Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
224 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12981
דינסטאג מערץ 12, 2019 4:03 pm#426334
או אינו האט געשריבן:מהאט ביי אינז אויסגעריסען יעדענס טאלאנט. מענער האבן עפעס יא אן אפציע? היטלער האט אויך פארשטאנען אז מיט חכמה אין טאלאנט וועט א ריינע ראסע נישט ווערן. דאס איז געוועהן די עיקר סיבה פין הארגענען אידן אין ארטיסטן מויזקאמטען וכו.

אונגאנצן נישט גערעכט!
איך האב פריער אנגעכאפט זינגען, סא לאמיר רעדן פון זינגען, יעדער היימישער מאן, וואס האלט אז ער האט א טאלאנט פון זינגען, קען טון כל מה שלבו חפץ דערמיט, מאכן אלבוימס מיט סידיס, זינגען ביי חתונות, וכו' וכו' וכו'
און אזוי איז ביי רובא דרובא טאלאנטן,
משא"כ ביי פרויען איז דאס בכלל נישט פארהאנען!
מיטוואך מערץ 13, 2019 12:19 am#426362
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
אין 2019 וועסטו נישט טרעפן א שולע אדער א סקול (חוץ ביי די חסידישע) וואס האט נישט פראגראמען אויפצוארבעטען טאלאנט, קינדער פין די דריי יאר ווערן געלערנט מוזיק, זינגען , מאלן , וכו
מיטוואך מערץ 13, 2019 12:33 am#426363
או אינו האט געשריבן:אין 2019 וועסטו נישט טרעפן א שולע אדער א סקול (חוץ ביי די חסידישע) וואס האט נישט פראגראמען אויפצוארבעטען טאלאנט, קינדער פין די דריי יאר ווערן געלערנט מוזיק, זינגען , מאלן , וכו

אבער ס'בלייבט סטריקלי א סקול סאבדזשעקט, ס'נישט אנגענומען אלס א קעריער.
מיטוואך מערץ 13, 2019 4:44 am#426366
אביסל פאזיטיווע נייעס אין דעם הינזיכט האב איך באמערקט בלעטערענדיג אויף די ברסלב וועב זייטל פון הרב יואל ראטה, זיי האבן געמאכט א מלוה מלכה און כנהוג באערט ביישטייערער מיט פלעקס בלע"ז, אנשטאט שרייבן וזוגתו תחי' האבן זיי יא ארויסגעשריבן די נאמען פון די עקרת הבית.
מיטוואך מערץ 13, 2019 1:47 pm#426389
וואס פריער, זענען די בילדער בעסער און בעסער...
מיטוואך מערץ 13, 2019 2:00 pm#426390
אלץ האט זיך אנגעפאנגען ווען אדם און חוה האבן זיך אנגעטון פייגנבלעטער, פון דארטן און ווייטער איז עס נאר געווארן ערגער און ערגער, ועוד היד נטויה...
מיטוואך מערץ 13, 2019 2:24 pm#426392
און משה רבינו האט געהאט הערנער... ווער ס׳געדענקט נאך פלעגען די אלטע אור החיים חומשים האבן אויפ׳ן שער בלאט א צייכענונג פון משה רבינו מיט צוויי הערנער האלטענדיג די לוחות.
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 12:38 am#426422
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
m https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=t m

אמאליגע עראטישע שער-בלעטער
זונטאג מערץ 24, 2019 8:39 am#426914
די וואס האבן א ספק צי פּראָגרעס װערט געמאכט: די וואך אין 'משפחה'.
זונטאג מערץ 24, 2019 8:51 am#426915
בסוד"ם אל תבא נפשי...

לטשטש הכלה בהתמונה הגדולה

"די וואך" מיט עטליכע וואכן צירוק. וואלטן זיי צוגעווארט צום וועקער, וואלטן זיי אויך געקענט זיין פון די פראגרעס.

