Under maintenance
הויפט זייט » הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א

הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
215 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13951
מאנטאג יוני 22, 2020 1:13 pm#452518
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין מיין עקספיריענס מיט כתבי חב"ד, איז עס זייער לייכט ארויס צו נעמן די ווערטער פון קאנטעקסט און מאכן דערפון כפירה. דא אבער איז עס סתם אזוי זינלאז, ווייל די ווערטער וואס מ'ברענגט פון דער רש"ב איז גארנישט קיין כפירה, נאר א פילאזאפישע רעטעניש ותו לא.

ברענג א מראה מקום און מיר וועלן זען. ווען איך האב זיך פערזענליך געטענה'ט מיט מאסקאוויטש אויף ענייני קבלה, האט ער זיך נישט מתייחס געווען צו די טענות, נאר צוריק ארום געלאפן צום 'ספיקא דאורייתא לחומרא'. זיין רבי איז נאך ערגער ווי אים, און ער רעדט מיט א גרעסערע קאנפידענס, אראגאנץ, און איגנאראנץ. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען די נייע דף היומי שיעור אויף די זעכצענסטע גאס האט געשיקט א באנדע טראללס קיין קאוועשטיבעל צו פארדרייען דער עולם א קאפ.


זעט דא:

m https://yi.m.wikipedia.org/wiki/ m נמנע_הנמנעות

נמנע הנמנעות איז א באגריף אין דער טעאלאגיע פון חב"ד, וואס מיינט אז גאט קען מאכן אפילו זאכן וואס האבן אן אינערלעכע סתירה, למשל מאכן אז צוויי מאל צוויי וועלן זיין פינעף.


דער געדאנק פון נמנע הנמנעות איז זייער קאנטראווערסיאל אין דער יידישע מחשבה, און ס'איז אנטקעגן די שיטה פון רב סעדיה גאון, רמב"ם[1], רשב"א[2], און די אלע ראשונים.

ס'זיינען דא חב"דצקער וואס טענען, אז פון נמנע הנמנעות קומט ארויס אז גאט קען אפילו באשאפן אן אנדער גאט ווי אים, אדער טוט זיך אן אין א מענטשלעכע קערפער, רחמנא ליצלן.[3] דאס האט אויך א שייכות מיט די באוווסטע שאלה, אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן.

ר' ישראל נתנאל רובין באווייזט אין זיינע מאנאמענטאלער ספר "מה שאלוהים לא יכול" ("וואס גאט קען נישט") אז דער חב"דישער באגריף פון נמנע הנמנעות ברענגט צו א טאטאלע כפירה און אפיקורסות. די חב"דישע קראנקער קאפ, וואס מיינט אז א חלק פון גאטס' אלעס-מעגליכקייט איז אויך מאכן זאכן וואס זיינען היפך כבודו, ברענגט צו פאראדאקסאלע רעזולטאטן. למשל, לויט זיי, אויב גאט קען מאכן אלעס, ער מוז קענען אויכעט באגייען א זעלבסט מארד. אויב גאט קען באגייען א זעלבסט מארד, ס'קומט ארויס אז ער האט שוין באגייט זעלבסט מארד, ווייל אז מ'רעדט וועגן דער אייביקייט, אלעס וואס קען ווערן, איז שוין געווארן.[4] די רעזולטאט איז אז די ליובאוויטשערס האבן א טויטער גאט, פונקט ווי זייער רבי.

רעפערענצן

↑1.  מורה נבוכים ג, טו.↑

 2. שו"ת ד, רלד.

↑3.  זעט אין ר' ישראל נתנאל רובין העברעישער בוך "מה שאלוהים לא יכול" ("וואס גאט קען נישט"), קאפיטל י"ט, "די נמנעות אין דער טעאלאגיע פון חב"ד", זייט 390-363. זעט אויך אין "ספר המאמרים" פון רש"ב, תרמ"ו-תר"ן (קה"ת, ניו יארק תשס"ז), זייט רע"ד.

↑4. m http://whatgodcannot.blogspot.com/2018/ ... 9.html?m=1 m
מאנטאג יוני 22, 2020 2:21 pm#452523
פארשטיי איך שוין וואס דו ווילסט.

דער קראנקער קאפ אש"י, וואס ווייסט נישט וויאזוי צו קוקן אין ספרי חב"ד, צו בכלל אין פנימיות התורה (און גאנץ ווייניג אין נגלות התורה אויך), זעט דארט כפירה און ווער ווייסט וואס. ביזדערווייל האב איך קיין כפירה נישט געזען אין וואס דו ברענגסט, און אויך פארשטיי איך שוין וואס איז דיין מיסטעיק. אפילו לויט דער רמב"ם איז עס נישט קיין כפירה, נאר א טעות.

דער ענין פון נמנע הנמנעות איז נמנע פון דער מענטשליכע פארשטאנד, און אזוי מוז עס זיין. צו גיין פרעגן אז דער אויבישטער איז באגאנגן זעלבסטמארד איז נאר פון א מענטשליכע שטאנדפונקט.

און דא ליגט דער הונט באגראבן. ווייל אש"י מיט זיין תלמיד זענען קלי הדעת, זיי פארשן נישט נאך די אמת, צו פארשטיין די צוויי דעות און אפלערנן די ראיות. זיי זענען קלים ורקים, מענטשן וואס הערן נישט קיין קשיא'ס, און באשרייען יעדער וואס האלט נישט ווי זיי, כולל דער אריז"ל, דער בית יוסף, אסאך ראשונים כולל דער רשב"א, ביז צום רש"ב פון ליובאוויטש. א שרייער קומט קיינמאל נישט אן צום אמת, ער איז ניטאמאל אויף יענער גאנג צום אמת, און זיין טעותים זענען נישט די אלגעמיינע טעותים וואס יעדער מענטש קען באגיין, נאר טעותים וואס קומן פון קלות הדעת והשכל.
מאנטאג יוני 22, 2020 2:48 pm#452526
ענדליך א דיון לגופו של ענין, מאך אויף פליז א באזונדערע אשכול, לאמיר הערן אלע צדדים.

איך פערזענליך וואלט נישט באשולדיגט מיט כפירה נישט דעם צד און נישט די פארקערטע צד. עס איז סתם א נארישע פייל צו שיסן יעדן מאל וואס עס איז דא א מחלוקת אין אזעלכע סוגיות.

ווי באקאנט, זענען דא פארשידענע מחלוקת'ן אין יסודות'דיגע זאכן פון אמונה (אריינגערעכנט די י"ג עיקרים פונעם רמב"ם), קיינער ווערט נישט קיין כופר ווייל ער האלט אביסל אנדערש. מ'קען דן זיין אין די סוגיא פון נמנע הנמנעות רואיגערהייט.
מאנטאג יוני 22, 2020 2:51 pm#452527
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין מיין עקספיריענס מיט כתבי חב"ד, איז עס זייער לייכט ארויס צו נעמן די ווערטער פון קאנטעקסט און מאכן דערפון כפירה.


הוא אשר דיברתי, און כמדומה הרב ATUB @לעיקוואד ATUB אויך, עס איז נישט נאר חב"ד, פונקט ווי יעדע נושא, אויב איז מען עוסק אין דעם איז זייער גרינג צו ארויסדרייען פון קאנטעקסט.

