Under maintenance
הויפט זייט » Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
157 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13661
זונטאג מערץ 29, 2020 6:23 pm#444617
מאך זיכער האט געשריבן:ברענג אריבער גרואווייס...

חא חא חא.. דו ווייסט וואספארא הייקעלע פינטל דו האסט אנגערירט? בעסער געזאגט, דו ווייסט ווי שטארק יודא גרויבייס ערגערט זיך אז שטיסל האט אזוי אויפגעכאפט ביים היימישן ציבור, און מנשה פילם און 'אוטונומיה' און דאס גלייכן, און ער איז געבליבן אין שאטן. אוי איז ער בא'דוסט דערוועגן.
מאנטאג מערץ 30, 2020 9:49 am#444658
real fake news האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

פרידא טרייבט דארט היבש איבער, זי שטעלט זיך אויף יעדע קליינע נארישע דיטעיל.
ביים סוף פון איר ארטיקל זאגט זי קלאר וואס איר באדערט, אז מהאט נישט דערמאנט איר נאמען....

אמת , זי שטעלט זיך טאקע אויף קלייניגקייטן אבער ס'איז מער ווי כאילו זי טוויט סא יעדע קליינע נארישקייט וואס זי טראכט שרייבט זי .דאס איז קלאר זי פארלאנגט וועי וועי טו מאטש פון א גויאישע פראזעקט
מאנטאג מערץ 30, 2020 9:51 am#444659
איך האלט זיי האבן געמאכט א גיטע זאב , אבער לייגן אראפ אסתי גאר שוואך כמעט וואס זי רעדט נישט כמעט וואס זי געבט א שמייכל זי קיקט אויס ווי אן אטיסטיק זיבען יעריגע מיידל

אגב איז אינטערסאנט צו וויסן אז דעברע פעלדמאן איז געווען שטארק אינוואלווד אין דעם פראיעקט
מאנטאג מערץ 30, 2020 2:46 pm#444670
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.

טבילה אין מקוה איז א פארנאגראפישע סצענע? ביידע פעלער זענען אין מקוה אדער ביים טייך, רוף עס נודיטי אבער סאיז ניטאמאל סוקסואל.
מאנטאג מערץ 30, 2020 6:52 pm#444684
יאפס,

דער מוישע איז אייזן....

דער רבי קוקט אויס ווי די אלעסקע אשכנזי'ס... די מצוה טאנץ... יויש...

די כלה טיטשער איז פיין...

פארנאגראפיע זע איך נישט דערווייל (ביז נאך דער דריטער פרק).

וועכע מקוה לאזט אריין מאכן פילמען?...

אויך דער זיידע מיט'ן ביבער היט איז אייזן.... יעצט כאפ איך אז דער איד'ל וואס קומט אריין צום שבת טיש און טרינקט א גלעזל וויין און פיצט אפ איז דער פאטער דער שיכור...

בעצם, כאטש וואס אלעס איז נאכגעמאכט שטארק עקסטרעם, מיט דעם אלעם זעט מען אבער די געוואלדיגע כוחות און קונצערייען וואס זיי האבן אריינגעלייגט נאכצומאכן פיצינקע דעטאלן...
און עס איז זיכער אז די סצענעס וועלן אנקומען צו נישט אידן איבער דער וועלט און וועט מאכן עפעס אן איבערקערניש.

און לויט ווי עס קוקט אויס איז עס אינגאנצן אנדערש פון שטיסל. ביי שטיסל האט נישט אזוי ארויסגעשפראצט דעם מעסעדזש און האס, עס איז געווען בעיקר א שיינעם שילדערונג. אנדערש איז אבער דא ווען עס איז מערקבאר די כוונה פון די פראדוצירער, אסאך מער פונעם אריינבליק אין אידישע שטיבער, וד"ל.
מאנטאג מערץ 30, 2020 7:44 pm#444687
צמח האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.

טבילה אין מקוה איז א פארנאגראפישע סצענע? ביידע פעלער זענען אין מקוה אדער ביים טייך, רוף עס נודיטי אבער סאיז ניטאמאל סוקסואל.

כ'מיין אז נודיטי איז א צווייגל פון פארנאגראפיע.
מאנטאג מערץ 30, 2020 8:08 pm#444691
איך האב ניט קיין טעלעגראם, אפשר קען מיר איינער דאס לייגן אויף גוגל דרייוו. כ'בין דאך זוי נייגעריג צו זען דעם פילעם
דינסטאג מערץ 31, 2020 10:19 pm#444762
ווען ערשיינט דער פינפטער פרק?
דינסטאג מערץ 31, 2020 10:22 pm#444764
פונקט היינט האב איך געהערט פון א אונטערנאציאנאלער פילעם דיסטריביוטער, אז די ביזנעס פון נייע פילמען וואס דארפן ארויסקומען בקרוב, זענען אויף א ווילדן אפשטעל. אלע סקעדזשעלס זענען קענסעלט אויף דערווייל.
מיטוואך אפריל 01, 2020 2:23 am#444782
:טראכט 8-)
מיטוואך אפריל 01, 2020 9:51 am#444796
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
לבי ובשרי האט געשריבן:ביי שטיסל האט נישט אזוי ארויסגעשפראצט דעם מעסעדזש און האס, עס איז געווען בעיקר א שיינעם שילדערונג. אנדערש איז אבער דא ווען עס איז מערקבאר די כוונה פון די פראדוצירער, אסאך מער פונעם אריינבליק אין אידישע שטיבער, וד"ל.

געלייקט פאר דעם פאראגראף.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:37 am#444892
ezras nashim?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 6:44 am#444918
יואליש האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:הרי את מגורשת לי??

ראזן זאגט אז ווען 'שטיסעל' האט געהאט שירה האס מקדש זיין א בחור האט די רבנות געדרייט א קאפ אז זי ברויך דורכגיין א גט לחומרא. זי איז אן איזרעילי בירגער און זיכט זיך נישט קיין קאפ וויי, האבן זיי באשלאסן אז דער מסדר קידושין וועט נישט ארויסזאגן דעם שם, נאר אדושעם (קעגן א טו"ז) און די חתן וועט זאגן הרי את מגורשת...

מ'האט נישט געקענט זאגן ..דשת? מ'זאגט דאך עס עניוועי האלב געמורמלט אז ס'קען פיין שטימען, אדער קאטן צום גלאז ברעכן פארוואס מוז עס אויסקוקן ווי א פלאפ? דערמאנט ווי קאפי זאגט ביי יוסף שפיל "איר גייט דא צונעמען יוסף'לס גשמה"
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:01 am#444919
קאצקע ציקער האט געשריבן:https://friedavizel.com/2020/03/28/sorta-live-tweeting-watching-unorthodox/

פריידי וויזל אנטשולדיג מיר זייער, כ'פארשטיי דו ווילסט זיין קיל, אבער מ'דזשאשט נישט קיין שאו מיט live tweeting זיי מוחל נעם א פעדער ווי אונז אלע, ווארט א טאג אדער צוויי לאז זיך עס אריינזעצן, און נאכדעם לאז דיך הערן, רייסט אראפ אויף תולה ארץ מיט שוידערליכע גזמאות, רעביצין you don't know the first thing about logistics און ביי די וועי הער אויף צו רעדן... שווייג ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך אזויפיל שטותים צו ליינען אויף איינמאל
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:24 am#444920
מאך זיכער האט געשריבן:איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די דירעקטאר זאגט ער איז פון מאה שערים
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:06 am#444932
סאנטיאגא האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:https://friedavizel.com/2020/03/28/sorta-live-tweeting-watching-unorthodox/

פריידי וויזל אנטשולדיג מיר זייער, כ'פארשטיי דו ווילסט זיין קיל, אבער מ'דזשאשט נישט קיין שאו מיט live tweeting זיי מוחל נעם א פעדער ווי אונז אלע, ווארט א טאג אדער צוויי לאז זיך עס אריינזעצן, און נאכדעם לאז דיך הערן, רייסט אראפ אויף תולה ארץ מיט שוידערליכע גזמאות, רעביצין you don't know the first thing about logistics און ביי די וועי הער אויף צו רעדן... שווייג ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך אזויפיל שטותים צו ליינען אויף איינמאל

דאס איז דיין פראבלעם אז זי שרייבט נישט קיין ארטיקל? גראדע האט זי יא געשריבן אן ארטיקל
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:32 pm#444970
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
m https://forward.com/life/442798/i-left- ... naccurate/ m

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:36 pm#444990
berlbalaguleh האט געשריבן:סאנטיאגא: דו זאגסט דא שטארקע נקודות. לויט ווי איך האב געליינט ערגעץ זענען די קרו מעמבערס פון די סעריע ..."שטיסל"...איינגעשטאנען אין מאה שערים פאר עטליכע טעג. אריינגערעכנט א שבת. כדי צו לערנען ערשטהאנטיג איבער דעם לעבנס שטייגער פון די חרד'ישע אידן. ווייל קיין איינער פון די עקטערס קומען נישט פון קיין רעליגיעזן בעקגראונד. אויסער איינער פון די פראדיוסערס.

