Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

קאווע שטיבל • האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
157 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 257 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12366
זונטאג יוני 10, 2018 6:45 pm#405604
סיקריק האט געשריבן:מחאה

אייזענע טיטלן אויף ר' מנשה, שומר פיו ולשונו... :lol: :-D :lol: :like

#לצים
זונטאג יוני 10, 2018 7:36 pm#405605
ווער רעדט נאך פון 'דובר אמת בלבבו' אין זיין הארץ אפשר.. בעל פה אדער בכתב זיכער נישט!!

יין שרף האט געשריבן:#לצים
זונטאג יוני 10, 2018 7:39 pm#405606
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
אישתישבי האט געשריבן: און לאזען דער גבאי אוועק שטופען ר' ישעיה'לע ביים טיר פין דער קאר אלץ חייך קודמין,


קוק ווי מעשיות ווערן געבוירן. פון א סברא וואס @ליטוואק האט ארויפגעברענגט בדרך אפשר, איז שוין געווארן א געשיכטע. דערמאנט מיך פון דיינע ספייקי מעשיות...
זונטאג יוני 10, 2018 7:44 pm#405607
כ כ'האב נישט קיין אהנונג וואס די רעדסט, אזוי איז די מעשה באקאנט פאר די לעצטע זיבעציג יאר, עס מאכט נישט קיין נפקא מינה לגבי די מעשה. די תירוצים פין חייך קודמין דינען דא אויך.

און לגבי דיין ראי' פין ספייקי, ווייזט נאר פארקערט, אז פאר דיין פארטיי וועסטו אלס זאגן.
זונטאג יוני 10, 2018 7:52 pm#405608
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
כ'ווייס נישט ווער מיין פארטיי איז.. אפשר די טשחויב'ער פארטיי ?

ביי די ספייקי אשכול האט מען געזעהן דיין ארויפטאנצן אויף יעדע ווארט וואס איינער זאגט, און ציען אומבאגרינדעטע מסקנות...
זונטאג יוני 10, 2018 7:58 pm#405609
און ביי דער אשכול זעהט מען אז די ביסט נעבעך אנגעווייטאגט פין ספייקי, האט ער דיר אפשר אויך געפראקט?
זונטאג יוני 10, 2018 9:54 pm#405616
אישתישבי האט געשריבן:די אלע דיונים זענען זייער שיין ווען עס האנדעלט זיך צוויי אידן שותומ"צ, ווען מען רעדט כלומרשט פין א מלאך אלקים, און מען הערט פין זיין התנהגות מיט מקרב זיין קאפויס און מרעין בישין און נישט וועלען גיין אהן דער ברודער און לאזען דער גבאי אוועק שטופען ר' ישעיה'לע ביים טיר פין דער קאר אלץ חייך קודמין, איז ביי מיר פשוט איין זאך, א מלאך אלקים איז ער נישט, א איד וואס איז אלעס גרייט אוועק צו געבן פאר א צווייטער איז ער נישט. יא יא, גערעכט נישט גערעכט מהיכי תיתי, מען קען קיינעם נישט דן זיין אין דער מצב פין דעמאלס, און אוודאי און אוודאי איז דער קאמענט פין דער בארד א שטות והבל, אבער ווען מער מאכט איינעם פאר א מלאך אלקים, און למעשה ווען דער לעבען איז אין געפאר איז זיין התנהגות פונקט ווי א צווייטער, זאגט עס עפעס.

ערשטנס, א מלאך האט אויך געפילן און קען אויך מאכן גרייזן. צווייטנס, די רב ז"ל איז נישט געווען קיין מלאך, ווען יא וואלט ער נישט געדארפט עסן, נישט געקענט האבן קיין קינדער, און נישט געדארפט ארויסגיין. וק"ל.
זונטאג יוני 10, 2018 10:21 pm#405617
איש תשבי ברענגט ארויף א גוטע נקודה.
מען רעדט כסדר פון בעלזער רב ווי ער איז געווען למעלה מדרך הטבע. כ'בין זיכער אלעס איז אמת ויציב. אבער אויב בשעת חירום פירט מען זיך נישט אויף אנדערש ווי סיי וועלכע בשר ודם, מאכט קשרים מיט וועמען ס'לוינט זיך, פארקוקט אויף אנדערע לעבנס כדי צו ראטעווען דעם אייגענעם, וואספארא פשט האט דאס גאנצע פארהייליגן.
דאס זעלבע איז שווער אויפ'ן לב אהרן'ס פעטער. די בארד וואס איז אים געבליבן גאנץ קומט דאך אוודאי פון דעם וואס ער איז געווען פון די קאסטנער טראנספארט. אפנים אז ער האט נישט גורס געווען יהרג ואל יעבור ווען ס'געקומען צו נהנה זיין פון די רשעים. נו, ברויך מען אפשיקן א דאנק בריוול פאר משפחת קאסטנער פאר'ן אפראטעווען דעם רבי'ן און זיין דיוקנא קדישא וואס אן דעם וואלט די גאנצע קנאות געווען אין געפאר.
זונטאג יוני 10, 2018 10:54 pm#405619
מנשה פילאפ איז דאס מאל קעגן מהר''א
מאנטאג יוני 11, 2018 12:53 am#405629
signout האט געשריבן:מנשה פילאפ איז דאס מאל קעגן מהר''א

גערעכט איז גערעכט ער האט א וואלידע פונקט...
א שאד אזא שיינע דרשה פארוואס האט ער דאס געמוזט אריינווארפן?
מאנטאג יוני 11, 2018 1:43 am#405633
א שאד אזא שיינע דרשה פארוואס האט ער זיך געמוזט ארויפכאפן אויף די דריי ווערטער?
מאנטאג יוני 11, 2018 2:57 am#405635
שנאה מקלקלת השורה
מאנטאג יוני 11, 2018 3:28 am#405638
עמעזאן האט געשריבן:
signout האט געשריבן:מנשה פילאפ איז דאס מאל קעגן מהר''א

גערעכט איז גערעכט ער האט א וואלידע פונקט...
א שאד אזא שיינע דרשה פארוואס האט ער דאס געמוזט אריינווארפן?

