Under maintenance
הויפט זייט » הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א

הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
215 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13951
מיטוואך יוני 24, 2020 6:47 pm#452936
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לב"ס (?BS)

לבעל ספר
מיטוואך יוני 24, 2020 6:52 pm#452937
אריה האט געשריבן:דברים של טעם.
לדוגמה, ווען א גרויסע קאמפאני פון וועגעטארישע וואורשטלעך ווערט אנטדעקט אלס א fraud, א מאכיל נבילות וטריפות לאוכלי צמחים, איז פארשטענדלעך צו ערווארטן פון וועגעטארישע בלאגערס און אייקאנען צו רעדן דערפון און to raise awareness כדי להציל אוכלי הצמחים ממכשול. די זעלבע איז דא. די רבנים האבן א רעכט און פילייכט גאר א פליכט צו די וועלכע פארלאזן זיך אויף זיי צו מעורר זיין דעם רבים אז זיינע ווערטער זענען נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע סטאנדארדן.

נאר די רבנים מעגן זיך לערנען אז ווען זיי רעדן ווען אביסל שענער וואלטן מער מענטשן געהערט, אזוי ווי ס'שטייט שוין אין פסוק דברי חכמים בנחת נשמעים און ווי רש"י איז מסביר הער אויף שרייען אפיקורוס און זיי מסביר די פראבלעם בסבר פנים יפות.

דיינע דיבורים אינעם ערשטען האלב זענען די תשובה אויף דיינע דיבורים אינעם צווייטען האלב,
אויב די קהל וואלט געפאדערט רבנים וואס גייען זיין זייערע פארטרעטערס אזוי ווי די אוכלי צמחים פאדערן פון זייערע פארטרעטערס,
וואלטן מיר געהאט גאר אן אנדערער מזרח וואנט.

יעדער וויל האבן א בעסערע רייזע אויף דער "אם בגבורות שמונים שנה" און קיינער וויל נישט אויף-שאקלען די האקעלע שיף.
דאנערשטאג יוני 25, 2020 7:09 pm#453061
פנינים פונעם גרויסען גאון מופלא:
פרייטאג יוני 26, 2020 1:48 pm#453115
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
נקודת-אמת האט געשריבן:
אריה האט געשריבן:דברים של טעם.
לדוגמה, ווען א גרויסע קאמפאני פון וועגעטארישע וואורשטלעך ווערט אנטדעקט אלס א fraud, א מאכיל נבילות וטריפות לאוכלי צמחים, איז פארשטענדלעך צו ערווארטן פון וועגעטארישע בלאגערס און אייקאנען צו רעדן דערפון און to raise awareness כדי להציל אוכלי הצמחים ממכשול. די זעלבע איז דא. די רבנים האבן א רעכט און פילייכט גאר א פליכט צו די וועלכע פארלאזן זיך אויף זיי צו מעורר זיין דעם רבים אז זיינע ווערטער זענען נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע סטאנדארדן.

נאר די רבנים מעגן זיך לערנען אז ווען זיי רעדן ווען אביסל שענער וואלטן מער מענטשן געהערט, אזוי ווי ס'שטייט שוין אין פסוק דברי חכמים בנחת נשמעים און ווי רש"י איז מסביר הער אויף שרייען אפיקורוס און זיי מסביר די פראבלעם בסבר פנים יפות.

דיינע דיבורים אינעם ערשטען האלב זענען די תשובה אויף דיינע דיבורים אינעם צווייטען האלב,
אויב די קהל וואלט געפאדערט רבנים וואס גייען זיין זייערע פארטרעטערס אזוי ווי די אוכלי צמחים פאדערן פון זייערע פארטרעטערס,
וואלטן מיר געהאט גאר אן אנדערער מזרח וואנט.

יעדער וויל האבן א בעסערע רייזע אויף דער "אם בגבורות שמונים שנה" און קיינער וויל נישט אויף-שאקלען די האקעלע שיף.
כ'מיין די רבנים רעדן צו די וואס הערן זיי אויס.
די פראבלעם מיט די סיילענט מעדזשאריטי איז אז זיי זענען סיילענט.
מאנטאג יוני 29, 2020 10:58 am#453282
Screenshot_20200629-105327_Drive.jpg
Screenshot_20200629-105314_Drive.jpg

אט האט איר אפאר פנינים פונעם גאון המופלא
מאנטאג יוני 29, 2020 11:25 am#453284
פירסום שלא לפרסום.
מאנטאג יוני 29, 2020 1:18 pm#453296
איך מעג פרעגן אפאר קשיות?

ווער איז זיין פאטער?
איז זיין רבי אש״י?
וואס האבן זיי קעגן די זוהר?

איך האב דאס געפרעגט דעם יאבוי וואס איז ער אזוי קעגן די זוהר? ווייל סאיז נישט אויטענטיש? משא״כ אלע אנדערע ספרים זענען יא אויטענטיש???

זאל ער דרייען א קאפ פאר א צווייטן...

איך האב אים געזאגט קוק אלע ישיבות לערנען גמרא און הלכה טאג און נאכט. ס׳קומט צו פסקנן שאלות אין דין תורות איז אלעס געווענטליך אן קיין ישרות. פרעגטס יעדער וואס איז געגעאנגען אמאל צו א דין תורה.... ווען די אלע שעות לערנען וואלט כאטש געהאלפן אז ס׳זאל זיין יושר און צדק וואלט עס געוועהן ווערט...

פרעגט ער מיך פארוואס איך בין יא א חסיד פון דעם זוהר.

זאג איך אים איך דארף נישט מעהר אז אלע אמאליגע חסידישע רביס בתוכם מיין רבי דער אהבת ישראל האבן זיך געקאכט אין די זוהר און אין קבלה און די תוצאה דערפון איז געוועהן אז זיי האבן ליב געהאט יעדע איד אפילו א פראסטע יונג, א פשוטע פארמער...

דאס איז גענוג פאר מיר...

און ער איז שטיל געבליבן...
מאנטאג יוני 29, 2020 6:31 pm#453324
די מעלה פונעם רמב"ם איז אז ער טיילט אויבערחכמישע דעות, "דער וואס גלייבט אין כישוף איז א שוטה, דער וואס גלייבט אז דער באשעפער האט געפילן איז אן עובד עבודה זרה. דו גלייבסט אין שדים?! חא חא חא, דו ביזט סתם פאנאטיש, איך בין פון די 'אויפגעקלערטע'! דו גלייבסט טאקע אין אלעס וואס שטייט אין די תורה?! טיפש איינער! ס'איז סתם דמיונות וואס מ'פארציילט פאר די טיפשים, איך בין קלוגער פון דעם.", און דאס רעדט צו מענטשן. מענטשן האבן ליב צו פילן אז זיי האבן א דעה און זיי ווייסן זאכן וואס די "פשוט'ע" מענטש ווייסט נישט.

און דאס זענען די פייערדיגע ווערטער פון הרב שמואל דוד לוצאטו: "מעתה הגע בעצמך, איש יהודי תמים מאותם אנשי צרפת (שהלעיג הרמב"ם עליהם באגרתו אל בנו) שהיו אוכלים בשר השור שלוק, מטובל בחומץ ובשומים, והיו חושבים שהאל קרוב לתפלותיהם בקראם בתלמוד וזולתו מחבורי ראשי הישיבות. ואיש אחד פילוסוף המבקש לקנות שלימתו האחרון בידיעת כל מה שביכולת האדם לדעתו, אמור נא למי משניהם תפנה אם תצטרך לעזרה... " (מחקרי היהדות א, 243)

אין היינטיגע שפראך: שטעל זיך פאר א תמימות'דיגער איד פון די חסידים אין וויליאמסבורג (פון וועם די ראציאנאליסטן מאכן חוזק אין זייערע בלאגס) וואס זיי עסן טשולענט מיט קוגל, פצעי און גאלע, און זיי מיינען אז דער באשעפער הערט אויס זייערע געבעטן ווען זיי שטופן זיך צו הערן די רבי'ס תורות, אדער ווען זיי לערנען זוהר אדער אנדערע חסידישע ספרים, און פון דער אנדערער זייט האסטו אן אויפגעקלערטער אויבערחכם וואס פרובירט קונה צו זיין שלימות דורך וויסן אלע סארטן חכמות און פילאזאפיעס וואס א מענטש האט נאר די מעגליכקייט נאכצוגיין, זאג דו מיר, צו וועלכע פון די צוויי וועסטו זיך ווענדן ווען דו וועסט דארפן הילף...
מאנטאג יוני 29, 2020 6:51 pm#453326
כאטש איך זע נישט די גרויסע פיקחות פון צ''ד משקרוויטש. ס''ה זאגט ער שיינע חידושים פאר יודן וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין די קופסה, וועלכע האבן נישט די נערווען צו נישטערן אין די ספרים פון די גדולי האומה בעניני דעות. און ממילא אז סקומט א איד און זאגט פאר זיי עפעס ענדערש פון וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ווערן זיי אין גאנצן פארלוירן און טאנצן נאך אים קק''ק, כאטש אז אלע זיינע אזוי גריפנע חידושים איז א פשטות פאר רוב מבקשים ומעיינים בספרי הראשונים (און רוב מענטשן האבן נישט די קליינקעפיגע העזה אויסצופסקנען ווי איינער פון די ראשונים כלפי חבריו, נאר ענדערש מקום יש בראש צו עקסעפטירן צוויי שייטת).
מיט דעם אלעמען מיין איך אז די פסק וואס ATUB @arh123 ATUB האט אראפגעברענגט בענין משכב דכר מיין איך אז לית מאן דפליג אז איינער וואס א דאקטער באשטעטיגט אז דאס איז ל''ע ול''ע זיין נאטור (ודלא כמש''כ האגרות משה דזה נגד הטבע, דכבר הוכיחו הרופאים דיש אחוז קטן מבנ''א דזה טבעם), במקום ער קען זיך נישט איינהאלטן און ער איז אן אנוס (והקב''ה יודע המחשבות), אז בודאי בכגון דא איז געזאגט געווארן די גמרא פון ילבוש שחורים.
מאנטאג יוני 29, 2020 6:54 pm#453328
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און דאס זענען די פייערדיגע ווערטער פון הרב שמואל דוד לוצאטו: "מעתה הגע בעצמך, איש יהודי תמים מאותם אנשי צרפת (שהלעיג הרמב"ם עליהם באגרתו אל בנו) שהיו אוכלים בשר השור שלוק, מטובל בחומץ ובשומים, והיו חושבים שהאל קרוב לתפלותיהם בקראם בתלמוד וזולתו מחבורי ראשי הישיבות. ואיש אחד פילוסוף המבקש לקנות שלימתו האחרון בידיעת כל מה שביכולת האדם לדעתו, אמור נא למי משניהם תפנה אם תצטרך לעזרה... " (מחקרי היהדות א, 243)

אין היינטיגע שפראך: שטעל זיך פאר א תמימות'דיגער איד פון די חסידים אין וויליאמסבורג (פון וועם די ראציאנאליסטן מאכן חוזק אין זייערע בלאגס) וואס זיי עסן טשולענט מיט קוגל, פצעי און גאלע, און זיי מיינען אז דער באשעפער הערט אויס זייערע געבעטן ווען זיי שטופן זיך צו הערן די רבי'ס תורות, אדער ווען זיי לערנען זוהר אדער אנדערע חסידישע ספרים, און פון דער אנדערער זייט האסטו אן אויפגעקלערטער אויבערחכם וואס פרובירט קונה צו זיין שלימות דורך וויסן אלע סארטן חכמות און פילאזאפיעס וואס א מענטש האט נאר די מעגליכקייט נאכצוגיין, זאג דו מיר, צו וועלכע פון די צוויי וועסטו זיך ווענדן ווען דו וועסט דארפן הילף...

ATUB @רביה''ק זי''ע ATUB כמיין גארנישט, אבער אויב שד''ל וואלט געווען אן אונגערישע רב וואלסטו חוזק געמאכט פון זיינע ווערטער. וכבר השיבו מהר''צ חיות בספרו תפארת משה.
מאנטאג יוני 29, 2020 6:56 pm#453329
פארוואס זאגסטו אז איך וואלט חוזק געמאכט? וואס איז דא חוזק צו מאכן? ער זאגט דאך אזוי גוט, ממש צו קושן יעדעס ווארט! להוי ידיע אז ממש די ווערטער האב איך אמאל געזאגט פאר א חבר און ער האט מיר צוגעוויזן דעם שטיקל, אפשר מיינסטו צו זאגן אז ווען איך וואלט אליינס געווען אן אונגארישער רב וואלט איך חוזק געמאכט פון מיר אליינס...

וואס אנבאלאנגט דעם מהרי"ץ חיות ווייס איך נישט פון וואס דו רעדסט, אפשר קענסטו צוצייכענען א מראה מקום. נישט אז איך גלייב אז ער וועט האבן א נארמאלע תירוץ אויף די פשוט'ע קשיא פון שד"ל "מה מצא הרמב"ם עוול באמונת זקנינו???", אבער א BS תירוץ איז אויך עפעס...
מאנטאג יוני 29, 2020 7:18 pm#453332
ס'נאר געווען בדרך צחות.
און טאקע דער רמב''ם זאגט אז די אלע אמונות פאסן נאר פאר שוטים און נשים.
דזאסט קידינג, דזאסט קידינג...
מאנטאג יוני 29, 2020 7:48 pm#453337
במחשבה שנייה טראכט איך צו מיר אז ווען אן אונגערישער רב וואלט געזאגט די ווערטער וואלט ער געמיינט מיט דעם מוכיח צו זיין די אויטענטישקייט פון קבלה, פון דעם וואלט איך טאקע חוזק געמאכט. ווייל דער רמב"ם'ס השקפה איז פאלש מיינט נאכנישט אז רבי שמעון האט געשריבן די זוהר, זיי קענען ביידע זיין פאלש. אבער דאס איז יא אמת אז ווען די אויפגעקלערטע חברה זאלן זיך אריינטוהן אין אויפדעקן די פאלשקייט פונעם רמב"ם וואלטן זיי פיל מער אויפגעטוהן פאר דאס מענטשהייט. אויב ווילן זיי אויפדעקן די פאלשקייט פון קבלה אויך, מה טוב ומה נעים, אבער נישט דארט ליגט די הונט באגראבן, און נישט פון דארטן וועט קומען אונזער ישועה. ווער רעדט נאך ווען ס'קומט אויפ'ן חשבון פון פארגעטערן דעם רמב"ם מיט זיין רבי אריסטו, דאס איז שוין א דאפלטע עוולה. נישט נאר וואס מ'מאכט עקסטענשנס אויף שימלדיגע יסודות, מ'לייגט נאך צו שימל על גבי שימל.
מאנטאג יוני 29, 2020 7:54 pm#453338
איך האב אנגעהויבן צו הערן די שיעור פון צ''ד אויפן ענין פון תגלחת נשים. כהאב עס געמוזט פארמאכן נאכדדעם וואס כהאב געזען אז אפילו דער אזוי געריפנע אפנע קאפ, איז אריינגעפאלן אינעם ליגנט אז דער חתם סופר איז בעד די מנהג (אותיות גהינם דכן נוהגים לילך הפד בתולות אשר ניתן להמחבלים), ווען אינאמתן איז דער חתם סופר נאר דן וועגן קלענער מאכן די האר כדי סזאל זיך נישט ארויסזען, כדמוכח.
מאנטאג יוני 29, 2020 8:48 pm#453341
כרם זית האט געשריבן:כאטש איך זע נישט די גרויסע פיקחות פון צ''ד משקרוויטש. ס''ה זאגט ער שיינע חידושים פאר יודן וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין די קופסה, וועלכע האבן נישט די נערווען צו נישטערן אין די ספרים פון די גדולי האומה בעניני דעות. און ממילא אז סקומט א איד און זאגט פאר זיי עפעס ענדערש פון וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ווערן זיי אין גאנצן פארלוירן און טאנצן נאך אים קק''ק, כאטש אז אלע זיינע אזוי גריפנע חידושים איז א פשטות פאר רוב מבקשים ומעיינים בספרי הראשונים (און רוב מענטשן האבן נישט די קליינקעפיגע העזה אויסצופסקנען ווי איינער פון די ראשונים כלפי חבריו, נאר ענדערש מקום יש בראש צו עקסעפטירן צוויי שייטת).
מיט דעם אלעמען מיין איך אז די פסק וואס @arh123 האט אראפגעברענגט בענין משכב דכר מיין איך אז לית מאן דפליג אז איינער וואס א דאקטער באשטעטיגט אז דאס איז ל''ע ול''ע זיין נאטור (ודלא כמש''כ האגרות משה דזה נגד הטבע, דכבר הוכיחו הרופאים דיש אחוז קטן מבנ''א דזה טבעם), במקום ער קען זיך נישט איינהאלטן און ער איז אן אנוס (והקב''ה יודע המחשבות), אז בודאי בכגון דא איז געזאגט געווארן די גמרא פון ילבוש שחורים.

במחילה מכבודו, ביטע בודק זיין א זאך פארען שרייבען: ילבוש שחורים איז נישט קיין שום היתר.
מאנטאג יוני 29, 2020 8:50 pm#453343

בנוסף על כל זה: ער האט דאך שוין מתיר גיווען הוז"ל נשגז ונדה אויך אפגילאכט פון חז"ל בהלכה והגדה וכו'
מאנטאג יוני 29, 2020 8:59 pm#453345
ילבוש שחורים איז נישט די היתר. די היתר איז די פאקט אז דער מענטש איז אן אונס (כמבואר בתוספות). ילבוש שחורים איז נאר א תנאי ווי אזוי ער זאל זיך נאכגעבן אז עס זאל ח''ו נישט נתחלל שם שמים ווערן.
דינסטאג יוני 30, 2020 2:18 am#453382
כרם זית האט געשריבן:ילבוש שחורים איז נישט די היתר. די היתר איז די פאקט אז דער מענטש איז אן אונס (כמבואר בתוספות). ילבוש שחורים איז נאר א תנאי ווי אזוי ער זאל זיך נאכגעבן אז עס זאל ח''ו נישט נתחלל שם שמים ווערן.

וועליכע תוס' בבקשה?
זונטאג יולי 05, 2020 11:39 pm#453783
Arh123 האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:ילבוש שחורים איז נישט די היתר. די היתר איז די פאקט אז דער מענטש איז אן אונס (כמבואר בתוספות). ילבוש שחורים איז נאר א תנאי ווי אזוי ער זאל זיך נאכגעבן אז עס זאל ח''ו נישט נתחלל שם שמים ווערן.

וועליכע תוס' בבקשה?

איך האב פראבירט נאכצוקוקן די תוס' (עס איז ערגעץ אין סנהדרין) ולא עלתה בידי. אזוי פיל געדענק איך אויף אויסענווענדיג אז תוס' זאגט קלאר אז עס איז דא א תאוה פאר מ''ז, דלא כהגאון ר''מ פיינשטיין ז''ל וואס זאגט אז עס איז קעגן די נאטור.
זונטאג יולי 05, 2020 11:45 pm#453784
אויפן בקשה פון ATUB @רביה"ק זי"ע ATUB טו איך דא לינקן צום ספר עטרת צבי (וועלכע פארמאגט אינדערווייניג די מאמרים תפארת למשה ודרכי משה), וואו ער נעמט זיך אן אויפן גרויסן רמב''ם קעגן שד''ל. די ספר איז פון היברו בוקס און פארמאגט נאר די ערשטע 10 דפים.
מאנטאג יולי 06, 2020 12:40 am#453787
ממש איך קען נישט פארשטיין אויף וואס מען דיבעיט דא,
יעדער זעהט דאך קלאר, אז ווער עס קען אים פון דער נאנט, ווייסט אז מען רעדט דא פון א טאטאלע משוגענער, און עס איז פארשטענדליך די מערכה קעגן אים,

און געוויסע קומען נאך זאגן אפען, ״איך ווייס אז איך קען אים נישט אבער נאכאלץ בלא בלא בלא,

אויב די אלע וואס קענען אים זאגן אז עס איז פארשטענדליך,

ווי אזוי קען איינער קומען זאגן מיט א בלאסקייט אז איך קען אים נישט אבער איך האלט וואטעווער?
דינסטאג יולי 07, 2020 12:05 am#453895
NoProblem האט געשריבן:ממש איך קען נישט פארשטיין אויף וואס מען דיבעיט דא,
יעדער זעהט דאך קלאר, אז ווער עס קען אים פון דער נאנט, ווייסט אז מען רעדט דא פון א טאטאלע משוגענער, און עס איז פארשטענדליך די מערכה קעגן אים,

און געוויסע קומען נאך זאגן אפען, ״איך ווייס אז איך קען אים נישט אבער נאכאלץ בלא בלא בלא,

אויב די אלע וואס קענען אים זאגן אז עס איז פארשטענדליך,

ווי אזוי קען איינער קומען זאגן מיט א בלאסקייט אז איך קען אים נישט אבער איך האלט וואטעווער?

אונז זעמיר שוין ליידער מלומד בניסים אז ווען די באהערדע געפעלט נישט איינעם צו שטארק וועט מען איהם באקלעיבן מיט וואס עס לאזט זיך. אנגעהויבען ביי רבי מעכיל לעבאוויטש ביז לעצטנס ביי רבי שמואל ניימאן ממילא נעמט בכלל נישט ערענסט וואס "מ" זאגט אויף איהם
אבער אוודאי דא וואס דער בעל דבר אליין איז געקומען מוכיח זיין אז יש דברים בגוי דארף מען טאקע נישט מען זאל מעיד זיין
דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:46 pm#455590
דער גרויסער גאון האט ווייטער ערשיינט אין זיין באליבטע פלאטפארם יוטוב:
א היתר אויף הוז"ל......

מיט א געוואלדיגע גאונות און א נייע דרך הלימוד:

2+2=5 ובמילא 5+5 =1000 עי"ש ודפח"ח.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:41 am#458745
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
מודה ועוזב, ירוחם.

עס וואלט שיין געוועין אז די וואס האבן אזוי שטארק קריטיקירט די נארוואס געווארענע רב הצעיר זאלן אביסל צוריק ציהן פון זייער קריטיק. (ווען עס קומט זיך א גוט ווארט, קומט זיך עס).

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:01 pm#458759
וואס איז יעצט געשען?
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:08 pm#458778
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז יעצט געשען?
מן הסתם האט ער יעצט געהאט א חלום

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:50 pm#458780
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז יעצט געשען?
זיין זיידע שאץ'ע רבי פון מאנטריאל איז אוועק פאר א פאר וואכן צוריק מען האט מכתיר געוועין זיין טאטע אלץ אדמו"ר, א וואך שפעיטער איז זיין מאמע (די נייע רביצין) אוועק.
כפי ששמעתי האט דוד'ל אויסגעריפן ביים לויה אז ער ציהט צירוק פון זיינע שיטות און מאמרים וכו'.

קען איינע פון די מאנטריאל'ע קריטיקירער קלאר מאכן וואס דארט איז פארגעקומען?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 10:18 am#458920
זיין יוטוב טשעננעל איז ברייט אפען מיט אלע זיינע חארא תורות.
אויב האט ער צוריקגעצויגען זאל ער פארמאכן זיין געשעפט.
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:17 pm#458922
ער האט גראדע געשריבן אז מען זאל שנעל קוקן זיינע זאכן ווייל ער גייט עס אראפנעמען.
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:26 pm#458923
ישן מלא חדש האט געשריבן:זיין זיידע שאץ'ע רבי פון מאנטריאל איז אוועק פאר א פאר וואכן צוריק מען האט מכתיר געוועין זיין טאטע אלץ אדמו"ר, א וואך שפעיטער איז זיין מאמע (די נייע רביצין) אוועק.
כפי ששמעתי האט דוד'ל אויסגעריפן ביים לויה אז ער ציהט צירוק פון זיינע שיטות און מאמרים וכו'

און ער איז נאך דער "ראציאנאליסט", גרויסע צולייגער וואס ער איז.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:14 am#460922
לא היה ולא נברא וגם משל לא היה! ער האט גארנישט תשובה געטאהן! ער איז ממשיך מיט זיינע דרשות של דופי מינות ואפיקורסות!
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:27 am#460923
ער האט טאקע אזוי געזאגט ביי זיין מאמעס לוי' אויך זיין ציבראכענער פאטער האט נעבאך אזוי אויסגערופען, אבער ער מאכט ליצנות פון זיין פארשטארבענע מאמע אין פון זיין ציבראכענעם טאטען און פון די אלע אידן וואס זענען דארט בייגעשטאנען! ער איז ממשיך אזוי ווי פריער! ער גיט באלד ארויס דעם צווייטען חלק פון זיין עם הארצישען שיעור בענייני הוז"ל ועוד ידו נטויה נעבאך!
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:28 am#460932
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ישן מלא חדש האט געשריבן:זיין זיידע שאץ'ע רבי פון מאנטריאל איז אוועק פאר א פאר וואכן צוריק מען האט מכתיר געוועין זיין טאטע אלץ אדמו"ר, א וואך שפעיטער איז זיין מאמע (די נייע רביצין) אוועק.
כפי ששמעתי האט דוד'ל אויסגעריפן ביים לויה אז ער ציהט צירוק פון זיינע שיטות און מאמרים וכו'

און ער איז נאך דער "ראציאנאליסט", גרויסע צולייגער וואס ער איז.

Arh123 האט געשריבן:לא היה ולא נברא וגם משל לא היה! ער האט גארנישט תשובה געטאהן! ער איז ממשיך מיט זיינע דרשות של דופי מינות ואפיקורסות!

נחמתני ATUB @arh123 ATUB נחמתני, זאלסטו זיין געבענטשט פאר'ן מיך מהנה זיין מיט די בשורה טובה.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:56 am#460969
נאך די לוי' האט ער מער ווייניגער אויפגעהערט מיט זיינע שטיק ער איז כמעט נישט אקטיוו אויף וואטסאפ און חוץ פון הספדים אויף זיין מאמע און זיידע האט ער נישט געגעבן קיין שיעורים
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:25 pm#461039
איך פארשטיי נישט וואספארע נחמה דאס איז!
ס'קען זיין אז ער קאמאנדוועט ווייניגער אבער איך ווייס אז ער גרייט זיך אויף א חלק שני בעניין הוז"ל פול מיט חזיריי ומינות וכפירה בכל הקודש!

חוץ פון דעם אז ס'איז פשוט עם הארצות כמובן פאר יעדעם וואס גילערנט איין שורה גמ' ווי מ' באדארף!
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:27 pm#461040
Arh123 האט געשריבן:חוץ פון דעם אז ס'איז פשוט עם הארצות כמובן פאר יעדעם וואס גילערנט איין שורה גמ' ווי מ' באדארף!

פון וואו ווייסטו?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:16 pm#461054
וואס?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:01 pm#461099
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Arh123 האט געשריבן:חוץ פון דעם אז ס'איז פשוט עם הארצות כמובן פאר יעדעם וואס גילערנט איין שורה גמ' ווי מ' באדארף!

פון וואו ווייסטו?

פון דארט וואו דו ווייסט
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:03 pm#461100
איך ווייס נישט
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:35 pm#461110
Arh123 האט געשריבן: איך ווייס אז ער גרייט זיך אויף א חלק שני בעניין הוז"ל פול מיט חזיריי ומינות וכפירה בכל הקודש!

וואו קען מען באקומען זיינע חלקים?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 1:17 am#461127
שמעקעדיג האט געשריבן:
Arh123 האט געשריבן: איך ווייס אז ער גרייט זיך אויף א חלק שני בעניין הוז"ל פול מיט חזיריי ומינות וכפירה בכל הקודש!

וואו קען מען באקומען זיינע חלקים?

אין יוטוב
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 1:18 am#461128
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Arh123 האט געשריבן:חוץ פון דעם אז ס'איז פשוט עם הארצות כמובן פאר יעדעם וואס גילערנט איין שורה גמ' ווי מ' באדארף!

פון וואו ווייסטו?

אזוי זאגט ער
מאנטאג אקטאבער 26, 2020 5:42 am#461448
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
א גאר לאנגע ליסטע פון היתרים איבער הוז"ל.
(גענומען פון דא)

m https://tshuvot.wordpress.com/2009/12/1 ... %9C%D7%94/ m
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 1:21 pm#462319
m https://tshuvot.wordpress.com/2009/12/1 m ... %9C%D7%94/

צוזאמען געווארפען א בארג פון שטותים והבלים, סילופים און האלבע אמת'ן זיך מעלים עין פון אסאך אפענע גמרות און ראשונים ובעיקר אפענע הלכות אין שו"ע! ועל כגון דא אמרו אז מ'קען מטהר זיין א שרץ בק"ן טעמים!
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 1:31 pm#462322
טעות
מאנטאג פעברואר 08, 2021 11:53 am#466586
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
מאך זיכער האט געשריבן:
אריה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ער קען ווייטער פירקלן אויף וואטסעפפ און יוטיוב, און מ'נעמט אים גארנישט צו וואס איז געווען זיינס.

אגב, זיין אלטע וואטסעפפ נאמבער איז מער נישט אקטיוו. איי געס ער איז אראפ פון וואטסעפפ אדער געטוישט נאמבער צוליב די רבנים.

ער האט שוין געטוישט נומער א שטיק צייט צוריק ארום ה' אייר ווען איינע פון די פלאטפארמעס פון וויליאמסבורגע סאושעל מידיא האט געשריבן אז ער איז א כופר.

ר' דוד צבי איז א פראוואקאטאר און וואלט געקענט גענוצט ווערן אויף צו אויסברייטערן די חרדי-חסידישע מוחות, למעשה איז ער אבער שטארק נישט באקאנט און עס ברענגט אן א איבל פון די וועלכע קענען יא עטוואס.

דאס אז בחור'לעך הערן פון אים מיט אזא זיכערקייט איבער די זוה"ק און איבערן רמב"ם, זיינע שווערע שבחים אויף משה מענדלסון און אויף אלע וואס האבן געהאקט אויף אים רעדט ער מיט זלזול ווי כאילו זיי זענען נישט געווען קיין ת"ח דאס אליין איז גענוג סיבה צו פארשפריייטן אז מען זאל נישט פון אים אננעמען.

Sent from my iPad using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 08, 2021 12:07 pm#466588

זע ״קבל את האמת״ אויפן הויפט זייט אין די אקטיווע אשכולות

‏https://r.tapatalk.com/shareLink/topic?share_fid=154059&share_tid=14448&url=http%3A%2F%2Fwww%2Ekaveshtiebel%2Ecom%2Fviewtopic%2Ephp%3Ft%3D14448&share_type=t&link_source=app

Sent from my iPad using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 09, 2021 9:48 am#466658
Re: הרה"ג רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א
שיטה מקובצת האט געשריבן:די לעצטע צייטן דערקוויקן זיך אידן מיט די שיעורים נחמדים פון האברך העילוי הגאון המופלא רבי דוד צבי מאסקאוויטש שליט"א, מעיר מאנטריאל, וועלכער פארקויפט אידישקייט ללא כחל ושרק. ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.

א חלק פון זיינע פילע שיעורים קען מען זעהן אויף זיין youtube טשענעל דא:
https://www.youtube.com/channel/UCPrz6T ... dMmrtabGmA

היות הרב מאסקאוויטש איז א זעלבסטשטענדיגער טראכטער איז פארשטייט זיך זיין מהלך המחשבה אייגענארטיג, און דאס איז א גרויסע סכנה פאר די יושבי חושך. דערפאר זענען זיי אין די לעצטע וואכן מטכס עצה וואס צו טוהן בבחינת הבה נתחכמה לו, אן ווילן אים אונטערברענגען מיט כל מיני רשעות כי זה דרכם כסל למו.
הגאון הרב מאסקאוויטש איז ארויסגעקומען מיט א פרישן שיעור צו דן זיין די מקובלים לכף זכות

m https://youtu.be/-Bgx8XGrb1E m

Sent from my iPad using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 09, 2021 4:07 pm#466675
שטותים והבלים און בלויזע עם הארצות! נישט ער ווייסט וואס שם ש-ד-י איז, נישט ער ווייסט פשט אין פסוק "ברכות שדיים ורחם", נישט האט ער אן אננונג וואס די מקובלים רעדען בכלל וועגען קיין שום זאך נישט, און אוודאי נישט אין דעם הייליגען עניין פון לשם יחוד! א נארישער הדיוט וואס קופץ בראש וואס ווייזט ארויס זיין הדיוט שאפט. נעבאך.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 9:00 pm#466696
אויב מאסקאוויטש איז א גאון בין איך א פרופעסער! ער קען קיין פסוק חומש ניט!