Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע

דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
175 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 235 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12994
מאנטאג מערץ 11, 2019 5:32 pm#426282
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
Afaik, unlike Kedassia, there is only a loose affiliation between the LBD and any Shuls or their Rabbis. Chief Rabbis were never considered Torah authorities and were basically lay leaders. The BD did not usually mix into communal affairs either, so the tension was kept at a minimum.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 6:09 pm#426288
קוקי האט געשריבן:די וועלט זאגט, ווען די מעשה ארבעט, ארבעט נישט די קאפ.. ווייל די קאפ ליגט ביים ברית בין הבתרים..
דאס איז דאך די שטערקסטע תאווה, ווי די חז''ל זאגן, 'וירא העם וינועו ויעמדו מרחוק' ווען יודען האבן געהערט די מצוה פון קדושה האט זיי געכאפט א פחד, און האבן כמעט אלעס אפגעלאזט. ביז אויף דעם האט געמוזט זיין כפה עליהם ההר כגיגית. יא יא ס'נישט גרינג, און אלע אנדערע גלויבונגען, זענען טאקע עיקר חסר מן הספר, די ענין פון קדושה פעלט ביי אלע אנדערע דתות, נישט קיין חידוש זיי האבן נישט געוואלט דעם יודישער וועג. ס'איז גרינגער צו שטארבן אויף קידוש השם ווי לעבן אויף קידוש השם. יעזור ה' כולנו

איר זענט וועלקאם צו רעדן שטותים נאר ערווארט נישט אז מיר זאלן שטיל בלייבן. קריסטן האבן נישט אן איסור אשת איש? אדער מוסלמענער? און אפשר קענט איר אויך צואווייזן צו די חז"ל אז וירא העם וינועו ויעמדו מרחוק רעדט פון קדושה
מאנטאג מערץ 11, 2019 6:27 pm#426290
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
דער עולם איז זייער פרייליך!

משנכנס אדר מרבים בשמחה!
ולשמחה מה זו עושה?

קודם כל פיהלט יעדער אז ער שטייט אויף א העכערע מדרגה פונעם גרויסן דיין, לא מבעיא דער וואס האט נישט געזינדיגט, נאר אפילו דער זינדיגער האט כאטש נישט געמאכט אזא שטונק און חילול השם.

אט דאס איז טאקע די תאוה פון לשון הרע און יעדער איז זיך מתיר צו פלוידערן עד כמה ששפמו מגעת ווייל ער וויל פיהלן גוט ביי זיך.
דער דיין האט אויך חס געווען אויף זיין כבוד און נאמען וואס ער האט געהארעוועט דערויף צענדליגע יארן און עכ"ז האט זיך אים געמאכט א שווערע ניסיון ונכשל. איז דען שיין צו פלאטשקען אין זיין בלוט יעצט?

איך מיין אז נישט.
וואס האלט דער עולם?
מאנטאג מערץ 11, 2019 8:40 pm#426295
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
חסיד פון ליטא האט געשריבן:דער עולם איז זייער פרייליך!

משנכנס אדר מרבים בשמחה!
ולשמחה מה זו עושה?

קודם כל פיהלט יעדער אז ער שטייט אויף א העכערע מדרגה פונעם גרויסן דיין, לא מבעיא דער וואס האט נישט געזינדיגט, נאר אפילו דער זינדיגער האט כאטש נישט געמאכט אזא שטונק און חילול השם.

אט דאס איז טאקע די תאוה פון לשון הרע און יעדער איז זיך מתיר צו פלוידערן עד כמה ששפמו מגעת ווייל ער וויל פיהלן גוט ביי זיך.
דער דיין האט אויך חס געווען אויף זיין כבוד און נאמען וואס ער האט געהארעוועט דערויף צענדליגע יארן און עכ"ז האט זיך אים געמאכט א שווערע ניסיון ונכשל. איז דען שיין צו פלאטשקען אין זיין בלוט יעצט?

איך מיין אז נישט.
וואס האלט דער עולם?
טויזענט לייקס
מאנטאג מערץ 11, 2019 10:40 pm#426297
א דיין וואס פאלט דורך וויל איך פאר מיין דיין.
סווייזט מיר אז ער איז ריעל, געזינט, און רילעט צי א בשר ודם.
אונזער תורה איז פול מיט דורכפעלער און תשובה.
דיר דיין וואס פסקנט א דין תורה שלא ביושר איז נישט בעסער אדער ערגער.
דינסטאג מערץ 12, 2019 12:04 am#426303
נולד מאוחר האט געשריבן:א דיין וואס פאלט דורך וויל איך פאר מיין דיין.
סווייזט מיר אז ער איז ריעל, געזינט, און רילעט צי א בשר ודם.
אונזער תורה איז פול מיט דורכפעלער און תשובה.
דיר דיין וואס פסקנט א דין תורה שלא ביושר איז נישט בעסער אדער ערגער.

ועל כך אני אומר צען טויזענט לייקס!
דינסטאג מערץ 12, 2019 12:08 am#426304
Thats what i said on the first page already.
דינסטאג מערץ 12, 2019 1:03 am#426305
מה נשתנה
וכאן הבן שואל, מה נשתנה פין ר' חיים ה"פ וואס האט געלייקנט און ווייטער געבליבן דער רב, און דער ר' אבראהם וואס האט געמוזט קאפיטילירען?

