חוקר ודורש האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:חלומות, אמונה, און שידוכים גייען צוזאמען! ווער ס׳גלייבט נישט זאל וואטשן די באוואוסטע פילם ״פידלער אן די ראף״...
מיין קשיא איז נאר פאר יענער וואס שיקט די חלומות צו שלום דין. כ׳ווייס נישט פונקטליך די מעשה מיט די חלומות. אבער אז שלום דין גלייבט נישט די אלע טויזנט מעשיות וואס מ׳האט אים פארציילט ביזן היינטיגע טאג. פארוואזשע מיינט ער אז עפעס א נייע חלום פון יענקל ברוך טירנויער מיט שלמה יענקל געלבמאן וואס האבן זיך באוויזן פאר ר׳ עזריאל׳ן אין מיטן חלום פרייטיג צונאכטס. זאל ער פלוצלינג יא גלייבן?
אויב נעם איך מיך יעצט גלייבן יעדעמס חלומות האב איך מורא אז איך וועל שנעלער ווערן א קריסט ח״ו ווי א איד... די קריסטן און אלע אנדערע רעליגיעס להבדיל האבן די זעלבע מעשיות מיט די זעלבע חלומות... טויזנטער אזעלכע מעשיות!
אונז אידן גלייבן נישט אין באשעפער וועגן חלומות אדער וועגן דעס אדער יענץ אונז גלייבן נאר ווייל אונזערע עלטערן און אור עלטערן האבן אזוי געגעלייבט און אזוי איז מקובל פון דור צו דור. און אונז ווילן בלייבן מיט אונזער אמונה, מסורה און אונזער טראדיציע.
פאר די שרייבסט קוק קלאר וואס איך שרייב, איך וואלט קיינמאל נישט געשיקט צו שלום דין דעם חלום, איך האב אים געשיקט דעם הפלא׳דיגן מעשה פון דעם ריבניצע צדיק, און עס איז מיר געווען אונטערסאנט וואס ער וועט מיר ענטפערן (עפעס וואס ער האט נישט געטוהן) און בנוגע חלומות פון א קריסט גלייב איך נישט זייערע חלומות ביז איך הער עס קלאר פון א בעל החלום אליין וואס דעמאלס וועל איך אויך זיין מסופק אין דעם ווייל זייערע גאנצע דת באשטייט פון דמיון to feel Jesus.. נו אזעלכע חברה זענען חשוד אויף דמיון
Sent from my iPhone using Tapatalk
שלום דין האט א בוק סיינינג ווידיאו, ווי א באנדע נשמות יתירות צו סתם פאלנע זיידעס מיט פלאכע קעפ, פרעגן עהם פראגעס בנוגע זיין נעגאטיווע ביכל קעגן אמונה. הכלל, פרעגט עהם דארט איינער, ''סאו דו פאר'רופסט זיך א עיטיאיסט?? זאגט שלום; אפילו דאס בין איך נישט זיכער..
כ'האב אזא ענטפער שוין לאנג נישט געהערט, אבער פאר עהם איז עס ערשט-קלאסיג! ווייל ער ווייסט אליינס נישט ווי ער שטייט, וואס לדעתי פעלט עהם פשוט תשומת לב, אפשר אפאר וויטאמינען, אבער דאס א פנים וואס ער ענטפערט דארט. [דאס ווידיאו איז געווען אויף יוטאוב, כ'ווייס נישט צו ס'נאך דא]