פרייטאג יוני 19, 2020 11:52 am#452233
אברך משי האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:איך ווער נישט איבערגענומען פון וואס מען זאגט אז איז א קליין קאפ וכדומה. ווען ער וואלט געהאט סתם א שאצער שוהל און געגעסן קוכן ביי שמחות וואלט קיינער נישט געשטערט זיין קליינע קאפ, נאר יעצט אז ער האט געוואגט צו זיין אן אויבער חכם דארף מען באטענען אז ער האט א קליינעם קאפ גימי א ברעיק
מבקש טייערער, היא הנותנת. צו עסן קוכן ביי בריתן און פדין הבן'ס, צו טאנצן מצוה-טאנץ ביי חתונות (אדער זאגאר ביי די חופה, געוואנדן אין די מאס פון שוהל און חסידים) געבן ברכות-קודש אויפן מיקראפאון ביי מעמדים, סיומים, אסיפות, כינוסים, דעמאסטראציעס, צו דעם פארשטייט יעדער אז מדארף קיין מוחין דגדלות נישט פארמאגן, כל דכפין ייתי ויפתח בית המדרש און גיין צום שניידער איינהאנדלן עטליכענע געפארבטע דזשופיצעס פאר יעדער סארט מאורע הכל לפי סדר הזמן והמקום וכו' וכו' און דערנאך קען מען זיך צושארן צום מזרח און עסן קוכן פון א זילבענעם טעצל און אפילו פארטיילן פארציעס פון די איבערגעבליבענע לעקאח פאר ווער סשטרעקט נאר אויס די האנט.
אבער דא אז סקומט איינער און שטעלט זיך אהער אלס א חריף ובקי, ער איז דער חכם ונבון אויף וועם כלל ישראל האט געווארט זייט גירוש שפאניע צוריקצושטעלן די עטרה ליושנה און אונז ברענגן די ריכטיגע השקפת-התורה, ער וויל דאך נישט פארקויפן לאקשן-קוגל און ווייעכע מארבל-קעיק כמנהג האדמו"רים, ער איז דא פאר עפעס טיעפער און קלוגער פון דעם, דא קומט אריין א אפשאצונג אויב ער איז א קליינע-קאפ אדער א גרויסע-קאפ. ווען ער פירט ווען א חסידות וואלט מען דן געווען זיין כח אין נגינה, זיין טעם אין בעקיטשע-דעזיין, זיינע קפידות און מנהגים באכילה ובשתיה בפיהוק ובגיהוק, אבער אז מקומט זאגן שיעורים און השקפה ווילדעך יעדער וויסן ווי גרויס איז דער קאפ, און אויב ס'איז באמת קליין איז עס אזוי-ווי קומען אין בית המדרש און וועלן מאכן א קאווע און דו טרעפסט נאר פלעסטיק קאפס, די צוקער איז אויסגעגאנגען, סאיז נאר דא ווארימע בלויע מילך מיט א לייכטע נאכשמעק. יא ס'קען אפשר זיין א קאווע אבער סהאט יענץ פנים
די מיטעל וואס די ניצסט צו מאכן דיין טענה איז איבער צו טרייבן די צוויי זייטן מיט א עקסטרים. לאמיר נעמען ביידע חלקים עקסטער
אברך משי האט געשריבן:מבקש טייערער, היא הנותנת. צו עסן קוכן ביי בריתן און פדין הבן'ס, צו טאנצן מצוה-טאנץ ביי חתונות (אדער זאגאר ביי די חופה, געוואנדן אין די מאס פון שוהל און חסידים) געבן ברכות-קודש אויפן מיקראפאון ביי מעמדים, סיומים, אסיפות, כינוסים, דעמאסטראציעס, צו דעם פארשטייט יעדער אז מדארף קיין מוחין דגדלות נישט פארמאגן, כל דכפין ייתי ויפתח בית המדרש און גיין צום שניידער איינהאנדלן עטליכענע געפארבטע דזשופיצעס פאר יעדער סארט מאורע הכל לפי סדר הזמן והמקום וכו' וכו' און דערנאך קען מען זיך צושארן צום מזרח און עסן קוכן פון א זילבענעם טעצל און אפילו פארטיילן פארציעס פון די איבערגעבליבענע לעקאח פאר ווער סשטרעקט נאר אויס די האנט.
דא נעמסטו די אאלע רבנים וואס שרייבן אינטער קול קורא'ס און זאגן פסקים יעדען טאג און די נידערסט זיי אראפ צום שאול תחתית כדי זיי צו געבן די לעגיטמאציע אז זיי מעגען זיין עמי הארצים. די פאקט איז אבער אז זיי פירן אונזערע לעבן , און געבן ארויס פסקים און זאגן וואס מ'מעג יא גלייבן און וואס נישט. ממילא איז נישט צו פארשטיין פארוואס מ'געט זיי נישט כאטש די זעלבע סקראטיני וואס מ'געט פאר הרב מאשקאוויטש צי זעהן אויב זיי ווייסן וואס טוהט זיך מיט זיי און אויב זיי האבן א טראפ שכל און תורה אין קאפ.
אברך משי האט געשריבן:אבער דא אז סקומט איינער און שטעלט זיך אהער אלס א חריף ובקי, ער איז דער חכם ונבון אויף וועם כלל ישראל האט געווארט זייט גירוש שפאניע צוריקצושטעלן די עטרה ליושנה און אונז ברענגן די ריכטיגע השקפת-התורה, ער וויל דאך נישט פארקויפן לאקשן-קוגל און ווייעכע מארבל-קעיק כמנהג האדמו"רים, ער איז דא פאר עפעס טיעפער און קלוגער פון דעם, דא קומט אריין א אפשאצונג אויב ער איז א קליינע-קאפ אדער א גרויסע-קאפ. ווען ער פירט ווען א חסידות וואלט מען דן געווען זיין כח אין נגינה, זיין טעם אין בעקיטשע-דעזיין, זיינע קפידות און מנהגים באכילה ובשתיה בפיהוק ובגיהוק, אבער אז מקומט זאגן שיעורים און השקפה ווילדעך יעדער וויסן ווי גרויס איז דער קאפ, און אויב ס'איז באמת קליין איז עס אזוי-ווי קומען אין בית המדרש און וועלן מאכן א קאווע און דו טרעפסט נאר פלעסטיק קאפס, די צוקער איז אויסגעגאנגען, סאיז נאר דא ווארימע בלויע מילך מיט א לייכטע נאכשמעק. יא ס'קען אפשר זיין א קאווע אבער סהאט יענץ פנים
דא טוסטו פינקט פארקערט. די הייבסט אויף הרב מאשקאווישט ביזן הימעל כדי אים צו קענען אראפקלאפען. די אמת איז אז ער שטעלט זיך ווי גארנישט אהער , נאר ער זאגט נאך געדאנקען אין איידיע'ס וואס ער זעהט און ספרים וואס מ'לערענט נישט אזוי סאך ביי אינז אין די ישיבות , און ער קען פארלערנען שיעורים פינקט ווי יעדער מעג , און אויב ס'געפעלט נישט פאר איינעם מיז מען נישט אויסהערן. אנדערש ווי די אנדערע רבנים האט ער נישט קיין שום אטאריטי , און קיינער מיז אים נישט אויסהערן , און בסך הכל זאגט ער שיעורים אויף utube