Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 616 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12261
זונטאג יוני 10, 2018 6:48 am#405518
סיקריק: ס'הייסט אז דער פי.די.עף. וואס דו האסט דא צוגעשטעלט איז נאר א חזרה (חזיר'יי) פון דיינע הערליכע דיברות קודש. כדי לחזר (תרתי משמע) ולשנן את דברי קדשיך...!

איך האב נאכנישט געזעיהן אזא געמיש פון דברי הבל ורעות רוח מיט הוילע שקרים און קינדישע פאנטאזיעס און פוסטע חלומות און ווישפול טהינקינג אין איין בלעטל. אזוי ווי דו האסט עס דא ..."מייסטערפול"... אהערגעשטעלט...!

איך קען דיך (ב"ה) נישט. מסתמא ביסטו אין דיין טעגליך לעבן א ..."נארמאל'ער"... מענטש. נאר די וויסטע שנאה איז מקלקלת את השורה...!

דו ארבעטסט דא אוף 2 פראנטן. איינס לפאר ולרומם דעם בארקלעי'ס כינוס. סיי מיט נאמבערס און סיי באיכות...! אויך ארבטסטו אין די זעלבע צייט אראפצוקלאפן און מבטל צו זיין דעם כינוס כללי וואס מהר"א שליט"א האט צוזאמגערופן אום כ' סיון תשע"ח לפ"ק...!

איך האב נייעס פאר דיר און דיינ'ס גלייכן. עטץ האטץ נישט מצליח געווען אויף ביידע פראנטן. ערשטנס דער כינוס פון בארקלעי'ס (אן אריינגיין אין ויכוחים.) זענען די נאמבערס געווען שטארק אויפגעבלאזן. און די איכות (קוואליטי) פון די רעדנערס איז נישט געווען אזוי ווייס איך ווי גוט. אז מ'האט געמוזט אנקומען צו דעם ספרדי'שן שלאף רעבע וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית (נו, זיין נאטורליכע שפראך, עיברית טאר מען דאך נישט רעדן ביי א סאטמאר'ע כינוס.) און פון די אנדערע זייט. דער כינוס פון כ' סיון איז ב"ה געווען שטארק סיי אין כמות און סיי אין איכות. כאטש עטץ די מהרסים ומחריבים האבן זיך אנגעשטרענגט עס צו צושטערן היל"ת...! דארך לייגן פרעשור אויף רבנים אז זיי זאללן נישט גיין צום כינוס און (ח"ו) רעדן דארט. און דער גרויסער גאון ופוסק הדור דער ראב"ד שליט"א אז ער האט שוין יא מסכים געווען צו רעדן ביים כינוס. האבן די מחרחרי ריב ואנשי בלע געארבעט אויף אלע כלים איהם אראפצוקלאפן און מבזה זיין זיין כבוד התורה. מיט פאשקעווילן און אנדערע בזיונות...! אזוי וווי א חשוב'ער שרייבער האט שוין דערמאנט. אז דאס דערמאנט ממש די זעלבע ווי דער בארימטער משפט שלמה המלך וואס שטייט אין די הפטורה פון פ' מקץ...! אז די אמת'חע מאמע פון דעם קינד האט מסכים געווען אוועקצוגעבן דאס קינד פאר די אנדערע פרוי. נאר ער זאלל בלייבן לעבן. און די אנדערע, פאלשע מאמע האט געזאגט..."גם לי, גם לך לא יהיה, גזורו"...!
זונטאג יוני 10, 2018 7:59 am#405522
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
איך האב נאר געליינט א פאר שורות און איך דארף שוין א שאויער. אבער איך וויל נאר פארשטייען, דער סקריק איז געקומען אין שטיבעל אונז איבערצוצייגען אז די סקריקים זענען מער נישט ווי אין א מיינונגס פארשידענהייט מיט אונז אלע.

איך ווארט נאך צו ליינען דערפון. ביזדערווייל האסטו געוויזען אז דו ביסט א געטרייע פארטיי מיטגעליד, וטאס גרעפסט איבער פון ראדני מקוה וואס די הויפטקווארטיער הייסט. יעצט איז פשעווארסק אין די גוטע ביכער, און שוין פאררשכבה"ג׳ט וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 10, 2018 9:05 am#405527
בן ישי האט געשריבן:
סיקריק האט געשריבן:קודם כל ווייל די עדה איז אים מכבד מיינט נישט אז סאיז נאן סענס, פאקט בלייבט פאקט נישט קיין חילוק צו די עדה איז אים מכבד צו נישט, און צווייטנס, אין ארץ ישראל איז די רבי אים אויך מכבד, פאר צוויי יאר צירוק ביי די מעמד שקל הטהור האט די רבי געהייסן אז מען זאל אים רופן, אבער אז ער קומט קיין אמעריקע אזאך וואס די גאנצע עדה האט אים געבעטן ער זאל עס נישט טון, און ער קומט פאר 'בלויז' פאליטישע מאטיוון, בין איך בכלל נישט מחיוב צו מיט טאנצן מיט זיינע משוגעתן,
צווייטע זאך וואס די האסט געשריבן, זאגסטו דאך אליינס דעם תירוץ... איינעם גייט אן וואס אהרן האט געזאגט? יעדער ווייסט אז סאיז א גוט פארגעשריבענע דרשה מיט צענדליגע מאל חזרן... דאס אז די באבל פון די רבבות האט זיך נעבעך ביטערלעך צופלאצט איז א גאר שטארקע קלאפ פאר א ריזיגע עולם דארט..

וואס איז א נפקא מינא צו אין א"י אדער אין אמעריקע? די נישט אויפנעמען איז געווען א גרויסע נארישקייט וואס רוב זאלונים האבן נישט געהאלפען דערפון

BS
זונטאג יוני 10, 2018 9:33 am#405528
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
איך וואוין נישט אין ווסמב"ג און איך קען נישט קיין ריזיגע צאל ארוינעם, אבער די וואס איך קען יא, זענען גארנישט צוקלאפט. איינער זאגט מיר שבת "א פיינעם סאטמארער דרשה געהערט". א צווייטער זאגט מיר "זיי האבען געהיידזשעקט דער רבי ז"ל, יעצט האט מען איהם אויסגעלייזט".

בקיצור זיי רעדען א שפראך פון פנימי, אז אין זייער פארטיי פילען זיי מער באקוועם.

אז עס וואלט זיך געוואלט פאר די זאליס אז זיי זאלען זיין צוקלאפט איז נישט מער ווי פארשטענדליך. אמער א יאר צוריק איז געווען פונקט פארקערט, ווי די ארוינעם האבען געזוכט טענות מיט לעכט, וועגען סקרינס און הבלים אחרים, און די זאלוינעם האבען געפייערט זייער זיג דורך ברענגען פרעמדע.

אופס, אפשר איז עס נישט ממש אייניג, מ׳עט מוזען זע׳ען.

הצד השווה שבהן.............

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 10, 2018 11:38 am#405544
בן ישי האט געשריבן:
סיקריק האט געשריבן:קודם כל ווייל די עדה איז אים מכבד מיינט נישט אז סאיז נאן סענס, פאקט בלייבט פאקט נישט קיין חילוק צו די עדה איז אים מכבד צו נישט, און צווייטנס, אין ארץ ישראל איז די רבי אים אויך מכבד, פאר צוויי יאר צירוק ביי די מעמד שקל הטהור האט די רבי געהייסן אז מען זאל אים רופן, אבער אז ער קומט קיין אמעריקע אזאך וואס די גאנצע עדה האט אים געבעטן ער זאל עס נישט טון, און ער קומט פאר 'בלויז' פאליטישע מאטיוון, בין איך בכלל נישט מחיוב צו מיט טאנצן מיט זיינע משוגעתן,
צווייטע זאך וואס די האסט געשריבן, זאגסטו דאך אליינס דעם תירוץ... איינעם גייט אן וואס אהרן האט געזאגט? יעדער ווייסט אז סאיז א גוט פארגעשריבענע דרשה מיט צענדליגע מאל חזרן... דאס אז די באבל פון די רבבות האט זיך נעבעך ביטערלעך צופלאצט איז א גאר שטארקע קלאפ פאר א ריזיגע עולם דארט..

