פארומס › Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

165 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13661
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יולי 12, 2020 2:11 am#454311
כוכב האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:https://forward.com/yiddish/450619/watch-trailers-for-two-new-yiddish-films-released/

דא זעי איך אין די פארווערטס, אז גאר צוויי נייע יידיש פילמען זענען אויפ'ן וועג.

איינער פון די צוויי וועט בעז"ה אנטהאלטן א מאסיווע פערפארמענס פון אלעמען באליבטן מנשה לוסטיג.

מרס ליטוואק... :lol:
זונטאג יולי 12, 2020 4:11 pm#454348
טאמבל סאס האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:https://forward.com/yiddish/450619/watch-trailers-for-two-new-yiddish-films-released/

דא זעי איך אין די פארווערטס, אז גאר צוויי נייע יידיש פילמען זענען אויפ'ן וועג.

איינער פון די צוויי וועט בעז"ה אנטהאלטן א מאסיווע פערפארמענס פון אלעמען באליבטן מנשה לוסטיג.

מרס ליטוואק... :lol:

הא הא הא...

מיר קוקט אויס די פיקל סטארי צוזיין א היט. אבער ביידע זענען היבשע חידושים, לאמיר זען וויאזוי ס'וועט ווערן אויפגענומען ביי ביידע זייטן פונעם ציבור
מיטוואך יולי 22, 2020 9:46 pm#454960
א טשעט אינטערוויו מיט'ן דירעקטאר פונעם נייעם כשר'ע שוידער פילם 'שמירה'
m https://www.youtube.com/watch?v=AcjaZ7E ... e=emb_logo m
מאנטאג יולי 27, 2020 8:29 pm#455277
דינסטאג יולי 28, 2020 2:25 pm#455329
Unorthodox האט באקומען 8 עמי נאמאנאציעס.
זעהט יענקי און אסתי׳ס רעאקציע...

:lol: :lol: :lol:
דינסטאג יולי 28, 2020 8:41 pm#455373
בת קול האט געשריבן:Unorthodox האט באקומען 8 עמי נאמאנאציעס.
זעהט יענקי און אסתי׳ס רעאקציע...

:lol: :lol: :lol:

ס'דערמאנט מיך פון כמעט פיר יאר צוריק, ווען א גוי האט מיך פראבירט מסביר זיין, אז די גרעסטע האפענונג פון יעדן אקטיאר איז צו ווערן נאמינירט ביים גרעסטן פעסטיוואל אין יוטא.

און איך האב עהם אנגעקוקט, ווי א קינד וואס באקומט א צווילינג לעקער נאך חברת תהילים...
מישטיינס געזאגט היינט, מיין איך אז כ'קען זאגן פאר זיכער, אז כ'פארשטיי שוין בעסער דעם ענטויזיאזעם...
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:11 pm#456361
די ביכל פון פעלדמאן און די פילם פון אנארטאדאקס, זענען אין אנדערע מטרות. ווען די פילם פארציילט א מעשה, און לאזט די צושויער אליינס פסק'ן זייער מיינונג.

https://www.indiewire.com/2020/08/unort ... 234579010/
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:32 pm#456372
בוטן
די ביכל פון פעלדמאן און די פילם פון אנארטאדאקס, זענען אין אנדערע מטרות. ווען די פילם פארציילט א מעשה, און לאזט די צושויער אליינס פסק'ן זייער מיינונג.

https://www.indiewire.com/2020/08/unort ... 234579010/

איך קען דיר נישט פארשטיין, מען פרעגט דיר דיין מיינונג און דו ענטפערסט אז עס איז נישט שלעכט? וואס אין די וועלט? דו האלסט עס האט ריכטיג אראפגעלייגט אונזער לעבנסשטייגער?
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:08 pm#456431
שמירה פילם ריוויא
https://www.youtube.com/watch?v=tgvLsIW2XZw
א רעוויא קריטיק איבער'ן היימישער שוידער פילם - שמירה

https://en.wikipedia.org/wiki/The_Vigil_(2019_film)
וויקיפעדיע
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:12 am#460849
איים סארי איך קום שפעט צו די פארטי. כ'קען זעכער אסאך קאמענטן וועגן די שאו אבער קודם א קלייניגקייט. כ'האב באמערקט אויף אייניגע פלעצער אז זיי האבן (במכוון אדער נישט) נישט גוט סובטייטלד אדער אויסגעלאזט וואס מען רעדט אין אידיש. למשל ביי די חתונה, וואו אסתי זאגט פאר איר מומע זי זאל פארטרייבן איר מאמע.