ועל זה אמר הכתוב, שלא כמדת בית דינך הצדק כבית דין בשר ודם, אם יודה אוי לו ואוי לנפשו.
דינסטאג מערץ 12, 2019 2:36 am#426309
נולד מאוחר האט געשריבן:א דיין וואס פאלט דורך וויל איך פאר מיין דיין.
סווייזט מיר אז ער איז ריעל, געזינט, און רילעט צי א בשר ודם.
אונזער תורה איז פול מיט דורכפעלער און תשובה.
דיר דיין וואס פסקנט א דין תורה שלא ביושר איז נישט בעסער אדער ערגער.

שטארקע פוינט, עס ווענדט זיך אבער.

אויב זעהט מען פון זיינע פסקים און דרשות אז ער איז ליניענט און פארשטענדליך, אזא איינעם ברויך מען.

אויב אבער ער איז שטרענג בחומר הדין און פרעדיגט איבער פולקאמע קדושה וטהרה כולו ע"פ תורה, און נאכדעם זעהט מען אז ער אליינס פאלט דורך ברויך ער רעזיגנירן , נישט פאר זיין דורכפאל נאר פארן נישט פארשטיין און אקצעפטירן אנדערע מענטשן'ס דורכפעלער.

נ.ב. איך קען נישט דעם אבראהאם און ווייס נישט אין וועלכע קאטעגאריע ער איז.
דינסטאג מערץ 12, 2019 3:18 am#426310
אלעס פיין און וויואל. מענטשען פאלן דורך. איך פארשטיי דאס זייער גוט. אבער א אשת-איש איז דא א אנדערע פראבלעם חוץ ע״פ תורה איז אויך דא א מאראלישע און עטישע פראבלעם. ווען מוואלט אים געכאפט מיט א זונה אין אמסטערדאם וואלט עס אין מיינע אויגן געוועהן אסאך א קלענערע עבירה. און איך וואלט נישט אראפגעקוקט אויף אים. מ׳דארף אויך וויסן די פרטים פון די אנדערע זייט צורעדן מיט א פולע-מויל. מ׳דארף וויסן מעהר פרטים. מ׳דארף טאקע יעדן דן זיין לכף זכות. אבער פון א חתונה געהאטע פרוי דארף מען שטיין ווייט ווייל סקען זיך זייער נישט גוט ענדיגן און סקען זיין גאר ווייטאגליך פאר אלע ארומיגע. סלוינט זיך נישט די אלע זאכן. און טאקע דאס זאגט חז״ל:

״אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו, ילך למקום שאין מכירין אותו, וילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ, ואל יחלל שם שמים בפרהסיא״
דינסטאג מערץ 12, 2019 3:33 am#426311
אישתישבי האט געשריבן:דער ראי' פין מתי' בן חרש, איז נישט קיין הוראה, עס איז וואס ער האט געטוהן, לכל היותר אן עבירה לשמה.

מתי (קלונגט עפעס ווי מתיא בן חרש?) זאגט עס אבער יא אלץ הוראה... זעט אויס אז זיי האבן געהאלטן אז דער רמב"ם'ס איסור אויף זיך זעלבסט שעדיגן איז זיי נישט מחייב.
דינסטאג מערץ 12, 2019 6:12 am#426313
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
עפעס איז דא מערקבאר. יעדער שמועסט פון די מעשה, און דער אינטרנט איז שא שטיל. מ׳קען נישט טרעפן קניין שום פרטים, אפילו אויף בלאגס. נאר אז ער האט מיסטעריאזעהייט אפגעלאזט זיין אמטן.
נאך מער אינטרעסאנט איז, ווען מ׳טייפט אריין די נאמען פון די פרוי, קומט גלייך ארויף אויף גוגל זיין נאמען. אבער נאכאלס, אין די רעזולטן איז עס שא שטיל.
איך מיין די לייבעל געזעצן אין ענגלאנד זענען זייער הארב, און וויבאלד זי איז פאליטיש עטוואס מאכטפול, אדער עכ"פ איהר מאן, ממילא ווייסט מען זיך צו היטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 12, 2019 6:17 am#426314
אבי געהאקט. וואו קומט דא אריין לייבעל? ס'איז שטיל ווייל ער האט געטוהן די ריכטיגע זאך און זיך אפגעזאגט - אביסל קלאוזשער פאר די מענטשן וועם ער האט ווייגעטוהן.
דינסטאג מערץ 12, 2019 6:29 am#426315
חסיד פון ליטא האט געשריבן:אט דאס איז טאקע די תאוה פון לשון הרע און יעדער איז זיך מתיר צו פלוידערן עד כמה ששפמו מגעת ווייל ער וויל פיהלן גוט ביי זיך.

ביי געוויסע איז עס אויך ווייל צרות רבים חצי נחמה, נאך איינער, נאכדערצו אזא דיין שטייט אויף איין פעיזש מיט מיינע נסיונות, ס'געט אסאך חיזוק...
דינסטאג מערץ 12, 2019 8:45 am#426317
איך האב אפגעשריבען אן אריכות, אבער עס איז פארשוואונדען געווארען. איך וועל איבערשרייבן בקוצר אמרים.

