Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 616 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12261
מיטוואך יוני 06, 2018 1:55 am#405095
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
פארשטייט זיך אז עס איז נארישע גערעדעכץ אז "מען האט געשיקט" די בחורים רייסן צעטלעך אדער פירקלען גראפיטי, אבער למעשה זעהט מען אז עס דרייען זיך ארום א היבשע צאל אזעלכע קליפס בעת וואס פאריאר ביי בארקלעיס איז עס נישט געווען, איך מיין אז עס ווייזט אויף עפעס.
מיטוואך יוני 06, 2018 2:14 am#405100
יא, עס ווייזט אויף צוויי זאכן: ערשטנס אז צד מהרז''ל האט מער מענטשן אין וויליאמסבורג, און צווייטנס אז צד מהר''א האט מער סמארטפאונס.
מיטוואך יוני 06, 2018 2:36 am#405101
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
בן ישי האט געשריבן:איינער פרובירט צו שטערן דעם כינוס

פון דעם צעטל זעהט מען קלאר אז עס זענען דא ארוינים וואס קענען טייפן
מיטוואך יוני 06, 2018 11:41 am#405143
לאמיר אייך זאגן איין זאך טייערע ארונים!!!! יעדער איז מודה אז אייביג איז דא איבערגעליבנע זיצן, און לאמיר נישט יעצט רעדן וועגן דעם דורכפאל פון פאמפען אז עס איז נאמאר דא טיקעטס בשעת ווען עס איז געווען אפאר טויזענט (!!) ליידיגע זיצן, טייל פארקויפט און טייל נישט..
לאמיר רעדן פארוואס אין בארקעליס אפילו מיט די ליידיגע זיצען האט מען עס אנגעקוקט ווי סוקסעס און דא ביי נעסאו פילט זיך יעדער ווי א דורכפאל, און אדער ענטפערט מען צוריק אז ביי ענק איז אויך געווען ליידיג.. אדער גאר לייקענט מען אינגאנצען דעם פאקט, מען טענה'עט עס איז געווען געפאקט אין עס איז גאר געווען מער פילער ווי אין בארקעליס??

וואס איז די סוד פין זייער סוקסעס געווען???

זייער פשוט. די זאליס האבען מתחלה ווען זיי האבן גענומען בארקלעיס געפלאנט אז עס גייען קומען אלע שיכטען און קרייזען... שערי ער קען מען נעמען א סטאדיום פין אכצען טויזענט זיצען אין צו א נויט אויב די ארונים קומען אויך קען מען צולייגען דעם פלאר... למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז נאר סאטמאר איז געגאנגען, איז מען געווען זייער אנגעצויגען, מען האט געקוקט דעם מציאות ווי אזוי גייט סאטמאר דאס אנפילען... עס איז געקומען למעשה מען האט געזעהן די טיקעטס ווערן פארקויפט..... דערו עולם איז ארויס פון התפעלות, יא, א פלאץ ווי מען האט געמיינט אז מען וועט אנפילען דורך אלע שיכטען אין קרייזען האט סאטמאר אליינס באוויזען אנצופילען... הגם וועסט מיר וועלן זאגען דאך דא אין דא קענסטו טרעפען ליידיגע זיצען (?!) אבער למעשה געפלאנט האט מען ניטאמאל אויף העלפט, סאו אויב האסטו פופצען זעכצען טויזענט איז עס א שמחה גדולה.....

ביי די ארונים איז געגאנגען פינקט פארקערט. ווען מען האט גענומען דאס פלאץ האט מען האט מען געוויסט מי ומי ההולכים, אז נאר אונז, פשוט איינס מיט איינס אויב דער זאלי וואס שבת האט ער ליידיגע טישען האט אנגעפילט בארקעליס דעמאלטס אינז קען מיר זיכער אנפילען א קלענערע זאל..

מ'איז געקומען מיט א הנחה אז דאס גייט זיין געפאקט עד אפס מקום... דא איז געקומען דער פליק מען האט געזעהן, יא, אונז וואס מיר פארפירען יארען אינז האבען טויזענטער אידען ביי הדלקות, שבועות, הקפות, וכדו', קענען נישט אנפילען א זאל אפילו קלענער ווי די זאליס דער אויסגעשפילטער רבי....
אשר על כן טוט זיך א צובראכענקייט ביים ציבור..
איינער פראבירט לייקענען.. איינער פראבירט טענה'ען אויערבאך, ליטאים, (פראביר מיר צו ווייזען איין שורה מיט ליטאים דארטען), א דריטע פראבירט מחזק זיין מיטן רבין'ס תורה און איז תולה דאס דורכפאל ווייל די רבי האט גאר לאנג גערעדט... טוט זיך א צומישעניש... א דריטער ווארט אויף די בלאט ארומגעשפילטע פיקטשערס... והעיר שושן נבוכה/ ושמחה...
מיטוואך יוני 06, 2018 1:04 pm#405159
איי געס די איינציגסטע נחמה ביי די זאליס איז זיך צו איינחזרן אז סאטמאר איז צובראכן...........

איך גלייך נישט אריין צו גיין אין וויכוחים וואס איך בין נישט באקאנט דערין גוגלס האט יעדער אנדערש... פיקטשערס איז נישט קיין ראי' ביי קיינעם די זיץ פלעצער איז דאס מאל אויך קיין ראי' ווייל בו בזמן וואס מהרא האט צוגעלייגט זיצן האט מהרזל אראפגענומען דאס איז קלאר אז די מצב ארום איז געווען זייער איבערגעטריבען און די גאנצע שמחה פון די רזל'ס זענען אז זייער רבי האט געקענט איינמאל אין 18 יאר אויך ווייזן אז ער האט מענטשן........... וויי פאר אזא נצחון..... און דאס איז שוין אן אריין נעמען אין חשבון אז דאס רוב איז געקומען ווען עס איז געווארן א נצחון אין אאארן דאס קומען..... מילא אחרי ככלות מיט וואס איז דער זאלי דא דער נוצח........ מיטן פראבירן אנצוווייזן אז אפילו מ'שטעלט ווען אויס די זאל פונקט ווי די זאליס מ'מאכט ווען צו אונטערן אויבן אן וכדו' וואלט רז"ל אויך געהאט מער מיט 500 מענטשן שונאי ר' אהרן איין שטיק געלעכטער

אבער יעצט ערנסט גערעדט
איז דער פארגאנגענער זונטאג נאכט געווען פאר סאטמאר איינע פון די סוקסעספולסטע מאורעים אין זייער היסטאריע דעס גייט אריין גיין אזוי ווי שבת מירון וכדו' דעס איז בנוסף צו די געווענליכע מועדים וזמנים וואס בה איז יעדעס יאר מוליך והוסיף ווי הדלקה שבועות ראש השנה הור שמחת תורה שמחות רבינו וואס יעדעס מאל עקסטער איז עס בה א ריבו עם פון טויזענטער מענטשן און זייער א ערנסטע מצב

סאטמאר האט איבערגעלעבט א נאכט וואס וועט קיינמאל פארגעסן ווערן מחדש געווען צוריק די מלחמה קעגן ציונים צו איר אמאליגע ארגענעלקייט איבערגעחזרט דברות קודש פון רביה"ק, נישט מעשעלעך פון רבין נאר 'זיינע' ווערטער 'זיין' שאגת ארי'דיגע פשוטע דברי אמונה אין הנהגת הבורא גלות וגאולה ביאת המשיח ס'האט זיך געגאסן ריינע אמונה אלע וואס זענען דארט געווען האבן געלעבט אין העכערקייט

דער נאכט איז דורך הייליג

אן קיין סקרין'ס ( בדא די סעקיוריטי באבל פון פאריאר האט געפלאצט)
אן קיין התחברות לאגודה
אן קיין העברעישע דרשות (איך מיין בשפת הבהרה אשכנזית ציונות ........)
אן קיין שקרים
אן קיין פה אחד ולב אחד ליין זיך אנעמען פאר אי התיצבות און די אייגענע בחורים שטעלן זיך אליין

נאר כולם בלב אחד ובפה אחד בקדושה וטהרה פונים לאביהם שבשמים מיט א ריין הארץ מקבל זיין עול מלכותו ית' און צוגאב צו די היסטאריע פון מיטלעבן צו זיין במחיצת איינע פון די גרעסטע גדולים ופוסקים בדורנו און צו האבן מיט זיך דעם רבן של ישראל מיט זיין פייערדיגע דיבורים חוצבים להבות אש מיט א ריינקייט מנהמת לבו הטהור און דאס אריינגעגעבן אין זיינע חסידים שותים בצמא דבריו

דאס איז געווען דער ציל פון די נאכט און דאס איז אויסגעפירט געווארן

און ווער עס נאך אלס בחלומו אז ר' אהרן איז געזיצען מיט סטארגעטיסטן שוין זינט פאריאר וואס ער קען טון צו דעם כינוס הרבבה ביז ער איז ענדליך אויפגעקומען מיט די איידיע זאל ווייטער חלומן און זיך מחזק זיין עד ביאת גואל צדק ס'איז א געזונטע זאך פאר אים זיך נישט גוט צו ווייקן אין ווייטאג
מיטוואך יוני 06, 2018 2:05 pm#405187
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:למשל דעיס איז פין בארקלעי דעיס רופטסטו פול אדער ליידיג? (מ'קען אגב זעהן די ליידיגע פלאר, פארמאכטע גאלעריען אין אינטער די אויבן אן)

וועלכע ליידיגע פלאר? דו זעסט דארט געהעריגע זיצן אדער באקוועמע פריוואטע סעקשאנס?

מ'מעג אריינזאמען אין די בארקלעי בילדער....

דו האסטו א קליפ, קוק אריין אין די גאלערי סעקשאן, זעהסט נישט דארט קיין זיצן? m https://twitter.com/hasidic_1/status/10 ... 5614866433 m
מיטוואך יוני 06, 2018 2:06 pm#405189
ראובן האט געשריבן:אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?

די איינציגסטע פלאץ וואס איז נישט געווען 100% פוהל איז געווען ממש הינטער די אויבן אן, וואס איז א טייל פין די זיצן וואס מ'האט שפעטער צוגעלייגט (די ערשטע אויסשטעל איז געווען ווי א שוי וואס מ'ניצט נישט די זיצן פין די סטעיזש און ווייטער), יעצט קענסטו זאגען 2 סיבות, אדער וואס מהרז''ל זאגט אז ס'נישט געווען פארקויפט, אדער ווי מהר''א זאגט אז דער עולם דארט האט נישט געקענט הערן (איך האב געזעהן ווי מען לייגט צו דארט ספיקערס שפעטער) וויאזוי עס זאל נישט זיין, איז עס נאך אלס בעסער ווי אפשפארען די אלע סעקשאן'ס ווי מ'האט געטוהן אין בארקלעי
מיטוואך יוני 06, 2018 2:07 pm#405190
ברענג נאך צוואנציג מאל דעם זעלבן קליפ פון 3:15, מיט מהרז''ל דרשה אין בעקראונד. אינטערעסאנט אז נאר איינער האט זיך דערוואגט צו נעמען א צוואנציג סקונדע קליפ ווען דער זאל איז גענצליך ליידיג.....
מיטוואך יוני 06, 2018 2:12 pm#405192
שמעון וואלף האט געשריבן:
פיינע קאווע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?