מנשה פילאפ איז אייביג אקעיגן מהר"א שליט"א. ווען נישט...?! ווייל ער איז א פארטיי מענטש. און ממילא זענען זיינע ווערטער גארנישט ווערד. ווייל ער זאגט נישט דעם אמת כמות שהוא...! ווען זיין רבי זאלל זאגן די זעלבע ווערטער וואלט אלעס גוט געווען...!
מאנטאג יוני 11, 2018 11:09 am#405661
איינער האט שוין דערמאנט דא פריער, אז ס'כמעט זיכער אז דער פילאפ אליין האט אויך אמאל געזאגט ענליכע ווערטער.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:10 am#405662
גדליה האט געשריבן:א שאד אזא שיינע דרשה פארוואס האט ער זיך געמוזט ארויפכאפן אויף די דריי ווערטער?


און דעס אז מ'האט זיך געדארפט אויפכאפן אויף די דריי ווערטער -וואס איז אגב געווען רגיל על לשונו פון יעדע סאטמאר אינגל און יעדע סאטמאר בעל דרשן ווער רעדט נאך כא כסליו- איז די גרעסטע ראי' ווי גוט די דרשה איז געווען (נישט ווייל איך דארף ראיות...)

גראדע האב איך געהערט פון אנדערע אז די דרשה איז געווען פאלש ווייל דער דברי יואל זצל שרייבט אין ויואל משה אז מיליונים פאר'ן קריג זענען נתפש געווארן באותו הרעיון און מהרא האט געזאגט נאר הונדערטער טויזענטער.........
מאנטאג יוני 11, 2018 11:28 am#405667
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
יין שרף האט געשריבן:
סיקריק האט געשריבן:מחאה

אייזענע טיטלן אויף ר' מנשה, שומר פיו ולשונו... :-D :like

#לצים

עפעס שטימט נישט דא , עס זעהט מער אויס ווי ארונים האבן ארויסגעגעבן די צעטל.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:38 am#405671
אישתישבי האט געשריבן: די אלע דיונים זענען זייער שיין ווען עס האנדעלט זיך צוויי אידן שותומ"צ, ווען מען רעדט כלומרשט פין א מלאך אלקים, און מען הערט פין זיין התנהגות מיט מקרב זיין קאפויס און מרעין בישין און נישט וועלען גיין אהן דער ברודער און לאזען דער גבאי אוועק שטופען ר' ישעיה'לע ביים טיר פין דער קאר אלץ חייך קודמין, איז ביי מיר פשוט איין זאך, א מלאך אלקים איז ער נישט, א איד וואס איז אלעס גרייט אוועק צו געבן פאר א צווייטער איז ער נישט. יא יא, גערעכט נישט גערעכט מהיכי תיתי, מען קען קיינעם נישט דן זיין אין דער מצב פין דעמאלס, און אוודאי און אוודאי איז דער קאמענט פין דער בארד א שטות והבל, אבער ווען מער מאכט איינעם פאר א מלאך אלקים, און למעשה ווען דער לעבען איז אין געפאר איז זיין התנהגות פונקט ווי א צווייטער, זאגט עס עפעס.


איך שטיי און איך קוק זיך אזוי צו צום שמועס פון די זייט, זה בכה וזה בכה, אלו מיימינים ואלו משמאילים, מאנכע זענען מעדיף די דיקנא קדישא, מאנכע זענען מעדיף מלאכ'וואטעדיגע הנהגות, ס'דא וואס טייטלען אויף קאסטנערס באן, און ס'דא וואס טייטלען אויף קאפוי'ס, און איך זיידערנע יונגערמאן שטייט און ווינדער זיך, וויאזוי קען מען בכלל דן זן אין זאכן ווען מ'שטיימיר עטליכענע און זיבעציג יאר שפעטער, על סיר הבשר והפרענטש פרייס, מ'ווייסמיר ניטאמאל קלאר וואס איז געווען פאר פופצן יאר צוריק, קל וחומר ווען מ'רעדט פון די וועלט מלחמה און דער שרעקליכער מצב וואס האט שורר געווען אויף די וועלט, און ק"ו בן בנו של ק"ו, ווען מ'רעדט פון אידן וואס זענען לכל הדיעות געווען עובדי ה' מנעוריהם שרפי מעלה און געלעבט פאר כלל ישראל טאג און נאכט מיט מסירות נפש. און דא ווערעך פלוצלינג געוואר א נייע וועלט, מהר"א מבעלזא האט געהאט א געהיימע אגענדע אונטערן טיש, ער איז געווען נאנט מיט די באגאבונדן פון לאגער, זיך געחברט מיט קאפויס און געליבט נאציס, מקרב געווען און געטיילט ברכות פאר ווער ס'האט נאר געוואלט הארגענען אידן, און אראפגעשטופט ר' ישעיה'לע טשכויבער פון זיין וואגן אז ער זאל גיין צו אלע רוחות. ולא זו בלבד, מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע וואס מיר זענען אלע אויפגעוואקסן אז ער איז געווען דער אבי תורת הקנאות בזמננו און האט מקריב געווען זיין לעבן לוחם צו זיין קעגן די ציונים, עה, הייבטזעך נישט אן, שטילערהייט ווען קיינער זעט נישט מאכט ער א זיצי אויף קאסטנער'ס באן און רייזט אפ מיט די ציונים ווען ס'קומט עם גוט אויס.