איך האב בכוונה נישט געוואלט דערמאנען ..."פידלער אן דהע ראאף"...כאטש ס'איז א קלאסישע דראמא. און זייער גוט געשפיעלט. דורך חיים פאטאק. און די אנדערע עקטארס. ווייל ס'איז צו דזשענעריק. און טוט נישט רעפלעקטירן די היינטיגע מציאות פון חסיד'ישן לעבן...!

.I disagree

די קלאוז מיינדעדנעס וואס ווערט דארט אראפגעמאלן איז נאך אלס רעלעווענט. סיי די ליבעראליזם, ליינען ביכער, זיך לערנען וויסנשאפט פון די וועלט און טראכטן ברייט, ווי אויך די געמישטע חתונה, די לעצטע מאל מ'האט פרובירט דאס אין וויליאמסבורג איז געגאנגען קלעפ.. און אפגערעדט די דארשט פונעם יונגע דור נאך freedom מיט וועם מ'וויל חתונה האבן, זיך אליין וועלן, let's face it אונזער וועג פון טוהן שידוכים איז נישט far off פון די אמאליגער אלטער היים אין אייראפע.

פאר א סיבה צאלט מען נאך שווערע געלטער עס צו גיין זעהן, און מ'האט עס לעצטנס איבערגעשפילט אויף אידיש

אבער, טראדיציע...
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:49 pm#444993
סאנטיאגא האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:הרי את מגורשת לי??

ראזן זאגט אז ווען 'שטיסעל' האט געהאט שירה האס מקדש זיין א בחור האט די רבנות געדרייט א קאפ אז זי ברויך דורכגיין א גט לחומרא. זי איז אן איזרעילי בירגער און זיכט זיך נישט קיין קאפ וויי, האבן זיי באשלאסן אז דער מסדר קידושין וועט נישט ארויסזאגן דעם שם, נאר אדושעם (קעגן א טו"ז) און די חתן וועט זאגן הרי את מגורשת...

מ'האט נישט געקענט זאגן ..דשת? מ'זאגט דאך עס עניוועי האלב געמורמלט אז ס'קען פיין שטימען, אדער קאטן צום גלאז ברעכן פארוואס מוז עס אויסקוקן ווי א פלאפ? דערמאנט ווי קאפי זאגט ביי יוסף שפיל "איר גייט דא צונעמען יוסף'לס גשמה"

אדער טרוס טורס..
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 6:29 pm#445004
סאנטיאגא האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די דירעקטאר זאגט ער איז פון מאה שערים

זיי האבן געוואוינט א שטיק צייט אין ירושלים, אבער שוין איבער צוואנציג יאר וואס זיי זענען אין מאנטשעסטער.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 6:58 pm#445006
כרפס האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
כרפס האט געשריבן:אסאך זאכן זענען נישט צום גלויבן, און טאמער מ'מאכט א פילם נישט מיט'ן ציל צו טשעפען, נאר צו אויפטון, טוט מען פארמיידן די קליינע פראבלעמען

ווי למשל?

נאכאמאל רעדן פון פאזיטיווע זאכן איז דא גענוג געלעגענהייטן פאר די קאמיוניטי אויב זיי ווילן שטארק, זייט ווען דארפן פרעמדע מענטשן זיך זארגן פאר דיין אימעדזש? די פראבלעם איז דאך די זאכן וואס מ'שפילט געווענליך אפ ווערן קיינמאל נישט אדרעסירט. hypocrisy#

ריכטיג, אבער ס'דא אזא זאך ווי פעיק נויז, אז מ'מאכט א פילם און מ'בלאזט אויף א מעשה, וואס אמת אז ס'דא א פראבלעם, אבער א שיינע טייל פונעם פראבלעם איז גאר אינעם גיבור המעשה - וואס האט פראדוצירט דעם מעשה.
וואס איך זאג איז, אז א מענטש פארציילט א מעשה אין א פילם, פשוט לייגט ארויס פאקטן וואס האבן פאסירט, און זיין ציל איז מער ווייניגער צו פארציילן זיי מעשה, און אפשר אויך צו טוישן עפעס וועגן דעם.
אבער טאמער זאל מען מאכן א פילם - אזויווי וואן אף אס - וואס איז פשוט געוויזן פאר יעדן, קוק וואס איך האב געבראכן נעכטן.. האט עס נישט קיין גוטע ציל, און ס'האט אויף די לאנג ראנג קיין הצלחה אויך נישט. די נעגאטיווע שפייעכטץ איז גוט פאר שנעלע נייעס, פאר פעסעמיסטן, אבער נישט פאר אינטערטעינמענט אין די מאווי האנדל

כ'כאפ נישט דיין הערה אויף וואן אף אס געבראכן? וואס?
בנוגע פאלשע נייעס, כ'בין נישט מחולק מיט דיר כ'ענדיג יעצט נאך א ריוויא אויף Unorthodox ווי איך ענטפער אביסל די געדאנק פון די נישט אמת'ע חלקים. און בנוגע וואן אף אס, כ'כאפ נישט ווי ס'קומט דא אריין, וואן אף אס איז א דאקומענטרי - דאס איז פיקציע סעריע בעיסד אויף פאקטן, ס'איז נישט ווי מ'טאר נישט אויפבלאזן ווייל ס'איז נאך אלס פיקציע, איין ענליכקייט האט עס יא, די דריי מעשיות אין וואן אף אס איז אייגנטליך פארגעקומען מיט מענטשן פון די קאמיוניטי, די זעלבע דא די מעשה איז דבורה פעלדמאן'ס שטורמישע journey פון די קאמיוניטי, מער ווייניגער, סא דארף מען ליינען די בוך און זעהן וואס זי שרייבט, זיי זאגן אליינס אז די חלקים פון בערלין האבן זיי צוגעלייגט פשוט נישט אריינצוגראבן אין אסתי'ס לעבן אין בערלין ווי זי וואוינט היינט, און פארן הערן דעם אנעקדאט האב איך געפילט א דיסקאנעקט אין די געשיכטע אין בערלין, ספעציעל ביי די לעצטע עפיסאוד ווי אלע קערעקטערס קומען זיך צאם. די חלק איז די קריעטיוויטי פון א דירעקטאר איך האב עס פערצופאל נישט געגליכן ווייל ס'איז פון א גויאישע קאפ און ס'שטימט נישט, באט דעס מיינט נאכנישט אז כ'קען נישט אנעמען די אמת'ע חלקים דערין. פארשטענדליך?

באט one of us איז איז נישט קיין פילם "אויף" די געמיינדע ס'איז דריי געשיכטעס פון מענטשן וואס לאזן "איבער" די געמיינדע און וויאזוי זייער לעבן גייט צו איבערלאזנדיג און פון דארט און ווייטער, נעגעטיוו? יא ס'איז ריל לייף סטאריס און מענטשן זענען אין פעין, קענסט שעלטן דערויף אדער קענסטו זעהן מ'זאל נישט דארפן דיר אזוי אראפמאלן, חסידים זענען דאך שטארק באקאנט מיט חסד און אמור מעט ועשה הרבה, נא טוה עפעס. און one of us איז נאמינירט געווארן פאר עטליכע אווארדס, און אידן פון אלע קרייזן האבן עס געזעהן אדער געפילעוועט דערמיט, סא הצלחה פון וועמענס פערספעקטיוו? ווילסט זעהן א שיינע פעיריטעיל איבער חסידים? קוק A Life Apart: Hasidim in America
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:54 pm#445019
די וועלט זאגט א ווערטל, ווען מ'שמייכלט שמייכלט יעדער מיט דיר, ווען דו וויינסט, וויינסטו אליינס..
געבראכן מיין איך צו זאגן, יא, ס'איז ווייטאגליך, צו מ'איז גערעכט צו נישט, אבער די סך הכל איז נישט קיין מוסר השכל, און נישט קיין גבורה, בלויז ווייטאג. נו וואס ווילסטו פונקטליך? זאגן אז דו האסט געהאט א שווערע לעבן? ווער האט נישט קיין מסכתא אין לעבן? דאס איז נישט קיין חידוש אין פילעם, און נישט אין היסטאריע, און נישט אין קיין שום הינזיכט, אויסער צוגעבן צום פארטיי פון באשמוצן פון ווי דו קומסט.
ס'פארקויפט גארנישט.
פרייטאג אפריל 03, 2020 7:03 pm#445198
Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.
זע איך יעצט בילדער פון פריידא וויזעל'ס ברודער , ווערט א טרענסזשענדער און גייט שוין אנגעטין ווי א פרוי

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:21 pm#445205
ווען איז די נעקסטע עפיסאד?
מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:52 pm#445208
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האלט זיי האבן געמאכט א גיטע זאב , אבער לייגן אראפ אסתי גאר שוואך כמעט וואס זי רעדט נישט כמעט וואס זי געבט א שמייכל זי קיקט אויס ווי אן אטיסטיק זיבען יעריגע מיידל

אגב איז אינטערסאנט צו וויסן אז דעברע פעלדמאן איז געווען שטארק אינוואלווד אין דעם פראיעקט

די סיבה פארוואס אסתי איז אזוי טריקן איז א חלק פון די מעשה. זי רעפרעזענט דבורה וואס איז באמת געווען פארביסן אויף איר עבר, מילא שפילט דאס דוקא יא אפ איר קאראקטער דורך נישט שמייכעלען, ס'נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט א קאמיוניטי, ס'איז סך הכל אן עקט בעיסד אויף א בוך.