דער דיין האט זיך שטארק געהיטען פון אלעם. מיין ווייב האט א חבר'טע וואס האט זיך דארט גע'גט, און ער האט אלס געטון כדת וכדין, געהאלטען די טיר אפען, קיינמאל נישט גערעדט דירעקט צו איהר, נאר בלשון נסתר וכו' וכו'. נישט מקפיד זיין אויף הלכות יחוד איז דא די נושא.

ווען א רב זיצט זיך אין צימער, און א פרוי פרעגט איהם אן עצה (געדענק אז ער איז מער א ראביי ווי א רב, ער פסקנ'ט ווייניגער ווי ער מוז זיין א קאונסעלאר, ער מוז אויסהערן יעדעמ'ס בויכוויי און העלפן פארשידענע פראבלעמען, אפזיצען ביי שמחות און אויסהערען וואס פרויען רעדען זיך אפ אויף זייער מענער), בויט זיך עפעס א קשר. אזוי איז א מענטש. ווען א מענטש אנערקענט זיין שוואכקייטען, ווייסט ער אז יעדער איבעריגע ווארט איז א יצר הרע זיינער, און דאס ברענגט א נאנטקייט וואס מ'קען נישט לייקענען, אפילו מ'וויל זייער שטארק.

כמה גדולים דברי חכמים וואס האבען געזאגט 'שחוק וקלות ראש מרגילים את האדם לידי ערוה'. נישט אויסהערן וויצען פון יענקל מילער רעדט מען דא, נאר די קלות ראש לעומת די כבידת הראש וואס עס פאדערט ווען א פרוי קומט רעדן. מיר מיינען אז אשת איש איז אזוי אפגעפרעגט ביי אונז אז עס איז אוממעגליך, און מיר זיינען גערעכט. אבער די כח פון קלות ראש קען אפהאקען דער מויער.

מסילת ישרים פרק ה' האט געשריבן:וחכמים זכרונם לברכה אמרו (אבות פרק ג): שחוק וקלות ראש מרגילים את האדם לערוה. כי אף על פי שחמורה היא הערוה אצל כל בן דעת ולבו ירא מקרב אליה מכח הציור שכבר נצטייר בשכלו מאמיתת גודל פשעה ורוב עונשה, הנה השחוק וקלות ראש ממשיכים אותו מעט מעט ומקריבים אותו הלוך וקרב שתהיה היראה סרה מעליו מעט מעט מדריגה אחר מדריגה, עד שיגיע על העון עצמו ויעשהו:

יעדער פון אונז רעדט זיך איין כל מיני זאכען בשעת'ן טון אונזער עבירות. מיר פארענטפערען יעדער זאך אז נישט דאס מיינט עס, און עס איז אומשולדיג, און יענער איז ערגער, און מיר זענען סיי ווי אפגעהיטען.
ראו וקחו מוסר
דינסטאג מערץ 12, 2019 9:21 am#426319
חוקר ודורש האט געשריבן:אויב ער וויל טוהן די ריכטיגע שריט זאל ער אפהייבען ביידע הענט און זאגן רבותי חטאתי !! און פון יעצט וועל איך זיך מער נישט טרעפן מיט פרויען ביחידות, און ער זאל ווייזן אז ער מיינט עס ערנסט, גלייבטס מיר ער קען נאך ווערן פון א חילול השם צו א קידוש השם!!!

Sent from my iPhone using Tapatalk

דאס האט ער דאך געטון.
דינסטאג מערץ 12, 2019 9:38 am#426323
איסר האטלקי האט געשריבן:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:אט דאס איז טאקע די תאוה פון לשון הרע און יעדער איז זיך מתיר צו פלוידערן עד כמה ששפמו מגעת ווייל ער וויל פיהלן גוט ביי זיך.

ביי געוויסע איז עס אויך ווייל צרות רבים חצי נחמה, נאך איינער, נאכדערצו אזא דיין שטייט אויף איין פעיזש מיט מיינע נסיונות, ס'געט אסאך חיזוק...

דאס זאגט דער נביא, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק (ישעי' מ"א ו'). וואס דאס גייט באמת ארויף אויף עבודה זרה, אנדערש ווי די צייטונגען און בעלי מנגנים זענען איינגערעדט (עיי"ש במצודות).
דינסטאג מערץ 12, 2019 9:39 am#426324
טאמבל סאס האט געשריבן:אבי געהאקט. וואו קומט דא אריין לייבעל? ס'איז שטיל ווייל ער האט געטוהן די ריכטיגע זאך און זיך אפגעזאגט - אביסל קלאוזשער פאר די מענטשן וועם ער האט ווייגעטוהן.

דאס שטילשווייגעניש איז א positive improvement.
דינסטאג מערץ 12, 2019 9:52 am#426325
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
לבי ובשרי האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:אויב ער וויל טוהן די ריכטיגע שריט זאל ער אפהייבען ביידע הענט און זאגן רבותי חטאתי !! און פון יעצט וועל איך זיך מער נישט טרעפן מיט פרויען ביחידות, און ער זאל ווייזן אז ער מיינט עס ערנסט, גלייבטס מיר ער קען נאך ווערן פון א חילול השם צו א קידוש השם!!!

Sent from my iPhone using Tapatalk

דאס האט ער דאך געטון.

