Under maintenance
הויפט זייט » מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14143
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 4:55 pm#457756
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:פעך.... יעצט אויסגעהערט די דרשה.

תאוות השררה!!!!!! פעך!!!!!! פעך!!!!!!

ווער ביסטו?? ווער האט דיך ממליך געווען אויף כלל ישראל אויב נישט דיין גאווה און תאוות השררה
די פארשעמטע "טייטלבוים" משפחה וועט בלייבן לדורות אנגעקריצט אין כלל ישראל. עס איז א בושה זיך צו משדך זיין מיט ענק.

צוקריקטע משפחה, שפיכות דמים, גנבים, תאוות השררה.

ועי' מש"כ בשולחן ערוך

שולחן ערוך אה"ע סי' ב' סעי' ב' האט געשריבן:כל המשפחות בחזקת כשרות ומותר לישא מהם לכתחלה, ואעפ"כ אם ראית ב' משפחות שמתגרות זו בזו תמיד (או שני בני אדם שמתגרים זה בזה) (בפ"י יוחסין), או ראית משפחה שהיא בעלי מצה ומריבה תמיד, או ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל ועז פנים ביותר, חוששין להם וראוי להתרחק מהם, שאלו סימני פסלות הם
זעסטוש יעצט בין איך פארלוירן ליטוואק האט ביז היינט אייביג געשטיצט מהר"א און זיינע פאליסיס, אויך דעם ברך משה זצ"ל האט ער זייער ליב געהאטש אפגערעדט ווי ער האט אייביג זיך אנגענומען פאר מרן הק׳ מסאטמאר זי"ע ושיטתו, און דא פלוצלינג האט ער אים פארלוירן
ערנסט גערעדט, ווי זעסטו אז ער האלט זיך מלך אויף כלל ישראל?
סך הכל, וויל איינער (לשיטתו) צוכאפן די בעלות פון זיינע מוסדות, און ער וויל עס נישט צולאזןש קומט אים עפעס דערפאר?
ווען דיין געטרייער נעפיו קומט אריין אין דיין הויז/ביזנעס און וויל עס צוכאפן וואלסטו אנדערש געהאלטן?
אקעי דארף לויפן וועל מיר שפעטער ממשיך זיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פון נישט זיין א זאלי ווערט מען נישט קיין אהרוני. ווען בין איך געווען אן אהרוני.

מרגלא בפומי, פינף סאטמארס זענען דא אין דער וועלט; אהרונים, זאלונים, חשמונים, בני יואל, און וואודרידזש. און דארט בין איך.

ואוסיף בזה מאת הרבי רש"ב זי"ע
ווען די באלשעוויקעס און די מענשעוויקעס האבן זיך געשלאגן איבער די מאכט אין רוסלאנד, איז דער רבי רש"ב אמאל ערגעץ געפארן מיט זיין בעלעגלה דער גוי. אין מיטן האט ער א פרעג געטון פאר'ן בעלעגלה וואס טיילט אפ צווישן די צוויי פארטייען? וואסי די חילוק? האט דער גוי געזאגט, "ווען מ'פארט מיט די פערד און וואגן, מאכט זיך אמאל אז די פערד לאזט אראפ א היבש שטיקל, און דערנאך פארן אריבער די רעדער און מאכן אזא פס. דער פס איז וואס טיילט אפ די צוויי פארטייען".

פארשטייסט יעצט?
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 5:01 pm#457758
ריכטיג האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:
IMG_20200827_152445_552.jpg


פאלטש אבער זיס...

דעם אויספיר... ויפתחו לו שערי חמלה...

יעפ כ'האב געוואלט זעהן וויפיל גייען כאפן דעם שטעך וואס באהאלט זיך דא.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 5:03 pm#457759
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:און ער האט נישט גערעדט ברבים, ער האט עס געזאגט צו זיינע מענטשן אין ב"ב
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

זאג, דו ביסט צו דו מאכסט זיך?
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 5:05 pm#457760
וען די באלשעוויקעס און די מענשעוויקעס האבן זיך געשלאגן איבער די מאכט אין רוסלאנד, איז דער רבי רש"ב אמאל ערגעץ געפארן מיט זיין בעלעגלה דער גוי. אין מיטן האט ער א פרעג געטון פאר'ן בעלעגלה וואס טיילט אפ צווישן די צוויי פארטייען? וואסי די חילוק? האט דער גוי געזאגט, "ווען מ'פארט מיט די פערד און וואגן, מאכט זיך אמאל אז די פערד לאזט אראפ א היבש שטיקל, און דערנאך פארן אריבער די רעדער און מאכן אזא פס. דער פס איז וואס טיילט אפ די צוויי פארטייען".

יוי אי דעיס א גוטע מעשה :lol: :lol: :like :like
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 5:06 pm#457761
איך אויך האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:
IMG_20200827_152445_552.jpg


פאלטש אבער זיס...

דעם אויספיר... ויפתחו לו שערי חמלה...

יעפ כ'האב געוואלט זעהן וויפיל גייען כאפן דעם שטעך וואס באהאלט זיך דא.
פיין האב איך געכאפט.

