Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

קאווע שטיבל • האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
157 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 257 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12366
דינסטאג יוני 12, 2018 9:57 pm#405851
טייערע @אברך משי און אנדערע לאנדסלייט...

ברי ושמא ברי עדיף. וד"ל.
דינסטאג יוני 12, 2018 11:52 pm#405862
חכם-לב האט געשריבן:טייערע @אברך משי און אנדערע לאנדסלייט...

ברי ושמא ברי עדיף. וד"ל.


אנטשולדיגט אבער איך בון נישט קיין מבין אויף א זעלכע ליפטיגע רייד
מיט וואס פונקטליך ביסטו ברי דא? איר זעהט אפשר געוועהן דערביי און געטא צוזאמען מיטן בעלזא רב און געזעהן וואס איז דארטן געוועהן?
און חוץ פון דעם איז עס מוחזק דא וואס דאן העלפט נישט קיין ברי
מיטוואך יוני 13, 2018 12:05 am#405863
חכם-לב האט געשריבן:טייערע @אברך משי און אנדערע לאנדסלייט...
ברי ושמא ברי עדיף. וד"ל.


הוא הדבר אשר דיברתי. ברי ושמא ברי עדיף! און היות עס איז ברי אז ס'איז אומעגליך צו וויסען און צו קענען דן זיין למפרע אויף זאכן וואס זענען געטון געווארן אונטער יענע אומשטענדן (אין סיי וועלכע אומשטענדן ווען די רעדע איז זיבעציג יאר צוריק, על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון די וועלט מלחמה). און נאר מחמת זייער-א-העכסט-שוואכע-און-איינגערעדטע שמא שבשמא קען מען בויען הינקעדיגע און שטינקעדיגע מסקנות. בכגון דא אמרו ברי עדיף. און מ'דארף נישט זיין איינשטיין דאס צו פארדייען.
מיטוואך יוני 13, 2018 10:02 am#405876
יוסף יוזפא האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg

וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?

זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..

זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.

איך האב אויך נישט געקענט ליינען, אויב געדענק איך גוט איז די מעשה גיווען מיט די רב הראשי הרב הרצוג וואס די רב ז"ל האט גהעאט גרויס הכרת הטוב פר איהם נאך וואס ער האט אסאך געהאלפן ביים הצלה און ביים ערלעדיגן די סערפיקאט.
די מעשה איז גיווען ביי די גזירה פון גיוס בנות וואס הרב הרצוג האט נישט אייגעזעהן וואס די פראבלעם דערפון איז, און דעמאלס האט די רב ז"ל נישט געוואלט אריינקומען ביז ווילאנג ער איז דארט.
כך זכור לי, און אויב איינער קען מדייק זיין, תבוא עליו הברכה.


שטימט נישט די יארן
מהרי"ד זצ"ל האט נישט געלעבט ביי גיוס בנות
די עובדא ווערט דערמאנט בשנות מהרי"ד זצ"ל
מיטוואך יוני 13, 2018 10:17 am#405879
איך האב פארשטאנען אז מ'רעדט פון אדמו"ר מהר"א מבעלזא זצ"ל.
נו, אדרבה, אפשר איינער לייגט עס ארויף קלארער?
מיטוואך יוני 13, 2018 10:29 am#405881
בשנות מהר''א באר''י, כך קיבלתי.
זונטאג יוני 17, 2018 6:48 am#406192
די גאנצע סומאטוכע ארום דאס בערדל איז פשוטע קטנות, צוליב דעם וואס ער האט דאס בלויז געזאגט אלס רמז כאילו און נישט אלס קיין תורה שלימה, פון וואס מ'זאל לערנען לימודים און היקשים און דן זיין אויף אנדערע. די פונקט זיינע וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען איז זייער א פארשטענדליכע און איז בדרך אגב נישט קיין אייגנ'ס אויך נישט, און עס איז נישט משנה. נקודה.
זונטאג יוני 17, 2018 1:40 pm#406204
לבי ובשרי: דער לב אהרן האט עס געברענגט אלס ראיה אז ער ( בעל דברי יואל) האט געהא עקסטער שמירה מן השמים. וואס אנדערע צדיקים וגדולים האבן נישט געהאט. ממילא איז ער גערעכט מיט זיין שיטה. אפילו אנדערע גדולים האלטן אנדערש. און ס'איז יא משנה (לשיטתו)...!

