Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע

דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
175 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 235 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12994
זונטאג מערץ 10, 2019 3:56 pm#426129
דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
ווי א דינער האט אפגעהילכעט די נייעס אז דיין יונתן אבראהאם האט רעזיגנירט פון לאנדאן בית דין נאכ'ן ווערען געכאפט מיט א אשת איש.
זונטאג מערץ 10, 2019 3:58 pm#426130
א פייערדיגע דרשה פון די דיין צוויי וואכן צריק

m https://youtu.be/k0FCRXS1DDM m
זונטאג מערץ 10, 2019 10:10 pm#426146
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
m http://feedproxy.google.com/~r/blogspot ... edium=emai m

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 10, 2019 10:11 pm#426147
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
מורי ורבי חיים שואלזון רעדט וועגן דעם שרעקליכן מעשה

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 10, 2019 10:20 pm#426150
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
דאס איינצוגסטע וועג דאס צו פארמיידען איז אז די רבנים און דיינים וועלן מאכן א גדר נישט אויפצונעמן פרויען ביחידות אין אפוטרופוס לעריות פארפאלן אפי׳ אזא חשובע פערזענליכקייט איינער פון די גרעסטע פוסקים אין ענגלאנד און א גרויסע בעל דרשן וכו׳, דאס איז אויך א חילול השם פאר גאנץ כלל ישראל

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 10, 2019 10:31 pm#426151
חוקר ודורש האט געשריבן:מורי ורבי חיים שואלזון רעדט וועגן דעם שרעקליכן מעשה

Sent from my iPhone using Tapatalk

כ'קען מיך נישט איינהאלטן און כ'מוז דיר בעטן זאלסט אראפנעמען די ווערטער; מורי ורבי.
ער איז א עקלדיגע בעל לשון הרע, און א היפעקריט, און ס'איז א בושה עהם צו געבן דאס מינדעסטע חנופה.
וואס איז תורה און וואס איז אמת, ליגט 'נישט' ביי עהם אין שכל. נקודה!

דא איז ער מוחא אויף 'טרענספעסינג' אין מאנסי שול, דא שרייעט ער אויף עוולות וואס זענען אקעגן זיינע גראבע לשון הרע'ס און חמורות אסאך גרינגער, און ער מיינט עס נאך ערענסט.. ער מיט נחום צוויי גראבע חזירים, וואס לעבן אויף מיסט.
ממילא אונז האבן עס ליב, ממילא. אבער צו זאגן מורי ורבי.. כ'מיין ס'איז איבערגעטריבן. במחילת כבודך..
זונטאג מערץ 10, 2019 10:35 pm#426152
פארוואס פארשפרייטן די בושות ווייטער? וואס האסטו פון דעם?
זונטאג מערץ 10, 2019 10:38 pm#426153
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
אנטשולדיגט כבוד הרב קוקי ני״ו איך וועל דיר גלייבען ביים ווארט איך בין נאכנישט אזוי אלט און איך קען נישט דעם איד, איך האב געהערט וועגן זיין פנים חדשות אביסל, איך הער אים אויס שוין א שטיק צייט און איך ליין וואס ער שרייבט וואס זאל איך דיר זאגן הרבה למדתי ממני און ער איז נישט און פארגלייך צו דעם נחום, אבער נאכאמאל איך צו צוריק פון דעם מורי ורבי

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 10, 2019 11:43 pm#426157
חוקר ודורש האט געשריבן:אנטשולדיגט כבוד הרב קוקי ני״ו איך וועל דיר גלייבען ביים ווארט איך בין נאכנישט אזוי אלט און איך קען נישט דעם איד, איך האב געהערט וועגן זיין פנים חדשות אביסל, איך הער אים אויס שוין א שטיק צייט און איך ליין וואס ער שרייבט וואס זאל איך דיר זאגן הרבה למדתי ממני און ער איז נישט און פארגלייך צו דעם נחום, אבער נאכאמאל איך צו צוריק פון דעם מורי ורבי.