רבותי, זענט עטס משוגע געווארן??? ס'האט געברענט און געפלאקערט א מלחמה, וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו, און עפ"י הלכה איז יעדער געווען מחוייב צו טון וואס ער קען נאר צו ראטעווען זיין לעבן, און אזוי האבן די צדיקי הדור אויך געטון פאר זיך און פאר אנדערע, קען אפשר זיין אז גבאים האבן מענאווערט די זאך אז בעלזער רבס ברידער קומט פאר ר' ישעיה'לע טשעכויבער, און בלתי שום ספק אז דער בעלזער רב האט נישט געוויסט דערפון אדער עכ"פ נישט געהאלטן אז מ'איז דוחה נפש מפני נפש מיט אזא אקט (אדער האבן די חסידים/גבאים באמת גיהאט די בעלות מחליט צו זיין וועם זיי ראטעווען ארויס היות זיי האבן באצאלט און אראנזשירט דעם וועג, אויב געדענק איך גוט די היסטאריע וואס כ'האב געליינט אין די נושא), און ה"ה לגבי רביה"ק מסאטמאר איז ביי מיר קלאר און ברור אז ער וואלט געהייסן און באפוילן פאר עני איד צו פארן מיט א צינויסטישע באן, און אפשר אפילו רייטן אויף א ציוני אליין אויב וואלט זיך אויסגעפעלט צו ראטעווען דאס לעבן.

יהי' איך שיהי' ארויסצונעמען פון דעם א מסקנא אז אלא מאי זענען די צדיקים פלוצלינג געווארן אויס הייליג און אויס ערליך, כאילו זיי זענען מענטשן וואס זענען נישט גרייט אוועקצוגעבן פאר א צווייטען אדער אז זיי האבן געטון מעשים אשר לא יעשו, חס מלהזכיר, אונזערע זיידעס וואלטן געריסן קריעה אויב זיי וואלטן געהערט אזעלעכע דברי זלזול וגנאי. ליידער זענען מיינע אויערן נישט אזוי עמפינדליך, אבער די לעכרליכקייט פון די מסקנות און די שטארקע ראיות און הוכחות אויף וואס מ'בויט זענען נאריש און גרונטלאז ווען ס'קומען אפרוחים שלא נפקחו עיניהם און הייבן אן צו מאכן סדר מחמת געוויסע פונקטן אין היסטאריע וואס געפעלט זיי נישט. קיינער דארף נישט מגיב זיין אויף מיינע רייד און כ'זוך נישט צו ציען די שמועס און איבערקייען דאס וואס מ'האט שוין גערעדט, כ'וויל נאר מעורר זיין צו טראכטן, ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:46 am#405674
די הייליגע דרשה האט געדויערט ארום 80 מינוט. אין די ווירקליכקייט האט רבינו שליט''א פלאנירט צו רעדן פאר גאנצע 3 שטונדן. אבער דאס איז פילייכט אוממעגליך געווען ווארשיינליך צוליב טרחא דציבורא.
אלענפאלס די הייליגע דרשה איז געווען זארפולג פארגעברייטעט, און יעדעס ווארט איז געווען געווען געוואויגן און געמאסטן. איטליכע פאַטעגראַף פון די הייליגע דרשה האט געזאלט געזאגט צו ווערן גענוי ווי ס'איז טאקע געזאגט געווארן, און איז גלייכצייטיג געזאגט געווארן גענוי אויפן ריכטיגען ארט. קיין שום ווארט איז נישט געווען נישט אין פלאץ אדער איבריג.

ווארום, דער דרשה איז בלויז געזאגט געווארן פאר תלמידי וחסידי סאטמאר, וועלכע ווילן וויסן דעם ריינעם אמת, און פארשטיין די הייליגע שיטה אן קיין שום פארטייאישע אינטערעסן.

פאר מענטשן מיט פארטייאישע אינטערעסן, אדער פאר חסידים פון אנדערע קרייזן איז דער דרשה פילייכט מופרך מעיקרא, און האט נישט קיין שום הענט און קיין פוס. דעריבער איז א שאד צו דיסקוסירן איר אינהאלט מיט אנדערע קרייזן, און הויפזעכליך מיט קרייזן וועלכע די שיטה הק' איז לקוץ בעיניהם צוליב פארשטענדליכע אורזאכן.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:52 am#405679
און דער 'אומאפהענגיג' 'אומפארטיישע' מיינונג איז שוין דא צוריק. פונקט ווי קאך_לעפל איז באמת נישט קיין אהרויני, נאר אז ער האט עס איינגעזע'ען, אזוי האט דער 'געמאסטענע' 'געוואויגענע' דרשה פארטרעט א מיינונ וואס דער מטה אהרן האט אליינס פארגעשלאגען, און אויב פארצופאל העלפט עס די מוט פון זיין פארטיי מיטגעלידער, איז עס א צופאל.

א רחמנות אויף א מענטש אזוי צו לעבען אין דמיון. איך וועל האפעדיג צולייגען א קאפיטעל תהלים פאר קאך_לעפעל בן יענטא לרפו"ש בקרוב.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:53 am#405680
איך בין נישט קיין ארוני, און איך בין מסכים מיט הרב קאך_לעפל. ווען דו וואלסט זיך נאר אביסל געדרייט אין סאטמאר וואלסטו אויך מסכים געווען.

איך פארשטיי אז דו אלץ דרויסענדיגער ביזט ממש צושוידערט פון די דרשה, אבער אונז אלס סאטמארע זענען שוין צוגעוואוינט צו די שפראך פון אלץ קליין קינד.
מאנטאג יוני 11, 2018 12:05 pm#405681
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דער 'אומאפהענגיג' 'אומפארטיישע' מיינונג איז שוין דא צוריק. פונקט ווי קאך_לעפל איז באמת נישט קיין אהרויני, נאר אז ער האט עס איינגעזע'ען, אזוי האט דער 'געמאסטענע' 'געוואויגענע' דרשה פארטרעט א מיינונ וואס דער מטה אהרן האט אליינס פארגעשלאגען, און אויב פארצופאל העלפט עס די מוט פון זיין פארטיי מיטגעלידער, איז עס א צופאל.

א רחמנות אויף א מענטש אזוי צו לעבען אין דמיון. איך וועל האפעדיג צולייגען א קאפיטעל תהלים פאר קאך_לעפעל בן יענטא לרפו"ש בקרוב.


איך פארשטיי נישט (עכט יא!) דיין אויסברוך:

איך בין יא א סאטמארע חסיד:
דער דרשה איז געווען בלויז פאר סאטמאר, און איז געווען געוואויגן און געמאסטן.
און יא מיין מוטער הייסט יענטא (יענטא שיינדל צו זיין מער קלאר) און איך דארף טאקע א רפ''ש.