נאר, מ'האט שוין אדורכגעארבעט די סוגיא לאורכה ולרחבה. איך האב מער גארנישט צו זאגן איבער דעם ענין...!
זונטאג יוני 17, 2018 3:37 pm#406215
באבובער רב האט 3-4 מאל געשערט די בארד + געראטעוועט צענדליגע/הונדערטע יידן ארויס פין א זיכערן טויט.
סאטמער האט 0 געשערט די בארד, וויפיל יידן האט ער געראטעוועט פין טויט? וויפיל אידן האט ער געשווערצט די גרעניצן? 100? 50? 20? 10? 1?
זונטאג יוני 17, 2018 7:44 pm#406234
א מכנובקא-בעלזא'ער חסיד זאגט מיר די וואך:
אז על אף וואס ער האט נישט ליב געהאט די רעדע איבער דעם דיקנא קדישא וואס האט 'מרמז' געוועהן א פגיעה אינעם הייליגן אהרן קדוש ה'
(אדער אפשר וועט סאטמאר כדרכם שלא בקודש פארענטפערן אז ער האט גאר געמיינט ר' אהרן קאטלער ע"ה כלאחר הדרשה הידועה בביהכ"ס ד'סאקמער-רמב"ם)
אבער דאך איז ער צופרידן, ווייל ער האט נאך קיינמאהל בעפאר קיין אזא דבר חיזוק באמונתו ברבו נאך נישט באקומען,
שהלא רבו מפורסם הוא ב'כל-העולם-כולו' בדיקנתו קדישתו...
זונטאג יוני 17, 2018 7:48 pm#406235
נאך איינס וועגן דעם דיקנא קדישא
איינער זאגט מיר די וואך אז יעצט פארשטייט ער פארוואס דעם רעבין-זכותו-יגן-עלינו-נאכ'ן-סטראוק איז שוואכער ווי דעם רעבין-זכותו-יגן-עלינו-פאר'ן-סטראוק
ווייל הכל תלוי בהדיקנא קדישא וואס נאכ'ן סטרא"ק איז קלענער געוועזן כנודע מכמה וכמה פיקטשער'ס אשר אינם תח"י בעת הזו,
און ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
זונטאג יוני 17, 2018 10:24 pm#406253
סאטמאר רבי'נס בארד vs בעלזער רב'ס בארד
ט' שבט תש"ד, וועם דעם הייליגן קדוש ה' איז שוין אנגעקומען קיין ארץ-ישראל
נאכ'ן זיך וואלגערן 3 גאנצע יאהרן אין די געטא'ס און נאך 6 חדשים אין פעסט, און נאך כמעט א חודש אונטערוועגנ'ס
איז (פאר ווער ס'האט נאך נישט פארשטאנען די קאנטעסט) דער רבי-זכותו-יגן-עלינו
נאך געזעצן על כס הרבנות המרוממה ד'ארשיווא-קראלי-סאקמער והגלילות
(עכ"פ די גלילות וואס זענען נאך געוועזן אונטערן אסטרא-אונגאריש'ן-גאווערמענט)
די נאצי'ס ימ"ש וואס האבן פארשטאנען די גייסט וואס א חסידיש'ן יוד האט פון בלויז אט די נקודה אז דער רבי לעבט נאך
האבן מפרסם געוועזן זיין בילד אינעם באקאנטן 'דער-שטירמער' אז 'והיה כל מוצאו יהרגנו'...
און פארשטייטזיך אז בלייבן מיט'ן בארד וואלט געוועזן לויט יעדער פוסק א דין פון א מאבד עצמו לדעת...
משא"כ דעם הייליגן רעבין-זכותו-יגן-עלינו איז געוועהן א קנאפע אנדערטהאלבן מאנאט אינעם קלאזשען געטא (י' אייר ביז י"ט סיון ה'תש"ד) נאך דריי וואכן אינעם פעסטער געטא (י"ט סיון ביז ט' תמוז תש"ד)
און נאך-ער גלייך אויף די הייליגע באן וואס ר' מיכא'-בער האט דערלעדיגט פאר'ן רעבי'ן (ורק משום חוצפת הציונים לא נזכר שמו עליה...)
די באן האט זיך אויפגעהאלטן אינעם בערגן-בעלזן לאגער, וואס דארט איז טאקע געוועהן פארבאטן צו טראגן דאס הייליגן דיקנא-קדישא
אבער זיי זענען געוועהן אין אן עקסטערע אפטיילונג אינעם לאגער ווי בלויז די פאסאנדזשירן פונעם באן זענען געוועהן
(דארטן זיך אויפגעהאלטן פאר 5 מאנאט פון י"ח תמוז {צום שיבסר נדחה} ה'תש"ד ביז י"ח כסלו ה"תש"ה)
נאך די נעגאטיעשנס האבן געקומען צו א סעקסעס איז ביים צווייטען טראנספורט דער רבי אנגעקומען כ"א כסלו ה'תש"ה קיין שווייץ
ותהי לכלל ישראל הישועה בהצלת רבינו מתלאות שואת עם ישראל
איך מאך ח"ו נישט אוועק זיין עקשנות (כלפי די ציוניסטישע פיהרער'ס פונעם באן-נעגאטיעשנס, וואס האבן געבעטן מ'זאל זיך שערן די בערד) צו בלייבן מיט א שאל א שטייגער ווי ער ליידט פון ציין-ווייטאג,
אבער פון וואנעט נעמט זיך אזא היסטאריע פארדרייאונג צו קענען צוזאם שטעלן בכלל אפילו פאר א דזשאוק אט די צוויי צדיקים'ס שנות-הזעם
קען זיין אז נאך ס'איז געווארן אזוי ביליג ביי זייערע קרייזן דאס ווארט 'מסירות-נפש' פארשטיין זיי טאקע נישט דער פשוטער טייטש פון די צוויי ווערטער...