די עצם מעשה איז זייער גוט אפגישפילט. מ'דארף נעמען אין אכט אז אויף פילם איז עס א נאוועל בעיסד אויף אמת'ע פאקטן, מילא איז נישט שייך צו זאגען ניץ יא האס אדער נישט, ס'דארף דאך אפשפילן א בילד און פערספעקטיוו, נישט קיין חילוק וואס דאס איז.

אבער אויב מ'שרייבט א רעוויו אויף די ביך זעלבסט קען מען טאקע פילן די ציפ פון אן אנגעווייטיגטע מיידל-ווייבל, וואס שיסט האס אויף די חרד'ישע קאמיונעטיס. ווי אויך דעקט זי דארט אויף פערזענליכע לעבן צווישען איר און איר מאן, עכטע שלאף צימער מעשיות, וואס איז זייער א געמיינע זאך צו טוהן, ווען זי ווייסט אז אין דע קאמיונעטי וואס איר מאן געפונט זיך איז דאס זייער געמיין. אז מען טוט אזוי אין א מאוווי מילא, ס'איז סך הכל ענטערטעינמענט, אפילו ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, אבער אין א בוך וואס איז א בייאגרעפי איז דאס א סימן פון א שרייבערין א פארדארבענע מענטש, וואס איז נעבעך אויפגעוואקסען אין א צובראכענע שטוב.
מוצ"ש אפריל 04, 2020 10:19 pm#445213
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.

נאר וואס געענדיגט אלע פיר עפיזאדן; מיט'ן ביהיינד דע סינס.
מרת וויזל זאל מיר אנטשולדיגן, אבער די סעריע איז א מעסטער פיס!
ס'אלץ דא פלאץ פאר קריטיק, און פארבעסערונג, אבער אוינבאויף, איז דאס א גוטע ארבעט.
נאר וואס דען, מיר שטערט שטארק די פארנאגראפישע חלקים דערפון, סיי די נאקעטע מקוה סצענע, און די אנדערע כלה אנווייזונגען.

שטיל גערעדט, קיין דדים האט זי נישט קיין פאסיגע לויט איר עלטער, און איר חן? מהיכי תיתי...
ס'מיר דאך א חידוש אז זיי זאלן צייגן ווי זי טשעקט אין טוילעט אירע לעכער, און דאס גלייכן, ווי כאילו א ספיי קעמערע אין א כינעזע סקול טוילעט..
מוצ"ש אפריל 04, 2020 10:25 pm#445214
כרפס האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.

נאר וואס געענדיגט אלע פיר עפיזאדן; מיט'ן ביהיינד דע סינס.
מרת וויזל זאל מיר אנטשולדיגן, אבער די סעריע איז א מעסטער פיס!
ס'אלץ דא פלאץ פאר קריטיק, און פארבעסערונג, אבער אוינבאויף, איז דאס א גוטע ארבעט.
נאר וואס דען, מיר שטערט שטארק די פארנאגראפישע חלקים דערפון, סיי די נאקעטע מקוה סצענע, און די אנדערע כלה אנווייזונגען.

כ'פרוביר צו פארשטיין. אז איינעם שטערט פארנאגראפיע פארוואס זאל ער נישט טוהן וואס אונזער זיידע'ס האבן געטוהן?

זיי האבן אויף געמאכט א ריזיגע סלאוויטע גמרא מסכת בבא מציעא מיט די דיקע העווי פאפיר און ארימגעפלויגען אין סוגיא פון תקפו כהן.

אבער סארי פאר די לעטדאון. אזוי קומט ענטערטעינמענט היינט, ס'וועט אייביג זיין אביסל פארנאגראפיע, ווערטס צוגעוואוינט און ס'וועט ענק גרינגער ווערן אויפ'ן הארץ.
זונטאג אפריל 05, 2020 9:04 pm#445400
א לענגערן איבערבליק אויף Unorthodox
spoiler alert

כ'בין אין ליב מיט די כאראקטער פון די פארביסענע מומע מלכה, זי איז די epitome פון אלע איגנארענס וואס גייט פאר צווישן היימישע משפחות... זי האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען, איר מאמע איז דאך גארנישט בעסער... די סין אין די חתן כלה דירה ווי אסתי האט א פריוואטע שמועס מיט איר איז גאלד! מ'קען שרייבן בלעטער איבער יענע פאר ליינס אהין און צוריק, גאנצעטע סיזנס קען מען מאכן דערפון!!

אין איין ווארט: ס'איז דא א פראבלעם; יעדער איז פאדראסן און אנשטאטס האנדלען דערמיט ווי א נארמאלע מענטש געט די פארסמ'טע זרש אלע סארט אירעלעווענט עצות און הגהות אנשטאטס א טראפעלע סימפאטיע.. יענע צוויי מינוט אין די מעשה איז איינס פון אסאך חלקים וואס איז אזוי אמת!!!! sadly enough

ווי למשל; די מה יאמרו הבריות קארד, וואס ווילסטו פון דיינע צובראכענע אור עלטערן ס'זאל זיי צוטרעטן צום געזונט? הער אויף מיט דיינע פראגרעסיווע געדאנקען, ווען דיין זיידע באבע האבן חתונה געהאט אין די מלחמה האבן זיי נישט געוויסט בעסער, מילא דארפסטו היינטיגע צייטן אויך נישט וויסן בעסער... אלעס נאר נישט א גלעט, כ'פיל מיט מיט דיר, כ'וועל דיר זעהן צו העלפן וכו' נאך א זיסע פארט, די שמועס מיט די מחות'נסטע (יאנקי'ס מאמע) קודם שפילט זי שיין צו איר "שלעפ נישט זיי זיך נישט מטריח..." ווייל ס'קומט אזוי, מ'ווייזט א שיינע געזיכט, נאכדעם בארעדט מען יענעם אונטערן רוקן - די סימבאל פון א אידישע שטוב - ווי נאר די שוויגער זאגט איין קרום ווארט קומט ארויס די מומע מלכי'ס עכטע פרצוף, און זי זאגט אפן איר מיינונג אין פנים אריין, בכלליות איר גאנצע כאראקטער שפיגלט אפ א toxic being וואס אפעקטירט יעדעם ארום איר.

אגב, א סתירה אין אסתי'ס כאראקטער, א עריע ווי מ'איז געגאנגען צו ווייט מיטן איר מאכן פאר א תם; אויב איז זי אזוי אומוויסנד אז זי האט נישט די ערשטע מושג וויאזוי מ'נוצט גוגל, דאן פון ווי איז די הוה אמינא ארויסגעוואקסן פריער אין די מעשה, אז אויף יוטוב קען מען טרעפן סעקס קאוטשינג? אסאך זאכן זענען איבערגעטריבן אדער אומרעאליסטיש, וועלכע מיידל ווייסט נישט וואס זי האט? זכרים זענען אפשר מער אויפגעקלערט אבער מיידלעך זענען נישט קיין קליינע קינדער... ווער טראגט א לאנגע נאכט העמד מיט ציצית א יעדע נאכט? און זי מיט די robe אויף די night gown אין שלאף צימער... וועלכע חסיד וואלט זיך איינגעהאלטן א יאר? (כ'האב נאכנישט געליינט די בוק איז די חלק אמת?)
אסתי'ס כאראקטער האט א טוץ פון מענטל אישאוס כ'בין נישט קיין עקספערט אבער מ'זעהט עס אין איר, כ'גיי נישט יעצט מאריך זיין דערויף ווייל ס'איז דא מערערע. כ'האב מורא'דיג גענאסן פון דעם שטיקל ווען זי קומט אן קיין בערלין מיט די אפענע אויגן, ווי זי נעמט אריין די טריפה'נע גאס און יעדע ריר איז איר ניי און exploratory, זי זוכט זיך אליינס, זי איז אומזיכער וואס מ'זאגט יא, וואס מ'זאגט נישט אא"וו, מיט דעם האב איך שטארק קענעקטעד. די גאנצע צוגאנג פון טרעפן נייע חברים און זיך נאכשלעפן האב איך זייער געגליכן, און מ'טשעפעט איר אפאר מאל פאר די נישטיגקייט, סתם ווייל זי איז נאך א גרינע, און ווייסט נישט וואס און וועם צו גלייבן, די גאנצע וועג וויאזוי זי טרעפט זיי האט געפילט שטארק נאטירליך.