די בריוו שרייבער איז אייזן! הגם ווען איך נעם די צייט און מיה וואלט איך אריינגעווארפן ברמיזה נאך עטליכע שטעך שורות. ס'פעלט נישט וואס צו שטעכן דעם רבי'ן בעניני דרשות.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 5:09 pm#457762
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
איך אויך האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:און ער האט נישט גערעדט ברבים, ער האט עס געזאגט צו זיינע מענטשן אין ב"ב
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

זאג, דו ביסט צו דו מאכסט זיך?
וואס דארף איך ענטפערן דערויף?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 5:11 pm#457763
שייגעץ איוס.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 6:58 pm#457767
לדעתי איז די איינציגסטע חסרון פון די דרשה די מיאוסה לויזונגען וואס דער האט גענוצט,
חוץ מזה פארשטיי איך אים זייער גוט,
ער האט אויפגעשטעלט אן אימפעריע מיט הונדערטער פלאמפייערדיגע חסידים, און דא קומט זיך א יונגערמאן, און כאפט צו זיין גאנצע האראווניע.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 7:08 pm#457768
real fake news האט געשריבן:לדעתי איז די איינציגסטע חסרון פון די דרשה די מיאוסה לויזונגען וואס דער האט גענוצט,
חוץ מזה פארשטיי איך אים זייער גוט,
ער האט אויפגעשטעלט אן אימפעריע מיט הונדערטער פלאמפייערדיגע חסידים, און דא קומט זיך א יונגערמאן, און כאפט צו זיין גאנצע האראווניע.

פון וועלכע אימפעריע רעדסטו?

בני ברק האט חיים הערש געבויעט, ער האט עס געבויעט פאר אהרן ווען ער האט געמוזט גיין פון ירושלים (ווען זלמן לייב איז געווארן דארט רב)
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 7:16 pm#457770
כחדשות שקרי אמיתי ועוד לקרא. די עצם מחלוקת איז נאריש און קינדעריש אזויווי יעדע אנדערע קהילה מחלוקת. אבער "כבר היה לעולמים. מ'האט פארברענט א קאר און ס'ווייטער שטיל" (האדמו"ר שליט"א שם, שם), עס מאכט זיך איבעראל ובפרט ביי אזא גרויסע חסידות ובפרט אז ביידע בעלי פלוגתא האבן די זעלבע בלוט.

די עצם אפזאגונג איז איך א דבר המובן מאליו, למעשה איז עס סאטמארע קהילה אונטער דעם רבי'ןס נשיאות און ער קען אפזאגן אפילו כשמצא אחר נאה הימנו.

די דרשה לכשעצמו איז אבער א געפערליכע און בלוטיגע מיטל צו באזייטיגן דיין מתחרה. דו ווייסט אז. היינט צוטאגס גייט אלעס, אבער אלעס ארויס אין גאס, איז וואס ברענט דיר צו רעדן? כ'גלייב נישט אז חסידי הראש ישיבה געבן א שניט פאר דיין דרשה און דיינע חסידים בלייבן ביי דיר בכל אופן. וואס פעלט דיר דאס אויס?

אבער אזא דרשה?
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 7:21 pm#457771
איך קלער אז הרב חיים הערש האט נאך נישט געהערט די דרשה, ער דארף זיך נישט קימערן מיט אינטרנט שטותים, און ער גייט ווייטער ביז אן אפיציעלע בריוו וועט אנקומן, אדער א טלפון פון ר' טייטעלבוים אליינס צו אים אליינס. אלעס אחוץ דעם איז סתם נאויז.

ממילא דאווענט ער ווייטער דארט, און טוט אלס ווייטער ווי פריער.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:01 pm#457774
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
ווען איר באשליסט צו פירן א נארמאלע דיאלאג לאזט מיך וויסן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:02 pm#457775
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ווען איר באשליסט צו פירן א נארמאלע דיאלאג לאזט מיך וויסן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אנטשולדיגט די מעסעדזש איז געווען א רעפליי פאר "איך אויך"

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:10 pm#457777
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
כלבאשבוע האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:לדעתי איז די איינציגסטע חסרון פון די דרשה די מיאוסה לויזונגען וואס דער האט גענוצט,
חוץ מזה פארשטיי איך אים זייער גוט,
ער האט אויפגעשטעלט אן אימפעריע מיט הונדערטער פלאמפייערדיגע חסידים, און דא קומט זיך א יונגערמאן, און כאפט צו זיין גאנצע האראווניע.

פון וועלכע אימפעריע רעדסטו?

בני ברק האט חיים הערש געבויעט, ער האט עס געבויעט פאר אהרן ווען ער האט געמוזט גיין פון ירושלים (ווען זלמן לייב איז געווארן דארט רב)
ר׳ חיים הערש געבויעט? איר זענט זייער נישט באקאנט מיט די פאקטן
סאטמאר ב"ב איז אייביג געווען אסאך גרעסער בעלבתישער פון ירושלים, אויך געווען גרעסערע חסידים פוו ב"מ זצ"ל ויבלחט"א מהר"א
מ׳ האט רחמנות געהאט אויף חיים הערש און געברענגט אויף ב"ב, באזייטיגט דעם דעמאלסדיגן ר"י הרב דאווידאוויטש, און חיים הערש האט אפגעסטעמפלט הרב כ"ץ אלס מתנגד/זאלי און אזומ פון ר"י געווארן דער שיינער יוד פאר כיבודים
כמעט זיך נישט געזארגט שאפן געלט, נאר געטון די פונקציעס פון א שיינער יוד
ביז ווען ער האט נישט געוואלט פארכאפן די מלוכה האט מען עס אים פארגינען, אבער אז זיינע קינדער האבן באשלאסן איבערנעמן די רביסטעווע האט מען אפגעשטעלט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:13 pm#457778
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:כחדשות שקרי אמיתי ועוד לקרא. די עצם מחלוקת איז נאריש און קינדעריש אזויווי יעדע אנדערע קהילה מחלוקת. אבער "כבר היה לעולמים. מ'האט פארברענט א קאר און ס'ווייטער שטיל" (האדמו"ר שליט"א שם, שם), עס מאכט זיך איבעראל ובפרט ביי אזא גרויסע חסידות ובפרט אז ביידע בעלי פלוגתא האבן די זעלבע בלוט.

די עצם אפזאגונג איז איך א דבר המובן מאליו, למעשה איז עס סאטמארע קהילה אונטער דעם רבי'ןס נשיאות און ער קען אפזאגן אפילו כשמצא אחר נאה הימנו.