אבער לאמיר מחזיק טובה זיין פאר מהר"א ט"ב שליט"א וואס בזכות זיין באקאנטן כח-המעצור וואס האט עם גורם געוועזן ארויס-צו-זאגן אט די נעבאכ'דיגע פאר ווערטער איבער דעם רעבינ'ס בארד
האבן מיר זוכה געוועהן מברר צו זיין גופם של דברים.

ייש"כ
זונטאג יוני 17, 2018 10:44 pm#406256
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
האסט פארגעסען צו דערמאנען אז די ערשטע זאך וואס דער רבי האט געטוהן איז זיך באשעפטיגען ווי מ׳קען טרעפען עפעס אריזאנא ווייץ פאר מצות מצוה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 23, 2019 2:34 am#430937
יעצט נתפרסם געווארן תמונת קדשו פון ממלא מקומו פון סאטמאר רב זי"ע. אינטערעסאנט וואס דער רבי שליט"א האלט וועגן זיין טאטן, איז עס געווען ד' עמו אדער נישט ?
פון בחדרי חרדים
מוצ"ש מאי 25, 2019 2:56 pm#431027
קפה נמס האט געשריבן:יעצט נתפרסם געווארן תמונת קדשו פון ממלא מקומו פון סאטמאר רב זי"ע. אינטערעסאנט וואס דער רבי שליט"א האלט וועגן זיין טאטן, איז עס געווען ד' עמו אדער נישט ?
פון בחדרי חרדים


דער צה"ל'ניק מייזליש, אן אייניקל, ענדלט שטארק צום בילד
זונטאג מאי 26, 2019 8:50 am#431034
האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!
העניך האט געשריבן:
וועט דער סאטמארער רבי שליט"א זיין באקוועם אויב חסידים פון אנדערע צדיקים וועלן זאגן אז זייער רבי איז געווען א גרעסערער צדיק, והא ראיה דער אויבערשטער האט אים געהאלפן אויפשטעלן דורות בנים ובני בנים אז ס'זאל בלייבן דורות פון אים, און דער סאטמארער רבי האט ליידער נישט זוכה געווען דערצו?


דאס קענען זיי אפשר ברענגען אלס א ראיה צו זיין גדלות, ווי די גמרא זאגט אין ברכות ה: אז איינער וואס האט געהאט קינדער און זיי זענען ל״ע אוועק איז עס יסורים של אהבה. און מ׳קען אפשר זאגן אז עס רעדט זיך אז ער האט ל״ע נישט איבערגעלאזט קיין אנדערע דורות, ווייל די גמרא דארט איז עס מדמה און מחלק צו איינער וואס האט ל״ע קיינמאל נישט געהאט (ולאידך גיסא אפשר איז דאס טאקע די חילוק צווישן די צוויי אז דער ערשטער לאהט יא איבער, וע״ש בתוד״ה והאמר) ע״ש. (אינטרעסאנט אנצומערקן אז ר׳ יוחנן, וואס די ראיה פון די גמרא דארט איז פון אים, האט נישט געהאט א בארד, ועיין בב״מ פד.)