די מעשה דא איז געווען אז מען האט אים געכאפט Red handed איז האט ער געמיזט זיך אפזאגען און שרייבען א בריוו אז ער זאגט זיך אפ צוליב ״פאלן פונעם סטאנדארט וואס איז געפאדערט פון אים״ די שאלה איז וואס ער וועט טוהן מהיום והלאה גדרים וסייגים אין דעם געביט פון האבן קשרים מיט נשים און נאר דעמאלטס וועט מען וויסן צו זיין האלבען חטאתי איז געווען ערנסט

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מערץ 12, 2019 9:54 am#426326
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
תשובה מיינט חרטה על העבר וקבלה על העתיד

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מערץ 12, 2019 5:26 pm#426337
די וועלט זאגט א ווערטל, מ'שטראפט דיך נישט פאר'ן גנב'נען, מ'שטראפט דיך פאר'ן ווערן געכאפט..
דינסטאג מערץ 12, 2019 10:25 pm#426357
קוקי האט געשריבן:די וועלט זאגט א ווערטל, מ'שטראפט דיך נישט פאר'ן גנב'נען, מ'שטראפט דיך פאר'ן כאפן..
יעך וואלט עהם גע'קנס'ט מיר צו געבן זיין טאכטער..

אזויפיל חכמה!....
דינסטאג מערץ 12, 2019 11:57 pm#426359
דער שכן האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:די וועלט זאגט א ווערטל, מ'שטראפט דיך נישט פאר'ן גנב'נען, מ'שטראפט דיך פאר'ן כאפן..
יעך וואלט עהם גע'קנס'ט מיר צו געבן זיין טאכטער..

אזויפיל חכמה!....

סיג לחכמה שתיקה, ער האט אויס געמעקט די דברי חכמה..
מיטוואך מערץ 13, 2019 12:04 am#426360
שבת אחים האט געשריבן:אלעס פיין און וויואל. מענטשען פאלן דורך. איך פארשטיי דאס זייער גוט. אבער א אשת-איש איז דא א אנדערע פראבלעם חוץ ע״פ תורה איז אויך דא א מאראלישע און עטישע פראבלעם. ווען מוואלט אים געכאפט מיט א זונה אין אמסטערדאם וואלט עס אין מיינע אויגן געוועהן אסאך א קלענערע עבירה. און איך וואלט נישט אראפגעקוקט אויף אים. מ׳דארף אויך וויסן די פרטים פון די אנדערע זייט צורעדן מיט א פולע-מויל. מ׳דארף וויסן מעהר פרטים. מ׳דארף טאקע יעדן דן זיין לכף זכות. אבער פון א חתונה געהאטע פרוי דארף מען שטיין ווייט ווייל סקען זיך זייער נישט גוט ענדיגן און סקען זיין גאר ווייטאגליך פאר אלע ארומיגע. סלוינט זיך נישט די אלע זאכן. און טאקע דאס זאגט חז״ל:

״אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו, ילך למקום שאין מכירין אותו, וילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ, ואל יחלל שם שמים בפרהסיא״

פון א מאראלישע בליק, צוויי עדאלטס וואס איז דו פראבלעם?
כפארשטיי אז און אזא אויסשטעל ווען איינער קומט בעטן הילף איז שייך צינעמען עדווענטיזש. אבער סאיז אויך זייער מעגליך איז זי האט זייער געוואלט האבן א נאנטע קשר מיט עם. מדארף וויסען פאקטן אויך צי קענען באשילדיגן. ער איז נישט מיר ריספאנסיבל ווי זי פאר אלע ארימיגע.
מיטוואך מערץ 13, 2019 12:10 am#426361

דער מאראלישער פראבלעם עפ תורה לזווג מיט אן אשת איש איז גניבה. דער מאן האט בעלות אין דער גנבט. רמבם הל דעות
מיטוואך מערץ 13, 2019 12:48 am#426364
״[/quote]דער מאראלישער פראבלעם עפ תורה לזווג מיט אן אשת איש איז גניבה. דער מאן האט בעלות אין דער גנבט. רמבם הל דעות[/quote]
נא, מ'האט שוין אמאל געהערט אז א איד גנב' ט
מיטוואך מערץ 13, 2019 6:17 am#426367
נולד מאוחר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אלעס פיין און וויואל. מענטשען פאלן דורך. איך פארשטיי דאס זייער גוט. אבער א אשת-איש איז דא א אנדערע פראבלעם חוץ ע״פ תורה איז אויך דא א מאראלישע און עטישע פראבלעם. ווען מוואלט אים געכאפט מיט א זונה אין אמסטערדאם וואלט עס אין מיינע אויגן געוועהן אסאך א קלענערע עבירה. און איך וואלט נישט אראפגעקוקט אויף אים. מ׳דארף אויך וויסן די פרטים פון די אנדערע זייט צורעדן מיט א פולע-מויל. מ׳דארף וויסן מעהר פרטים. מ׳דארף טאקע יעדן דן זיין לכף זכות. אבער פון א חתונה געהאטע פרוי דארף מען שטיין ווייט ווייל סקען זיך זייער נישט גוט ענדיגן און סקען זיין גאר ווייטאגליך פאר אלע ארומיגע. סלוינט זיך נישט די אלע זאכן. און טאקע דאס זאגט חז״ל:

״אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו, ילך למקום שאין מכירין אותו, וילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ, ואל יחלל שם שמים בפרהסיא״

פון א מאראלישע בליק, צוויי עדאלטס וואס איז דו פראבלעם?
כפארשטיי אז און אזא אויסשטעל ווען איינער קומט בעטן הילף איז שייך צינעמען עדווענטיזש. אבער סאיז אויך זייער מעגליך איז זי האט זייער געוואלט האבן א נאנטע קשר מיט עם. מדארף וויסען פאקטן אויך צי קענען באשילדיגן. ער איז נישט מיר ריספאנסיבל ווי זי פאר אלע ארימיגע.

