Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 616 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12261
דינסטאג יוני 12, 2018 3:48 pm#405836
איך רעד נישט וועגן בארקלעיס יעצט איך רעד וועגן אהרונים, אויב איז מען אזוי שטארק אקעגן ווידיאו וויאזוי קען זיין אז מ'לייגט ארויס אפיציעלע ווידיאו? זאג מיר נישט אז ס'קימט נישט פון די אפיציעלע קהילה...
דינסטאג יוני 12, 2018 4:53 pm#405839
ס'קיין פארגלייך א ווידיא בשעת'ן מעמד ווי א ווידיא קליפ וואס מ'לייגט ערגעץ ארויף, אפשר איז דער סאטמאר רב זצ''ל אויך בעד ווידיא ווייל ס'דא ווידיא'ס פין אים ווידיא?
דינסטאג יוני 12, 2018 8:15 pm#405846
קום שנעל אויף מיט א צווייטע ספין. געב צדקה לעילוי נשמת ר' שמואל ווידער ז"ל צוויי דאללער כמנין ספין, בדוק ומנוסה.
דינסטאג יוני 12, 2018 8:38 pm#405848
הייסט ווען מ'ענטפערט א פראגע און די קשיא ווערט אויס הייסט דאס א ספין ?........ אדער איז דאס נאר א וועג ארויס ?............

פון די כת וואס ווילן פרעגן קשיות אבער ענפער מיר ניט קיין תירוץ ווייל אז איך האב א תירות ווערט דאך אויס קשיא
דינסטאג יוני 12, 2018 8:40 pm#405849
בן ישי האט געשריבן:איך רעד נישט וועגן בארקלעיס יעצט איך רעד וועגן אהרונים, אויב איז מען אזוי שטארק אקעגן ווידיאו וויאזוי קען זיין אז מ'לייגט ארויס אפיציעלע ווידיאו? זאג מיר נישט אז ס'קימט נישט פון די אפיציעלע קהילה...


וואס הייסט זאג מיר נישט איך זאג יא וואס האסטו אזוי מורא אז איך וועל דיר זאגן ? ניין ס'איז ארויסגעקומען פון קהל'ס אפיס מ'האט עס דארט ג'עדיט....
און דאס זענען שוין די קלוגע דעי וואס לאזן זיך נישט אזוי שנעל איינרעדן איך בין נישט קיין בהמהלע..........

יו
דינסטאג יוני 12, 2018 9:59 pm#405852
גאנצל האט געשריבן:נו בארא פארק א שיעור חימוץ.......

די פוינט איז פשוט אז קיינער פון די איז נישט אפיציעיל פון די הנהלת הקהלה

און ביי די בארקלעי בלאפערס איז עס געווען אפיציעיל פון די עסקנים נאכדערצו פארפירט דעם עולם מיט אזא ליגענט פע

וואס??? ער ענדיגט נאך מיט א פע...
דינסטאג יוני 12, 2018 10:45 pm#405858
signout האט געשריבן:ס'קיין פארגלייך א ווידיא בשעת'ן מעמד ווי א ווידיא קליפ וואס מ'לייגט ערגעץ ארויף, אפשר איז דער סאטמאר רב זצ''ל אויך בעד ווידיא ווייל ס'דא ווידיא'ס פין אים ווידיא?

לדעתי איז א לייוו סקרין ענדערש ווי אן אפיציעלע ווידעאו וואס איז גענומען געווארן מטעם המוסדות עס צו פאראייביגן.

אין וויזניץ ב''ב און בעלזא (קירבת משפחתי) איז מותר לייוו סקרינס, אבער דער איסור אויף כאפן און קוקן ווידעאו איז במקומו עומדת.
דינסטאג יוני 12, 2018 11:29 pm#405860
עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:נו בארא פארק א שיעור חימוץ.......