אילו זכינו...
זונטאג מערץ 24, 2019 10:05 am#426916
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
דער טעגליכע איד אימעיל. ח''ו שרייבן זי אדער אשה.
m https://abc7ny.com/amp/man-told-jewish- ... y/5211866/ m
בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג מערץ 24, 2019 10:13 am#426917
ר' דוד ליכטענשטיין אויף זיין פאדקעסט שאו די וואך רעדט ער ארום איבער דעם ערשיינונג, ער טענה'ט אויב די תורה וואלט היינט געגעבן געווארן וואלט עס געגאנגען אברהם ורעייתו, מגילת מרדכי ורעייתו וכו'. איך בין נייגעריג אויב ער איז נשפע געווארן פון דעם ארטיקל.
זונטאג מערץ 24, 2019 11:33 am#426921
אינעם ענגלישע משפחה איז ערשינען פרא צוויי וואכן צוריק א בילד פון טויזנטע פרויען ביי דער כותל.
אין א ן ארטיקל איבער די WOMAN OF THE WALL
דער בילד איז נאר גענומען געווארן אביסלע מרחוק אבער גענוק נאנט צי קענען באמערקן און דערקענען
אגב: דער עיקר פראבלעם פארוואס צייטונגן מיטשענען זיך איז וועגן דער קלאגעס וואס קומן כסדר אריין פון מענטשן
ווי איך האב געהערט א רעקורדירינג וואס איז ארום געפארן ווי א פרוי לאזט איבער א מעסעדש פאר אן אויסגאבע ווי זי זאגט נעבעך אז איר מאן האט זיך פשוט צוויינט ווען עס איז ערשינען א בילד פון א מיידל פון 4 יאר אלט! עס האט אים נעבעך ל''ע מעורר געווען ה''י
זונטאג מערץ 24, 2019 11:34 am#426922
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
וואלווי האט געשריבן:בסוד"ם אל תבא נפשי...

לטשטש הכלה בהתמונה הגדולה

"די וואך" מיט עטליכע וואכן צירוק. וואלטן זיי צוגעווארט צום וועקער, וואלטן זיי אויך געקענט זיין פון די פראגרעס.

אילו זכינו...
דאס איז פון א בליק
זונטאג מערץ 24, 2019 11:35 am#426923
אינעם ענגלישע משפחה איז ערשינען פרא צוויי וואכן צוריק א בילד פון טויזנטע פרויען ביי דער כותל.
אין א ן ארטיקל איבער די WOMAN OF THE WALL
דער בילד איז נאר גענומען געווארן אביסלע מרחוק אבער גענוק נאנט צי קענען באמערקן און דערקענען
אגב: דער עיקר פראבלעם פארוואס צייטונגן מיטשענען זיך איז וועגן דער קלאגעס וואס קומן כסדר אריין פון מענטשן
ווי איך האב געהערט א רעקורדירינג וואס איז ארום געפארן ווי א פרוי לאזט איבער א מעסעדש פאר אן אויסגאבע ווי זי זאגט נעבעך אז איר מאן האט זיך פשוט צוויינט ווען עס איז ערשינען א בילד פון א מיידל פון 4 יאר אלט! עס האט אים נעבעך ל''ע מעורר געווען ה''י
זונטאג מערץ 24, 2019 11:45 am#426924
ס'דא פילן פאר אזא איינער, קיינער דארף נישט ליידן אז ער איז קראנק.
זונטאג מערץ 24, 2019 2:43 pm#426928
גראף האט געשריבן:דער טעגליכע איד אימעיל. ח''ו שרייבן זי אדער אשה.
https://abc7ny.com/amp/man-told-jewish- ... y/5211866/
בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דאס איז נישט נאר פארדרייט די ווערטער כדי נישט צו אנטדעקן פאר די לייענער אז דא רעדט מען פון א פרוי (ר"ל), נאר אויך קלאר געשריבן בלשון זכר אין עטליכע ערטער.