רוב רבנים און אדמורים היינטיגע צייטן שטייען ווייט פון דיסקוסירן עפעס וואס האט בכלל א שייכות מיט יסודות הדת, אבער עס איז קיין חכמה נישט.
מאנטאג יוני 22, 2020 2:53 pm#452528
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
הרב פעטש געבער, דאכציך אז כ'האב אמאל געלערנט אין מסכת סנהדרין אז גאט האט זיך פארשטעלט ווי א בשר ודם (יבואו המציינים ויציינו).
אפשר לשיטתך איז אריינגעפאלן כפירה אין גמרא?
מאנטאג יוני 22, 2020 2:56 pm#452529
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
ליטוואק, איז קלות וריקנות א סיבה אדער א סימן? ווי אזוי ווייסט איר אויב איינער פארמאגט קלות ורקות? איז דא א פארמולע פארדעם?
מאנטאג יוני 22, 2020 2:58 pm#452530
איך פארשטיי סתם אזוי נישט. אז ד"צ מעג דא קומען און באשולדיגן דער רש"ב מיט כפירה און אפיקורסות, איז דיר יא פארשטענדליך, נאר א פאר בעלזער דיינים מעגן אים נישט באשולדיגן מיט די זעלבע?

די פיילן פון 'אפיקורס' און 'עובד ע"ז' האט ער געשאסן ערשט, און ער האלט אין איין שיסן. נאר וויבאלד זיין איינפלוס איז נישט צווישן די מענטשן מיט וועמן די רבנים חבר'ן זיך, שטערט עס זיי נישט.

אין שו"ע שטייט אז מ'טאר נישט לערנן פנימיות התורה ביז צו דער פערציג און מילא כריסו בש"ס ופוסקים. און דאס איז ממש צוליעב די גרייזן וואס קומן ארויס, אז מ'פארשטייט נישט די סגנוני הלשון, אדער די ברייטקייט פון די קאנצעפטן. דער וואס קען אפלערנן א סוגיא מיט א ברייטקייט, קען דערהייבן מער ווי איין סברא אויף א מאל, און קען אויסווארטן ביז די פארשטאנד קומט פון די פינסטערניש פון די סוגיא, ער קען לערנן א האקעלע מושג אין פנימיות התורה. איך ווייס אז דער בעל התניא האט געהאלטן אדער געזאגט אז היינט איז אנדערש ווייל דער בן מלך איז קראנק וכדו'. אבער די פראבלעם דערפון איז שטארק קענטיג, ווי אזא קאנצעפט פון נמנע הנמנעות, וואס איז א קאנצעפט פון דער תשובות הרשב"א קעגן דער רמב"ם, ווערט שיחה בפי בריות צו מאכן חוזק פון 'געטליכע זעלבסטמארד'.

הן די גלויבערס הן די לייקענערס זענען עלול צו די זעלבע פראבלעם.

ATUB @קל וחומר ATUB - קלארענס טאמעס האט שוין פארענטפערט די שאלה בטוטו"ד. אז ער קען עס נישט אויסשמועסן מיט קיין שום מענטש וואס האלט אנדערש, ווייסטו אז שכל שפילט גאר א קליינעם ראלע.
מאנטאג יוני 22, 2020 3:10 pm#452534
הייסט עס ישראל נתנאל רובין איז זיין רבי... ווייס איך שוין אביסל פון וואו ער נעמט דעם שמוציג מויל...
מאנטאג יוני 22, 2020 3:40 pm#452537
קודם כל א יישר כח פאר הרב ליטוואק פון בודאפעסט וועלכער האט אונז (כ'מיין מיך אליינס. א פשוט'ער בעל עגלה) אריינגעפיהרט אין די טיפענישן פון די שבילי דרקיעא מיט די העכסטע מושגים פון קבלה און חסידות. וועלנדיג פארשטיין דעם עצם מהות פון גאט כביכול אליינס. דער פראבלעם איז, אז די אוידיענץ דא אין קאווע שטיבל איז נישט ראוי צו דעם. און זיי וועללן עס קיינמאל נישט נוצן. אין די פאר יאר וואס זענען נאך געבליבן ביז די זעקס טויזנט יאר וואס אונזער זינדיגע עלמא דשיקרא שטייט נאך.

דאס אלעס כדי צו ברענגען א ראיה אז דער אזויגערופענער גדול בישראל וועלכער קריסטאליזירט זיך צו זיין 2 זאכן אן עם הארץ מדאורייתא און מדרבנן סיי אין נגלה און אוודאי אין נסתר. און א ביסל א משוגע'נער. (און א חזיר. אויב די זאכן זענען אמת).



אבער דער מדובר איז עס נישט ווערד. ווייל דער פאבליק האט שוין גענוג געהערט פון איהם צו וויסן אז דער גאנצער פענאמען פון זיין גאונות און גדלות איז גארנישט מיט גארנישט.
מאנטאג יוני 22, 2020 6:52 pm#452549
אן אפדעיט: דער גאון אונזערער האט שוין א פראבלעם מיט נעגל וואסער!

די סברא איז פשוט: היות אלץ דארף דאך זיין "רציונאל" במילא איז דאך פארשטאנדיג אז דער טעם פון נעגל וואסער איז מצד באקטיריה איז גענוג א סעניטייזער וכיו"ב.

און אז מפרעגט אים: וואס איז מיט נטילת ידיים לסעודה? ענטפערט ער: "אין הכי טאקע" און ער האט א בפירושע גאונישע ראי': היות ווען איימיצער קען נישט זיך וואשען קען ער נוצען א "מיטאפחית" (אזוי רופט דער גאון א מטפחת) איז וואס פאר א חילוק איז דא צווישען א מיטאפחית מיט א סעניטייזער? ודפח"ח.

נ. ב. ער גרייט זיך געבען א שיעור וועגען הוז"ל ובלשונו: אזא שיעור איז נאכניט געווען מימות ער ואונן! און די גאנצע וועלט וועט איינזען דעם היתר זיינעם!
מאנטאג יוני 22, 2020 6:56 pm#452550
נאך איין פרט איימיצער פרעגט ביי דעם גאון: וואס איז דאס א מיטאפחית? ענטפערט ער: א הענטשיקע! און וואס איז א מטפחת? א הענטשיקע! ודפח"ח.

ב"ה זכה דורנו צו אזא גאון מופלא.
מאנטאג יוני 22, 2020 7:28 pm#452551
Arh123 האט געשריבן:נאך איין פרט איימיצער פרעגט ביי דעם גאון: וואס איז דאס א מיטאפחית? ענטפערט ער: א הענטשיקע! און וואס איז א מטפחת? א הענטשיקע! ודפח"ח.

ב"ה זכה דורנו צו אזא גאון מופלא.

אקעי.

ביטע זיי קלאר מסביר דיינע מאטיוון און פארוואס דו רייסט אראפ דעם מענטש יעדע פופצן מינוט, טאמער נישט וועלן עטליכע ניקים דיר אנקלאגן אלס א טראלל.
מאנטאג יוני 22, 2020 7:44 pm#452552
איימיצער שרייבט אז ס'געפינט זיך א גאון עילוי מופלא וכו' וכו' וואס זאגט גישמאקע שיעורים אין די יידישע תורה!

