Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
224 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12981
דינסטאג מערץ 05, 2019 10:17 am#425747
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
דער פרישער וועקער דארף שוין היינט אנפאנגען אנצוקומען צו די לייענער אין דער פאסט, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן פון דעם אריגינעלן פארש-ארבעט אין דעם הויפט ארטיקל "פרויען פארבאטן!"

דער ארטיקל ווייזט אז עס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט אזא זאך אז מ'דארף ארויסשניידן פרויען בילדער פון חרדישע אויסגאבעס און ביכער. יעדע חרדישע אויסגאבע אין די לעצטע הונדערט יאר וואס איך האב דורכגעקוקט, האט אמאל פארמאגט בילדער פון פרויען -- און דאס רעכנט אריין די פרומסטע חסידישע אויסגאבעס. כ'האב נישט געפונען אפילו איין פאל וואס מ'זאל צענזורירן אדער מטשטש זיין א בילד פון א פרוי אין א חרדישער אויסגאבע אדער בוך ביז עטליכע צענדליגער יארן צוריק.

די פארשונג פאר דעם ארטיקל האט זיך אנגעפאנגען דא אויף קאווע שטיבל אין דעם אשכול, און אין אנדערע אשכולות. אין דעם יעצטיגן ארטיקל אינעם וועקער איז צוגעקומען גאר אסאך נייער חומר, פיל מער פון וואס כ'האב פארעפנטליכט פריער. טייל פון זיי חידושים וועלכע האבן אפילו מיך זעלבסט שאקירט.

אריינקוקנדיג אינעם געדרוקטן וועקער, וואס כ'האב ערהאלטן נעכטן נאכמיטאג, האב איך געזען אז די בילדער זענען נישט געדרוקט געווארן אזוי קלאר ווי כ'וואלט געוואלט. אבער גוט אז כ'האב אינעם ארטיקל געשריבן: "ביטע נעמט אין אכט אז נישט אלע בילדער קומען דא אויס הונדערט פראצענט קלאר. געוויסע זענען סקאנירט געווארן און זענען דעריבער קלארער; אנדערע זענען געכאפט געווארן מיט א קאמערא פון די אריגינעלע צייטונגען און זענען דעריבער נישט אזוי קלאר. אבער אין יעדן פאל קען מען האפנטליך זען גענוג צו פארשטיין וויאזוי די בילדער האבן אריגינעל אויסגעקוקט ווען זיי זענען געדרוקט געווארן אין די אויסגאבעס און ביכער."

הערות און קאמענטארן פון די וואס האבן געלייענט דעם ארטיקל זענען וועלקאם.

אויב האט איר נאך נישט געקויפט דעם וועקער, גיט א קליק.
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:32 am#425795
הרב ראובן! אויסטערליש הנאה געהאט! יעדעס ווארט געשלינגען מיט דורשט.

כ'מיין אז נאך אזא ארטיקל איז פאר אינטערעסאנטקייט העכסט צייט צו מאכן אפשר טאקע אין דעם אשכול אן אנקעטע אז דער עולם זאל פרעגן זייערע פרויען צי זיי שפירן זיך געטראפן נאכדעם וואס פרויען צורות ערשיינען נישט אין אידיש און אויך אנגלא-אידישע צייטונגען און מאגאזינען.

איך העל זיין דער ערשטער.

מיין בני בית געט איבער אז זי קימערט נישט צופיל דערוועגן. איין זאך: מ'זאל נאר נישט לייגן א בילד פון איר...

און ווען כהאב איר ערנסט געפרעגט וואס זי זאגט איבער אט די נושא אמרה: כהאב דאס נאכנישט צופיל אויפגעפאסט, מעגליך וויבאלד מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן און צוגעוואוינט פון יונגווייז אן. (אז אין אונזערע ליטעראטור איז קיין בילדער פון פרויען נישט פארהאנען).
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:16 am#425813
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
מיין מאמע שטערט עס ווען אן ארטיקל ערשיינט איבער א פרוי וואס איז אוועק, און קיין בילד איז נישט דא. זי וויל זען פון וועמען מ׳רעדט. אן ארטיקל געשריבען דורך א פרוי, וואלט אויך געווען געשמאק צו וויסען ווער דאס איז. למשל, רבנית ימימה מזרחי יעדער וואך אין דער עמי מאגאזין. אבער פונקט ווי לבי ובשרי, וואלט זי קיינמאל נישט געוואלט איהר בילד.
מיטוואך מערץ 06, 2019 1:33 pm#425835
נאכנישט געזען דעם וועקער, נאר למען הפארצייכענונג: דעם פארגאנגענעם מיטוואך האט דער המודיע געהאט א מעלעריי פון קאנגרעספרוי אמאר.
מיטוואך מערץ 06, 2019 1:49 pm#425837
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאכנישט געזען דעם וועקער, נאר למען הפארצייכענונג: דעם פארגאנגענעם מיטוואך האט דער המודיע געהאט א מעלעריי פון קאנגרעספרוי אמאר.

דאס איז דאך מותר, אזוי ווי אין א קאורט רום ווי מ'טאר נישט כאפן בילדער, מאלט מען. דינא דמלכותא דינא.

אזוי אויך זעט מען אין חז"ל אז מצייר זיין איז ערלויבט, מטבע של אברהם אבינו איז זקן וזקנה בחור ובתולה.

אבער דאך, אפי' בימים ההם איז שוין געווען אכשר דרא. אזוי ווי ס'שטייט בחורים "וגם" בתולות ווייל "ס'פאסט" נישט צו שריבן "עם" אזוי ווי ביי זקנים "עם" נערים...
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:02 pm#425838
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
אויף עמ׳ 91, ערשיינט אן אנאנס פון א מזל טוב פון מייק טרעס צו משה שערער, פאר׳ן א חתן ווערן מיט ב"ל המשכלת והמצויינת דבורה תחי׳.

וואס מיינט ב"ל?

לכאורה מיינט עס ׳בחירת לבו׳.