נאך עפעס ליטוואק?
מאנטאג יוני 11, 2018 12:46 pm#405686
(בנוגע דעם בעלזער רב, איך פרוביר צו פארשטיין פארוואס האט אים געברענט צו איבערלעבן די קריג עד כדי עובר צו זיין אויף הלכה און מוסר, און וואס פאר א חיים טובים האט אים שוין אפגעווארט אין א''י, אבער דאס ווייס איך יא, אז ער האט געהאלטן אז ער איז דער וואס פירט די מלחמה מיט היטלער.
איך דערמאן זיך יעצט בשעת'ן שרייבן א שיינע מעשה, וואס דער רב האט פארציילט פאר'ן באיאנער רבי נאכ'ן קריג, אינמיטן די פחד'יגע נסיעה קיין אונגארן האט דער רב באפוילן צו אפשטעלן די קאר, די אנוועזנדע אין קאר (איך ווייס נישט אויב ס'געווען נאך איינער אויסער זיין ברודער און די דרייווער, והידענים יודיעו) האבן געפלאצט פאר פחד, ''זיי האבן זיכער געמיינט אז דאס איז רעבישע ענינים'' האט דער רב געזאגט פאר'ן באיאנער רבי, ''אבער אייך וועל איך זאגן וואס דאס איז געווען'', און ער האט מסביר געווען אז ער האט געשפירט אז צו אלע צרות וויל דער בעל דבר אז ער זאל פארלירן דעם יישוב הדעת מחמת גרויס אנגעצויגנקייט, האט ער מחליט געווען נאר דאס נישט, דאס יישוב הדעת וועט ער נישט פארלירן, דעריבער איז ער ארויס זיך צו צאמנעמען די מחשבות מיט רוהיגקייט.)
מאנטאג יוני 11, 2018 2:11 pm#405695
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
עס איז געווען א קהלה אין די וועלט, וואס תלמידי חכמים האבען מערער געווען אויף עפעס אין זייער הכשר. די רבנים און מנהיגים האבען זייער געזארגט וועגען די לשה"ר, אבער שרייבען א תשובה און זיך ארויסלייגען אין די עפענטליך איז נישט געווען צו זייער רצון. מ׳האט געדינגען יונגעלייט צו שרייבען אין קובצ׳ן דערוועגען, אבער דער עיקר טענה זייערע איז געווען, וויבאלד די קהלה באקעמפט עפעס א אידישקייט (וואטעווער דעט מינס) ענין, ממילא האט די מערכה צוטוהן מיט אידישקייט, נישט נאר די הלכה וואס האט זיך דעמאלס געהאנדעלט, און ממילא פאדערט אידישקייט אז זיי זענען גערעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 11, 2018 2:25 pm#405699
אונטער חכם האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
סיקריק האט געשריבן:מחאה

אייזענע טיטלן אויף ר' מנשה, שומר פיו ולשונו... :-D :like

#לצים

עפעס שטימט נישט דא , עס זעהט מער אויס ווי ארונים האבן ארויסגעגעבן די צעטל.

זיי זענען זיך מחי' דערמיט - דאס איז זיכער
מאנטאג יוני 11, 2018 2:33 pm#405703
לדעתי ר' אהרון מבעלזא סומטאכע פארדינט אן עקסטערן אשכול
אבער אזוי ווי מען האט דאס דערמאנט דא אפאר מאל, וויל איך זיך מתייחס זיין פון אפאר בליקן:


'בדרך פשט'
אִם הוּא רוֹאֶה אָדָם, שֶׁדִּבֵּר דָּבָר אוֹ עָשָׂה מַעֲשֶׂה, בֵּין מִמַּה שֶּׁבֵּין אָדָם לַמָּקוֹם אוֹ מִמַּה שֶּׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ, וְיֵשׁ לִשְׁפֹּט דְּבָרוֹ וּמַעֲשֵׂהוּ לַצַּד הַטּוֹב וּלְצַּד הַזְּכוּת, אִם הָאִישׁ הַהוּא יְרֵא אֱלֹהִים, נִתְחַיֵּב לָדוּן אוֹתוֹ לְכַף זְכוּת, אֲפִלּוּ אִם הַדָּבָר קָרוֹב וְנוֹטֶה אֵצֶּל הַדַּעַת יוֹתֵר לְכף חוֹבָה.
חפץ חיים הלכות לשה"ר ג' ז'

'בדרך דרש'
ס'איז קלאר אז עס מוראדיג הערואיש צו בלייבן בגיא ההריגה מיט די תלמידים, אפילו ווען עס איז דא א וועג ארויס,
אבער ווען מ'טראכט אריין, קען זיין אז ס'איז כאטש אזוי הערואיש צו פארקוקן די מענטשליכע בליק וואס וועט נישט אנקוקן אזוי שוין דאס אוועק לויפן, (און 70 יאר שפעטער וועלן נאך זיין אזעלכע וואס וועלן אים אנקוקן מיט א שלעכטע בליק נאר פאר דעם איינציגן שריט וואס האט אין זיך נישט קיין איסור!) למען א גרעסערע מטרה פון הצלת עולם התורה והחסידות.
ווען מ'טראכט אריין האט דאס אויך א בחינה פון נישט נאכגיין די אייגענע נגיעות, נאר קוקן וואס עס איז גוט פאר ד' און תורתו. (בעיקר אז מען זעהט קלאר אז אין זיינע אלע אנדערע יארן האט ער ממש נישט נאר זיך אינזין געהאט, קען זיין אז עס ליגט דא אפילו א בחינה פון מעביר על מידותיו).
(ח"ו זאל נישט ארויס קומען פון מיינע ווערטער א שלעכטע בליק אויף די צדיקים און מנהיגים וואס האבן זיך געלאזט הרגענען, נאר איך ברענג אראפ נאך א צד)

