Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
224 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12981
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 1:12 am#439995
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
לבי ובשרי האט געשריבן:בהשקפה ראשונה לאזט זיך זאגן אז דער גמליאל'טע כח היחיד אנאנס איז נאך א רינגעלע פון @אבטולמוס'ס גאלדענע מערכה.

לולא דמיסתפינא.

מ'הייבט אן מאכן אן עסק פון די נשים צדקניות אין דער עפנטליכקייט
די נאמען ׳גמליאל׳טע׳ וואס מ׳האט באשאנקען די הויפט מחותעניסטע איז מסתמה ערגער פאר @אבטולמוס׳ס מערכה וואו ווען זיי וואלטן ווען איגנארירט די פרויערישע אספעקט בכלל.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:29 pm#440011
פרויען אין הייליגן "המודיע", תשי"ב

קרעדיט: m https://mobile.twitter.com/motirubin/st ... 8040182784 m ?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 1:48 pm#440016
אבטולמוס האט געשריבן:פרויען אין הייליגן "המודיע", תשי"ב


דאנט מיס די הערליכע אויבנאן באצויבערט מיט חסידים ואנ"ש.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 5:05 pm#440027
לבי ובשרי האט געשריבן:בהשקפה ראשונה לאזט זיך זאגן אז דער גמליאל'טע כח היחיד אנאנס איז נאך א רינגעלע פון @אבטולמוס'ס גאלדענע מערכה.

לולא דמיסתפינא.

מ'הייבט אן מאכן אן עסק פון די נשים צדקניות אין דער עפנטליכקייט

וואס הייסט?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:36 pm#440029
די וואך, סיי אין אן ארטיקל אין "דער איד", און סיי אין "דער בלאט", האבן די שרייבער פארוואנדלט די פרוי-שיסערין אין א מאן.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:13 pm#440035
אבטולמוס האט געשריבן:די וואך, סיי אין אן ארטיקל אין "דער איד", און סיי אין "דער בלאט", האבן די שרייבער פארוואנדלט די פרוי-שיסערין אין א מאן.

פאריגע וואך מיטוואך נאכט.. האבן נאך אסאך לייט געשריגען אז ביידע אטאקירערס זענען געוועהן מענער..
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 9:19 pm#440044
ריכטיג, אבער אין ביידע ארטיקלען פון דער איד און דער בלאט איז עס אינעם שמועס מיט לאקס. און לאקס האט פונעם ערשטן מינוט געזאגט אז ס'איז געווען א פרוי.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 9:57 pm#440048
עס האט געהערשט אן אומקלארקייט דערין לעצטע וואך, וויבאלד איינער פון די אויטאריטעטן האבן זיך טועה געווען דערין. זי האט טאקע געהאט לאנגע האר, אבער איך בין אויך געווען צומישט נאכן זען די בילדער.

כאטש לאקס האט געזאגט אז ס'איז א פרוי, פארשטיי איך פארן טוישן צו א מאן ווען די נייעס פארט ארום אז ס'איז יא צוויי מענער.

אינטערעסאנט אז יונה לעבל האט יא באלד געכאפט אז ס'איז א פרוי.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 1:47 am#440057
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
וויל זיי ווילן נישט זאגן אז ער האט אוועק געשטיפט די האנט פון א פרוי. ווייל ער וואלט זיך ענדערש געדארפט לאזן הרגענען.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 8:38 pm#440122
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
דער יוד. בילד

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 02, 2020 12:34 am#442391
אין קרית יואל
זונטאג פעברואר 02, 2020 10:51 am#442403
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
חתם סופר האט געשריבן:אין קרית יואל

מילא די האר נעמען זיי אראפ, נו שטייט דאך שוין אז דאס איז א געוואלדיגע מכשול: שעריך כעדר העיזים.
מילא די אויגן וואלטן זיי אראפגענומען וואלט איך אויך פארשטאנען: עיניך יונים.

אבער וואס איז שולדיג די נאז??

על כגון דאָ נאמר, אוי לרשע אוי לשכינו...
זונטאג פעברואר 02, 2020 11:09 am#442404
אפך כמגדל הלבנון איז עפעס א קלייניקייט? :lol:
זונטאג פעברואר 02, 2020 1:55 pm#442410
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
נאר דורך די נאז קען מען דאך דערקענען דעם פרצוף פונ׳ם מענטש, ועיין ביבמות קכ. ;)
נעגעל וואסער האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אין קרית יואל

מילא די האר נעמען זיי אראפ, נו שטייט דאך שוין אז דאס איז א געוואלדיגע מכשול: שעריך כעדר העיזים.
מילא די אויגן וואלטן זיי אראפגענומען וואלט איך אויך פארשטאנען: עיניך יונים.