אויף עמ׳ 96, אז מ׳קוקט גוט, זעט מען די קלאס פון תשכ"ז פון געיטסהעד סעמינארי, מיט הרב מרדכי מילר ז"ל, דער ראש הסעמינארי. ער האט זיך געלאזט פאטאגראפירען צוזאמען מיט זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:07 pm#425840
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויף עמ׳ 91, ערשיינט אן אנאנס פון א מזל טוב פון מייק טרעס צו משה שערער, פאר׳ן א חתן ווערן מיט ב"ל המשכלת והמצויינת דבורה תחי׳.

וואס מיינט ב"ל?

לכאורה מיינט עס ׳בחירת לבו׳.

אויף עמ׳ 96, אז מ׳קוקט גוט, זעט מען די קלאס פון תשכ"ז פון געיטסהעד סעמינארי, מיט הרב מרדכי מילר ז"ל, דער ראש הסעמינארי. ער האט זיך געלאזט פאטאגראפירען צוזאמען מיט זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:12 pm#425842
לבי ובשרי האט געשריבן:

ס'מיינט טאקע בית לחם - כי אם הלחם אשר הוא אוכל

ווי אויך ברכת לבנה - דער זאך ווייסט טראגט די ווייסע קלייד ביים חתונה
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:32 pm#425846
וואלווי האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאכנישט געזען דעם וועקער, נאר למען הפארצייכענונג: דעם פארגאנגענעם מיטוואך האט דער המודיע געהאט א מעלעריי פון קאנגרעספרוי אמאר.

דאס איז דאך מותר, אזוי ווי אין א קאורט רום ווי מ'טאר נישט כאפן בילדער, מאלט מען. דינא דמלכותא דינא.

ניין, געמאלענע בילדער פון פרויען איז אויך געווען אסור ביז לעצטנס, און איז נאך אלץ אסור אין חסידישע פובליקאציעס. דאס וואס מ'זעט לעצטנס אביסל געמאלענע בילדער אין חרדישע ענגלישע אויסגאבעס איז צוליב דער אויפוואכונג אויף דער נושא.
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:38 pm#425847
נישטא קיין שום אויפוואכונג אין די נושא. דאס וואס מ'זעט לעצטנס מער בילדער אין געוויסע מאגאזינען איז אין רעזולטאט פון א התרשלות פון די מוחים.
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:57 pm#425850
איסר האטלקי האט געשריבן:נישטא קיין שום אויפוואכונג אין די נושא. דאס וואס מ'זעט לעצטנס מער בילדער אין געוויסע מאגאזינען איז אין רעזולטאט פון א התרשלות פון די מוחים.

מער מסתבר אז קיינער שטערט נישט ווי איידער אן אויפוואכונג. ווייל מצד שני ווערט דאך געבוירן א יעדע טאג א פרישע משוגעת. די ציבור'שע PR ערלויבט סיי ווי נאר וואס ס'פאסט לויט די משוגעת פונ'ם טאג. אבער ווען מען פארקוקט מיינט פשוט אז ס'געווען ווייניגער שטערערס, אבער נישט מ'האט איינגעזען די אמת.
מיטוואך מערץ 06, 2019 3:08 pm#425853
אפשר קען מען מסביר זיין דער ענין, פונקט ווי אין כשרות און תפילין ועוד ועוד, זענען דא שטארקע פארשריטען אין די קיום פון די הלכה, ווייל מ'קען זיך באנוצען מיט טכנולוגיה צו פארבעסערן די שמירה און פטור ווערן פון שאלות. אזוי אויך אין דער געביט. פופציג יאר צוריק, האט מען נישט געוואוסט קיין אזך פון פאטאשאפ, היינט קען עס שוין יעדער קליין קינד פון וויגעלע ארויס. ר' משה בער בעק האט נישט געקענט פארווישען די רייצעטדיגע פנימ'ער פון די דריי יעריגע קינדער, אבער מיר קענען יא. ואין דנין אי אפשר מדאפשר.
\S
מיטוואך מערץ 06, 2019 3:10 pm#425854
וואלווי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישטא קיין שום אויפוואכונג אין די נושא. דאס וואס מ'זעט לעצטנס מער בילדער אין געוויסע מאגאזינען איז אין רעזולטאט פון א התרשלות פון די מוחים.

מער מסתבר אז קיינער שטערט נישט ווי איידער אן אויפוואכונג. ווייל מצד שני ווערט דאך געבוירן א יעדע טאג א פרישע משוגעת. די ציבור'שע PR ערלויבט סיי ווי נאר וואס ס'פאסט לויט די משוגעת פונ'ם טאג. אבער ווען מען פארקוקט מיינט פשוט אז ס'געווען ווייניגער שטערערס, אבער נישט מ'האט איינגעזען די אמת.

ס'איז זיכער דא אן אויפוואכונג. סוף פונעם ארטיקל אינעם וועקער רעד איך דערוועגן.
מיטוואך מערץ 06, 2019 3:14 pm#425856
אבטולמוס האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישטא קיין שום אויפוואכונג אין די נושא. דאס וואס מ'זעט לעצטנס מער בילדער אין געוויסע מאגאזינען איז אין רעזולטאט פון א התרשלות פון די מוחים.

מער מסתבר אז קיינער שטערט נישט ווי איידער אן אויפוואכונג. ווייל מצד שני ווערט דאך געבוירן א יעדע טאג א פרישע משוגעת. די ציבור'שע PR ערלויבט סיי ווי נאר וואס ס'פאסט לויט די משוגעת פונ'ם טאג. אבער ווען מען פארקוקט מיינט פשוט אז ס'געווען ווייניגער שטערערס, אבער נישט מ'האט איינגעזען די אמת.

ס'איז זיכער דא אן אויפוואכונג. סוף פונעם ארטיקל אינעם וועקער רעד איך דערוועגן.

