Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

קאווע שטיבל • ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
537 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 695 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12377
דינסטאג יוני 11, 2019 1:25 am#431783
יהודי פשוט האט געשריבן:
חיים יואל האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:
חיים יואל האט געשריבן:

אין וויזניץ טראגט די רבי זיין קאלפיק ראש חודש.

די 'מדורה' צערעמאניא איז געוועהן ליל ב׳ סיון, נאך מעריב און ספירת העומר.
די טיש צערעמאניא איז געוועהן שפעט ביינאכט.
purim kolpik.JPG
ווען ער האט אנגעטוהן דעם קאלפיק איז נאך געוועהן מבעוד יום

לויט די שחרית דעם אנדערן 3 נאכמיטאג, איז לכאורה די מדורה נאך געווען ראש חודש... אפשר האט ער נאך געהאלטן פאר הלל... ומי יבוא בסוד ....
דינסטאג יוני 11, 2019 5:36 pm#431810
ויז'ניץ מרכז:

בתמונה רואים 2 מזוזות.
מזוזה אחד במצות הבורא יתברך שציונו לקבוע מזוזה.
ומעליה מזוזה שכתב עליה שמירה עליונה מה'הייליגער רבי', לנושאים בעול ארגון 'חבורתא', דעם הייליגען רבינס פאן.
mezuz.jpg
דינסטאג יוני 11, 2019 8:08 pm#431817
חיים יואל האט געשריבן:ויז'ניץ מרכז:

בתמונה רואים 2 מזוזות.
מזוזה אחד במצות הבורא יתברך שציונו לקבוע מזוזה.
ומעליה מזוזה שכתב עליה שמירה עליונה מה'הייליגער רבי', לנושאים בעול ארגון 'חבורתא', דעם הייליגען רבינס פאן.
mezuz.jpg

וועלכע דארף מען קישן?
מיטוואך יוני 12, 2019 8:15 am#431851
איסר האטלקי האט געשריבן:ס'קומט עכט נישט דא אריין, אבער ס'איז אן אינטערעסאנט בילד. דער (נישט הייליגע) רבי איז עוסק ברזי דרזין, העכערע גילויים איז מען יעצט מגלה, קומט א שנארער און דערוואגט זיך צו בעטן געלט, און די גבאים ווילן אים זען אוועק פון דארט ווי שנעלער.... צדקה איז דאך בלויז א דאורייתא'לע, אבער זינגען אינמיטן שפאצירן איז דאך א מנהג אין ויזניץ...

און ער איז דער ליבן (לבן) של ישראל...

ווען דער שנארער טראגט ווען נישט גיפעפעטע הויזן וואלט מען עם אינגאנצן נישט צו געלאזט צום רעבינ'ס הייליגע ד' אמות...
;) :lol: :twisted:
מיטוואך יוני 12, 2019 1:04 pm#431863
ליל ב׳ סיון נאכן ריזיגע מדורה אין מירון, האט אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א מיטן קאלפיק זיך הארצליך באדאנקט ''פאר אלע יונגערלייט וואס זענען שוין פארנומען וואכן לאנג אנגרייטן די פלאץ דא, אזוי שיין אויסגעשטעלט און הערליך''.
נאכדעם האט ער געדאנקט אין עברית ''כל אנשי המשטרה והמאבטחים'' וואס זענען געשטאנען צום הילף פארן מלכות'דיגע צערעמאניא, למען כבוד ה'שיטטע האקדוישע' פון הקוה״ט שליט״א.

די Recording
m https://www.kikar.co.il/abroad/319418.html m
מיטוואך יוני 12, 2019 1:38 pm#431864
חיים יואל האט געשריבן:ליל ב׳ סיון נאכן ריזיגע מדורה אין מירון, האט אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א מיטן קאלפיק זיך הארצליך באדאנקט ''פאר אלע יונגערלייט וואס זענען שוין פארנומען וואכן לאנג אנגרייטן די פלאץ דא, אזוי שיין אויסגעשטעלט און הערליך''.
נאכדעם האט ער געדאנקט אין עברית ''כל אנשי המשטרה והמאבטחים'' וואס זענען געשטאנען צום הילף פארן מלכות'דיגע צערעמאניא, למען כבוד ה'שיטטע האקדוישע' פון הקוה״ט שליט״א.

די Recording
https://www.kikar.co.il/abroad/319418.html

זייער שיין און נארמאל פון אים, איך קוק אים ארויף דעראויף (על אף עס איז נישט מער פון נארמאל זיך צו באדאנקן, אבער פוק חזי מאי עמא דבר פון אנדערע רבי'ס.. וממנו ילמדו)
פרייטאג יוני 14, 2019 3:07 pm#431975
איין מינוטקעלע, שטייטליך! זענען אפשר די ביז איצטיגער רעאגירער'ס פון אלע אנדערע חסידות'ן [-אחוץ ווישניץ שטאמעדיגע]? אויב יא. וואס מושט מען זיך אריין דא?! וויל מען אפשר נעמען עדווענטעז'ש פונעם וויזניצע לשון הרע'ס? אז מיין חסידות איז בעסער?! ס'איז ראוי צו קוועשיאניר'ן אויף רוב פון חסידות'ן ליהוי ידוע, ווער ס'ווייסט נישט סתומות וצפונות.
מאנטאג יוני 17, 2019 10:45 am#432023
די חתן מיט זיין טאטע, וועהלן זיך א 'טלית בייטל' צום חתונה.
איך גלייב אז מען וועט שיקן photos פונם טלית בייטל צום זיידן הקוה״ט שליט״א,
צו מאכן זיכער אז עס איז גענוג מלכות׳דיג, למען כבוד ה'שיטטע האקדוישע' פון הקוה״ט שליט״א.
talis beitel.JPG
מאנטאג יוני 17, 2019 2:01 pm#432036
חיים יואל האט געשריבן:די חתן מיט זיין טאטע, וועהלן זיך א 'טלית בייטל' צום חתונה.
איך גלייב אז מען וועט שיקן photos פונם טלית בייטל צום זיידן הקוה״ט שליט״א,
צו מאכן זיכער אז עס איז גענוג מלכות׳דיג, למען כבוד ה'שיטטע האקדוישע' פון הקוה״ט שליט״א.
talis beitel.JPG

סקאנדאליעז!!
מאנטאג יוני 17, 2019 3:56 pm#432045
חיים יואל האט געשריבן:די חתן מיט זיין טאטע, וועהלן זיך א 'טלית בייטל' צום חתונה.
איך גלייב אז מען וועט שיקן photos פונם טלית בייטל צום זיידן הקוה״ט שליט״א,
צו מאכן זיכער אז עס איז גענוג מלכות׳דיג, למען כבוד ה'שיטטע האקדוישע' פון הקוה״ט שליט״א.
talis beitel.JPG

ביזט אזוי משוגע אז מען קען מיינען ביסט א מענדעליסט.. why are you so obsessed with them?
דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:25 pm#432405
כ״ק מרן אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א בחופה בחצר החסידות,
בדביקות בעת שירת 'וכולם מקבלים / דהיינו שוואנצונעס',
כשילד קטן יושב על ברכיו.
9255.JPG
מיטוואך יולי 03, 2019 9:46 am#432588
פאריגן ליל ששי אור לכ״ה סיון, האט אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א גערעדט א גרויסע דרשה אין בני ברק 'הכנה לימי השמחה' און געזאגט אסאך מאדנע זאכן.
זיינע חסידים האבן געמאכט א קונטרס פונם דרשה, אבער האבן מרוב בושה אויסגעלאזט אסאך מאדנע שטיקלעך.
1 זאפטיגע שטיקל האבן זיי יא אריינגעלייגט:
''ווען איך דארף נאר, קומט די טאטע זי״ע און שמועסט מיט מיר. פאריגע וואך האב איך גערעדט מיט אים וועגן די שיטת השוואנצוננעס, האט ער מיר געזאגט, פאהר ווייטער און זינג ווייטער די שוואנצוננעס ניגונים''!
7.JPG
מיטוואך יולי 03, 2019 11:12 am#432604
פון די טאג וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן, טרעפן זיי זיך שוין. די ערשטע וואך האט ער אנגעטון שטיוול ווייל טאטי האט אים געהייסן. אלטע משוגעתן, גארנישט ניי...
מיטוואך יולי 03, 2019 6:46 pm#432635
היינט מיטוואך האט ער גערעדט א מאדנע דרשה פאר ילדי אנ״ש אין ארץ ישראל, דברי הכנה צום גרויסן חתונה.
אויף זיין האטליין איז עס נישט דא, אבער קול בחצרות האט א קלארע Recording.
ער זאגט פאר די קינדער:
ס'וועט זיין א ספעציעלע פארענטשע פאר די קינדער ביים אויפרוף, פארשפיל, חתונה און שבע ברכות. ''און אפילו ביים חופה''.
ענק זאלן שטיין שיין ''און זיך שאקלען''.
ערב אויפרוף גייט מען באגלייטן די חתן. ''ענק זאלן מאכן 2 שיינע שורות''.
מיטוואך יולי 03, 2019 7:12 pm#432637
איסר האטלקי האט געשריבן:פון די טאג וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן, טרעפן זיי זיך שוין. די ערשטע וואך האט ער אנגעטון שטיוול ווייל טאטי האט אים געהייסן. אלטע משוגעתן, גארנישט ניי...