מ׳קען די זעלבע זאגן אויף הרה״ק מהר״א מבעלזא זצוק״ל.


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 26, 2019 10:44 am#431042
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא די באקאנטע מעשה מיט די רמ"ע מפאנו, מיט דער בילד פין אים אהן א בארד.

גראדע האב איך געזען א בילד פון איהם מיט א בארד, וואטעווער.

IMG_4616.jpg

אין שו״ת דברי יוסף סימן כה מהרב יוסף ארגס זצ״ל (אראפגעברענגט אין קובץ וילקט יוסף (שנה ו סימן צט; בכרך ג)).


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 26, 2019 11:50 am#431048
איך פארשטיי נישט מען דארף ראיות אז מען קען זיין א גאט פארכטיגער אן א בארד? מי לנו גדול די כהן גדול אפילו ביום הקדוש אינעם קדשי קדשים, איז נישט געווען קיין 2 שערות אויף זיין קאפ.
זונטאג מאי 26, 2019 11:53 am#431050
moshe613 האט געשריבן:באבובער רב האט 3-4 מאל געשערט די בארד + געראטעוועט צענדליגע/הונדערטע יידן ארויס פין א זיכערן טויט.
סאטמער האט 0 געשערט די בארד, וויפיל יידן האט ער געראטעוועט פין טויט? וויפיל אידן האט ער געשווערצט די גרעניצן? 100? 50? 20? 10? 1?

מאשעה613: אפגעזעהן פון די סיבות פאר'ן יא אפשניידן די בארד אדער נישט אפשניידן די בארד, האט דאס גארנישט צו טון מיט די הצלה פון אידן. הרהגה"צ דער באבוב'ער רב איז יא געווען אין א פאזיציע וואו ער האט געקענט ראטעווען אידן דורכדעם וואס די רשעים ימ"ש האבן נישט תיכף דערקענט אז ער איז א איד. משא"כ דער סאטמאר'ע רב איז נישט געווען אין א פאזיציע וואו ער האט געקענט אפראטעווען אידן, איז לא מעלה ולא מוריד זיין יא אפשניידן די בארד אדער נישט. ס'איז געווען א פערזענליכער ענין. נאר דאך מיט א געוויסע מאס מסירות נפש וואס מ'קען נישט אוועקמאכן. כמו שכתבתי במקום אחר. אבער קיין לימוד אויף אנדערע צדיקים וועלכע האבן זיך יא געמוזט אראפנעמען די בארד איז עס זיכער נישט. ווייל קיין איינער פון זיי האט עס נישט געטון מחמת תענוג אדער ווייניג מסירות נפש...!
זונטאג מאי 26, 2019 11:55 am#431051
calculator האט געשריבן:איך פארשטיי נישט מען דארף ראיות אז מען קען זיין א גאט פארכטיגער אן א בארד? מי לנו גדול די כהן גדול אפילו ביום הקדוש אינעם קדשי קדשים, איז נישט געווען קיין 2 שערות אויף זיין קאפ.

אבער אויף זיין פנים יא...!
זונטאג מאי 26, 2019 11:56 am#431053
berlbalaguleh האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:איך פארשטיי נישט מען דארף ראיות אז מען קען זיין א גאט פארכטיגער אן א בארד? מי לנו גדול די כהן גדול אפילו ביום הקדוש אינעם קדשי קדשים, איז נישט געווען קיין 2 שערות אויף זיין קאפ.

אבער אויף זיין פנים יא...!