'בדרך רמז- סוד'
ס'אינטרעסאנט צו זעהן אז די גאנצע וועג וואו ס'איז אויפגעשטלעט געווארן די מלכות בית דוד, איז געוועהן דארך מעשים וואס שמעקן נישט אזוי גוט (בלשון המעטה), פון מעשה לוט, יהודה ותמר, און ווער רעדט נאך פון מעשה דוד און בת שבע, (וואס איז קלאר אז ס'שמעקט אסאך ווייניגער פון די מעשה פון מהר"א)
נאר וואס, עס ווערט געברענגט, אז טאמער וואלט זיך די בית דוד אויפגעשטעלט בגלוי וואלטן זיך די כוחות הטומאה אזוי אויסגעשטעלט אקעגן, אז ס'וואלט נישט געקענט אנגיין, פארדעם האט דאס די רבש"ע געפירט דארך מעשים וואס זאלן אויסקוקן נישט ריכטיג, אז די כוחות הטומאה זאלן נישט טראכטן אז דארך דעם גייט ארויס קומען דעם מלכות בית דוד.
מעגליך אז דעם הצלה / בריחה פונעם מהר"א מבעלזא קען מען אויך אזוי פארענטפערן.

נ.ב.
איך מיין נישט אז מיט מיין ארטיקל דעם קלוג הארציגע מענטשן, וואס ווילן בכל מקרה הערן נאר איין זאך, איך מיין מיט ארטיקל די אלע וואס וועלן אמאל דארליינען דעם נושא, זאלן זעהן אז ס'איז דא נאך צדדים וויאוזי צוקוקן אויף דעם טעמא.
מאנטאג יוני 11, 2018 2:35 pm#405704
CP
ויהי אחרי הכינוס, אחרי אשר זה כמה שבועות שטפו את המוחות שאסור להשתתפף בהכינוס שהאדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א עומד בראשה, ולזה עבדו שכם אחד הלבלרים והדרשנים, בחוריהם וגם נשיהם, קרעו מודעות ופירקלרו את הרחובות, החרימו את הכינוס ואסרו על רבנים ותלמידיהם מלהשתתף, וכל זה למה?

האדמו"ר ר' זלמן לייב בגפו הסביר להג"ר שמעי' שליט"א שחירום הכינוס הוא עבור המלחמה נגד גזירות גיוס, והודה ולא בוש שקיום הקואליציה שלו ומפלגתו תלוי במלחמת הגיוס ובהצגתו כקנאי הדור, ואם אחיו הגדול יתלבש במדת קנאותו, יגזול את החנית מיד המצרי. וכה עבדו כולם לקעקע ביצת הכינוס, וקיוו שהרבי מסאטמאר לא יצליח.

מעשה שטן הצליח! אולם הקלסיום היה מלא על גדותיו, הצליחו להביא את הגאון הישיש ראב"ד ירושלים, על אף ההשמצות הבזויות והחרמות נגדו, כל תלמידי רבינו הק' מלבד אלו שמשכורתם תלויה בהשתתפותם, השתתפו וישבו והאזינו ונהנו.
ועל כולם הרבי מהר"א הצליח למעלה מן המשוער לתאר ולפרט, לחזור ולשנן את השקפתו שיטתו ודעת קדשו של מרן דודו זצוקלל"ה, ללא כחל וללא שרק, דרשה שהרעישה תבל ומלואה, דרשה שאף נשמעה ע"י מאות מתנגדיו, וע"י גדולי תורה ותלמידיהם שאינם משתייכים לסאטמאר, וכולם פה אחד ענו ואמרו יחדיו, שזכה לרומם קרן וכבוד רביה"ק זי"ע, והשמיע חד משמעית מקצה העולם ועד קצהו שויואל משה אמת ותורתו אמת!

שבוע עברה, שבוע של שקט ויאוש, שבוע של אכזבה ודכאון, הכל נעשו כחרשין וכאלם לא יפתח פיו, מיאוואזשנא ועד קרעמניץ, לא שמעו מאומה, ובצדק, מה יש לענות? הרי לחמו שם מלחמות ה', חזרו על תורתו של רבינו, הזעיקו נגד מדינה הציונות וגזירותיהם, הזהירו נגד פשרות בענין גיוס בני הישיבות, ותבעו עלבונה של תורה בהקמת צלם בהיכל ה'.
ואם כן הדרא קושיא לדוכתא, מאי כל הרעש וקול המלחמה במחנה? בחוריהם וילדיהם צעקו מרה, שמענו את הדרשות, ולא מצאנו ידינו ורגלינו להבין ולדעת על מה ולמה יצאנו נגד הכינוס, אם לא שהקנאות שלנו הפכה פניה מקנאה לקנאה, הקנאה והתאוה ןהכבוד משולת בנו, ואנו אנה אנו באים?‎
אחד היה מנשה! שהציל את את המצב, הדרשן והלבלר יצא בכל כיניו מי.מ. סופר עד לב. טויב, ושוב בשמו המלא בדרשה שמחאה ארס. התחיל בפלפול בדער איד לדבר מהצלחת הבארקליס, בטשטוש המוחות גלגל פרשה של אשתקד, הספיד את ר"ש אויערבאך, ותבע את עלבונם של הסיקריקים בירושלים, מחיטוטי שכבי ועד לניתוחי מתים, הכל מלבד הכינוס נסאו קלסיום!

ובשבת כבר מצא טענה רב נגד דרשתו המוצלחת של האדמו"ר מסאטמאר, ושמח עליה כמוצא שלל רב! כביכול ר' מנשה פילאפ שכבוד כל הרבנים הגאונים מדורות הקודמים ויבדלחט"א החיים אתנו לאויט"א זל בעיניו, ובכל שבוע מוצא גדול אחר לפרסם מאמר נגדו, עכשיו מקנא הוא קנאת הרה"ק מהר"א מבעלזא זצ"ל, ואיפה?

הרבי מסאטמאר הסביר לחסידיו והלביש אותם מחלצות נגד אלו המשפיעים בדורנו שרוצים לקרר את חסידי סאטמאר במלחמת אש דת של רביה"ק, לומר הלא היה כמה רבנים וגדולי תורה שלא נחו דעתם משיטתו, ומאן לימא לן מי לנו גדול. לאחר שביאר את נקודות ההלכה כליה השתיל רביה"ק את ספרו ויואל משה, הוסיף האדמו"ר שליט"א לתאר את גודל קדושת דודו ורבו, רבינו הגדול, ואת ההשגחה העליונה שהשגיחה עליו במשך ימי הזעם, והוא יחיד בקנאותו ואין יחידות כמוהו בצלם אלקיו על פניו, שנשאר עם הדיוקנא קדישא תחת ידי הזדים הארורים, דבר שאף אחד לא זכה לזה, כי מן השמים שמרו עליו וזה לכם אות על יחידיתו וגדלותו.

על זה החציף בעל פרשת הכסף, וכדי ללחום נגדו מהר"א ירד לבזות ולגנות את כל גגדולי דור הקדום, באמרו שלא ביררו את דבריהם בהלכה, לא היה להם שיג ושיח ונחלקו על רבינו לא מצד מה שיקול דעתם בהלכה, אלא 'ווייל מ'האט זיין פארפירט'....

לומר על מחלוקת בין גדולי ישראל שעל אף גדלם בתורה אין הלכה כמותם, זה חוצפה? ולומר על גדולי תורה, שפסקו מבלי לברר את ההלכה, או שלא היו מנהיגים אלא מונהגים, זה כבודם? על זה צווח הכתוב וימירו את כבודם בתבנית שור, וכל זה למה?‎
מאנטאג יוני 11, 2018 3:59 pm#405724
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
פשיאאאא, ר׳ מצפה לישועה. א ריזיגע דאנק.

אין יעדער קרייז פארקויפט מער ווייניגער די זעלבע לאזונג פון די אויפבוי פון אידישקייט אדאנק זייער זיידע\פיהרער. איך קען נאר לעיקוואד און דאס ווייס איך אז ביים ציבור איז עס א ליצנות. דאס פלוידערט מען בשעת די יארצייט, אבער קיין שום יונגערמאן וואס ווי צו טרעפען זיין גיד הנשה אין די ליכט פון טאג קלערט נישט אז דא טוט זיך עפעס וואר. פונקט ווי ׳אבי אבי׳ צעטלעך ביי לוויות. און דא קומסטו און דו בויסט א גג על גג אויף די ט׳ שבט פראפאגאנדא! דאס אויפבוי פון ריעל עסטעיט ע"ש בעלזא איז צוגעשטעלט צו מלכות בית דוד, און דאס דארף א געהיימענעם ווארצל פון יענעמ׳ס בלוט (אויב דאס איז געשען, פארשטייט זיך. טאמער עס איז נישט געשען איז די צושטעל צו מלכות בית דוד אפגעפרעגט?), פונקט ווי יהודה מיט תמר און בועז מיט רות!

א דאנק פאר׳ן זאגען דער אמת. וכאן המקום להעיר אז מ׳דארף אויסרימען די בעלזער ניקס אין שטיבעל. עפ"י רוב רעדען זיי דער אמת, זיי דרייען נישט די צונג מיט די ׳דעת תורה׳ פון די סאטמארער און די ׳גיי קוק אין מאור עינים׳ פון די סקווערער. זיי זאגען אויס קליפ און קלאר וואס גלאנצט זיי פון זייער רבי און חסידות. די ריינע טאוילעט׳ס, מיט די ליינען מחשבות. דאס אז אסאך מענטשען גלויבען אין זייער רבי׳ן מאכט איהם פאר א צדיק, ווי אויך לאנגע דרשות פון אלס בחור. בקיצור, די אמת׳ער גלויבונג איז דארט, מ׳דארף גארנישט אריינטייטשען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 11, 2018 4:07 pm#405726
כ'מיין טאקע ס'איז צייט ארויסצווארפן אלע חסידים פון קאווע שטיבל.

און אמת'ן אריין פארוואס נאר פון דא?

פון די גאנצע חרדישע אידנטום.

סתם טפשים אדער תמימים וואס גלייבן נאר אין אומקראנטע זאכן ווי 'מאור עיניים' און ליינען מחשבות.

לעבן זאל די ליטווישע וועלט!!!
מאנטאג יוני 11, 2018 4:14 pm#405728
אבער די בעלזער וועלען בלייבן, ווייל זיי זאגען נישט סתם 'קוק אין מאור עינים', זיי זאגען דער אמת אויף פליישיגע אידיש. אונזער רבי איז גרויס, ווייל ער האט טויזענטער משפחות. פערטיג.
מאנטאג יוני 11, 2018 6:41 pm#405740
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער די בעלזער וועלען בלייבן, ווייל זיי זאגען נישט סתם 'קוק אין מאור עינים', זיי זאגען דער אמת אויף פליישיגע אידיש. אונזער רבי איז גרויס, ווייל ער האט טויזענטער משפחות. פערטיג.

צום טאוילעט זאלען זיי גיין!
לאנג לעבן זאל דער שאך!
דינסטאג יוני 12, 2018 12:29 am#405761
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער די בעלזער וועלען בלייבן, ווייל זיי זאגען נישט סתם 'קוק אין מאור עינים', זיי זאגען דער אמת אויף פליישיגע אידיש. אונזער רבי איז גרויס, ווייל ער האט טויזענטער משפחות. פערטיג.

יא.
ווייל בעלזא וועט זיין א ווינקל פון תורה און יר"ש ביז משיח'ס טאג.

איך ווייס נישט צו עס קומט פון דיין שנאה וואס פארבלענדעט דיינע אויגן, פון דעם אז די אלטס עס נישט אויס, אדער פון דעם אז די אמת שטעכט,

עכ"פ, ווער עס האט נאר אריינגעטרויטן און בעלזע בית מדרש און ירושלים,
האט געזעהן מיט זיינע פליישיגע אויגן וואס א ווינקל פאר תורה און יראת שמים מיינט,
און ממש נישט נאר פאר בעלזע, אדער בכלל פאר חסידים
גראדע דרייען זיך דארטן כאטשיג 20-30 פראצענט פון אונגערישע ליטוואקס...
דינסטאג יוני 12, 2018 12:50 am#405762
ר' ליטוואק,
כ'האב שוין פון לאנג שפעקולירט צו ווען איר וואלט געווען א חסיד וועלכע חסידות וואלט איר אנבאלאנגט.
כ'האב אלץ געהאלטן אז איר זענט מער א בני יואל'ער טיפ. אזא סארט וואס לאכט אפ פון אלע קליינע געטשקעלעך און גלייבט נאר אין איין גרויסע געטשקע.
אבער יעצט זע איך איר זענט מער נוטה צו די בעלזער ווינקל. ווייס איך שוין נישט.
איין זאך איז זיכער: קיין ארוני וואלט איר נישט געווען וויבאלד אלץ א ליטוואק איז אייער מארדע ווארשיינליך נאקעט ר"ל. און אן א בארד, האבן אונזערע רעבעס געלערנט, קאן מען קיין קנאי ניקס זיין.
דינסטאג יוני 12, 2018 6:14 am#405772
דער פראבלעם איז אז איך האב נאך נישט די איין געטשקע. אפשר וואלט איך געמוזט ווערען א 'בני יואל געשטימט'.

ערנסט גערעדט, איך האב מענטשן וועמען איך שעץ ביז גאר. איך האב זאגאר א נאמען געגעבן א קינד נאך א רבי מיינער. אבער מיין שייכות מיט זיי איז אלעס א פערזענליכע. מיין רבי ז"ל און להבחל"ח מיין רבי זז"ג זענען ביידע מענטשן וואס האבען נישט קיין עמטליכע פאסטענעס און נישט קיין געלט. מיט זיי לערן איך און אויף זיי קוק איך און ביי זיי פרעג איך ע"מ צו קענען פארשטיין זייערע ווערטער. צוליב דעם שפעט איך אין די פאוני רביסטיווע וואס באשטייט בלויז פון חיצוניות, און שפעטער דארף ער צוזאם קראצען א תירוץ פארוואס עס מוז עקזיסטירען.
דינסטאג יוני 12, 2018 6:48 am#405774
קוקט אויס פון דיינע ווערטער אז אלע פארמאגן די זעלבע געטשקע פון גלייבן אין חיצוניות.
דער חסיד קוקט אן די חיצוניות פון זיין רב'ן (כמובן לפי לשונך הזהב) און איז מחליט לויט דעם זיין רב'ה איז גרויס,
און די קוקסט אן די חיצוניות פון די רב'ה און ביסט מחליט ער איז גאר א פראסטע ליידיגער.
(האסטו שוין אמאל געלערנט מיט איהם א שיעור גמרא?)
דינסטאג יוני 12, 2018 8:31 am#405777
דאס איז א דבר פשוט, וואס גראדע האט דער חזו"א אויך געזאגט, אז יעדער מענטש האט א רוב און א חזקה אז ער איז אן עם הארץ, ביז עס איז באשטעטיגט אנדערש.

אין די פאל איז גראדע דא עפעס א גרעסערע באווייז. א קרייז וואס זארגט זיך צו שטיין יעדעם אין פרצוף טאג איין טאג אויס, מיט פארשידענע פאמפעריי וכדו', האט מען נישט קיין סיבה צו גלויבען אז זיי באהאלטען זייערע אמת'ע מעלות. ווען דער רבי, צו דער סקווערער\וויזשניצער\סאטמארער רביס קענען לערנען, וואלטען מיר געוואוסט דערפון. זיי זענען נישט חשוד עפעס צו באהאלטען.
דינסטאג יוני 12, 2018 9:17 am#405779
קומט אויס אז ווער ס'וויל אז דער פעסטער ליטוואק זאל אים ארויפקוקן זאל זיך מוחל זיין שטעלן צום פארהער ביים הויכגעשעצטער ליטוואק (און ווער וועט אים פארהערן? זיך צו איבערצייגן אז ער זעלבסט קען ווירקליך זיין זיין דער גדולי התורה פארהערער?). אז נישט וועט ער אים אנמייכענען אין קאווע שטיבל.... נע איי טינק דעט איי וויל פעס....
דינסטאג יוני 12, 2018 9:29 am#405780
אדרבא, שטעל דו פאר א בעסערע וועג. וויאזוי קען א מענטש זיך איבערצייגן אויף איינעם אז ער איז א ת"ח?
דינסטאג יוני 12, 2018 10:17 am#405783
די גמרא פארציילט אין שבת, אז א גוי א וויסטער לץ, איז אמאל געקומן צו שמאי מיט א פארלאנג אז ער וויל זיך מגייר זיין, און זיך אנשליסן אינעם אויסדערוועלטער אידישן פאלק.

דער שטרענגער שמאי כאפט באלד אפיר אן אלטן פארגעלטן אלף בינה, און ער צייגט פארן גוי דעם לץ אויפן בוכשטאב א' און זאגט אים דאס איז אן אל''ף... פרעגט דער גוי מיט איראניע ווער זאגט אז דאס איז אן אל''ף? אפשר איז דאס גאר א בי''ת? שמאי הייבט אויף זיינע שטרענגע שווארצע ברעמען, און ווארפט שטרענגער בליק אויף דעם לץ...זאגאר ער זעצט ווייטער פאר... ער צייגט אים מיטן שטעקן ווייטער אויפן בוכשטאב בי''ת, און זאגט אים דאס איז א בי''ת. דער גוי פרעגט ווידער אמאל מיט א פולשטענדיגער תמעוואטע פרצוף, ווער זאגט אז דאס איז א בי''ת? אפשר איז דאס גאר אן אל''ף? שמאי זעט באלד אז ער איז פילייכט אריינגעפאלן דא מיט א פיסטען מה יעשה'ניק, ער כאפט ספאנטאן זיין לעגענדארן אמת הבנין שטעקן, און הייבט אן צו דערלאנגען דעם לץ אויפן אינטערשטען אזש ס'איז געגאנגן א רויעך... דער גוי האט ספאנטאן געהויבן פיס און באלד אנטלאפן אויף אלע פיר פון דעם שטרענגען שמאי, עוד נשמתו בו...