די דרשה לכשעצמו איז אבער א געפערליכע און בלוטיגע מיטל צו באזייטיגן דיין מתחרה. דו ווייסט אז. היינט צוטאגס גייט אלעס, אבער אלעס ארויס אין גאס, איז וואס ברענט דיר צו רעדן? כ'גלייב נישט אז חסידי הראש ישיבה געבן א שניט פאר דיין דרשה און דיינע חסידים בלייבן ביי דיר בכל אופן. וואס פעלט דיר דאס אויס?

אבער אזא דרשה?
איך זע נישט וואס עס איז שלעכט מיט די דרשה
די דרשה איז געזאגט געווארן אויפן טעלעפאן פאר ב"ב יודן, אז די היינטיגע וועלט ווערט יעדע זאך צושפרייט דורך outsiders וואס האבן פיינט דעם רבי׳ן מוז ער נאך אלס זאגן פאר זיינע מענטשן וואס דא גייט פאר און פארוואס ער טוט דאס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:16 pm#457780
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קלער אז הרב חיים הערש האט נאך נישט געהערט די דרשה, ער דארף זיך נישט קימערן מיט אינטרנט שטותים, און ער גייט ווייטער ביז אן אפיציעלע בריוו וועט אנקומן, אדער א טלפון פון ר' טייטעלבוים אליינס צו אים אליינס. אלעס אחוץ דעם איז סתם נאויז.

ממילא דאווענט ער ווייטער דארט, און טוט אלס ווייטער ווי פריער.
ער דארף נישט קיין אינטערנעט, יעדער סאטמארער אין ב"ב האט געוויסט און אויסגעהערט די דרשה
בד"וו וואס איז דאס ערגער פון פוער פיו זיין קעגן א עדה יודן ובראשם זייער מנהיג ליבאוויטשער רבי?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:36 pm#457789
דער קאצקער האט געזאגט: די גאנצע וועלט לוינט זיך נישט איין קרעכצט צו געבען.

ATUB @כרם זית ATUB זאגט: אין די מדריגה פון אנפייפן די שיינע זיסע וועלט, בין איך נישט. אבער דאס פאדער איך בכל התוקף פון אלע אנשי שלומי וידידי: די גאנצע רעביסטעווע לוינט זיך נישט אפילו איין קרעכצט געבען.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:39 pm#457791
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ר׳ חיים הערש געבויעט?

מ׳ האט רחמנות געהאט אויף חיים הערש און געברענגט אויף ב"ב,Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אנטשולדיגט איר קענט נישט גארנישט.

חיים הערש האט געבויט מיט בלוט בני ברק. ארומגעלאפן צו רבנים אנהעצן קעגן די ערכאות אין בג"ץ. ווען רז"ל איז געקומען איז ער ארומגעלאפן צו אלע רבנים אז קיינער זאל נישט גיין צו אים ווייל ער איז א הולך בערכאות. ער האט געארבעט זייער שווער צו כאפן די בנינים און צוזאמהאלטן די קהילה. ער האט געהאלטן דרשות און געשאסן פולווער פאר מהר"א. ארויסגעווארפן יחידים וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט און אנגעדרייט טעראר קעגן די זאליס.

ער האט טאקע געמיינט אויך זיך, אבער ווען נישט אים איז בני ברק אזוי ווי מאנטרעאל.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:43 pm#457793
ווילנער חסיד. חוץ די שטארקע ווייטאג אז ער האט פרובירט מיט איין וועד און מיט א צווייטע און די חלק אז די ראש ישיבה האט זיך 'צוגעטשעפעט' צו די בריונים. זעה איך נישט קיין נערעטיוו וואס די רבי האט פרובירט אוועקצושטעלן.

אדרבה, וועלכע נקודות אינעם דרשה זענען געווען 'טאלקינג פוינטס' אויף צו בויען די נערעטיוו אנטקעגן צד ראש ישיבה? איך בין אפן צו הערן.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 9:04 pm#457806
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
מפיל קינד האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ר׳ חיים הערש געבויעט?

מ׳ האט רחמנות געהאט אויף חיים הערש און געברענגט אויף ב"ב,Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אנטשולדיגט איר קענט נישט גארנישט.

חיים הערש האט געבויט מיט בלוט בני ברק. ארומגעלאפן צו רבנים אנהעצן קעגן די ערכאות אין בג"ץ. ווען רז"ל איז געקומען איז ער ארומגעלאפן צו אלע רבנים אז קיינער זאל נישט גיין צו אים ווייל ער איז א הולך בערכאות. ער האט געארבעט זייער שווער צו כאפן די בנינים און צוזאמהאלטן די קהילה. ער האט געהאלטן דרשות און געשאסן פולווער פאר מהר"א. ארויסגעווארפן יחידים וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט און אנגעדרייט טעראר קעגן די זאליס.

ער האט טאקע געמיינט אויך זיך, אבער ווען נישט אים איז בני ברק אזוי ווי מאנטרעאל.
יא, גערעכט, דעמאלס איז ער טאקע געארבעט שווער, אבער אויך וויסענדיג אז די מינוט רז"ל נעמט איבער ב"ב קומט הרב כ"ץ/דאווידאוויטש צוריק און ער קען גיין ווייטער וואנדערן
פאריאר אבער ווען רז"ל איז געווען אין אר"י איז זיין זון געגאנגען (זיכער ברשות אביו) צום פעטער און זיך געפיקטשערעט מיט מוו"ק אויף די גאס צו ווייזן פאר׳ן פעטער

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 9:07 pm#457808
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ווילנער חסיד. חוץ די שטארקע ווייטאג אז ער האט פרובירט מיט איין וועד און מיט א צווייטע און די חלק אז די ראש ישיבה האט זיך 'צוגעטשעפעט' צו די בריונים. זעה איך נישט קיין נערעטיוו וואס די רבי האט פרובירט אוועקצושטעלן.

