Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

קאווע שטיבל • פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
224 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12981
מאנטאג יולי 06, 2020 7:39 am#453807
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
זונטאג יולי 12, 2020 2:09 pm#454336
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
‏דא איז א שטיקל אקאדעמישע קוואליטעטיוו אפהאנדלונג דערויף פון ריטא גאלאסקאוו (א מאדערן-ארטאדאקסישע פרוי), עפ״י דר. געי טוכמאן׳ס טעזע דערויף אז וואו א (גענוג באדייטענדע) חלק פון די אלגעמיינע באפעלקערונג׳ס פּערסעפּשאן פון פרויען איז מער נעגאטיוו וועלן זייערע מידיע נעצן דאס רעפלעקטירן און באגיין אויף זיי א ״סימבּאלישע ענייהעלעישאן״: זיי וועלן בעקיפין זוכן צו זיי אדער פרעזענטירן אין א מער רעלאטיוו נעגאטיווע ליכט אדער זיי מאכן גענצליך אומזעהבאר, אויף כדי צו גרייכן ווי א ברייטערע ליינערשאפט. דאס נוצט אויף צו צוגעבן, אנהאלטן, און אינפארסירן די סטאטוס קווא פון די פאטריארכישקייט פון די געזעלשאפט.

זי גיבט אויך א שטיקל איבערבליק איבער די קולטוראלע קאנטעררעאקציע וואס האט אנגעברענגט שטענגערע הלכות צניעות נארמעס בכלל.

‏דא, אויף סליפקין׳ס בלאג, איז דא קורצע איבערזיכט פון די ווערק. ‏דא ברענגט ער ארויס אביסל מאידך גיסא.

***

m https://plus61j.net.au/plus61j-voices/l ... ity-women/ m
מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:00 pm#456501
פלעטבוש גירל האט זיך לעצטנס גענומען צו די נושא פון פרויען צענזורירונג מ'קען מען זעהן בילדער פון היימישע רעקלאמעס מיט ערליך געקליידעטע פרויען מאדעלן אויף איר אינסטעגרעם
מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:26 pm#456503
נאך א ביישפיל פון רשעות און וויאזוי מ'פרובירט עס נאך צו פארטיידיגן מיט די תורה.

לויט דעם מיסאדזשעניסט, אויב לאמיר זאגן א אידישע צניעות'דיגע פרוי איז אן עקרה, א גרושה, צו פאר סיי וועלכע סיבה זי איז נישט יעצט אומשטאנד אדער וויליג צו זיין א מאמע פון קינדער און זי האט א דזשאב מעג איר'ס א בילד געדריקט ווערן, זי קומט דאך נישט נאך דעם "כל כבודה" קרייטיריע עניוועי...
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:20 pm#457173
נייע מוזיק ווידעא פון בערי וועבער געב א שמייכל קען מען דאס אנרופן פראגרעסס??
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:30 am#457181
בדרך אגב, די וועקער איז מער נישט אוועיליבל אויף אמאזאן
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:36 am#457182
קוקט מיר אויס עוועילעבל

m https://www.amazon.com/%D7%95%D7%95%D7% ... 513&sr=8-3 m
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:48 am#457184
די לינק איז צו וועקער 17, איך האב געזוכט היינט וועקער 15 ״פרויען פארבאטן״ און אמאזאן האט דערקלערט אז זיי האבן עס נישט לע״ע.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 9:06 am#457193
m https://www.amazon.com/dp/B087LGXYCB m
לינק צו וועקער 15
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 10:37 am#457200
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
די איסלאמישע פעמיניסט דר. פאטימא מערסיני האט אויך גע׳טענה׳ט ענליך צו די טענה וואס אונז טרעפן מיר ביי די חרדי׳שע אפאלאגעטיקס בנוגע לייגן בילדער פון פרויען. דהיינו, זי האט גע׳טענה׳ט אז עפ״י אל גאזאלי איז דאס וואס מ׳האט איינגעפירט אז איסלאמישע פרויען גייען מיט א הידזשאבּ וואס האט א וועיל/צעיף אויפ׳ן פנים איז מכח דאס וואס מענער זענען גאר די שוואכערע מין און זיי זענען די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן, איז דארפ׳ן די פרויען וואס זענען די שטערקערע מין זיך אליין אן עצה גיבן זיי צו העלפן און ראטעווען. (זי טענה׳ט אבער אז דאס איז, פון אן איסלאמישע רעליגיעזן שטאנדפונקט, יסודו בטעות און איז צושטאנד געקומען מכח די אלגעמיינע פאטריארכישע(/סעקסיסט) קולטור אין יענע תקופות, וואס דעריבער האט מען אזוי אויסגעטייטשט די רעליגיעזע טעקסטן.)
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:56 pm#457479
א נייעם שטאפל, קוקט'ס דא
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:07 pm#458777
..
מאנטאג אקטאבער 05, 2020 10:58 pm#459783
103ECED8-F889-42BD-9A5C-4C6DBCF5FF61.jpeg

פונעם וויקיפידיה בלאט אויף הרב דוד סתיו.
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:33 pm#462586
מי אני האט געשריבן:די איסלאמישע פעמיניסט דר. פאטימא מערסיני האט אויך גע׳טענה׳ט ענליך צו די טענה וואס אונז טרעפן מיר ביי די חרדי׳שע אפאלאגעטיקס בנוגע לייגן בילדער פון פרויען. דהיינו, זי האט גע׳טענה׳ט אז עפ״י אל גאזאלי איז דאס וואס מ׳האט איינגעפירט אז איסלאמישע פרויען גייען מיט א הידזשאבּ וואס האט א וועיל/צעיף אויפ׳ן פנים איז מכח דאס וואס מענער זענען גאר די שוואכערע מין און זיי זענען די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן, איז דארפ׳ן די פרויען וואס זענען די שטערקערע מין זיך אליין אן עצה גיבן זיי צו העלפן און ראטעווען. (זי טענה׳ט אבער אז דאס איז, פון אן איסלאמישע רעליגיעזן שטאנדפונקט, יסודו בטעות און איז צושטאנד געקומען מכח די אלגעמיינע פאטריארכישע(/סעקסיסט) קולטור אין יענע תקופות, וואס דעריבער האט מען אזוי אויסגעטייטשט די רעליגיעזע טעקסטן.)


ס'איז דאך אבער פונקט פארקערט, פרויען זענען עפ"י רוב די שוואכערע און מענער זענען די שטערקערע, נאר נישט אין די הינזיכט פון כח המעציר.

א לינק ווי זי רעדט וואלסטו געהאט?
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:39 pm#462588
חתם סופר האט געשריבן:..

Wow א צניעות'דיג פרוי מיט א מאסק דארף אזא טיפע איבערבעטונגס מודעה? ס'איז א שווערע שאלה אויב דאס איז נכלל אין הסתכלות בנשים... ס'מוז זיין ס'איז די אייגענע האר ר"ל
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:06 pm#462600
סאנטיאגא האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:די איסלאמישע פעמיניסט דר. פאטימא מערסיני האט אויך גע׳טענה׳ט ענליך צו די טענה וואס אונז טרעפן מיר ביי די חרדי׳שע אפאלאגעטיקס בנוגע לייגן בילדער פון פרויען. דהיינו, זי האט גע׳טענה׳ט אז עפ״י אל גאזאלי איז דאס וואס מ׳האט איינגעפירט אז איסלאמישע פרויען גייען מיט א הידזשאבּ וואס האט א וועיל/צעיף אויפ׳ן פנים איז מכח דאס וואס מענער זענען גאר די שוואכערע מין און זיי זענען די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן, איז דארפ׳ן די פרויען וואס זענען די שטערקערע מין זיך אליין אן עצה גיבן זיי צו העלפן און ראטעווען. (זי טענה׳ט אבער אז דאס איז, פון אן איסלאמישע רעליגיעזן שטאנדפונקט, יסודו בטעות און איז צושטאנד געקומען מכח די אלגעמיינע פאטריארכישע(/סעקסיסט) קולטור אין יענע תקופות, וואס דעריבער האט מען אזוי אויסגעטייטשט די רעליגיעזע טעקסטן.)


ס'איז דאך אבער פונקט פארקערט, פרויען זענען עפ"י רוב די שוואכערע און מענער זענען די שטערקערע, נאר נישט אין די הינזיכט פון כח המעציר.

א לינק ווי זי רעדט וואלסטו געהאט?

Fatema Mersini.png

פון די בוך. (און איר בוך איז עס אין אנהויב אבער עס איז אן אריכות דארט.)
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 8:04 pm#463876
.

0339989F-61B9-444C-B5D8-E662274939F4.jpeg


66B9DD62-E0F2-4D43-B1E5-46441C2867AA.jpeg
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 8:35 pm#463878
כ'האף אז ס'איז נישט אמת אז זיי האבן צוזאמענגענומען די סידיס פון די געשעפטן. נישט צו באגרייפן ווי ווייט מיר האבן זיך דערקייקלט.
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 8:37 pm#463879
Re: פרויען פארבאטן! (וועקער #15)
נעע כ'גלייב נישט.

אדער האט יענער סתם אפגע'פטר'ט אז ער גייט אזוי טון. אדער האט די שרייבער פשוט גע'דמיונ'ט.
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 11:01 pm#463887
איך האלט נישט ס'איז א טעות, ס'געשעען נישט אזעלכע טעותים פון זיך אליינס...

קוקט אויס אז ס'איז פשוט געווען צופיל היט/מחאות, זינגט ער די ניגון
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 9:00 pm#463949
איך קען באשטעטיגן אז ס'איז געווען א טעות. יוסי איז מאדערן געשטימט, אבער ער וואלט קיינמאל נישט געזוכט זיך צו אנצוהייבן מיט די שלומי אמוני ליע און ראטדליזש עולם, דער גראפיקער האט עס געהאט אנגעגרייט אויף יענע בלאט אלס א רימיינדער אז דארט דערמאנט מען יוסי'ס אייניקלעך אבער ער האט עס נישט געפלאנט צו לאזן און נאר נאך די הייליגע מחאות האט מען זיך דערוויסט דערפון. גלייבסט וואס עטס ווילטס.

זעהט זיך אויס די חתן כלה בילדער און אנדערע פראגרעסיווע פארשריט אין דעם ענין איז ווייט נישט אזא עוולה ווי א shadow פון א מענטשנ'ס פערזענליכע משפחה אויף זיינס אן אלבום.

נישט פארגעסן דאס איז 2020 וואס מ'רער מיר פון
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 9:15 pm#463952
אבטולמוס האט געשריבן:כ'האף אז ס'איז נישט אמת אז זיי האבן צוזאמענגענומען די סידיס פון די געשעפטן. נישט צו באגרייפן ווי ווייט מיר האבן זיך דערקייקלט.

ס'איז אוממעגליך. ס'איז שוין ארויסגעשיקט אין ארץ ישראל ס'איז א גרויסע שאדן עס צוריק צאמצונעמען און באזייטיגן. פון די נייע שימפענט האט מען עס אראפגענומען.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 10:40 pm#463958
נע איך שטעל זיך פאר נאר פון וויליאמסבורג און מאנרא.