Sent from my iPhone using Tapatalk

לערן דיך אויס אז דער איז א פאלנער שקרן און א בעל דמיון וואס וויל מיטטיילן זיינע דמיונות מיט כל הקהל. איטס א וועיסט אוו טיים אויס צו הערן זיינע חלומות. אמאל פאלט אריין עפעס אמת אויך צווישן די שירות אבער אויף זיינע ווערטער קענסטי גארנישט בויען.
איך קען נישט דן זיין אויף זיין בין אדם למקום ווייל איך בין נישט אין בי"ד של מעלה אבער פשוט גשמיות'דיג גערעדט זענען זיינע ווערטער פורחות באוויר
זונטאג מערץ 10, 2019 11:54 pm#426161
.
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:07 am#426163
סמבטיון האט געשריבן:פארוואס פארשפרייטן די בושות ווייטער? וואס האסטו פון דעם?

.
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:07 am#426164
כבוד הרב שמעון וואלף שלום וברכה, אפרש שיחתי, ווי נאך האסטו איינעם וואס רעדט דברים כהוייתן, ווען צוויי אידן און וויליאמסבורג האבן זיך איין פרייטאג געוואלט נעמען דעם לעבן ה״י איז ער געווען גער וואס האט גערעדט פון דעם, און אפירגעהאלטן סאטמאר היתכן דאס געשעט ביי זיי אין הויף בו בזמן וואס זיי זענען פארנומען מיט אלע פריצות הדור.. אויך איז ער דער וואס פארדאמט דעם חבר הכנסת ליצמן פארן העלפן דעם פרוי לייפער ועוד אנשים בדומה לה, נו זענען די צוויי משלים גענוג? ווער נאך רעדט אזא שפראך? ווער איז א שומר אויף אונז חרדים אויב נישט ער
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:08 am#426165
סמבטיון האט געשריבן:פארוואס פארשפרייטן די בושות ווייטער? וואס האסטו פון דעם?

ווייל מענטשען זאלן וויסן אז אפילו א גרויסע דיין מיט א גרויסע בארד וואס האלט פייערדיגע דרשות קען אויך זיין א נואף... כבדהו וחשדהו.

אויב מענטשען ווייסן עס נאך נישט.

ווען ער וואלט געוועהן א פריוואטע מענטש ביסטו הונדרעט פראצענט גערעכט. ער שטעלט זיך אויף האלטן מוסר דרשות פאר יענעם??? הא הא!!!

ווען מכאפט להבדיל א גלח טוהן אזעלכע זאכן איז עס אויך נייעס. ווייל זיי פארקויפן זיך כאילו זיי זענען עפעס ״שמייליג״ און העכער פונדעם... יא יא...
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:09 am#426166
חוקר ודורש האט געשריבן:כבוד הרב שמעון וואלף שלום וברכה, אפרש שיחתי, ווי נאך האסטו איינעם וואס רעדט דברים כהוייתן, ווען צוויי אידן און וויליאמסבורג האבן זיך איין פרייטאג געוואלט נעמען דעם לעבן ה״י איז ער געווען גער וואס האט גערעדט פון דעם, און אפירגעהאלטן סאטמאר היתכן דאס געשעט ביי זיי אין הויף בו בזמן וואס זיי זענען פארנומען מיט אלע פריצות הדור.. אויך איז ער דער וואס פארדאמט דעם חבר הכנסת ליצמן פארן העלפן דעם פרוי לייפער ועוד אנשים בדומה לה, נו זענען די צוויי משלים גענוג? ווער נאך רעדט אזא שפראך? ווער איז א שומר אויף אונז חרדים אויב נישט ער

דאס פארענטפערט אבער נישט זיינע שקרים
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:12 am#426167
וויפיל אידן האבן געוואלט באגיין זעלבסטמארד יענע פרייטאג, איינס אדער צוויי? (אפשר גאר דריי...?)
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:12 am#426168
חוקר ודורש האט געשריבן:כבוד הרב שמעון וואלף שלום וברכה, אפרש שיחתי, ווי נאך האסטו איינעם וואס רעדט דברים כהוייתן, ווען צוויי אידן און וויליאמסבורג האבן זיך איין פרייטאג געוואלט נעמען דעם לעבן ה״י איז ער געווען גער וואס האט גערעדט פון דעם, און אפירגעהאלטן סאטמאר היתכן דאס געשעט ביי זיי אין הויף בו בזמן וואס זיי זענען פארנומען מיט אלע פריצות הדור.. אויך איז ער דער וואס פארדאמט דעם חבר הכנסת ליצמן פארן העלפן דעם פרוי לייפער ועוד אנשים בדומה לה, נו זענען די צוויי משלים גענוג? ווער נאך רעדט אזא שפראך? ווער איז א שומר אויף אונז חרדים אויב נישט ער

אוי זענען מיר אויף צרות אויב חיים שאולזאהן איז אונזער שומר! גרויסע צרות... :lol:
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:12 am#426170
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
אמת

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:13 am#426171
דאס איז דאך המלוכה'ס אונטערשריפט...
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:15 am#426172
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וויפיל אידן האבן געוואלט באגיין זעלבסטמארד יענע פרייטאג, איינס אדער צוויי? (אפשר גאר דריי...?)

עס איז נישט אמת געשעהן ?
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:16 am#426173
בשעתו האט מען גערעדט אז די מעשה מיט די מקוה איז הוילע דמיון.

l viewtopic.php?f=10&t=12125&hilit=%D7%97%D7%99%D7%99%D7%9D+%D7%A9%D7%90%D7%95%D7%9C%D7%96%D7%90%D7%94%D7%9F%27%D7%A1+%D7%91%D7%A2%D7%A0%D7%A7%D7%9C&start=25#p424729 l
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:20 am#426175
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בשעתו האט מען גערעדט אז די מעשה מיט די מקוה איז הוילע דמיון.

Ok אבער דער ערשטע מעשה איז יא געשעהן, אין ווי ווייסטו אז ער האט אפגעמאכט די צווייטע מעשה אפשר האט ער נאכגעהערט דעם דמיון און עס נאכגעזאגט (דאס איז טאקע א עוולה נאכצוזאגן פארן קלטר מברר זיין, אבער פון דעם זעה איך נאכנישט אז ער איז א שקרן)
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:27 am#426177
כאנישט פונקטליך דורכגעטן דעם שאולזאהן, למאי נ"מ צו ער איז א שקרן, בעל דמיון, צו ער בעבלט נאך אנדערנ'ס שקרים און דמיונות. הכלל, אלץ וואס ער זאגט דארף מען נעמען with a grain of salt ווי מ'זאגט.
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:32 am#426179
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
יא אמת, און ער האט זעכער א שלעכטע זייט צו זיך אבער איך זאג אז סוף כל סוף האט ער א גוטע זייט פון רעדן פון אלעס און זיך נישט דערשרעקן, איך בין אויך זעכער ער האט שוין דורך זיינע יארן געלייגט געוויסע זאכן אפן פלאץ דורך דערשרעקן רבי׳ס און סתם מענטשען אז ער וועט רעדן פון דעם אויב מען וועט עס טוהן..

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:47 am#426180
חיים שאולזון איז א גרויליגע מענטש וואס גאַסיפּ איז פאר אים אקסעדזשין... ער טובלט זיך אין דרעק נאך פאר מיין מוטער איז געבּאָרן... א ריזיגע בעל מגזים וואס שוועבט אינעם עולם השקר זיצענדיג אויף זיין ״רויטע פאטעל״.
א שמאל קעפּיגע קורצגעבינדע קו מיט א לעפּטאַפּ דורכגעווייקט מיט קינדערישקייט, קליינקעפּיקייט און טפשות וואס פארקויפט ממש גארנישט...
מאנטאג מערץ 11, 2019 12:54 am#426182
נו בערל קום אריין מיט אביסל ווערטער אויף אינזער שאולזאהן...
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:06 pm#426244
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:מאכן א גדר נישט צו זיין אליינס מיט אן אשה נאר מיט א שומר איז בעסער.

ס'דערמאנט מיר פון עפעס וואס כ'האב אמאל געהערט א לאנגע צייט צוריק, דאכצעכמער אז ס'הייסט "איסור ייחוד"...[/quote

ער האט געלאזט די טיר אפען, וואס טוהן אלע רבנים וואס רעדן פרייוועט מיט פרויען?