ניתי ספר ונחזה אי"ה בקרוב
מיטוואך מערץ 06, 2019 3:25 pm#425857
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר קען מען מסביר זיין דער ענין, פונקט ווי אין כשרות און תפילין ועוד ועוד, זענען דא שטארקע פארשריטען אין די קיום פון די הלכה, ווייל מ'קען זיך באנוצען מיט טכנולוגיה צו פארבעסערן די שמירה און פטור ווערן פון שאלות. אזוי אויך אין דער געביט. פופציג יאר צוריק, האט מען נישט געוואוסט קיין אזך פון פאטאשאפ, היינט קען עס שוין יעדער קליין קינד פון וויגעלע ארויס. ר' משה בער בעק האט נישט געקענט פארווישען די רייצעטדיגע פנימ'ער פון די דריי יעריגע קינדער, אבער מיר קענען יא. ואין דנין אי אפשר מדאפשר.
\S

אדרבה, אויב דער חטא פון פרויען בילדער וואלט געווען אזוי געפערליך דעמאלטס אזוי ווי מ'מאכט עס היינט, וואלט מען דעמאלטס, ווען ס'איז נאך געווען אי אפשר, גע'אסר'ט אלע יארן ביז מ'איז אנגעקומען צו תקופת אפשר ווען מ'וואלט עס גענוצט בהיתר דורך פוטו שאפ. אלא מאי ס'פונקט פארקערט, אמאל איז געווען מותר לכתחילה היינט איז אפשר בדיעבד מיט א שינוי.

אויב ס'וואלט געווען אן עכטער פראבלעם וואלט עס געווען כעין kosher lamp פאר שבת. אמאל האט מען זיך נישט עצה געגעבן אלס חילול שבת, אבער היינט איז מען קלוגער און ס'איז מותר געהעריג.
מיטוואך מערץ 06, 2019 3:53 pm#425858
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
וואלווי האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאכנישט געזען דעם וועקער, נאר למען הפארצייכענונג: דעם פארגאנגענעם מיטוואך האט דער המודיע געהאט א מעלעריי פון קאנגרעספרוי אמאר.

דאס איז דאך מותר, אזוי ווי אין א קאורט רום ווי מ'טאר נישט כאפן בילדער, מאלט מען. דינא דמלכותא דינא.

אזוי אויך זעט מען אין חז"ל אז מצייר זיין איז ערלויבט, מטבע של אברהם אבינו איז זקן וזקנה בחור ובתולה.

אבער דאך, אפי' בימים ההם איז שוין געווען אכשר דרא. אזוי ווי ס'שטייט בחורים "וגם" בתולות ווייל "ס'פאסט" נישט צו שריבן "עם" אזוי ווי ביי זקנים "עם" נערים...

יעצט איז מיר שוין קלאר פארוואס מיר זענען אזוי שטארק מקפיד אויף דער 'נגע' פון פרויען בשעת ווען מיר זענען מיקל אויף פידאפילן ומקרא מלא הוא

Sent from my SM-G950F using Tapatalk
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:15 pm#425871
נאכן מלחמה איז געווען א ירידה און אידישקייט און נאכדעם האט מען זיך צוביסליך צוריקגעכאפט אבער מיר זענען צוריקגעקומען זייער שטארק און יעצט האלטען מיר אינמטען זיך Settlin
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:42 pm#425880
חוקר ודורש האט געשריבן:נאכן מלחמה איז געווען א ירידה און אידישקייט און נאכדעם האט מען זיך צוביסליך צוריקגעכאפט אבער מיר זענען צוריקגעקומען זייער שטארק און יעצט האלטען מיר אינמטען זיך Settlin

ביטע לייען דורך דעם ארטיקל, פאר'ן קאמענטירן.
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:50 pm#425882
דער "פרויען פארבאטן" פראיעקט ווייזט אונז אז דרוקן בילדער פון צניעות'דיגע פרויען איז געווען א נארמאלע זאך, און מ'האט ניטאמאל געטראכט דערוועגן. דורכאויס דעם ארטיקל זעט מען שטארקע ראיות אויף די פאלגנדע גדולי ישראל -- צווישן אנדערע -- אז זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם מיט בילדער פון צניעות'דיגע פרויען אין א צייטונג. צי ווייל זיי אליין זענען געשטאנען בראש פון א צייטונג, צי ווייל זיי זענען געווען גאר נאנט פארבונדן מיט די ארויסגעבער פון דער צייטונג און זיי האבן קלאר געהאט דעם כוח צו פארלאנגען אז בילדער פון פרויען זאלן נישט געדרוקט ווערן, צי ווייל זיי האבן געשריבן אין דער צייטונג און איר געשטיצט.

האדמו"ר בעל מנחת אלעזר ממונקאטש ז"ל
האדמו"ר בעל אמרי אמת מגור ז"ל
האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
הג"ר אלחנן וואסערמאן ז"ל
הג"ר חיים עוזר גראדזינסקי ז"ל
הגאון בעל חזון איש ז"ל
הגאון בעל חפץ חיים ז"ל
הג"ר מאיר שפירא ז"ל
הג"ר שרגא פייוול מענדלאוויטש ז"ל
הג"ר שלמה וולבה ז"ל
הג"ר מרדכי גיפטער ז"ל
האדמו"ר מליובאוויטש ז"ל
הג"ר פינחס הירשפרונג ז"ל
הג"ר אפרים אשרי ז"ל
האדמו"ר מנייטרא ז"ל
הג"ר שמואל עהרנפעלד ז"ל
הג"ר יעקב קאמינעצקי ז"ל

פון דער אנדערער זייט בין איך נישט באקאנט מיט קיין שום גדול בישראל ביז א דור-צוויי צוריק וואס זאל זאגן אז דרוקן בילדער פון צניעות'דיגע פרויען אין א צייטונג איז א פראבלעם.
מיטוואך מערץ 06, 2019 6:13 pm#425886
ר' שמשון רפאל הירש האט אויך געדרוקט א צייטונג Der Israelit. אינטערסאנט צו זעהן צו דארט איז אויך געדרוקט בילדער.
מיטוואך מערץ 06, 2019 6:23 pm#425889
וואלווי האט געשריבן:ר' שמשון רפאל הירש האט אויך געדרוקט א צייטונג Der Israelit. אינטערסאנט צו זעהן צו דארט איז אויך געדרוקט בילדער.