אדרבה, וועלכע נקודות אינעם דרשה זענען געווען 'טאלקינג פוינטס' אויף צו בויען די נערעטיוו אנטקעגן צד ראש ישיבה? איך בין אפן צו הערן.
וואס דארף מען מער, ער זאגט מיט ווייטאג אז זיין שוועסטערס קינד וועמען ער האט אזויפיל געהאלפן און געבויעט האט געמאכט א מרידה קעגן אים, ער רעדט זייער רוהיג (נישט ווי אמאל) זאגט די פאקטן (נאך א א׳ ב׳ ג׳ דרשה) און פארוואס ער פארשיקט אים
וואסערע שלעכטע זאכן זאגט ער דארט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:36 pm#457825
מיין נקודה איז, וואס האט ער אויפגעטוהן מיט א דרשה וואס א פשוט פארשיקונג וואלט נישט געווען גענוג?

די תירוץ איז: שטופן דיין נערעטיוו. אבער, חוץ די צוויי פריערדיגע פוינטס זעה איך נישט קיין נערעטיוו וואס ער פרובירט צו אוועקשטעלן.

פאר די צוויי פוינטס זעה איך נישט פארוואס ער האט זיך פארשמירט זיין הענט.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:55 pm#457828
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ער רעדט זייער רוהיג (נישט ווי אמאל) זאגט די פאקטן (נאך א א׳ ב׳ ג׳ דרשה) און פארוואס ער פארשיקט אים
וואסערע שלעכטע זאכן זאגט ער דארט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


טאמער פארשטייסטו טאקע נישט, דעמאלטס קען מען נישט מסביר זיין
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 4:39 am#457841
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
כלבאשבוע האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ער רעדט זייער רוהיג (נישט ווי אמאל) זאגט די פאקטן (נאך א א׳ ב׳ ג׳ דרשה) און פארוואס ער פארשיקט אים
וואסערע שלעכטע זאכן זאגט ער דארט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


טאמער פארשטייסטו טאקע נישט, דעמאלטס קען מען נישט מסביר זיין
גוט גענטפערט,

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 7:13 am#457842
ברית לנכד הרב חיים הערש פארגעקומען היינט אין בית מדרש בשיכון בהשתתפות פון די עלטער זיידע אדמו''ר מוויזשניץ און א ריזיגע ציבור פון הונדערטע חסידי סאטמר
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 7:34 am#457844
עס זעהט אויס אז ר' אהרן קאלעכט און פארלירט זיין כח.

איך האף נאר אז זיין מענדל באקומט נישט קיין גרויסע תאוות בקרוב, און לייגט אריין זיין טאטע אין א פארמאכטע גלאז, און נעמט איבער די גאנצע מעשה ביים לעבן.
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:01 am#457846
מיט א פאזיטיווע בליק נעם איך ארויס פון די גאנצע סומאטוכע אז דאס וואס צד מהרז''ל האט פארקויפט אלע יארן אז ר' אהרן איז א רבי ככל אדמורי''ם בישראל און זיין עולם איז פארגלייבט אין עם ווי די עובד עבו''ז אין זיין געטשקע שטעלט זיך ארויס א שיינע בילד אז ווי נאר די רבי פארלאנגט אומפארשטענדליכע און אוממאראלעשע באפעלן ווערט דאס אינגנארירט בתכלית.

שטעלט אייך פאר ווען וויזשניץ פאלגט נישט די רבי און ר' ישראל גייט אן אין די קהילה כאילו די רבי האט עם כלל נישט פארווארפן.

#סאטמאר שטאלץ
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:17 am#457847
וע"ע כאן
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:59 am#457852
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 9:52 am#457857
Wow! הרב חיים הערש האט עס by far!

כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'הערט נישט און מען זעהט נישט פון די אנדערע זייט אין בני ברק. זיי האבן איינגעמאכט?
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:08 am#457859
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:Wow! חיים הערש האט עס by far!

כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'הערט נישט און מען זעהט נישט פון די אנדערע זייט אין בני ברק. זיי האבן איינגעמאכט?

די לעצטע קויל איז געשאסן געווארן וואס איז דען שייך צו טון יעצט?
די קלוגסטע זאך יעצט איז צו מאכן א שווייג און ווארטן אויף א אנדערע געלעגנהייט

אין אמת'ן האבן זיי יא נאך א אפציע וואס איז געווען אויפן טיש עטליכע מאל און גאנץ לעצטענס זייער ערענסט אבער למעשה אראפ, דאס איז צו פארהאנדלן מיט די זאלישע בארד וואס זיי האבן די ליגאלע בעלות אויף די בנינים די דיל איז געווען בני ברק קעגן די ראסס שיל און א טיר ביים בית החיים אפשר יעצט ווען עס איז אזוי די מצב וועט עס צוריק ארויפגיין אויפן טיש
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:47 am#457866
משה גבאי איז בעל הבית אין בני ברק, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל אויפגעבן בני ברק יעצט וועגן א צווייטענס גארביזש, ער האט גארנישט פון באקומען ראסס שול, יעקב בער וויל זייער שטארק ראסס שול פאר זיך אין טאש, משה האט גארנישט דערפון פערזענליך
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 11:31 am#457868
עמעזאן האט געשריבן:מיט א פאזיטיווע בליק נעם איך ארויס פון די גאנצע סומאטוכע אז דאס וואס צד מהרז''ל האט פארקויפט אלע יארן אז ר' אהרן איז א רבי ככל אדמורי''ם בישראל און זיין עולם איז פארגלייבט אין עם ווי די עובד עבו''ז אין זיין געטשקע שטעלט זיך ארויס א שיינע בילד אז ווי נאר די רבי פארלאנגט אומפארשטענדליכע און אוממאראלעשע באפעלן ווערט דאס אינגנארירט בתכלית.