בכלליות האבן מיך מענטשן געפרעגט וואס איך האלט וועגן די שאו, שוין תיכף נאכוואס ס'איז ארויסגעקומען אבער היות כ'האב נישט קיין צייט געהאט ביז יעצט עס צו וואטשן האב מיך צוריקגעהאלטן פון קאמענטן. וואס איז אינטערסאנט געוועזן איז וואס מענטשן האבן מיר דאן געזאגט אז די שאו ווייזט די חרדים עמציאנעליש זייער טרוקן און כמעט ראבאטיש. אבער ווען איך האב עס געוואטשט האב איך נישט געשפורט אזוי. דאס איז ווי אזוי איך בין צוגעוואוינט. נאכמער, אפילו יענקי'ס "רעאקציעס" און צומאל מושה'ס (א ברסלבע בחינה - און ווען אנדערע דא האבן אנגעמערקט אז ער, דער עקטער, געהער צו אזא משפחה האט עס טאקע סענס געמאכט) רעאקציעס זענען צומאל צושטארק. מצד שני, האבן זיי אוועראלל די חסידישע פרויענס' עמאשענעל רעאקציעס מייניך, צו טרוקן געמאכט. נאך אינטרעסאנטער איז, אז דא אין דעם אשכול האט קיינער מיין איך, חוץ געוואגטער אינגל, נישט 'דעם' קריטיק נישט געהאט. א נקודה וואס קומט אויך ווייזן אז דאס איז נאטורליך אבער קומט ליידער פאר פאר א דרויסנדיגער נעגאטיוו (אדער אפשר צו אומגלויבליך אז זיי טראכטן דאס האט מען געמאכט מיט א נעגעטיווע כוונה).
מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 2:04 pm#462328
https://youtu.be/4YTmrCLeidc

10 מינוט אריין דערמאנען זיי unorthodox
דער זייאנס קוקט דוקא אויס ווי א מעסיג שטודירטער, ער שרייבט אין עמי ער איז נישט קיין קוגל חסיד, אבער אז דו האסט נישט געזעהן די שאו ווי קענסטו קומען זאגן א מיינונג? ווי שעמט זיך א מענטש נישט צו זאגן אזא טיפשות ברבים? און נאך אויף אן אופן ווי ס'געבט דעם אנשטעל פאר א דרויסנדיגער ווי ער טוט רעפעזענטירן די קאמיוניטי? (אדער גלוסט אים נישט מודה צו זיין אויף די עיר אז ער איז דורכגעפאלן מיט שמירת עינים ר''ל)

איך האב גראדע זייער הנאה געהאט פון די גאנצע ווידיא, מענטשן און די קאמענטס זענען רובם ככולם זייער פאזיטיוו. נאר די איין זאך האט מיר געמאכט קרינדזש"ן
מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 2:36 pm#462331
בוטן
https://forward.com/yiddish/450619/watch-trailers-for-two-new-yiddish-films-released/

דא זעי איך אין די פארווערטס, אז גאר צוויי נייע יידיש פילמען זענען אויפ'ן וועג.

https://www.kickstarter.com/projects/18 ... ly-cheeger

רעדנדיג פון אויפן וועג, קוקט אויס אז די לאנג פארצויגענעם מאסן נדבות פילם 'צדיקת' האט שוין premiered אויף די ווירטואלע טאראנטא פילם פעסטיוואל. איך געדענק נאך ווען די קאמפיין האט ערשט געלאנטשד. נישט געטראכט ס'וועט נעמען אזוי לאנג, אבער למעשה האבן זיי געביעט זייער גאול און אויפגעטריבן 38 אלפים
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 6:37 pm#462419
החוקר

Seriously???

ממש איך שטוין! א מחשבה'לע גנבעט זיך מיר אריין צו אפשר וואוינסטו גאר נישט אין א חסידישע געזעלשאפט. איך האב נישט געחלומט אז דו קויפסט דאס.

איך וואלט געוועט אז עס איז דא "אפשר" א האנטפול מיידלעך וואס ווייסן בכלל פון דעם ביכל צו זאגן. נעמען פון דעם אינספיראציע? מאן דכר שמיה.

חוקר'ל ווייל דו ליינסט נישט קיין ביכער מיינט נישט אז קיינער אין די געמיינדע ליינט נישט. שלאף זיס!

(אלס א סייד נאוט קוק וויפיל ריוויאוס ס'איז צוגעקומען צום בוך זינט די שאו.)