וואס איז א נפקא מינא צו אין א"י אדער אין אמעריקע? די נישט אויפנעמען איז געווען א גרויסע נארישקייט וואס רוב זאלונים האבן נישט געהאלפען דערפון. די קענסט ספינען נוסח שמואל ווידער וויפל די ווילסט אבער ס'איז געווען א טעות.
און בנוגע זיין דרשה, פאר סאטמערע חסידים איז עס געווען א מעכטיגע דרשה נישט קין חילוק ווילאנג ער האט זיך צוגעגרייט דערפאר.

שוין איינמאל א נפקא מינא, ווען די ביסט אין ארץ ישראל רעספעקטיר איך דיך אלץ וואס די פארטרעטסט, קומסט קיין אמעריקע ביסטו ווייטער דא פאר א ציל וועם די רעפערזענסט, און די דאזיגע ציל פון קומען דא קיין אמעריקע איז פראבירט געווארן צו אפרופן דורך אלע חברי העדה, מילא אויף אזא פאל האב איך נישט קיין שום התחייבות צו אזא איינעם.
זונטאג יוני 10, 2018 2:09 pm#405567
איך האב עס אויך אנגעקוקט אלס א טעות, אבער כ'האב דערפון צוריקגעצויגן. איך האלט אז אין דער צוקונפט וועט אים דער שריט צוניצקומען ווען ער וועט האבן א ווארט אין די עדה. מען וועט וויסן אז אויך מיט אים דארף מען זיך רעכענען ווייל ער קען אויך נעמען שריט זיך אנצונעמען פאר זיך.
זונטאג יוני 10, 2018 3:20 pm#405578
איש את רעהו האט געשריבן:עס בלייבט נישט בלויז ביים אסיפה
מען טוט [למעשה, שיעורים אין על הגאולה]:

געשריבן דא: l viewtopic.php?p=405028#p405028 l

און וואס זאגסטו צו דעם

.
זונטאג יוני 10, 2018 3:21 pm#405579
כפול
זונטאג יוני 10, 2018 3:34 pm#405580
פונקט די וואך איז אויסגעפאלן די סיום??
זונטאג יוני 10, 2018 3:37 pm#405581
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב עס אויך אנגעקוקט אלס א טעות, אבער כ'האב דערפון צוריקגעצויגן. איך האלט אז אין דער צוקונפט וועט אים דער שריט צוניצקומען ווען ער וועט האבן א ווארט אין די עדה. מען וועט וויסן אז אויך מיט אים דארף מען זיך רעכענען ווייל ער קען אויך נעמען שריט זיך אנצונעמען פאר זיך.

איסר האיטלקי: דעיס איז דער בראך מיט די פיהרער (אדער די וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען די פיהרערס) פון די עדה החרדית. זיי ווארפן זיך ארום מיט א יחיד אדער א גרופ. און נאכדעים ווען די גרופ אדער דער יחיד לאזט זיי איבער און זייער פרעסטיזש פאלט, דאמאלס וויינען זיי ווי דער קאזאק הנגזל...!

די זעלבע איז געווען מיט בעלזא אין ירושלים. זיי האבן זיך ארומגעווארפן מיט בעלזא און זייער מנהיג. אבער נאכדעים וואס בעלזא האט זיך ארומגעזעהן אז זיי האבן די נאמבערס און זיי דארפן נישט עסן טשיקנס פון די עדה. און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך, האבן די קארפן קעפ, די סיקריקים אנגעהויבן צו בריקען. און זיי האבן אויפגעהובין א געשריי וואס איז דערהערט געווארן דורך זייערע שותפים לרעה אין ניו יארק, אין יארע תשמ"א. נו, האט מען זיי דאן געלערנט א לעקציע. אבער, ווי ס'זעהט אויס וויללן זיי זיך נישט לערנען. ווייל אפילו די מעסיגערע מענטשן אין די עדה היינט גייען נישט מיט מיט זייערע שמד שטיק. און מ'באזייטיגט זיי צוביסלעך. צום סוף וועללן זיי בלייבן נאר מיט די בריונים. און די פוסטע ליידיגגייערס. ווייל אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי. אזוי אז זיי וועללן בלייבן לעקיש. און זיי וועללן אויסזעהן אזוי ווי די קאנגרעגעישן קהל חסידים אין בארא פארק אמעריקע. וואס ס'איז נאר געבליבן א זכר פון געלט דערפון. כן הדבר הזה מיט די (געוועזענע) עדה. זיי וועללן בלייבן מיט די חותמת ההשגחה. און א פאר אידעלעך וועללן נאך שארן מיליאנען. און די שארית הבריונים וועללן ממשיך זיין צו מאכן ראיאטן אין ירושלים. און זיך שלאגן מיט די פאליציי...!
זונטאג יוני 10, 2018 4:33 pm#405585
ס'שווער צו אפענטפרן יעדע ליגענט וואס צד מהרז''ל ברענגט, זייענדיג איבער אנטוישט פין די סוקסעס פין די כינוס כללי איז פארשטענדליך אז מ'דארף מאכען יעדען טאג פרישע ארטיקלען ווייל דער ציבור הייבט אן כאפען די ליגענט פין די נעכטיגע, לדוגמא דאס וואס ער שרייבט אז ער די 'גאנצע עדה' האט געבעטן דעם ראב''ד זאל נישט קומען, רעדט מען ס'ה פין אפרים שטערן אין נאך איינעם אדער צוויי וועם אפרים האט מיטגענומען, ער איז געקומען מיט א טענה אז פאריאר ביי בארקלעי האט דער ראב''ד נישט געוואלט אינטערשרייבן די בריו פאר בארקלעי ווייל די עדה נעמט נישט קיין צד אין פארוואס דא מעג מען יא, האט דער ראב''ד גענטפרט איך גיי דא בשמי אין נישט בשם בי''ד אין פינקט ווי דער גאב''ד האט געגבן אליין א בריוו פאר בארקלעי קען איך דא אליין פארן, זענדיג אז ס'גייט נישט האט ער פראבירט מיטן בייזן וואס דער ראב''ד האט זיך נישט ווידסענדיג געמאכט אין ס'האט זיך גענדיגט אז זיי געקענסעלד די כינוס תשב''ר פין קרן הצלה
זונטאג יוני 10, 2018 4:35 pm#405587
איבער דאס וואס מהרז''ל האט געקענסלט די מעמד תשב''ר אלס נקמה פארן ראב''ד'ס קומען צום כינוס
זונטאג יוני 10, 2018 4:42 pm#405589
signout האט געשריבן:איבער דאס וואס מהרז''ל האט געקענסלט די מעמד תשב''ר אלס נקמה פארן ראב''ד'ס קומען צום כינוס
זונטאג יוני 10, 2018 4:45 pm#405592
berlbalaguleh האט געשריבן:סיקריק: ס'הייסט אז דער פי.די.עף. וואס דו האסט דא צוגעשטעלט איז נאר א חזרה (חזיר'יי) פון דיינע הערליכע דיברות קודש. כדי לחזר (תרתי משמע) ולשנן את דברי קדשיך...!