שטעלט אייך פאר ווען וויזשניץ פאלגט נישט די רבי און ר' ישראל גייט אן אין די קהילה כאילו די רבי האט עם כלל נישט פארווארפן.

#סאטמאר שטאלץ

קוק נאר שמחת תורה, די אלע וועלכע זענען יעצט פארוויקלט אין שמועסן איבער ביידן און טראמפ וועגן זיי קענען נישט פארנעמען די היץ פון זייער רבי'נס דרשה, בבוא היום וועלן זיי אויפהייבן די קינדער ווען דער רבי וועט מאכן נענועים. זיי וועלן מיט פארגלייזטע אויגן פארציילן די מעשה אז דער רבי דער דברי יואל האט איבערגעמאכט די נענועים אריינצוברענגען אמונה אין די קינדער.

קיין איין אהרוני גייט נישט איבערלאזן זיין קאמפארט זאנע וועגן זיין רבי'נס אויסברוך. איי די בני ברק'ער? זיי וואוינען גענוג ווייט זיך צו קענען איינרעדן אז מהר"א קאלעכט...
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 11:51 am#457871
אין קורצן

לגבי סאטמאר
גייט דורך נאך א שווערע תקופה אויף זיי ס'איז נישט דאס ערשטע מאל סאטמאר בליהט און וועט בליען אויפן שענסטן פארנעם ווי האט דער היי' רבי זי"ע געזאגט אויף ר' אהרן ער איז א גברא דמרא סייעי' קומט יעצט געהויבענע הייליגע טעג התעוררותדיגע דרשות תפלות הקפות חיי' רוחני וגשמי פאר א גאנץ יאר ר' אהרן האט נישט פארלוירן קיין איין קוויטל דעי יאר זייט נישט באזארגט מ'שטייט אין די ליין א גאנץ חודש אלול און תשרי שעות לברך מפי צדיק ויעזור השם אז מ'זאל זיך קענען מסדר זיין אין בני ברק תחת רבם ומאורם ווי שנעלער און ווי גרינגער

לגבי הרב ר חיים הערש (כלשון ר' אהרן ביי די דרשה)
א רחמנות אויף אים האט נישט קיין שום פיוטשער יעצט לעבט ער אביסל שיקט פיקטשערס פון אלע זייטן געלונגען נעכטן זיך אריין צו כאפן אין ירושלים סאטמאר ביהמ"ד ארום גענומען מיט זיינע שלעגערס און מ'האט אים געלאזט דארטן געכאפט צוויי גוטע בילדער און עס ארוםגעשיקט דורך זיין טוויטער לשמחת לב שונאי סאטמאר און שוין אזוי וועט ער אויסנוצן זיין חיי שעהדיגע חתונה ביז אלעס וועט אויסוועפן (ביהמ"ד שיכון ב"ב איז נישט ר' אהרן'ס - הרב ר חיים הערש האט עס ביז יעצט געהאלטן פאר ר' אהרן און יעצט האט עס הרב ר חיים הערש גענומען פאר זיך )


לגבי די חסידי ז"ל
עס אללוועיס די נעבעכדיגע חסידי ז"ל האבן נעבעך נישט קיין שום חיות זענען פארנומען זיך צו פרייען ווען אנדערע האבן שוועריקייטן קומט יעצט די הייליגע טעג די נייטמעיר פון די יאר נעבעך

שוין אויסגעוואקסן מיטצוטאנצן מיט די נעבעכדיגע ז"ל פארטיי און זיך גיין טענהן אויף פרט ופרט ועל הכלל כולו אני יצא
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:11 pm#457872
@גאנצל קום אריין קלאר וואס איז די פלאן לגבי בני ברק??
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:20 pm#457873
wait & see

די חסידי ז"ל באקומען דא גארנישט דעיס קענסטו זיכער זיין חוץ זיך פרייען ווי קליינע קינדער

ווי שרייבט איינער באישי זייער גוט

וואס עס גייט זיין צווישן חסידי מהר"א און חסידי הרב ר חיים הערש דארף מען נאך ווארטן צו זעין אבער די אויסגעשפילטע זאליס ווער טראכט אפילו פון זיי

וז"ל

די ארונים זענען שוין עקספיריענס מיטן ווערן באשולדיגט אלס מורדים פון זייער רבי'ן און זיי עקשנין זיך אז זיי זענען בעצם נישט. אזוי איז געווען ביים ברך משה. דאס מיינט, קיין מתנגדים פון ר' אהרן איז זיי לגמרי נישט עולה על הדעת צו זיין, זיי האלט נאכאלס ער איז קדוש קדוש קדוש. זיי זענען מומחים צו זיין און אזא פאזיציע, ממילא טשילטס זאליס, סקומט קיין שום ריכטיגע מרידה, און קיין סלייס אוו די פיי פאר די זאליס אין בני ברק איז זיכער גענצליך אויסגעשלאסן מטעם כל הצדדים, ממילא בארואיגטס ענק זאליס.
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:24 pm#457874
איך האף דו האסט איבערגענומען שמואל ווידער'ס פאזיציע אין די בלאט...

ווער געדענקט ווי די ארונים פלעגן געווינען נאך יעדע פארלוסט...

אויב דאס הייסט נישט "א מרידה" אפשר דיפיינסטו וואס די אפטייטש פון מרידה איז, די רבי האט 'קלאר' געזאגט וואס ער פארלאנגט פון זיינע חסידים אין בני ברק און מען פייפט זיך אריין...
די ערשטע מאל אין היסטאריע אזא סארט מרידה מיט אלע קליפערלעך דהיינו מען קען נישט זאגן די רבי קאלאכט וכדו'
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:26 pm#457875
אוי צוריק צום אלטן שמואל ווידער.......