נעמליך, דער גוי גיבט אבער נישט אויף, ער זעט דאך באשיינפערליך ווי ער דרוקט אויף די ריכטיגע קנעפליך, און ס'געלונגט אים סוקסעספול ארויס צו נעמען גדולי ישראל פונעם גלייכגעוויכט..

ער קומט אן אטעמלאז צום הויז פונעם נשיא הלל. א מחיה...א אפענע הויז אן קיין גבאים, שלעגער'ס, פליטיקאנטן, און אנדערע בייזע גייסטער... יעדער איד איז פולקאם וועלקאם, אפילו אזעלכע פארזעענישן וואס פרעגן דעם נשיא זיצענדיג אינעם הייסן שוויץ באד מיטן האלצענעם ריקען קראצער אין די הענד, פאר וואס די שווארצע אבאמא'ליך פארמאגן ברייטע פיס, און פארוואס דער קומאניסטישער פארפירער דער ווילדער פאנג פויגל פון קרעא קים דזשאָנג-אן פארמאגט שיפע אויגן... יעדער פארזעעניש קען צוקומען צום נשיא ווען אימער ער באגערט נאר און אים גלייכצייטיג פרעגן אלערליי קאפ-פארדרייענדע אנפראגעס....

אלענפאלס, דער גוי קומט אן צו הלל, און דער שפיל חזערט זיך איבער... ווער זאגט אז דאס איז אן א'? און ווער זאגט אז דאס איז א ב'? דער נשיא מיט זיין ג-טליכער קליגשאפט האט זיך אינגאנצן נישט פארלוירן פון דעם לאכעדיגער לץ, און ערגיבט אים מיטאמאל א כאפ ביים אויער און ער הייבסט דאס אן דרייען מיט א ביז דאס גאנצע בלוט איז זיך פארלאפן, גענוי ווי די אלטע אזיאטישע נילאשע מלמדים אין די מיטעלע כ'יארן...און דער גוי נעמט זיך שרייען מיט באנומענע קולת גיוואלד! מיין אויער! מיין אויער! דער נשיא קוקט אזוי אן מיט זיינע מילדע אויגן און פרעגט אים אזוי ציניש. דיין אויער? מאן יאמר? ווער זאגט אז דאס איז דיין אויער? אפשר איז דאס גאר דיין נאניע?

צום ענין יעדער וואס וויל בלויז וויסן ווייסט גענוי ווער ס'איז וורקליך א ת''ח און ווער ס'איז ווירקליך אן עלות השחר... קיינער האט נאך נישט געזאגט אז דער קלוזשער צדיק איז געווען אן עלות השחר, און אז ר' זלמן תמר איז ת''ח! נאר מאנכע פרעגען ווער זאגט אז דאס איז אן א? אפשר איז עס גאר א ב' ודו''ק.

פון ספרים קען מען פילייכט נישט ברענגען קיין זאכליכע באווייזן, ווארום נישט אלע גאונים שרייבן, און נישט אלע שרייבער זענען גאונים וד''ל...
דינסטאג יוני 12, 2018 10:47 am#405786
וי קען מען שרייבן ספרים אן זיין תלמיד חכם אפשר מקדש ישראל לא
דינסטאג יוני 12, 2018 11:43 am#405795
יין שרף האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg

וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?

זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..

זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.
דינסטאג יוני 12, 2018 11:47 am#405796
ביסט מיר מכשיל מיט התחברות לרשעים?
דינסטאג יוני 12, 2018 1:03 pm#405802
איש את רעהו האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg

וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?

זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..

זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.

איך האב אויך נישט געקענט ליינען, אויב געדענק איך גוט איז די מעשה גיווען מיט די רב הראשי הרב הרצוג וואס די רב ז"ל האט גהעאט גרויס הכרת הטוב פר איהם נאך וואס ער האט אסאך געהאלפן ביים הצלה און ביים ערלעדיגן די סערפיקאט.
די מעשה איז גיווען ביי די גזירה פון גיוס בנות וואס הרב הרצוג האט נישט אייגעזעהן וואס די פראבלעם דערפון איז, און דעמאלס האט די רב ז"ל נישט געוואלט אריינקומען ביז ווילאנג ער איז דארט.
כך זכור לי, און אויב איינער קען מדייק זיין, תבוא עליו הברכה.
דינסטאג יוני 12, 2018 1:52 pm#405807
בעלזא רב הלך לרב הרצוג לדבר על גיוס בנות להבטיח לו הרב הרצוג שלא יסכים לשירות לאומי ולא עמד בלחץ והסכים לשירות לאומי ומאז לא רצה הרב לדבר אתו
דינסטאג יוני 12, 2018 1:53 pm#405808
עס איז אין די זכור ימות עולם. אבער די שטעלונג פון הרב הרצוג איז אביסל מער קאמפליצירט.
דינסטאג יוני 12, 2018 1:57 pm#405809
מה כונתך
דינסטאג יוני 12, 2018 2:17 pm#405811
איש את רעהו האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg

וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?

זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..

זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.


לכאורה האט דער בעלזא רב זצ''ל נישט געוואלט פירן טיש בפניו, משום כבודו הרמה פון הרב הרצוג זי''ע.
דינסטאג יוני 12, 2018 2:29 pm#405814
ליטואק וואס מיינסטו
דינסטאג יוני 12, 2018 2:43 pm#405817
דא: m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=142 m
זעה איך אביסל דערויף.
דינסטאג יוני 12, 2018 3:15 pm#405825
ליטואק ואז מיינסטו
דינסטאג יוני 12, 2018 5:00 pm#405840
newkave האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg

וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?

זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..

זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.


לכאורה האט דער בעלזא רב זצ''ל נישט געוואלט פירן טיש בפניו, משום כבודו הרמה פון הרב הרצוג זי''ע.

קשור לחתימה שלך