אזוי ווי אנפרטשענעטלי ווייס איך וואס פארא אומגליק דער פארשוין איז פאר די מענטשהייט בכלל און פאר יידישקייט בפרט פיל איך א חוב צו לאזען וויסען דעם עולם דעם ריינעם פשוטען אמת וזהו!
אויב איימיצען שמעקט עס נישט מאיזה סיבה שתהיה זאל ער זיך אפ רעדען געזונטרהייט!

ווי האט דער בעגין גיזאגט: יש כמה יפי נפש שמעקמים את האף! שישארו עם אף עקום.
מאנטאג יוני 22, 2020 7:48 pm#452554
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
ער קען אים פערזענדליך ער פילט פאר א חיוב מפרסם זיין קלונו ברבים,
ממילא ער קומט סתם אזוי אריין דא און שרייט פארשטיי איך דיר, דא רעדט מען אבער פון א פאל וואס געוויסע האבן אויף דעם ד"ץ געשריבן שיינע טיטלען פארוואס פארשטייסטו אז סטוט וויי פאר איינעם דארף ער זיין שטיל?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מאנטאג יוני 22, 2020 7:48 pm#452556
יעדער איינער וואס איז געווען אינטערסירט צו וויסן ווייסט שוין, זייט נישט קיין צדיק און הערט אויף צו בארעדן מענטשן, אדער כאטש זאג אים אז דו באשרייבסט אים נעגאטיוו אין קאווע שטיבל (וואס דאן וועלן מיר זען אויב עס איז אינטערסאנט און אויף די ניווא פון קאווע שטיבל).

זיי נישט קיין גיבור אונטערן קיבארד.
מאנטאג יוני 22, 2020 7:54 pm#452557
ער ווייסט איך האב אים מודיע גיווען!
מאנטאג יוני 22, 2020 8:02 pm#452563
Arh123 האט געשריבן:אן אפדעיט: דער גאון אונזערער האט שוין א פראבלעם מיט נעגל וואסער!

די סברא איז פשוט: היות אלץ דארף דאך זיין "רציונאל" במילא איז דאך פארשטאנדיג אז דער טעם פון נעגל וואסער איז מצד באקטיריה איז גענוג א סעניטייזער וכיו"ב.

און אז מפרעגט אים: וואס איז מיט נטילת ידיים לסעודה? ענטפערט ער: "אין הכי טאקע" און ער האט א בפירושע גאונישע ראי': היות ווען איימיצער קען נישט זיך וואשען קען ער נוצען א "מיטאפחית" (אזוי רופט דער גאון א מטפחת) איז וואס פאר א חילוק איז דא צווישען א מיטאפחית מיט א סעניטייזער? ודפח"ח.

נ. ב. ער גרייט זיך געבען א שיעור וועגען הוז"ל ובלשונו: אזא שיעור איז נאכניט געווען מימות ער ואונן! און די גאנצע וועלט וועט איינזען דעם היתר זיינעם!

נאר איין זאך זאלל דער גאון נישט פארגעסן צו פארציילן פאר'ן עולם. די היסטארישע אריכת ימים פון ער ואונן...!
מאנטאג יוני 22, 2020 8:13 pm#452566
נאך איין נקודה!

איך בארעד אים?
איך ברענג מער נישט ווי אינטערעסאנטע פאקטען פון דעם עילוי וגאון מופלא ווי דער בעל האשכול האט אים טיטולירט......
מאנטאג יוני 22, 2020 8:41 pm#452572
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארשטיי איך שוין וואס דו ווילסט.

דער קראנקער קאפ אש"י, וואס ווייסט נישט וויאזוי צו קוקן אין ספרי חב"ד, צו בכלל אין פנימיות התורה (און גאנץ ווייניג אין נגלות התורה אויך), זעט דארט כפירה און ווער ווייסט וואס. ביזדערווייל האב איך קיין כפירה נישט געזען אין וואס דו ברענגסט, און אויך פארשטיי איך שוין וואס איז דיין מיסטעיק. אפילו לויט דער רמב"ם איז עס נישט קיין כפירה, נאר א טעות.

דער ענין פון נמנע הנמנעות איז נמנע פון דער מענטשליכע פארשטאנד, און אזוי מוז עס זיין. צו גיין פרעגן אז דער אויבישטער איז באגאנגן זעלבסטמארד איז נאר פון א מענטשליכע שטאנדפונקט.

און דא ליגט דער הונט באגראבן. ווייל אש"י מיט זיין תלמיד זענען קלי הדעת, זיי פארשן נישט נאך די אמת, צו פארשטיין די צוויי דעות און אפלערנן די ראיות. זיי זענען קלים ורקים, מענטשן וואס הערן נישט קיין קשיא'ס, און באשרייען יעדער וואס האלט נישט ווי זיי, כולל דער אריז"ל, דער בית יוסף, אסאך ראשונים כולל דער רשב"א, ביז צום רש"ב פון ליובאוויטש. א שרייער קומט קיינמאל נישט אן צום אמת, ער איז ניטאמאל אויף יענער גאנג צום אמת, און זיין טעותים זענען נישט די אלגעמיינע טעותים וואס יעדער מענטש קען באגיין, נאר טעותים וואס קומן פון קלות הדעת והשכל.


וואס דרייסטו דעם קאפ?

ווער איז אש"י ווייס איך נישט, אבער ער האט א ודאי נישט גערעדט וועגן שלום בער'ס אפיקורסות אין ס' המאמרים תרמ"ו, ווייל דאס איז פובליצירט געווארן נאר דורך דעם ספר "מה שאלוהים לא יכול".

לויט דעם רמב"ם, וואס שלום בער זאגט איז נישט א טעות, אבער א כפירה. זאגן אז גאט האט באשאפט אן אנדערן גאט ווי אים, איז א כפירה בייחוד השם, דעם צווייטן עיקר. אפילו זאגן אז גאט *קען* באשאפן א גאט ווי אים איז כפירה בייחוד השם, ווייל אין דעם זאגט מען אז זיין אחדות איז נישט אייביק און נישט מחוייב המציאות.

א מענטש וואס זאגט אז דער אר"י למשל פלעגט רעדן שטותים, ווערט נישט ווייל דעם קל הדעת. אזוי פונקטלעך וואלט מסתמא געזאגט דער רמב"ם, אז מ'וואלט אים געברענגט די אר"י'ס כתבים.
מאנטאג יוני 22, 2020 8:45 pm#452575
קל וחומר האט געשריבן:הרב פעטש געבער, דאכציך אז כ'האב אמאל געלערנט אין מסכת סנהדרין אז גאט האט זיך פארשטעלט ווי א בשר ודם (יבואו המציינים ויציינו).
אפשר לשיטתך איז אריינגעפאלן כפירה אין גמרא?


מסתמא מיינט איר דער אגדתא מיט סנחריב אין סנהדרין דף צ"ו.

די אגדתא איז טאקע עקסטרים, אבער ביסוד הדבר ס'איז פאראן א סך הגשמה אין די אגדתות, און דערפאר איז דער ראב"ד אין פ"ג מהל' תשובה מלמד זכות אויף דער מגשימים וואס זיינען געווארן מבולבל וייל זיי.
מאנטאג יוני 22, 2020 8:47 pm#452576
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי סתם אזוי נישט. אז ד"צ מעג דא קומען און באשולדיגן דער רש"ב מיט כפירה און אפיקורסות, איז דיר יא פארשטענדליך, נאר א פאר בעלזער דיינים מעגן אים נישט באשולדיגן מיט די זעלבע?

די פיילן פון 'אפיקורס' און 'עובד ע"ז' האט ער געשאסן ערשט, און ער האלט אין איין שיסן. נאר וויבאלד זיין איינפלוס איז נישט צווישן די מענטשן מיט וועמן די רבנים חבר'ן זיך, שטערט עס זיי נישט.

אין שו"ע שטייט אז מ'טאר נישט לערנן פנימיות התורה ביז צו דער פערציג און מילא כריסו בש"ס ופוסקים. און דאס איז ממש צוליעב די גרייזן וואס קומן ארויס, אז מ'פארשטייט נישט די סגנוני הלשון, אדער די ברייטקייט פון די קאנצעפטן. דער וואס קען אפלערנן א סוגיא מיט א ברייטקייט, קען דערהייבן מער ווי איין סברא אויף א מאל, און קען אויסווארטן ביז די פארשטאנד קומט פון די פינסטערניש פון די סוגיא, ער קען לערנן א האקעלע מושג אין פנימיות התורה. איך ווייס אז דער בעל התניא האט געהאלטן אדער געזאגט אז היינט איז אנדערש ווייל דער בן מלך איז קראנק וכדו'. אבער די פראבלעם דערפון איז שטארק קענטיג, ווי אזא קאנצעפט פון נמנע הנמנעות, וואס איז א קאנצעפט פון דער תשובות הרשב"א קעגן דער רמב"ם, ווערט שיחה בפי בריות צו מאכן חוזק פון 'געטליכע זעלבסטמארד'.

הן די גלויבערס הן די לייקענערס זענען עלול צו די זעלבע פראבלעם.

@קל וחומר - קלארענס טאמעס האט שוין פארענטפערט די שאלה בטוטו"ד. אז ער קען עס נישט אויסשמועסן מיט קיין שום מענטש וואס האלט אנדערש, ווייסטו אז שכל שפילט גאר א קליינעם ראלע.


ס'איז נישט דא א רשב"א אנטקעגן רמב"ם אין דער ענין פון נמנע הנמנעות. ס'איז א חב"דצקער ליגן. דער רשב"א זאגט מפורש אין שו"ת ח"ד סי' רל"ד פונקט ווי רמב"ם.
מאנטאג יוני 22, 2020 8:51 pm#452577
Arh123 האט געשריבן:אן אפדעיט: דער גאון אונזערער האט שוין א פראבלעם מיט נעגל וואסער!

די סברא איז פשוט: היות אלץ דארף דאך זיין "רציונאל" במילא איז דאך פארשטאנדיג אז דער טעם פון נעגל וואסער איז מצד באקטיריה איז גענוג א סעניטייזער וכיו"ב.

און אז מפרעגט אים: וואס איז מיט נטילת ידיים לסעודה? ענטפערט ער: "אין הכי טאקע" און ער האט א בפירושע גאונישע ראי': היות ווען איימיצער קען נישט זיך וואשען קען ער נוצען א "מיטאפחית" (אזוי רופט דער גאון א מטפחת) איז וואס פאר א חילוק איז דא צווישען א מיטאפחית מיט א סעניטייזער? ודפח"ח.

נ. ב. ער גרייט זיך געבען א שיעור וועגען הוז"ל ובלשונו: אזא שיעור איז נאכניט געווען מימות ער ואונן! און די גאנצע וועלט וועט איינזען דעם היתר זיינעם!


נישט ער האט א פראבלעם מיט די שטות פון 'נעגל וואסער' נאר דער רמב"ם אליין, ווי דער מלבי"ם האט שוין באווייזט אין ארצות החיים סי' ד'.

איך האב געשריבן וועגן דעם יארן צוריק אין עצכ"ח:

m https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp ... id=2467927 m

ובספרי החדש יתבאר בארוכה.
מאנטאג יוני 22, 2020 8:53 pm#452579
משה זאב פעטש געבער: (איך בעט דיך געב מיר נישט קיין פאטש). ס'גייט ארום א לעגענדע אז דער קאפיטאן פון די ..."טיטאניק"...איז ארויפגעגאנגען אויף די דעק. ווען ער האט געזעהן די פראכט און גרויסקייט פון די שיף האט ער זיך אנגערופן..."אפילו גאט אליין קען נישט זינקען די שיף"...!...און די רעסט איז היסטאריע.

יא. איך גלייב באמונה שלימה אז די לעגענדע איז אמת...!
מאנטאג יוני 22, 2020 9:10 pm#452581
berlbalaguleh האט געשריבן:משה זאב פעטש געבער: (איך בעט דיך געב מיר נישט קיין פאטש). ס'גייט ארום א לעגענדע אז דער קאפיטאן פון די ..."טיטאניק"...איז ארויפגעגאנגען אויף די דעק. ווען ער האט געזעהן די פראכט און גרויסקייט פון די שיף האט ער זיך אנגערופן..."אפילו גאט אליין קען נישט זינקען די שיף"...!...און די רעסט איז היסטאריע.

יא. איך גלייב באמונה שלימה אז די לעגענדע איז אמת...!


גאט קען זינקען יעדע שיף ווייל ער איז אלעסמעכטיג אז מ'רעדט וועגן פיזיקע.

אבער גאט אויכעט קען נישט מאכען אז 1+1=3.
מאנטאג יוני 22, 2020 9:16 pm#452583
פארוואס עפעס שלום בער, קומט אים לכה"פ הרב אדער אדמו"ר אדער רש"ב.
מאנטאג יוני 22, 2020 9:28 pm#452589
נהורא נפישא: דאס קומט מסתמא ווייל מען האט איינגעזאפט דעם חינוך הקלוקל. ווייל ס'דאכט זיך אז מ'האט געקענט דעם לעצטן רבי פון די גזע. וואס אויף איהם האט מען (די פראסטאקעס) דאך געשפעט. און געזאגט אז ער איז א גוי.וואס זיי און זייערע מחנכים האבן נישט אנגעהויבן צו וויסן די גדלות און די גרויסע זכותים פון איהם. זאגן זיי שוין אויף אלע רבי'ס פון די גזע, וועלכע זענען געווען באמת שרפי מעלה, אז זיי זענען (ח"ו) געווען אזעלכע פראסטאקעס ווי זיי אליין...!

און אונז האמיר געמיינט אז די תינוקות שנשבו דרייען זיך ארום אין די קיבוצים אין מדינת ישראל...!
מאנטאג יוני 22, 2020 9:51 pm#452594
בערל, דו צילסט אין אן אומריכטיגע ריכטונג. דער פעטש-געבער איז גאר באקאנט אלס א פעטש געבער, אבער נישט ווי די מלמדים אין חדר, נאר אין א צווייטע אופן. און פאר דערפאר באשטייט זיין לעבן פון בארעדן דער אריז"ל און דער רשב"א און ווער נישט. ווען ער וואלט ווייניגער פעטש געגעבן, וואלט ער זיך נישט געטראפן אין זיין מצב, און ער וואלט נישט געמוזט אנטדעקן זיין אלע וויכטיגער יסודות. ער איז נישט קיין סאטמארער, און מסתמא ניטאמאל אן אונגארישער אפשטאמיגע.

דער קלות הדעת וואס ווערט דא אויסגעשמועסט, ווען באמת רעדט זיך דא פון די יסודות פון צמצום און סוד העיבור, די יסודות פון צדיק ורע לו און געטליכקייט, און אלס מיט א וויש אפ און א פערזענליכע שטאך. אבער ער ווייסט וואס דער רמב"ם 'וואלט' געזאגט!! וואס דער רמב"ם האט געזאגט, האט ער נישט קיין אהנונג, אחוץ אפאר ציטוטים שלא במקומם, אבער וואס ער 'וואלט' געזאגט, ווייסט ער שוין גוט.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:25 pm#452601
ליטוואק פון בודאפעסט: ווען איך האב גערעדט פון דעם חינוך הקלוקל פון סאטמאר, האביך נישט געמיינט צו זאגן אז דער פאררוקטער רשע אש"י איז א סאטמאר'ער. נאר ער איז נישט דער איינציגער וואס דרייט זיך ליידער ארום בתוך הקהל.

דאס איז דאך געווען די כוונה פונ'ם לעצטן פסוק אין מיין תגובה. דאס האב איך אמאל געזאגט פאר א בחור'ל, א רעביש אייניקל וואס ער האט נעבעך באקומען דעם חינוך הקלוקל פון סאטמאר.

דער בחור'ל האטציך אמאל, פארנדיג אויף מיין באס אויסגעדרוקט זייער פראסט אויף דעם קלויזנבורגער רב זצ"ל. האביך איהם געזאגט אז ווען ער און זיין טאטע און זיין זיידע וועלכער האטציך פאררופן אויפ'ן נאמען פון אן אונגאריש אדער ראמעניש שטעטל זאללן דאווענען יום כיפור ביי נעילה מיט אזא כוונה ווי דער איד האט געמאכט א שהכל אין א פראסטן דאנערשטיג, וואלט זייער גוט געווען. דאמאלס האביך מחדש געווען די מימרא אז די תינוקות שנשבו דרייען זיך ארום נישט נאר אין א קיבוץ אין מדינת ישראל. נאר דאהי. און זיי גייען ווייסע זאקן...!
מאנטאג יוני 22, 2020 10:37 pm#452605
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
משה זאב פעטש-געבער האט געשריבן:איך וויל נישט טאקע מחווה דעה זיין און מכניס זיין מיין קאפ צווישן די שני ההרים הגדולים. איך האב נאר געשריבן די שני צדדים, וירא הקהל וישפוט. אדרבה, אפשר וועט איינער קומען פון דא מאכען סדר דארטן און משכין זיין שלום צווישן יידן, ועושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:39 pm#452608
.
מאנטאג יוני 22, 2020 11:54 pm#452640
הנוהגין לגעור אפיקורוס באלו החולקים עליהם, מנהג שטות הוא (שו"ע חלק ה').
ובפרט בנידון דידן, קען מען צוטיילן די מחלוקת אויף צוויי פערספעקטיוון.
מצד אחד, די שאלה צו נמנעות איז מגרע פון אמניפאטענס, וואס דאס קען מען זאגן איז די שאלה פון בחירה (אדער פארקערט, לפי הטעם) וואס דאס אויך זיין א טעאלאגישע שאלה אויף למעשה, יש אומרים אז נישט ממילא איז הכל במקומו עומד, און ס'דא וואס זענען מצמצם בחירה כדי ס'זאל נישט מגרע זיין פון ידיעה.
מאידך די inquiry איבער די אמניפאטענס און וויאזוי עס ארבעט, ווי די שאלה פונעם שטיין וואס מען קען נישט הייבן, וואס מצד אחד קען מען זיך אריינטוהן דערינען צו פארענטפערן, אדער קען מען זאגן אילו ידעתיו הייתיו.

ס'איז אן אור אלטע שאלה און שרייען אפיקורוס אויף either צד, איז אפיקורסות בשכל הישר.
דינסטאג יוני 23, 2020 12:00 am#452642
עס איז נישטא קיין מענטש וואס קען אזוי צוגרונד לייגן א מענטש, ווי דער באטרעפנדער זעלבסט.

ווען דער פעטש געבער מיינט אז ער טיילט פעטש פאר אנדערע, ווען אין די זעלבע צייט פראסקעט ער זיך זעלבסט אין געזיכט, און דערציילט פאר יעדן פונקטליכערהייט וואספארא חכם ער איז, וואספארא 'מענטש' ער איז, וואספארא שפראך ער באנוצט, און וואספארא טענות ער פארמאגט אין זאפאס, דאן האבן מיר א קלארן ביישפיל פון די ווערטער פון חז"ל (אין וועמען ער גלייבט נישט) "סייג לחכמה שתיקה", און ווי מ'פלעגט פארטייטשן אז מיטן זיין שטיל קען זיך כאטש דאכטן אז דער שטילער איז קלוג.

אויב מיסטער מאסקאוויטש איז א פריינד מיטן פעטש געבער (כ'וועל אננעמען אז ער איז נאר זיינס א פריינד, און מאסקאוויטש זעלבסט רעדט מער איידל), דאן וועל איך פארשטיין בעסער דעם מאמר העולם: "זאג מיר ווער דיינע פריינד זענען, און איך וועל דיר זאגן ווער דו ביסט". אויב מאסקאוויטש און פעטש געבער וועלן פארשטיין איין מאמר פון "שלום בער" אזוי קלאר ווי די פקחות'ן פונעם אי"ש בליעל, וועלן זיי מעגליך וויסן פארוואס פון זייער פיסקל רינט אייטער אנשטאט פערל רייד.


---
און צו אלע יפי נפש, וואס פארשטייען נישט פארוואס מ'רייסט אונטער דעם מטורף ווען "סך הכל" זאגט ער נאך א דעה אין עניני אמונה צי הלכה, איז דער פשוט'ער ענטפער אז ווילאנג ער שרייבט נישט קלאר אז ער איז א רעפארמער צי א קראי, דאן פארקויפט ער זיך אלס היימישער פוסק בעניני דעות והלכה, און אויב זיינע פסקים זענען נישט אויסגעהאלטן לויטן היימישן דרך הפסק און לויט ארטאדאקסיע איז דאס כפירה (און טפשות), דאן דארף מען דאס דערציילן ברבים.

און אויב בנוסף לזה, האט דער שמוציג פיסק אויך זוכה געווען אז בנוסף צו זיין לינקע אגענדע איז ער אויך א פוסטער עם הארץ און דל גאה ביינאנזאם, דאן דארף מען דאס באזונדער שטארק ארונטעררייסן און מודיע זיין ברבים, כדי מ'זאל וויסן אז ער איז ניטאמאל קיין סאלאמאן שעכטער צי אברהם גייגער, וואס כאטש לערנען האבן זיי געקענט, נאר ער איז א לערע שטרוי זאק מיט א גרויס מויל.
דינסטאג יוני 23, 2020 12:03 am#452644
אריה: כ'האב נישט געגעבן קיין לייק. ווייל כ'האב נישט פארשטאנען. ס'הייסט . וואס דאסטאיעווסקי האט געזאגט האביך יא פארשטאנען...!
דינסטאג יוני 23, 2020 12:13 am#452649
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
berlbalaguleh האט געשריבן:אריה: כ'האב נישט געגעבן קיין לייק. ווייל כ'האב נישט פארשטאנען. ס'הייסט . וואס דאסטאיעווסקי האט געזאגט האביך יא פארשטאנען...!
וואס איך האב פרובירט צו זאגן איז אז דאס וואס ר' פעטש געבער נ"י כאפט זיך ארויף אויף די חב"ד מהלך פון נמנע הנמנעות זיי צו באשולדיגונגען אין כפירה, איז נאריש ווייל עס איז א חלק פון די פילאסאפישע דיסקוסיעס פון די היסטאריע און קיין איין צד איז נישט מחדש קיין גרויסע אפיקורסישע תורות. (כ'האב צוגעלייגט צוויי דוגמאות וויאזוי די ארגומענט האט זיך צוטיילט ביי מיר, בחירה און די שאלה פונעם שטיין)
דינסטאג יוני 23, 2020 12:26 am#452653
ארי נוהם האט געשריבן:און צו אלע יפי נפש, וואס פארשטייען נישט פארוואס מ'רייסט אונטער דעם מטורף ווען "סך הכל" זאגט ער נאך א דעה אין עניני אמונה צי הלכה, איז דער פשוט'ער ענטפער אז ווילאנג ער שרייבט נישט קלאר אז ער איז א רעפארמער צי א קראי, דאן פארקויפט ער זיך אלס היימישער פוסק בעניני דעות והלכה, און אויב זיינע פסקים זענען נישט אויסגעהאלטן לויטן היימישן דרך הפסק און לויט ארטאדאקסיע איז דאס כפירה (און טפשות), דאן דארף מען דאס דערציילן ברבים.


דברים של טעם.
לדוגמה, ווען א גרויסע קאמפאני פון וועגעטארישע וואורשטלעך ווערט אנטדעקט אלס א fraud, א מאכיל נבילות וטריפות לאוכלי צמחים, איז פארשטענדלעך צו ערווארטן פון וועגעטארישע בלאגערס און אייקאנען צו רעדן דערפון און to raise awareness כדי להציל אוכלי הצמחים ממכשול. די זעלבע איז דא. די רבנים האבן א רעכט און פילייכט גאר א פליכט צו די וועלכע פארלאזן זיך אויף זיי צו מעורר זיין דעם רבים אז זיינע ווערטער זענען נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע סטאנדארדן.

נאר די רבנים מעגן זיך לערנען אז ווען זיי רעדן ווען אביסל שענער וואלטן מער מענטשן געהערט, אזוי ווי ס'שטייט שוין אין פסוק דברי חכמים בנחת נשמעים און ווי רש"י איז מסביר הער אויף שרייען אפיקורוס און זיי מסביר די פראבלעם בסבר פנים יפות.
דינסטאג יוני 23, 2020 1:06 am#452666
איך קוק אן דעם א.ג. חרם אויף דעם מאן דהו ווי פאלגענד:

עס דארף זיין א גבול און א שיעור ביז וויפיל א מענטש מעג זיך פירן לויט זיינע דיעות און השקפות.

דאס מיינט, ביסט א ברייטער יונגערמאן? האסט א דיעה אין א נושא? פיין, קיינעם באדערט דאס נישט און מ'וועט נישט דן זיין יעצט צי ער איז יא גערעכט אדער נישט.

אבער, אנטשוליגט רבי מאסקאוויטש, ביסט לכאורה א חשוב'ער יונגערמאן. אבער, האלאו!!! רואיג! וואס זענען אייערע צערעמאניעס? וואס איז דער פארברענאכץ פונעם זוהר און דאס פאוסטן אומעטום וואס? מעגליך אז דו ביסט גערעכט כלפי דיין שיטה לגבי דעם ספר הזוהר. אבער האסטו נישט קיין גרעניצן? איר ווייסט נישט צו שעצן טויזנטער אידן איבער דער וועלט וואס שעצן יא דעם זוהר? וכהנה רבות.

קען זיין אז איר זענט גערעכט מיט אייערע שיטות לגבי הוז"ל און אנדערע ענינים, אבער מיט א רואיגקייט. וואס איז דער שמחה און דער עקסטאז אז עס קומט א שיעור שלא היה מימות ער ואונן? וואס גייט דא פאר?

אזא איינער ברויך באקומען א שטיקל מעסעדזש אז ער זאל אראפסלאוען און זיך בארואיגן. באקרידעווע נישט קיין מענשטן, העץ נישט און מאך נישט אוועק. האסט א שיטה? פיין באמת ובצדק. אבער היט דיינע שיטות און בונטעווע מיר נישט ארום דא.

און דער זעלבער איז מיט דעם אש"י. יא, אוודאי, ער איז א רעכטער תלמוד חכם. ש"ס און תנ"ך איז שגור על לשונו ווי אשרי יושבי, ער האט א רעפוטאציע פון יארן לאנג זיצן און לערנען. כ'ווייס טאקע אז ער זאגט כסדר סתם אז המון עם אידן דארפן נישט הערן זיינע שיעורים. אקעי. אבער פון דא ביז'ן אוועקמאכן גדולי ושרפי עולם וואס א פראמינענטער חלק פון כלל ישראל איז נשענים עליהם איז א ריזיגער אחריות'דיגער שריט.

יעדער פארשטייט אז אוועקמאכן א חסידות, אקעי, כ'הער וואס דו זאגסט. דו האלטסט אז א גאנצער שטעטל איז זיך מוסר נפש אויף נארישע און לופטיגע קפידות. אבער פאברענען שטיוול וויבאלד דארט גייט מען מיט שטיוול? א וויצ'ל דא דארט, פיין. אבער מ'ברויך וויסן צו נעמען זאכן און דאס באלאנסירן.

קיינער טוט קיינעם נישט אפהאלטן פון טראכטן אזוי אדער אזוי. קיינער איז נישט בעל הבית אויף א צווייטן און יעדער האט א רעכט צו טון כפי העולה על רוחו. אבער ביז דאס איז אויף א צווייטנס חשבון און איז מיט א געוואלדיגע שמחה לקנתר ולאתגר באחרים. ודי בזה.

ווי אזוי פלעגט מען ביי אונז זאגן? טו נישט קיין זאכן וואס דו ווייסט אז דו וועסט דערמיט אויפרעגן אנדערע. ביסט גערעכט, אבער מיט א מהלך און מיט א באלאנס.
דינסטאג יוני 23, 2020 2:23 am#452682
ווער איז אש"י?
דינסטאג יוני 23, 2020 5:51 am#452691
אריה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אריה: כ'האב נישט געגעבן קיין לייק. ווייל כ'האב נישט פארשטאנען. ס'הייסט . וואס דאסטאיעווסקי האט געזאגט האביך יא פארשטאנען...!
וואס איך האב פרובירט צו זאגן איז אז דאס וואס ר' פעטש געבער נ"י כאפט זיך ארויף אויף די חב"ד מהלך פון נמנע הנמנעות זיי צו באשולדיגונגען אין כפירה, איז נאריש ווייל עס איז א חלק פון די פילאסאפישע דיסקוסיעס פון די היסטאריע און קיין איין צד איז נישט מחדש קיין גרויסע אפיקורסישע תורות. (כ'האב צוגעלייגט צוויי דוגמאות וויאזוי די ארגומענט האט זיך צוטיילט ביי מיר, בחירה און די שאלה פונעם שטיין)


וואס פאר שטותים רעדסטו?

"ס'איז א חלק פון די פילאסאפישע דיסקוסיעס פון די היסטאריע"?

וואס פאר פילאסאפיע קענסטו, און וואס פאר היסטאריע?

די פריאידיקע אינעם יידישן היסטאריע וואס האבן געזאגט אז גאט קען באשאפן אן אנדערן גאט ווי אים (ווי שלום בער האט געזאגט), אדער "אנטאן" אין א מענטשעלכער קערפער (ווי דער משיח מ.מ.ש. האט געזאגט וועגן שווער יוסף יצחק), זיינען געווען די תלמידים פון יעזוס.

אין ס' העיקרים ג. כב, אין דער שטיקל וואס שלום בער גייט ארויס אנטקעגן, דער בעל העיקרים קריגט זיך מיט די קריסטן.
דינסטאג יוני 23, 2020 9:54 am#452704
איך האב מיך שוין געפרייט איבער דעם הרב מאסקאוויטש אז ענדליך האמיר איינער וואס וועט אונז געבן א לייכטערע אידישקייט. אדערווייל שטעלט זיך ארויס גאר פארקערט אין דעם אשכול אז מאסקאוויטש איז גאר פרומער און מער מחמיר ווי סיי וועמען. אויב די ליובאביטשער רביס (און ווער נישט) זענען אפיקורסים ווי יאשקע, איז דאך לא מצינו ידינו ורגלינו בביהמ"ד. לאמיך ענדערש צוריקגיין קיין סאטמאר אדער בעלז וואו מען איז מער עקסעפטינג פון אפיקורסים.

כמובן איז דאס געשריבן געווארן אויף אן אופן פון א ווערטל, אבער כ'מיין עס האלב ערנסט. דזשאדזשינג רבנים וואס פסק'נען אויף יעדע צווייטע אז ער איז אן אפיקורס האבן מיר גענוג.


.
דינסטאג יוני 23, 2020 10:38 am#452713
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בערל, דו צילסט אין אן אומריכטיגע ריכטונג. דער פעטש-געבער איז גאר באקאנט אלס א פעטש געבער, אבער נישט ווי די מלמדים אין חדר, נאר אין א צווייטע אופן. און פאר דערפאר באשטייט זיין לעבן פון בארעדן דער אריז"ל און דער רשב"א און ווער נישט. ווען ער וואלט ווייניגער פעטש געגעבן, וואלט ער זיך נישט געטראפן אין זיין מצב, און ער וואלט נישט געמוזט אנטדעקן זיין אלע וויכטיגער יסודות. ער איז נישט קיין סאטמארער, און מסתמא ניטאמאל אן אונגארישער אפשטאמיגע.

דער קלות הדעת וואס ווערט דא אויסגעשמועסט, ווען באמת רעדט זיך דא פון די יסודות פון צמצום און סוד העיבור, די יסודות פון צדיק ורע לו און געטליכקייט, און אלס מיט א וויש אפ און א פערזענליכע שטאך. אבער ער ווייסט וואס דער רמב"ם 'וואלט' געזאגט!! וואס דער רמב"ם האט געזאגט, האט ער נישט קיין אהנונג, אחוץ אפאר ציטוטים שלא במקומם, אבער וואס ער 'וואלט' געזאגט, ווייסט ער שוין גוט.


וואס דרייסטו דעם ספאדעק, טיפש'ל?

וואס זאגט דער רמב"ם אין מו"נ א, סב, וועגן קמיעות?

וואס שרייבט ער אינעם איגרות וועגן 'שיעור קומה'?

פארוואס האט ויטאל געגעבן דעם רמב"ם נאר די לינקע פאה אין דער געטלעכע בארד, און נחמן ברעסלעווער ווילט אים צורייסן אפילו פון דארטן?
דינסטאג יוני 23, 2020 12:52 pm#452736
אנשטשולדיגט אייך, אבער דא איז דא תקנות וויאזוי זיך אויפצופירן און שרייבן, אינקלודינג אז אויף א רבי אדער רב קומט זיך כאטש א מינימאלע טיטל, נישט קיין חילוק דיין פערזענליכע מיינונג אויף יענעם.
חוץ מזה די גאנצע דיון קומט בכלל נישט אריין אין די אשכול, אויב דו ווילסט עפען אזא אשכול אין העמק דבר אין א רואיגע מינוט מיט א נארמאלערן טאן.

ועוד אז דיין שפראך און צוגאנג צו אנדערע ווייזט אביסל וואס עס ליגט אין דיר אינערליך (די קולמוס הלב, ארבייט אויף אויף ביידע וועגן..)

האלט זיך צו די תקנות אויב נישט קענסטו פליען פון דא מיט אזא פראסק, אז עס וועט זיין בא לחלק ויצא מפורק ומפורד.
דינסטאג יוני 23, 2020 12:56 pm#452738
לאז באמאכט, אין די צייטן דארף מען האבן אביסל comic relief.

זאל ער בלייבן און משמח זיין דער עולם מיט זיין וואונדערליכע חידושים און פעטש

געדענק, יעדער פאטש וואס פאלט אויף אונזער באקן, ראטעוועט זיין ווייב און קינדער פון א פאטש.
דינסטאג יוני 23, 2020 1:02 pm#452741
הרב פעטש געבער: אויב ביזטו אזא שטארקע רמב"ם'יסט, ווייסטו דען נישט אז די רמב"ם פסק'נט אז מטאר נישט טיילן קיין פעטש..... :D
דינסטאג יוני 23, 2020 1:13 pm#452745
לייבל שטילער האט געשריבן:הרב פעטש געבער: אויב ביזטו אזא שטארקע רמב"ם'יסט, ווייסטו דען נישט אז די רמב"ם פסק'נט אז מטאר נישט טיילן קיין פעטש..... :D


פארשאנדיק ס'ווענט זיך צו וועמען.

למשל, צו דער פרוי, זאגט דער הייליגער רמב"ם אין פכ"ג מהל' אישות, אז מ'דארף דאס מאכען מיט דער "שוט".

להבדיל האט אזוי געזאגט אויך איינער מחכמי אוה"ע, ניטשע, "בלכתך אל האשה אל תשכח את השוט".

דיין חבר, 'ליטוואק פון בודאפעסט', זע איך, האט אויך א טראומא, אויך פונעם מלמד אינעם 'חדר' און אויך פונעם טאטן.

זארג נישט, ר' ליטוואק. מיר האלטן נישט אין דער אונגערישער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און נישט מיטן ליטווישער חזיריי. מ'וועט נישט נוצן דער פאסיק און נישט דער קאנטשיק. אפשר א פאר גוטע פעטש מיט די הענט.
דינסטאג יוני 23, 2020 6:03 pm#452784
איך בין נישט דיין ווייב, ממילא גייסט דו מיר נישט שלאגן. שיין פון דיר. דיין חבר האט דאך שטארק געליטן פאר אזעלכע עבירות, ווייב נאך ווייב האט ער געמוזט גט'ן, ווייל זיי זענען אלע געווען ראב"ד\רמב"ן אידן, נישט רמב"ם'ס. איך וויל דיר נאר זאגן אז דער רמב"ם מיינט נישט אז דער מאן זאל באמקל'ן די ווייב, ער מיינט אז ב"ד זאל עס טון, כפשוטו. דער גוי קען ווייטער זיין דיין וועג ווייזער. האלט דיר אבער ווייטער א רמב"ם'יסט. עס איז גוט פאר דיין לעבן, און דערמיט וועסטו זוכה זיין אויסצולייזן די גאנצע אידישע פאלק לנצח.
דינסטאג יוני 23, 2020 6:07 pm#452785
כ'קלער צו מיטן שריפטשטעלער אפגרעיד איז מיטגעקומען א דאזן באטס-טראללס-משוגעים נאר כדי אויפצולעבן דאס טויטקייט דא.

שווער צו גלייבן אז מענטשן זענען עכט אזוי פאריקט. און אויך היבש שווער צו פארשטיין ווי אזא בריה ווי דער פעטש געבער האט נאך עקסעס אהער בעוד וואס מנאשקע רודפט מען אויס די קישקעס.
דינסטאג יוני 23, 2020 11:56 pm#452845
בא לברך ונמצא מקלל,

מיין מטרה איז געווען צו מגין זיין אויף א נרדף, איך קען נישט פארנעמען ווען מ'טעראריזירט מענטשן פארן עקספרעסן אייגענע דעות.

אנדערש ווי ATUB @ארי נוהם ATUB וואלט איך נישט גע'פסל'ט איינעם וועגן די התנהגות פון זיינע חברים, (פונקט ווי מ'קען נישט פסלנען ארי נוהם ווייל איך בין א יפה נפש ;) ).

למעשה, עס איז אראפגעפארן צו א לאו-לעוועל, וידיי מסולקת.

אבער איך פיהל פאר וויכטיג צו ענדיגן מיט דעם אז כמובן עס איז נאריש צו באשולדיגן חב"ד מיט כפירה פונקט ווי צו באשולדיגן אנדערע, און מיין דעה איז אייניג אויף די אטאקירערס פון ביידע זייטן, ודי בזה.
מיטוואך יוני 24, 2020 12:05 am#452847
אז מ'רעדט שוין וועגן דעם רמב"ם און כפירה איז כדאי צוצוצייכענען אז דער יעב"ץ זאגט אז ס'קען נישט זיין אז דער מורה נבוכים האט דער רמב"ם געשריבן ווייל ס'פיל מיט כפירה און אפיקורסת, וז"ל: "אך לב"ס (?BS) מורה נבוכים לא יכולתי לישא פנים, בזכרי מה שכתב בענין הנסים שבתורה ונביאים ובמעשה מרכבה שבדה מלבו ב"ס המורה והרכיבם עם חכמת מה חיצונית... אשר לא ממקור ישראל חוצבו. רעדה אחזתני, חלחלה מלאה ממני. על כן אמרתי בחפזי כל האדם הקורא בשם הרמב"ם על חבור ספר מונה נבוכים כוזב." (איי אונז ווייסן דאך קלאר אז דער רמב"ם האט עס יא געשריבן קומט דאך אויס אז דער רמב"ם געווען אן אפיקורס? דאס דארפסטו שוין אליינס צאמשטעלן, ער דארף דיך נישט אלעס אריינפיטערן מיט א גאלדענע לעפל...)

m https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=14 m
מיטוואך יוני 24, 2020 12:25 am#452849
טאמבל סאס האט געשריבן:ווער איז אש"י?

רב אברהם שלמה יאווא
מיטוואך יוני 24, 2020 1:46 am#452856
ארי נוהם האט געשריבן:עס איז נישטא קיין מענטש וואס קען אזוי צוגרונד לייגן א מענטש, ווי דער באטרעפנדער זעלבסט.

ווען דער פעטש געבער מיינט אז ער טיילט פעטש פאר אנדערע, ווען אין די זעלבע צייט פראסקעט ער זיך זעלבסט אין געזיכט, און דערציילט פאר יעדן פונקטליכערהייט וואספארא חכם ער איז, וואספארא 'מענטש' ער איז, וואספארא שפראך ער באנוצט, און וואספארא טענות ער פארמאגט אין זאפאס, דאן האבן מיר א קלארן ביישפיל פון די ווערטער פון חז"ל (אין וועמען ער גלייבט נישט) "סייג לחכמה שתיקה", און ווי מ'פלעגט פארטייטשן אז מיטן זיין שטיל קען זיך כאטש דאכטן אז דער שטילער איז קלוג.

אויב מיסטער מאסקאוויטש איז א פריינד מיטן פעטש געבער (כ'וועל אננעמען אז ער איז נאר זיינס א פריינד, און מאסקאוויטש זעלבסט רעדט מער איידל), דאן וועל איך פארשטיין בעסער דעם מאמר העולם: "זאג מיר ווער דיינע פריינד זענען, און איך וועל דיר זאגן ווער דו ביסט". אויב מאסקאוויטש און פעטש געבער וועלן פארשטיין איין מאמר פון "שלום בער" אזוי קלאר ווי די פקחות'ן פונעם אי"ש בליעל, וועלן זיי מעגליך וויסן פארוואס פון זייער פיסקל רינט אייטער אנשטאט פערל רייד.


---
און צו אלע יפי נפש, וואס פארשטייען נישט פארוואס מ'רייסט אונטער דעם מטורף ווען "סך הכל" זאגט ער נאך א דעה אין עניני אמונה צי הלכה, איז דער פשוט'ער ענטפער אז ווילאנג ער שרייבט נישט קלאר אז ער איז א רעפארמער צי א קראי, דאן פארקויפט ער זיך אלס היימישער פוסק בעניני דעות והלכה, און אויב זיינע פסקים זענען נישט אויסגעהאלטן לויטן היימישן דרך הפסק און לויט ארטאדאקסיע איז דאס כפירה (און טפשות), דאן דארף מען דאס דערציילן ברבים.

און אויב בנוסף לזה, האט דער שמוציג פיסק אויך זוכה געווען אז בנוסף צו זיין לינקע אגענדע איז ער אויך א פוסטער עם הארץ און דל גאה ביינאנזאם, דאן דארף מען דאס באזונדער שטארק ארונטעררייסן און מודיע זיין ברבים, כדי מ'זאל וויסן אז ער איז ניטאמאל קיין סאלאמאן שעכטער צי אברהם גייגער, וואס כאטש לערנען האבן זיי געקענט, נאר ער איז א לערע שטרוי זאק מיט א גרויס מויל.


טול קורה מבין עיניך