אי"ה מיין לעצטע תגובה צום ווידער זעין אן אנדערס מאל

ר' אהרן איז לע"ע נישט מסודר אין בני ברק ער האט זיך לע"ע אפגעלאזט פון אלע קינדערישע קאפ ווייטאג וואס ער האט געהאט מיט זיין נעפיו דער כפוי טובה 4 יאר פראבירט ער מיט אים צו פארהאנדלען זיך אראפגעלאזט צו זיינע קינדערישקייטן אויף א לעוול שפל מאוד און צוריק געכאפט פון זיין נעפיו אין זיבעטן ריפ ר' אהרן האט פראבירט צו שלינגען וויפיל ער האט געקענט און ר' אהרן'ס מענטשן האבן פראבירט מרחק צו זיין די עזי פנים וואס זענען געשטאנען אין וועג אבער אן ערפאלג הרב ר' חיים הערש מיט זיינע בריונים עומדים במורדם

דערווייל האט דאס געקאסט די גאנצע רוחניות אין די קהלה ר' אהרן איז נישטא זיך ארום צו שפילן ער האט אויפגעהויבן די קהלה עשר מעלות און גייט דאס נישט לאזן צופאלן ווייל זיין נעפיו קען זיך נישט אויסקומען מיט די הנהלה

איז ר' אהרן ווי א מנהיג געגאנגען און געטון וואס ער האט צו טון -אגב ר' אהרן ווייסט אויך אז היינט איז 2020 מיט טוויטער וואצעפס ליגענט און לה"ר אויפן ערגסטן פארנעם - ער האט דאס געמוזט אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל

האט ער געטון וואס יעדע בעה"ב אין זיין פאזישען וואלט געטון אין זיין ביזנעס קודם לאמיר מגלה זיין פאר אלע אז אין אני והוא יכולין לדור איך מיט אים גייען נישט ביינעזאם

מ'וועט זיך אי"ה מסדר זיין תחת הנהגת ונשיאות ר' אהרן והכל על מקומו יבוא בשלום

און הרב ר חיים הערש וועט זיך פירן א אייגענע מלוכה מיט זיינע חברה
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:17 pm#457877
די חסידי ז"ל פרייען זיך ווי בעביס, ווייל יעצט איז הוברר הדבר למפרע אז ר' אהרן איז קיינמאל אין זיין לעבן קיין נרדף נישטגעווען, ער האט פשוט א שרעקליכע פראבלעם אז ער קען נישט לעבן רואיג וויסענדיג אז ס'איז דא א מענטש אויף דער וועלט וועם ער איז שולדיג א טובה, און וועט טוהן אלעס אויף דער וועלט פטור צו ווערן פון יענעם. ווי סטאלין בדורו וואס האט גענומען זיינע נאנסטע מענטשן און זיי אפ געמאלן ווי די גרעסטע רעוואלטירער אן זיי אויסגעמעקט פון היסטאריע, די זעלבע נעמט יעצט ר' אהרן זיין גרעסטער פירער אין בני ברק, דער מענטש וואס האט אים דארט אנגעפירט אלע זיינע מחלוקת'ער, גערודפ'ט דעם פריערדיקער רב וואס איז נישט געווען קיין ארוני, און אויפגעשטעלט די שטערקסטע ארונישע באזע אויף דער וועלט. שטעלט ער זיך יעצט אויף אין האלט א דרשה אז בני ברק איז געשטיגן ברוחניות אין אלעס ווערט חרוב דורך ר' חיים הערש? ווער נעמט קעיר פון בני ברק די לעצטע צוואנציג יאר אויב נישט ר' חיים הערש? ווי קען א מענטש זיך אויפשטעלן אין מכחיש זיין אזוי שמש בצהרים?

די זאליס זענען פריילעך ווייל דאס זעהט יעצט יעדער איינער, אבער וואס נישט יעדער געדענקט איז אז דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט אין סאטמאר פאר דרייסיג יאר צוריק, ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל האט ר' משה גבאי זיך געהרג'ט פאר אים אין אנגעפירט מיט די טעראר אקעגן ר' אהרנ'ס שונאים, ר' משה גבאי איז צו פארדאנקען אז סאטמאר איז אויסגעוואקסן אזא מעכטיגע חסידות אינטערן ברך משה, אין דאס האט ר' אהרן אים נישט געקענט פארגינען, אז ער זאל זיין שולדיג א טובה פארן גבאי פארן אים צושטעלן א חסידות אויף א גאלדענעם טאץ. דערפאר האט ער אים אין די מיטל נ'ן יארן אנגעהויבן אינטער שטעלן פיסלעך אין פראבירט אינוערגעהעצט זיינע בחור'לעך אז טראצקי - סאררי משה גבאי, איז דער שונא נאמבער איינס פאר סאטמאר, און פראבירט צו פטור ווערן פון אים.

ליידער איז עס אים נאר נישט געלונגען און ר' משה גבאי האט אנשטאט דעסיידעט א אנדערע פיוטשער פאר סאטמאר מיט א מער באלאנסירטער רבי, און ר' אהרנ' ס תאוות השררה האט זיך אויסגעלאזט מיט א מעכטיגע דורכפאל. דאס חזר'ט זיך יעצט אלעס איבער, און עס איז שטוינענד צו זעהן ווי בלינד א מענטש קען זיין זיך נישט צו לערנען פון זיינע טעותים. ער טענה'ט אז ר' חיים הערש וויל אוועקכאפן בני ברק, אבער ער איז דאך דיינס א מענטש, ער גייט נישט ווערן אויס חסיד מהר"א ווילאנג מהר"א לעבט, לאחר מאה ועשרים וועט ער עס אוועקכאפן פון ר' מענדעלע? ר' מענדעלע זיין שוואגער פארגינט עס אים בחפץ לב און בעט זיך ביים טאטן זיך ארויסצולאזן פון די טינופת, אבער דער משוגענער קען זיך נישט אפלאזן דערפון, די חוצפה אז איינער וועם ער איז עפעס שולדיג פראבירט צו נוגע זיין במלכותו לאזט אים נישט שלאפן ביינאכט, ער וועט זיך ענדערש אויסטוהן נאקעט פארן ציבור ווי איידער נאכלאזן מפני השלום והנארמאלקייט.