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:09 pm#426245
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:גראדע חיים שאולזון זאגט אז ער דינט אלץ א רב איינער ווייסט ווי זיין שוהל איז? אין פלעטבוש? ווי אזוי הייסט עס, ווער דאווענט דארט

Sent from my iPhone using Tapatalk

דא איז זיין וועבסייט. ער איז נישט קיין ליטוואק, ער איז א ספרדישע אין אפשטאם. זיין עלטערן זענען געווען איראקע אידען וואס האבען געוואוינט אין שאנחיי. ער האט געלערנט אין א גאר מאדערנע סקול, אבער נאך דעם איז ער געגאנגען אין ישיבה אריין, געיטסהעד און לעיקוואד. (גראדע אין ענגלאנד איז עס נישט אזוי אפגעפרעגט אז איינער פון א פרומערע שטוב זאל גיין צו א מאדערנע סקול. איך האב עס אבער נישט געטון)

ליטוואק דו האסט נישט גוט פארשטאנען איך האב געפרעגט וועגן שאולזון אליין נישט וועגן דער דיין פון לאנדאן, קוק איבער נאכאמאל

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:15 pm#426248
פארשטייסט צו ווייניג צו מענטשליכע תאוות. ב"ה אז ער האט זיך גענצליך אפגעזאגט פון אלע אמטן זיינער. אבער די לעזונג פון נישט זיך מתייחד זיין איז זייער א קורצזיניגע. מאל אויס די מעשה אין קאפ וויאזוי מ'גייט פון טריט צו טריט, וועסטו כאפען אז יחוד איז די ענדע פון א לאנגע קייט פון פראבלעמן.
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:18 pm#426249
אינטערסאנט, אז די תירץ אז: כ'האב מיר נישט געקענט איינהאלטן, ווערט עמטליך אנגענומען אלס א לעגעטימע תירץ, אפילו ווען די רעדע איז פון א אשת איש. אז מ'קען זיך נישט אייהאלטן דארף מען דורך גיין א סירוס פראצעדור.
מ'זוכט עצות דאס צו פארמיידן אד''ג. מ'דארף גאנישט קיין עצה, ריר נישט צו צו א זאך וואס איז נישט דיינס, און האלט דיר דעם זופער פארמאכט, והכול על מקומו יבוא בשלום.
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:41 pm#426252
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארשטייסט צו ווייניג צו מענטשליכע תאוות. ב"ה אז ער האט זיך גענצליך אפגעזאגט פון אלע אמטן זיינער. אבער די לעזונג פון נישט זיך מתייחד זיין איז זייער א קורצזיניגע. מאל אויס די מעשה אין קאפ וויאזוי מ'גייט פון טריט צו טריט, וועסטו כאפען אז יחוד איז די ענדע פון א לאנגע קייט פון פראבלעמן.

נו אויב עס איז נישט גענוג זאל מען מאכן א גדר בכלל נישט אויפצונעמן קיין פרויען אזוי ווי הרב שלום ארוש האט געטוהן נאך די פרשה מיט זיין רבין בערלאנד

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:44 pm#426253
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
קאך_לעפל האט געשריבן:אינטערסאנט, אז די תירץ אז: כ'האב מיר נישט געקענט איינהאלטן, ווערט עמטליך אנגענומען אלס א לעגעטימע תירץ, אפילו ווען די רעדע איז פון א אשת איש. אז מ'קען זיך נישט אייהאלטן דארף מען דורך גיין א סירוס פראצעדור.
מ'זוכט עצות דאס צו פארמיידן אד''ג. מ'דארף גאנישט קיין עצה, ריר נישט צו צו א זאך וואס איז נישט דיינס, און האלט דיר דעם זופער פארמאכט, והכול על מקומו יבוא בשלום.

קאך לעפל פליסאפיש בין איך מיט דיר אבער איינמאל די פראצודאר הייבט זיך אן פארגעסט מען פון לא תחמוד און פון איסורי דאורייתא השם ירחם

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:47 pm#426254
סזענען געווען צדיקים וועלכער האבען נישט אויפגענומען פרויען נאר אין אנוועזענהייט פון נאך צווי מענער. דוכצאך אז אין בעלזא איז נאך היינט אזוי.
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:56 pm#426255
קאך_לעפל האט געשריבן:אז מ'קען זיך נישט אייהאלטן דארף מען דורך גיין א סירוס פראצעדור.