כהער וואס דו זאגסט און איה״נ מ'דארף טאקע וויסן מעהר פרטים. כ'האב דאס קלאר ארויסגעשריבן. און כ'בין טאקע זייער א ליבעראלע מענטש אבער נאכאלץ זעה איך למעשה יא א שטיקל מאראלישע פראבלעם ווען איינער פארלעצט זיין קאנטראקט און זיין ווארט. (והוא הדין מיט יעדע אפמאך פון צוויי מענטשען/שותפים וכדומה)

ספעציעל מיט איינעם אין די זעלבע סירקול/קאמיונטי וואס אויב מ'כאפט זיי איז עס א גאנצע שטינק, בושות און צרות פאר די קינדער און אלע ארומיגע.

בלייבט למעשה שווער, א חתונה געהאטע מאן מיט א זונה פארלעצט דאך אויך זיין קאנטראקט? אמת! אבער ווייניגער שעדליך ווי מיט איינע פון די קאמיונטי און לכה״פּ די פרוי איז נישט פארהייראט. און איז א מינעמאלע טשאנס געכאפט צו ווערן.
מיטוואך מערץ 13, 2019 11:30 am#426375
מען קען דא דן זיין עטליכע מאראלישע פראבלעמען.

1) ווען א מענטש קומט צו אן אוטאריטעט ווי א רב אדער דאקטאר פאר הילף, קומט ער/זי פון א שוואכע פונקט און קוקט ארויס פאר הילף. עס איז נישט ריכטיג פאר די העלפער אויס צו ניצן די מצב פאר די אייגענע הנאה. אפילו אויב אונטער די אומשטענדן איז די פרוי מסכים. ווייל עס איז שווער אפצושאצן צו די פרוי האט דא באמת באשלאסן, אדער זי איז געווארן מיטגעשלעפט. עס איז כמעט ברור אז אויב וואלט זי געוואוסט פארדעם צו וואס דאס קען פירן וואלט זי נישט געגאנגען צו אים.

2) אויב מענטשן וואלטן געוואוסט וואס עס קען געשען ביי אים וואלט מען אים נישט געטראסט. ער איז נישט געווען אויפריכטיג מיט זיינע פאציענטן.

3)והעולה כל עולם. אלץ רב האט ער מסתמא גדרשנ'ט כסדר וועגן די וויכטיגקייט צו פאלגן מצוות התורה און נישט עובר זיין אויף וואס די תורה אסר'ט. דאס איז היפאקריטיש און אוממאראליש ווען בשעת מעשה טוט ער פארקערט.
מיטוואך מערץ 13, 2019 2:27 pm#426393
ריכטיג מר. גראדמעכעלע מיט דיין ערשטע נקודה, טאקע וועגן דעם איז דא א עטיק הלכה ביי טערעפיסטען אז מען טאר נישט האבן קיין רילעשינשיפ מיט קליענטן ביז 5 יאר נאך טריעטמענט. אבער פון וואנעט ווייסטו אז דאס איז געווען די מעשה דא, און זי איז געקומען פון א שוואכע פונקט, און ער האט אביוזד זיין פאוערס פון א העלפער?
און אז מען רעדט שוין די זעלבע מאראלישע פארבלעם איז דא מיט בעלי בית'ים מיט זייער ארבעטאררערן'ס און סעקטרעטארן...

דאס וואס די שרייבסט אז " עס איז כמעט ברור אז אויב וואלט זי געוואוסט פארדעם צו וואס דאס קען פירן וואלט זי נישט געגאנגען צו אים" מיר איז גארנישט אזוי ברור, רוב פרויען וואס פאשענען אין פרעמדע פעלדער, איז ווייל זיי זוכן דאס, און זיי באקומען נישט אינדערהיים וואס זיי דארפן, בדוק ומנוסה.

דיין צווייטע נקודה איז נאן-סענס, להוי ידוע עס קען געשעהן ביי יעדעם ביי, בערלאנדער, ביי אבראהם, ביי ר' יידעלע, (נישט אז עפעס איז געשען דארט) און ביי דוד המלך, איינער וואס טראכט אנדערש איז פשוט נישט ביים קלארן זינען און מען דארף זיך נישט רעכענן מיט אים.