די חידוש איז נאר אז די דיקשאנערי איז געבליבן די אלטע, חיי שעה... וואלן אין בית קויפמאן.. געווינען.. קומטס כאטש אויף מיט נייע ספינס...
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:25 pm#457878
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:48 pm#457879
מנחם ציון האט געשריבן:משה האט אויך עפעס צו זאגן

דאס איז אן אלטע מעשה איבער א יאר צוריק נישט פריש פון יעצט
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:52 pm#457880
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
אויף די אלע קינדערישע שטותים פון די זאליס וכדומה וואס פרייען זיך חיי שעה וועל איך נישט ענטפערן
איך וויל פרעגן א צווייטע זאך, שטעלטס ענק פאר ווען רח"ה קומט אן צום חומש סעודה פון זיין אייניקל און מ׳ לאזט אים נישט אריין
א טאג דערנאך קומט ער צו זיין אייניקלס ברית און מ׳ לאזט אים נישט אריין, די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט, היתכן גערעכט צו נישט, אבער נישט אריינלאזן צו א אייניקלס שמחה? כבר הי׳ לעולמים און פון די איינציגסטע צייטן וואס מ׳ האט געהאט סימפאטיע מיט מהר"א איז געווען ווען מ׳ האט נישט געלאזט זיין טאטן קומען צו זיינע שמחות
גייט מען אויפ׳ן דרך הישר, מ׳ גייט אים נישט פארשיקן א טאג נאכדעם וואס מ׳ האט אים ארויסגעווארפן, מ׳ געט אים צייט זיך מסדר צו זיין ערגיץ, מ׳ טריט אים מיט זיידענע הענטשקעס , אה א סימן אז ער האט געווינען
איין זאך קען איך אייך זאגן, ימים ידברו
אגוט שבת

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:17 pm#457882
זיידענע הענטשקעס = אנרופן א מושחת.

אויף וועלכע עולם וואוינסטו?
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:45 pm#457886
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיידענע הענטשקעס = אנרופן א מושחת.

אויף וועלכע עולם וואוינסטו?
או אנדערע וועלט ווי די
ווען הרב שך האט געריפן ליבאוויטש מיט זייער רבי׳ן מיט כל לשונות גנאי, איז געווען עפעס ראנג?

אויב איז מהר"א גערעכט מיט זיין טענה מעג ער און ער איז מחוייב עס צו טון
אויב נישט טאר ער נישט
סא מיר זענן דא נאר דן ווער עס איז גערעכט, אלעס אנדערש איז אירעלעווענט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:00 pm#457888
דו מוזט דא האלטן קאפ ביים פארטיידיגן די פארטיי. די שאלה איז וויאזוי דו האסט דאס אנגערופן זיידענע הענטשקעס. קיינער האט נישט געזאגט אז הרב שך האט באהאנדלט דער ליובאוויטשער רבי מיט זיידענע הענטשקעס.
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:03 pm#457889
מנחם ציון האט געשריבן:
וען די באלשעוויקעס און די מענשעוויקעס האבן זיך געשלאגן איבער די מאכט אין רוסלאנד, איז דער רבי רש"ב אמאל ערגעץ געפארן מיט זיין בעלעגלה דער גוי. אין מיטן האט ער א פרעג געטון פאר'ן בעלעגלה וואס טיילט אפ צווישן די צוויי פארטייען? וואסי די חילוק? האט דער גוי געזאגט, "ווען מ'פארט מיט די פערד און וואגן, מאכט זיך אמאל אז די פערד לאזט אראפ א היבש שטיקל, און דערנאך פארן אריבער די רעדער און מאכן אזא פס. דער פס איז וואס טיילט אפ די צוויי פארטייען".

יוי אי דעיס א גוטע מעשה :lol: :lol: :like :like

נא דיר לשון המקור פון וואנעט איך האב עס באקומן
ההבדל בין המפלגות
פעם נסע הרבי הרש"ב בעגלה עם העגלון ״פעשע דער בעל-עגלה״ ושאלו הרבי מה ההבדל בין הבולשביקים והמענשיביקים? (שתי מפלגות קומוניסטיות נגדיות)

וענה פעשע: רבי ראית שהסוס תוך כדי הליכה עושה את צרכיו ואח"כ עוברת על זה העגלה ועושה פס באמצע (הדרעק)?

- הפס הזה הוא החילוק בין שתי המפלגות...
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:09 pm#457890
מ'שמועסט אז ס'איז דא א דיל אונטערן טיש, עפענען דעם בית-החיים און אראפנעמען דעם וואנט, פאר דער בית-המדרש אין בני ברק.
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:52 pm#457895
אנאליז פון ר' ס. ר.

השתא דאתינא להכא. בלייבט איבער צו פארשן א סינעריא וויאזוי דאס גייט זיך אויסלאזן.

און רוב פעלער ביי גרויסע וועלט פירער מיט די סארט נאטורן האט זיך עס געענדיגט אדער מיט זעלבסמארד אדער א פוטש.

וואס ביידע איז דאך נישט שייך זאל פאסירן ביי א חסידישן רבין (אחוץ אז מזאל גלייבן אז 2020 האט באשאפן נייע מושגים)

איז וואס יא.

דאס איז זיכער אז יעדן טאג לענגער וואס דער אהרן לעבט פון יעצט און ווייטער איז נאר לרעתו. ער איז שוין אריבער דעם העכסטן פונקט פון לפני שבר גאון.

א נאנטער ביישפיל איז זיין טאטע וואס זיין אריכת ימים האט אים נאר משפיל געווען נעבעך.

און ער איז נאך יונגער ווי דער טאטע בשעתו און איז נאך פיזיש געזינט. אבער גענוג אלט אויף צו פארלירן שליטה אויף זיינע שוואכקייטן.

בדרך הטבע וועלן זיינע קומענדיגע שריט אים נאר זעלבס שעדיגן און פירן צו גרויסע פלאנטערס מיט זיינע משפחה און נאנטסטע מענטשן.

א פשוטע גרינגע קאלקולעישאן איז יעצט זיין מענדל. ער גייט ערווארטן פון אים די פילסטע געטריישאפט פאר זיין מלחמה קעגן חיים הערש. וואס ער גייט נישט קענען נאכקומען. און פון דא און ווייטער איז דא 100 וועגן פאר א פולקאמע בירגער קריג ביי זיך און שטוב.

פון די אנדערע זייט גייען מענטשן נישט אוועקגיין יעצט. קודם איז נישט דא ווי. און מער פון דעם האבן מיר שוין געלערנט בעבר ווי שווער עס איז צו איבערלאזן א פלאץ נאך 30 יאר נאכן משקיע זיין עטליכע דורות.

און דאס בלייבן אינעווייניג מיט בושה און כעס גייט נאר מער פארברענען די גלויבן און אלע יסודות פון יארן הארעוואניע. נישט אז מגייט עס תיכף זען וואס דעמאלס וואלט דער סם נישט געווען אזוי פאטאל. וואלט זיך מערסטענס געענדיגט מיט א קאלטע זאלי כפירה.

נאר פארקערט ווייל סאיז און א שטארקע געבויטע פארטיי גייט די איינגעהאלטנקייט אנזאמלען פיל מער פי עס איי אונטערן שטאפער וואס אונדרויסן וועט מען גארנישט זען אז דא פארמירט זיך א וואלקענא.

דער סוף וועט זיין צו נאך זיין טויט צו ביים פולקאמע מרידה. גייט אלעס גיין פייפן. נישט אז איינער צו צוויי וועלן איבערנעמען און אים לאזן קאלעכן. נאר סגייט ווערן צוברעקלט אויף צענדליגער חלוקות.

א שטייגער ווי ברסלב. א שטארקע מאוומענט מיט טויזענטער מעמבערס אן א בעל הבית. דער נאמען סאטמאר וועט זיין א שטח הפקר פאר יעדן קרוב וגואל פון סיי וועלכן טייטלבוים אייניקל די בכל אתר ואתר.

צענדליגער רביס און רביים וועלן ארווסוואקסן איבערנאכט יעדער מיט זיין קנייטש ווער גרעסער ווער קלענער אבער מיט א געצוימטע שליטה אויף א געגנט צו א קבוצה.

אהרן טייטלבוים וועט לכאורה זיין דער לעצטער פון די תמרים דינאסטיע וואס האט געקענט שולט זיין אויף דעם פארנעם און סייז.

דער חילוק איז נאר ווי פרי ער וועט שטארבן. דאס וועט לאזן זיין נאך טעם קלארער.

זיינע גוטע פריינט זאלן מתפלל זיין ער זאל זיך וואס פריער לייגן. און מיר וואונטשן אים אריכות ימים בבריאת השלימות
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 4:24 pm#457897
המלוכה והממשלה האט געשריבן: נישט אז איינער צו צוויי וועלן איבערנעמען און אים לאזן קאלעכן. נאר סגייט ווערן צוברעקלט אויף צענדליגער חלוקות.

א שטייגער ווי ברסלב. א שטארקע מאוומענט מיט טויזענטער מעמבערס אן א בעל הבית. דער נאמען סאטמאר וועט זיין א שטח הפקר פאר יעדן קרוב וגואל פון סיי וועלכן טייטלבוים אייניקל די בכל אתר ואתר.

צענדליגער רביס און רביים וועלן ארווסוואקסן איבערנאכט יעדער מיט זיין קנייטש ווער גרעסער ווער קלענער אבער מיט א געצוימטע שליטה אויף א געגנט צו א קבוצה.

אהרן טייטלבוים וועט לכאורה זיין דער לעצטער פון די תמרים דינאסטיע וואס האט געקענט שולט זיין אויף דעם פארנעם און סייז.


זאגסט גוטע נייעס, נאר צו שפעט. הלוואי ווען דאס פאסירט אין תשל"ט, און דאס מוז פאסירן אין יעדער חסידות און קהלה. עס איז נישט מעגליך במציאות אז איין מענטש זאל האלטן אזא גרויסע ציבור אויף זיין הארץ, ער קען נישט צושטעלן וואס זיי דארפן, און מענטשן מוזן דורכפאלן. מ'דארף נישט איבערחזרן די חרבן דערפון.

דער צמח צדק שרייבט אין א בריוו פארוואס די חסידים האבן מבטל געווען די רבנים אין שטעט פאר גרויסע רבי'ס, קוקט'ס דא. און דאס גילט אוודאי נישט מיט די רביס, ווייל אזא רביסטיווע קען נישט גיין בירושה. ממילא מוז מען צוריק גיין צום אלטן, יעדער קהלה און חבורה האבן א פירער לויט זיין פארשטאנד. אוודאי וועט זיין פארשידענע דורכפעלער דורך פירערס וואס ווייסן נישט בחייכון וביומיכון, אבער בעסער ווי ריזיגער דורכפעלער, ווי הונדרעטער טויזענטער מענטשן מוזן טוישן זייער גאנצע לעבן, פאר די קאפריסן פון איין פארשוין
מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 10:09 pm#457903
של''ס