אבער וואס איז שולדיג די נאז??

על כגון דאָ נאמר, אוי לרשע אוי לשכינו...

‏מצינו (רש״י ריש פ׳ קרח בשם התנחומא שם אות ד) בין במחלוקתו של קרח (אשר קרח ״עינו״ [״קנאות/קיצוניות״ בשמירת עינים] הטעתו...) ובין בנגעי בתים (נגעים יב ו) הענין של אוי לרשע אוי לשכינו ע״ש. והנה תיבות ״קורח נגעים״ בחשבון מנצפ״ך עם שני הכוללים/תיבות עולה ״קרית יואל מאנרא״...
זונטאג פעברואר 02, 2020 2:53 pm#442411
איך פארשטיי נישט פארוואס חרדים מיינען אז מ'מוז פארמעקן די פנימ'ער פון פרויען. פארוואס קענען זיי נישט טון ווי מסורת רבותינו הק' און פשוט אנטון sunglasses אויף די פרויען?
זונטאג פעברואר 02, 2020 3:50 pm#442413
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
כוח היחיד זאל עס אויסניצן.

"גמליאל'טע שעמט זיך צו באווייזן איר פנים"

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג פעברואר 02, 2020 4:09 pm#442414
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
הוגה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס חרדים מיינען אז מ'מוז פארמעקן די פנימ'ער פון פרויען. פארוואס קענען זיי נישט טון ווי מסורת רבותינו הק' און פשוט אנטון sunglasses אויף די פרויען?
איך האב געזען א שיין ווארט דאכט זיך מיר פון רבי ר' העשל אויף הוגה'ס וועלט'ס קשיא. די גמרא זאגט דאך אז כלה שעיניה יפות כל גופה אין צריכה בדיקה. נו, אז מ'וועט איר פארדעקן נאר די אויגן קען מען חושש זיין אז אפשר אין עיניה יפות און מ'וועט זיך נעמען בודק זיין דער גוף לקיים מה שנאמר "אעלה בתמר אחזה בסנסניו". אלזא האט מען מתקן געווען אז מ'באהאלט דער פנים אינגאנצן און ווי ס'שטייט כל כבודה בת מלך פנים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג פעברואר 02, 2020 5:02 pm#442417
מי אני האט געשריבן:נאר דורך די נאז קען מען דאך דערקענען דעם פרצוף פונ׳ם מענטש, ועיין ביבמות קכ. ;)
נעגעל וואסער האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אין קרית יואל

מילא די האר נעמען זיי אראפ, נו שטייט דאך שוין אז דאס איז א געוואלדיגע מכשול: שעריך כעדר העיזים.
מילא די אויגן וואלטן זיי אראפגענומען וואלט איך אויך פארשטאנען: עיניך יונים.

אבער וואס איז שולדיג די נאז??

על כגון דאָ נאמר, אוי לרשע אוי לשכינו...

‏מצינו (רש״י ריש פ׳ קרח בשם התנחומא שם אות ד) בין במחלוקתו של קרח (אשר קרח ״עינו״ [״קנאות/קיצוניות״ בשמירת עינים] הטעתו...) ובין בנגעי בתים (נגעים יב ו) הענין של אוי לרשע אוי לשכינו ע״ש. והנה תיבות ״קורח נגעים״ בחשבון מנצפ״ך עם שני הכוללים/תיבות עולה ״קרית יואל מאנרא״...


האסט פארגעסן והגלילו"ת....

#מושלבכיפה
מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:59 pm#442497

דא זעהט מען כאטש פרויען
מיטוואך פעברואר 05, 2020 10:03 pm#442588
סדען אן ענין צו זעהן פרויען די עיקר איז אז מפארדעקט זיי נישט!
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 6:51 pm#442651
נעבעך
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 7:29 pm#442652
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
בצורתא דזוזא לא מיסתכל (ע״ז נ.)...
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:32 pm#442658
מטבע של אברהם בחור בצד אחד ובתולה מצד אחר...
זעהט אויס אז היות בימי אברהם איז די גאנצע וועלט געווען גוים איז נישט געווען קיין לפני עור...
זונטאג פעברואר 09, 2020 12:10 am#442715
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
מי אני האט געשריבן:(איך ווייס אז נדה איז אין סדר טהרות.)

IMG_6547.jpg

IMG_6546.jpg
זונטאג פעברואר 09, 2020 2:17 am#442728
מי אני האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:(איך ווייס אז נדה איז אין סדר טהרות.)

