דינסטאג מערץ 05, 2019 1:29 am#425725
קוקי האט געשריבן:ווער ס'האט שכל, זעט ווי ר' מענדל פייפט אויפ'ן וועלט, און איז פיין מצליח; וואלט ער ווען פארלוירן דעם שפיל, ממילא. אבער ער ציט פיין אן, און וויפיל איך ווייס, האט ער שטיצע פון רוב משפחה, פארשטייט זיך אויסער די צוויי ישראל'ס וואס זענען מעולם געווען איפכא מסתברא'ס.
איך ווייס נישט וואס פונקטליך דו רייכערסט. מענדל פון מרכז האט נישט קיין שטיצע פון רוב משפחה. וועלכע משפחה פונקטליך?
בעסער געזאגט: קיינער איז זיין משפחה אדער ר׳ מאטעלעס משפחה שטיצט אים! קיינער נישט!
און ער איז מוראדיג מצליח??? ער איז געוועהן רב אין שיכון ויזניץ מהאט אים פון דארט פארטריבן מיט קוים צוואנציג פראצענט פון חסידים? ר׳ מנחם ארנסטער איז אויף זיין זייט? ווער? וואס? ווען? וואו? קיינער פון ר׳ מאטעלעס קינדער נעמען אים נישט ערענסט און רוב וויזניצער חסידים אויף די וועלט לאכן פון אים. מצליח איז ער נישט. ער האט נישט קיין געלט צו דעקן זיינע מוסדות ווייל לעצטענס האבן אסאך פון זיינע שטיצער אפגעפיצט פון דארט מיט בושות...
דריי א קאפ פאר א צווייטן!