א אהרוני זאגט מיר אז ס'געווען אמת און אלעס איז געווען אויס פארקויפט נאר ס'זעהט אויס אז ס'געווען וואס האבן געקויפט און נישט געקומען.



איך האב פאר דיר איין תירוץ a picture is worth a thousand words

https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... y-jdn.html

אז דו האסט די גאטס פאר אראפ ביז אינטען און קוק אלע בילדער
אלע בעביס טרייסטן זיך מיט די ליידיגע זיצן אינטערן אויבן אן ווי קיינער האט נישט געוואלט זיצן ווייל מען קען גארנישט זעהן
א סטעדיום פון קרוב צו 20 אלפים זיצן מיט pure אהרונים מקצה אל הקצה

דער וואס שיקט זיינע בחורים רייסען צעטליך און קאלט רבנים סטראשענען נישט צו גיין. איז חוזק שאין כמוהו לעיני כל ישראל

מ'רעדט דא איבער די ליגענט וואס מ'האט פארקויפט פאר'ן עולם אז ס'מער נישטא קיין זיצן און מ'גייט צושטעלן 1,000 שטיי פלעצער. וואס קומסטי יעצט זאגן אז ס'זענען דא בילדער מיט טויזענטע מענטשן. האט איינער אמאל געזאגט אז די ארונים קענען נישט צאמשלעפן טויזענטע מענטשן? די קשיא אויף די ארונים איז פארוואס מ'הערט נישט א ויצעקו קעגן די פירער וואס חוש'ן ארום מיט'ן עולם. אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלטן די וואס האבן פארקויפט די ליגענטס געדארפט זיך שעמען צו ווייזן די פרציף דערווייל זענען זיי די היראס.
עטץ מעגטס שוין אויך אויפהערן ניצן די נאמבער 20,000. אויף די סטעדיום'ס וועבסייט שטייט א מאקסמום זיצן איז 16,000 (גראדע שרייבן זיי קודם 14,500, אבער נניח אז תפוס לשון אחרון) און דאס איז שוין מיט די זיצן אויף די פלאר. אויף די בילדער ביי מהר"א'ס דרשה זעהט מען מער ווי טויזענט זיצן ליידיג מיינט דאס אז ס'געווען ווייניגער ווי 15,000 באטייליגטע. מחמת איזה סיבה וועסטי ענדערש גלייבן די בלאט מיט די ארונישע טוויטער'ס וואס שרייבן אז ס'איז קרוב צו צוואנציג טויזענט.
דאס איז ראובן'ס קשיא אויף די ארונים. פארוואס גלייבט עטץ נאך א ווארט פון די וואס האבן געזאגט אז מ'דארף נאך שטיי פלעצער?
'גוגל' איז נאר באגלייבט ביי בארקלעי... אגב די נומבער וואס גוגל ברענגט ביי בארקלעי אין נעסוי קאלעסיום איז די מאקסימום נאכען אנפולן אלעס וואס בארקלעי האט געהאט אפגעשפארט (די נומבערס וואס די סייט ברענגט איז אויב מ'שטעלט עס אויס ווי א שוי אדער א געים וכו' ווי מ'קען אליין זעהן)
מיטוואך יוני 06, 2018 2:13 pm#405194
.
מיטוואך יוני 06, 2018 2:15 pm#405195
איסר האטלקי האט געשריבן:ברענג נאך צוואנציג מאל דעם זעלבן קליפ פון 3:15, מיט מהרז''ל דרשה אין בעקראונד. אינטערעסאנט אז נאר איינער האט זיך דערוואגט צו נעמען א צוואנציג סקונדע קליפ ווען דער זאל איז גענצליך ליידיג.....

באלד עמיר זיך אפשר טענהן פין ווען די קליפ איז, (ואדרבה ברענג א קליפ פין יענע סעקשאן בשעת מהרז''ל רעדט.... וירא הקהל, דאס זאגען אז ביי מהרז''ל דרשה איז געווען פול איז פשוט נאך א שקר וואס יעדע נארמאלע חסיד מהרז''ל וועט דיר מודה זיין שטילערהייט) קודם זום אריין אין די 2 ליידיגע גאלעריען וואס לויפן דורך די גאנצע זאל און זאג מיר אויב דו זעהסט נישט דארט קיין זיצן m https://twitter.com/hasidic_1/status/10 m ... 5614866433 דאס איז שוין חוץ די אפגעשפארטע חלק אונטערן אויבן אן + די ליידיגע גראונד לעוועל
מיטוואך יוני 06, 2018 2:18 pm#405197
איסר האטלקי האט געשריבן:יא, עס ווייזט אויף צוויי זאכן: ערשטנס אז צד מהרז''ל האט מער מענטשן אין וויליאמסבורג, און צווייטנס אז צד מהר''א האט מער סמארטפאונס.

אזא גוטס קען מען נישט אוועקמאכן, ברענג מיר כאטשיג 1 בילד, כאטשיג מיט א פליפ פאון..
מיטוואך יוני 06, 2018 2:25 pm#405199
signout האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:ברענג נאך צוואנציג מאל דעם זעלבן קליפ פון 3:15, מיט מהרז''ל דרשה אין בעקראונד. אינטערעסאנט אז נאר איינער האט זיך דערוואגט צו נעמען א צוואנציג סקונדע קליפ ווען דער זאל איז גענצליך ליידיג.....

באלד עמיר זיך אפשר טענהן פין ווען די קליפ איז, (ואדרבה ברענג א קליפ פין יענע סעקשאן בשעת מהרז''ל רעדט.... וירא הקהל, דאס זאגען אז ביי מהרז''ל דרשה איז געווען פול איז פשוט נאך א שקר וואס יעדע נארמאלע חסיד מהרז''ל וועט דיר מודה זיין שטילערהייט) קודם זום אריין אין די 2 ליידיגע גאלעריען וואס לויפן דורך די גאנצע זאל און זאג מיר אויב דו זעהסט נישט דארט קיין זיצן https://twitter.com/hasidic_1/status/10 ... 5614866433 דאס איז שוין חוץ די אפגעשפארטע חלק אונטערן אויבן אן + די ליידיגע גראונד לעוועל

קוק גוט, די פארמאכטע זיצן זענען ניטאמאל חלק פון זאל ליסטע, ס'האט נישט קיין נומערן. בילד פון סטאדיום סייט.
מיטוואך יוני 06, 2018 2:26 pm#405200
פארשטייסט?
מיטוואך יוני 06, 2018 2:27 pm#405202
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:ברענג נאך צוואנציג מאל דעם זעלבן קליפ פון 3:15, מיט מהרז''ל דרשה אין בעקראונד. אינטערעסאנט אז נאר איינער האט זיך דערוואגט צו נעמען א צוואנציג סקונדע קליפ ווען דער זאל איז גענצליך ליידיג.....

באלד עמיר זיך אפשר טענהן פין ווען די קליפ איז, (ואדרבה ברענג א קליפ פין יענע סעקשאן בשעת מהרז''ל רעדט.... וירא הקהל, דאס זאגען אז ביי מהרז''ל דרשה איז געווען פול איז פשוט נאך א שקר וואס יעדע נארמאלע חסיד מהרז''ל וועט דיר מודה זיין שטילערהייט) קודם זום אריין אין די 2 ליידיגע גאלעריען וואס לויפן דורך די גאנצע זאל און זאג מיר אויב דו זעהסט נישט דארט קיין זיצן https://twitter.com/hasidic_1/status/10 ... 5614866433 דאס איז שוין חוץ די אפגעשפארטע חלק אונטערן אויבן אן + די ליידיגע גראונד לעוועל

קוק גוט, די פארמאכטע זיצן זענען ניטאמאל חלק פון זאל ליסטע, ס'האט נישט קיין נומערן. בילד פון סטאדיום סייט.

דו זעהסט נישט קיין נומבער ווייל בארקלעי קען נישט פארקויפן די טיקעטס, די האלטס אז ווען גוגל רעדט פין די מאקסימום זיצן ווייסן זיי נישט פין די סעקשאןס????? גוגל ווייזט נישט וואס די ווייסט?
מיטוואך יוני 06, 2018 2:29 pm#405203
ווייל ס'איז פון איין זייט, נומערן לויפן ארום און ארום דעם זאל.
מיטוואך יוני 06, 2018 5:11 pm#405235
שמעון וואלף האט געשריבן:
פיינע קאווע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אקעי, גוט, דער כינוס איז געווען א סוקסעס, אפילו מער פון בארקלעיס, וכו' וכו'. אבער איין פראגע וואס כ'האב צו אהרונים, עטץ שפירטס זיך נישט באמאכט אז די פראפאגאנדע מיניסטארן ביי אייך אין דער קהילה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מאכן דאס גענאר פון ענק? "אלע זיצן אויספארקויפט!" "צוגעלייגט שטייענדיגע זיצן!" די זאכן זענען דאך געווען פרעכע שקרים, און אויף א לעוועל וואס איז מילתא דעבידא לאיגלויי. דאס איז נישט קיין גוזמאות וואס מ'קען זיך טענה'ן צי יא צי ניין, נאר פשוט'ע שקרים אויף קאלירטע גראפירטע צעטלעך און העדליינס אינעם בלאט. זענט עטץ אזוי רעזיגנירט צו ענקער בלאט-קולטור אז ס'בארירט ענק ניטאמאל אז מ'מאכט פון ענק חוזק?

א אהרוני זאגט מיר אז ס'געווען אמת און אלעס איז געווען אויס פארקויפט נאר ס'זעהט אויס אז ס'געווען וואס האבן געקויפט און נישט געקומען.


איך האב פאר דיר איין תירוץ a picture is worth a thousand words

https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... y-jdn.html

אז דו האסט די גאטס פאר אראפ ביז אינטען און קוק אלע בילדער
אלע בעביס טרייסטן זיך מיט די ליידיגע זיצן אינטערן אויבן אן ווי קיינער האט נישט געוואלט זיצן ווייל מען קען גארנישט זעהן
א סטעדיום פון קרוב צו 20 אלפים זיצן מיט pure אהרונים מקצה אל הקצה

דער וואס שיקט זיינע בחורים רייסען צעטליך און קאלט רבנים סטראשענען נישט צו גיין. איז חוזק שאין כמוהו לעיני כל ישראל

מ'רעדט דא איבער די ליגענט וואס מ'האט פארקויפט פאר'ן עולם אז ס'מער נישטא קיין זיצן און מ'גייט צושטעלן 1,000 שטיי פלעצער.?