נומבער 3 בין איך כמעט זיכער פארקערט, איינער וואס האט פיטער אויפן קאפ, וועלן זיינע דרשות צום ציבור זיין אנדערש (מער ליניענט און ליבעראל) ווי איינער וואס האט נישט קיין פיטער אויפן קאפ (געווענליך..), צוליב א סיבה וואס רופא זיך cognitive dissonance. איך האב נישט קיין כח מסביר צו זיין וואס דעס האט אהער
מיטוואך מערץ 13, 2019 2:34 pm#426394
לגבי שבת אחים'ס מאראלישע פראבלעם, רוב מאל ווען מען פרעגט א היימישע אינגערמאן: וואס איז מיט די קאנטראקט? וועט ער ענטפערען גיי צו מיין טאטע וואס האט צאמגעשטעלט די קאנטראקט ווען איך בין געווען 18 יאר, איך וואלט קיינמאל נישט געחתמט אויף אזא קאנטראקט.
און וען מען פרעגט דעמאלטס פארוואס האסט די דיך נישט ג'גט פאר די האסט געבראכען דעם קאנטראקט?, וועט די תירוץ זיין קינדער וכו' און קיינער האט מיר נישט געזאגט אז עס איז דא אזא זאך ווי בירט קאנטראל וכו' וכו'
איך ווייס נישט צו ביידע טענות עס איז שייך ביי הרב אבראהם
מיטוואך מערץ 13, 2019 4:53 pm#426401
יתרו האט געשריבן:

דיין צווייטע נקודה איז נאן-סענס, להוי ידוע עס קען געשעהן ביי יעדעם ביי, בערלאנדער, ביי אבראהם, ביי ר' יידעלע, (נישט אז עפעס איז געשען דארט) און ביי דוד המלך, איינער וואס טראכט אנדערש איז פשוט נישט ביים קלארן זינען און מען דארף זיך נישט רעכענן מיט אים.

טאקע ווייל עס קען געשען ביי יעדן, זוכן מענטשן דוקא צו גיין צו איינער וועם זיי טראסטן, ווי א רב, באקאנטע דאקטאר וכדו' וואס זיי גלייבן אז מיט אים וועט עס נישט געשען.

רב אבראהאם האט געוואוסט אז ביי אים האט דאס יא פאסירט. האט ער נישט געמעגט פאר'נערן זיינע פאציענטן.
מיטוואך מערץ 13, 2019 4:59 pm#426402
יתרו האט געשריבן:נומבער 3 בין איך כמעט זיכער פארקערט, איינער וואס האט פיטער אויפן קאפ, וועלן זיינע דרשות צום ציבור זיין אנדערש (מער ליניענט און ליבעראל) ווי איינער וואס האט נישט קיין פיטער אויפן קאפ (געווענליך..), צוליב א סיבה וואס רופא זיך cognitive dissonance. איך האב נישט קיין כח מסביר צו זיין וואס דעס האט אהער

Cognitive dissonance קען ארבעטן ביידע וועגן, עס קען מאכן ער זאל ווערן מער ליבעראל אדער ער זאל אויסטרעפן א שיטה פארוואס פאר אים איז דאס מותר.
בעל אופן דארף מען מברר זיין וואס רב אבראהאם פלעגט דרשנ'ן.
מיטוואך מערץ 13, 2019 5:14 pm#426403
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עפעס איז דא מערקבאר. יעדער שמועסט פון די מעשה, און דער אינטרנט איז שא שטיל. מ׳קען נישט טרעפן קניין שום פרטים, אפילו אויף בלאגס. נאר אז ער האט מיסטעריאזעהייט אפגעלאזט זיין אמטן.
נאך מער אינטרעסאנט איז, ווען מ׳טייפט אריין די נאמען פון די פרוי, קומט גלייך ארויף אויף גוגל זיין נאמען. אבער נאכאלס, אין די רעזולטן איז עס שא שטיל.
איך מיין די לייבעל געזעצן אין ענגלאנד זענען זייער הארב, און וויבאלד זי איז פאליטיש עטוואס מאכטפול, אדער עכ"פ איהר מאן, ממילא ווייסט מען זיך צו היטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

m https://www.thejc.com/news/uk-news/daya ... i-1.481432 m

_The dayan left the Beth Din and his synagogue Toras Chaim in Hendon last week after the religious authorities became aware of what they considered an inappropriate association with a married woman._
מיטוואך מערץ 13, 2019 5:44 pm#426404
כל הגדול מחברו יצרו גדול..
מיטוואך מערץ 13, 2019 6:03 pm#426405
Well, obviously not great enough to defeat his yetzer...
מיטוואך מערץ 13, 2019 6:27 pm#426408
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
טאמבל סאס האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עפעס איז דא מערקבאר. יעדער שמועסט פון די מעשה, און דער אינטרנט איז שא שטיל. מ׳קען נישט טרעפן קניין שום פרטים, אפילו אויף בלאגס. נאר אז ער האט מיסטעריאזעהייט אפגעלאזט זיין אמטן.
נאך מער אינטרעסאנט איז, ווען מ׳טייפט אריין די נאמען פון די פרוי, קומט גלייך ארויף אויף גוגל זיין נאמען. אבער נאכאלס, אין די רעזולטן איז עס שא שטיל.
איך מיין די לייבעל געזעצן אין ענגלאנד זענען זייער הארב, און וויבאלד זי איז פאליטיש עטוואס מאכטפול, אדער עכ"פ איהר מאן, ממילא ווייסט מען זיך צו היטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

https://www.thejc.com/news/uk-news/daya ... i-1.481432

_The dayan left the Beth Din and his synagogue Toras Chaim in Hendon last week after the religious authorities became aware of what they considered an inappropriate association with a married woman._

אברך משי האט אויבן געשריבען אז אפי׳ חיים שאולזון זאגט אז ער האט א בילד פון דעם פרוי איז עס נישט ווערד מער ווי קליפת השום, אבל עכשיו שנתברר אז ער איז יא געווען גערעכט, זענען זיינע ווערטער אז ער האט דאקומענטן נישט כקליפת השום..