"אידישן קאלעגע" (צוויי מאל)
"אויפן איד"

אבער דער גרעסטער פראבלעם איז נישט דער לשון זכר, נאר טאקע דער הינטערליגנדער מהלך המחשבה וואס טרייבט א שרייבער צו שרייבן פארקרומט כדי נישט צו דערמאנען דעם עקזיסטענץ פון א פרוי. ס'איז באמת קראנק.
זונטאג מערץ 24, 2019 6:12 pm#426934
ווען עס איז נאר צייטונגען איז אויך גענוג שלעכט. מיין פעטער איז פאר נישט לאנג געשטארבן און זיין משפחה האבן ארויסגעגעבן א קליינער חוברת פאר דער משפחה און באקאנטע מיט בילדער פון דער נפטר און זיינע זין און מענער אייניקלעך אבער נישט קיין שום בילד פון זיין ווייב אדער טעכטער. אפילו זיין ווייב'ס נאמען איז נישט געדרוקט נאר 'היז ווייף'.

א חלק פון דער שולד דערפון איז אז דער חרד'ישער סיסטעם פארמאגט נישט א ווינקל פאר אייגענער שיקול הדעת. דער עולם זאגט מ'לייגט נישט פרויען איז לייגט מען נישט פרויען ווי נאר און ווען נאר. דער עולם זאגט אז פרויען זיצן שבעה מיט א טורבאן איז זיצט מען מיט א טורבאן. דער עולם זאגט שושן פורים שטריימל איז שושן פורים שטריימל. עס זענען טאקע דא אפיניאנעיטיד חברה וואס טון ווי זיי פארשטיין נאר זיי זענען בטל ברוב און הייסן אויבער חכמים ווייל זיי גיין נישט בעקבות הצאן. ביי רוב עולם איז מאנקי סעי מאנקי דא, עולם גולם טוט וואס עולם גולם טוט. מען קען אפילו נישט זאגן אז ס'איז למה יאמרו ווייל דאס איז אויך צופיל מחשבה. ס'איז פשוט 'אזוי טוט מען' און אז דער מדובר איז פרויען איז אזוי טוט מען ביי דעם אויך.
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:09 am#426952
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
צפור בודד האט געשריבן:מען קען אפילו נישט זאגן אז ס'איז למה יאמרו ווייל דאס איז אויך צופיל מחשבה.

פאר די שורה קומט זיך דיר אן עקסטערן לייק...
מאנטאג מערץ 25, 2019 8:10 am#426963
לעצטנס געהערט א מעשה
רבי משה מרדכי מלעלוב איידער ער האט חתונה געהאט בזוו''ש אוין טיעפן עלטער האט ער זיך מתייעץ געווען מיט רבי משה אריה פריינד וואס האט אים שטארק געשטיפט צום שידוך, בין הדברים האט דער לעלובער רבי א פרעג געטאהן: מה יאמרו הבריות, א זקן נואף. האט ר' משה ארי'ה געזאגט מה יאמרו הבריות?! שוין הינדערט יאר וואס עס עקזיסטירטיט שוין נישט קיין בריות.
נו נו
דעם מעשה האט פארשטייט זיך א טיעפן כוונה אבער עס האטמיר שטארק געמאכט טראכטן ווער פינקטלעך זענען די בריות מיט וועמען אינז רעכענען זיך מיט....
דינסטאג מערץ 26, 2019 6:09 am#427058
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
צפור בודד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאכנישט געזען דעם וועקער, נאר למען הפארצייכענונג: דעם פארגאנגענעם מיטוואך האט דער המודיע געהאט א מעלעריי פון קאנגרעספרוי אמאר.

דאס איז דאך מותר, אזוי ווי אין א קאורט רום ווי מ'טאר נישט כאפן בילדער, מאלט מען. דינא דמלכותא דינא.

אזוי אויך זעט מען אין חז"ל אז מצייר זיין איז ערלויבט, מטבע של אברהם אבינו איז זקן וזקנה בחור ובתולה.