קוק ווער ס'רעדט! אין בארקלעי ווי מ'האט פארמאכט סעקשאן'ס האט דיך אויך געשטערט ווי מ'חושט ארום באמת מיט דיין ציבור?
m https://twitter.com/SatmarHQ/status/873994040794112003 m
מיטוואך יוני 06, 2018 6:13 pm#405241
שלישי למילה

עס גייט אדורעך אפאר טעג פון די כינוס, און וואונדער איבער וואונדער *איך הער נאך אלץ נישט קיין ווארט פון מיינע ארויני קאלעגען*.... פאריגע וואך האט ער יעדע רגע געלייגט סטאטוסלעך מיט פאוסטס און זייט זונטאג 5:00 איז אלעס געשטארבן ווי א בער אינמיטן ווינטער...

וואצעפפ, די סאושעל מידיע פון תשע״ח, האט אים אפגעשאכטן און די אלע זאלציגע קליפס ווי *אהרן רעדט פאר א ליידיגן זאל וואס פארט אויף רעדער* האבען געמאכט דעם חורבן נצחי צייגנדיג אומפארלייקענבאר די מציאות אז *נעסאו איז ביג טיים דורכגעפאלן*....

דערצו איז ארומגעפארן אפאר שמאלציגע ארטיקלען איינס פון זיי ספעציעל גוט *בניגון הידוע אחת ואחת* (וואס אגב ווען מ׳האט עס געוויזן פאר ר׳ ארענען האט ער געגעבן א קרעכץ אוי דערמאן מיך נישט פון ימים נוראים ווען איך פאר אריין אין ווילי און איך זע דעם ביטערן מציאות ווי איך זיץ נאך אלץ אין הופער...) און דער מצב איז באזאלצן אויף כח.

וואס טוט מען? אנגעהויבן פון זונטאג נאכט האט מען איינגעשפאנט אלע פי אר מייסטער קעפ פאר דעמעדזש קאנטראל. מ׳האט אריינגעפירט אלע בילדער אין שפיטאל צו אינטענסיוו קעיר יוניט, אלעס שווארץ געמאכט און דאן עס ארויסגעגעבן אלס נחמא פורתא.

אין ״די צייטונג״ וואו זיי האבן בעפאר׳ן כינוס געשפענדעט קרוב צו 20 טויזנט דאלער אין עדס האבן זיי געוויינט צו ר׳ אברהם פריעדמאן ער זאל נישט טוישן דעם ארטיקל וואס מ׳שיקט אריין און לאזן זייער זשאוק-נומער פון קרוב צו 20 טויזנט מענטשן און ר׳ אברהם כידוע שטעלט זיך נישט וגם לזה נענה ראשו.

יעצט די אלע באצאלטע מאגאזינען וואס לייגן אים יעדע וואך אויפן קאווער איז דאך אפגערעדט זענען איינגעשפאנט צו לייגן די געדאקטארטע בילדער; אחוץ דער מאמענט וואס האט געלייגט א ״אונטערן רוקן״ קלאוזאפ פון זקנים דרימלען ווייל יודעי דבר זאגן אז ״אונטערן רוקן״ וועט בעסער אויסזען ווי ״אונטערן אויבנאן״...

על כל פנים, דריי טאג שפעטער קיינער רעדט שוין נישט דערפון; נישט די זאליס, נישט די ארוינים, אחוץ די באצאלטע מאגאזינען וואס ארבעטן נעבעך אויף אווער טיים צוריקצוכאפן די געשאכטענע מאמענטום און כאטש באוועגן די פאר פרומע ארוינים אן א וואצעפפ אז עכט איז עס יא געווען א סוקסעס, נאר מ׳האט עס נישט געקענט זען אויפן פלאץ, אלס דעם ״נעשה ורואה״ אדער בלע״ז לאורעל יעני...

א הארציגן לחיים ברודערליך צום שלישי למילה!
מיטוואך יוני 06, 2018 6:17 pm#405243
.
מיטוואך יוני 06, 2018 6:25 pm#405244
*שלישי למילה*

איך קוק די לעצטע פאר שעה אויפן טעלעפאון, און איך באמערק אז די היינטיגע טאג הער איך נישט קיין פיפס פון מיינע זאלי קאלעגן!!

*איך פראביר צו טראַכטן וואס דא איז געשעהן? וואס איז דאס שטילקייט היינט?* גיי איך ארויס קויפן א קאפי, און איך זעה אז די צייטונגען און די מאגאזינען הייבן אן אנצוקומען אין די געשעפטן. *אוי ס'איז ביטער, די חברה זיצן אין דערהיים און שלינגן טאבלעטן!!*

יא, די חברה האבן זונטאג נאך דעם מאסיוון כינוס כללי אווי ס'האבן זיך משתתף געווען קרוב צו צוואנציג טויזענט אידן געמיינט אז זייער וואצעפ דרייוו וועט מחליט זיין צו דאס איז געווען סוקסעספול צו נישט. *למעשה שטייען זיי היינט אויף צום ביטערע ריאליטעט, אז דעם אמת קען מען נישט דערשטיקן.*

זונטאג נאכט האבן זיי שנעל איינגעשפאנט א שרייבער, צאם צו שטעלן אן ארטיקל מיטן ניגון הידוע אחת ואחת. (וואס בדרך אגב האב איך געהערט, אז ווען מהרז''ל האט דאס געליינט, האט ער געגעבן א טיפע קרעכטץ און געפרעגט, אויב האב איך יא אידן וואס קענען אזוי שיין זינגן דעם ימים נוראים ניגון, פארוואס זעה איך זיי נישט אין ביהמ''ד ראש השנה? פארוואס ברויכן מיר נאך אלס אריינלייגן ברייטע טישן אז ס'זאל אויסקוקן פיל?) אזוי האט מען געמיינט אז מ'וועט אריין זומען א בילד מיט א ליידיגע זיץ פון א איד וואס איז ארויס אויף אפאר מינוט, מ'וועט דאס ארום שיקן פון איינעם צום אנדערן, און פארטיג, דער כינוס איז געווען א דורכפאל!!

למעשה, היינט צופרי גייט ער ארויס פון שטוב און באמערקט אז *אלבערט פריעדמאן פון 'די צייטונג' זעהט יא די אכצן טויזענט אידן!!* ער גיבט עס אזא מאך אוועק, יא, די ארונים האבן באצאלט דערפאר. אבער ער גייט ארויף אויפן טרייבערל און זעהט אז דאס ענדיגט זיך נישט ביי ר' אברהם פריעדמאן, נאר ווי ס'איז דא א צייטונג, א מאגאזין אדער א וועבזייטל איבער די גאנצע וועלט, זאל דאס זיין רעכטס, לינקס, מזרחי צו ספרדים אלעס דעקט דעם כינוס מיטן מספר פון *קרוב לעשרים אלף איש*!!

ער הייבט שוין אן אראפ צו שלינגן דעם מספר *אכצן טויזענט אידן*, אבער דערנאך גייט ער אריין אין ביהמ''ד און ס'ווערט אים ביטער. אווי ער טרעפט א שטיקל ערענסטע עלטערע זאלי, זעהט ער די מרא שחורה אויפן פנים. זיי הערן שוין דעם דרשה איינמאל, נאכאמאל און נאכאמאל, *און זאגן זיך אזוי, אוי רבש''ע, דער רעדט דאך יא דעם היימישן שפראך!! דער רעדט דאך יא דברים של טעם!! דאס איז דאך ריכטיגע קנאות!! אוי, דערמאן מיר נאר פארוואס מיר האבן נישט געטארט מאכן דעם כינוס צוזאמען!!* מ'האט שוין געבעטן מנשה פילאפ ער זאל עפעס טרעפן א קרום ווארט אויף די דרשה, אבער למעשה מוז דער מלאך רע בעל כרחך זאגן אמן אויף דעם דרשה.

*אזוי הייבט יעצט יעדע זאלי אן מאכן דעם סך הכל פונעם וואך!!*

א. אן עולם האט ער געהאט מער ווי ביי אונז, און דאס איז נאכדעם וואס מיר האבן זיך צאם גענומען מיט אלע פראקציעס ווי *בני יואל, קאשוי, שאפראן, ליטאים, אויערבאך-אמעריקא, און געברענגט סקולען, ר' לייבוש, מונקאטש, ר' יחזקאל רוטה, ר' אהרן שעכטער און הרב וואכטפויגל.*

ב. א דרשה האט ער געזאגט אז איך ווייס מיר נישט ווי אהין צו טוהן. הלוואי ווען מיין רבי מהרז''ל קען דאס אפילו נאך זאגן. למעשה האב איך א שטיקל חשד אז מיין רבי קען ניטאמאל די שיטה. ס'קוקט מיר אויס ווי ער פלאפעלט נאך דעם יצחק שטערן. *אפשר וואלט טאקע כדאי געווען אז שמואל זאל אים געבן צו הערן די דרשה.*

ג. די ראש בית דין פון ירושלים עיה''ק איז געקומען צו פארן צום כינוס, בו בזמן ווען נאך אונזערע אלע כוחות וואס מיר האבן אינוועסטירט אין ירושלים, האבן מיר ניטאמאל א קול קורא געקענט פארשאפן פון בית דין.

ד. אלע אדמורי''ם, רבנים און שיינע אידן, בעלי בתים און עשירים האבן דעם ראב''ד געגעבן דעם כבוד הראוי לו, חוץ אונזערע נועם המידות קאמפעני.

ה. אלע תלמידים פון רבינו הקדוש זי''ע (חוץ די פאר וואס זענען ביי אונז אויף פעיראל) זענען געגאנגען צום כינוס.

*אהההההה, איך האב פארגעסן, רבינו טודרוס האט דאך געזאגט, אז דאס גייט שאטן צו די מערכה קעגן גיוס..*

דערנאך פרעגט ער זיך, *בין איך טאקע אינגאנצן משוגע? קען מען מיר טאקע פארקויפן לאקשן, אז די וואך האט מען געשלעפט מער בחורים אין מיליטער אלס ווייל די ארונים האבן געמאכט א כינוס?* איך האב זיי טאקע פיינט, אבער פליז אינסאלט נישט מיין אינטעליגענץ!!!
מיטוואך יוני 06, 2018 6:30 pm#405246
מיטוואך יוני 06, 2018 8:40 pm#405261
סיקריק האט געשריבן:שלישי למילה

על כל פנים, דריי טאג שפעטער קיינער רעדט שוין נישט דערפון; נישט די זאליס, נישט די ארוינים, אחוץ די באצאלטע מאגאזינען וואס ארבעטן נעבעך אויף אווער טיים צוריקצוכאפן די געשאכטענע מאמענטום און כאטש באוועגן די פאר פרומע ארוינים אן א וואצעפפ אז עכט איז עס יא געווען א סוקסעס, נאר מ׳האט עס נישט געקענט זען אויפן פלאץ, אלס דעם ״נעשה ורואה״ אדער בלע״ז לאורעל יעני...

א הארציגן לחיים ברודערליך צום שלישי למילה!


שוין 5 טאג שפעטער און ער רעדט און רעדט אן אויפהער. און ער רעדט נאך אלץ
דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:59 am#405284
די זאליס זענען נאר ביזי אז מרעדט שוין נישט דערפון אבער זיי כאפן נישט אז ווען נישט די טעראר אויף די רבנים וואלט מען קיינמאל נישט גרעדט דערפון
דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:04 am#405295
שוואנץ האט געשריבן:די זאליס זענען נאר ביזי אז מרעדט שוין נישט דערפון אבער זיי כאפן נישט אז ווען נישט די טעראר אויף די רבנים וואלט מען קיינמאל נישט גרעדט דערפון

קוק ארויף 2 תגובות, איינער שרייבט א לאאאנגע תגובה מיט פשעטליך און רמזים פארוואס מ'רעדט שוין נישט דערפון, כ'מיין ער איז נישט קיין זאלי....
דאנערשטאג יוני 07, 2018 12:24 pm#405316
.
דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:55 pm#405337
צוויי הערות,

א. ווער איז דער מיט די רויטע צירקל ארום זיין פנים?

ב. ווי איז דער שכל פון דרוקען די בילד פון דער מיט די געלע צירקעל?
דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:16 pm#405340
בלאט
דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:17 pm#405341
ג. וואו איז דער שכל פון דרוקן די בילד מיט א קאווע שטיבל וואסער מארק?
דאנערשטאג יוני 07, 2018 6:26 pm#405374
ספעציעלע ביילאגע פון דער בלאט לכבוד דער כינוס צובאקומען אין אלע געשעפטן פאר 2 דאללער
דאנערשטאג יוני 07, 2018 6:59 pm#405380
ליפא האט געשריבן:ג. וואו איז דער שכל פון דרוקן די בילד מיט א קאווע שטיבל וואסער מארק?

וועלכע בילד?
דאנערשטאג יוני 07, 2018 7:11 pm#405383
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צוויי הערות,

א. ווער איז דער מיט די רויטע צירקל ארום זיין פנים?

ב. ווי איז דער שכל פון דרוקען די בילד פון דער מיט די געלע צירקעל?

זיי האבן עס מסתמא נישט באמערקט, אבער יעצט וועט עס ווארשיינליך דער רשע האסידיק וואן פארשפרייטן.
דאנערשטאג יוני 07, 2018 7:19 pm#405385
לייוו הוקאפ בבית הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א אין לאנדאן
פרייטאג יוני 08, 2018 12:06 am#405403
דער 'איכות' פונעם 'כינוס'....

כ' סיון תשע"ח

דער 'כמות' האט מען שוין דאכט זיך ברייט אויסגעשמועסט, פון אלע אספעקטן און קוק ווינקלען, און ווי די רבי זאל זיין שטארק געזונט האט געזאגט אז מיר קוקן נישט אויף בארקלעי, מעט לייף, סיטיפיעלד, קומט יעצט צו אויפן ליסטע א פרישע לאקאציע 'נעסי קאלאסיום' אויף וואס די שומעי לקחו פון רבי'ן זאל זיין שטארק געזונט וועלן קיינמאל נישט צוריקוקן דערויף... און פונעם 'כמות' המשתתפים איז טאקע בעסער אז מען רעדט נישט צוליב א טעם 'כמוס'...

און אצינד צום איכות:
עס איז זונטאג נאכט פרשת שלח, אור ליום כ"א סיון, איך קום ארויס פון אימפעריאל חתונה זאל, איך זעה ווי נעבן דעם שטוב פון מיינס א באקאנטער, א גוטער ידיד, שטעלט זיך אפ א אויטא, עטליכע צולאזטע קינדער טאנצן ארויס פונעם קאר, און דער ידיד מיינער שטייגט אויך אויס, איך שטעל אים אפ און איך פרעג אים מיט וואונדער.

"פון ווי קומסטו יעצט"!?
וואס הייסט!? ענטפער ער "פונעם כינוס"!
"וואס!?" פרעג איך אים, "עס איז היינט געווען א כינוס"!?
"זאג מיר נישט אז די ווייסט נישט דערפון" זאגט ער מיר.

"איך גלייב נישט אז עס איז געווען א כינוס" איך בין פריער געווען אין פאפא ביהמ"ד, כאפן א מנין מעריב, און דער ביהמ"ד איז געווען פיל געפאקט מיט לומדי תורה, דערנאך בין איך געווען ביי מיין שיעור קבוע אין איינס פון די סאטמארע בתי מדרשים און אויך דארט איז דער ביהמ"ד געווען מלא על כל גדותיו, און ווי איך ווייס איז אין די צייט - וואס די זאגסט מיר אז עס איז געווען א כינוס - איז איבער גאנץ ניו יארק געזעסן 40,000 לומדי תורה און געלערנט."

"אדרבה!" זאג איך אים ווייטער. "פרעג סיי וועם דא אויב זיי האבן א 'פעטער' וואס איז דארט געווען. אפילו די 'געסט פון ארץ ישראל' זענען נישט דארט געווען צו לאנג...." עס איז געווען ממש ווי ביים לשכת הגיוס מיט די חבורת 'אריין און ארויס'....

"עס קוקט אויס ווי די ביסט אין די גיסטע פון טרייבן שפאס" זאגט ער מיר, "אבער איך האב מיט מיינע אויגן געזען 15,000 חרדי'שע אידן פארזאמעלט ביי א כינוס כללי"

"אה! דאס מיינט נישט אז עס איז טאקע געווען א כינוס" זאג איך אים, "עס זענען אפשר געווען 'מערערע יחידים' פארזאמעלט אויף איין פלאץ, אבער איך ווייס נישט אויב מען קען דאס אנרופן כינוס כללי"

"מיר קוקן נישט אויפן כמות" זאגט ער מיר, "ביי אונז קוקט מען אויפן איכות, אבער די פאר דיינע זייטיגע נגיעות ביסטו גרייט מכחיש צו זיין 'א אפענע מציאות' אז עס איז נישט געווען קיין כינוס, די לעצטע וואכן זענען געזיצן אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט עסקנים און האבן פארקויפט טיקעטס, דאס איז א מציאות וואס יעדער האט געזען"

"ערשטנס" זאג איך אים, "אין די בתי מדרשים ווי איך האב געדאווענט האב איך נישט געזען קיינעם פארקויפן אדער קויפן טיקעטס, און צווייטענס, אפילו לי יצוייר ווי די זאגסט אז מען טאקע פארקויפט טיקעטס מיינט נאכנישט אז עס איז טאקע געווען א כינוס, זיי ווילן סתם אויסרייסן געלט פונעם עולם קומט מען פארקויפן טיקעטס אין די בתי מדרשים, און אזוי מאכט מען גיוס כספים"

"איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט" גייט ער שוין ארויס פון די גלייזן, "עס איז א פאקט וואס אויב די ווילסט קענסטו זייער שנעל געוואויר ווערן אין די ווארהייט פון מיינע ווערטער אז עס איז טאקע געווען א כינוס, עס רעדט זיך דאך פון טויזענטער מענטשן וואס זענען דארט געווען"

"אנטשולדיגט! אבער איך קען דיר נישט גלייבן סתם ווען די קומסט מיר זאגן, ווען דאס וואלט געווען לאקאל אין די ארמארי געביידע, שוין איז דאס א זאך וואס יעדער האלט מיט, אבער די קומסט דא מיט מעשיות פון ניו דזשערסי אין א בחנה פון הרוצה לשקר ירחיק עדותו, פרעג סיי וועלכע איינוואוינער אין ניו דזשערסי אויב ער ווייסט פון א כינוס, אפשר וועט ער וויסן צו זאגן איבער א קינות אין '3 חדשים פון היינט' ערגעץ די ניינטע טאג אין חודש אב, אבער פון דעם כינוס כללי פון וואס די רעדסט יעצט ווייסט קיינער נישט."

"אין סתם אזוי, אפילו לשיטתך ווייס איך נישט אויב מען קען דאס אנרופן א כינוס 'כללי', בכלליות אויפן כלל ישראל, עס איז אפשר געווען א כינוס וואס האט געהאט עטוואס 'פראבלעמען' מיט עטליכע יחידים, אדער 'מערערע יחידים' וואס האבן געפעלט..."

ער ווערט רויט און ער הייבט אן שרייען: "אז די ווילסט קענסטו ארויפגיין קוקן אויף די כלים, דארט ווי מען קען קוקן און זעהן ווי דער 'פרעימיער מיניסטער' פון 'מדינת היהודים' מאכט א ברכה לבטלה אין א הוילן קאפ רח"ל, און מען ווערט נשפע דערפון און מען פרייט זיך מיט זייערע נצחונות ווער ווייסט ווי ווייט מען קען זיך דערנאך דערקייקלען אויך צו וועלן טאנצן אין א הוילן קאפ 'חסדי השם'.. און דארט קען מען אויך זעהן דעם גרויסן כינוס כללי, און וועסט זיך איבערצייגן אז עס ווירקליך יא געווען א כינוס"

"אנטשולדיגט! אבער איך קוק נישט אין די אלע כלים, און ב"ה איך האב נישט קיין נסיון זיך צו פרייען מיט זייערע א"ג נצחונות, אגב ווי קומט דאס טאקע אז סאטמארע אידן זאלן קענען ווערן פאר'כישופ'ט פאר ציוני'סטישע א"ג נצחונות"?

"לאמיר יעצט רעדן פונעם כינוס" זאגט ער מיר. "די ראב"ד איז דאך ארויסגעקומען ספעציעל פאר דעם כינוס פון ארץ ישראל אהער, טויזענטער קינדער מיט הונדערטער מענטשן, זענען געגאנגען מקבל פנים זיין, ווי אזוי האסטו די קוראדזש נישט צו ווערן רויט ביים פארלייקענען אזא אפענע מציאות"?