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מערץ 13, 2019 6:34 pm#426409
יעדער האט א בילד פון די פרוי. וואס מיינט עס? די בילד האט נישט דער דיין מיט איהר. עס איז סתם א בילד פון א פרוי, וואס האט פאליטישע קאנעקשענס, און איהר בילד ערשיינט אויפ'ן אינטרנט אין פארשידענע מצבים. און פונקט וואס מיינט דאקומענטן? איך קען מאכען א דאקומענט אויף מייקראסאפט ווארד.
מיטוואך מערץ 13, 2019 10:59 pm#426416
נו ווי איז די בילד?
מיטוואך מערץ 13, 2019 11:00 pm#426417
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
יא ליטוואק לערן מיך אויס ווי אזוי די טרעפסט אלעס

Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 10:35 am#426442
חוקר ודורש האט געשריבן:יא ליטוואק לערן מיך אויס ווי אזוי די טרעפסט אלעס

Sent from my iPhone using Tapatalk

זייענדיג א לאנדאן אפשטאמיגער, מיט אסאך משפחה דארט, קען העלפן אין די דאזיגע פאל
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 3:24 pm#426464
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:יא ליטוואק לערן מיך אויס ווי אזוי די טרעפסט אלעס

Sent from my iPhone using Tapatalk

זייענדיג א לאנדאן אפשטאמיגער, מיט אסאך משפחה דארט, קען העלפן אין די דאזיגע פאל

געב ארויס די בילד פונעם פרוי
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 3:53 pm#426467
יתרו האט געשריבן:לגבי שבת אחים'ס מאראלישע פראבלעם, רוב מאל ווען מען פרעגט א היימישע אינגערמאן: וואס איז מיט די קאנטראקט? וועט ער ענטפערען גיי צו מיין טאטע וואס האט צאמגעשטעלט די קאנטראקט ווען איך בין געווען 18 יאר, איך וואלט קיינמאל נישט געחתמט אויף אזא קאנטראקט.
און וען מען פרעגט דעמאלטס פארוואס האסט די דיך נישט ג'גט פאר די האסט געבראכען דעם קאנטראקט?, וועט די תירוץ זיין קינדער וכו' און קיינער האט מיר נישט געזאגט אז עס איז דא אזא זאך ווי בירט קאנטראל וכו' וכו'
איך ווייס נישט צו ביידע טענות עס איז שייך ביי הרב אבראהם

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. האסט ארויס געכאפט מיינע ווערטער פון מויל. איך האב דאס געוואלט שרייבן. אבער כהאב געוואלט עפענען א באזונדערע אשכול איבער דעם, וועגן ״טשידן אין די היימישע סאסייעטי״ כהאב אנגעהויבן צושרייבן אבער כהאב עס נישט גענעדיגט.

איך ווייס אבער נישט צי אין די ליטווישע וועלט איז די זעלבע הלכה ווי אין די חסידישע וועלט. כקען מיך נישט אויס פונקטליך וויאזוי ס׳גייט צו ביי זיי.

דא האסטו וואס כהאב געוואלט שרייבן:

והשתא דאתי להכא. דארף מען אבער לכאורה מבחין זיין וויאזוי די קאנטראקט איז געשריבן געווארן אויב איז עס טאקע ווי אין די אלגעמיינע וועלט ווי די פארל האט הערשט חתונה ביי די דרייסיג/פערציג יאהר ווי אין רוב פעלער נאכדעם וואס זיי זענען שוין געוועהן מיט אסאך אנדערע און אז נאך דעם אלעמען מאכן זיי א קאנטראקט צווישן זיך און האבן חתונה איז די פארלעצונג אוממארליש.

משא״כ אין אונזער היימישע סאסייעטי ווי מ׳נעמט א ראצער פון 18 יאר אלט און די עלטערן מאכן אפ אז דאס איז א גוטע שידוך מיט א שיינע יחוס וואס איז פאסיג פאר זיי. מ׳ברענגט דעם יונגל מיטן מיידל צוזאמען פאר צוויי מאל אויף א האלבע שטונדע און ביי די דריטע מאל ליגט שוין גרייט די ברוינפן מיט די קוכן אויף א שיינע טישטעך איז אזא פאלל דארף מען ערנסט אריינטראכטן צו ווען איינער טוט פארלעצן אזא קאנטראקט וואס מאיז אריינגעשטופט געווארן אזוי יונגערהייט ווען מהאט נישט געוואלט דיספוינטן די עלטערן צי ס׳גרעיניצט זיך בכלל מיט מאראל און צי די זעלבע הלכות זענען גילטיג אין אזא פאל נאכדערצו ווען דער יעניגער כאפט זיך יאהרן שפעטער אין וואספארא פעקל צרות ער איז אריינגעפאלן
.
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 4:30 pm#426477
ס'גרעניצט זיך מיט אמונה, אויב הקב''ה יושב ומזווג זיווגים
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 5:20 pm#426481
איה״נ אז איינער גלייבט שטארק און ער האלט אז דאס איז זיין גורל און אז אזוי איז באשערט קען עס העלפן. אבער ווען ס׳מאכט זיך אז איינער הערט אויף פלוצלינג צוגלייבן פאלט טאקע שנעל צוזאמען די גאנצע בנין. ער כאפט זיך דאן, אוי וויי! מהאט מיך סתם אריינגענער׳ט אין עפעס א שידוך...

גלייבן העלפט אייביג. פארדעם טאקע זענען רוב וועלט גלייביגע. ספעציעל די גאר ארימע און די מענטשען וואס זיצן אינטער גראטעס. ווייל זיי האבן גארנישט. די איינציגסטע זאך וואס זיי פארמאגן אז די ״אמונה״ אז אלעס איז אזוי באשערט און אלעס איז למעשה א טובה נאר מיר פארשטיין נישט די וועגן פון גאט ב״ה.

אך און וויי פאר א יונגערמאן וואס כאפט זיך ביי די דרייסיג אדער פערציג סאיז ביטער! פארדעם דארף מען טאקע אנהאלטן שטארק די אמונה ווייל דאס איז די glue וואס האלט אלעס צוזאמען....
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 5:26 pm#426482
און די ווייב קיין מאכן דער זעלבע חשבון און ארום האקען, און עס הייסט נישט ומעלה מעל באישה, ווייל מען האט זי קיינמאל נישט עכט געפרעגט.

און מהאי טעמא דארפען אפשר פרויען נישט קיין גט בזמנינו, ווייל דער דעת שוטים וואס האט מסכים געווען צום שידוך איז בכלל נישט לרצונו.

און ווער ווייסט וואס נאך מען קען אלץ מתיר זיין.
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 6:04 pm#426485
אישתישבי האט געשריבן:און די ווייב קיין מאכן דער זעלבע חשבון און ארום האקען, און עס הייסט נישט ומעלה מעל באישה, ווייל מען האט זי קיינמאל נישט עכט געפרעגט.

און מהאי טעמא דארפען אפשר פרויען נישט קיין גט בזמנינו, ווייל דער דעת שוטים וואס האט מסכים געווען צום שידוך איז בכלל נישט לרצונו.

און ווער ווייסט וואס נאך מען קען אלץ מתיר זיין.

גערעכט די פרוי איז אין די זעלבע קאטאגאריע פונקט ווי דער מאן. און איז טאקע אין געוויסע פעללער א גרויסע רחמנות.

כ׳ווייס נישט ע״פ הלכה. כקען נישט קיין לערנען. אבער פון א מאראלישע שטאנדפונקט זיכער.
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 6:11 pm#426486
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
ווי קומט דער אויבישטער דא אריין? א מענטש מעג אריין טאנצן אין א שידוך אום תשעה באב, שמא יקדמנו אחר. וואס איז מיט דער אויבישטער? און א מענטש מעג זיך גט׳ן ווען זי געפעלט איהם נישט. וואס איז מיט דער אויבישטער?

עס איז אלס אומוויכטיג. דער וואס האט געלאזט זיין עלטערן איהם חתונה מאכען, איז טאקע אין א פיקל ווען עפעס טויג נישט. און דער אויבישטער איז נישט דער שולדיגער. אולת אדם תסלף דרכו, ועל ה׳ יזעף לבו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 6:22 pm#426488
ליטוואק

יעצט זאגסטו עס?

זאג אים ביי די אכצן.

זאגסט אוולת אדם וכו'. איז ער בכלל א אדם?
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 6:43 pm#426490
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווי קומט דער אויבישטער דא אריין? א מענטש מעג אריין טאנצן אין א שידוך אום תשעה באב, שמא יקדמנו אחר. וואס איז מיט דער אויבישטער? און א מענטש מעג זיך גט׳ן ווען זי געפעלט איהם נישט. וואס איז מיט דער אויבישטער?

עס איז אלס אומוויכטיג. דער וואס האט געלאזט זיין עלטערן איהם חתונה מאכען, איז טאקע אין א פיקל ווען עפעס טויג נישט. און דער אויבישטער איז נישט דער שולדיגער. אולת אדם תסלף דרכו, ועל ה׳ יזעף לבו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אוואדי האט עס מיטן אייבערשטן אויב מגלייבט אז ער איז דער מסבב כל הסיבות! איך האב אזוי געגעלייבט. און איך האב געהאלטן אז דאס איז מיין גורל, אזוי איז באשערט. און איך קען גארנישט טוהן דערוועגן.

כפארשטיי נישט בכלל וואס דו רעדסט!
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 6:46 pm#426491
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
יא, און דער מסבב כל הסבות האט מסבב געווען אז ער זאל איהר פיינט האבען און גט׳ן.

דער ענין פון השגחה איז בכלל נישט קיין פראקטישע, דער מענטש דארף טון מיט שכל. טאמער שכל זאגט אז עס טויג נישט, זאל ער נישט פארלייגען זיין דעסיזשענס אויף דער אויבישטער. דאס איז דרכי העצלנים וקלי הדעת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk