עוקר הרים האט געשריבן:אינרעסאנט אז דער רש"ב אנפאנג אין זיין ספר תרס"ו פרעגט טאקע אפ אלע סיבות אויף בריאת העולם מיט ענדליכע קשיות צו דאס וואס אונז האבען דא דערמאנט אין דערנאך קומט ער צו אז עס איז מוכרח צו זאגען אז די סיבה איז אלץ נתאווה להיות לו דירה בתחתונים און ער זאגט אז אויף א תאווה פרעגט מען נישט קיין קשיות און מיט דעם איז ער אקעי מיט......ולענ"ד צע"ג
דער רבי ערקלערט דאָרט זייער אַן אײדלע נקודה, ובהקדם:
אין חסידות איז מבואר אַז אַ מענטש באַשטייט פון פאַרשידענע זאַכן, שכל, מדות, מחשבה דיבור ומעשה וכו', אין דעם גופא זײַנען פאַראַנען די איידעלערע אָדער העכערע זאַכן און די גרעבערע/נידעריקערע זאַכן (שכל איז העכער פאַר מדות, מדות פאַר מחשבה א.ז.װ.).
אין וואָס באַשטייט „העכערקײַט”?
די אַלע אויבנדערמאָנטע אייגנשאַפטן און כחות, זײַנען דאָך ניט דער עצם פון דעם מענטשן, נאָר זיי זײַנען מתאר דעם באַצוג פון דעם מענטשן מיט דאָס וואָס איז מחוצה לו. וואָס „העכער” מ'קריכט, אַלץ מער הערט זיך אָן דער מענטש און ווייניקער די זאַך שמחוצה לו.
ומלמטה למעלה: מחשבה דיבור ומעשה פאַרשטייט אַיעדער אַז דאָס איז שוין אַ פולער אַרויסטריט פון דעם מענטשן צו דער וועלט, שכל ומדות איז שוין ווי דער מענטש באַנעמט די וועלט. אין דעם גופא איז מדות שוין זײַן התייחסות
צו דער וועלט, בשעת שכל איז ווי
ער פאַרשטייט די וועלט (אַ בעל שכל קאָן זיצן אַ גאַנצן טאָג איינער אַליין און דאָס שאַדט ניט צו זײַן בעל־שכלנישקײַט (ואדרבא), אַ בעל מידה וואָס טוט ניט מיט אַנדערע איז קיין בעל מידה ניט).
דעם מענטשנס העכסטע און איידלסטע כחות זײַנען רצון און תענוג. ניט דאָ איז דער זמן ומקום צו מסביר זײַן דעם חילוק פון די צוויי ביז מידות ווי אהבה/יראה וכו', די נקודה איז אַז „רצון” איז „מרוצת הנפש” – ד.ה. ניט אַן אַרױסטריט פון דעם נפש צו אַ צווייטער זאַך, נאָר אַז דער נפש אַליין גאַרט און ציט זיך דערצו. קלערער צו פאַרשטיין דעם ענין מוז מען לערנען אַ פולע חסידות, און ס'איז ניט אַזוי גרינג מסכם צו זײַן דאָ בכתב.
צוריק צו אונזער אָריגינעלער שאלה – דער טעם אויף בריאת העולם. בשעת מען זאָגט אַז ס'איז דאָ אַ
סיבה אויף בריאת העולם, הייסט עס אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן
צוליב דער וועלט, אַז זי איז נייטיק אויפצוטאָן עפּעס אַ פעולה. בשעת ווידער מ'זאָגט אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן וועגן אַ
תאוה, הייסט עס אַז די וועלט פאַר זיך האָט ניט קיין שום חשיבות, און איר איינציקע חשיבות און תכלית איז ווײַלע אַזוי האָט
דער אויבערשטער געוועלט.
פאַרוואָס טאַקע האָט ער אַזאַ משונהדיקע תאוה? אויף דעם זאָגט דער אַלטער רבי „אויף אַ תאוה איז קיין קשיא ניט”. ניט דער פשט איז, אַז מיר קאָנען ניט
פאַרשטיין דעם טעם אויף דערויף, דאָס וואָלט מיינען חלילה אַז דעם אויבערשטן ‚פעלט’ עפּעס וואָס וואָס ווערט פאַרפולקאָמט דורך דער בריאה. נאָר דער פשט איז אַז עס איז ניטאָ
קיין שום אַנדערע סיבה סײַדן דאָס וואָס ער אַליין האָט געוועלט, מצד עצמותו.