"איבער דעם אהערקומען פונעם ראב"ד וויל איך דיר טאקע זאגן אזוי. די אלע טויזענטער מענטשן וואס האבן מקבל פנים געווען האבן נישט קיין נאמנות אויף גארנישט, מען קען זיי נישט גלייבן קיין איין ווארט, עס איז דא א חברה זיי הייסן סיקריקים זיי שפארן אפ גאסן, אין עטליכע חרדישע שטעט, מען האט פארשווערט די טרעפיק פון טויזענטער אידן וועלכע האבן נישט געקענט צוקומען זיך צו באהאנדלען, אין די צייט וואס איך ווייס פערזענליך פון 'צוויי אידן' אינעם געגענט ווי די קבלת פנים איז פארגעקומען וועלכע דארפן דרינגענד א באהאנדלונג פון א דאקטאר..."

"און עס קען נישט זיין אז עס איז געווען א כינוס, ווייל די גאנצע זאך איז געווארן א פאליטיק, איינער זאגט אז מען דארף מאכן א כינוס און די מצב פון בלבול המוחות איז געפערליך ווען מען ווערט פארכאפט פון די ציוניסטישע נצחונות, אין די זעלבע צייט איז דא אנדערע וואס זאגן פונקט פארקערט. און זיי האבן דערויף די זעלבע סאך הסברים מיט דאקומענטן, איז דעריבער נישט מעגליך דאס וואס די זאגסט אז עס איז געווען א כינוס"

"וואס הייסט"? פרעגט ער "עס איז געווען דארט אנוועזנד רבנים אין אלע אונזערע ראשי ישיבות 'וואס זענען געשטעלט מחזק צו זיין די בחורים'.. דאס איז נישט וואס איך זאג, קענסט נאכפרעגן ביי די רבנים"

"איבער די רבנים" זאג איך אים, "האב איך דיר שוין פריער געזאגט, אז אזוי ווי די גאנצע זאך איז געווארן א פאליטיק, טרייבט יעדער איבער, נישט די וועלכע זאגן אז עס איז יא געווען א כינוס זענען באגלייבט און נישט די וועלכע זאגן אז עס איז נישט געווען א כינוס זענען באגלייבט."

"די איינציגסטע זאך וואס מען דארף טון איז מען זאל אראפשיקן א קאמיטע פון קלוגע מענטשן, אין זאלן זיי גיין רעדן צו אלע רבנים און אלע ראשי ישיבות וואס זאגן אז עס איז נישט דא קיין כינוס, און זיי מעורר זיין, מען זאל האלטן דרשות אין זייערע ישיבות, אין זייערע כוללים, און אפשר וואלט געווען א גוטע געדאנק אפילו צו מאכן א כינוס פאר זיי..."

פרעגט ער מיר "איך זעה ביסט אינגאנ.......

"און מען שווייגט - און מען שווייגט"... זאג איך אים, עס איז א האקעלע נושא, און מען קען נישט פסקענ'ן אויפן סמך נאר בלויז ווייל די זאגסט אזוי."

"די ווייסט ווי שארף די רבי זאל זיין שטארק געזונט איז ארויס קעגן גזירות ביים כינוס"? זאגט ער מיר, "די רבי האט ביים כינוס אויסגעשריגן מיט פאטאס: "ווען עס גייט קומען גזירות (...) וועלן מיר שטורעמען די וועלט, און מיר שרייען אויס פאר די וועלט אז מיר זענען נישט מסכים אויף קיין שום פשרות"

"די כאפסט נישט וואס דיין רבי זאגט דא" זאג איך אים "להוי ידוע אז קיין 'גזירה' גייט קיינמאל נישט זיין און דיין רבי וועט קיינמאל נישט אנערקענען איבער דעם שרעליכן מצב כל זמן די חרדי'שע חברי הכנסת זיצן אין קאאליציע. פראבלעמען, חוקים, יעדים, מערערע יחידים, יחיד'ישע ציבור'ים וכדו' דאס וועט זיין. אבער נישט קיין 'גזירה'." און ווייטער האב איך אים געלערנט דעם דרך פון זיין רבי'ן, "אויב וועט מען שוין יא זאגן אז עס איז דא א גזירה מיינט דאס אין דיין רבינ'ס שפראך "מיר וועלן מאכן א כינוס קעגן דעם עצם רעיון פון גזירות" און שרייען אקעגן פשרות מיינט, אז אויב וועט יא זיין פשרות וועלן מיר זיין געצווינגען צו אראנדזשירן א באזונדערע כינוס אויך קעגן עצם רעיון פון פשרות!!"

"און סתם אזוי, דאס אז די זאגסט אז עס איז געווען א כינוס, איז נאר צוליב נגיעות, ווייל די אנדערע פארטיי האט פארכאפט אלע זיצן אין א סטעדיום פאריאר, אבער ווען ענק זאלן ווען האבן א מעגליכקייט מיטצוגיין און אויך האבן א זיץ דארט, וואלטן אויך געזאגט אז עס נישטא קיין כינוס יעצט."

"און בכלל" זאג איך אים, צו זאגן יעצט אז עס איז דא א כינוס, מאכט דאס קאלט די גאנצע ענין פון א כינוס 'און ווען עס וועט טאקע זיין א כינוס', און עס וועט דעמאלטס זיין א געלעכטער און מען וועט זאגן שקר נחלו אבותינו"

און איך לייג אים צו אז: "אין 3 חדשים פון יעצט ווען עס איז אין פלאן טאקע ארויסצוקומען מיט א כינוס, איז קלאר אז מיר וועלן מיטשטיין און פירן א מערכה מיטן גאנצן שארפקייט. אבער דאס איז קלאר אז 'איינער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין כינוס איז נאכנישט קיין....."

דא האט ער מיר שוין נישט געלאזט קומען צום ווארט, ער האט זיך ערנסט אויפגערעגט און באזידלט אז איך רעד נישט צום זאך, און ער האט פשוט אוועקשפאצירט פון מיר, אבער איך בין צוגעלאפן און געוואלט אנפאנגען רעדן מיט אים איבער גאנץ א אנדערע נושא איבער דעם 'עצם רעיון הציונות' אבער ער האט נישט געוואלט שטיין מיט מיר אין ווארט, איך קען נישט פארשטיין פארוואס, "עס איז א גרויסער ווייטאג" אילו זכינו וואלט מען געקענט רעדן דערפון עס וואלט ארויסגעקומען א גרויסע תועלת דערפון - אבער ער איז שוין נישט געווען צום האבן.

פארשטייט איינער פארוואס????

איך בין געבליבן דארט שטיין 'אליין' אן קיין כמות... און מיט א טיפע 'איכה'..
פרייטאג יוני 08, 2018 12:13 am#405407
מ'האלט שוין 5 טאג נאכען כינוס אין מהרז''ל קען זיך נאך נישט באראויגן? ס'זעהט שוין אויס זייער נעבעכדיג
פרייטאג יוני 08, 2018 1:22 am#405416
signout האט געשריבן:מ'האלט שוין 5 טאג נאכען כינוס אין מהרז''ל קען זיך נאך נישט באראויגן? ס'זעהט שוין אויס זייער נעבעכדיג

פריער שרייט איינער אז די זאליס זענען שוין שטיל ווייל די צייטונגען זענעו שוין ארויסגעקומען, יעצט שרייסטו אז מ'האט זיך נאכנישט בארואיגט.... וואס מ'טוט איז נישט גוט.
פרייטאג יוני 08, 2018 1:36 am#405418
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:מ'האלט שוין 5 טאג נאכען כינוס אין מהרז''ל קען זיך נאך נישט באראויגן? ס'זעהט שוין אויס זייער נעבעכדיג

פריער שרייט איינער אז די זאליס זענען שוין שטיל ווייל די צייטונגען זענעו שוין ארויסגעקומען, יעצט שרייסטו אז מ'האט זיך נאכנישט בארואיגט.... וואס מ'טוט איז נישט גוט.

און די ענטפער עם נאך...
פרייטאג יוני 08, 2018 10:22 am#405443
ברוך ה' ציונות לעבט, על אפם ועל חמתם פון די סאטמארע אנטיסעמיטן.
פרייטאג יוני 08, 2018 3:02 pm#405461
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:"זיי האבן אנגעפילט נעסוי".... "זייער כינוס וועט זיך למעשה יא אויסארבעטן"...

פיינע טריי אבער ס'ארבעט נישט... כ'זע נישט וואס דער ענין צו פארנארן אנדערע אז ס'געווען א פולן זאל ווען די וואס זענען דארט געווען ווייסן גאנץ גוט דעם אמת.

מיינס א באקאנטע איז דארט געווען און געשיקט קליפס און בילדער א גאנצן צייט. בשעת ר' אהרן האט גערעדט זענען אריינגעקומען בילדער און קליפס פון גאנצע סעקשאנס גענצליך ליידיג! דאס איז שוין חוץ פון די ליידיגע זייט אין בעק פון אויבן אן... און מרעדט דא פון צווישן 5 און 6 אזייגער. אויך אנדערע סעקשאנס נאר באזעצט למחצה ולשליש. דאס זענען הארטע נישט געפיקסטע בילדער און קליפס. פארוואס זיך משוגע מאכן און נערן אנדערע? (זיך אליין נארסטע נישט)

און ס'געווען גענוג מענטשן אזוי אויך. 8000 איז אויך א נומבער. אבער אנפילן דעם קלענערן נאסוי האט ער נישט געקענט. ווייט דערפון.
ווען איינער מאכט א מעשה דארף ער האבען א גיטע זכרון, מהר''א האט נישט גערעדט צווישן 5 אין 6, די קליפס וויאזוי בארקלעי - שוין נאכען פארמאכען אזויפיל סעקשאן'ס קוקט אויס ווען מהרז''ל רעדט וואלט דיך געדארפט פארשטעקן אין מייזן לאך
פרייטאג יוני 08, 2018 3:05 pm#405463
פרייטאג יוני 08, 2018 4:55 pm#405476
סיקריק: איך האב נאך (ב"ה) נישט געליינט ווייטער ווי (בערך) די העלפט פו דיין חשוב'ע תגובה. אבער איך האב א פאר עטליכע קליייניגקייטן מעורר צו זיין דעריבער...!