אבער דאך, אפי' בימים ההם איז שוין געווען אכשר דרא. אזוי ווי ס'שטייט בחורים "וגם" בתולות ווייל "ס'פאסט" נישט צו שריבן "עם" אזוי ווי ביי זקנים "עם" נערים...

יעצט איז מיר שוין קלאר פארוואס מיר זענען אזוי שטארק מקפיד אויף דער 'נגע' פון פרויען בשעת ווען מיר זענען מיקל אויף פידאפילן ומקרא מלא הוא

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

אינו מן הענין

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מערץ 26, 2019 6:23 am#427059
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רבי יוחנן למדנו יראת חטא מבתולה וקיבול שכר מאלמנה... דההיא אלמנה דהואי בי כנישתא בשיבבותה, כל יומא הות אתיא ומצלה בי מדרשיה דר' יוחנן. אמר לה: "בתי, לא בית הכנסת בשיבבותך?" אמרה ליה: "רבי! ולא שכר פסיעות יש לי?!". (סוטה כב.)

נישט נאר זענען פרויען געקומען אין שול, דער רב האט
פונקטליך מיטגעהאלטן ווער ס'קומט...

אנכי הקטן האב אליינס מיט געהאלטן אן עפיזאד זייענדיג אין די בית הוראה ווי אישית שאלות ווערן געפרעגט, פארשטייט זיך אז פרויען קומען אויך אין ב״ה מיט זייערע שאלות. רופט זיך אן דער רב. ״זי איז א וואוילער ווייבל״ זעענדיג ווער דער פרעגער איז. מיינט נישט אז איך רעד דא פון א קאנטראווערסיאלער רב, איך רעד פון מסלתה ומשמנה פונעם סאטמערע ב״ה. (נישט קיין נפק״מ וועלעכער סאטמער)

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מערץ 26, 2019 6:30 am#427060
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
זאפטיג האט געשריבן:לעצטנס געהערט א מעשה
רבי משה מרדכי מלעלוב איידער ער האט חתונה געהאט בזוו''ש אוין טיעפן עלטער האט ער זיך מתייעץ געווען מיט רבי משה אריה פריינד וואס האט אים שטארק געשטיפט צום שידוך, בין הדברים האט דער לעלובער רבי א פרעג געטאהן: מה יאמרו הבריות, א זקן נואף. האט ר' משה ארי'ה געזאגט מה יאמרו הבריות?! שוין הינדערט יאר וואס עס עקזיסטירטיט שוין נישט קיין בריות.
נו נו
דעם מעשה האט פארשטייט זיך א טיעפן כוונה אבער עס האטמיר שטארק געמאכט טראכטן ווער פינקטלעך זענען די בריות מיט וועמען אינז רעכענען זיך מיט....

די מעשה הייבט זיך נישט אן. איך האב גוט געקענט הרה״צ מ״מ לעלובער. ער האט מיט מה יאמרו הבריות קיינמאל זיך נישט געקומערט.
אן א שיעור מעשיות, און ספעציפיש מיט זיין מאדנער זו״ש וואס ער האט געהאט (פון וועמען די ערווענסט דא) וואו מען האט געזעהן און געהערט איבער די נושא.

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מערץ 26, 2019 10:53 am#427074
מיינונגזאגער האט געשריבן:

די האסט געקענט ר' מ''מ ממילא מוז זיין אז דער משעה הייבט זיך נישט אן?
קודם כל איך האב דער מעשה געהערט פון זייערע א פארלעסליכע מקור
צווייטנעס ער האט זיך טאקע נישט געקומערט מיט אינזערע נארישע מה יאמרו הבריות, ער האט געהאט אנדערע בריות וואס אויף דעם האט רמ''א רעגאירט אז זיי באשטיין שוין נישט
דינסטאג מערץ 26, 2019 10:58 am#427075
שושן פורים האט געשריבן:אביסל פאזיטיווע נייעס אין דעם הינזיכט האב איך באמערקט בלעטערענדיג אויף די ברסלב וועב זייטל פון הרב יואל ראטה, זיי האבן געמאכט א מלוה מלכה און כנהוג באערט ביישטייערער מיט פלעקס בלע"ז, אנשטאט שרייבן וזוגתו תחי' האבן זיי יא ארויסגעשריבן די נאמען פון די עקרת הבית.

געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י
אגב: געווען באקאנט ביי די צייטן פון קאנטאנסיטן אז פרויען זענען אין בעסמעדרעש אריינגעקאמען אין איינגעריסן (דאס מיינט די פרוכת געפנעט און געשריען הויך)
דינסטאג מערץ 26, 2019 3:35 pm#427089
זאפטיג האט געשריבן:

אין די גרויסע וויזניצע בעסמעדרעש אין מאנסי העכער די ארון קודש שטייט "זאת נדבת ר' פנחס קליין" דער וויזניצער רבי ז"ל האט נישט ערלויבט צו שרייבען "וזוגתו"
דינסטאג מערץ 26, 2019 7:41 pm#427097
פארדעם איז ער דאך געווען רעב מאטעלע...
דינסטאג מערץ 26, 2019 7:59 pm#427098
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
זאפטיג האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:אביסל פאזיטיווע נייעס אין דעם הינזיכט האב איך באמערקט בלעטערענדיג אויף די ברסלב וועב זייטל פון הרב יואל ראטה, זיי האבן געמאכט א מלוה מלכה און כנהוג באערט ביישטייערער מיט פלעקס בלע"ז, אנשטאט שרייבן וזוגתו תחי' האבן זיי יא ארויסגעשריבן די נאמען פון די עקרת הבית.

געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י
אגב: געווען באקאנט ביי די צייטן פון קאנטאנסיטן אז פרויען זענען אין בעסמעדרעש אריינגעקאמען אין איינגעריסן (דאס מיינט די פרוכת געפנעט און געשריען הויך)
ביים סאטמארער רבין ז"ל פלעגט די רביצין ע"ה זיצן אין ביהמ"ד נאך צדקה אום א' סליחות.
מיטוואך מערץ 27, 2019 12:40 am#427107
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
זאפטיג האט געשריבן:געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י

בילד
מיטוואך מערץ 27, 2019 12:56 am#427108
רעב מאטעלע איז אין גוטע קאמפעני, ובדרך צחות אפשר לומר שכל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו...
מיטוואך מערץ 27, 2019 8:52 am#427113
לולקע באנוצער האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:אביסל פאזיטיווע נייעס אין דעם הינזיכט האב איך באמערקט בלעטערענדיג אויף די ברסלב וועב זייטל פון הרב יואל ראטה, זיי האבן געמאכט א מלוה מלכה און כנהוג באערט ביישטייערער מיט פלעקס בלע"ז, אנשטאט שרייבן וזוגתו תחי' האבן זיי יא ארויסגעשריבן די נאמען פון די עקרת הבית.

געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י
אגב: געווען באקאנט ביי די צייטן פון קאנטאנסיטן אז פרויען זענען אין בעסמעדרעש אריינגעקאמען אין איינגעריסן (דאס מיינט די פרוכת געפנעט און געשריען הויך)
ביים סאטמארער רבין ז"ל פלעגט די רביצין ע"ה זיצן אין ביהמ"ד נאך צדקה אום א' סליחות.