זי איז אזוי נישט אהין נישט אהער, פון איין זייט האט זי די עקסייטמענט פון אנהייבן א נייע לעבן, פון די אנדערע זייט האט זי נאך די גילט פארן אנטלויפן, און אויך איז זי נאך אומבאקאנט מיט הלכות secular lifestyle ביי די ביטש שטייט זי אינגאנצן פארלוירן און פארקווענקלט אלעס נעמט איר צייט, ווי א פינף יעריג'ס וואס גייט די ערשטע מאל שווימען… בעת ווען די אנדערע צולויפן זיך ווי פרייע פויגל מאכן א לעבן, ווייסן נישט פון קיין דאגות און טראמא, דאס האט מיר מורא'דיג בארירט, כ'קען עס נישט שילדערן אבער ס'איז עפעס א צודרייטע טיפע צענע.

ס'איז דא א זאך וואס הייסט introvert דאס הייסט א מענטש וואס איז מער א נחבא אל הכלים, האט מער ליב צו זיין אליינס ווי מיט פריינד, עוואוידן גרויסע קראודס, רעדט נישט הויעך, א צוריקגעצויגענער. איר קענט דא ליינען נאך symptoms
m https://introvertdear.com/news/introver ... ble-signs/ m

אסתי איז א introvert און כ'פיל ווי דא ליגט א טיפע פוינט, זייער אסאך מענטשן, לאו דוקא, אבער בפרט ביי אונז, שעצן נישט diversity דאס איז א פאקט קלאר ווי טאג, און מ'זעהט אין די שאו ווי זי ליידט נאר פארן זיין א ביישן, פארן זיין אנדערש, אפטמאל איז עס פארבינדן מיט זיין קריעטיוו, און ס'איז כדאי מ'זאל זיך פארבעסערן אין דעם. ביי אונז מוז יעדער פיטן א געוויסע מאלד, צו ס'איז מיט ישיבות, צו ס'איז מיט טוהן שידוכים, די סטאנדארט פון חתונה מאכן, און וויפיל געלט מ'מעג מאכן וואספארא סארט דזשאב מ'מעג האבן און נאך פילע אזוינע זאכן.

יאנקי איז סתם א אפגעריסענער יוקל א טיפיקל פאפרומט'ע ישיבה בחור וואס האלט נאך סאאאאך פארן חתונה האבן, ער דארף נאך אפאר יאר טעראפי פאר זיין IED און ווי צו'חושט ער איז, איז ער לכבוד דעם מער דיפענדענט אויף זיין מאמע... אזא גרויסן טעות, רעד מיט א קאונסלער, רעד מיט א סעקסאלידזיסט, איינער וואס אפערט פראפעשינעל עדווייס, מיין מאמע האלט מיין מאמע זאגט... ווער האט איר געפרעגט? אזא פנים האט עס ווען מ'איז נישט גרייט חתונה צו האבן מ'טראכט דאך נישט פון די פראבלעמען וואס קען און וועט זיך מאכן... נעבעך גענומען צוויי אומסטאבילע פארשוינען און חתונה געמאכט. דזשאסט לייק דעט.

די צענע ווי יאנקי כאפט אוועק מוישע'ס סמארטפאון איז זיס באט אביסל איבער די טאפ, אויב איז ער אזוי נאאיוו, שטימט נישט די גאנצע ענד, אבער ער איז גאנץ א פיינער עקטער, היבש א טשעלענדזשינג פארט אראפצושפילן אויך. בדרך הלצה; זיי זענען א גוטע מעטש ווייל ביידע זענען נייגעריג צו עקספלאורן...

מוישע (Jeff Wilbusch) איז אייזן גוט, ער איז פון איין זייט דער טו פעיסער וואס שפילט ביידע זייטן א מינוט דעם הייליגן שליח לדבר מצוה, און א מינוט דער פראסטער קלאב גייער/געמבלער... כ'האב ליב זיין פלינקייט, מ'האט קוים אריינגעטשעקט אין האטעל ער איז שוין אפן פאון מיט זיינע קאנעקשענס... די גלעזל מיט די באנאנע שיריים אין די מאמע'ס הויז האט מיר געקאסט א טיפן געלעכטער, זיין קערעקטער איז א געמיש פון badass געוואגטקייט, גרייט אויף אלעס, זייער tranquil און מיסטעריע איבער זיין עבר, מ'ווייסט נישט פונקטליך וואס זיין גיין די ערשטע מאל האט געמיינט פאר אים, צו ער האט גענצליך חרטה געהאט צו ער האט נאך second thoughts און ווען דעס איז אלעס פאריבער צו וועט ער זיך אפשר באקלערן צו מאכן א בואי בשלום און זיך צוריקדרייען קיין בערלין, מ'ווייסט נישט. וואס מ'זעהט אבער יא איז ווי ער שרעקט אן אסתי מיט אלע סארט שפיזיגע און דערנידערנדע לאזונגען, ווייל ער איז שוין "דארט" געווען ווי גלייך 2 מעשיות זענען די זעלבע, ער רעדט אזוי עקסטרעם דארט ס'קען זיך דאכטן צו ס'קומט נישט פון קנאה, ער גיסט פשוט איבער זיין גילט צו אסתי, אלנפאלס ער נעמט די מהלך ווי רוב עסקנים און פאמיליע מיטגלידער, אין א פארזוך צוריקצוברענגען דעם פארוואגלטע נשמה וואס מאכן יענעם נאך מער מיזרעבול, מיט שטותים און אירעלעווענט מלחמה ב"ש היסטאריע חזר'ט זיך איבער בלא בלא בלא...

די מאמע איז אויך גאנץ א פיינע עקטרעס, זי האט אסאך דורכגעמאכט און זי האט טאקע אסאך העיט אויף די קאמיוניטי, פארט וויל זי נאך אלס די בעסטע פאר איר קינד, איר ווייב איז סתם נישט אריינגעקומען כ'האב פיינט ווען מ'זעהט א עקטאר פאר 2 מינוט וואס טוט נישט גארנישט געב איר ליינס עטליסט. די וואן נייט סטענד איז אריינגעקומען ווי די קאץ איבערן וואסער, מ'רעדט נישט דערפון נאכדעם ס'הערשט א awkwardness כ'האב ערווארטעט ס'זאל זיך שפינען עפעס דערפון, גארנישט.. אויך ס'מאכט אויסזעהן ווי יעדע זכר העלפט נאר ארויס אנצוקומען צו טוהן מעשים טובים...

נאך א זאך וואס האט מיך אויפגערעגט, די צענע ווי זי לויפט אוועק פון דארמיטארי צו קאלן די באבע וואס אין די וועלט האט דעס געדארפט צו מיינען? און די באבע כאפט א הארץ אטאקע סיריעסלי? פארוואס האט זי נישט צוריקגענטפערט? און אז די באבע איז אומסימפאטיש ווי מ'זעהט א גאנצן צייט, פארוואס אין די נאמען פון זלמן לייב פילאפף האט איר אסתי ליב געהאט אין די פורסט פלעיס?? זייער פארנעפלט. די טאטע איז סתם געווען עקלדיג אפילו אויב די טאטע איז טאקע געווען א אלקעהאליק וואלט עס געקענט בעסער ווערן אפגעשפילט ווי היינטיגע צייטן נישט ווי 200 יאר צוריק

לגבי די אוועראול פראדאקשען מ'דארף פארשטיין א זאך: עטס זעהטס דאך אז איך קען אביסל די פילם וועלט, אלעס איז פארבינדן מיט טעכנישע דעטאלן ס'איז נישט דא קיין ריזיגן אויסוואל פון אקטיארן אויף די זאכן, די זעלבע גייט אויף לאקאציעס, און די זעלבע אויף קליידונג אפציעס, ווי א געווענליכע האליוואד פראדאקשען ווי געלט איז נישט קיין עיקר, און די לימיטס וואס ס'איז דא ביים אפשפילן אויטענטיש חסידים, מילא מוז מען אפטמאל ארבעטן מיט וואס מ'האט יא. כ'בין געווען נישט לאנג צוריק ביי פידלער אויפן דאך אויף בראדוועי, געמאכט אין אידיש, כ'האב געכאפט א שמועס מיט עטליכע אקטיארן, איינער איז א יידישיסט גראדע, אבער דער טעביע און די אנדערע מעין עקטערס זענען געהעריג געגאנגען שטודירן אידיש א יאר צייט פאר דעם!
און כ'גלייב דא איז געווען ענליך, ווען דו ליינסט א סקריפט אין אידיש זאגסט עס אפ ווי אשרי, זיי געט מען א אידישע סקריפט געשריבן אין ענגליש... קודם לערן די נקודות, פראסטע אלף בית, יעצט גיי און ארבעט אויס די דיאלעקט… און דאס אלעס דארפסטו אינזין האבן ביים עקטן ווען די קאפ איז אקופירט פון וואס מ'דארף טראכטן צוצוקומען צו זיין "אין קערעקטער" פוינט איז, ווען דו עקסט אין א שפראך וואס דו קענסט פון שלאף, ביזטו אטאמאטיש מער קאנפידענט (טאקע ווי משה און די רבי)