זיינע אלטע משוגעת׳ן זענען סאך אינטערעסאנטער פון אסאך רבי׳ס נייע...
מיטוואך יולי 03, 2019 7:14 pm#432639
חיים יואל האט געשריבן:היינט מיטוואך האט ער גערעדט א מאדנע דרשה פאר ילדי אנ״ש אין ארץ ישראל, דברי הכנה צום גרויסן חתונה.
אויף זיין האטליין איז עס נישט דא, אבער קול בחצרות האט א קלארע Recording.
ער זאגט פאר די קינדער:
ס'וועט זיין א ספעציעלע פארענטשע פאר די קינדער ביים אויפרוף, פארשפיל, חתונה און שבע ברכות. ''און אפילו ביים חופה''.
ענק זאלן שטיין שיין ''און זיך שאקלען''.
ערב אויפרוף גייט מען באגלייטן די חתן. ''ענק זאלן מאכן 2 שיינע שורות''.

דער דערמאנט מיר פון כתה ג׳ ווען איך האב געהאט א ברודער׳ס חתונה.
מיטוואך יולי 03, 2019 9:38 pm#432652
ער האט אבער געזאגט נאך זאכן אינצווישן אויך, ניין?
דאנערשטאג יולי 04, 2019 2:03 pm#432686
חקרן האט געשריבן:נעכטן האט ער איבערגע'חזר'ט די דרשות וואס ער האט גערעדט אין ארץ-ישראל. ער האט ארויסגעוויזן אומצופרידנהייט פארוואס מען פרעגט אלעס זיין זוהן ר' חיים מאיר און פארוואס מען פרעגט נישט אים. ער האט צוגעלייגט אז ביי די יארצייט פון ר' ישעיה'לע קרעסטירער איז געווען א לחיים אין זיין בית-המדרש, ער האט ערווארטעט אז ר' חיים מאיר וועט נעמען דער געזעץ אין די הענט אריין און אראפשלעפן דעם טישטיך, אבער ער האט צער דערפון אז ער האט עס נישט געטאן.

ער האט געזאגט דארט פארשידענע אנדערע מאדנע זאכן. צווישן אנדערע אז מען טאר נישט אריינגיין צו די נייע ויז'ניצע רבי'ס, בני דודו ממאנסי (פעטער מאטל) זצ"ל. ער האט אויך געמאכט א נייער ניגון וואס ער האט דארט אויסגעלערנט, ס'גייט בערך אזוי... שיטה הקדושה, ישועות משה, מיר זענען בהמות וכו'...

ער האט געזאגט דארט נאך אנדערע זאכן, אבער איך האב נישט קאמפערמט וואס איז יא אמת און וואס נישט. איך בין זיכער אז ס'איז דא דא פון זיינע חסידים, זאל מען עס קומען מאשר זיין, לייקענען, צולייגן, אראפנעמען וכו' וכו' וכו'.