דער טאכטער פון ר' יענקלע מפשעווארסק מרת חנהל'ע אשת הרה''צ ר' משה אהרן זיצט בקביעות אין בית המדרש
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 7:49 pm#427259
פרייטאג מערץ 29, 2019 3:17 pm#427306
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
איך האב נעכטן געזעהן א אינטערסאנטע זאך, נאך וואס די ליובאוויטש׳ע רעביצען חיה מושקא איז נפטר געווארן כ״ב שבט תשמ״ח, איז ארויסגעקומען א קובץ לזכרה בשם ״אמנו המלכה״ און אין אנהייב איז געדריקט געווארן א בילד פון זי, האט הגאון רבי גבריאל ציננער געשיקט א בריוו צום ליובאוויטש׳ע רבי, אז עס פאסט נישט אזא זאך.., און דער רבי האט אים געענטפירט אז סאיז יא א גוטע זאך, איך וועל דא ברענגען די בריוו פון רבי גבריאל און די איינגערינגילטע אותיות זענען אריינגעלייגט געווארן אלעס א תשובה פון די רבי (א אונטערסאנטע וועג ווי צו שרייבען א תשובה)

ב"ה, י"א באדר תשמ"ח לכבוד כ"ק אדמו"ר שליט"א." "באתי להעיר אודות שיצא לאור ספר אמנו "המלכה" (בודאי הבחין בהפשוט גם בלא הסתכלות כלל - אשר במהדורא אחרת הוסיפו בלי צבעים תמונה מהרבנית) ולפי עניות דעתי אינו נכון - (ואף ד)אמרו חז״ל סנהדרין מכל מקום גמירי אין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות (ושולל בנוגע לאחרנייתא) וגם קיימא לן באבן העזר סימן כ"א ס"א דאסור 1) להסתכל אף בבגדי 2) צבעונים של אשה 3) שהוא מכירה (ומכלל הן אתה שומע שלילת האיסור כאשר אין ג' הנ"ל, ובפרט - כל הג') ועי' באוצר הפוסקים סקי"ב בשם שו"ת הב"ח סימן י"ד דגם בבגד אשה שכבר מתה עיי"ש (מה שאין כן) בנידון דידן, ועל כל פנים מדת חסידות להחמיר, (אלא שעל ידי זה יתמעט ב"והחי יתן אל לבו - כנראה במוחש ואולי זוהי סברת המוסיפים הנ"ל) ואשרי הדור שהגדולים נשמעין לקטנים ע״כ
ער פירט אויס מיט א אשרי צום רבי׳ן פארן אויסהערן אזא קטן ווי אים, די שאלה איז נאר ווי אזוי איז ער געווען זעכער אז די רבי וועט אים אויסהערן (ער האט אים טאקע נישט אויסגעהערט)

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 29, 2019 3:20 pm#427307
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
ידידנו הרב ראובן, האט שוין טאקע געשריבן ווי די רבי האט מקפיד געווען אריינצולייגען א מיידל צוזאמען מיט א אינגעל אין די ביכער פאר די קינדער

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 31, 2019 5:07 pm#427370
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דברים נוקבים פון אן OTD.

דא ליגט דברים טפשיים פון אן איש תקשורת נישט קיין OTD
דאס איז פשוט דער נארישע טרענד אין מדינת ישראל צי מכאן א גאנצע בראטל פון פעמעניזם
נעם עס נישט צים הארצן
עס איז דער זעלבע בלאף ווי די בלאפערס אויף אינזער זייט
זונטאג מערץ 31, 2019 8:35 pm#427390
יעצט בין איך ממש איבערצייגט אז יענער רעדט טאקע נישט צום זאך...
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:14 am#427420
יא יא נישט יעדער ציוני אדער דזינס גייער מיט סמארטפאן אויף דער הויזן מוז זיין אז ער רעט צי דער זאך...
און נישט יעדער היימישע באנק קוועטשער מיט צופלאשעטע פיאות מיט'ן טלמן צוריסענע גמרא און שו''ע אנגפילט מיט פאפירן מוז זיין אז ער רעט נישט צי דער זאך

א געוואלדיגע אויסטרעפעניש!
זונטאג אפריל 14, 2019 1:12 pm#428468
כ'מיין אז די צוויי עדס קענען אריינגעלייגט ווערן אינעם "פראגרעס" פייל.
זונטאג אפריל 14, 2019 6:59 pm#428501
און דאס, קען אריין אינעם רעגרעסיע פייל.