סא נאכאמאל דו קענסט די לעבנסשטייגער ווייל דו לעבסט עס, אבער פאר א דרויסנדיגער צו קומען און נאכמאכן אזוי גוט, כ'עדמייער וויפיל ער האט "יא" עספייעט אויפצוכאפן! א שפראך צו לערנען איז בכלל נישט אזוי גרינג... אלס די מעשה געב איך עס א 5 אלס די עקטן א 7 און אלס די פראדאקשען א 6.5

אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

יא ס'איז געווען א שיף וואס האט אנגעקלאפט אין א אייזבארג, איינגעזינקען, און טויזנטער פאסאדזשירן זענען דערטראנקן געווארן און אויסגעגאנגען פון קעלט, וואר אז ס'איז געווען א מאנגל אין רעטונגס שיפלעך וואס וואלט געקענט יעדעם ראטעווען, איז אמת אז ס'געווען א דזשעק און ראוז וואס זענען געפאלן אין ליב אויפן שיף און געמאכט א לעבן, מיט עפעס א ראמאנטישע מאלעריי? אויסגעזויגן פון פינגער! נאר וואס'זשע דען? ווי נישט ווי איז דאך עס נאר א פילם, און מ'מוז דאך עס מאכן אינטערסאנט, און מענטשן ערווארטן א געוויסע קלישעי סטרוקטור קוקנדיג אויפן סקרין, אזוי ווי מענטשן ערווארטן ליבע שמוץ און שרעקעדיגע חלקים ס'איז א דבר פשוט, ווי אויך איז דא די חלק אז דער פראדוסער וויל זיך אויסגעבן זיינע פאנטאזיעס דערביי קאלירט מען ארויס פון די ליניע און מ'פיצט צו זאכן ארויף און אראפ, אמאל לויט נגיעות אמאל לויט נגיעות פון די טיווי נעטווארק, אמאל לויט דער וואס פאנדט דעם פראעיקט, און אמאל פארוואס נישט פאר די אייגענע טאלאנט לאווי דאווי זיסע דמיונות ראמאנטישע שורות וד"ל און... בביאת גואל צדק במהרה… די ענד..

די זעלבע זאך דא, ארויסגעבן אייגענע ווערק צו די וועלט איז א פריוויליגע, א זאך וואס אסאך ווילן טוהן, און ווען מ'האט א געלעגענהייט עס צו טוהן וויל מען עס טוהן אין די אייגנארטיגע וועג, דאס איז א סימן פון א ארטיסט, ממילא מ'דארף דאס פארשטיין פאר מ'נעמט עס פערסאנל, אפשר ליגט עפעס אונטער דעם don't get me wrong איך האלט נישט אז ס'איז געטוהן צו די זאך, פארדרייען פון די אמת פאר דיין בייעס צו ווייל פאר עפעס א סיבה עקש'נסט דיך צו לאזן דיינע פינגער אפדרוקן אבי אן א הסבר, צו ווייל דו ווילסט גיין אין שפאן פון געווענליכע ראמענטיק מאוויס, מיט דעם אלעם פארשטיי איך דעם דירעקטאר'ס פערספעקטיוו, די גאנצע אויספיר פון די שאו די קאנעקשן מיט די מי בן שיח און די ראמאנטישע שפאציר פון אסתי און יאנקי, די צאמפלעכטן שורות וואס איז געזאגט געווארן אנפאנג, דאס זענען זאכן וואס מ'זעהט אסאך אין פילם, ס'איז א פארמיולע די רייזע קומט צו א ענדע, מיט א געוויסע דערלייכטערונג, גראדע מיט די ספעציפישע מעשה האט עס נישט געשטימט איך זאג נאר אזויפיל אז כ'פארשטיי פון ווי זיי קומען.

אגב אז איך רעד שוין, איך פערזענליך גלייך בדרך כלל סאך מער א טרויעריגע ענדע, פאר 2 סיבות: קודם כל ס'געבט נאך א טשאנס פארן דירעקטאר צו קאנסידערן א part 2 אינעם עתיד, און פשוט ווען מ'ענדיגט עס וואטשן שפירט זיך נישט דעם gap פונעם סקרין ביז ריל לייף, אדרבא ס'איז מער עכט טאקע ווייל ס'ענדיגט מיט א ציפ, מ'פילט עס בעסער, ווייל אין עכטן לעבן ענדיגן זיך נישט אלע מעשיות גוט, פונקט געזעהן א גוטע קוואוט
"Happy endings are stories that haven't finished yet"

נאך דא אסאך צו רעדן. אויב דו ווילסט נאך סחורה, ביטע לייק בבחינת זה נהנה וזה לא חסר ס'געט מיר חיזוק צו שרייבן נאך.
אויף דערווייל האטס מיר א כשר'ן פרייליכען קווארענטין
זונטאג אפריל 05, 2020 9:23 pm#445403
סאנטיאגא: איך האב דיר געגעבן א לייק. כאטש דו האסט נישט גערעדט צו מיר. (מ'רעדט (כמעט) קיינמאל נישט צו מיר. ווען איך זאלל ווארטן ביז מ'רעדט צו מיר וואלט איך שןין אראפגעפאללן פונ'ם בענקל...!
והשנית. בדרך כלל האביך נישט קיין געדולד אדורכצוליינען לאנגע מאמרים.סאו איך האב געליינט דיין היקף'דיגן ריוויו בסקירה אחת. או.קעי. בשלוש סקירות. (וואטעווער דהאט מיענס.). לויט וואו דו לייגסט עס אראפ לויפט דא א טעמע פון שילדערן דעם טאטן ווי א שיכור און א לא יוצלח. די דאזיגע השפעה איז געקומען פון די עקל'דיגע, אומגליקליכע מויד דעברא פעלדמאן. זי האט פיינט איהר טאטן. און זי שילדערט איהם אייביג, אין א יעדן פאבליק פארום אלס א מענטל קעיס. (וואס ער איז נישט). איך האב איהר אמאל געהערט אויף א רעדיא סטעישן ווען זי האט געשילדערט איהר טאטן און מאמע אלס מענטללי דיפעקטיוו. האט איהר דער האוסט (א איד) געפרעגט. אויב איהר טאטע און איהר מאמע זענען מענטל, דאמאלס מוז זי אויך זיין...לאל...און זי האט א שטארקע, אקטיווע און ברענענדיגע שנאה צו איהר משפחה און צו איהר רעליגיע. א סאך מער ווי פרידא וויזעלל...! און דאס ווערט רעפלעקטירט אין די גאנצע פראדוקשן...!
זונטאג אפריל 05, 2020 9:40 pm#445406
איך וועל זאגן א הערה. איך קען רוב עקטערס דא, און זיי האבן בעסער אראפגעשפילט א מצב, אסאך בעסער ווי די אמת'ע מענטשן מיט וועמען ס'איז געשען. און כ'קען דבורי'ס טאטע, און כ'קען דער עקטער-טאטע, דבורי'ס טאטע איז נעבעך צובראכן האט ער זיך גענומען טרונקן, און דער עקטער איז א רוסישער וואס קען טאקע טרונקן... און איז א אויסערגעווענליכע אקטיאר, אדרבה קוקטס זיינע אלטע שאוי'ס.
זונטאג אפריל 05, 2020 10:09 pm#445409
סאנטיאגא האט געשריבן:אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

דעי מאווי איז ניטאמאל "באזירט אויף אמתע פאקטן" סאיז "אינספירירט ביי" וואס כידוע איז based on true events און inspired by צוויי דרגות מיט די שפעטערע ווייניגער אמת. ווי אויך שטימט עס ניטאמאל מיט די בוק.
אבער למען האמת, איך בין נאכאלס צומישט, ווען און וויפיל פאלשקייט איז אקצעפטירבאר? לויט ווי כאב געליינט פון וויזעל אין ATUB @צמח ATUB 'ס ארטיקל דארף אזא מאווי יא שפילן ווי מער אמת און טאקע מיט די זייטייגע קלייניקייטן איז וואס שפילט א ראלע. וויזעל איז טאקע היפש קריטיקעל אויף איר בלאג. איז וואס איז פשט?