יעצט כ״ט סיון איז געווארען א יאר, זייט די 'שיטה הקדושה שוואנצוננעס' דרשה אין אמעריקע.

די גאנצע שיטה הקדושה שוואנצוננעס דרשה
m https://drive.google.com/file/d/1dOHD1w ... f_4L8/view m
דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:04 pm#432688
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
די שבטי ישראל חסידים קענען מאכען פון דער טאג א חגא, יום ביסוס מעמדם וליצנות הצד השני. אזוי ווי די זאליס פייערן א׳ שמות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יולי 07, 2019 5:22 pm#432758
פאריגע וואך האט ער גערעדט זאפטיגע דרשות, ''דברי הכנה צום גרויסן חתונה''. איינס פאר די ילדי תשב״ר און איינס פאר די בחורים.
ער האט צאמגערעדט אסאך שטותים און לאקשען.
קען איינער ברענגן די Recordings?
מאנטאג יולי 08, 2019 11:47 am#432809
האדמו"ר מויז'ניץ מרכז האט דעם שבת געפראוועט די אויפרוף פון זיין עלסטן אייניקל. פארן טיש פרייטאג צונאכטס איז ער אריבער צום טיש פון זיין מחותן האדמו"ר מספינקא 56 וואס האט געפראוועט אין בנין התלמוד תורה פון מרכז ויזניץ, און דערנאך איז ער אריינגעקומען צום אייגענעם טיש 1 ביינאכט.

אינטערעסאנט אז חיים יואל ווייסט נישט דערפון....
מאנטאג יולי 08, 2019 1:25 pm#432825
יא.
און דעם שבת אויפרוף האט מען געווארט אפאר שעה אויף כ״ק מרן אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א צו אנהייבן שחרית.
מען האט צום סוף אנגעהויבען שחרית 11.30am.
אויך די מחותנים / געסט / עלטער פעטערס וכו׳, האבן געווארט.
מאנטאג יולי 08, 2019 7:50 pm#432844
די דאווענען האט אפציעל געהייסן 11:00 דער באגלייטן איז שוין געוועהן בערך 11:20 אין די געגענט...
האט מען נישט געווארט אזוי לאנג מאך נישט מער ווי עס איז

קיינער האט נישט אזוי לאנג געווארט ווייל דער עולם איז אויך אויפגעשטאנען גענוג שפעט נאך אזא לאנגע טיש אין גענדיגט שפעט
דינסטאג יולי 09, 2019 9:51 am#432872
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:די דאווענען האט אפציעל געהייסן 11:00 דער באגלייטן איז שוין געוועהן בערך 11:20 אין די געגענט...
האט מען נישט געווארט אזוי לאנג מאך נישט מער ווי עס איז

קיינער האט נישט אזוי לאנג געווארט ווייל דער עולם איז אויך אויפגעשטאנען גענוג שפעט נאך אזא לאנגע טיש אין גענדיגט שפעט

דאווענען האט נישט געהייסן 11:00, און די מחותנים / געסט / עלטער פעטערס וכו׳ זענען פארדראסען אז ער האט זיי געלאזט ווארטן זייער לאנג ביז 11.30.
דינסטאג יולי 09, 2019 10:40 am#432876
מען קען דאס זייער גרינג מברר זיין, ברענגט ביטע די צעטל מיט די זמנים.
דינסטאג יולי 09, 2019 10:43 am#432877
Copy paste

ווי באקאנט, בהוראת קדשו פון כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א, זינגט מען ביי אלע חופות ביי מרכז ויזניץ, די ניגון 'וכולם מקבלים / דהיינו שוואנצוננעס'.
אויב כ״ק אדמו״ר מבעלזא שליט״א חדב״נ הרה״ק הישועת משה מויזניץ זי״ע וועט זיין ביים חופה, וועט מען נישט זינגען די ניגון וכולם מקבלים / דהיינו שוואנצוננעס,
אבער מען וועט זינגען די פשוטע וכולם מקבלים,
אויב אדמו״ר מבעלזא וועט נישט זיין, איז נישט קלאר צו מען וועט זינגען דהיינו שוואנצוננעס.
דינסטאג יולי 09, 2019 1:50 pm#432895
וואס פארא שייכות האט דאס מיט די בעלזער רבי, צו ער קומט יא אדער נישט, וואס איז תלוי אין דעם?
דינסטאג יולי 09, 2019 4:25 pm#432903
חיים יואל האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:די דאווענען האט אפציעל געהייסן 11:00 דער באגלייטן איז שוין געוועהן בערך 11:20 אין די געגענט...
האט מען נישט געווארט אזוי לאנג מאך נישט מער ווי עס איז