ניין. פונקט ווי א נזיר נאך די ימי נזירות
זונטאג מאי 26, 2019 12:03 pm#431057
א נזיר דארף אפגאלן דאס בארד?! כ'האב געמיינט נאר די האר פון קאפ.
זונטאג מאי 26, 2019 12:05 pm#431059
ווען איינער וויל זיך שעיוון האט ער א גוטן תירוץ...!
זונטאג מאי 26, 2019 12:31 pm#431061
איך האב געמישט נזיר ומצורע. איך לאז מיך 'שוין' צירוק וואקסן מיין בארד!
זונטאג מאי 26, 2019 12:49 pm#431063
בענין אם אהרן גילח את זקינו, ללא קשר לחיוב הסתפרות שערות הראש שיש לכהן, עיין ברש"י כריתות ה' ע"ב ד"ה מספר וכ"פ התוס' הרא"ש בהוריות י"ב ע"ב בשם הרמ"ה דלא כפרש"י שם פירוש אחר.
זונטאג מאי 26, 2019 1:09 pm#431067
נהורא נפישא: אני בטוח שר' אהרון הכהן לא גילח את זקינו. אני אפילו לא יודע את השם שלו. יכול להיות שאתה מתכוון להזקן שלו...!
זונטאג מאי 26, 2019 1:09 pm#431068
גראדע פשוט פשט אין פסוק איז אז זיין בארד איז געווען אזוי לאנג ביז זיין העמד, וואס אימער פשט אין גמרא איז קען עס נישט זיין פארקערט פונעם פסוק, און אפילו אז יא אין מקרא יוצא מידי פשוטו, ואין למידין מן האגדות. אבער אינ'אמת'ן גערעדט איז די גאנצע שמועס נישט נוגע מער ווי לפלפולא בעלמא, ווילאנג אונז האבן נישט קיין מקור אויף זיך נישט צו שניידן די בארד, דארף מען נישט גיין זוכן א מקור אויף יא. דאס וואס חסידים שניידן זיך נישט די בארד מיינט נישט גארנישט, ס'קומט פון די זעלבע מקור ווי נישט נעמען קיין שאווער און נאך אסאך זאכן זאל נישט אויסגערעדט זיין, לקיים מה שנאמר שלך שלך שלך חסיד (אבות ה, י).
זונטאג מאי 26, 2019 1:50 pm#431072
berlbalaguleh האט געשריבן:נהורא נפישא: אני בטוח שר' אהרון הכהן לא גילח את זקינו. אני אפילו לא יודע את השם שלו. יכול להיות שאתה מתכוון להזקן שלו...!

ריכטיג, טעות הדפום ברויך ווען שטיין זקנו אנשטאטס זקינו
מאנטאג מאי 27, 2019 11:13 am#431134
אזוי ווי מיר האבן שוין געשריבן דא,
איז דא א פשוט'ער חילוק וואס די א.ג. סאטמורים פארשטייען נישט אדער מעהר ריכטיג ווילן נישט פארשטיין.
א געהעריגע יוד אין די לאגער האט נישט געקענט בלייבן מיט א בארד.
נישטא קיין איין איינציגסטער יוד וואס איז אריבער די לאגער מיט א בארד. נקודה.!
דער רבי בעל הויואל משה, הדברי יואל, העל הגאולה ושא"ס איז געוועזן צו-גאסט אין בערגן-בעלזן כאמור למעלה.
ס'איז פארהאן אן עובדה אז בשעת'ן אנקומען אין בערגן-בעלזן האט א יעדער געדארפט זיך באדן און שעיוון
און א יעדער פון די פיהרערס פון די ווייסמאנדל-טראנספארט (וואס משום מה רופן דאס די ציונים על שמו של קאסטנער שר"י,
אבער אזוי ווי באקאנט בעדויות ברורות כמובא במושיען של ישראל כל ענייני ההצלה היו רק ע"י ר' מיכל-בער זי"ע) האט עם אנגעווארנט
אז הגם מיר באקומען דא V.I.P. services, נאך-אלט'ס וואלט כדאי געוועהן זיך צו שערן דאס בארד
ווייל קיין איין אפיצער גייט נישט אפגעבן א דין וחשבון אויף עפעס א יודעלע פון די טראנספארט וואס איז להכעיס געבליבן מיט'ן בארד
און איז דערשאסן געווארן צום טויט. און די רבי האט מסכים געוועהן אבער ער האט זיך נישט געיאגט און האט געזאגט אז ס'וועט קומען למעשה וועט מען שערן
און ר' יוס'ל איז געוועהן גרייט מיט א שערל, אז אויב מ'וועט מוזן שערן זאלן די רשעים נישט ארויסרייסן די בארד פון די שורש
נאכן שאווער האט א יעדער אריבער א טשעק, עירום כביום היוולדו אן א שאל אויך נישט, האט דעם רעבין ניט געקענט באהאלטן די בארד
און ער רשע איז צוגעגיינגען צו עם און געטשעקט די בארד מיטן פלעש לייט און געזאגט: "דִיס בּאַרְדעֶ אִיזְטְ זאָוּבּעֶר" און געלאזט דעם רעבין בלייבן מיט'ן בארד.
דעטס אל.
יעדער אנדערע לאגער איבערגעלעבטער צו האט ער געהייסן טייטלבוים אדער רוקח און אפי' הלברשטאם
האבן זיך אלע געשוירן די בערד אן קיין חכמות.