די מעשה מיט יוטוב שטימט נישט מיט נאך עפעס. זי האט חתונה געהאט אין 2003-2004 און יוטוב איז ערשינען אין 2005-2006
זונטאג אפריל 05, 2020 10:10 pm#445410
כרפס: אויב דו קענסט טאקע איהר טאטע קענסטו פארשטיין פארוואס איהרע ווערטער נעמען מיך ארויס פון די כלים. ווייל אין אנהייב האטצי פארקויפט אז ער איז מענטל. און ער איז נישט. איך קען איהם פערזענליך. ווייל איך בין א מחותן מיט די משפחה. (נישט מיט איהם פערזענליך.). נאר ס'זעהט אויס אז אויפ'ן פילם איז בעסער ווען זי זאגט אז ער איז א שיכור. ) .
זונטאג אפריל 05, 2020 10:28 pm#445414
ביבער האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

דעי מאווי איז ניטאמאל "באזירט אויף אמתע פאקטן" סאיז "אינספירירט ביי" וואס כידוע איז based on true events און inspired by צוויי דרגות מיט די שפעטערע ווייניגער אמת. ווי אויך שטימט עס ניטאמאל מיט די בוק.
אבער למען האמת, איך בין נאכאלס צומישט, ווען און וויפיל פאלשקייט איז אקצעפטירבאר? לויט ווי כאב געליינט פון וויזעל אין @צמח'ס ארטיקל דארף אזא מאווי יא שפילן ווי מער אמת און טאקע מיט די זייטייגע קלייניקייטן איז וואס שפילט א ראלע. וויזעל איז טאקע היפש קריטיקעל אויף איר בלאג. איז וואס איז פשט?

די מעשה מיט יוטוב שטימט נישט מיט נאך עפעס. זי האט חתונה געהאט אין 2003-2004 און יוטוב איז ערשינען אין 2005-2006

אקעי, פארוואס וויזעל איז מלא קריטיק ווייס איך שוין.
ווייל מ'האט איר נישט געפרעגט ווען מ'האט געפילמט אין ווילי, דאס האב איך געהערט ממקור ראשון, אבער ווען מ'זאל הערן אירע הערות פון איינעם אנע נגיעות וואלט איך אנגענומען קליינע הערות.
זונטאג אפריל 05, 2020 11:31 pm#445419
berlbalaguleh האט געשריבן:כרפס: אויב דו קענסט טאקע איהר טאטע קענסטו פארשטיין פארוואס איהרע ווערטער נעמען מיך ארויס פון די כלים. ווייל אין אנהייב האטצי פארקויפט אז ער איז מענטל. און ער איז נישט. איך קען איהם פערזענליך. ווייל איך בין א מחותן מיט די משפחה. (נישט מיט איהם פערזענליך.). נאר ס'זעהט אויס אז אויפ'ן פילם איז בעסער ווען זי זאגט אז ער איז א שיכור. ) .

ער איז נישט?...וואס...?
דו ביסט זיכער אז דו קענסט עים?
זונטאג אפריל 05, 2020 11:38 pm#445420
קאצקע ציקער האט געשריבן:

ס'דא א אונטערשייד פון איינער וואס ווערט א אלקאהאליק פון זיין גוטן ווילן, און איינער וואס האט א ביטערע לעבן און פארזיסט זיך מיט דעם
זונטאג אפריל 05, 2020 11:45 pm#445421
סאנטיאגא האט געשריבן:אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

יא ס'איז געווען א שיף וואס האט אנגעקלאפט אין א אייזבארג, איינגעזינקען, און טויזנטער פאסאדזשירן זענען דערטראנקן געווארן און אויסגעגאנגען פון קעלט, וואר אז ס'איז געווען א מאנגל אין רעטונגס שיפלעך וואס וואלט געקענט יעדעם ראטעווען, איז אמת אז ס'געווען א דזשעק און ראוז וואס זענען געפאלן אין ליב אויפן שיף און געמאכט א לעבן, מיט עפעס א ראמאנטישע מאלעריי? אויסגעזויגן פון פינגער! נאר וואס'זשע דען? ווי נישט ווי איז דאך עס נאר א פילם, און מ'מוז דאך עס מאכן אינטערסאנט, און מענטשן ערווארטן א געוויסע קלישעי סטרוקטור קוקנדיג אויפן סקרין, אזוי ווי מענטשן ערווארטן ליבע שמוץ און שרעקעדיגע חלקים ס'איז א דבר פשוט, ווי אויך איז דא די חלק אז דער פראדוסער וויל זיך אויסגעבן זיינע פאנטאזיעס דערביי קאלירט מען ארויס פון די ליניע און מ'פיצט צו זאכן ארויף און אראפ, אמאל לויט נגיעות אמאל לויט נגיעות פון די טיווי נעטווארק, אמאל לויט דער וואס פאנדט דעם פראעיקט, און אמאל פארוואס נישט פאר די אייגענע טאלאנט לאווי דאווי זיסע דמיונות ראמאנטישע שורות וד"ל און... בביאת גואל צדק במהרה… די ענד..

אז מ'רעדט שוין פונעם טיטאניק, דאס הייסט שוין פון די מערסטע פאפולערע פילמען, און מיט דעם אלעמען איז עס געווען געבויעט אויף ריזיגע plot holes פון אנפאנג ביז'ן סוף. איין plot hole וואס די ארטיקל ערווענט נישט, וואס אויסער די ענדע האט דאס מיר בשעתו דאס מערסטע געשטערט. נאכדעם וואס ראוז איז אנטלאפן מיט דשעק און איבערגעלאזט א בריוו אז זי האקט אפ די engagement, פארוואס פאר א שווארץ יאר זענען זיי צוריקגעקומען?! ווי נאריש דארף מען זיין?! וואס וויל איך ארויסברענגען? אז דאס איז שוין א גאר אינוועסטירטע און פרעסטיזשפולע פילם, ואם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו אזובי הקיר.
זונטאג אפריל 05, 2020 11:51 pm#445422
די מוח פון א פילם, איז די ציל און מוח פונעם סקריפט שרייבער, און פונעם דירעקטאר.
למשל דאס. m https://g.co/kgs/tHmajA m איז עפעס וואס א פרייע האט געזוכט צו מאכן מיט היימישע אבער נאכאלץ געוואלט ערפילן 'זיין' חלום.
מאנטאג אפריל 06, 2020 1:05 am#445442
קאצקע ציקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:כרפס: אויב דו קענסט טאקע איהר טאטע קענסטו פארשטיין פארוואס איהרע ווערטער נעמען מיך ארויס פון די כלים. ווייל אין אנהייב האטצי פארקויפט אז ער איז מענטל. און ער איז נישט. איך קען איהם פערזענליך. ווייל איך בין א מחותן מיט די משפחה. (נישט מיט איהם פערזענליך.). נאר ס'זעהט אויס אז אויפ'ן פילם איז בעסער ווען זי זאגט אז ער איז א שיכור. ) .

ער איז נישט?...וואס...?
דו ביסט זיכער אז דו קענסט עים?

קאצקע ציקער: כ'האב קלאר ארויסגעשריבן אז איך קען איהם פערזענליך זייער גוט. איכ'ל דיר זאגן נישט אין פובליק. פונקטליך וויאזוי.
מאנטאג אפריל 06, 2020 2:05 am#445448
ר'בערל וד"ל
מיטוואך אפריל 08, 2020 12:23 pm#445630
כרפס האט געשריבן:ס'דא איין עצה טייערע ברודערלעך.
לאמיר נישט זיין פון די צוקוקער און קריטיקירער, נאר עמטליך אנהייבן מאכן פילמען, אויף א פראפעשנעל קאליווער, און מיט אונזערע מאטיוון.
ס'שוין העכסט צייט, און ס'איז א היבשע גבורה ווער ס'קען דאס באווייזן.
איך האב געמיינט אז נאך די מנשה פילם, וועט זיין א היץ אין די גאסן, אזויווי ווען אברומי קארפן האט שפאצירט מיט נאטאלי פארטמאן. אבער ס'שא שטיל
נו אויב די צייט איז רייף, פארוואס קלאצן מיר? פארוואס עסן מיר דזשאנק פוד, ווי א שטייגער די אונטערנס און יענס גלייכן, וואס איז גוט פאר חדר יונגלעך. לאמיר זיך ארויסרוקן פון די שמאלע שיכלעך.

געזונטערהייט אדרבה, האסט א פופציג אלפים אין די זייט? כ'קום עקטן פאר דיר
מיטוואך אפריל 08, 2020 1:43 pm#445638
מאך זיכער האט געשריבן:ברענג אריבער גרואווייס...