IMG_6547.jpg

IMG_6546.jpg


א טיפיקעל ביישפיל ווי א פאקט gets lost in translation.

דער מדפיס שרייבט אז כאן "ראוי" לכתוב, און נישט, כאן "נהגו" לכתוב. אבער דער שרייבער טייטש דאס איבער אלס it is"common" to write, דאס מיינט בערך אז מען "טרעפט" אזוי. די פאקט איז אבער אז ס'קומט טאקע אזוי באמת לפי הסדר, און דאס איז טייטש "ראוי", דהיינו אז "ס'קומט" אזוי.
זונטאג פעברואר 09, 2020 8:43 am#442735
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
דו זאגסט אז ״זי״ (פון די נשים), דר. טשארלאט אלישבע פאנראבערט, האט נישט געהאט די ״דעת״ מבחין/מבדיל צו זיין (עיין ברכות לג. ובירושלמי שם פ״ה ה״ב) צווישן די צוויי לשונות אין דאדורך פארשטיין אז ס׳באלאנגט טאקע אין סדר ״דעת״ [טהרות (שבת לא.)], ווי איידער אין סדר פון די [נשים] וואס ״דעתן״ קלות עליהן (שם לג:)...

l viewtopic.php?f=54&t=12986 l
זונטאג פעברואר 09, 2020 6:16 pm#442763
מי אני האט געשריבן:דו זאגסט אז ״זי״ (פון די נשים), דר. טשארלאט אלישבע פאנראבערט, האט נישט געהאט די ״דעת״ מבחין/מבדיל צו זיין (עיין ברכות לג. ובירושלמי שם פ״ה ה״ב) צווישן די צוויי לשונות אין דאדורך פארשטיין אז ס׳באלאנגט טאקע אין סדר ״דעת״ [טהרות (שבת לא.)], ווי איידער אין סדר פון די [נשים] וואס ״דעתן״ קלות עליהן (שם לג:)...

viewtopic.php?f=54&t=12986


און ביזדערווייל האט זי אנגעדרייט א נזיקין אין קדשים...

היל"ת!!
דינסטאג פעברואר 11, 2020 4:34 am#442840
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
יהודי פשוט האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י


בילד

אינטערסאנט צו מציין זיין א הערה פון א צווייטן בליק ווינקל, געשריבן מיט איבער צוויי טויזענט יאר צוריק דורך קלוגע אידן

בשעה שהיו ישראל עולים לרגל - מגללים להם את הפכורת ומראים להם את הכרובים שהיו מעורים זה בזה ואומרים להם: ראו חיבתכם לפני המקום כחיבת זכר ונקבה" (יומא נד א)
דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:33 am#442849
אז מ'דערמאנט שוין, האב איך נעכטן געזען אין ב.מ.ג. א צעטל אז הרב שמואל פעלדער שליט"א וועט זאגען א שיעור לכבוד שובבי"ם אויף הל' טהרה פאר אברכים?! קודם, וואס איז דאס שובבי"ם? און צווייטענס, וואס איז הלכות טהרה? איך ווייס אז אין שו"ע איז דא הלכות נדה. פארוואס טוישט מען?
דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:51 pm#442857
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'דערמאנט שוין, האב איך נעכטן געזען אין ב.מ.ג. א צעטל אז הרב שמואל פעלדער שליט"א וועט זאגען א שיעור לכבוד שובבי"ם אויף הל' טהרה פאר אברכים?! קודם, וואס איז דאס שובבי"ם? און צווייטענס, וואס איז הלכות טהרה? איך ווייס אז אין שו"ע איז דא הלכות נדה. פארוואס טוישט מען?

שובבי"ם קומט יעצט אריין אין די ליטע?
דינסטאג פעברואר 11, 2020 2:54 pm#442860
שובבים איז אלץ געווען אין די ליטא. מאך ריסוירטשט וואס א שובבים האט באדייט אין קעלעם...
דינסטאג פעברואר 11, 2020 6:01 pm#442864
איסר האטלקי האט געשריבן:שובבים איז אלץ געווען אין די ליטא. מאך ריסוירטשט וואס א שובבים האט באדייט אין קעלעם...