קארעקשאן:

אנגעהויבן דורך ר' מאיר לעהמאן, שפעטער איז נצטרף געווארען ר' שמשון רפאל הירש, און דערנאך אויך ר' יעקב ראזענהיים.

ס'האט אויך געהאט א לשון קודש'דיגע ווערסיע בשם "הלבנון".
מיטוואך מערץ 06, 2019 6:26 pm#425891
עס זענען נאך דעמאלט נישט געדרוקט געווארן קיין בילדער אין צייטונגען, און אוודאי נישט אין קיין אידישע. די עטליכע בילדער וואס זענען יא געדרוקט געווארן זענען געווען אויסגעשניצט פון האלץ, וואס איז, כמובן, געווען גאר טייער.
מיטוואך מערץ 06, 2019 6:32 pm#425892
ליתר שאת האב איך יעצט געכאפט א בליק אין דער ארכיוו פון איזראעלייט, און גלייך דאס געטראפן פון 1919. אבער דאס איז שוין היבש נאך דער פטירה פון הגרש"ר הירש ז"ל.
מיטוואך מערץ 06, 2019 11:28 pm#425915
לכאורה, נאך רש"ה'ס פטירה, איז דאס נאך אלס געווען אונטער די פרומע קהילה, וואס דעמאלטס איז דאס בהסכמת רב ברויער.

ר' יעקב רוזנהיים איז געווען פון די פירערשאפט, אין דאס מיינט ביז די קהילה איז בטל געווארן פאר'ן קריג. די צייטונג האט אויך גערעדט בשם אגודת ישראל.
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 3:35 am#425916
פרויען אין ניגונים
מענין לענין באותו בנין:
יעדער איז באקאנט מיט הערליכען ניגון "יאקאב" וואס איז מייסטעריש אראפגעזונגען דורך ר' יו"ט ערליך, ובתוך הדברים זינג ער :

איך האב א טאכטער יונג און שיין איך וועל דיר געבן פאר דיין כלה, יאקאב
און אויך נדן קריגסטו אויך אסאך
-דרייסיג בהמות פופצן אקסן צוואנציג קליידער פאר דיין כלה, יאקאב
און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט
און עס הערן די טאדזשיקן - און זיי הייבן אן צו שרייען יאקאב,
די קריגסט די שענסטע כלה אויפן וועלט

עד כאן מדברי ר' יו"ט ערליך

בערך פאר צעהן יאר צוריק איז ארויסגעקומען א סידי מיטן נאמען הייליגע ניגונים - עטליכע לידער פון ר' יו"ט ערליך אראפגעזינגען דורך ר' ירמי' דמן
אבער זיי האבן אינגאנצען צענזירט דעם ניגון מחשש פרויען - וז"ל:

איך האב א טאכטער יונג און שיין איך וועל דיר געבן פאר דיין נדן יאקאב
און אויך נדן קריגסטו אויך אסאך
-דרייסיג בהמות פופצן אקסן צוואנציג קליידער פאר דיין נדן, יאקאב
און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט
און עס הערן די טאדזשיקן - און זיי הייבן אן צו שרייען יאקאב,
די קריגסט די שענסטע שידוך אויפן וועלט

וואס גייט דא פאר ??
ירידת הדורות ?
עליית הדורות ?

כ'וועל זאגן די אמת מיר איז נישט איינגעפאלן אז איך דארף עפעס טראכטען ביז איך האב געהערט אז זיי האבן ארומגעטוישט,
די ניגון איז שוין געווען איבער פופציג יאר באקאנט ביים היימישען ציבור - און וואס איז יעצט געשעהן אז מען טאר נישט זינגען אזוי ווי ער האט עס אראפגעלייגט ?
זונטאג מערץ 10, 2019 8:22 pm#426143
כלפי ATUB @כוכב ATUB 'ס נקודה, קען מען שוקל זיין נאך א נקודה. בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיין חבר ארויסגעכאפט דעם וועקער פון מיינע הענט, און דורכגעלאפן שנעל דעם ארטיקל, און רופט זיך אן: "אזעלכע בילדער ווי אמאל האט מען געמעגט דרוקן". דאס מיינט, בילדער וואס מען זעט קוים די צורת האדם.

אבער דאס האט מיך דערמאנט שטארק פון א בריוו, וואס א רעדיקאל האט אריינגעשיקט צו דער מעלות, היתכן מען קען אריבער זען די פרויען ביים מצוה טאנץ, ווייל היינט גייען פרויען מער אויסגעפיצט ווי אמאל, דערפאר איז עס ערגער. עד כאן תוכן ה'רעדיקאל.

לפי זה וואלט געדארפט זיין א סעיף אין שו"ע אזוי: אין א פאל ווי עס איז דא שיינע פרויען טאר מען נישט קוקן, אבער אויב די פרויען זענען נישט אזוי שיין, יש להקיל.

דאס איז דער עקלהאפטיגער געדאנק פון מאכן דעם פרוי פאר אן אבזשעקט. אויב זענען די פרויען שיין טאר מען זיכער נישט, אויב זענען די בילדער נישט פון די בעסטע קוואליטעט, ווי שווארץ און ווייס, אדער א שוואכע רעזולוציע, קען מען מקיל זיין.

אויב מעג מען קוקן אויף בילדער/אדער אויף נשים צניעות, מעג מען קוקן אויף יעדן פאל. אויב איז דא אן ענין פון צניעות, איז דאס קיין נפק"מ צווישן א פרוי וואס האט שפיצל אדער א שייטל. אויב טאר מען נישט, איז נישט קיין אינטערשיד פון א שווארצע ווייסע בילד אדער קאלירפול. איז דען דא א דעה וואס האלט אז מען מעג קוקן אויף בגדי שחורים? איז דער איסור נאר שייך אויף בגדי צבעונים? (וואס איז נישט מער פון כלשון בני אדם, ווייל ע"פ רוב זענען קליידער פון א מענטש קאלירפול).
זונטאג מערץ 10, 2019 8:42 pm#426144
גבור חיל האט געשריבן:ווער רעדט פון זינגען פאר מענער, אדער פאר פרויען?
שלום עליכם הרב גבור חיל.
כווייס טאקע נישט ווער עס רעדט דערפון.