אינטערעסאנט אז פאר די תורה איז נישט בייגעפאלן אזעלכע עצות.

נישט יהודה מיט תמר, נישט דוד נאכן חטא זענען געגאנגען דורכפירן סירוס פראצעדורן. ביסט דורכגעפאלן? פאר קיין אומאן זאג א תיקון כללי און פון יעצט און ווייטער טריי דיין בעסט.
מאנטאג מערץ 11, 2019 1:57 pm#426256
חוקר ודורש האט געשריבן:גראדע חיים שאולזון זאגט אז ער דינט אלץ א רב איינער ווייסט ווי זיין שוהל איז? אין פלעטבוש? ווי אזוי הייסט עס, ווער דאווענט דארט

Sent from my iPhone using Tapatalk

נישט אז ער האט נישט קיין שול, נאר ער דאווענט נישט אין קיין שול. ער וואוינט אין ב"פ, 17-18 געגנט, ער טרעט כמעט נישט ארויס פון שטוב. זיין שמירת שבת איז ביי מיר אונטער פראגע צייכן.
מאנטאג מערץ 11, 2019 2:04 pm#426257
איסר האטלקי האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אז מ'קען זיך נישט אייהאלטן דארף מען דורך גיין א סירוס פראצעדור.

אינטערעסאנט אז פאר די תורה איז נישט בייגעפאלן אזעלכע עצות.

נישט יהודה מיט תמר, נישט דוד נאכן חטא זענען געגאנגען דורכפירן סירוס פראצעדורן. ביסט דורכגעפאלן? פאר קיין אומאן זאג א תיקון כללי און פון יעצט און ווייטער טריי דיין בעסט.

מיין פונקט: ס'איז א העכסט נארמאלע זאך דורכצופאלן פון מאל צו מאל. ווארום, דער תירץ כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן,אזש מ'זוכט עיצות אז דאס אומאפהאלטנקייט זאל נישט נאכאמאל פאסירן אינעם צוקנופט, איז אבסורד.
מאנטאג מערץ 11, 2019 2:11 pm#426258
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
דאס איז די מאדערנע סקול ווי ער האט זעלבסט געלערנט. עס איז א היי סקול, פון כתה ז׳ ביז י"ג.בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 2:32 pm#426259
איסר האטלקי האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אז מ'קען זיך נישט אייהאלטן דארף מען דורך גיין א סירוס פראצעדור.

אינטערעסאנט אז פאר די תורה איז נישט בייגעפאלן אזעלכע עצות.

נישט יהודה מיט תמר, נישט דוד נאכן חטא זענען געגאנגען דורכפירן סירוס פראצעדורן. ביסט דורכגעפאלן? פאר קיין אומאן זאג א תיקון כללי און פון יעצט און ווייטער טריי דיין בעסט.

עיין בספר מתי פרק ה פסוק ל, ובמדרש תנחומא פרשת חוקת
מאנטאג מערץ 11, 2019 2:42 pm#426260

ווי באלזאם אויף אן אפענעם וואונד.( כ'רעד נישט פונעם תנחומא, נאר פון די הייליגע ווערטער פון מתי.) ביטע ציטיר נאך פון די לויטערע רייד פון מתי, און אינאייעם מיט די משנית ביטע.....
מאנטאג מערץ 11, 2019 2:56 pm#426261
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די מאדערנע סקול ווי ער האט זעלבסט געלערנט. עס איז א היי סקול, פון כתה ז׳ ביז י"ג.בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון די שפראך וואס דער חשמונאי נוצט קוקט אויס אז די רעדע איז פון טשיילד מאלעסטעישן, נישט א"א ווי אויבן דערמאנט.
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:05 pm#426262
I also heard that. Moreover, he had to run from Australia for the same reason.
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:27 pm#426263
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
לונדון איז מיר נישט פרעמד, און איך ווייס אז נישט דאס רעדט מען דארט. אפשר זענען דא זאכען וואס איך ווייס נישט, אבער דאס אוועק פארען פון א קליינע דזשאב אין אסטראליא צו א פרעסטיזשפולע דזשאב אין לאנדאן דארף נישט קיין פשט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:30 pm#426264
כאילו אונז זענען מבינים וואס יענער דארף צו טוהן, איינער האט א תאווה צו אן אשת איש, דארף ער זיך שטעכן די אויגען און נעמען סירוס פילען, ווייל קאך לעפעל האט אזוי געזאגט.