מאך דיין ריסערטש וועסטו זען וויפיל מענטשן האבען געלערנט אין קעלם אין די ליטא. די מערסטע אין איין צייט איז געווען 26. ליטא באשטייט נישט פון קעלם, ווי אויך נישט פון די מוסר'ניקס. (וואס שעלטסטו ליטוואק? האסט דאך א פעטער וואס די נאציס האבען געהרג'ט אין קעלם, אין די תלמוד תורה דארט? יא, וועגען דעם האב איך אזא שווערע הארץ אויף די מוסר'ניקס, ווייל איך קען זיי)
שובבי"ם איז ביי אונז קיין ארטיקל נישט געווען, מ'האט עס קיינמאל נישט דערמאנט, נישט אין ישיבה און נישט אין כולל. נישט אין בריסק און נישט אין לעיקוואד.
מיטוואך פעברואר 12, 2020 7:34 pm#442904
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:שובבים איז אלץ געווען אין די ליטא. מאך ריסוירטשט וואס א שובבים האט באדייט אין קעלעם...

מאך דיין ריסערטש וועסטו זען וויפיל מענטשן האבען געלערנט אין קעלם אין די ליטא. די מערסטע אין איין צייט איז געווען 26. ליטא באשטייט נישט פון קעלם, ווי אויך נישט פון די מוסר'ניקס. (וואס שעלטסטו ליטוואק? האסט דאך א פעטער וואס די נאציס האבען געהרג'ט אין קעלם, אין די תלמוד תורה דארט? יא, וועגען דעם האב איך אזא שווערע הארץ אויף די מוסר'ניקס, ווייל איך קען זיי)
שובבי"ם איז ביי אונז קיין ארטיקל נישט געווען, מ'האט עס קיינמאל נישט דערמאנט, נישט אין ישיבה און נישט אין כולל. נישט אין בריסק און נישט אין לעיקוואד.

כלל ישראל באשטייט נישט פון ליטא. פאר אריגינאלע יהדות אשכנז ווענט זיך צו די יעקעס (גארנישט געבליבן פון זיי כמעט). און יא שובבי"ם איז א מנהג אשכנז אז אין א שנה מעוברת איז דא אן ענין צו פאסטן און זאגן סליחות יום ה' אין די וואכן.
מיטוואך פעברואר 12, 2020 10:51 pm#442907
א. איסר האיטלקי האט דערמאנט ליטא, האב איך גע'ענטפערט ליטא.

ב. לעיקוואד האלט זיך ליטא פארטרעטערס, ממילא איז ליטא יא אינטרעסאנט דא.

ג. מ'רעדט דא נישט פון סליחות זאגען אדער פאסטן, נאר פון שיעורים אויף הל' 'טהרה' (וואדעווער דעט איז).

ד. 'אריגינעלער' יהדות אשכנז האט נישט געפירט שובבי"ם אין א שנה פשוטה.

ה. 'אריגינעלער' יהדות אשכנז האט נישט פארבונדן שובבי"ם מיט פרויערישע זאכען, צו טהרה וכו'.

ו. איך האב געפרעגט 'אריגינעלער' יהדות אשכנז אידען (לויט דיין באגריפן) פון די יעקישע קהלות, און ביי זיי האט מען נישט געזאגט סליחות אום שובבי"ם. אונזער מנהגים זענען עפ"י רוב מער דומה צו מערב דייטשלאנד ווי די יעקישע מזרח דייטשלאנד מנהגים, קוק אין די עבודת ישראל סידור פאר מער דעטאלן.
מיטוואך פעברואר 12, 2020 10:59 pm#442909
ווער מאכט די גאנצע ווינט אלוועלטליך איבער הל' טהרה, יענער איז נישט קיין ליטוואק?
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 7:10 pm#442958
יהודי פשוט האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י


בילד

אינטערעסאנט אז די מונקאטשער רביצן האט מען אויף איר מצבה באטיטלט סבתא קדישא נאר איר נאמען, זאגט דער מונקאטשער רב, איז נישט גענוג הייליג ס'זאל קענען שטיין אויף א מענטל פון א ס"ת.
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 10:57 pm#442970
בכלל האלט איך אז מדארף אויפהערן צו זאגן די מאמעס נאמען ווען מאיז מזכיר א חולה, נאכדערצו אין א מקום קדוש.

כווייס נישט וויזוי יידן קענען זיך אויפשטעלן רעדן צו גאט מיט די זעלבע מויל וואס האט א מינוט פארדעם דערמאנט א נאמען פון א פ***
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 11:40 pm#442972
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
נו אויב אזוי, איז קריאת התורה זאל מען אויך אינגאנצן עלימונירן ? דארטן נישט נאר וואס ס׳ווערט דערמאנט די נעמען פון די הייליגע אמאות נאר אזוי אויך גאר טיפע פסוקי דקדק וואס מען לאזט אויס און חדר ווי מיר אלע געדענקן גוט, ווערט אויך פארגעליינט א שטייגער ווי מעשה תמר זמרי וכו׳
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 11:41 pm#442973
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
צפור בודד האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:געזעהן און אסאך חסידישע בתי מדרשים אויפגעשריבן אויפ פרוכת וזוג' מרת.... שיח'י


בילד

אינטערעסאנט אז די מונקאטשער רביצן האט מען אויף איר מצבה באטיטלט סבתא קדישא נאר איר נאמען, זאגט דער מונקאטשער רב, איז נישט גענוג הייליג ס'זאל קענען שטיין אויף א מענטל פון א ס"ת.

כ׳האב געלייקט דעם אויפריכטיגקייט און קאנסיסטענצי אז אויפן מציבה שטייט אויך איר נאמען נאר בנוטריקון און נישט במפורש.
פרייטאג פעברואר 14, 2020 12:04 am#442974
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
real fake news האט געשריבן:בכלל האלט איך אז מדארף אויפהערן צו זאגן די מאמעס נאמען ווען מאיז מזכיר א חולה

l viewtopic.php?f=13&t=4642 l
דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:37 pm#443103
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'דערמאנט שוין, האב איך נעכטן געזען אין ב.מ.ג. א צעטל אז הרב שמואל פעלדער שליט"א וועט זאגען א שיעור לכבוד שובבי"ם אויף הל' טהרה פאר אברכים?! קודם, וואס איז דאס שובבי"ם? און צווייטענס, וואס איז הלכות טהרה? איך ווייס אז אין שו"ע איז דא הלכות נדה. פארוואס טוישט מען?

כ'האב לעצטענס געטייטשט אז מ'לערנט הלכות מצורע. קליפה דדין כקליפה דדין, כידוע לבאים בסוד מאנטאג פרשת טהרה.

און פאר די צוהערער וועלכע קענען זיך אויס אין די סיקרעטס: כהדא איתתא דמותיבין יתה לברא, כדכתיב מחוץ למחנה מושבו, עד דטבילת במקורא דמיא, מקור ודאי.
דינסטאג פעברואר 18, 2020 2:12 pm#443107
אפשר איז שוין צייט צו טוישן מגילת אסתר צו מגילת מרדכי? ס'ברענגט שרעקליכע הורהורים יעדעס יאר ביים ליינען די מגילה.
דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:51 pm#443124
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
איסר האטלקי האט געשריבן:אפשר איז שוין צייט צו טוישן מגילת אסתר צו מגילת מרדכי? ס'ברענגט שרעקליכע הורהורים יעדעס יאר ביים ליינען די מגילה.

אין אזוי אויך תענית אסתר צו תענית מרדכי
מיטוואך פעברואר 19, 2020 2:44 pm#443148
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
ס׳איז שוין הויך צייט צו טוישן דעם תענית פון שרה בטבת צו אברהם בטבת
מיטוואך פעברואר 19, 2020 4:20 pm#443149
איסר האטלקי האט געשריבן:אפשר איז שוין צייט צו טוישן מגילת אסתר צו מגילת מרדכי? ס'ברענגט שרעקליכע הורהורים יעדעס יאר ביים ליינען די מגילה.

טראכט פונעם ירקרק היתה...
מיטוואך פעברואר 19, 2020 4:44 pm#443150
איך לערן פשט אז ירקרק מיינט בלאנד.
דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 7:44 pm#443219
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
זונטאג פעברואר 23, 2020 9:33 am#443276
ווען א חסידות ווערט פראגרעסיוו און מאכט א ספעציעלע שבע ברכות פארן רבין'ס אייניקל נאר פאר די נשות החסידות. וויאזוי זעט אזא מעמד אויס? מיר וועלן קיינמאל וויסן.
זונטאג אפריל 26, 2020 11:01 am#446734
אינם פסח'דיגע קינדליין אויסגאבע (נומ. 268) שרייבט י.י. שווארץ פון שיכון סקווירא "עטליכע קליינע הערות" אויפן חנוכה אויסגאבע (נומ. 253) און רעדט זיך אפ בתוך הדברים אז "אויף זייט 48 אויף איינער פון די באנקנאטן איז דא א בילד, וואס איך גלייב אז מ'האט נישט באמערקט, לויטן סטאנדארט פון קינדליין האט עס נישט געדארפט אריינגיין".

Kindline_V.268_P.114_letter.jpg
בריוו אינם פסח אויסגאבע (מערקט ווי די באנקנאט ווערט פארוואנדעלט אין א זכר "איינער פון די באנקנאטן")


Kindline_V.253_P.48_picture.jpg
די באנקנאט אינם חנוכה אויסגאבע