ווען האסטו לעצט געהערט "פון" א פרוי זינגער?
למאי נפקא מינה? ווי פריער ערווענט, א פרוי'ס טאלאנט, און זינגען בפרט, שטעקט נישט אין דעם צי מענער הערן דאס יא אדער נישט.

אנדערע טאלאנטען? האסט אמאל געזעהן א היימישע פרוי אן אקטיאר?
כפארשטיי נישט דיין פראגע. למאי נפק"מ צי איך האב געזען/געהערט אדער נישט?! כ'זאד דיר דאך צום דריטן מאל אז ס'האט גאנץ קנאפ צו טון צי מענער ווייסן פונעם פרוי'ס טאלאנט אדער נישט.

גענוי וועלכע טאלאנט ניצן זיי מער, חוץ נייען און קאכן?
גוטע קושיא.
באנטש הצלחה

זונטאג מערץ 10, 2019 10:17 pm#426148
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:"אנחנו יהודים שומרי תורה ומצוות, ולא מתפרנסים מדברים מכוערים..."

:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

מוחמד קען זיך פארשטעקן פאר אים...
סי מיט דיר? קאנגרעס האט נארוואס פארדאמט איסלאמאפאביע , שוין האסטו פארגעסן?

Sent from my XT1526 using Tapatalk
זונטאג מערץ 10, 2019 10:19 pm#426149
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
אין אסאך ספרי תולדות פון די פרומע ליטווישע קרייזן לייגט מען נאך היינט אריין בילדער פון פרויען, צ.ב.ש . הרב מבריסק, אויף עפעס א ספר אויפן חפץ חיים געדענק איך האב איך לעצטענס געזען.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
זונטאג מערץ 10, 2019 11:40 pm#426156
פרייוויליג האט געשריבן:כלפי @כוכב'ס נקודה, קען מען שוקל זיין נאך א נקודה. בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיין חבר ארויסגעכאפט דעם וועקער פון מיינע הענט, און דורכגעלאפן שנעל דעם ארטיקל, און רופט זיך אן: "אזעלכע בילדער ווי אמאל האט מען געמעגט דרוקן". דאס מיינט, בילדער וואס מען זעט קוים די צורת האדם.

אבער דאס האט מיך דערמאנט שטארק פון א בריוו, וואס א רעדיקאל האט אריינגעשיקט צו דער מעלות, היתכן מען קען אריבער זען די פרויען ביים מצוה טאנץ, ווייל היינט גייען פרויען מער אויסגעפיצט ווי אמאל, דערפאר איז עס ערגער. עד כאן תוכן ה'רעדיקאל.

לפי זה וואלט געדארפט זיין א סעיף אין שו"ע אזוי: אין א פאל ווי עס איז דא שיינע פרויען טאר מען נישט קוקן, אבער אויב די פרויען זענען נישט אזוי שיין, יש להקיל.

דאס איז דער עקלהאפטיגער געדאנק פון מאכן דעם פרוי פאר אן אבזשעקט. אויב זענען די פרויען שיין טאר מען זיכער נישט, אויב זענען די בילדער נישט פון די בעסטע קוואליטעט, ווי שווארץ און ווייס, אדער א שוואכע רעזולוציע, קען מען מקיל זיין.

אויב מעג מען קוקן אויף בילדער/אדער אויף נשים צניעות, מעג מען קוקן אויף יעדן פאל. אויב איז דא אן ענין פון צניעות, איז דאס קיין נפק"מ צווישן א פרוי וואס האט שפיצל אדער א שייטל. אויב טאר מען נישט, איז נישט קיין אינטערשיד פון א שווארצע ווייסע בילד אדער קאלירפול. איז דען דא א דעה וואס האלט אז מען מעג קוקן אויף בגדי שחורים? איז דער איסור נאר שייך אויף בגדי צבעונים? (וואס איז נישט מער פון כלשון בני אדם, ווייל ע"פ רוב זענען קליידער פון א מענטש קאלירפול).

אוודאי אלץ איסור ראיה איז נישט קיין נ״מ צווישען א שיינע און א מיאוסע,
סאיז אבער דא איסור זיך צו מחמם זיין ״לתאווה״ אויב אפילו ממעג וועין קוקען אויף פרויען,איז אבער דא א ראיה וואס איז טאקסיק, וועט מען נישט מעגן קוקען אלץ דעם אליינס אז סרייצט אונטער.
זונטאג מערץ 10, 2019 11:50 pm#426158
פרייוויליג האט געשריבן:כלפי @כוכב'ס נקודה, קען מען שוקל זיין נאך א נקודה. בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיין חבר ארויסגעכאפט דעם וועקער פון מיינע הענט, און דורכגעלאפן שנעל דעם ארטיקל, און רופט זיך אן: "אזעלכע בילדער ווי אמאל האט מען געמעגט דרוקן". דאס מיינט, בילדער וואס מען זעט קוים די צורת האדם.

כ'האב שוין אדרעסירט די נקודה פריער אינעם אשכול:

א. די בילדער זענען נישט אלע געסקענט געווארן אויפ'ן קלארסטן אופן, און זענען דעריבער פיל ווייניגער קלאר ווי אינעם אריגינעל.

ב. די בילדער אינעם וועקער זענען צום באדויערן נישט געדרוקט געווארן אזוי קלאר ווי כ'וואלט געוואלט.

ג. די בילדער זענען לכתחילה געדרוקט געווארן אויפ'ן קוואליטעט וואס איז דעמאלט געווען נארמאל. ווי כ'האב אנגעוויזן, האט 'פלעי-בוי' אויך געדרוקט זייערע בילדער אין שווארץ-און-ווייס... דער פאקט אז היינט איז דא בעסערע בילדער נעמט נישט אוועק פון די אמאליגע בילדער, פונקט ווי דער פאקט אז עס וועלן זיין פיל מער פארגעשריטענערע בילדער ווי היינט אין הונדערט יאר ארום נעמט נישט אוועק דעם קראפט פון היינטיגע בילדער.

ד. היינט האלט מען שוין אויף א מצב וואס מ'פארווישט די גופים פון פיצעלע מיידלעך, מ'מעקט ערשטע נעמען פון פרויען, און מ'טוישט פרויען פאר מענער אין נייעס באריכטן. ווער רעדט פון דרוקן בילדער אפילו פון גאר שוואכן קוואליטעט?
זונטאג מערץ 10, 2019 11:51 pm#426160
אונטער חכם האט געשריבן:אין אסאך ספרי תולדות פון די פרומע ליטווישע קרייזן לייגט מען נאך היינט אריין בילדער פון פרויען, צ.ב.ש . הרב מבריסק, אויף עפעס א ספר אויפן חפץ חיים געדענק איך האב איך לעצטענס געזען.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

כ'ווייס נישט צי ביי די פרומע ליטווישע, אבער אין ארטסקראול ביכער טרעפט מען נאך בילדער פון פרויען.
זונטאג מערץ 10, 2019 11:58 pm#426162
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
איך האב געוואלט ערווענען די נקודה, אבער @ראובן האט מיר אויסגעכאפט אין אות ד.
אויב זאל עס באמת זיין צוליב דעם וואס היינטיגע בילדער זענען קלארער, שענער און מער קאלורפול. נו אפשר קען איינער ערקלערן פארוואס געמאלענע מאמע'ס און מיידלעך אין קינדער ביכער, ווערן בכלל נישט געמאלן, וואס איז די לאגיק צו דעם?
מאנטאג מערץ 11, 2019 8:52 am#426199
פרייוויליג האט געשריבן:כלפי @כוכב'.

דאס איז דער עקלהאפטיגער געדאנק פון מאכן דעם פרוי פאר אן אבזשעקט. אויב זענען די פרויען שיין טאר מען זיכער נישט, אויב זענען די בילדער נישט פון די בעסטע קוואליטעט, ווי שווארץ און ווייס, אדער א שוואכע רעזולוציע, קען מען מקיל זיין.

.

סאו בעיסיקלי טענה׳סטו אז די געדאנק פון נישט לייגען צוציענדיגע פרויען בילדער מיינט אבזשעקטעפייען פרויען, מיר פלעגטסיך אייביג דאכטען אז די אינדעסטרי פון בילדער און פילמס זענען עוסק און אבזשעקטעפייען פרויען , מיט דעם וואס זיי שפילען ארום מיט די בילדער זיי קראצען אראפ יעדעם פלעק,זיי קלויבען אויס נאר צוציענדעגע פיגורען וכ״ו
סאו וואס איך וויך פארשטיין הרב ATUB @פרייוויליג ATUB זענען דיע מאגאזינען און פילם קאמפאניס די זעלבע עקלהאפטיג בעיניך צוליב דעם וואס זיי לייגען דווקא נאר בילדער פון צוציענדיגע פרויען ?
מאנטאג מערץ 11, 2019 9:09 am#426200
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
לבי ובשרי האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:ווער רעדט פון זינגען פאר מענער, אדער פאר פרויען?
שלום עליכם הרב גבור חיל.
כווייס טאקע נישט ווער עס רעדט דערפון.

ווען האסטו לעצט געהערט "פון" א פרוי זינגער?
למאי נפקא מינה? ווי פריער ערווענט, א פרוי'ס טאלאנט, און זינגען בפרט, שטעקט נישט אין דעם צי מענער הערן דאס יא אדער נישט.

אנדערע טאלאנטען? האסט אמאל געזעהן א היימישע פרוי אן אקטיאר?
כפארשטיי נישט דיין פראגע. למאי נפק"מ צי איך האב געזען/געהערט אדער נישט?! כ'זאד דיר דאך צום דריטן מאל אז ס'האט גאנץ קנאפ צו טון צי מענער ווייסן פונעם פרוי'ס טאלאנט אדער נישט.

גענוי וועלכע טאלאנט ניצן זיי מער, חוץ נייען און קאכן?
גוטע קושיא.
באנטש הצלחה

איך הייב נישט צי פארשטיין וואס דו שרייבסט דא, און וואס דיין אטאקע איז אויף @גבור חיל וואס האט געזאגט דברים של טעם
מאנטאג מערץ 11, 2019 10:46 am#426212
הגאון יובל נח הררי אין זיין לעצטע ספר "21 לעקציעס פארן 21'סטע יאר הונדערט" שרייבט וועגן די נושא וואס ATUB @ראובן ATUB נעמט דורך.

People often refuse to see these changes, especially when it comes to core political and religious values. We insist that our values are a precious legacy from ancient ancestors. Yet the only thing that allows us to say this, is that our ancestors are long dead, and cannot speak for themselves. Consider, for example, Jewish attitudes towards women. Nowadays ultra-Orthodox Jews ban images of women from the public sphere. Billboards and advertisements aimed at ultra-Orthodox Jews usually depict only men and boys – never women and girls.

In 2011, a scandal erupted when the ultra-Orthodox Brooklyn paper Di Tzeitung published a photo of
American officials watching the raid on Osama bin-Laden’s compound but digitally erased all women from the photo, including Secretary of State Hillary Clinton. The paper explained it was forced to do so by Jewish ‘laws of modesty’. A similar scandal erupted when HaMevaser paper expunged Angela Merkel from a photo of a demonstration against the Charlie Hebdo massacre, lest her image arouse any lustful thoughts in the minds of devout readers. The publisher of a third ultra-Orthodox newspaper, Hamodia, defended this policy by explaining that ‘We are backed by thousands of years of Jewish tradition.’

