000 מענטשן זענען געפארן קוקן א ליידיגע סטעדיאום .. ער האלט אינמיטן געוואר ווערן אז די סקרינס, די אפגעשפארטע אין ליידיגע סעקשאןס אין 'בארקלעי' האבען געהאט מיט סקיריטי וויפיל מהרז'''ל האט מיט קנאות...
דינסטאג יוני 05, 2018 5:28 pm#405026
די גאנצע c/p גילט פונקט אויף רעבארען ווי רעבזלמענלייב. ער האט דען נישט געשיקט זיין בחורים אנצוחזר'ן ווען עס האט אויסגעפעלט? ער האט נישט בארעדט יעדעם אויף די אנדערע זייט מיט קללות און חירופים, צו די בחורים וואס מ'וויל זיי אויסלערנען 'תורה און יראת שמים'?

טוט'ס מיר א טובה, ענק זענען/ ביידע די זעלבע קרעפ, און ענק אלע חסידים דארפען זיך אפשאקעלען אמשנעלסטען, טאמער איהר קענט נאר.

און די נומער'ן איז יא די נושא דא. פארוואס? ווייל דאס איז דאך די גאנצע ענין. אז די זאליס ווייסען וויאזוי צו פארמאכען חלקים פון די סטעדיום אז עס זאל אויקוקען פול, טויגען זיי מער ווי די אנדערע צד וואס ווייסט נישט דאס צו טוהן. איי, וועסטו פרעגען, וואס איז די וויכטיגקייט פון די קענטעניס זייערע? איך ווייס נישט, אבער עס זעט זיך אויס אז דו ווייסט יא. ווייל מ'פיהרט דאך גאנצענע קעמפפען אויף די נוסח.

חזור בך חזור בך. לא זו הדרך ולא זו העיר. סאטמאר איז א פארגאנגענהייט. טרעפט'ס ענק אויס עפעס נארמאלערע.
דינסטאג יוני 05, 2018 5:29 pm#405028
כינוס נעעסאו, הלכה למעשה
עס בלייבט נישט בלויז ביים אסיפה
מען טוט:
דינסטאג יוני 05, 2018 5:48 pm#405031
signout האט געשריבן:ער וויל זאלסט אים 'גלייבן' אז ס'געווען ליידיג, דיינע אויגן האבען געזעהן אנדערש ווי ער האט געוואלט, ווי האט הערשל פריעדמאן געזאגט זינטוג האט מען געזעהן א פאני זאך אז 18,000 מענטשן זענען געפארן קוקן א ליידיגע סטעדיאום .. ער האלט אינמיטן געוואר ווערן אז די סקרינס, די אפגעשפארטע אין ליידיגע סעקשאןס אין 'בארקלעי' האבען געהאט מיט סקיריטי וויפיל מהרז'''ל האט מיט קנאות...

ניין ניין... נישט אז ס'געווען ליידיג, נאר אז ס'געווען ווייט ווייט פון אנגעפילט אזוי ווי יעדע קעמערע לענס האט עס געזען... כ'ווייס נישט אפשר סעמסאנג און אייפאן מאכט זייערע קעמערעס ביי די זאליס?

און דאס זאג איך נישט פאר דיר, דו ווייסט דאך דעם אמת. כ'שרייב נאר פאר ליינער וואס זענען נישט באקאנט אויב איינעם אינטערעסירט...
און וועגן בארקלעי, דארט איז געווען נאר עטליכע הונדערט זיצן פארשפארט, דאס קענען זיי נישט ארויסרענטן פאר קיינעם.
דינסטאג יוני 05, 2018 6:02 pm#405034
עס דרייט זיך ארום א רעקארדינג פון א טעלעפאן שמועס צווישן ר' אהרן און דער דרשן טעללער, איינער ווייסט צו דאס איז קראנט?
דינסטאג יוני 05, 2018 6:10 pm#405036
ס'אינטערעסאנט וואס יענע ק/פ זאגט אז מ'האט געטיילט ספרעי ביים חתונה.