דו ביזט פאני.
אייגנטליך אין די פיילאט עפיסאוד פון שטיסל זעהט מען די חבד'סקער לץ פון חבל"ש לאל מיכאל וויגל ער שפילט דער מנהל
מיטוואך אפריל 08, 2020 3:19 pm#445642
כרפס האט געשריבן:די וועלט זאגט א ווערטל, ווען מ'שמייכלט שמייכלט יעדער מיט דיר, ווען דו וויינסט, וויינסטו אליינס..
געבראכן מיין איך צו זאגן, יא, ס'איז ווייטאגליך, צו מ'איז גערעכט צו נישט, אבער די סך הכל איז נישט קיין מוסר השכל, און נישט קיין גבורה,

אפשר ביי א יוסף חיים גרינוואלד שיעור, אבער אין פילם איז נישט דא די כללים, א דאקומענטרי איז א פאוערפול ביקס וואס קען אסאך אויפטוהן פארשטייט זיך אויב מ'נוצט עס אויס ריכטיג. נעם עס נישט פערזענליך אבער דאס שטאמט פון חסידישע ignorance ס'איז א סטיגמע זיך אויסצורעדן און ווייזן מיט די פינגער פלוני האט מיך אביוזט, צו וואטעווער די קעיס איז, און ווען איינער טוט עס זאגט מען עה ער איז אנגעווייטאגט, ווען די מציאות איז אז ער איז brave פארן עס טוהן בפרט ביי אונז וואס מ'האט אויסצושטיין ווילדע אטאקעס און בזיונות.

Not to mention אומצאליגע פון די apologists האבן אליינס פעק פון יסורים, זיי האבן פשוט נישט די גאטס ארויסצוקומען סא יעדעס מאל איינער קומט און טייטלט מיט די פינגער איז עס א טריגער פאר זיי.
כרפס האט געשריבן:בלויז ווייטאג. נו וואס ווילסטו פונקטליך? זאגן אז דו האסט געהאט א שווערע לעבן? ווער האט נישט קיין מסכתא אין לעבן? דאס איז נישט קיין חידוש אין פילעם, און נישט אין היסטאריע, און נישט אין קיין שום הינזיכט, אויסער צוגעבן צום פארטיי פון באשמוצן פון ווי דו קומסט.
ס'פארקויפט גארנישט.

אינטערסאנט אז מיט וועם איך רעד וועגן די שאו שפרינגט גלייך צו דעם; "אה סא דו ביזט אויך אדורך דאס וואס זי איז דורך? ביזט אויך פון די רעבילס די פארביטערטע..." כ'רעד פון קילע יונגעלייט בכלל נישט קיין פאפרומטע צו חסידישע, וואס זיי פארזעהן איז אז אנשטאטס פארשטיין יענעם זעהן זיי נאר ווי מ'פארשווארצט זיי... מה נפשך, אויב איז עס אמת נו פארוואס טאקע טוט מען נישט? און אויב איז עס נישט וואס קימערסט דיך דערמיט, לאך דיך אויס ווי דער נאר וואס זאל ארויס פון מקוה. אה ס'איז יא דא וואס צו פארעכטן, ס'שמעקט דיר נאר נישט ווען מ'נוצט געווער אקעגן דיר, נאנא כ'הער
וואס זאלסט טוהן? האב אביסעלע מיטלייד, דאס אלעס רייס נישט ארונטער אויף פעיסבוק אז פלוני איז אנגעגעסן און זאל זיך גיין פון דא און נישט צוריקוקומען מיט קאפלעינטס ווייל דעס העלפט זיכער נישט ענדערש הייב אן אריינקלערן צו ס'איז פארהאן א מעגליכקייט אז נישט אלעס וואס מיר טוען איז ריכטיג, מאראל און הלכה'דיג
מאנטאג אפריל 13, 2020 3:35 am#445734
זייער שיינע איבערבליק סאנטיאגא. אזויווי דו זאגסט איז געווען אסאך גאר שטארקע סצענעס, און אסאך טעותים וואס דארף קיינעם נישט שטערן.

איך דיסעגרי מיט די נקודה אז אונז זאלן זיך אויסלאכן דערפון, ווי איך האב געשריבן אין די ערשטע תגובה. ווען זיי וואלטן ארויסגעברענגט אונזערע פראבלעמען ריכטיג, וואלט עס געקענט האבן א גוטע השפעה אין די לאנג ראן. אבער יעצט אז די שאו dehumanize'ד אונז, ברענגט עס אז די מענטשן ארום אונז זאלן האבן טענות אויף אונז וואס זענען נישט ריכטיג. זה לעומת זה מאכט עס די היימישע אידן זאלן אנקוקן די טענות ווי עשו שונא ליעקב, און עס ברענגט נאר ריחוק לבבות.
פרייטאג אפריל 17, 2020 4:37 pm#446022
לבי ובשרי האט געשריבן:יאפס,
וועכע מקוה לאזט אריין מאכן פילמען?...

ס'איז אין בערלין.

די חב''ד מקוה אין מאנהעטן צו 5th Ave synagogue וואלט אריינגעלאזט זיי זענען געוואוינט צו געסט
פרייטאג אפריל 17, 2020 4:49 pm#446023
.
פרייטאג אפריל 17, 2020 5:09 pm#446026
berlbalaguleh האט געשריבן:סאנטיאגא: איך האב דיר געגעבן א לייק. כאטש דו האסט נישט גערעדט צו מיר. (מ'רעדט (כמעט) קיינמאל נישט צו מיר. ווען איך זאלל ווארטן ביז מ'רעדט צו מיר וואלט איך שןין אראפגעפאללן פונ'ם בענקל...!
והשנית. בדרך כלל האביך נישט קיין געדולד אדורכצוליינען לאנגע מאמרים.סאו איך האב געליינט דיין היקף'דיגן ריוויו בסקירה אחת. או.קעי. בשלוש סקירות. (וואטעווער דהאט מיענס.). לויט וואו דו לייגסט עס אראפ לויפט דא א טעמע פון שילדערן דעם טאטן ווי א שיכור און א לא יוצלח. די דאזיגע השפעה איז געקומען פון די עקל'דיגע, אומגליקליכע מויד דעברא פעלדמאן. זי האט פיינט איהר טאטן. און זי שילדערט איהם אייביג, אין א יעדן פאבליק פארום אלס א מענטל קעיס. (וואס ער איז נישט). איך האב איהר אמאל געהערט אויף א רעדיא סטעישן ווען זי האט געשילדערט איהר טאטן און מאמע אלס מענטללי דיפעקטיוו. האט איהר דער האוסט (א איד) געפרעגט. אויב איהר טאטע און איהר מאמע זענען מענטל, דאמאלס מוז זי אויך זיין...לאל...און זי האט א שטארקע, אקטיווע און ברענענדיגע שנאה צו איהר משפחה און צו איהר רעליגיע. א סאך מער ווי פרידא וויזעלל...! און דאס ווערט רעפלעקטירט אין די גאנצע פראדוקשן...!

להוי ידיעה זינט 1980 איז אן אלקעהאליק קאנסידערט ווי יעדע אנדערע מענטל דיסארדער לויט די AMA מאך אויף א Diagnostic and Statistical Manual of Mental Disorders (DSM) סא וועם ווילט עטס דא דיפענדן כאפ איך נישט

און פארוואס זאל איך ענק גלייבן בערל און כרפס איבער דעברע וואס איז אויפגעצויגן געווארן ביי דעם מענטש אין שטוב? כ'האב אויך געפרעגט איינעם אין די פאמיליע, יענער טענה'ט אז די טאטע איז מאדנע אביסל אסאך שטייט אבער נישט אומשטאנד צו שעדיגן, פיין, דאס איז נאך אלס א ריזיגע שטער צו זיין א פערנט. דו קענסט זיין זיין ברודער אז דו ווילסט, דאס זאגט מיר גארנישט וואס טוט זיך אין די פיר ווענט פון זיין הויז... (דאס ווי דער שווער און שוויגער זאלן נישט וויסן וואס טוט זיך מיט די טאכטער'ס שלום בית אבער פאר זיי "קוקט אויס ווי ס'גייט גוט") יא די אוטידיס האבן אן עדווענטעדזש ווען זיי גייען, אז זיי קענען פארקויפן וואס זיי שמעקט ווייל זיי דארפן נישט צוריקקוקן, זיי פארקויפן דאך צו די פרייע גאס וואס קויפט אלעס

לוזער טווערסקי האט געזאגט פאר מארק מערן געוויסע ליגנטס ווייל ער ווייסט ווער ס'הערט אים אויס, אבער ווען דער חסיד הערט עס זעהט ער דעם קאנטראסט וואס שטימט און וואס איז איבערגעטריבן, דען עגעין פון ווי האבן זיי זיך געלערנט צו פארהוילן דעם אמת ווען ס'קומט זיי אויס בעסער? אונז זאג מיר פונקט אזוי ליגנט, ווער נאך מאכט אזויפיל קאווער אפס ווי חסידים? (די פראבלעם איז אונז האמיר א הארד טיים זיך צו פארשטעקן אין אזא אפענע וועלט, און דער וואס פארט אפ נישט) דאנט געט מי ראנג, רובא דרובא נושאים איז אמת ונכון איך זאג עס נאר אלס והייתם נקיים, נישט באלד וועט עמיצער קומען שרייען אז כ'בין בייעס, ווי איך האב שוין גענטפערט אויף הדסים'ס ערשטע תגובה אויבן, און כ'וועל עס ווארשיינליך נאך אפאר מאל איבערזאגן, ווילאנג די אמת'ע פראבלעמען אזוי ווי; אומערצויגענע צענערלינג אראנדזשירטע שידוכים, עמאצינאלע און פיזישע אביוז, איגנארנס, צורויבן וויסנשאפט קליינערהייט, שוואכע אויב בכלל לימודי חול, אויסנאגן פראגראמען, רציחות בנוגע גיטין, רבנים מיט צופיל פאוער, עקסטרעמע קאנפארמיטי ועוד, ווערן נישט אדרעסירט ווער ביזטו זיך אפצורעדן אויף אן alleged cover up פון א יחיד? קוק אריין אין אייגן זעקל...
פרייטאג אפריל 17, 2020 5:19 pm#446027
הדסים האט געשריבן:זייער שיינע איבערבליק סאנטיאגא. אזויווי דו זאגסט איז געווען אסאך גאר שטארקע סצענעס, און אסאך טעותים וואס דארף קיינעם נישט שטערן.