ערשטנס, דו זאגסט אז דו ביסט געווען אויף עטליכע פלעצער און דו האסט געזעהן געפאקטע בתי מדרשים... ממילא קען נישט מעגליך זיין אז ס'איז געוען א כינוס. יא. אמת, איך קען דיר אויסרעכענען נאך א 25 מיליאן פארשוין וואס זענען נישט געווען אנוועזנד ביים כינוס. די אלע אלופי עשיו. די פוטבאלל, בעיס באלל און בעסקעטבאלל שפילערס און פענס וועלכע פולן געוויינליך אן די סטאדיומס...! אבער אפילו להבדיל, נאך אנדערהאלבן מיליאן ערליכע אידן בני תורה זענען אויכעט נישט געווען אנוועזנד ביים כינוס... ממילא, איז עס א ראיה לשיטתך אז ס'איז נישט געווען קיין כינוס כללי פאר ערליכע אידן יראי ה' וחושבי שמו... (מיין רבי, הרב סענדער דער דייטש/דויטש וואלט שוין געזאגט אויף דעם...עפ"ל...! )

און דעיס וואס דו זאגסט אז ס'זענען (ליידער) דא אידן וועלכע (נישט נאר דער טיפש נתן יהוא) זינגען חסדי ה' כי לא תמנו מיט א הוילן קאפ... 'עלל איך דיר זאגן פון וועלכע קרייזן זיי קומען... פון די זאוליס' פארטיי... יא. די קליפ/ה הידועה ווי די 3 אדער 4 שיכורים וועלכע זעהען ליידער אויס ווי גויים גמורים נעמען זיך צוזאם און זינגען חסדי ה' כי לא תמנו מיט א היימישן זאפטיגן געשמאק, ווען זיי הערן א בשורה טובה. איך קוק עס אן ווי זייער א שיינע זאך. אז א איד אפילו סיי ווי ער האלט, איז דאך א איד. און זיין אידישע נשמה פלאמט אויף...!

ווען איכ'ל האבן נערוון צו ליינען דיינע בייזוויליגע שטותים ווייטער, וועל איך בלי"נ (אויב דער עולם איז אינטרעסירט) קאמענטירן איבער די איבריגע (תרתי משמע) שטותים והבלים. והבל ורעות רוח...!
פרייטאג יוני 08, 2018 5:24 pm#405477
berlbalaguleh האט געשריבן:סיקריק: איך האב נאך (ב"ה) נישט געליינט ווייטער ווי (בערך) די העלפט פו דיין חשוב'ע תגובה. אבער איך האב א פאר עטליכע קליייניגקייטן מעורר צו זיין דעריבער...!

ערשטנס, דו זאגסט אז דו ביסט געווען אויף עטליכע פלעצער און דו האסט געזעהן געפאקטע בתי מדרשים... ממילא קען נישט מעגליך זיין אז ס'איז געוען א כינוס. יא. אמת, איך קען דיר אויסרעכענען נאך א 25 מיליאן פארשוין וואס זענען נישט געווען אנוועזנד ביים כינוס. די אלע אלופי עשיו. די פוטבאלל, בעיס באלל און בעסקעטבאלל שפילערס און פענס וועלכע פוללן געוויינליך אן די סטאדיומס...! אבער אפילו להבדיל, נאך אנדערהאלבן מיליאן ערליכע אידן בני תורה זענען אויכעט נישט געווען אנוועזנד ביים כינוס... ממילא, איז עס א ראיה לשיטתך אז ס'איז נישט געווען קיין כינוס כללי פאר ערליכע אידן יראי ה' וחושבי שמו... (מיין רבי, הרב סענדער דער דייטש/דויטש וואלט שוין געזאגט אויף דעים...עפ"ל...!)

בערל, דו האסט שוין צוויי רבי'ס וואס באניצן זיך מיט דעם עפ"ל
פרייטאג יוני 08, 2018 5:35 pm#405479
pdf לכבוד שבת
פרייטאג יוני 08, 2018 7:15 pm#405490
האהא די אידן אין ראדני שחורה אינסעטוט גייען זיך ארום שלעפן מיט די שאולזאהן געשרייבעכץ אין די ביזעם אזוי ווי פארמעגליך'ס העצעריי און פארדרייעריי און זיינער צייט.........

און דעס איז שוין נאך די אומגעלונגענע כינוס............

וירא בצר להם
זונטאג יוני 10, 2018 1:22 am#405500
קורצע אפהאנדלונג איבער די ארוינישע שפין געוועבאכטס וואס יאווענען זיך חדשים לבקרים ,מדי יום ביומו אחרי כלות השבעה פון די היסטארישע דורך פאל וואס האט זיי באטראפן.

שוין טאקע דורך א צוויי דריי טעג זייט די היסטארישע דורך פאל וואס האט באטראפן די ארוינים אויף א מאסיווע פארנעם ,איך גיי נישט יעצט אריין גיין אין די עומק הדברים ,פינקטליך די אורזאך דערפון ,עס איז שוין געשריבן געווארן , און עס גייט נאך געשריבן ווערן גאר גאר אסאך אויף די נושא.

צו וואס איך וויל צו קומען איז ווי פאלגענד, די ויהי ממחרת שטויב האט זיך געזעצט ,די ארוינים זענען צו שפאט און צו שאנד ,טייל זענען ביטערליך אנגעווייטאגט אויף די ליצנות וואס מען האט געטריבן פון זיי בשאט נפש אן קיין געהעריגע פלאן פון פאראויס ,דער עולם איז צומישט און צוחושט ,מען שטייט און מען קוקט איבער בארקלעיס מיט נעסיו ממש טרערן שטעלן זיך אין די אויגן ,וואס האט דא פאסירט ?איך רעד נישט פון די עולם חלק ,איך רעד פון די אויבן אן ,בארקלעיס האט פארמאגט די שענסטע און בעסטע פון די תלמידים הנאמנים פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע און דא איז אזא דורכפאל ,א בלאסע אויבן אן מיט ישיבה קטנה מגידי שיעורים...

האט מען אין א פארצווייפעלטע פריוו איינגעשפאנט די סמעטענע בלאט שרייבער ארויסצוקומען מיט געפארפולע ספינס ,און הויעך שטאקיגע פשעטלעך וואס זאל איינשלעפן די קליינע קינדער אז עעעכט האבן אונז געוואונען...

איינער פון די עיקר שבת נחמו ספינס מיט וואס דער עולם האט זיך געהאלטן איז געוועזן ,וואס הייסט ?בארקלעיס האט געהאט 'צענדליגע 'פרעמדע !ס'איז בכלל נישט געוועזן נאר סאטמאר !!סא וואס איז די קונץ ?מה כל הרעש?

איז אזוי ,צום אלעם ערשט ,די וועלט זאגט אז א ליגענער דארף האבן א גוטע זכרון ...אונז אלע געדענק מיר ווי פארן כינוס האבן די ארוינים ארויסגעגעבן ליטערעטאר פאשקעווילן ליפטלעטן פינקטליך ווער ס'קומט יא אדער נישט , אונז אלע געדענק מיר ווי זיי האבן פארשפרייט און אויפגעהאנגען אין אלע בתי מדרשים א צעטל וואס האט געשריגן מיט קידוש לבנה אותיות ,מי רואה את אלו "לא "יוצאים ויוצא ...סא פון וועם מאכן ענק ליצנות ?וואס האט זיך דא געטוישט?

די אמת וואס דא איז געוועזן ,איך פארשטיי ס'שטעכט ,ס'ציפט ,ס'בייסט ,אבער די פאקט איז ,אז אין בארקלעיס האבן זיך באטייליגט ריזיגע פערזענליכקייטן וואס פאר זיך זענען זיי ריזיג ,זיי זענען גאונים וצדיקים ,תלמידים נאמנים פון רבין זי"ע ,אבער מענטשן ברענגען זיי נישט.

לאמיר אנכאפן א דוגמה ווי שאפראנע רב שליט"א ער איז א פערזענליכקייט וואס מען דארף נישט מסביר זיין ,אבער מענטשן ?וויפיל מענטשן האט ער געברענגט ?זיין גבאי ?וועם נאך ?יא !פאר א אויבן אן איז ער א מעכטיגע פערזענליכקייט !איינער וואס שפיגלט אין זיך דעם אלטן דור. אדער לאמיר גיין צו גאב"ד קארלסבורג שליט"א ,וואס ער איז א גאון וואס שאקעלט וועלטן ,ער ברענגט מענטשן ?זיכער אז נישט !נאר די איבריגע לייגט אליינס צו .וכהנה וכהנה די אלע רבנים וואס האבן זיך משתתף געוועזן.

אמת !סאיז געוועזן ריזיגע באמבעס ווי למשל פשעווארסקער רבי שליט"א ,און הגאון הגדול רבי אהרן שעכטער שליט"א ,אבער פון זיי האט קיינער נישט געוואוסט פאר דעם אז עס איז אין פלאן זיי זאלן זיך באטייליגן ,יעדער געדענקט נאך די עקסטאז וואס האט אנגעכאפט דעם עולם ווען רבי לייבוש האט אריינשפאצירט אין בארקלעיס ,דער עולם איז געוועזן אין טאטאלע שאק ,מען האט זיך ארום געקוקט זיכער מאכן אז מען לעבט עס באמת מיט ,און עס איז נישט נאר א גלאררייכע חלום פון וואס מען גייט זיך באלד ערוועקן...

מה שאין כן אין נעסיו איז נישט געוועזן גארנישט !נישט קיין תלמידים ,נישט קיין חסידים פון רבינו הק' !נישט קיין געווייקטע סאטמארע תלמידי חכמים! לידו פונעם רבי'ן זענען געזיצן ...הרב ר 'שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א ... אביש ספינקער ,בארשע רבי ...וכו 'וכו 'וכו'

יא, די מציאות איז ביטער און זויער ,עס פאטשט אין פנים ...פראבירט מען זיך מחזק זיין פון פארשידענע ריכטונגען ,און מען קומט אויף מיט הויעך שטאקיגע געביידעס וואס יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן.

לאמיר גיין צום צווייטן ספין.
טעראר!!! אין די לעצטע פאר טעג איז ארויסגעקומען מאסען דרשות מיט צעטלעך אז ס'הייסט?! בארקלעיס איז נישט געוועזן קיין טעראר פונעם צד שכנגד, משא"כ נעסיו איז געוועזן טעראר פונעם אדמו"ר משכנגד אליינס. איצטערט ,לאמיר צונעמען די זאך ,וואס הייסט אז אין נעסיו איז געוועזן טעראר ?ווער האט געלייגט ?פרעגטס ענקער דיין פרעגטס ענקער רב ,וויפיל מענטשן זענען געקומען צו אים מיט גוטנס און מיט בייזענס אז ער זאל קומען צו נעסיו ?א טעראר אפראט אשר לא הי 'מימות אהרן איז נאך געוועזן אויף זיין שטעלע כדמעיקרא...וד"ל ,יעדער איד מיט א טיש בעקיטשע האט באקומען צענדליגע איינלאדענונגען ,מיט סטראשענען און טעראר !ביודעי ומכירי קאמינא!

די שמוציגע ארוינישע קעפ האבן בעת צר זעהנדיג אז מצד השני איז נישטא קיין שום קעגן שטאנד ,האבן זיי אנגעהויבן מיט כל ערליי מעשיות און חזיונות אן קיין שום האפט אדער מקור ,די בחורלעך אויף סאציאלע מידיא האבן געבאקן געבעקסן עד אין חקר ,און דער עולם גולם ,זייענדיג הונגעריג אויף א שטיקל חיזוק ,טרייסט ,נאך אזאנע שווערע טעג ,האט עס געקויפט פאר גוט געלט ברוך השם ,גייטס פרעגטס רבי שמעי גרינבוים שליט"א'ס קינדער און אייניקלעך !א ברעקל טעראר ?איז בכלל געוועזן אין פלאן צו רעדן? ברענגטס איין רב אדער מורה הוראה בישראל וואס האט זיך אפגעהאלטן צו גיין אויס מורא פון די צד שכנגד !אלעס איז פיסטע בלאג שרייבערלעך וואס ווייסן אז קיינער גייט זיי קיינמאל נישט קענען רופן צום דין תורה און אויפווייזן אז משקר בנו יסודם און די גאנצע זאך איז בלויז נאך א רינגעלע אין די קייט פון ויהי ממחרת נחמו ספינ'ס!

יעצט מצד השני ,ביי בארקלעיס ,איך רעד שוין נישט וואס פאר א טעראר די ארוינים האבן געלייגט ,די גאנצע וועלט האט גערעשט דעמאלטס ,מען האט געשיקט בריוון צו רבי ליבוש ,מען איז אראפגעקומען צו פארן צו רבי מלכיאל און צו די ליטווישע ראשי ישיבות ,ס'האט זיך געטון אויף טישן און אויף בענק , דאס איז נישט געוועזן קיין טעראר אמת? !וואס מיינט טעראר אויב נישט ווען צו יעדע חסידישע מנהיג אין אמעריקע אנגעהויבן ביי סקולען און גענדיגט ביי וויזניץ האבן די ארוינים'לעך מיט זייערע שלוחים אנגעזייט א שרעק אז אויב גייט מען קומען ,אוי אוי אוי...

נאכאמאל !קלאר !פון די גאנצע וועלט איז געקומען טעראר !אנגעהויבן ביי די חברי הכנסת גייענדיג ווייטער צו די ליטאים פון ארץ ישראל ,און נאכדעם די מהריסיך ומחריביך ממך יצאו פון די אזוי גערופענע לאגער פון די זעלבסט געקרוינטע שר צבא השם... און נאכדעם איז נאך ארויסגעקומען די אומשולדיגע אין אנ"ש משתתפים פון די פירער אליינס וואס האט אויפגעשטורעמט יעדע רעכט דענקיגע מענטש ,אבער געדענקט !שרייבטס עס אראפ און האלט עס פאר די אויגן ! *ביי בארקלעיס איז נישט געוועזן קיין טעראר*!!! ווי אזוי האט די נאצישע פראפעגאנדע מיניסטער יאזעף געבלעס ימש"ו געזאגט ?'חזר די ליגענט ביז ווילאנג די וועסט עס אליינס גלייבן'... והדברים ידועים וברורים לכל.

יעצט גייט איינער קומען זאגן ,ס'הייסט! ?ס'נישט געוועזן קיין טעראר ביי נעסיו ?אזוי ?צענדליגע קינדער האבן געפליקט צעטלעך ?דאס איז נישט קיין טעראר ?שפריצן ביליגע לויזונגען אויף תלמידי חכמים איז נישט קיין טעראר?

איז אזוי ,לאמיר גיין צושטאטלעך ,ווער האט געפליקט צעטלעך ?חדר אינגלעך ? ישיבה קטנה בחורים וואס האבן גענומען די געזעץ אין די אייגענע הענט ?וואס ? ווי ?ווען ?דאס מיינט טעראר ?אונז געדענק מיר נאך זייער גוט וואס מיינט טעראר!... רבונו דעלמא כולא !מ'האט געספרעי פעינט !!!ווער איז עס ארום געגאנגען אויסמעקן יענע נאכט ?ווער האט עס בכלל געשפריצט ?דו ווייסט אז די ישיבה קטנה בחור וואס האט עס געשפריצט איז געפלויגן אונעם זעלבן טאג פון ישיבה? דו ווייסט ווער סהאט געדינגען א קאמפעני צו אפרייניגן פארענט פון א הויז ווי מען האט געשפריצט?

א רגע !פארגעס נישט !באקלעבן נכסי ציבור ויחיד מיט סטיקערס ...טעראר ? מאן דכר שמיה ?ווער ס'זאגט עס, איז נכשל אונעם רעיון הציוני רח"ל ... באקלעבן דעם אנדערן מנהיג'ס הויז און קאר מיט סטיקערס איז טעראר ? נעההה וואס עפעס? טיילן ריזיגע בעגס מיט סטיקערס מנער ועד זקן מקטן ועד גדול גייטס באקלעבטס ווי ענק קענען איז טעראר ?נעה ?טראכט א מינוט ! שטעל דיך אפ !ווען ווערט מעשי ילדים פארעכנט ווי טעראר און ווען נישט ? זענען די ארוינישע וואש מאשינס טאקע אזוי מאכטפול אז זיי קענען אינגאנצן פארדרייען דיין מוח ?

ס'ציפט ?ס'שטעכט ?מסכים !איך פיל מיט מיט דיר !סא גיי עס די מעשים און פירות וואס ענק האבן זיך אליינס אנגעווערטשאפט מיט די אייגענע צוויי הענט ! באשילדיג נישט יענעם אויף דיינע דורך פעלער!

און יעצט קומט די דריטע טרייסט פריוו...
היתכן ?א עלטערע גאון ,א פוסק הדור(? )סוף כל סוף איז ער די ראש בית דין פון די עדה החרדית ,ער איז געקומען קיין אמעריקע און ענקער רבי האט אים נישט אויפגענומען !א חוצפה שאין כדוגמתו !בזיון תלמיד חכם !מען צוברעכט די עדה !

איז אזוי ,יעדער איינער געדענקט וואס איז פארגעקומען ביי מחתם גלויבנביץ אין בית שמש ,ווי די גאנצע עדה איז ארויסגעקומען אנטקעגן די קברים וואס אפילו די פרייע האבן פארשטאנען אז אזא זאך טשעפט מען נישט ,אבער אונזער חכם דנן איז ארויסגעקומען מיט געוואלדיגע היתרים אשר לא היו מאז היתה ישראל לגוי !די ניגון איז געפארן פון אוצרות יין ושמן ביז כלבים און צוריק צו משכב שלא כדרכו ,איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין יענע פאליטיק ,סך הכל : אריינגעשטאכן א מעסער אין די חרידישע אידנטום און אין די עדה בפרט! אם כל זאת האט מען אים ווייטער מכבד געוועזן!

יעדער געדענקט ביי די ביטערע פרשה ווען א מוסד האט בוגד געוועזן אונעם יהדות החרידות ,ווער האט געשטערט די בית דין פון ארויסגעבן א בריוו ?ווער האט נותן יד לפושעים געוועזן צוזאמען מיט די שותפים לכל דבר שומצה פון אמעריקע און געשטיצט די פושעים? סך הכל :אריינגעשטאכן א מעסער אין די יהדות החרדית אין בפרט אין די ביד"ץ העדה החרידות! אם כל זאת האט מען אים ווייטער מכבד געוועזן!

יעדער געדענקט ווען פאריאר איז די עדה ארויסגעקומען מיט א רוף צו די יהדות הגולה אז מען זאל פאררופן א עצרת וואס זאל אויפשאקלען די אמעריקאנע אידנטום איבער די שוידערליכע גזירות גיוס ,רבינו שליט"א איז געוועזן דער וואס האט נענה געוועזן לקריאתם ,און זיך נישט דערשראקן פון די מחבלי כרם השם וואס האבן פראבירט אויף אלע אופנים בטל צו מאכן די געפלאנטע עצרת ,רבי משה שטערנבוך אליינס ,האט שוין געהאט געשריבן א בריוו אז ווער עס קומט נישט איז חיוב בנידו !אבער דער 'סר 'צבא השם וואס האט פאר פאליטישע סיבות אפגעמאכט אז אין אנ"ש משתתפים ,האט אין א פריוו צו צושטערן דעם כינוס ,אנגערופן רבי משה ,און מעשי שטן הצליח און ער האט ציריסן די בריוו פון בית דין !און האט זיכער געמאכט אז די עדה קען נישט ארויסגעבן א בריוו !און מיט דעם אריינגעשטאכן א מעסער און די גאנצע יהדות החרדית!!!

ווי אויך יעצט ,די גאנצע עדה ממש האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל נישט פארן ,נישט צושטערן די מעמד קרן הצלה ,וואס ער האט קלאר געוויסט !אויב פארט ער ,איז נישטא קיין מעמד יובל הארבעים ,און דאך ,על אף זאת ,איז אים נישט אנגעגאנגען צו קומען און מיט דעם צושטערן די מעמד וואס איז פאררופן געווארן דורך די עדה! סך הכל :האט ער מיט דעם אריינגעשטאכן א מעסער אין די ריקן פון די יהדות החרידות און פון די עדה בפרט!

(במאמר המוסגר ,איך גיי נישט יעצט אריין אז מען האט דעם איד קיינמאל נישט אויפגענומען פאר ראב"ד !סך הכל פאר סגן נשיא העדה החרדית !!!און פון דארט ביז ראב"ד האט ער אליינס געמאכט דעם וועג ואכהמ"ל)...

יעצט איז ער געקומען קיין אמעריקע ,פארוואס ?פאר וועלכע ציל ?מחזק זיין א זאך וואס האט נישט קיין שום שייכות ,קיין כי הוא זה מיט די עדה !אויב עפעס פארקערט !ער קומט מדעת עצמו שטיצן א פאליטישע צוזאמקונפט וואס לויט די עדה גייט עס שטארק שאטן פאר די מערכה ,זאל איך יעצט גיין און געבן כבוד און הערצה פאר אזא מענטש?

דאס איז די פרייז פון טון כל מה שלבו חפץ באיצטלא דרבנן !ענק האבן געמיינט די וועלט איז ענקער? די מציאות שמייסט אין פנים אויף א שרעקליכע פארנעם!

און יעצט גיימיר צום פערטן לאקשן קיגל,
זעה'נדיג די אבנארמאלע שלעכטע ווירקונג וואס די קינות האט געהאט אויף זייער עולם ,זענען זיי ארויסגעקומען מיט א שטוינענדע חידוש ,ס'באדערט פאר די זאליס ,ווייל 'אונז 'זענען געווארן די פאן טרעגער פון קנאות ...נאך אזא דרשה פונעם 'סר 'צבא השם ווייסט שוין יעדער איינער ווער ס'איז די עכטע קנאי !און די זאליס קענען עס ממש נישט דורך טראגן!...

איז אזוי ,וויפיל דרשות האבן די ארוינים'לעך צוזאם געשלעפט ווי דער רבי שליט"א רעדט אקעגן ...יא ...די עצם רעיון הציונות ?האט איינער אמאל געזאגט אז מען 'טאר 'נישט רעדן קעגן די עצם רעיון הציונות ? זיכער נישט !מען האט געזאגט אז מען טאר נישט רעדן "נאר "קעגן די עצם רעיון!!

און אט דאס איז וואס די מכחישי גזירות טוען !יא !ס'איז קלאר !און ס'שטייט אין ויואל משה ,די אלע וואס זענען מכחיש די גזירות אין ארץ ישראל ,אפילו זיי האלטן 'נישט 'פון די עצם רעיון ,זענען זיי כופרים גמורים און זענען מרים יד בתורת משה! העסטו קומען שרייען ,וואס הייסט דער סר צבא האט קלאר געזאגט אז אין דריי חדשים ארום גייט זיין א געפערליכע גזירה אשר כמוהו לא הי 'מימות יהושע בן נין ,ער האט עס אפילו אראפגעלייגט מיט די פינקטליכע מאשענס אופן פארגעשריבענע צעטל ,וואס זקני אנ"ש האבן אים געגעבן אויף א צוגעגרייטע 'טעלער'...
העלא ??דאס מיינט ער שרייט אז סאיז דא א גזירה?? דאס איז דאך וואס די חברי הכנסת טענה'נען!!! די קירוב משפחתי אין ארץ ישראל האט ווייזט אויס איבערגעוואויגן די קירוב מיטן רבין זי"ע... נישט איינמאל האט דער סר צבא געזאגט אז ווער ווייסט צו מען גייט קענען מאכן גענוג א גוטע פשרה !!!און מיט דעם גאנג גייט ער ווייטער !!!הזאת תורת קנאות? האט נישט רבינו הק' זי"ע געזאגט און געשריבן אז לא יעלה על הדעת אז מען קען "נישט "אויפטון פון אינעווייניג אויף קיין שום וועג??

אונז געדענק מיר אלע ווען דער סר צבא האט פליצלונג פארגעסן דאס וואס ווער ס'פארשטייט פארשטייט ביי די כינוס כלל ישראל אין סיטי פיעלד און געלאפן כאפן א קבלת עול מלכות שמים ביי די עצרת וואס די אגודה האט פאררופן ,וואס די קלארע ציל איז געוועזן צו קענען אויסהאמערן א פשרה אין כנסת המינים!

היסטאריע חזרט זיך איבער !מען גייט פייערן אנטקעגן די גזירה וואס 'קומט 'כדי צו קענען אויסהאמערן א פשרה ,און ווי נאר זיין ביזעם פריינט מאזעס וועט אים אנרופן זאגן אז די פערצנטע גזירה איז שוין אויך בטל ,וועט מען זיך צוריקלייגן כאפן א טיפע שינת צהרים... היש לך צביעות גדול מזה ?און דאס ווערט אנגערופן קנאות??

און דאס אז מען נעמט א גאנצע ציבור ערליכע אידן וואס האבן זיך אפגעשיידט פון די שלטון הכופרים און טענה'נען אין לנו חלק ונחלה במדינה הטמאה ,זיי האבן אויפגעהערט נעמען געלט ,זיי זענען פון די גרעסטע לוחמים קעגן די גזירות גיוס ,און אויף זיי שרייט מען קשים גרים כספחת ?אנשטאט זיי זאלן באקומען חיזוק פון די אזויגערופענע סאטמארע קהילה שטייט דער 'סר 'צבא און רייסט זיי אראפ ביי אלע זיינע פרעדיגונגען! ?

שיין האט מען זיך דערלעבט...ווען רבי משה שטערנבוך וועם זיי האבן אראפגעברענגט ...האט גערעדט אין ישיבת אוהל תורה אין לעיקוואד ,און האט רח"ל גערעדט פון די ליטווישע קרייזן אז מען דארף זיי שטיצן ...האט צוויבל אין א פארצווייפעלטע פריוו פראבירט 'מסדר צו זיין' די מייק... און ביי די קינות האבן זיי נעבעך געמוזט מאכן אומקלאר די מייק סיסטעם ביי זיין דרשה ווייל ווער ווייסט ...אפשר גייט ער זיך נאך פאררעדן ...על אף די צוגעגרייטע אפגעדריקטע צעטלעך ...און וואס גייט ער אפשר רעדן ?אז ס'איז דא א גזירה? ! אז מען דארף זיי שטיצן?!

וזאת תורת הקנאות !!!נישט פארגעסן !!!מען איז גרייט צו לערנען גאנץ ויואל משה ...אבער חס ושלום !די גזירות אין ארץ הקודש, מאן דכר שמיה? מען גייט טון כל טצדקי שבעולם צו צוברעכן די ערליכי קרייזן הנאמנים לשם ולתורתו פאר געמיינע ביליגע פאליטיק??!!

צום שלוס ,באשולדונגען יענעם אין די אייגענע דורכפעלער טוישט נישט די מציאות אויף קיין שום אופן ,פארשטעקן די קאפ אין זאמד ווי א בת היענה וועט אויך גאר נישט העלפן ,יעצט ברוך השם איז שוין די בלאט ארויסגעקומען מיט פעך שווארצע בלורי בילדער וואס זענען אדורך געגאנגען די מייסטער הענט פון די גרעסטע פיקטשער דאקטוירים ערצייגנדיג הערליכע בילדער צו זעטיגן די קעלבעלעך.
זונטאג יוני 10, 2018 1:26 am#405501
pdf
זונטאג יוני 10, 2018 2:25 am#405509
@סיקריק.
דיינע ערשטע צוויי פונקטן זענען גוט. צו באריכות, אבער דאך גוט. אבער דאס וואס די דרייסט ארום וועגן ר' משה שטערענבוך איז שוין א ספין נוסח דער בלאט. פאקט איז ר' משה שטערענבוך איז א רעספעקטירטער גאון און לאנגיעריגע חבר בי"ד עדה"ח. יא ראב"ד נישט ראב"ד מאכט נישט אויס. די אלע דוגמאות וואס די ברענגסט אז ער האט "אריינגעשטאכן א מעסער אין די יהדות החרדית" איז נאנסענס והא ראי' אז די עדה"ח אליינס ובראשם די גאב"ד איז אים יא מכבד, איז פארוואס דארף מרז"ל זיין "פויפסטליכער פונם פויפסט" און אים בויקאטירן? ס'איז געווען א נערישקייט וואס מ'גייט דארפן ארבעטן שווער צו פארענטפערן און פאררעכטן.
יעצט בנוגע וואס די שרייבסט אז די ארונים זענען צעשאסן און צובראכן, אמת, זיי האבן טאקע צום ערשטן מאל געפעיסט ריעליטי אז די" צענדליגע טויזענטע" וואס מ'האט אייביג פארקויפט איז הוילע דמיונות, אבער למעשה האט זייער רבי דעליווערט א מעכטיגע דרשה און מיט דעם שטאלצירן זיי. איך פערזענדליך קען נישט דערליידן זיין סטייל פון רעדן הן די פאלשקייט און הן די גאווה ושחצנות אבער איינער וואס האלט אים פאר אן ערליכע מענטש איז זייער איבערגענומען פון זיין דרשה. אויף דעם פאוקעסן זיי און דאס איז זיי מחזק. צו זאגן אז זיי זענען צעקלאפט איז שקר וכזב
זונטאג יוני 10, 2018 3:41 am#405510
קודם כל ווייל די עדה איז אים מכבד מיינט נישט אז סאיז נאן סענס, פאקט בלייבט פאקט נישט קיין חילוק צו די עדה איז אים מכבד צו נישט, און צווייטנס, אין ארץ ישראל איז די רבי אים אויך מכבד, פאר צוויי יאר צירוק ביי די מעמד שקל הטהור האט די רבי געהייסן אז מען זאל אים רופן, אבער אז ער קומט קיין אמעריקע אזאך וואס די גאנצע עדה האט אים געבעטן ער זאל עס נישט טון, און ער קומט פאר 'בלויז' פאליטישע מאטיוון, בין איך בכלל נישט מחיוב צו מיט טאנצן מיט זיינע משוגעתן,
צווייטע זאך וואס די האסט געשריבן, זאגסטו דאך אליינס דעם תירוץ... איינעם גייט אן וואס אהרן האט געזאגט? יעדער ווייסט אז סאיז א גוט פארגעשריבענע דרשה מיט צענדליגע מאל חזרן... דאס אז די באבל פון די רבבות האט זיך נעבעך ביטערלעך צופלאצט איז א גאר שטארקע קלאפ פאר א ריזיגע עולם דארט..
זונטאג יוני 10, 2018 4:37 am#405511
סיקריק האט געשריבן:קודם כל ווייל די עדה איז אים מכבד מיינט נישט אז סאיז נאן סענס, פאקט בלייבט פאקט נישט קיין חילוק צו די עדה איז אים מכבד צו נישט, און צווייטנס, אין ארץ ישראל איז די רבי אים אויך מכבד, פאר צוויי יאר צירוק ביי די מעמד שקל הטהור האט די רבי געהייסן אז מען זאל אים רופן, אבער אז ער קומט קיין אמעריקע אזאך וואס די גאנצע עדה האט אים געבעטן ער זאל עס נישט טון, און ער קומט פאר 'בלויז' פאליטישע מאטיוון, בין איך בכלל נישט מחיוב צו מיט טאנצן מיט זיינע משוגעתן,
צווייטע זאך וואס די האסט געשריבן, זאגסטו דאך אליינס דעם תירוץ... איינעם גייט אן וואס אהרן האט געזאגט? יעדער ווייסט אז סאיז א גוט פארגעשריבענע דרשה מיט צענדליגע מאל חזרן... דאס אז די באבל פון די רבבות האט זיך נעבעך ביטערלעך צופלאצט איז א גאר שטארקע קלאפ פאר א ריזיגע עולם דארט..

וואס איז א נפקא מינא צו אין א"י אדער אין אמעריקע? די נישט אויפנעמען איז געווען א גרויסע נארישקייט וואס רוב זאלונים האבן נישט געהאלפען דערפון. די קענסט ספינען נוסח שמואל ווידער וויפל די ווילסט אבער ס'איז געווען א טעות.
און בנוגע זיין דרשה, פאר סאטמערע חסידים איז עס געווען א מעכטיגע דרשה נישט קין חילוק ווילאנג ער האט זיך צוגעגרייט דערפאר.