ק/פ
וואס איז דאס די נייע חגא 'יב שבט' וואס די שווענץ פייערן?
פאר בערך 18 יאר צוריק, ווען זיין פאטער איז נאך געווען באזוך, האט מענדעלע אנגעהויבן באלבאטעווען אביסל צופיל, און אנגעהויבן זאמלען שונאים רעכטס און לינקס.
ער איז בטבע פּערענויד און דאס האט איהם געמאכט דימיונ'ען אז אט אט ווערט ער אויס קאפעליטש מאכער. האט ער געהייסן מאכן אן אסיפה דחופה אין אולם ויזניץ און באצווינגן גאנץ וויזניץ צו באטייליגן.
מ'האט אראפ געשלעפט זיין אלט'ן טאטען ער זאל זאגן 'ידו כידי' אז מיין זוהן מענדעלע איז אין טשארדזש און מ'ברויך איהם פאלגן. ער האט עס אבער געזאגט ממש ככפאו שד בקיצור נמרץ און זיך געוואלט באגראבן פאר בושה.
נאכדעם האט מענדעלע געזאגט א דרשה ווי ער האט גערעדט ווי ווילדער צורודערטער, אז די אלע דערביי האבן קוים געקענט פארשטיין האלב וואס ער רעדט.
קלאמפיש האט גערעדט פון זיין 'אמתדיגע חסידים' פונעם טאטע'ן, און פאלגן אלעס וואס 'דער טאטע הייסט' כאטש מ'פארשטייט נישט אדער סע געפעלט נישט. נאר פערצופאל איז דאס 'וואס דער טאטע הייסט' געווען פונקט אז מ'דארף איהם - מענדעלע - פאלגן אן קיין שום פיקפוק...
פאר אלע חסידים פונעם ישועות משה איז די דרשה געווען א שאָק און א בושה.
די חוצפה און עזות וויאזוי ער האט ער גערעדט פארענט זיין טאטע, און די עקלהאפטיגער גאות און כעס מיט וואס ער האט זיך דעמאלטס ארויס געשטעלט, האט אנפלעקט פארן עולם וואס ער איז איז ס'איז נישט גוט געווארן פארן עולם.
צום מזל איז נאך נישט געווען קיין וואטסעפפ און סמארטפאונס, ממילא איז דאס נישט געווען אזוי געפערליך, אבער טעיפס - קאסעטעס איז יא געווען, און ויזניצע חסידים און די וועלט האבן זיך נישט געוואוסט ווי אהין צו טוהן פון גרויס בושה.
מיט די יארן, האבן מענטשן פארגעסן פון די שמועס, אבער מענדעלע איז נאר געווארן ערגער פון טאג צו טאג. ביז ווען ער האט שוין געמאכט גענוג חורבן, און אנגעזאמעלט גענוג שונאים, אז מ'האט געמוזט ראטעווען ויזניץ פון זיינע הענט.
צום סוף ווייסט יעדער אז מ'האט סרולטשע צוריק געברענגט (וואס אגב אסאך ויזניצע חסידים איז נישט אזוי געפאלן, אבער מענדעלע איז געווען אזוי געפערליך, אז ס'נישט געווען קיין שום אויסוועג).
הכלל, ס'איז אריבער א שיינע פאר יאר, און ווען מענדעלע האט זיך געפירט ווי א מצורע, האט אנגעהויבן שפילן ווי צדיק און א נייס גיי. ס'האט איהם געהאלפן און צוביסלעך האט זיך געבויט א שטיקל שיינע חסידות.
(ווען נישט ער איז אזוי צודרייט פאר כבוד און מאכט, וואלט ער נאך יעצט געהאט אלעס)
עטליכע יאר צוריק, האבן א קליינע גרופע מענדעליסן מחליט געווען צוריק אויפצופרישן די דרשה, ווייל זיי האבן געטענה'ט אז דעמאלט האט זיין טאטע אים מכתיר געווען און 'מסכים' געווען מיט זיין 'שיט'ה.
פון אנהייב האט קיינער נישט מיט געהאלטן, אבער ווי איז די שטייגער מיט די משוגעת'ן אז זיי וואקסן אויף הייוון. יעדעס יאר איז די משוגעת געווארן מער צודרייט ביז איין ראש חברה האט געזאגט אז ס'איז ראש השנה לחסידות!
מענדעלע אליין האט בכלל נישט מיט-געטאנצן מיט די משוגעת, דעמאלט האט ער נאך געשפילט נארמאל.
איין יאר האבן אינגעלייט געמאכט יו"ט אין שול, און געלייגט ווייסע טישטעכער. איז געקומען א ציווי פונעם רבי'נס גבאי, מ'זאל שוין אראפנעמען די טישטעכער.
שנעל מישן צו לעצטע יאר. מענדעלע איז אריבער צוויי מעידזשער סורגעריעס. איינס אויף די בויך פאר דייעט און אויפן רוקן. דאס האט איהם געמאכט מורא'דיג דעפרעסט. ער האט אנגעהויבן ווערן אין כעס אויף יעדע זאך און זיך אויפפירן צודרייט.
פון דעם האט אויסגעבראכן די גאנצע 'שוואנצאָנעס' וכדו' ווי ער האט מחליט געווען צו מבזה זיין עולם עד עפר כדי צו בארואיגן זיין תאוות הכבוד.
און היות מ'איז ממילא אינגאנצן משוגע, אם כבר אז כבר, האט ער מחליט געווען דאס יאר, צו מיטשפילן מיט'ן כלומרישער יו"ט.
שוין וואכן וואס ער זאגט של"ס תורה אז 'ס'קומט יב שבט וואס איז א גרויסער טאג'.... רח"ל.
קודם האט ער מרמז געווען ער וואלט געוואלט מאכן א ספעציעלע 'פייערונג' דאס יאר יב שבט און ער 'קען באשטיין' מ'זאל קומען פון חוץ לארץ.
צוביסלעך, ווען ער האט געזען קיינער קומט נישט, האט מען אנגעהויבן שיקן שליחים משכנע זיין דער עולם פון אמעריקע צו קומען.
ער האט אנגעהויבן אליין צו רופן מענטשן, און אויך סטראשן ער האקט אפ קשר מיט ווער ס'קומט נישט'.
איך וויל נישט אריין אין די אלע לחץ וויאזוי מ'האט באצווינגן ארימע מענטשן צו קויפן טיקעטס און פארן, איך האב נאר געוואלט דיר געבן אביסל צו פארשטיין וואס גייט פאר.
מענדעלע האט גענומען אן עפיזאד וואס איז געווען א בושה פאר ויזניץ - אזוי ווייט אז ער אליין האט זיך געשעמט מיט דעם - און געמאכט דערפון אן עבודה זרה.
גלייב מיר איך האב ווייניג גערעדט און יותר ממה שכתבתי קורה כאן ועוד חזון.