ווען מהרז''ל האט מיר גערופן בעטן איך זאל ספרעיען האט ער מיר נישט געזאגט אז מ'גייט טיילן!! ער האט פלעין געפרעגט אויב איך וויל אנשפריצן די גאסן, ווען איך האב אים געזאגט אז ס'פאסט מיר נישט האט ער מסכים געווען און געמאכט א פשרה איך זאל אים נאר רופן אויב איך זע א שיינע ליידיגע גוטע קארנער ספאט און ער וועט שוין שיקן אנדערע.
דינסטאג יוני 05, 2018 6:47 pm#405042
דאס איז ווען ר' דוד פערל עפנט די מעמד, די ראב''ד איז נאכנישט דארט, דעיס רופסטו סעמסאנג?
דינסטאג יוני 05, 2018 6:49 pm#405043
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:
signout האט געשריבן:ער וויל זאלסט אים 'גלייבן' אז ס'געווען ליידיג, דיינע אויגן האבען געזעהן אנדערש ווי ער האט געוואלט, ווי האט הערשל פריעדמאן געזאגט זינטוג האט מען געזעהן א פאני זאך אז 18,000 מענטשן זענען געפארן קוקן א ליידיגע סטעדיאום .. ער האלט אינמיטן געוואר ווערן אז די סקרינס, די אפגעשפארטע אין ליידיגע סעקשאןס אין 'בארקלעי' האבען געהאט מיט סקיריטי וויפיל מהרז'''ל האט מיט קנאות...

ניין ניין... נישט אז ס'געווען ליידיג, נאר אז ס'געווען ווייט ווייט פון אנגעפילט אזוי ווי יעדע קעמערע לענס האט עס געזען... כ'ווייס נישט אפשר סעמסאנג און אייפאן מאכט זייערע קעמערעס ביי די זאליס?

און דאס זאג איך נישט פאר דיר, דו ווייסט דאך דעם אמת. כ'שרייב נאר פאר ליינער וואס זענען נישט באקאנט אויב איינעם אינטערעסירט...
און וועגן בארקלעי, דארט איז געווען נאר עטליכע הונדערט זיצן פארשפארט, דאס קענען זיי נישט ארויסרענטן פאר קיינעם.

למשל דעיס איז פין בארקלעי דעיס רופטסטו פול אדער ליידיג? (מ'קען אגב זעהן די ליידיגע פלאר, פארמאכטע גאלעריען אין אינטער די אויבן אן)
דינסטאג יוני 05, 2018 7:41 pm#405051
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:סאטמאר איז א פארגאנגענהייט.
שוין גארנישט קיין פארגאנגנהייט. ענדליך האט עס גענומען אויפלעבן אביסל, קומסטו מיר זאגן אז ס'א פארגאנגנהייט?

א 'פייער' זאל ברענען, א 'רויעך' זאל גיין, דאס קען נאר סאטמאר אליין.
דינסטאג יוני 05, 2018 7:51 pm#405052
m https://youtu.be/JvwvWj8EyFY m

רבותי, וואס איז נייעס?
דינסטאג יוני 05, 2018 8:41 pm#405059
signout האט געשריבן:
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:
signout האט געשריבן:ער וויל זאלסט אים 'גלייבן' אז ס'געווען ליידיג, דיינע אויגן האבען געזעהן אנדערש ווי ער האט געוואלט, ווי האט הערשל פריעדמאן געזאגט זינטוג האט מען געזעהן א פאני זאך אז 18,000 מענטשן זענען געפארן קוקן א ליידיגע סטעדיאום .. ער האלט אינמיטן געוואר ווערן אז די סקרינס, די אפגעשפארטע אין ליידיגע סעקשאןס אין 'בארקלעי' האבען געהאט מיט סקיריטי וויפיל מהרז'''ל האט מיט קנאות...

ניין ניין... נישט אז ס'געווען ליידיג, נאר אז ס'געווען ווייט ווייט פון אנגעפילט אזוי ווי יעדע קעמערע לענס האט עס געזען... כ'ווייס נישט אפשר סעמסאנג און אייפאן מאכט זייערע קעמערעס ביי די זאליס?

און דאס זאג איך נישט פאר דיר, דו ווייסט דאך דעם אמת. כ'שרייב נאר פאר ליינער וואס זענען נישט באקאנט אויב איינעם אינטערעסירט...
און וועגן בארקלעי, דארט איז געווען נאר עטליכע הונדערט זיצן פארשפארט, דאס קענען זיי נישט ארויסרענטן פאר קיינעם.

למשל דעיס איז פין בארקלעי דעיס רופטסטו פול אדער ליידיג? (מ'קען אגב זעהן די ליידיגע פלאר, פארמאכטע גאלעריען אין אינטער די אויבן אן)

וועלכע ליידיגע פלאר? דו זעסט דארט געהעריגע זיצן אדער באקוועמע פריוואטע סעקשאנס?

מ'מעג אריינזאמען אין די בארקלעי בילדער....
דינסטאג יוני 05, 2018 8:44 pm#405060
אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?
דינסטאג יוני 05, 2018 8:55 pm#405064
ראובן האט געשריבן:אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?

א אהרוני זאגט מיר אז ס'געווען אמת און אלעס איז געווען אויס פארקויפט נאר ס'זעהט אויס אז ס'געווען וואס האבן געקויפט און נישט געקומען.
דינסטאג יוני 05, 2018 9:37 pm#405066
נישט נאר זיי זענען נישט אנגעקומען, נאר הונדערטער מענטשן וואס האבן געקויפט אין זעלבן סעקשאן האבן זיך צוזאמען אפגעשמועסט נישט צו קומען.
דינסטאג יוני 05, 2018 11:06 pm#405069
בן ישי האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?

א אהרוני זאגט מיר אז ס'געווען אמת און אלעס איז געווען אויס פארקויפט נאר ס'זעהט אויס אז ס'געווען וואס האבן געקויפט און נישט געקומען.



איך האב פאר דיר איין תירוץ a picture is worth a thousand words

m https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... y-jdn.html m

אז דו האסט די גאטס פאר אראפ ביז אינטען און קוק אלע בילדער
אלע בעביס טרייסטן זיך מיט די ליידיגע זיצן אינטערן אויבן אן ווי קיינער האט נישט געוואלט זיצן ווייל מען קען גארנישט זעהן
א סטעדיום פון קרוב צו 20 אלפים זיצן מיט pure אהרונים מקצה אל הקצה

דער וואס שיקט זיינע בחורים רייסען צעטליך און קאלט רבנים סטראשענען נישט צו גיין. איז חוזק שאין כמוהו לעיני כל ישראל
דינסטאג יוני 05, 2018 11:46 pm#405071
פיינע קאווע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?

א אהרוני זאגט מיר אז ס'געווען אמת און אלעס איז געווען אויס פארקויפט נאר ס'זעהט אויס אז ס'געווען וואס האבן געקויפט און נישט געקומען.



איך האב פאר דיר איין תירוץ a picture is worth a thousand words

https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... y-jdn.html

אז דו האסט די גאטס פאר אראפ ביז אינטען און קוק אלע בילדער
אלע בעביס טרייסטן זיך מיט די ליידיגע זיצן אינטערן אויבן אן ווי קיינער האט נישט געוואלט זיצן ווייל מען קען גארנישט זעהן
א סטעדיום פון קרוב צו 20 אלפים זיצן מיט pure אהרונים מקצה אל הקצה

דער וואס שיקט זיינע בחורים רייסען צעטליך און קאלט רבנים סטראשענען נישט צו גיין. איז חוזק שאין כמוהו לעיני כל ישראל

וואו וואו אזוי צום זאך פארענטפערט...

מען פרעגט פארוואס די עולם לאזט זיך מאכן דאס גענאר דורך זיי איינרעדן אז אלע זיצען זענען פארקויפט, בשעת מען זעהט אויף די בילדער טויזענטער ליידיגע זיצען.

די תירוץ? איין בילד איז ווערט מער ווי טויזענט ווערטער...

#נארישע פיפל
דינסטאג יוני 05, 2018 11:55 pm#405073
פיינע קאווע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?

א אהרוני זאגט מיר אז ס'געווען אמת און אלעס איז געווען אויס פארקויפט נאר ס'זעהט אויס אז ס'געווען וואס האבן געקויפט און נישט געקומען.



איך האב פאר דיר איין תירוץ a picture is worth a thousand words

https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... y-jdn.html

אז דו האסט די גאטס פאר אראפ ביז אינטען און קוק אלע בילדער
אלע בעביס טרייסטן זיך מיט די ליידיגע זיצן אינטערן אויבן אן ווי קיינער האט נישט געוואלט זיצן ווייל מען קען גארנישט זעהן
א סטעדיום פון קרוב צו 20 אלפים זיצן מיט pure אהרונים מקצה אל הקצה

דער וואס שיקט זיינע בחורים רייסען צעטליך און קאלט רבנים סטראשענען נישט צו גיין. איז חוזק שאין כמוהו לעיני כל ישראל

מ'רעדט דא איבער די ליגענט וואס מ'האט פארקויפט פאר'ן עולם אז ס'מער נישטא קיין זיצן און מ'גייט צושטעלן 1,000 שטיי פלעצער. וואס קומסטי יעצט זאגן אז ס'זענען דא בילדער מיט טויזענטע מענטשן. האט איינער אמאל געזאגט אז די ארונים קענען נישט צאמשלעפן טויזענטע מענטשן? די קשיא אויף די ארונים איז פארוואס מ'הערט נישט א ויצעקו קעגן די פירער וואס חוש'ן ארום מיט'ן עולם. אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלטן די וואס האבן פארקויפט די ליגענטס געדארפט זיך שעמען צו ווייזן די פרציף דערווייל זענען זיי די היראס.
עטץ מעגטס שוין אויך אויפהערן ניצן די נאמבער 20,000. אויף די סטעדיום'ס וועבסייט שטייט א מאקסמום זיצן איז 16,000 (גראדע שרייבן זיי קודם 14,500, אבער נניח אז תפוס לשון אחרון) און דאס איז שוין מיט די זיצן אויף די פלאר. אויף די בילדער ביי מהר"א'ס דרשה זעהט מען מער ווי טויזענט זיצן ליידיג מיינט דאס אז ס'געווען ווייניגער ווי 15,000 באטייליגטע. מחמת איזה סיבה וועסטי ענדערש גלייבן די בלאט מיט די ארונישע טוויטער'ס וואס שרייבן אז ס'איז קרוב צו צוואנציג טויזענט.
דאס איז ראובן'ס קשיא אויף די ארונים. פארוואס גלייבט עטץ נאך א ווארט פון די וואס האבן געזאגט אז מ'דארף נאך שטיי פלעצער?
מיטוואך יוני 06, 2018 1:35 am#405091
אזא פנים האט עס.. פייטס ענק ארום, אונזער איז געווען גרעסער!! ניין!! אונזער איז געווען גרעסער!! פונקט ווי די מלך זקן וכסיל דער טיפש טראמפ, דער ערשטער זאך ווי נאר ער קומט אריין אין אפיס הייבט זיך אן צו קריגן ווער האט געהאט מער מענטשן ביים איינשווערונג צערעמאניע!! קליינע קינדער וואקסט אויף איינמאל פאר אלעמאל..

#פאלנעלצים