אין דריי שורות:
דער סאקמערער רב איז נישט אריבער די לאגער אלטס אלאגער געפאנגענער, נאר א סטאנציאן האבן זיי דארט געהאט ביז מ'האט די געלטער און דאקומענטן מסדר געוועהן.
א יעדער אנדערע וואס איז געוועהן געפאנגען האט געמוזט זיך שערן, אזוי אויך יעדער וואס מ'האט מפרסם געוועהן די בילד אז מ'זאל פאר'מסר'ן,
יעדער צוגלייך צווישן אזעלכע צו אזעלכע קומט פון חוסר ידיעה אדער רשעות.
מאנטאג מאי 27, 2019 11:21 am#431135
ATUB @נקודת-אמת ATUB דאצעכמער אז ר' משה מרדכי לעלובער איז אויך געבליבן מיט'ן בארד... מ'זעהט קלאר אז פון הימל האט מען געהיטן אויף זיין דיקנא (נישט דיוקנא) קדישא... אפשר קענסטו איבערזאגן אפאר הלכות פון אים, ס'דאך הלכה כמותו בכל מקום...
מאנטאג מאי 27, 2019 12:39 pm#431142
די פאסיגסטע צושטעל איז צום גערער רעבין, בעל 'אמרי אמת'
וואס איז אנטלאפן אין אנפאנג און געקענט בלייבן מיט די בארדע.
מאנטאג מאי 27, 2019 12:55 pm#431143
איז וואס טוט מען ווען דער הלכה כמותו אמרי אמת זאגט אז מ'זאל יא גיין וועלן, און די הלכה כמותו ויואל משה זאגט אז מ'זאל נישט גיין...
מאנטאג מאי 27, 2019 1:26 pm#431144
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
דער גערער רבי ר׳ אברהם מרדכי האט, כפי מיטב ידיעתי, נישט געהייסען וועלען. ער איז געווען קראנק און איז אוועק איידער עס איז געווען אקטועל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 27, 2019 1:51 pm#431145
און וואס איז מיט די בית ישראל?
מאנטאג מאי 27, 2019 2:50 pm#431148
לפי דעם מהלך קען מען זאגן דאס זעלביגע אויף
הריי"ץ מליובאוויטש - ער איז ארויסגעראטעווערט געווארן פון די נאצישע בלוטיגע הענט פון ווארשא
וחתננו הרמ"ש מליובאוויטש איז געווען אונטער נאצי אקורפירטע פאריז
ביידע זענען געבליבן מיטן פולן בארד
מאנטאג מאי 27, 2019 4:43 pm#431153
אז מ'רעדט שוין פון דעם סאקמיר רב'ס בארד איז מיר נולד געווארן א פראגע. ס'איז ידוע אז סאקמיר רב איז געווען גרייט צו אויסשרייען דעם אמת אפי' במסירות נפש ממש. איינמאל (דאכט זיך אין א"י נאך די באזיך ביים בעלזא רב) האט ער געעפענט דאס אויבערשטער העמעד קנעפל און געשריגן" ווער ס'וויל שיסן זאל שיסן!!" מאנכע האבן שוין אוועקגעמאכט די מסירות נפש פון סאטמאר רב אנמערקענדיג אז ער האט זיך בלויז געטרויעט ווייל ער האט געוויסט דער עולם האט געלאזט די רעוואלווער אינדערהיים נישט וויסענדיג אז דער רבי גייט עפענען דאס קנעפל און ס'וועט זיין מעגליך צו שיסן. איך האב אבער אן אנדערע פראגע: מיטן רבי'ס לאנגן בארד וויאזוי ווייסט מען אז ער האט באמת געעפענט די קנעפעל אונטערן בארד?
מאנטאג מאי 27, 2019 4:49 pm#431155
בעסער שערן הינדערט מאל דעם בארד ווי איידער רעדן איין ווארט היברעיש....
מאנטאג מאי 27, 2019 5:05 pm#431159
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@נקודת-אמת דאצעכמער אז ר' משה מרדכי לעלובער איז אויך געבליבן מיט'ן בארד... מ'זעהט קלאר אז פון הימל האט מען געהיטן אויף זיין דיקנא (נישט דיוקנא) קדישא... אפשר קענסטו איבערזאגן אפאר הלכות פון אים, ס'דאך הלכה כמותו בכל מקום...
און רצי"ה קוק איז עפעס אוועקצומאכן?
דינסטאג מאי 28, 2019 12:50 am#431179
נקודת-אמת האט געשריבן:די פאסיגסטע צושטעל איז צום גערער רעבין, בעל 'אמרי אמת'
וואס איז אנטלאפן אין אנפאנג און געקענט בלייבן מיט די בארדע.