איך דיסעגרי מיט די נקודה אז אונז זאלן זיך אויסלאכן דערפון, ווי איך האב געשריבן אין די ערשטע תגובה. ווען זיי וואלטן ארויסגעברענגט אונזערע פראבלעמען ריכטיג, וואלט עס געקענט האבן א גוטע השפעה אין די לאנג ראן. אבער יעצט אז די שאו dehumanize'ד אונז, ברענגט עס אז די מענטשן ארום אונז זאלן האבן טענות אויף אונז וואס זענען נישט ריכטיג. זה לעומת זה מאכט עס די היימישע אידן זאלן אנקוקן די טענות ווי עשו שונא ליעקב, און עס ברענגט נאר ריחוק לבבות.

אפשר פאר דיר ווערט די געפילן ערוועקט ווען מ'פארטרעיט אונז נישט ריכטיג, אבער אין רעאליטעיט קוקט מען אראפ אויף אונז אויף טריט און שריט, צו ס'איז די לבוש, צו ס'איז די באשיידנקייט, די מאדנע באציאונג צו סיי וועלכע פרייע אנגעלגענהייט, די language barriers איז א ביטערע געלעכטער טאקע ביי אונז איז עס סעקאנד נעטשור, אבער אין גאס איז עס שרעקליך אפגעפרעגט, און די מערסטע פון אלעס דאס אז אן אויטאריטעיט, א פרעמדער מאן נאכדערצו א רב כלומר'שט א הייליגער מענטש, זאל אריינרעדן אין פריוואטע ענינים, אפילו רעליגיעזע גוים פארשטייען דאס נישט, ס'איז חרפות און בושות אז ווען א איד ווערט אפירגעהאלטן פון א מבקש וואס איז גרייט צו הערן און פארשטיין מה הפשט, ווייסן מענטשן ניטאמאל פארוואס און פארווען מ'פראקטיצירט די זאכן... דעס איז ווען ער טשיקנט "נישט" ארויס און טראגט אפ פון דארט וואס מאכט אונז אויסזעהן צוואנציג מאל ערגער... און יענער קרומט נאך מער מיט די נאז, א באנדע אנטיסאציאלע פארשוינען...

סא ביזט ראנג, דו, און צענדליגע אנדערע געבן זיך א כאפ אויף ווען אזא זאך קומט ארויס, מ'שיקט זיך ארום מעסעדזשעס ס'מאכט אן א טומל, אבער אין ריל לייף איז דער חסיד כסדר זייער אפגעפרעגט, דו ביזט נאר נישט אין טאן, חוץ ווען עפעס א מעידזשער נייעס שפילט זיך אפ פארשטייט זיך, באט דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן אז מ'וואלט געקענט אויפטוהן מיט אנדערע מיטלען - ווי כאילו ס'איז בכלל דא צו וועם צו רעדן - אבער לא זו הדרך און אזא זאך הארגעט עס אפ, דאס האלט איך איז סתם געדמיון'ט

קודם פארעכט דו דיינע פראבלעמען נאכדעם וועט מען זיך זארגן וואס איז נישט אמת.

און איך האב קיינמאל נישט געזאגט מ'זאל זיך אויסלאכן דערפון, ס'איז געווען א rhetorical statement פארקערט ווער ס'האט געליינט מיינע תגובות זעהט ווי ערנסט איך נעם עס.
פרייטאג אפריל 17, 2020 5:26 pm#446028
ס'דארמאנט מיר פון יענע בחור וואס האט זיך אנגערוקט אין ישיבה אינמיטן העלן טאג, צו זיין גוט מזל האט איהם דער משגיח באמערקט אנקומען. דער משגיח האט איהם געגעבן א קנס "פאר'ן אנקומען צוועלף אזייגער", "אבער ס'נאר צען פאר צוועלעף!" - האט זיך דער אויבערחכם פרובירט צו פארענטפערן, און ער איז גערעכט נאך אויך!
זונטאג אפריל 19, 2020 1:57 am#446064
איך מיין אונז גייען שוין אין סירקעלס, אבער איך וועל נאכאמאל פראבירן צו מסביר זיין ווייל דו רעדסט צו מיר.

סאנטיאגא האט געשריבן:סא ביזט ראנג, דו, און צענדליגע אנדערע געבן זיך א כאפ אויף ווען אזא זאך קומט ארויס, מ'שיקט זיך ארום מעסעדזשעס ס'מאכט אן א טומל, אבער אין ריל לייף איז דער חסיד כסדר זייער אפגעפרעגט, דו ביזט נאר נישט אין טאן.

איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט איך בין אזא פערזאן, איך שיק נישט קיין מעסעזשעס, איך מאך נישט קיין טומל, איך האב ס"ה אנגעפאנגען א לעגיטימע שמועס איבער די נושא. און פאקט שמועס איך סאך מער איבער די אנדערע וויכטיגע נושאים וואס דו האסט ארויפגעברענגט.

סאנטיאגא האט געשריבן:די אמת'ע פראבלעמען אזוי ווי; אומערצויגענע צענערלינג אראנדזשירטע שידוכים, עמאצינאלע און פיזישע אביוז, איגנארנס, צורויבן וויסנשאפט קליינערהייט, שוואכע אויב בכלל לימודי חול, אויסנאגן פראגראמען, רציחות בנוגע גיטין, רבנים מיט צופיל פאוער, עקסטרעמע קאנפארמיטי ועוד

סאנטיאגא האט געשריבן:קודם פארעכט דו דיינע פראבלעמען נאכדעם וועט מען זיך זארגן וואס איז נישט אמת.

מיט דעם בין איך נישט מסכים, איך מעג האבן טענות ווען איינער טוט אן עוולה אפילו אונזער קאמיונעטי איז נאך נישט ריין פון עוולות (ווייט נישט)

סאנטיאגא האט געשריבן:און איך האב קיינמאל נישט געזאגט מ'זאל זיך אויסלאכן דערפון, ס'איז געווען א rhetorical statement פארקערט ווער ס'האט געליינט מיינע תגובות זעהט ווי ערנסט איך נעם עס.

Again, אונז זעמיר אויף איין פעיזש, איך ווייס נישט אויף וואס אונז טענה'ן זיך...
זונטאג אפריל 19, 2020 10:30 pm#446157
הדסים האט געשריבן:מיט דעם בין איך נישט מסכים, איך מעג האבן טענות ווען איינער טוט אן עוולה אפילו אונזער קאמיונעטי איז נאך נישט ריין פון עוולות (ווייט נישט)

מעגסט און זאלסט אבער איגנאריר נישט די עוולות ביי אונז און קוק נאר אויף די חסרונות ווי א טונעל וויזיע (כ'רעד אין א לשון פון מיך דיך ווייל ס'איז מיר גרינגער ווי זאגן מ', מיר אדער אונז, כ'מיין דיר אוודאי נישט)
סאנטיאגא האט געשריבן:און איך האב קיינמאל נישט געזאגט מ'זאל זיך אויסלאכן דערפון, ס'איז געווען א rhetorical statement פארקערט ווער ס'האט געליינט מיינע תגובות זעהט ווי ערנסט איך נעם עס.

הדסים האט געשריבן:Again, אונז זעמיר אויף איין פעיזש, איך ווייס נישט אויף וואס אונז טענה'ן זיך...

כ'האב זיך באצויגן צו דיר און אנדערע און יא ס'קריכט שוין טאקע...

שכח פארן זיין די נחשון א פיינער שרייבער ביזטו זיכער :like כ'בין נאך היבש ניי דא אז ס'איז דא א אשכול ווי מ'קען זיך ברייטער אויסטענה'ן איבער די גאנצע נושא פון פריי ווס. חסידים וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן דערפון