די פוינט איז פשוט אז קיינער פון די איז נישט אפיציעיל פון די הנהלת הקהלה

און ביי די בארקלעי בלאפערס איז עס געווען אפיציעיל פון די עסקנים נאכדערצו פארפירט דעם עולם מיט אזא ליגענט פע

וואס??? ער ענדיגט נאך מיט א פע...

ער קען פשוט נישט אויסהאלטן אז מ'פארפירט דעם עולם מיט ליגענטס. פארדעם האט ער אויך מוחה געווען ווען מ'האט געזאגט אז אלע טיקעטס זענען פארקויפט און מ'לייגט צו 1,000 שטיי פלעצער....
מיטוואך יוני 13, 2018 12:51 pm#405898
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:ס'קיין פארגלייך א ווידיא בשעת'ן מעמד ווי א ווידיא קליפ וואס מ'לייגט ערגעץ ארויף, אפשר איז דער סאטמאר רב זצ''ל אויך בעד ווידיא ווייל ס'דא ווידיא'ס פין אים ווידיא?

לדעתי איז א לייוו סקרין ענדערש ווי אן אפיציעלע ווידעאו וואס איז גענומען געווארן מטעם המוסדות עס צו פאראייביגן.

אין וויזניץ ב''ב און בעלזא (קירבת משפחתי) איז מותר לייוו סקרינס, אבער דער איסור אויף כאפן און קוקן ווידעאו איז במקומו עומדת.


פארדעם האט מען טאקק אין בארקלעי מקיים געווען דעם יוצא ידי שניהם........ סיי סקרינס און סיי ווידיאוי
מיטוואך יוני 13, 2018 12:52 pm#405899
שמעון וואלף האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:נו בארא פארק א שיעור חימוץ.......

די פוינט איז פשוט אז קיינער פון די איז נישט אפיציעיל פון די הנהלת הקהלה

און ביי די בארקלעי בלאפערס איז עס געווען אפיציעיל פון די עסקנים נאכדערצו פארפירט דעם עולם מיט אזא ליגענט פע

וואס??? ער ענדיגט נאך מיט א פע...

ער קען פשוט נישט אויסהאלטן אז מ'פארפירט דעם עולם מיט ליגענטס. פארדעם האט ער אויך מוחה געווען ווען מ'האט געזאגט אז אלע טיקעטס זענען פארקויפט און מ'לייגט צו 1,000 שטיי פלעצער....


ס'איז אנדערש א ליגענט וואס מ'פארקויפט פאר פראפעגאנדע ווי מ'בלאפט ארום אין מסורה און אין ערליכע זאכן

ביי אייך איז טאקע אלעס איינס ווייל אלעס איז דאך איין שטיק פראפעגאנדע און בלאף
מיטוואך יוני 13, 2018 2:14 pm#405905
גאנצל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:ס'קיין פארגלייך א ווידיא בשעת'ן מעמד ווי א ווידיא קליפ וואס מ'לייגט ערגעץ ארויף, אפשר איז דער סאטמאר רב זצ''ל אויך בעד ווידיא ווייל ס'דא ווידיא'ס פין אים ווידיא?

לדעתי איז א לייוו סקרין ענדערש ווי אן אפיציעלע ווידעאו וואס איז גענומען געווארן מטעם המוסדות עס צו פאראייביגן.

אין וויזניץ ב''ב און בעלזא (קירבת משפחתי) איז מותר לייוו סקרינס, אבער דער איסור אויף כאפן און קוקן ווידעאו איז במקומו עומדת.


פארדעם האט מען טאקק אין בארקלעי מקיים געווען דעם יוצא ידי שניהם........ סיי סקרינס און סיי ווידיאוי

בארקלעיס איז געווען א מטרה צו אויפשטורעמען די וועלט איבער א גזירה. א ווידיאו איז דער שטערקסטער מעטאד דערפאר. יעדע פראטעסט וואס איז געצילט צו אויפשטורעמען די גאס איז אלע יארן געווען רעקארדירט ברשות.