כ'מיין אז ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אזא אפיציעלן "פסק" קומט ארויס. ווער עס האט געלייענט דעם לעצטן "וועקער" ווייסט אז די עדה החרדית זעלבסט האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיט איידעלע בילדער פון פרויען. בילדער פון פרויען זענען ערשינען אין "דאס אידישע ליכט" און אין ביכער ארויסגעגעבן דורך די אנשי העדה.
מאנטאג אפריל 15, 2019 8:38 am#428526
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
מ'דערמאנט זיך די אמאליגע גוטע צייטן ווען די וועלט איז געווען וועלט און שדים זענען געווען ברוסט.
דינסטאג אפריל 16, 2019 10:45 am#428600
צפור בודד האט געשריבן:מ'דערמאנט זיך די אמאליגע גוטע צייטן ווען די וועלט איז געווען וועלט און שדים זענען געווען ברוסט.

בנוגע שיר השירים טיט ארטסקרול אויף ענגליש אויך נישט טיישטן ליטערלי פשוט פשט נאר דעם רמז ווי זיי שרייבן דאס אין זייערע הקדמה . והסיבה פשוט
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:55 am#428617
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
זאפטיג האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:מ'דערמאנט זיך די אמאליגע גוטע צייטן ווען די וועלט איז געווען וועלט און שדים זענען געווען ברוסט.

בנוגע שיר השירים טיט ארטסקרול אויף ענגליש אויך נישט טיישטן ליטערלי פשוט פשט נאר דעם רמז ווי זיי שרייבן דאס אין זייערע הקדמה . והסיבה פשוט
אויב געדענק איך גוט שטייט נאך אין די באר יהודה הגדה ברוסטן, נישט אזוי לאנג צוריק.

ביי די וועי , מיין יודענע האט לעצטנס צופעליג געעפנט דעם צענע רענע און זי טענהט אז עס איז פול מיט דברי מנובלות, (ובלשונה עס רעדט זיך צופיל פון יענע זאכן).

Sent from my XT1526 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 17, 2019 3:58 pm#428711
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
אונטער חכם האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:מ'דערמאנט זיך די אמאליגע גוטע צייטן ווען די וועלט איז געווען וועלט און שדים זענען געווען ברוסט.

בנוגע שיר השירים טיט ארטסקרול אויף ענגליש אויך נישט טיישטן ליטערלי פשוט פשט נאר דעם רמז ווי זיי שרייבן דאס אין זייערע הקדמה . והסיבה פשוט
אויב געדענק איך גוט שטייט נאך אין די באר יהודה הגדה ברוסטן, נישט אזוי לאנג צוריק.

ביי די וועי , מיין יודענע האט לעצטנס צופעליג געעפנט דעם צענע רענע און זי טענהט אז עס איז פול מיט דברי מנובלות, (ובלשונה עס רעדט זיך צופיל פון יענע זאכן).

Sent from my XT1526 using Tapatalk

מהיום והלאה גייט מיין אידענע לייענען די צאינה וראינה!
מיטוואך אפריל 17, 2019 4:00 pm#428712
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
נאך אינעם פראגרעס פייל קען אריין גיין די ענגלישע קנקן. בילד
מיטוואך אפריל 17, 2019 4:00 pm#428713
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
בילד
מאנטאג אפריל 22, 2019 3:04 pm#428862
#דיסקרימינעישאן אין שטיבל
#שפאר אויף מיין ניק
מאנטאג אפריל 22, 2019 4:37 pm#428866
וואס באהאלט איר דארטן? פון וועמענס אישי קעסטל איז דאס?
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 8:48 am#429019
זונטאג מאי 05, 2019 11:56 pm#429733
סקולענער רבי איז געוועהן פון די גרעסטע וואס האבן לוחם געוועהן פאר קדושה. אויף אינוויטשעישאנס האט ער זיך אונטערגעשריבען מיט זיין רעביצין!!!
דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:18 pm#430062
דמיא עליה ככשורא