Nowhere is the ban on seeing women stricter than in
the synagogue. In Orthodox synagogues women are carefully segregated from the men, and must confine themselves to a restricted zone where they are hidden behind a curtain, so that no men will accidentally see the shape of a woman as he says his prayers or reads scriptures. Yet if all this is backed by thousands of years of Jewish tradition and immutable divine laws, how to explain the fact that when archaeologists excavated ancient synagogues in Israel from the time of the Mishnah and Talmud, they found no sign of gender segregation, and instead uncovered beautiful floor mosaics and wall paintings depicting women, some of them rather scantily dressed? The rabbis who wrote the Mishnah and Talmud regularly prayed and studied in these synagogues, but present-day Orthodox Jews would consider them blasphemous desecrations of ancient traditions
מאנטאג מערץ 11, 2019 10:57 am#426215
גראדעמעכעלע האט געשריבן:People often refuse to see these changes, especially when it comes to core political and religious values. We insist that our values are a precious legacy from ancient ancestors. Yet the only thing that allows us to say this, is that our ancestors are long dead, and cannot speak for themselves.

זייער שטארקע ווערטער, איך זאג אלץ, אז ווען משה רבינו זאל ווען אראפקומען און זען וואס מ'טוט אלץ אין זיין נאמען, וואלט ער אויסגעפלאצט אין געלעכטער.
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:11 pm#426221
א טיפישע ראיה פון א היסטאריקער. ווער זאגט איהם אז פרויען זענען אמאל בכלל געגאנגען אין ביהמ"ד צו ביהכנ"ס?
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:16 pm#426224
אמר רבי יוחנן למדנו יראת חטא מבתולה וקיבול שכר מאלמנה... דההיא אלמנה דהואי בי כנישתא בשיבבותה, כל יומא הות אתיא ומצלה בי מדרשיה דר' יוחנן. אמר לה: "בתי, לא בית הכנסת בשיבבותך?" אמרה ליה: "רבי! ולא שכר פסיעות יש לי?!". (סוטה כב.)

נישט נאר זענען פרויען געקומען אין שול, דער רב האט פונקטליך מיטגעהאלטן ווער ס'קומט...
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:34 pm#426228
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רבי יוחנן למדנו יראת חטא מבתולה וקיבול שכר מאלמנה... דההיא אלמנה דהואי בי כנישתא בשיבבותה, כל יומא הות אתיא ומצלה בי מדרשיה דר' יוחנן. אמר לה: "בתי, לא בית הכנסת בשיבבותך?" אמרה ליה: "רבי! ולא שכר פסיעות יש לי?!". (סוטה כב.)

נישט נאר זענען פרויען געקומען אין שול, דער רב האט פונקטליך מיטגעהאלטן ווער ס'קומט...

מען זעהט נישט פון די מקור אז פרויען זענען בדרך כלל געקומען אלץ א גרופע אין שול, נאר אז עפעס א אלמנה פלעגט קומען.
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:35 pm#426229
וואו האט זי געדאוונט, אין פאליש?
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:49 pm#426236
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואו האט זי געדאוונט, אין פאליש?

ריכטיג לכאורה האט זי געדאווענט צוזאמען מיט די מענער. עס איז אבער קיין צושטעל צו די מצב היינט ווען עס קומען א ציבור פרויען.
אבער איך האב געטראפן פון ירושלמי אז פרויען פלעגן יא קומען אין שול. אין ברכות פרק ה' שטייט:
עיר שכולה כהנים נושאין את כפיהם למי הם מברכין לאחיהם שבצפון לאחיהם שבדרום לאחיהם שבמזרח לאחיהם שבמערב ומי עונה אחריהם אמן הנשים והטף.
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:56 pm#426239
דא איז פון עבודה זרה לח:
שופתת אשה קדירה על גבי כירה ובאת עובדת כוכבים ומגיסה עד שתבא מבית המרחץ או מבית הכנסת ואינה חוששת.

זעה אין די ארטיקל א שמועס דערוועגן.
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:27 pm#426250
יענער ארטיקל איז היבש שוואך. עס הערשט א מורא'דיגע אומפארשטאנד אין דער ענין פון כבוד הציבור, און פארוואס פרויען האבען נישט געמעגט ליינען בציבור. די בזיון הציבור איז פשוט אז דער וואס איז זיי מוציא איז נישט מחוייב בדבר. ותו לא.

און דער 'אשה בעזרה מנין' דערמאנט ער אויך נישט. בקיצור, נאר ארכעאלאגיא, וואס איז זייער א שוואכע ווייז. און זיכער נישט צו דרשנ'ן א השמטה.
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:34 pm#426251
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יענער ארטיקל איז היבס שוואך. עס הערשט א מורא'דיגע אומפארשטאנד אין דער ענין פון כבוד הציבור, און פארוואס פרויען האבען נישט געמעגט ליינען בציבור. די בזיון הציבור איז פשוט אז דער וואס איז זיי מוציא איז נישט מחוייב בדבר. ותו לא.

און דער 'אשה בעזרה מנין' דערמאנט ער אויך נישט. בקיצור, נאר ארכעאלאגיא, וואס איז זייער א שוואכע ווייז. און זיכער נישט צו דרשנ'ן א השמטה.