ר' ברוכ'ל ממונקאטש איז אויך געבליבן מיטן בארד
דינסטאג מאי 28, 2019 7:38 am#431182
אדמור מצעלים זצ"ל אויך
דינסטאג מאי 28, 2019 2:08 pm#431206
קאצקע ציקער: נאר פון דאהי...לאל.
דינסטאג מאי 28, 2019 2:20 pm#431207
I totally disagree with R' Arons comment.

I always knew that it was painful to all Satmar lovers that the Satmar Rebbe is the only one and yes the only one who went through the war with a beard.
Up until the internet there wasn't a place to vent the frustration about this.
This is great place to spew inner frustration anonymously and to distort history.
The dogs should keep barking!
דינסטאג מאי 28, 2019 7:38 pm#431215
פאלט דיר נישט ביי אז דו ביזט דער הונט גאר...
דינסטאג מאי 28, 2019 11:24 pm#431226
סאטמארע לאגיק...
בילד
מיטוואך מאי 29, 2019 10:46 am#431239
ציוניסט, אגודיסט, רוצח, פושע, אפיקורס...

איך וויל נאר מאכן א קליינע באמערקונג, - דער ליובאוויטשער רבי איז נישט געווען קיין איינס פון די אויבערדערמאנטער קאטיגאריעס.
*
דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער. הער איבער די דרשה, און נעם נישט ארויס זיינע ווערטער פון קאנטעקסט. (טראמפ וואלט דאס אנגערופן "פעיק נויז"...)
פרייטאג יוני 14, 2019 5:54 pm#431977
דולה ומשקה האט געשריבן:דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער.

למעשה גערעדט, ווען צייגט די בארד אויף הלכה כמותו, און ווען צייגט עס אויף שגץ-אפיקורוס? און אין וועלכע קאטעגאריע גייט די ברך משה אריין?
פרייטאג יוני 14, 2019 6:37 pm#431978
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער.

למעשה גערעדט, ווען צייגט די בארד אויף הלכה כמותו, און ווען צייגט עס אויף שגץ-אפיקורוס? און אין וועלכע קאטעגאריע גייט די ברך משה אריין?

טאקע נוגע למעשה? האסט מקדש געווען אן אשה על מנת?
זונטאג יוני 16, 2019 1:51 am#431982
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער.

למעשה גערעדט, ווען צייגט די בארד אויף הלכה כמותו, און ווען צייגט עס אויף שגץ-אפיקורוס? און אין וועלכע קאטעגאריע גייט די ברך משה אריין?


ווען איינער איז זיך מוסר נפש אויף דער בארד, כאטש עס איז קעגען די הלכה, איז הלכה כמותו.

ווען איינער האט א בארד, על אף ער איז געפארן קיין אמעריקא, איז עס מעשה שטן, און מען ברויך עס ראזירען, כאטש עס איז קעגען די הלכה.

ווען מען האט איינעם געצווינגען אפצוגאלען די בארד, איז ער א וואוילער איד, נעבעך, האט נישט געהאט קיין זכותים, און כאטש ער איז א גאון עולם, פסק'נט מען אבער נישט ווי אים, ווייל אונזער תורה שטעקט אין בארד.
זונטאג יוני 16, 2019 8:36 am#431986
אישתישבי האט געשריבן:אונזער תורה שטעקט אין בארד.

פארוואס זאגט מען נישט הלכה כמותו אויפ'ן בית ישראל?
זונטאג יוני 16, 2019 11:40 am#431989
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אונזער תורה שטעקט אין בארד.

פארוואס זאגט מען נישט הלכה כמותו אויפ'ן בית ישראל?


הלכה כמותו איז אויף מענטשען וואס גייען מיט א פעלץ און א זילבערנע שטיקל, פלארידא, וכ'ו

די ריכטיגע חברה...