יעקב מענטש האט געשריבן:.
זאגסט אין אנדערע ווערטער אז דו וואלסט ווען גרינגער 'געגלייבט' ווען נישט דאס גלייבן הייבט דיר אן צו מחייב זיין און דאן האסטו שוין א 'בייעס' נישט צו גלייבן. העיקר דאס נישט גלייבן האט שוין גארנישט מיט סייענס.
איך האמער באצויגן צו א לעכערליכע פארגלייכונג וואס @הקטן האט דא געוואלט מאכן, דהיינו "גלייבן" אין עוואלוציע ווס. גלייבן אין רעליגיע. אבער האסט עס גאנץ גוט ארויס, גלייבן אדער נישט גלייבן אין סיי וועלכע רעליגיע איז א סוגיא פאר זיך און האט גארנישט מיט סייענס.
און איבער דאס עצם גלייבן אין רעליגיע און ווער האט בייעס און ווער איז אנעסט האב איך בכלל נישט גערעדט אבער כמדומה לי אז דער וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן מיט א רעליגיע האט מער בייעס ווי דער אינטעלעקטואליסט וואס איז מסכים אוועקצוקוקן אויף זיין בייעס און אננעמען דעם אמת לשיטתו.
ועוד, דו ביסט אויך מודה אז ביי א מיליאן דאלאר הויז איז דער מענטש בארעכטיגט צו זאגן איך גלייב דיר נישט ווילאנג איך זעה עס נישט, וואלסט אים אנגעקוקט פאר א נער און אומאחריות'דיג אויב געט ער דיר א מיליאן אן נאכגיין צו דער הויז עקזיסטירט בכלל און וויפיל סאיז ווערד, אבער ביי "דיין" רעליגיע איז דיר א פשיטא אז נישט גלייבן האט מיט אומ'אחריות, כאטש די סטעיק דא איז זיין לעבן..., היש לך בייעס גדול מזה?
בקיצור לייג אוועק דעם בייעס וואפן וואס אין בעסטן פאל איז עס א עד האמינעם פארפירעריי און באצי דיר צום תוכן השאלה. און אז אידישקייט שטייט דיר אין וועג טראכט כאילו מען רעדט דא פון איסלאם.
הקטן האט געשריבן:יעקב מענטש אזא סליפ איז מער קאמען וואו די מיינסט
דא האסטו פין Thomas Nagel
I want atheism to be true! and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers. It isn’t just that I don’t believe in God and, naturally, hope that I’m right in my belief. It’s that I hope there is no God! I don’t want there to be a God; I don’t want the universe to be like that.
נישט אלע זענען אזוי אנעסט.
איך ווייס נישט די קאנטעקסט אבער איין גרויסער טעות האסטו זיכער. אטעיאיזם, אנדערש ווי עוואלוציע איז נישט קיין זאך פאר זיך אליינס און איז נישט אמת אדער שקר, אטעיאיזם באציט זיך צו דיין טענה אז דיין רעליגיע איז דער אמת, טענה'ט ער באווייז עס מיר. דו זאגסט דיין הויז איז ווערד מיליאן דאלער איך גלייב עס נישט, איז דאס אמת אדער שקר?? די זעלבע איז מיט אטעאיזם, אטעאיזם פאר זיך מאכט נישט קיין שום קלעים.