ר' קאך לעפעל, היות ביסט שוין כמה פעמים נכשל געווארן אין לשון הרע, וואס איז חמור מאוד, דארפט איר זיך אפהאקן די פינגערס איר זאלט נישט נכשל ווערן, ריר נישט צו א קיבארד. אויב ווילט איר, קען מען אויסארבעטן א היתר מרה רבנים נאר אנצוברענען די שפיץ פינגערס, איר זאלט נישט קענען טייפען.

היות די קענסט אבער נאך אלץ טייפען דורך רעדען, דארפט איר אייננעמען פילען וואס מאכען שטום לא עלינו.
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:33 pm#426265
אישתישבי האט געשריבן:כאילו אונז זענען מבינים וואס יענער דארף צו טוהן, איינער האט א תאווה צו אן אשת איש, דארף ער זיך שטעכן די אויגען און נעמען סירוס פילען, ווייל קאך לעפעל האט אזוי געזאגט.

ר' קאך לעפעל, היות ביסט שוין כמה פעמים נכשל געווארן אין לשון הרע, וואס איז חמור מאוד, דארפט איר זיך אפהאקן די פינגערס איר זאלט נישט נכשל ווערן, ריר נישט צו א קיבארד. אויב ווילט איר, קען מען אויסארבעטן א היתר מרה רבנים נאר אנצוברענען די שפיץ פינגערס, איר זאלט נישט קענען טייפען.

היות די קענסט אבער נאך אלץ טייפען דורך רעדען, דארפט איר אייננעמען פילען וואס מאכען שטום לא עלינו.

אקעי.
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:33 pm#426266
Re: דיין הרב יונתן אבראהאם רעזיגנאציע
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די מאדערנע סקול ווי ער האט זעלבסט געלערנט. עס איז א היי סקול, פון כתה ז׳ ביז י"ג.בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון די שפראך וואס דער חשמונאי נוצט קוקט אויס אז די רעדע איז פון טשיילד מאלעסטעישן, נישט א"א ווי אויבן דערמאנט.

חיים שאולזון זאגט אז ער האט אפי׳ א בילד פון דעם פרוי.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:36 pm#426267
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אז מ'קען זיך נישט אייהאלטן דארף מען דורך גיין א סירוס פראצעדור.

אינטערעסאנט אז פאר די תורה איז נישט בייגעפאלן אזעלכע עצות.

נישט יהודה מיט תמר, נישט דוד נאכן חטא זענען געגאנגען דורכפירן סירוס פראצעדורן. ביסט דורכגעפאלן? פאר קיין אומאן זאג א תיקון כללי און פון יעצט און ווייטער טריי דיין בעסט.

עיין בספר מתי פרק ה פסוק ל, ובמדרש תנחומא פרשת חוקת

דער ראי' פין מתי' בן חרש, איז נישט קיין הוראה, עס איז וואס ער האט געטוהן, לכל היותר אן עבירה לשמה.

אין די פוסקים ווערט און גערעדט צו איינער וואס נעמט זיך דאס לעבען נישט עובר צו זיין א עבירה צו ער הייסט א מאבד עצמו לדעת.
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:38 pm#426268
איסר האטלקי האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אז מ'קען זיך נישט אייהאלטן דארף מען דורך גיין א סירוס פראצעדור.

אינטערעסאנט אז פאר די תורה איז נישט בייגעפאלן אזעלכע עצות.

נישט יהודה מיט תמר, נישט דוד נאכן חטא זענען געגאנגען דורכפירן סירוס פראצעדורן. ביסט דורכגעפאלן? פאר קיין אומאן זאג א תיקון כללי און פון יעצט און ווייטער טריי דיין בעסט.

סירוס איז א איסור דאורייתא.

סירוס לזמן ביי א פרוי דורך פילען איז מותר.