ער ציטירט מקורות אז פרויען זענען געגאנגען אין שול. און מען טרעפט נישט אז זאל זיין אן עקסטרע באזונדערע אפטיילונג פאר די פרויען.
מאנטאג מערץ 11, 2019 11:36 pm#426300
דינסטאג מערץ 12, 2019 1:44 am#426306
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
אספקלריה האט געשריבן:נאכנישט אנגעקומען צו קויפען די נייע וועקער,
כאב נאר צוויי קליינע נקודות,
ראשית אזוי ווי @כוכב האט געשריבען בענין די קאלירטע בילדער, און סאיז נאך מער ווי דעם, היינט צוטאגס מיט די געלט וואס גייט אריין און גרעפיקס פון פיקטשערס ,ווי שטארק מפארגלאנצט די פראדוקטען און די עדס, ווי שטארק מלייגט אריין די חכמה וויאזוי צו מאכען די פראדוקטען פארצויבערט און צוציענדעג פאר די אויג און הארץ (המכונה בלע״ז eye candy ) נאר א בליק אויף וואס מטוט מיט די קליינע קינדער עדס , ממאדעלט אויס קינדערס ווי דאלליס מיט די טייערסטע קליידער אריינצוברענגען די רייץ און אונזער געמיינדע וועמענס קינד (אדער וועמענס סעט פון קינדער) זענען מער פיקטשער פערפעקט, נוא שטעל דיך פאר אז סגייט נאך אהן היינט בילדער פון פרויען וואס פאר א פנים סוואלט געהאט, אונזער געמיינדע איז גענוג קראנק אויף דארפען זיין פיקטשער פערפעקט, פרויען דרייען זיך און א גרינע מיטוואך נאכמיטאג, אזוי ווי זיי וואלטען געווען אויף א מאדעל ראנוועי, מקען גיין קויפען א שטיקעל הארדוועיר צו וואס און א היימישע געגענט ,און סקען זיך דיר דאכטען אז ביזט ביי א חתונה, צו ביי א ביוטי קאמפאטישען.
דאס איז א דיירעקטע קרענק און אונזער געמיינדע וואס מזעעט נישט אפילו און די רייכסטע געגענטער און אמעריקא.
(פאר מיין פרנסה דריי מיך און פארשידענע סארט טאונשיפס, א טייל פון זיי זענען אויף די ליסטע פון די רייכסטע און לאנד)
ממילא מיין איך אז סאיז א שטיקעל ברכה דיע גדר וואס איז געווארען,איך זאג נישט אז דאס איז די סיבה אז סאיז געווארען, איך זאג נאר אז און מיינע אויגען איז עס א גוטע זאך און א גוטע גדר פאר אונזער קראנקע געמיינדע.

בעיקר הדברים וויאזוי סהאט זיך איינגעפעדימט, איז לכאורה זייער פשוט.
אזויווי ראובן האט ארויסגעברענגט סאיז די נייע סארט חרדישע היימישע סארט יודישקייט וואס האטסיך אויסגעפארעמט און ספארעמט זיך ווייטער.
חרידישע יודענטאם אינדערהיים האט נישט געהאט אריינגעדרינגען און יעדע חלק פון לעבן, די רעביס האבען נישט געהאט קיין קהילות און חדרים, רעביס און ראשי ישיבות האבען מעורר געווען אז מזאל ח״ו נישט טאנצען צוזאמען יונגען און מוידען, די קהילה האט באשטאנען פון אסאך קאלירען, די צייטונגען זענען געשריבען געווארען אפילו פאר גאר פראסטע יודען א ריזען חלק האבען קיינמאל נישט געלערענט און קיין ישיבה ,און א טייל מאל זענען די שרייבערס געווען גאר פראסטע יודען, און ארטאדוקסישע יודישקייט האט פארנומען אסאך מער סארטען ווי ישיבה לייט,
ווי שפעטער נאכען קריג, ווען די רעביס און ראשי ישיבות זענען געווארען די ראשי הקהילה און די פארמירער פון יעדעמס פערזענדליכע לעבן, רובא דרובא דרובא פון חרדים זענען תלמידים פון א רבי, ראש ישיבה וכ״ו ,און יעדער פון די קהילות פארמירט זיינע מענטשען וויאזוי זייערע יונגערלייט ,בעלי בתים , עלטערע זאלען אויסזעען (איך קוק מיך צו און די חסידות ווי איך בין אויפגעוואקסען, יונגערלייט וואס זייער זיידעס זענען קוים געגאנגען היטען וואוילע אונגארישע צו ראמענער,און די אייניקלעך זייערע גייען שיך און זאקען און ברייטע ראשוואלקעס און ווייסע שאלען)
עכ״פ די זעלבע איז מיט אלעם ביי אונז די צייטונגען נאך די מלחמה זענען נאך געווען אויף די אלטנע שטייגער דורך אלטע סארטע שרייבער, ווי מער יארען זענען אריבער זענען די שרייבערס פראדוקטען פון אונזער איינגעצוימטע סיסטעם, וואס אלע זענען הייליג פרום מיט זאקען און ראוזשוואולקס און וואס קען מען שוין ערווארטען פון אסעמבלי ליין פראדוקטען.
נישט ריכטיג. ביי היימיש ווילי אין בארא פארק איז נישטא קיין casual קליידינג. אפי די רייכע גייען מיט jeans אין soft tops. סט די אפציע איז די פאנדזשלא אדער א שטיקעל פין די מאדעל קליידער. מיט אזוינע קליידער ווער ברויך נאך מאדלען?!
דינסטאג מערץ 12, 2019 1:48 am#426307
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
גבור חיל האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין, וואלטעך געוואלט צו לייגן א פראגע וואס באדערט שוין א לענגערע וויילע,

(איך ווייס נישט צו דא איז דער מקום, אבער)

פארוואס איז בעצם דא א איסור גמור פאר פרויען צו האבן טאלאנטן וכדו'?
פארוואס למשל אז א פרוי קאן שיין זינגען, מיז עס מיט גיין אין קבר?
העסטו זאגן קול באשה? שרייב ארויף אויפן קאסעטע מיט שארפע קידוש לבנה אויתיות "קול באשה" און פטור אן עסק...

ווער עס וויל הערן הערט סייווי... די גרעסטע פאפ סטארס, זענען פרויען,
טא פארוואס זאלן די היימישע באגראבן זייערע טאלאנטן?
מהאט ביי אינז אויסגעריסען יעדענס טאלאנט. מענער האבן עפעס יא אן אפציע? היטלער האט אויך פארשטאנען אז מיט חכמה אין טאלאנט וועט א ריינע ראסע נישט ווערן. דאס איז געוועהן די עיקר סיבה פין הארגענען אידן אין ארטיסטן מויזקאמטען וכו.
דינסטאג מערץ 12, 2019 9:26 am#426321
או אינו האט געשריבן:

נישט אזוי אמת און ריכטיג. יעדער האט די מעגליכקייט אויסצוברייטערן זייערע טאלאנטן אין זייער קאמיוניטי. דאס אז אידן זענען בעצם באגרעניצט, טוט נאכנישט אוועקנעמען דעם מעגליכקייט צו מפתח זיין זייערע כשרונות.