איך האב נאכנישט געזעיהן אזא געמיש פון דברי הבל ורעות רוח מיט הוילע שקרים און קינדישע פאנטאזיעס און פוסטע חלומות און ווישפול טהינקינג אין איין בלעטל. אזוי ווי דו האסט עס דא ..."מייסטערפול"... אהערגעשטעלט...!

איך קען דיך (ב"ה) נישט. מסתמא ביסטו אין דיין טעגליך לעבן א ..."נארמאל'ער"... מענטש. נאר די וויסטע שנאה איז מקלקלת את השורה...!

דו ארבעטסט דא אוף 2 פראנטן. איינס לפאר ולרומם דעם בארקלעי'ס כינוס. סיי מיט נאמבערס און סיי באיכות...! אויך ארבטסטו אין די זעלבע צייט אראפצוקלאפן און מבטל צו זיין דעם כינוס כללי וואס מהר"א שליט"א האט צוזאמגערופן אום כ' סיון תשע"ח לפ"ק...!

איך האב נייעס פאר דיר און דיינ'ס גלייכן. עטץ האטץ נישט מצליח געווען אויף ביידע פראנטן. ערשטנס דער כינוס פון בארקלעי'ס (אן אריינגיין אין ויכוחים.) זענען די נאמבערס געווען שטארק אויפגעבלאזן. און די איכות (קוואליטי) פון די רעדנערס איז נישט געווען אזוי ווייס איך ווי גוט. אז מ'האט געמוזט אנקומען צו דעם ספרדי'שן שלאף רעבע וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית (נו, זיין נאטורליכע שפראך, עיברית טאר מען דאך נישט רעדן ביי א סאטמאר'ע כינוס.) און פון די אנדערע זייט. דער כינוס פון כ' סיון איז ב"ה געווען שטארק סיי אין כמות און סיי אין איכות. כאטש עטץ די מהרסים ומחריבים האבן זיך אנגעשטרענגט עס צו צושטערן היל"ת...! דארך לייגן פרעשור אויף רבנים אז זיי זאללן נישט גיין צום כינוס און (ח"ו) רעדן דארט. און דער גרויסער גאון ופוסק הדור דער ראב"ד שליט"א אז ער האט שוין יא מסכים געווען צו רעדן ביים כינוס. האבן די מחרחרי ריב ואנשי בלע געארבעט אויף אלע כלים איהם אראפצוקלאפן און מבזה זיין זיין כבוד התורה. מיט פאשקעווילן און אנדערע בזיונות...! אזוי וווי א חשוב'ער שרייבער האט שוין דערמאנט. אז דאס דערמאנט ממש די זעלבע ווי דער בארימטער משפט שלמה המלך וואס שטייט אין די הפטורה פון פ' מקץ...! אז די אמת'חע מאמע פון דעם קינד האט מסכים געווען אוועקצוגעבן דאס קינד פאר די אנדערע פרוי. נאר ער זאלל בלייבן לעבן. און די אנדערע, פאלשע מאמע האט געזאגט..."גם לי, גם לך לא יהיה, גזורו"...!

אז די רעדסט פין בארקלעי... ווערד צו ליינדן די נוסח המודעה
זונטאג יוני 10, 2018 4:46 pm#405593
זונטאג יוני 10, 2018 4:46 pm#405594
מזל טוב! sineout האט זיך אויסגעלערנט פאטא שאפ!
זונטאג יוני 10, 2018 4:48 pm#405595
סיקריק האט געשריבן:מזל טוב! sineout האט זיך אויסגעלערנט פאטא שאפ!
ברוכים תהי', בד''וו פאטאשפא איז גרינגער ווי פאברעצירן ניחם אבילם תגובות
זונטאג יוני 10, 2018 5:56 pm#405598
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
וואס איז די מעשה מיטן קרן הצלה מעמד? וועם האט מען אפגעטוהן מיטן עס מבטל זיין?
זונטאג יוני 10, 2018 8:27 pm#405611
signout האט געשריבן:[b]
ס'שווער צו אפענטפרן יעדע ליגענט וואס צד מהרז''ל ברענגט[
/b],

@ סיינאוט תא שמע אפענע און זעהבארע ליגענטס איז עניוועי נישט שייך אפצופרעגן

די נאמען סיקריק פאסט ניטאמטל אויף אים א סיקריק באדייט איינער וואס פאדרייט דעם אמת, דהיינו ער נעמט דעם אמת און מאכט עס פאר הייליג ער וועט זאגן למשל אז דאס וואס רז"ל האט אראפגערופען ר' שמעי' איז פון די גרעסטע מצות אין די תורה, די ערשטע אין עשרת הדברות .......... אבער סתם פארלייקענען דאס טוט ניטאמאל א סיקריק

דעס אז זיי האבן נישט קיין אנדערע וועג נאר פארלייקענען מציאותן איז די בעסטע סימן אויף זייער ביטער מצב יעצט......

נחמו נחמו עמי זייט נישט צובראכן ברודערלעך איך הער אז רזל גייט ענק נאכאמאל נעמען קיין בארקלעיס אינמיטן זומער...........
זונטאג יוני 10, 2018 8:30 pm#405612
סיקריק האט געשריבן:מזל טוב! sineout האט זיך אויסגעלערנט פאטא שאפ!

זיך געלערנט פון די בעלי בארקלעיס
זונטאג יוני 10, 2018 11:49 pm#405625
Satmar Asifa At Nassau Coliseum - Official Video | כינוס כללי תלמידי וחסידי סאטמאר - וידאו רשמי
m https://m.youtube.com/watch?v=QdOXJ4p7S0A m
מאנטאג יוני 11, 2018 1:14 am#405630
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואוין נישט אין ווסמב"ג און איך קען נישט קיין ריזיגע צאל ארוינעם, אבער די וואס איך קען יא, זענען גארנישט צוקלאפט. איינער זאגט מיר שבת "א פיינעם סאטמארער דרשה געהערט". א צווייטער זאגט מיר "זיי האבען געהיידזשעקט דער רבי ז"ל, יעצט האט מען איהם אויסגעלייזט".

בקיצור זיי רעדען א שפראך פון פנימי, אז אין זייער פארטיי פילען זיי מער באקוועם.

אז עס וואלט זיך געוואלט פאר די זאליס אז זיי זאלען זיין צוקלאפט איז נישט מער ווי פארשטענדליך. אמער א יאר צוריק איז געווען פונקט פארקערט, ווי די ארוינעם האבען געזוכט טענות מיט לעכט, וועגען סקרינס און הבלים אחרים, און די זאלוינעם האבען געפייערט זייער זיג דורך ברענגען פרעמדע.

אופס, אפשר איז עס נישט ממש אייניג, מ׳עט מוזען זע׳ען.

הצד השווה שבהן.............

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז בעצם פארהאן 2 נקודות אין די כינוס.
נקודה א' די סאטמר חסידים וואס באלאנגן ביי מהר''א האבן זיך די לעצטע יארן געפונען אין זייער א אומאנגענעמע פאזיציע עפעס סאם האו זענען זיי אלס ארויסגעקומען לינק געשטימט, יא גערעכט נישט גערעכט למעשה זענען זיי געווען קעגן די קנאים אפילו גערעכטערהייט האבן זיי זיך נישט געפילט אין פלאץ, רז''ל האט מצליח געווען צו היידשעקען די קנאות פלאטפארמע, דורך עפענען א קופה צו טיילען מיליונען און מיט די מערכות וועגען גיוס וכו'.

מיט די נקודה האט יעצט מהר''א געלונגען צו דעליווערן פאר זיין ציבור א קנאותדיגע פלאטפארמע מיט א דרשה נגד טומאת הציונות און נאך צוגעלייגט א טשערי אן די פיי מיט התייסדות פון א נייע קופה צו טיילען געלד פאר מוסדות על טהרת הקודש.

דערנאך איז געווען נאך א נקודה מער א פאליטישע צוזאמצושלעפן א ריזען ציבור צו ווייזען די כח, און זיי האבן געהאט די קאנפידענס אז זיי גייען געלונגען צוזאמצושלעפן א 17 - 18 טויזענט מענטשען איזעלי, און זיי האבן דאס ניטאמאל באהאלטן, איך אלס זאלי ליינענדיג די אלע צעטליך אז קרוב צו 20,000 טיקעטס איז פארקויפט האב איך באמת געמיינט אז עס איז אמת, עס האט מיר אפילו א ציפ געטון וואו פארפאלן ער האט א גרעסערע ציבור ווי די זאליס, און מיט דעם איז ער אדורך געפאלן בגדול עס איז געווען היבש לעכערליך און בכלל נישט קרוב צו די סכום וואס מען האט עקספעקטעט און א וודאי נישט די סכום וואס די ברודער האט געהאט פאריאר.
ווי אויך איז זיין אויבן אן געווען היבש אויסגעשפילט און אביסל א ליצנות אז ר' ברוך כהנא און אביש פון ספינקא האבן באשיינט די סאמע חשובסטע מקומות... הגם זיי פארענטפערן זיך אז נאר תלמידים פון די רבי זצ''ל האבן זיי געלאדענט ווייסט מען די אמת.
ווי אויך די דרשנים איז עפעס נישט ווי קומט ר' קאפל שווארץ אהין? וכדו'

בכל אופן בכלליות איז עס טאקע געווען א סוקסעס!
מאנטאג יוני 11, 2018 1:52 am#405634
berlbalaguleh האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב עס אויך אנגעקוקט אלס א טעות, אבער כ'האב דערפון צוריקגעצויגן. איך האלט אז אין דער צוקונפט וועט אים דער שריט צוניצקומען ווען ער וועט האבן א ווארט אין די עדה. מען וועט וויסן אז אויך מיט אים דארף מען זיך רעכענען ווייל ער קען אויך נעמען שריט זיך אנצונעמען פאר זיך.

איסר האיטלקי: דעיס איז דער בראך מיט די פיהרער (אדער די וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען די פיהרערס) פון די עדה החרדית. זיי ווארפן זיך ארום מיט א יחיד אדער א גרופ. און נאכדעים ווען די גרופ אדער דער יחיד לאזט זיי איבער און זייער פרעסטיזש פאלט, דאמאלס וויינען זיי ווי דער קאזאק הנגזל...!

די זעלבע איז געווען מיט בעלזא אין ירושלים. זיי האבן זיך ארומגעווארפן מיט בעלזא און זייער מנהיג. אבער נאכדעים וואס בעלזא האט זיך ארומגעזעהן אז זיי האבן די נאמבערס און זיי דארפן נישט עסן טשיקנס פון די עדה. און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך, האבן די קארפן קעפ, די סיקריקים אנגעהויבן צו בריקען. און זיי האבן אויפגעהובין א געשריי וואס איז דערהערט געווארן דורך זייערע שותפים לרעה אין ניו יארק, אין יארע תשמ"א. נו, האט מע זיי דאן געלערנט א לעקציע. אבער, ווי ס'זעהט אויס וויללן זיי זיך נישט לערנען. ווייל אפילו די מעסיגערע מענטשן אין די עדה היינט גייען נישט מיט מיט זייערע שמד שטיק. און מ'באזייטיגט זיי צוביסלעך. צום סוף וועללן זיי בלייבן נאר מיט די בריונים. און די פוסטע ליידיגגייערס. ווייל אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי. אזוי אז זיי וועללן בלייבן לעקיש. און זיי וועללן אויסזעהן אזוי ווי די קאנגרעגעישן קהל חסידים אין בארא פארק אמעריקע. וואס ס'איז נאר געבליבן א זכר פון געלט דערפון. כן הדבר הזה מיט די (געוועזענע) עדה. זיי וועללן בלייבן מיט די חותמת ההשגחה. און א פאר אידעלעך וועללן נאך שארן מיליאנען. און די שארית הבריונים וועללן ממשיך זיין צו מאכן ראיאטן אין ירושלים. און זיך שלאגן מיט די פאליציי...!

ר' בערל כ'האב שוין לאנג נישט געליינט אזא געלונגענע אנאליז איבער די עדה. :like :like :like :like :like :like :like :like :like
(אגב, כ'האב שוין געזען טייל טענה'ן אז אייערע תגובות מאכן זיי נערוועז וויל איך אייך זאגן אז איך בין פארליבט אין אייערע תגובות און זיי האבן אן זיך אן א שיער רייכע אינפארמאציע און היסטוריה און זענען בא'טעמ'ט געשריבן מיט פונקטליכע גראמאטיק).
מאנטאג יוני 11, 2018 3:18 am#405637
איך וועל פרובירן ענטפערן על אחרון ראשון. אין דעם פאל.יישר כח הרב גדליה. דיינע ווערטער געבן מיר חיזוק אנצוגיין ווייטער, בעזהשי"ת...!

נאכדעים עמיר רעדן צו עמעזאן: דיין (א ביסל קינדערישע) נקודה אז ס'זענען געווען א סאך ליידיגע זיצן איז נישט אמת. (איך טענה נאר , לשיטתך. ווייל אונז גייען מיר נישט אויף נאמבערס. מהר"א שליט"א האט געזאגט די זעלבע וואס די רבי זי"ע דער בעל דברי יואל זי"ע האט אייביג געזאגט, אז אפילו ער וועט נאר בלייבן מיט א מנין אידן וועלכע וועללן איהם נאכגיין און גלייבן אין זיין שיטה און דרך. און אפילו ער זאלל נאר האבן איבערגעצייגט איין איד, האטציך אויך געלוינט די גאנצע טירחא. נאר אפילו ל'"דעתכם"? זענט עטץ אויכעט נישט גערעכט. ווייל דער מעמד הכינוס איז ב"ה געווען מלא על כל גדותיו. טראץ ענקערע אנשטרענגונגען עס מבטל צו זיין און צושטערן...! אבער די איכות. און די דיברות קודש אש דת למו וועלכע זענען געהערט געווארן פון אלע בעלי דרשנים זענען געווען אלע אן אויסנאם מיט'ן ציל וואס מהר"א שליט"א האט געזאגט אז וועגן דעם פאררופט ער דעם כינוס...! און דאס וואס דו מאכסט אוועק די בעלי דרשנים און די יושבי ראשונה במלכות. ווי הרב ר' אביש מ'ספינקא שליט"א. און הרב ר' קאפיל שווארץ שליט"א. זיי זענען מסלתה ומשמנה פון די תלמידי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע. ס'נישט דא נאך אזא אזא תלמיד חביב פון מרן רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע אזוי ווי הרב ר' קאפיל שווארץ. וואס איז בקי בכל מכמני התורה. און ער ווייקט שוין באהלי תורה פאר די לעצטע פופציג יאר. און ער גייט בשיטת רבנו הק' זי"ע...!

און לאידך גיסא די סיטרא אחרא, (במובן הפשוט. ואין מקרא יוצא מידי פשוטו.) האבן מקיים געווען דאס וואס די גמ' אין מס' גיטין זאגט אויף די בריונים..."רבם דקרו...?! אויף דעם גרויסן גאון ופוסק הלכה וועלכער ווייקט שוין באהלי תורה און איז מרביץ תורה לרבים כל ימי חייו האבן זיי געשריבן כל דברי בלע ונאצה, רח"ל. איך ווייס נישט וויאזוי זייערע הענט האבן נישט געציטערט ווען זיי האבן געשריבן די דברי בזיון ושקר אויף דעם גאון וצדיק...! און דאס געווארפן בראש כל חוצות...!

נאך א נקודה: דער כינוס דורך חסידי מהרז"ל איז געווען מיט'ן תכלית צו באקעמפן די גזירות פון די ציונים. און אזא קליינע און פשוט'ע גזירה ווי אז מ'מוז זיך באנוצן מיט סקרינס האבן זיי נישט געקענט מבטל זיין...לאידך גיסא. דער כינוס כללי פאררופן דורך מהר"א שליט"א האט נישט געהאט קיין איין סקרין. ווייל אזוי האט די רבי שליט"א פארשטאנען. און מ'האט עס בעז"ה אדורכגעפיהרט...!

יעצט לאמיר הערן (אויב מ'פארגלייכט שוין יא) וועלכער כינוס שטייט אויף א העכערע מדריגה, סיי בכמות. און סיי באיכות...! ווייל דער רבי , מהר"א שליט"א האטציך נישט באגרעניצט צו איין געוויסע גזירה. נאר ער האט גערעדט אקעיגן ציונות, בכלל...!
מאנטאג יוני 11, 2018 11:32 am#405668
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
אונטער חכם האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן קרן הצלה מעמד? וועם האט מען אפגעטוהן מיטן עס מבטל זיין?

קיינער האט נישט גענטפערט פרעג איך נאכאמאל
מאנטאג יוני 11, 2018 11:33 am#405669
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב עס אויך אנגעקוקט אלס א טעות, אבער כ'האב דערפון צוריקגעצויגן. איך האלט אז אין דער צוקונפט וועט אים דער שריט צוניצקומען ווען ער וועט האבן א ווארט אין די עדה. מען וועט וויסן אז אויך מיט אים דארף מען זיך רעכענען ווייל ער קען אויך נעמען שריט זיך אנצונעמען פאר זיך.

בקיצור וואס די סיבה זאל נאר נישט זיין האט ער געטון אומריכטיג נאר מ'קען עס פארענטפערן ....

אויב פארענטפערן קען מען פארענטפערן יעדן
מאנטאג יוני 11, 2018 11:35 am#405670
שמעקעדיג האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:עס בלייבט נישט בלויז ביים אסיפה
מען טוט [למעשה, שיעורים אין על הגאולה]:

געשריבן דא: viewtopic.php?p=405028#p405028

און וואס זאגסטו צו דעם

.

קען זיין אז דער סיום איז פשט אז פון היינט און ווייטער גייט מען שוין דעס נישט טארן לערנען...........

בדרך צחות......
מאנטאג יוני 11, 2018 11:42 am#405672
עמעזאן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואוין נישט אין ווסמב"ג און איך קען נישט קיין ריזיגע צאל ארוינעם, אבער די וואס איך קען יא, זענען גארנישט צוקלאפט. איינער זאגט מיר שבת "א פיינעם סאטמארער דרשה געהערט". א צווייטער זאגט מיר "זיי האבען געהיידזשעקט דער רבי ז"ל, יעצט האט מען איהם אויסגעלייזט".

בקיצור זיי רעדען א שפראך פון פנימי, אז אין זייער פארטיי פילען זיי מער באקוועם.

אז עס וואלט זיך געוואלט פאר די זאליס אז זיי זאלען זיין צוקלאפט איז נישט מער ווי פארשטענדליך. אמער א יאר צוריק איז געווען פונקט פארקערט, ווי די ארוינעם האבען געזוכט טענות מיט לעכט, וועגען סקרינס און הבלים אחרים, און די זאלוינעם האבען געפייערט זייער זיג דורך ברענגען פרעמדע.

אופס, אפשר איז עס נישט ממש אייניג, מ׳עט מוזען זע׳ען.

הצד השווה שבהן.............

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז בעצם פארהאן 2 נקודות אין די כינוס.
נקודה א' די סאטמר חסידים וואס באלאנגן ביי מהר''א האבן זיך די לעצטע יארן געפונען אין זייער א אומאנגענעמע פאזיציע עפעס סאם האו זענען זיי אלס ארויסגעקומען לינק געשטימט, יא גערעכט נישט גערעכט למעשה זענען זיי געווען קעגן די קנאים אפילו גערעכטערהייט האבן זיי זיך נישט געפילט אין פלאץ, רז''ל האט מצליח געווען צו היידשעקען די קנאות פלאטפארמע, דורך עפענען א קופה צו טיילען מיליונען און מיט די מערכות וועגען גיוס וכו'.

מיט די נקודה האט יעצט מהר''א געלונגען צו דעליווערן פאר זיין ציבור א קנאותדיגע פלאטפארמע מיט א דרשה נגד טומאת הציונות און נאך צוגעלייגט א טשערי אן די פיי מיט התייסדות פון א נייע קופה צו טיילען געלד פאר מוסדות על טהרת הקודש.

דערנאך איז געווען נאך א נקודה מער א פאליטישע צוזאמצושלעפן א ריזען ציבור צו ווייזען די כח, און זיי האבן געהאט די קאנפידענס אז זיי גייען געלונגען צוזאמצושלעפן א 17 - 18 טויזענט מענטשען איזעלי, און זיי האבן דאס ניטאמאל באהאלטן, איך אלס זאלי ליינענדיג די אלע צעטליך אז קרוב צו 20,000 טיקעטס איז פארקויפט האב איך באמת געמיינט אז עס איז אמת, עס האט מיר אפילו א ציפ געטון וואו פארפאלן ער האט א גרעסערע ציבור ווי די זאליס, און מיט דעם איז ער אדורך געפאלן בגדול עס איז געווען היבש לעכערליך און בכלל נישט קרוב צו די סכום וואס מען האט עקספעקטעט און א וודאי נישט די סכום וואס די ברודער האט געהאט פאריאר.
ווי אויך איז זיין אויבן אן געווען היבש אויסגעשפילט און אביסל א ליצנות אז ר' ברוך כהנא און אביש פון ספינקא האבן באשיינט די סאמע חשובסטע מקומות... הגם זיי פארענטפערן זיך אז נאר תלמידים פון די רבי זצ''ל האבן זיי געלאדענט ווייסט מען די אמת.
ווי אויך די דרשנים איז עפעס נישט ווי קומט ר' קאפל שווארץ אהין? וכדו'

בכל אופן בכלליות איז עס טאקע געווען א סוקסעס!

פ"וו רעדסטו פונקט פון ר' ברוך כהנא וואס ביי די וועי ער איז נאך אזא פיינער איד ווי דעם קרעמניצער און איבראנער.... וואס טוט זיך מיט דער גאלאנטער גאנץ א אנגעזעהנע רב אין ווימ"ס און ער איז נאך פון די וואס פאלן פאר רזל הגאון ר' מענדל זילבער חו"פ ר' חיים מערץ אפי' בורשטינער איז נישט אוועק צו מאכן וואס טוט זיך מיט אנדערע ר"י אין קרית יואל ווי הרהח ר' מאיר אליעזר פרי"מ איז ער עפעס ווינציגער ווי רזל פליפ פלאפ עפעס ווייל ער וואוינט ניט אין ווילי אי זער אויס שיינער איד

כ'האב הנאה אז דו האסט גערילייזט אין דעם באקאנטער אויסגעדראעשענע ספין וואס מ'פארקויפט אין די גאס אז דער וואס נעמט צוזאם געלט פון עשירים פאר א"י מוסד הייסט מער קנאי פון דער וואס האט שוין עפנטליך עטליכע מאל ארויסגעטרעיטן מיט עכטע קנאותדיגע דרשות ווי למשל פורים ווי ער האט באוויינט מיט יללות די שרעקליכע דברי כפירה פון דעם ראש הממשלה
מאנטאג יוני 11, 2018 11:45 am#405673
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
אזא לשון הרע צו רעדען?!

פורים איז מען פרייליך, פורים איז נישט קיין צייט פאר יללות (אחוץ ווען מ׳דערהייבט עס שוין נישט און מ׳דערלאנגט דער נענסטע קינד א מאגייקע באתרא דמסלקי און די יללות נעמען איבער די הוללות און דער טאג קען זיך שוין ענדיגען)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 11, 2018 11:47 am#405675
berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי.

תו"א און דושינסקיא האבן זיך שוין פונלאנג אפגעלאזט פון זיי, עיין ערך קברים רח' שמואל הנביא, ועוד. די איינציגסטע וואס זענען נאך פאלי מיט'ן גאב"ד איז תוא"י.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:49 am#405676
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פורים איז מען פרייליך, פורים איז נישט קיין צייט פאר יללות (אחוץ ווען מ׳דערהייבט עס שוין נישט און מ׳דערלאנגט דער נענסטע קינד א מאגייקע באתרא דמסלקי און די יללות נעמען איבער די הוללות און דער טאג קען זיך שוין ענדיגען)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דו ווייסט פארוואס מ'ליינט געוויסע פסוקים אין די מגילה מיט'ן איכה נוסח... ס'איז דער זעלבער ענין.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:50 am#405677
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי.

תו"א און דושינסקיא האבן זיך שוין פונלאנג אפגעלאזט פון זיי, עיין ערך קברים רח' שמואל הנביא, ועוד. די איינציגסטע וואס זענען נאך פאלי מיט'ן גאב"ד איז תוא"י.

זיי זענען פאר'ן גאבד אויך ווייל זיי האבן עפעס א חשבון מיט'ן ראבד אז ער האט זיי אוועקגענומען תו"א ביי די מחלוקה אין נז
מאנטאג יוני 11, 2018 11:52 am#405678
י
מאנטאג יוני 11, 2018 1:14 pm#405690
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי.

תו"א און דושינסקיא האבן זיך שוין פונלאנג אפגעלאזט פון זיי, עיין ערך קברים רח' שמואל הנביא, ועוד. די איינציגסטע וואס זענען נאך פאלי מיט'ן גאב"ד איז תוא"י.

(תוא"י איז געווען אין בעלזא לעצטנס)
מאנטאג יוני 11, 2018 2:14 pm#405697
עמעזאן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואוין נישט אין ווסמב"ג און איך קען נישט קיין ריזיגע צאל ארוינעם, אבער די וואס איך קען יא, זענען גארנישט צוקלאפט. איינער זאגט מיר שבת "א פיינעם סאטמארער דרשה געהערט". א צווייטער זאגט מיר "זיי האבען געהיידזשעקט דער רבי ז"ל, יעצט האט מען איהם אויסגעלייזט".

בקיצור זיי רעדען א שפראך פון פנימי, אז אין זייער פארטיי פילען זיי מער באקוועם.

אז עס וואלט זיך געוואלט פאר די זאליס אז זיי זאלען זיין צוקלאפט איז נישט מער ווי פארשטענדליך. אמער א יאר צוריק איז געווען פונקט פארקערט, ווי די ארוינעם האבען געזוכט טענות מיט לעכט, וועגען סקרינס און הבלים אחרים, און די זאלוינעם האבען געפייערט זייער זיג דורך ברענגען פרעמדע.

אופס, אפשר איז עס נישט ממש אייניג, מ׳עט מוזען זע׳ען.

הצד השווה שבהן.............

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז בעצם פארהאן 2 נקודות אין די כינוס.
נקודה א' די סאטמר חסידים וואס באלאנגן ביי מהר''א האבן זיך די לעצטע יארן געפונען אין זייער א אומאנגענעמע פאזיציע עפעס סאם האו זענען זיי אלס ארויסגעקומען לינק געשטימט, יא גערעכט נישט גערעכט למעשה זענען זיי געווען קעגן די קנאים אפילו גערעכטערהייט האבן זיי זיך נישט געפילט אין פלאץ, רז''ל האט מצליח געווען צו היידשעקען די קנאות פלאטפארמע, דורך עפענען א קופה צו טיילען מיליונען און מיט די מערכות וועגען גיוס וכו'.

מיט די נקודה האט יעצט מהר''א געלונגען צו דעליווערן פאר זיין ציבור א קנאותדיגע פלאטפארמע מיט א דרשה נגד טומאת הציונות און נאך צוגעלייגט א טשערי אן די פיי מיט התייסדות פון א נייע קופה צו טיילען געלד פאר מוסדות על טהרת הקודש.

דערנאך איז געווען נאך א נקודה מער א פאליטישע צוזאמצושלעפן א ריזען ציבור צו ווייזען די כח, און זיי האבן געהאט די קאנפידענס אז זיי גייען געלונגען צוזאמצושלעפן א 17 - 18 טויזענט מענטשען איזעלי, און זיי האבן דאס ניטאמאל באהאלטן, איך אלס זאלי ליינענדיג די אלע צעטליך אז קרוב צו 20,000 טיקעטס איז פארקויפט האב איך באמת געמיינט אז עס איז אמת, עס האט מיר אפילו א ציפ געטון וואו פארפאלן ער האט א גרעסערע ציבור ווי די זאליס, און מיט דעם איז ער אדורך געפאלן בגדול עס איז געווען היבש לעכערליך און בכלל נישט קרוב צו די סכום וואס מען האט עקספעקטעט און א וודאי נישט די סכום וואס די ברודער האט געהאט פאריאר.
ווי אויך איז זיין אויבן אן געווען היבש אויסגעשפילט און אביסל א ליצנות אז ר' ברוך כהנא און אביש פון ספינקא האבן באשיינט די סאמע חשובסטע מקומות... הגם זיי פארענטפערן זיך אז נאר תלמידים פון די רבי זצ''ל האבן זיי געלאדענט ווייסט מען די אמת.
ווי אויך די דרשנים איז עפעס נישט ווי קומט ר' קאפל שווארץ אהין? וכדו'

בכל אופן בכלליות איז עס טאקע געווען א סוקסעס!
די האטס געגלייבט דעיס האסט געגלייבט יענץ, איין זאך זעה איך זיכער אז די האטס געגלייבט אז צד מהר''א איז געווען א ציוני ביז כ' סיון, איי וואס האט ער געטוהן אנדערש די לעצטע פאר יאר? ער האט נישט יעדע פאר מיניט ארויסגעשטעק א כשר חזיר פיסל אין זיך באשריבן אין די אייגענע צייטונג עמוד חינוך הטהור אדער ראש גולת אריאל וכו'? ווער האט געקלאגט די ברודער אין ציניסטישער ערכעות? ווער האט געזאגט פאר ר' יצחק ז''ש אז ער מעג רעדן עיברית? ווער האט געזאגט אויף הגר''ש אויערבאך אז ער איז א שותף פין סאטמאר רב זצ'''ל ביי א הספד וואס ער האט פאר קייין שום קנאי'שער רב נישט געמאכט בעפאר? ווער האט געארבעט צו שטערן א כינוס קעגן ציונות? וועט האט נישט געוואלט זיך צושטעלן די פאלי סקווער פראטעסט מיט א טענה אז מ'וויל נאר אוועקמישן די טעמע פין בית שמש - וואס האט שיעור צובראכען די גאנצע עדה??? ווייל ער האט געשיקט געלט פאר מוסדות 'דוקא נישט דורך קרן הצלה' ווייל אזוי קען ער סטראשען די מוסדות וואס קומען נישט צו זיין קבלת פנים'ס (ווי מ'רעדט שוין יעצט אפען פאר קומענדיגע יאר) אין אזוי קען ער סטראשען די מוסדות וואס וועלן גיין צו די כינוס תשב''ר פין קרן הצלה וואס האט געדארפט זיין לעצטע וואך ווערט מען נישט רעכטער אדער לינקער חוץ ביי די אייגענע ליינער פין דער איד אין די וואס קויפן זיינע לאקשען
מאנטאג יוני 11, 2018 2:17 pm#405698
עמעזאן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואוין נישט אין ווסמב"ג און איך קען נישט קיין ריזיגע צאל ארוינעם, אבער די וואס איך קען יא, זענען גארנישט צוקלאפט. איינער זאגט מיר שבת "א פיינעם סאטמארער דרשה געהערט". א צווייטער זאגט מיר "זיי האבען געהיידזשעקט דער רבי ז"ל, יעצט האט מען איהם אויסגעלייזט".

בקיצור זיי רעדען א שפראך פון פנימי, אז אין זייער פארטיי פילען זיי מער באקוועם.

אז עס וואלט זיך געוואלט פאר די זאליס אז זיי זאלען זיין צוקלאפט איז נישט מער ווי פארשטענדליך. אמער א יאר צוריק איז געווען פונקט פארקערט, ווי די ארוינעם האבען געזוכט טענות מיט לעכט, וועגען סקרינס און הבלים אחרים, און די זאלוינעם האבען געפייערט זייער זיג דורך ברענגען פרעמדע.

אופס, אפשר איז עס נישט ממש אייניג, מ׳עט מוזען זע׳ען.

הצד השווה שבהן.............

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז בעצם פארהאן 2 נקודות אין די כינוס.
נקודה א' די סאטמר חסידים וואס באלאנגן ביי מהר''א האבן זיך די לעצטע יארן געפונען אין זייער א אומאנגענעמע פאזיציע עפעס סאם האו זענען זיי אלס ארויסגעקומען לינק געשטימט, יא גערעכט נישט גערעכט למעשה זענען זיי געווען קעגן די קנאים אפילו גערעכטערהייט האבן זיי זיך נישט געפילט אין פלאץ, רז''ל האט מצליח געווען צו היידשעקען די קנאות פלאטפארמע, דורך עפענען א קופה צו טיילען מיליונען און מיט די מערכות וועגען גיוס וכו'.

מיט די נקודה האט יעצט מהר''א געלונגען צו דעליווערן פאר זיין ציבור א קנאותדיגע פלאטפארמע מיט א דרשה נגד טומאת הציונות און נאך צוגעלייגט א טשערי אן די פיי מיט התייסדות פון א נייע קופה צו טיילען געלד פאר מוסדות על טהרת הקודש.

דערנאך איז געווען נאך א נקודה מער א פאליטישע צוזאמצושלעפן א ריזען ציבור צו ווייזען די כח, און זיי האבן געהאט די קאנפידענס אז זיי גייען געלונגען צוזאמצושלעפן א 17 - 18 טויזענט מענטשען איזעלי, און זיי האבן דאס ניטאמאל באהאלטן, איך אלס זאלי ליינענדיג די אלע צעטליך אז קרוב צו 20,000 טיקעטס איז פארקויפט האב איך באמת געמיינט אז עס איז אמת, עס האט מיר אפילו א ציפ געטון וואו פארפאלן ער האט א גרעסערע ציבור ווי די זאליס, און מיט דעם איז ער אדורך געפאלן בגדול עס איז געווען היבש לעכערליך און בכלל נישט קרוב צו די סכום וואס מען האט עקספעקטעט און א וודאי נישט די סכום וואס די ברודער האט געהאט פאריאר.
ווי אויך איז זיין אויבן אן געווען היבש אויסגעשפילט און אביסל א ליצנות אז ר' ברוך כהנא און אביש פון ספינקא האבן באשיינט די סאמע חשובסטע מקומות... הגם זיי פארענטפערן זיך אז נאר תלמידים פון די רבי זצ''ל האבן זיי געלאדענט ווייסט מען די אמת.
ווי אויך די דרשנים איז עפעס נישט ווי קומט ר' קאפל שווארץ אהין? וכדו'

בכל אופן בכלליות איז עס טאקע געווען א סוקסעס!

בנוגע וויפיל מענטשן ס'געווען, כ'האף אז די זאגסט עס איבער ביז די גלייבסט עס אליין, אפשר וועסטו באלד נאך מכחיש זיין אז אין בארקלעי האט מען נישט געניצט די גראונד לעוול, נישט די גאלעריעין אין ניטש אינטער די אויבן אן בשעת אין נעסוי קאלעסיום איז אלעס געווען אפען אין פול סיידן די מיטעלסטע סעקשאן אינטער די אויבן אן
מאנטאג יוני 11, 2018 2:31 pm#405702
קפ אינער האט געמאכט א שיינער חשבון:
עס איז ביים כינוס געווען לויט די זאליס נישט מער ווי צען טויזנט מענטשן און דערין פינף טויזנט קינדער בלי עין הרע.
קומט אויס אזוי פינף טויזנט קינדער בלייבט איבער פינף טויזנט ערוואקסענע
פון זיי נעם אראפ 2000 בחורים, לכה''פ 1000 פון ישיבה קטנות וויליאמסבורג בארא פארק קרית יואל מאנסי און לכה''פ 1000 פון ישיבה גדולה 4 סניפים און שיעור ד'
בלייבט איבער 3000 מענטשן...
פון די 3000 נעם אראפ 1500 אידן וואס האבן שוין נישט געברענגט קיין קינדער מיט זיך האלטנדיג נאך די יארן פון האבן אינגערע קינדער אין שטוב.
בליייבט איבער 1500 מענטשן נעם אראפ יעצט ארום 500 אידן וואס זענען אדער שנה ראשונה אדער אפאר יאר פון די חתונה און זיי האבן נישט מיטגעברענגט זייער אינגערע קינדער
בלייבט איבער 1000 אידן וואס זיי האבן יא געברענגט די קינדער קומט אויס אז 1000 אידן האבן געברענגט 5000 עלטערע אינגעלך
דאס מיינט דער רש"י ששה בכרס אחד.....
מאנטאג יוני 11, 2018 2:41 pm#405706
אן אלטער טענה פון צען יאר צוריק. די ארוינים האבן אלץ געשריגן זיי האבן 20,000 אנ''ש אין וויליאמסבורג, מיטאמאל, ער עפנט אויף מוסדות תשס''ז און.... קארגע דריי טויזנט קינדער... 17,000 אנ''ש האבן בכלל נישט קיין קינדער, און די איבריגע דריי טויזנט האט יעדער נאר איין קינד!! השם ישמרינו.

בוני עולם אלערט.
מאנטאג יוני 11, 2018 2:41 pm#405707
signout האט געשריבן:קפ אינער האט געמאכט א שיינער חשבון:
עס איז ביים כינוס געווען לויט די זאליס נישט מער ווי צען טויזנט מענטשן און דערין פינף טויזנט קינדער בלי עין הרע.
קומט אויס אזוי פינף טויזנט קינדער בלייבט איבער פינף טויזנט ערוואקסענע
פון זיי נעם אראפ 2000 בחורים, לכה''פ 1000 פון ישיבה קטנות וויליאמסבורג בארא פארק קרית יואל מאנסי און לכה''פ 1000 פון ישיבה גדולה 4 סניפים און שיעור ד'
בלייבט איבער 3000 מענטשן...
פון די 3000 נעם אראפ 1500 אידן וואס האבן שוין נישט געברענגט קיין קינדער מיט זיך האלטנדיג נאך די יארן פון האבן אינגערע קינדער אין שטוב.
בליייבט איבער 1500 מענטשן נעם אראפ יעצט ארום 500 אידן וואס זענען אדער שנה ראשונה אדער אפאר יאר פון די חתונה און זיי האבן נישט מיטגעברענגט זייער אינגערע קינדער
בלייבט איבער 1000 אידן וואס זיי האבן יא געברענגט די קינדער קומט אויס אז 1000 אידן האבן געברענגט 5000 עלטערע אינגעלך
דאס מיינט דער רש"י ששה בכרס אחד.....

פאלט דיר נישט ביי אז קינדער זענען געקומען מיט די עלטערע ברודער, פעטערס.. אן די טאטע?
מאנטאג יוני 11, 2018 2:44 pm#405709
איסר האטלקי האט געשריבן:

פיין!!!
מאנטאג יוני 11, 2018 2:45 pm#405710
איסר האטלקי האט געשריבן:אן אלטער טענה פון צען יאר צוריק. די ארוינים האבן אלץ געשריגן זיי האבן 20,000 אנ''ש אין וויליאמסבורג, מיטאמאל, ער עפנט אויף מוסדות תשס''ז און.... קארגע דריי טויזנט קינדער... 17,000 אנ''ש האבן בכלל נישט קיין קינדער, און די איבריגע דריי טויזנט האט יעדער נאר איין קינד!! השם ישמרינו.

בוני עולם אלערט.
מאכסט ליצנות? דערמאנסט מיך פין מעיאר שווימער אין קרית יואל.... דארט איז געוואקסען האר אויפן האנט פלאך
מאנטאג יוני 11, 2018 2:45 pm#405711
מ'טוט הלכה למעשה
מאנטאג יוני 11, 2018 8:37 pm#405750
@גאנצל איך פארשטיי אז די אינטרוי פון די כינוס ''אפיציאלע" געאסרטע! ווידאו וואס דארט זינגען עטליכע צולאזטע ארונים מיט דיקע באסאווע פויערישע שטומעס אויף א ווילדע טעמפא די באקאנטע ארונישע הימנע ניגון פון די מ' נ' יארן ''אוי ווי גוט און וואיל וועט זיין בביאת הגואל ווען גאנץ בני יואל וועט ברענען ווי א קויל... דאס ברענגט ארויף קאשמארע זכרונות פון פארברענען ילד שעשועים און מבזה זיין יעדע תלמיד חכם און ערליכע יוד וואס האט מחשבות זרות קעגן די קרית יואלע אימפעריע...

עכ''פ ביי דיר ברענגט עס ארויף חוצפה און עזות צו פוער פיו זיין קעגן איינער פון די גרעסטע תלמידי חכמים אין די דור וואס איז עוסק יומם ולילה אין די הייליגע תורה, ווען מען גייט אריין צו עם איז ער פארטיפט אין הייליגע ווערטער פון ראשונים וגדולי אחרונים, ער איז א זעלטנהייט, א תלמיד חכם אין די גיל זאל זיך אזוי ממית זיין אויף די תורה עכ''פ אין אמעריקה, און ער איז ידוע מיט זיין געוואלדיגע בהירות אין מקצועות שלימות לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.

אמת ר' מאיר אליעזר איז טאקע א תלמיד חכם און א ירא שמים מרובים, אבער אנטשולדיגט ער איז נישט קיין ר' זלמן לייב.

אפילו נניח דו האסט גערעכטע טענות קעגן עם ( הע! גאנצל די ליידאק האט טענות אויף ר' זלמן לייב פילאף.... ) איז על פי די הייליגע תורה האסטו קיין שום רעכט פוער פיו צו זיין, מען דארף נישט קיין ''בארד'' מעשיות אלס א ראי' עס איז א טריקענע גמרא.

דאס זענען די ארונימלעך וואס נעמען זיך אן פאר די ''שר התורה'' נישטא ווער עס זאל לאכן, מען גייט שאפן נאך שרי תורה ווען ר' ישראל חיים מנשה איז נישט אויף זייער זייט ווערט ר' טובי' ווייס שר התורה ווען ער אנערקענט אין ענקער שקצות מאכט מען עם אויס און מען הייערט ר' משה שטערנבוך....

@גאנצל סאררי ר' ברוך כהנא זיצט די ערשטע און אביש צווייט גאלאנטע בורשטין זענען פון אונטען. איך געדענקט נישט אז די איבראנער זאל זיצען צום האנד פון מהרז''ל ביי בארקליעס דוכט זיך אז מרן מפשעווארסק און ר' אהרן שעכטר זענען דארט געזיצן....

@ארונימלעך אין צייט וואס ענק שטאלצירן אז מען האט נישט גענוצט געאסרטע ווידאו ביים כינוס וואס פשט אז די וועד גיט ארויס אן ''אפיציאלע'' געאסרטע ווידאו-מאבי פון די גאנצע כינוס????
דינסטאג יוני 12, 2018 1:52 pm#405806
ליתר שאת
דינסטאג יוני 12, 2018 3:10 pm#405821
:lol: שוין ווידער א ניחום אבלים צעטיל..........

וויפיל דארפן זיי זיך טרייסטן נאך אזא היסטארישע דורכפאל............
דינסטאג יוני 12, 2018 3:13 pm#405822
סיקריק זעהט מיר אויס ווי א ברסלווער וואס פרובירט צו פארשפרייטן תורת ברסלוו פאר יעדעם...
די גייסט נישט טוישן קיינעם'ס מיינונג, א אהרוני האלט פארקער ווי דיר א זאלוני האלט ממילא אזוי און אנדערע געבן נישט קיין קראץ...
דינסטאג יוני 12, 2018 3:21 pm#405828
ער שרייבט עס נישט צו טישן סיי וועמעס מיינונג ער שרייבט עס זיך צו בארואיגן
דינסטאג יוני 12, 2018 3:33 pm#405831
די אהרונים טוהן זיך אויף אז ס'נישט געווען קיין סקרינס ווייל מ'איז שטארק מקפיד נישט צו ברעכן די אלטע תקנה...
ווען ס'ארויס געקומען א אפיציעל ווידיאו פון די מעמד האב איך געטראכט אז מ'קען עס פארענטפערן אז ס'געמאכט פאר די גאס צו פארשפרייטן די שיטה פונקט ווי מ'האט אלץ געלייגט ארטיקלען אין די גוישע צייטונגען וכו' אבער יעצט איז ארויס געקומען א אפיציעלע ווידיאו פון די חומש סעודה אין בארא פארק, קען מיר איינער דאס געבן צו פארשטיין?
m https://m.youtube.com/watch?v=TLl6bPO_em0 m
דינסטאג יוני 12, 2018 3:41 pm#405834
נו בארא פארק א שיעור חימוץ.......

די פוינט איז פשוט אז קיינער פון די איז נישט אפיציעיל פון די הנהלת הקהלה

און ביי די בארקלעי בלאפערס איז עס געווען אפיציעיל פון די עסקנים נאכדערצו פארפירט דעם עולם מיט אזא ליגענט פע