נעמען פילען וואס נידערען טעסטאסטעראן איז לכאורה אויך מותר.
מאנטאג מערץ 11, 2019 3:50 pm#426269
וואס איז די גאנצע רעדע אז חיים שאולזאן האט אזוי געזאגט און אזי געזאגט? ווער עס קען אביסל זיין היסטאריע און זיין בלאג ווייסט אז דער מענטש לייגט נישט אריין אפילו א ברעקל ארבעט מברר צו זיין איידער ער לאזט דעם מויל פריי, זיין בלאג איז אלייו ווי א אשה זונה - שיד הכל ממשמשין בה, און איז געווארן א בית קיבול פאר יעדער וואס וויל עפעס אויספויקן קען עם אריינשיקן ככל-העולה-על-רוחו. איך ווייס נישט וואסי פשט דאס גרויס עקסטאז וואס האט אנגעכאפט ידידנו ATUB @חוקר ודורש ATUB וואס שיינט צו זיין גאנץ יונג און אומ-ערפארן לויט זיין ארויס-פון-פרעפארציענאלע התלהבות בנוגע די דברי שטות פון שאלזאן וואס יעדער איינער בלי-שום-יוצא-מן-הכלל ווייסט אז ס'האט נישט קיין שום נאמנות מער ווי א קליפת השום. וויפיל מאל האט ער מפרסם געווען נארישע בריוון און מכלומרשטע רשימות סודיות וואס מ'האט עם אריינגעשיקט בעילום-שם.

כ'זאג נישט, כ'בין נישט אזא צדיק און כ'האב אויך ליב לשון הרע, און אפי' שאולסאנס לשה"ר האט אויכעט אמאל א טעם, בבחינת למיחש מיהא בעי, אבער זיך קלאמערן אין זיינע ווערטער און אריינלערענען פשט, און אפי' ווען ער זאגט אז ער האט א בילד פונעם פרוי, האט ער געזאגט, ס'איז נישט ווערד מער ווי קליפת השום...
מאנטאג מערץ 11, 2019 4:43 pm#426273
חוקר ודורש האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די מאדערנע סקול ווי ער האט זעלבסט געלערנט. עס איז א היי סקול, פון כתה ז׳ ביז י"ג.בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון די שפראך וואס דער חשמונאי נוצט קוקט אויס אז די רעדע איז פון טשיילד מאלעסטעישן, נישט א"א ווי אויבן דערמאנט.

חיים שאולזון זאגט אז ער האט אפי׳ א בילד פון דעם פרוי.

Sent from my iPhone using Tapatalk

אוודאי ס'האט אויסעפעלט פאר'ן שלימות פונעם רכילות, [אדער ליגענט.. חחח]
מאנטאג מערץ 11, 2019 4:46 pm#426274
די וועלט זאגט, ווען די מעשה ארבעט, ארבעט נישט די קאפ.. ווייל די קאפ ליגט ביים ברית בין הבתרים..
דאס איז דאך די שטערקסטע תאווה, ווי די חז''ל זאגן, 'וירא העם וינועו ויעמדו מרחוק' ווען יודען האבן געהערט די מצוה פון קדושה האט זיי געכאפט א פחד, און האבן כמעט אלעס אפגעלאזט. ביז אויף דעם האט געמוזט זיין כפה עליהם ההר כגיגית. יא יא ס'נישט גרינג, און אלע אנדערע גלויבונגען, זענען טאקע עיקר חסר מן הספר, די ענין פון קדושה פעלט ביי אלע אנדערע דתות, נישט קיין חידוש זיי האבן נישט געוואלט דעם יודישער וועג. ס'איז גרינגער צו שטארבן אויף קידוש השם ווי לעבן אויף קידוש השם. יעזור ה' כולנו
מאנטאג מערץ 11, 2019 4:59 pm#426276
This is a huge embarrassment for London beit din particularly in light of the power struggle that has existed For long in between the LBD and the chief Rabbi's office and between the latter and the local shul rabbis. That's how I understand it. I expect LBD too lose favour now in the eyes of their superiors - the few wealthy individuals behind the scenes who are the de facto decision makers in UK jewish affairs.