אפשר איז די חומש סעודה פאר די זעלבע מטרה....
מיטוואך יוני 13, 2018 2:16 pm#405906
הייסט פאר מטרה'ס מעג מען מאכן ווידיאוי............

און ביי די חתונה הגדולה האט מען אויך געוואלט אויפשטורעמען די וועלט ניין ?
מיטוואך יוני 13, 2018 2:43 pm#405908
גאנצל האט געשריבן:הייסט פאר מטרה'ס מעג מען מאכן ווידיאוי............

און ביי די חתונה הגדולה האט מען אויך געוואלט אויפשטורעמען די וועלט ניין ?

אלע יארן האט מען ביי מאסן צערעמאניעס מתיר געווען בילדער און ווידיאוס.

אז די זאלוינים זענען קארופטירט דאס ווייס איך שוין, אבער כ'האב געמיינט אז ארוינים ספינען בלויז פאר פראפאגאנדע מיטלן נישט מיט מסורה און ערליכע זאכן.

איז קאלעסיאום געווען בלויז פאר סאטמאר, דאן פארוואס מתיר זיין ווידיאוס??
מיטוואך יוני 13, 2018 2:57 pm#405910
אה דעס פארשטייסטו נישט ? אה איך וועל דיר עס מסביר זיין די סקרין'ס קומען אפיציעיל פון די קהלה/וועד בארקלעי

און ווידיאויס נישט

וואס נאך פארשטייסטו נישט ?

ביי די וועי נאך קיינמאל געהערט די היתר פון ווידיאוי ביי גרויסע צערמאניעס, אפשר דעמאלט ווען מ'האט זיך מתיר געווען אז די מוסדות זאל פירן א אנליין קאמפיין ביים דינער..........
מיטוואך יוני 13, 2018 7:58 pm#405942
גאנצל האט געשריבן:אה דעס פארשטייסטו נישט ? אה איך וועל דיר עס מסביר זיין די סקרין'ס קומען אפיציעיל פון די קהלה/וועד בארקלעי

און ווידיאויס נישט

וואס נאך פארשטייסטו נישט ?

ביי די וועי נאך קיינמאל געהערט די היתר פון ווידיאוי ביי גרויסע צערמאניעס, אפשר דעמאלט ווען מ'האט זיך מתיר געווען אז די מוסדות זאל פירן א אנליין קאמפיין ביים דינער..........

אפשר זאגסטו איבער אלעס שטאט און קלאר?
מיטוואך יוני 13, 2018 8:47 pm#405949
פעילט ניט אויס ..... איך זעי דו פארשטייסט זייער גוט..
זונטאג יוני 17, 2018 1:05 am#406180
מהר"א היינט ביי פרקי אבות:

מיר האבן געוויזן פאר די וועלט אז אינזער חלק סאטמאר קען אויך אנפילן א סטעדיום, נישט ממש די גאנצע, די אנדערע צד האט אויך נישט אנגעפילט די גאנצע.
זונטאג יוני 17, 2018 2:30 am#406188
ער האט מורא אז זיין שוואגער נעמט איבער די טיטל "ראש המדברים", מאכט ער זיכער צו זאגן "א קלוגע זאך" און בלייבן אין די העדליינס
זונטאג יוני 17, 2018 3:12 am#406190
גאנצל האט געשריבן:אה דעס פארשטייסטו נישט ? אה איך וועל דיר עס מסביר זיין די סקרין'ס קומען אפיציעיל פון די קהלה/וועד בארקלעי

און ווידיאויס נישט

וואס נאך פארשטייסטו נישט ?

ביי די וועי נאך קיינמאל געהערט די היתר פון ווידיאוי ביי גרויסע צערמאניעס, אפשר דעמאלט ווען מ'האט זיך מתיר געווען אז די מוסדות זאל פירן א אנליין קאמפיין ביים דינער..........

גאנצל: איכ'ל דיר זאגן ווען צד מהרז"ל/בארקלעי אסר'ט יא ווידעא. ווען דער חב"ד משגיח קומט צו די התאחדות הרע-בנים און ווילל זיי ווייזן ווידעא (שוין 2 פסולים. חב"ד און ווידעא.) פון חילול שבת פון א בעקערי וואו זיי געבן דעם מכלומרש'טן הכשר. זאגן די העיליגע צדיקים (הרב הילל/רוחעלע וויינבערגער) פוי, ווידעא. מ'טאר דאך נישט קוקן אויף ווידעא. ממילא איז נישט קיין ראיה. ממילא איז נישט דא קיין חילול שבת. אויך. ליובאוויטש זענען פסול לעדות...!
זונטאג יוני 17, 2018 2:38 pm#406206
סיקריק האט געשריבן:מהר"א היינט ביי פרקי אבות:

מיר האבן געוויזן פאר די וועלט אז אינזער חלק סאטמאר קען אויך אנפילן א סטעדיום, נישט ממש די גאנצע, די אנדערע צד האט אויך נישט אנגעפילט די גאנצע.


just for the record
איך בין דארט געווען ער האט עס נישט געזאגט
זונטאג יוני 17, 2018 3:30 pm#406213
סיקריק האט געשריבן:מהר"א היינט ביי פרקי אבות:

מיר האבן געוויזן פאר די וועלט אז אינזער חלק סאטמאר קען אויך אנפילן א סטעדיום, נישט ממש די גאנצע, די אנדערע צד האט אויך נישט אנגעפילט די גאנצע.
קפ
אז מ'וויל זעהן וואסערע ספינער די זאליס זענען
ווי יעדער בחור'ל שווערט זיך אין גלייבט יעדע ספין וואס עני לץ מאכט אפ אויב ס'דינט די ציהל..
''ספצעיל יעצט זייענדיגט אין די שלושים פין די כינוס כללי''
וועט עס יעצט קענען ווידער זעהן ביי די ספין איבער די פרק פארלערנען
איינער האט געמאכט א ספין כאילו סאטמאר רבי זאל האבען גערעדט ביי פרק עפעס איבער די כינוס ווי פיהל ס'געווען
אין... וועסט מיר שווער ווייזן א אקטיווע זאלי גרופ וואס די 'קראנטע' מעשה זאל נישט געליפטערד ווערן נאך מיט הסברים...
בזמן וואס אלע באטיילטוגטע וועלן עדות זאגען אז פשוט ''להד''ם''

דא האט איר עטליכע טוויטער גרופס וואס שיקן מוצאי שבת נחמו מעסעזשעס
#נעבעך #ירחם המרחם
זונטאג יוני 17, 2018 7:35 pm#406229
הייסט מען האט באשלאסן צו לייקענען?!

יא, ער האט עס געזאגט!! איך האב גערעדט מיט צוויי אידן וואס האבן עס געהערט מפ''ק.

קעגן 'סנאודס' האט ער אויך נישט גערעדט??
זונטאג יוני 17, 2018 7:39 pm#406231
איך פיל דיין צער וואלסט נעבעך אזוי געוואלט. אבער ער האט עס נישט געזאגט. end of discussion
זונטאג יוני 17, 2018 7:41 pm#406232
עדות מכחישות?
זונטאג יוני 17, 2018 7:53 pm#406238
פיינע קאווע האט געשריבן:איך פיל דיין צער וואלסט נעבעך אזוי געוואלט. אבער ער האט עס נישט געזאגט. end of discussion

פינטל.
זונטאג יוני 17, 2018 8:04 pm#406239
איסר האטלקי האט געשריבן:הייסט מען האט באשלאסן צו לייקענען?!

יא, ער האט עס געזאגט!! איך האב גערעדט מיט צוויי אידן וואס האבן עס געהערט מפ''ק.

קעגן 'סנאודס' האט ער אויך נישט גערעדט??

ער האט עס שוין געהערט נישט פין איינעם נאר פין 2... שפירסטיך צושפאט??
זונטאג יוני 17, 2018 8:52 pm#406241
פארוואס האט ער געווארט ביז פרק לערנען דאס צי זאגען? ער האט דאס געקענט דאס זאגען ביים כינוס כללי פאר טיוזענטער ציהערער?
זונטאג יוני 17, 2018 9:20 pm#406248
איש את רעהו האט געשריבן:עס בלייבט נישט בלויז ביים אסיפה
מען טוט:

ווער ס'וויל זיך אנשליסן אינעם נייעם לימוד קען דאונלאוד'ן דעם הייליגן קונטרס
וואס כידוע דעם רבי'ן האט זיך געמוטשעט אויף עם ווי קיינמאהל בעפאר
יעך האב דאס געוואלט אהערשטעלן אבער דאס איז געוועזן צו שווער פאר אונזער סייט צו פארנעמען אזוינע דיבורים
אלזא דא קענט איהר דאס אליינ'ס דאונלאוד'ן,
והמאמינים בשיטת רבינו ימצאו נחת בדבריו, והמשמעילים בה יצהבו פניהם.

אשריכם ישראל
זונטאג יוני 17, 2018 11:59 pm#406266
אין דע הקדמה פון על הגאולה, דף כ"ה שורה כ"ג שרייבט דע רבי זי"ע "ובדרך כלל אשימה עיני על הדברים וכו," "וברחובות נאמרים משמי דברים הרבה שלא הוי ולא נבראו, ולא עלה על לבבי מעולם" אין ברענגט נאך פון ספר חסידים גאר שטארקע ווערטער, דאס וואס איז געווען אמאל וברחובות נאמרים, איז פונקט אזוי היינט, מ'זאגט נאך זאכען וואס לא הוי ולא נברא מעולם,
מאנטאג יוני 18, 2018 12:18 am#406269
elter-zeide האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז פרק לערנען דאס צי זאגען? ער האט דאס געקענט דאס זאגען ביים כינוס כללי פאר טיוזענטער ציהערער?

ביים כינוס האט ער נאך געמיינט ס'דא שטיי פלעצער
מאנטאג יוני 18, 2018 2:00 am#406279
elter-zeide האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז פרק לערנען דאס צי זאגען? ער האט דאס געקענט דאס זאגען ביים כינוס כללי פאר טיוזענטער ציהערער?

ביים כינוס איז געוועהן ריקארדערס
מאנטאג יוני 18, 2018 3:15 am#406283
אזוי ווייט קען פאליטיק בארירן איינעם אז כדאי זיך מחזק צו זיין פאבריצירט מען שוין ליגענט


אנבעליוועבעל די זאליקראטן
מאנטאג יוני 18, 2018 3:43 am#406284
ווילאנג מ'קען נישט אויפווייזען אז ער האט עס געזאגט
(ווייל ער האט עס געזאגט שבת ווען מ'קען נישט ריקארדן)
קען עטץ לייקענען
מאנטאג יוני 18, 2018 4:55 am#406288
elter-zeide האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז פרק לערנען דאס צי זאגען? ער האט דאס געקענט דאס זאגען ביים כינוס כללי פאר טיוזענטער ציהערער?

ניין, ווייל דאן וואלט מען זייער גרינג געקענט אויפווייזן אז ער האט עס נישט געזאגט. ודו"ק.
מאנטאג יוני 18, 2018 8:30 am#406297
יעצט גיי ווייז אויף אז דו האסט נישט קיין טאכטער...
מאנטאג יוני 18, 2018 9:45 am#406303
[quote="גאנצל"]אזוי ווייט קען פאליטיק בארירן איינעם אז כדאי זיך מחזק צו זיין פאבריצירט מען שוין ליגענט


אנבעליוועבעל די זאליקראטן[/quo

נא!! נעקסטע וואך זאגט שוין דע רש"י הק' אויף בלעם הרשע, "מכאן שהשנאה מקלקלת את השורה"
מאנטאג יוני 18, 2018 9:46 am#406304
elter-zeide האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אזוי ווייט קען פאליטיק בארירן איינעם אז כדאי זיך מחזק צו זיין פאבריצירט מען שוין ליגענט


אנבעליוועבעל די זאליקראטן
נא!! נעקסטע וואך זאגט שוין דע רש"י הק' אויף בלעם הרשע, "מכאן שהשנאה מקלקלת את השורה"
מאנטאג יוני 18, 2018 10:39 am#406308
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז פרק לערנען דאס צי זאגען? ער האט דאס געקענט דאס זאגען ביים כינוס כללי פאר טיוזענטער ציהערער?

ניין, ווייל דאן וואלט מען זייער גרינג געקענט אויפווייזן אז ער האט עס יא געזאגט. ודו"ק.
מאנטאג יוני 18, 2018 1:07 pm#406329
סיקריק האט געשריבן:ווילאנג מ'קען נישט אויפווייזען אז ער האט עס געזאגט
(ווייל ער האט עס געזאגט שבת ווען מ'קען נישט ריקארדן)
קען עטץ לייקענען
אוי לאידך גיסא, ווען די מאכסט די ספין אויף אינמיטן די וואך קען מיט דיר תיכף אויפווייזן מיט די ריקארדינג, וואסערע שקרן די ביזט מאכסטו די ספין אויף שבת אין אלע זינגען עס איבער....
מאנטאג יוני 18, 2018 1:26 pm#406332
ממש א אינזשוימענט צו באטראכטען וואס טוט זיך אין די זאליקראטן קארידארן

איך האב געמיינט אז זיי באטראכטן די בילדער פון די היסטאריש דורכגעפאלענע נעסאו קאליסיעם....... אקעגן די געלונגענע בארקלעיס.....
איך האב געמיינט אז זיי קוקן איבער ווי ביי זיי זיצט דער פירער אינאיינעם מיט זיין נאכשלעפער דער פשעווארסקע רבי, און אין נעסאו זיצט ווער ? עפעס א פרישער יעצטגעווארעןאומבאקאנטער ר' ברוך כהנא........ (נישט געוואוסט אז ר' משה שטערנבוך מיט קארלסבורגע רב זענען איין פערזאן..........)
איך האב געמיינט זיי באטראכטן די בילדער ווי זייער פירער שטעלט זיך צו א פיקטשער ווי א חתן אין יחוד שטיבל מיט א גאנצע רייע ליטוואקעס און ר' אהרן וויל אזוי שטארק דארט זיין און מ'לאזט אים נישט......
איך האב געמיינט אז זיי זענען פארנומען באטראכטן די בילדער פון די איין אינטשהויךסטעיק מסיבה אין פאריז...... ווי זייער פירער מיט'ן פשעווארסקע פירער זיצן בענעזאם
איך האב געמיינט אז זיי זיצן און באטראכטן די בילדער ווי זייער באליבטער סיגוט-בלעקבערי רב זיצט און טיילט געלט באתרא דמר פון ר' חיים הערשן.... (ניין נישט מייזליש.......)
איך האב געמיינט אז זיי באטראכטן די הונדערט טויזענט דאלערדיגע טשעק פאר א נייע זאל אין קרית יואל (ווער געדענקט נאך יענע חלום .....) פון ר' יודי מאנדל נאכדעים וואס זייער פירער האט נישט געקענט ווארטן ווי לאנג מ'לייגט צוריק די ארגינעלע טישטוך לכבודו
איך האב געמיינט אז זיי קוקן איבער די סקרינס וואס די סעקיוריטי האט 'נישט ' געלאזט אויסלעשן........... זיי זענען פארנומען צו איבערטייטשן די שפת אשכנז-עיברית הבהרה
איך האב געמיינט אז זיי זענען פארנומען מיט זייער קוואדערלי 'אנליין' פראיעקטן.........

דערווייל גארנישט בלא טעות מעיקרא הא נישט מער און נישט ווייניגער... הא מ'גייט מאכן מימרות אויף סאטמאר רב שליט"א נישט פארדרייען קיין ווערטער ניין נישט אויסטייטשן ווערטער נאר מאכן ווערטער פון דאסניי.... א ברי' חדשה...... דבר שלא בא לעולם...... און די ווערטער זענען אויפ'ן סמך ווייל מ'קען דאך נישט אויפווייזן

איי וויי וואסערע ביטערקייט דאס צייגט
מאנטאג יוני 18, 2018 5:34 pm#406394
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
איך ווייס נישט צו ער האט עס געזאגט צו נישט, אבער אויף א צווייטען פארציילט מען נישט אזעלכע מעשהס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 18, 2018 9:12 pm#406414
ווער פארציילט נישט ..... נארמאלע מענטשען פארציילן נישט ....און דא איז אויך דאס די קעיס......

זיינע בלוט שונאים וואס באדן זיך שוין אין זיין בלוט זינט ער לעבט אויף זיי פרעגסטו קשיות ?
מאנטאג יוני 18, 2018 10:26 pm#406427
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ער האט עס געזאגט צו נישט, אבער אויף א צווייטען פארציילט מען נישט אזעלכע מעשהס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ביי די וועי פאסט ניט פאר דיר דעי טענה . דעס איז דאך א חסידיש ווארט ...........
מאנטאג יוני 18, 2018 10:29 pm#406428
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
בארואיג זיך, עס איז א דזשאוק, געבויט אויף א מעשה מיט דער חפץ.חיים. ס׳איז גארנישט געשען. מעגסט לאכען אויף זיך אביסל. עס וועט דיר נאר גוט זיין. געדענק, דו ביסט גאנצל און מהר"א איז מהר"א. ער וועט נישט לאזען זיין בלוט דרוק זיך הייבען פאר דיר, טוה איהם די זעלבע טובה צוריק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 18, 2018 10:30 pm#406429
אה דעס שמעקט שוין מער ליטוויש........
דינסטאג יוני 19, 2018 12:51 am#406445
גאנצל האט געשריבן:ממש א אינזשוימענט צו באטראכטען וואס טוט זיך אין די זאליקראטן קארידארן

איך האב געמיינט אז זיי באטראכטן די בילדער פון די היסטאריש דורכגעפאלענע נעסאו קאליסיעם....... אקעגן די געלונגענע בארקלעיס.....
איך האב געמיינט אז זיי קוקן איבער ווי ביי זיי זיצט דער פירער אינאיינעם מיט זיין נאכשלעפער דער פשעווארסקע רבי, און אין נעסאו זיצט ווער ? עפעס א פרישער יעצטגעווארעןאומבאקאנטער ר' ברוך כהנא........ (נישט געוואוסט אז ר' משה שטערנבוך מיט קארלסבורגע רב זענען איין פערזאן..........)
איך האב געמיינט זיי באטראכטן די בילדער ווי זייער פירער שטעלט זיך צו א פיקטשער ווי א חתן אין יחוד שטיבל מיט א גאנצע רייע ליטוואקעס און ר' אהרן וויל אזוי שטארק דארט זיין און מ'לאזט אים נישט......
איך האב געמיינט אז זיי זענען פארנומען באטראכטן די בילדער פון די איין אינטשהויךסטעיק מסיבה אין פאריז...... ווי זייער פירער מיט'ן פשעווארסקע פירער זיצן בענעזאם
איך האב געמיינט אז זיי זיצן און באטראכטן די בילדער ווי זייער באליבטער סיגוט-בלעקבערי רב זיצט און טיילט געלט באתרא דמר פון ר' חיים הערשן.... (ניין נישט מייזליש.......)
איך האב געמיינט אז זיי באטראכטן די הונדערט טויזענט דאלערדיגע טשעק פאר א נייע זאל אין קרית יואל (ווער געדענקט נאך יענע חלום .....) פון ר' יודי מאנדל נאכדעים וואס זייער פירער האט נישט געקענט ווארטן ווי לאנג מ'לייגט צוריק די ארגינעלע טישטוך לכבודו
איך האב געמיינט אז זיי קוקן איבער די סקרינס וואס די סעקיוריטי האט 'נישט ' געלאזט אויסלעשן........... זיי זענען פארנומען צו איבערטייטשן די שפת אשכנז-עיברית הבהרה
איך האב געמיינט אז זיי זענען פארנומען מיט זייער קוואדערלי 'אנליין' פראיעקטן.........

