אינטערעסאנט אז קיינער רעדט נישט פון דעם!
פישי וויזל (דער ראש החבורה וואס האט זיך באקאנט געמאכט, ווען ער האט גערעדט קעגן ר' אהרן האגער דער רבי פון מאנטריאל, אז ער גייט בדרכי אבות, און פונקט ווי זיין טאטע פירט ער מחלוקת מיטן הייליגן רבי'ן, וויבאלד ער איז מקרב מושי ניימאן הי"ו) האט פאריגע וואך אויסגעקלאפט אין בית-המדרש אין בארא-פארק, כמעט בזה"ל:
"פאריגע וואך האב איך געזאגט א שמועס, בין הדברים איז געזאגט געווארן זאכן וואס וואלט בעסער געווען אז מען זאגט עס נישט, וויל איך קלארשטעלן אז ממני יצאה הדברים, קיינער האט מיר נישט געשיקט און איך פארטרעט נישט קיינעם, און בעסער אז ס'וואלט נישט געזאגט געווארן, ויהי רצון אז מען זאל זיך קענען מדבק זיין אין דעם הייליגן רבי'נס דרכים והאמת והשלום אהבו"
עד כאן!
א טאג שפעטער האט דער ירושלימ'ער רבי געזאגט אין זיין בית-המדרש ווי פאלגענד:
"איך האב געהאט געזאגט אז מען טאר נישט געבן געלט פאר מרכז וויזניץ, וויל איך זאגן אז מ'לומרש'ט האבן זיי איבערגעבעטן, הגם נישט אזוי ווי איך האב געוואלט אז זיי זאלן איבערבעטן, אבער אויף דעם איז עס גענוג, און מען מעג זיי שוין געבן געלט."
עד כאן!