זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:46 pm#457957
די מחלוקה אין בני ברק
אנגעהויבן האט זיך עס ווען פון די "ראשי קהילה" (ראטטער וחביריו) און געציילטע "בני אהרן" האט זיך געמאכט האסליכע שונאים צו מהרח"צ (וואס איז גראדע א "מייזליש". וד"ל) און האבן אים געוואלט ארויסזעהן. דער "בני הקהילה" האט אבער נישט מסכים געווען דערצו, און מען האט זיך אנגעהויבן שלאגן, זענען די ראטטער'ס אויפגעקומען מיט א געדאנק א מוועט פארקויפן דעם רבי'ן דורך זיינע "שטוב-מענטשען" אז די סטארי איז אז די "בני הקהילה" האט זייער נישט ליב מהרח"צ, און מהרח"צ מיט "געציילטע בריונים" פייטן מיט'ן קהילה, און מאכן חרוב די גאנצע קהילה..; און די רבי וועט אים שיינערהייט באזייטיגן. וכך הוה, דער רבי האט אים פארגעשריבן פארשידענע צומינגען, וואס ער איז נישט נאכגעקומען, און די רבי און די ראטטערס און שטוב-מענטשן האבן מסכים געוועהן בפה אחד, אז מ'גייט אים ארויסווארפן אויסשליסלעך פון סאטמאר. און זיי האבן באמת געגלייבט אז אויב די רבי גייט אים פארשיקן, "אפילו מווייסט אז מען האט אים איינגערעדט" אבער אנקעגן א בפירוש'ן הוראה וועט קיינער זיך נישט אנטקעגן שטעלן, און מהרצ"ח וועט זיך אפזאגן און איבערבעטן דעם רבי'ן [אדער ווערן שרעקליך אפגפרעגט א שטייגער ווי ר' ישראל'טשע מ'ווישניץ, אז זיין משפחה אליין וועט זיך שעמען מיט אים, און זיך אננעמען פארן רבי' ן..]. והכל יבא בשלום. וכך הווה, די רבי נאכן ווערן אנגעהעצט, האט ער טאקע געטוען דאס ריכטיגע (לפי גירסתו) און ארויס אנקעגן אים מיט גאר א שארפע רעדע (אפשר אביסל צו שארף, אבער נישט געפירלעך, נאך וויזוי מען האט אים פארגעשטעלט אז מהרצ"ח איז א פשוט'ר מטורף) אז הלמאי א יונגערמאן וואס איז רב ביי זיינע מענטשן מאכט סתם חרוב א קהילה פאר אביסל כבוד.. וכו'; סא ער אסר'ט אים אריינצוטרעטן אין סאטמאר! און אז ווער ס'האט א קשר מיט אים, האט ער מער מיט אים קיין שייכות; און - לויט די גירסה וואס מען האט אים פארקויפט - האט ער פארשטאנען אז יעדער בר-דעת וועט זיך אננעמען פאר אים און "אפי' משפחת-מהרח"צ", ביז ער וועט קומען און אים איבערבעטן. (סא ארוינים האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט זייער רבי, ער האט געטוען וואס ער ברויך לפי זיין גירסא).
וואס האט זיך געטוען אינערווייניג ביי די בני הקהילה
מהרצ"ח און די בני הקהילה האבן די פאר יאר נישט געקענט צוקומען געהיריג צום רבי'ן, צו אנטפלעקן דעם אמת. און ס'זיי געוועהן זייער פארצווייגט וויזוי צו באהאנדלן דעם קאמפלעצירטען מצב. זיי האבן געמאכט מיטונגען און זוצונגען, און האבן פראבירט צו שיקן מעסעטש'עס, אבער האבן בשום אויפן זיך נישט געקענט טרעפן א וועג ארויס. ויהי היום מהרצ"ח האט צוזאמגערופן זיינע יועצים, און זיך אויפגעשטעלט רעדן, ווי פאלגנד:
"אזוי ווי אונז האבן שוין אלעס געטרייט, ואין מושיע, איז אונז איבער געבליבן נאך איין מהלך, טאקע אומאגענעם, אבער ס'נישט איבער געבליבן קיין ברירות; איז איך טראכט אז מעט מוזן אנהויבן צוביסלעך אונטערנעמען און אונטערשרייבן קבלות פונעם רבי'ן, און דערנאך - לרוב צערי - מוזן צוברעכן און עובר זיין דערויף… [יועץ: "חס מלהזכיר"…. מהרח"צ: "לאמיר אויסרעדן ביזן סוף"]. אזוי וועל איך טוען אפאר מאל. ביז די רבי וועט טאקע נישט האבן קיין ברירה נאר מיר ווארפן אינגאנצן. יעצט, וואס איך וויל ס'זאל געשעהן נאכדעם איז, אז יעדער איינער, אלע אונזערע מענטשען, זאלן תיכף קומען צו מיר, ארויס ווייזן שטארקע שטיצע. ויהי אחרי, און די וועלט וועט אנהויבן קאכן, ותבער הארץ, יעדער וועט פרעגן וואס געשעהט דא? וואס גייט ווייטער זיין? וואס גייט דא זיין, די משפחה איז דאך געקנופט און געבינדן, זיין טאטע איז זיין שוואגער, זיין שווער איז זיין שוואגער, זיין שוועסטער איז דאך א שניר ביים רבי'ן, ער גייט זיך צוקריקן מיט זיין זוהן? ווען ער גייט קומען קיין בארא פארק צום טאטן גייט ער דען דאווענען אין באבוב? וואס גייט זיין ביי שמחות? די וועלט גייט פארן אויף רעדער, ארוינים וועלן זינקן פאר בישות, זאלונים וועלן לאכן, בני-יואל וועט פייערן נצחון, ס'וועט אזאנס שטינקן; דעמאלט וועלן זיי כאפן און זעהן אין וואספארא שווערע פלאנטער זיין זענען אריינגעפאלן. און יא, עס וועט זיי נישט איבערבלייבן קיין שום אפציע אין די וועלט פאר זיי, נאר זיך מטכס עצה צו זיין "וויזוי" צו אנטפלעקן דעם אמת פארן רבי'ן אז די מעשה איז פאקערט, און אז די "ראשי הקהילה" זיי זענען די וואס מאכן חרוב די קהילה. און די ראטטערס וועלן פארמעקט ווערן פון בני ברק"... עכתו"ד פון מהרח"צ. ווי נאר האט גע'ענדיג האבן זי די באקן פון אלע יועצים צוריסן פאר שמחה, און מסכים געוועהן דערצו, און אינפארמירט אלע "בני-הקהילה" וואס זענען אלע איבערגענומען געווארן פון זייער מנהיג. ויהי, אלעס איז געפארן ווי געפלאנט ביז אהער ווי מ'האט אים געווארפן
יעצט האלט מיר דא און ווארטן מיט שפאנונג