דערווייל גארנישט בלא טעות מעיקרא הא נישט מער און נישט ווייניגער... הא מ'גייט מאכן מימרות אויף סאטמאר רב שליט"א נישט פארדרייען קיין ווערטער ניין נישט אויסטייטשן ווערטער נאר מאכן ווערטער פון דאסניי.... א ברי' חדשה...... דבר שלא בא לעולם...... און די ווערטער זענען אויפ'ן סמך ווייל מ'קען דאך נישט אויפווייזן

איי וויי וואסערע ביטערקייט דאס צייגט


די קומסט אריין משונהדיג גוט מיט אלע זאכן וואס שטעכט דיר נעבעך... האסט נישט נאך עפעס וואס באדערט?
חוץ אז דער שמייליגער האט זיך ווידער צורעדט טראץ די ציפערייעו פון די געטרייע בעבי סיטער פישער...?
דינסטאג יוני 19, 2018 10:58 am#406475
אה לאקש איז שוין געווארן אויס סיקריק.....

אז דו ביסט אלטרע הונגעריג צו פארבריצירן דרשות וואס לא היו דברים מעולם שטעכט וועמען וואס ?
דינסטאג יוני 19, 2018 11:05 am#406476
גאנצל: נישט אזוי שנעלל: דו זעהסט דאך זיין תגובה...!
דינסטאג יוני 19, 2018 11:08 am#406481
גאנצל האט געשריבן:אה לאקש איז שוין געווארן אויס סיקריק.....

אז דו ביסט אלטרע הונגעריג צו פארבריצירן דרשות וואס לא היו דברים מעולם שטעכט וועמען וואס ?

א סיקרוק בין איך געוועזן און א סוקריק וועל איך בלייבן... לויט די דברי בלע בוז וקלון וואס דער לץ האט געלאזט הערן ביי פאפא רב'ס קלוגע אסיפה....

קיינער איז נישט הונגעריג פאר קיין דרשות... ער שטעלט ברוך השם צו גענוג שטאף פארן עולם צו לעבן און לאכן אין די פויסטן טאג טעגליך, מהאמיר געמיינט אז דער שוואגער ירום הודו וועט זיין אויף די נייעס פאר קריאזע דרשות, אבער דיין שמייליגער האט עס נישט צוגעלאזט...

חי' וקים נורא ומרום וקדוש...
דינסטאג יוני 19, 2018 12:04 pm#406492
סיקריק: אנטשולדיג. אז איך נעם אוועק גאנצל'ס דזשאב. אבער דו ביסט נישט נאר א סיקריק. נאר א קינד אויך. דיין הילוך המחשבה איז אזוי ווי די נארישע בעיסבאלל פענס. זיי זענען גרייט צו הרג'נען איינעם פון די אנדערע טיעם וואס האלט נישט פון זייער עבודה זרה...!

די רביס'טווע איז בכלל נישט קיין ספארטס שפיעל. איך רעד פון מיר אליין. איך בין נוטה צו גיין מיט ר' אהרן. ווייל ער איז א מענטש מיט פרינציפן. ער לאזט זיך נישט נארן דורך מענטשן וועלכע האבן זייער אייגענע אגענדא. און ער האט דעם קוראזש ארויסצוזאגן זיין מיינונג ווען מ'דארף... פון לא תגורו האט מען שוין ליידער פארגעסן...!