קיינער האט נישט אזוי לאנג געווארט ווייל דער עולם איז אויך אויפגעשטאנען גענוג שפעט נאך אזא לאנגע טיש אין גענדיגט שפעט

דאווענען האט נישט געהייסן 11:00, און די מחותנים / געסט / עלטער פעטערס וכו׳ זענען פארדראסען אז ער האט זיי געלאזט ווארטן זייער לאנג ביז 11.30.

געב א נאמען, ווער איז אויפגגערעגט?

ער האט יעדעם אזוי שיין מכבד געווען מיטן פולסטן כבוד, אז יעדער האט אים שוין מוחל געווען...

קיין איין רבי נעמט נישט אזוי שיין אויף זיינע מחותנים ווי ער.
דינסטאג יולי 09, 2019 6:57 pm#432909
למעשה היינט ביים גרויסע חופה ביי מרכז ויזניץ, האט מען נישט געזינגען די ניגון 'וכולם מקבלים / דהיינו שוואנצוננעס'. מען האט געזינגען די פשוטע וכולם מקבלים.
אבער פון זיינע נאכפאלגער פאדערט ער צו זינגען דהיינו שוואנצוננעס ביי יעדע חופה אין ארץ ישראל.
דינסטאג יולי 09, 2019 7:00 pm#432910
האחים היינט ביים חתונה ביי מרכז ויזניץ.
קיין קלארער בילדער האב איך נישט.
D_EUu6KX4AIGJZE.jpg
דינסטאג יולי 09, 2019 7:57 pm#432918
חתונה וויזניץ

אדמורי''ם מגריבוב, וויזניץ, וויזניץ, גלאגוב ועוד
מיטוואך יולי 10, 2019 1:25 am#432944
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:חתונה וויזניץ

אדמורי''ם מגריבוב, וויזניץ, וויזניץ, גלאגוב ועוד

פאר וואס באקומט בעלזע רב א קליין בענקל? האט ער דאס פארלאנגט?
גראדע שטייט עס אויס פון אים, ווי צו זאגן מאך מיך נישט קיין קאמפעטישאן פאר'ן גריבובער
מיטוואך יולי 10, 2019 2:52 pm#432977
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
שמעון וואלף האט געשריבן:פאר וואס באקומט בעלזע רב א קליין בענקל? האט ער דאס פארלאנגט?
גראדע שטייט עס אויס פון אים, ווי צו זאגן מאך מיך נישט קיין קאמפעטישאן פאר'ן גריבובער

ס'קוקט אויס ווי די זעלבע בענקל וואס ער ניצט אייביג, זיי האבן דאס נאכגעמאכט אין מאנטריאל ווען ער איז אהין געגאנגען באזוכן, זעהט אויס אז זיי שלעפן עס מיט ווי ער גייט
דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:28 pm#433044
הר״ר יושע פרוכטער, די פערזענדליכע Photographer פון כ״ק מרן אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א,
פראבירט צו מאכן א גוטן בילד נאכן חופה.
זונטאג יולי 14, 2019 8:22 am#433118
א איד וואס האט פאריגע זוכה געווען צום ערשטן קינד 26 יאר נאך די חתונה, איז געקומען אפנעמען זיין מזל טוב פון האדמו"ר מויזניץ מרכז, וועלכער האט אים א יאר צוריק מבטיח געווען צו האבן א קינד.

נעכטן מוצאי שבת שבע ברכות פון רבי'נס ערשטע אייניקל, ווען דער איד איז אנגעקומען פון אשדוד האט האדמו"ר מויזניץ זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט אים 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.
זונטאג יולי 14, 2019 11:16 am#433123
איסר האטלקי האט געשריבן:א איד וואס האט פאריגע זוכה געווען צום ערשטן קינד 26 יאר נאך די חתונה, איז געקומען אפנעמען זיין מזל טוב פון האדמו"ר מויזניץ מרכז, וועלכער האט אים א יאר צוריק מבטיח געווען צו האבן א קינד.

נעכטן מוצאי שבת שבע ברכות פון רבי'נס ערשטע אייניקל, ווען דער איד איז אנגעקומען פון אשדוד האט האדמו"ר מויזניץ זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט אים 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.

אדער ניין, אדער נישט.
וועם פונקטליך גלייבסטו אז דעהר באבא מעשה האט אמאל פאסירט?
יא, קען זיין ער האט אים געוואונטשען פאריאר, און גראדע האט ער בעזהי״ת געהאט א קינד.
ער האט אין זיין קהילה עטליכע יודן וואס ווארטן לאנגע יארן, ער האט זיי שוין אסאך מאל געוואונטשען, אבער ליידער האבן נישט קיין קינדער.
די ווילסט מיר זאגן אז האדמו"ר מויזניץ מרכז קען ברענגן ישועות?
זונטאג יולי 14, 2019 12:35 pm#433125
שוואכערע פון אים האבן שוין זוכה געווען צו מאכן מופתים און גרעסערע פון אים זענען שוין דורכגעפאלן. שלינג עס אראפ און גיי ווייטער.
זונטאג יולי 14, 2019 12:51 pm#433127
חיים יואל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:א איד וואס האט פאריגע זוכה געווען צום ערשטן קינד 26 יאר נאך די חתונה, איז געקומען אפנעמען זיין מזל טוב פון האדמו"ר מויזניץ מרכז, וועלכער האט אים א יאר צוריק מבטיח געווען צו האבן א קינד.

נעכטן מוצאי שבת שבע ברכות פון רבי'נס ערשטע אייניקל, ווען דער איד איז אנגעקומען פון אשדוד האט האדמו"ר מויזניץ זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט אים 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.

אדער ניין, אדער נישט.
וועם פונקטליך גלייבסטו אז דעהר באבא מעשה האט אמאל פאסירט?
יא, קען זיין ער האט אים געוואונטשען פאריאר, און גראדע האט ער בעזהי״ת געהאט א קינד.
ער האט אין זיין קהילה עטליכע יודן וואס ווארטן לאנגע יארן, ער האט זיי שוין אסאך מאל געוואונטשען, אבער ליידער האבן נישט קיין קינדער.
די ווילסט מיר זאגן אז האדמו"ר מויזניץ מרכז קען ברענגן ישועות?

פארוואס נישט?
זונטאג יולי 14, 2019 4:00 pm#433130
אינטערעסאנט איז, אז פונקט ביי אים געשעהען די סארט מעשיות. איר געדענקט נאך ראש-השנה ווען א פרענק איז געקומען דאווענען דארט, נאך א חלום וואס ער האט געהאט פון זיין טאטע, אז ער זאל גיין דארט דאווענען, ווייל זיי שטאמען פון ויז'ניץ? - זיי זעהען דארט חזיונות מיט חלומות... דעם ערשטן שבת האט מען מפרסם געווען, אז מען האט געזען דעם ישועות משה איבערגעבן דעם בעכער פאר קידוש פאר זיין זוהן... דער רבי אליין האט עס מאשר געווען און געזאגט אז ער מאכט נישט קידוש פאר ער זעהט זיין טאטע דארט...

ער אליין האט יעדן טאג חזיונות פון זיין טאטע, ער שמועסט זיך דורך מיט זיין טאטע בעניני השיט הקדושה. קוקט אויס אז נישט יעדער איז קוואליפיצירט צו זיין דארט...

איין זאך קען איך אייך זאגן: אויב האט מען נישט צו פארקויפן עפעס זאכליך, מוז מען קומען מיט חזיונות; אויב קען מען נישט פארקויפן קיין תורה, מוז מען מאכן א שיטה; און אויב איז נישטא קיין עבודת-השם וואס מען קען זען, מוז מען שרייען "העכערס".

ברוך אלקינו שהבדלנו מן הטועים!
מאנטאג יולי 15, 2019 10:19 am#433151
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
און ווען שטעלט זיך עס אפ? ווען מעגסטו זאגען ׳העכערס׳?

אדער דארף איך אריין קומען מיט מיין חסידישען ניק צו פרעגן די סארט שאלה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יולי 16, 2019 1:03 pm#433245
נפלה עטרת ראשינו.
ביים חתונה אין מרכז ויזניץ, איז אראפגעפאלען די 'הייליגע שטריימעל' און די 'הייליגע קאפעל'
פון כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א.
Video
m https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D m
דינסטאג יולי 16, 2019 1:58 pm#433250
דראמאטישע סקאנדאל!! די חסידים פארלאנגען א באלדיגע רעזיגנאציע!
פרייטאג יולי 19, 2019 9:25 am#433374
חיים יואל האט געשריבן:הר״ר יושע פרוכטער, די פערזענדליכע Photographer פון כ״ק מרן אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א,
פראבירט צו מאכן א גוטן בילד נאכן חופה.

נאך
שמחת_בית_ויזניץ_מרכז_5.jpg
זונטאג יולי 21, 2019 10:14 pm#433459
קיינער האט נאכנישט דערציילט?

מרכז ויז'ניצע רבי, האט געמאלדן, אז ער פארט נישט וועקעישן (ער האט היינט געדארפט אפפארן קיין שווייץ אויף צוויי חדשים), ביז ווילאנג מען האט אויסגעצאלט די משכורת פון די מלמדים וואס מען איז זיי שולדיג.

נ.ב. איך האלט אז ער וואלט געדארפט טון פארקערט. פארן קיין שווייץ און מעלדן אז ער קומט נישט צוריק ביז ווילאנג עס איז אויסגעצאלט...
מאנטאג יולי 22, 2019 12:26 am#433479
חקרן האט געשריבן:קיינער האט נאכנישט דערציילט?

מרכז ויז'ניצע רבי, האט געמאלדן, אז ער פארט נישט וועקעישן (ער האט היינט געדארפט אפפארן קיין שווייץ אויף צוויי חדשים), ביז ווילאנג מען האט אויסגעצאלט די משכורת פון די מלמדים וואס מען איז זיי שולדיג.

נ.ב. איך האלט אז ער וואלט געדארפט טון פארקערט. פארן קיין שווייץ און מעלדן אז ער קומט נישט צוריק ביז ווילאנג עס איז אויסגעצאלט...

זעהט אויס ער פארשטייט אז דער עולם וויל אביסול מנוחה פון אים און קען באשטיין ער זאל גיין מתקן זיין די שווייצע ניצוצות.
מאנטאג יולי 22, 2019 12:40 am#433480
חקרן האט געשריבן:קיינער האט נאכנישט דערציילט?

אין ישיבה קטנה פון עלטערן ברודער האט מען עס נישט געזאגט ביים היינטיגן שיעור.

מארגן גייט חיים יואל צוריקקומען אין ישיבה מיטן חידוש.
מיטוואך יולי 24, 2019 1:49 pm#433643
בשורה טובה.
היינט מיטוואך פארטאגס איז כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א ארויסגעפארען קיין שווייץ, ווי ער וועט וויילען פאר 7 וואכן למנוחת הנפש.
-
כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א היינט מיטוואך אין עירפארט אין תל אביב.
2019724_18335920451_jpg.jpg
מיטוואך יולי 24, 2019 5:40 pm#433649
ממש אליינ'ס?
ווער באגלייט איהם?
ווי זענען די האנט באגאדזש?
דאנערשטאג יולי 25, 2019 12:25 pm#433697
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:ממש אליינ'ס?
ווער באגלייט איהם?
ווי זענען די האנט באגאדזש?

א דאקטאר גיט פארשידענע מעדיצינען. געוויסע טאר מען נישט נעמען נאר מיט פולע מאגן, און געוויסע מעדיצינען דארף זיין אויף א גאר ליידיגע מאגן.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:39 pm#433730
דער שכן האט געשריבן:

אוטש :roll: